שמועסן און קאמענטארן איבער די כינוס.

אחראי: יאנאש

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובה דורך הלשון »

די בריוו אין איר אריגינעלע אויסשטעל
אטעטשמענטס
IMG-20170607-WA0248.jpg
IMG-20170607-WA0248.jpg (133.36 KiB) געזען 7149 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובה דורך ולא מיין »

הלשון האט געשריבן:אין קורצע ווערטער שטייט אינעם מכתב, אן אנטשולדיגונג פון סקולענער רבי שליט"א, פאר'ן נישט קענען פאררופן אן אסיפת הרבנים נאכ'ן פארלאנג פון רבנים אין ירושלים.

ער באציהט זיך נישט וועגן יא/נישט מאכן דעם כינוס הרבבות, אדער וועגן יא/נישט גיין צום מעמד.

און בנוגע צו ס'איז יעצט בכלל דא א גזירת גיוס, שרייבט ער - "מכתב קדשם הגיעני, בו מעלתם מביעים צערם ודאגתם אודות גזירת הגיוס שח"ו עומדת לצאת לפועל בארה"ק".

בנוגע דאס אז שוואכע בחורים פאלן אוועק ר"ל, איז דעת קדשו אז די עצה פארדעם איז צו אוועקשטעלן ספעציעלע מוסדות וואס זאלן זיך אפגעבן מיט די שוואכערע חברה.

בנוגע די לשון עתיד, לכאורה מיינט ער די קריטעריע פון יאר תשפ"ג וואס דאן איז דער גיוס א חובה לכל. אין די זעלבער צייט דערמאנט ער די וואס פאלן בהוה אוועק וכלשון קדשו: "להציל ולחלץ את כל אותם שנסבכו ונפלו ברשת הגיוס". הקיצור ער דערקענט ס'איז דא יעצט וואס פאלן אוועק, און א שווערע גזירה דראעט בעתיד.

ער שרייבט נישט צו מ'זאל זיך אנשליסן אינעם קומענדיגן כינוס, אבער ער שרייבט פאזיטיוו איבער'ן כינוס וכלשונו "כאשר עומדים לערוך אסיפה מחאה גדולה".

דאס איז יא אינטערעסאנט, כאב רחמן, וואו ער דרייט די שמועס איבער די קום ועשה וואס מ'דארף טוען מיט די נחשלים.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובה דורך גליטשעדיג »

פרידן האט געשריבן:סאטמאר רב דרך דארף מען נישט זיין קיין תלמיד צו וויסן זיין דרך ער האט עס אפען געזאגט צינד אן א טעיפ וועסט עס הערן
מש"כ חזון איש וואס האט נישט גערעדט ברבים פין זיין דרך
אין אז די וועסט דורך לערנען אלע ספרים פין חזון איש 1000 מאל מיינט נאך נישט אז די וועסט וויסן זיין דרך אין הנהגה

גוט געזאגט!
די יסודות פון הרה״ק מסאטמאר זענען פארשריבן
אין ויואל משה. על הגאולה. דברי יואל
און דעם קול און פייער דעם ביטערן געווען וצערו הגדול פאר חורבן הכלל ישראל, קען מען הערן און לערנען פון די רעקארדירנגס.
ווען איינער לערנט דורך
וישלח תשי״ז
נשא בהעלותך שלח קרח תשכ״ז
כינוס הכללי תשכ״א ועוד האט קלאר ארויס די יסודות.

פארשטייט זיך אז ס׳איז קען זיך מאכן ספיקות וואס עס מיינט פונקטליך התחברות לרשעים אדער כבוד לרשעים וכדומה. און דאס דארף מען פרעגן תלמידיו.
אבער די עצם יסודות פון שמירת הדת והאמונה והמלחמה בעוברי רצונו זענען קלאר פארשריבן און יעדער קען דאס לערנען
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובה דורך Amazing »

גליטשעדיג האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:
סאטמאר רב דרך דארף מען נישט זיין קיין תלמיד צו וויסן זיין דרך ער האט עס אפען געזאגט צינד אן א טעיפ וועסט עס הערן
מש"כ חזון איש וואס האט נישט גערעדט ברבים פין זיין דרך
אין אז די וועסט דורך לערנען אלע ספרים פין חזון איש 1000 מאל מיינט נאך נישט אז די וועסט וויסן זיין דרך אין הנהגה

גוט געזאגט!
די יסודות פון הרה״ק מסאטמאר זענען פארשריבן
אין ויואל משה. על הגאולה. דברי יואל
און דעם קול און פייער דעם ביטערן געווען וצערו הגדול פאר חורבן הכלל ישראל, קען מען הערן און לערנען פון די רעקארדירנגס.
ווען איינער לערנט דורך
וישלח תשי״ז
נשא בהעלותך שלח קרח תשכ״ז
כינוס הכללי תשכ״א ועוד האט קלאר ארויס די יסודות.

פארשטייט זיך אז ס׳איז קען זיך מאכן ספיקות וואס עס מיינט פונקטליך התחברות לרשעים אדער כבוד לרשעים וכדומה. און דאס דארף מען פרעגן תלמידיו.
אבער די עצם יסודות פון שמירת הדת והאמונה והמלחמה בעוברי רצונו זענען קלאר פארשריבן און יעדער קען דאס לערנען

אין ציונות בכלליות ביסטו גערעכט, אבער עס איז פארהאן צענדליגע זאכן וואס זענען דרויסן במחלוקת ווי ''פארן קיין ארץ ישראל'' אדער וועגען ''די עירוב'' וכו' וואס עס איז למעשה נישט געשריבן דורך די סאטמאר רב א קלארע הנהגה, דא קומט אריין די ענין פון תלמיד אז ווי נענטער צום רבי'ן איז מער באגלייבט און ווי מער גברא רבה איז ער מער נאמן אז ער זאגט אמת.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

איינער האט שוין געליינט דעי בריוו?
דא שטייט נישט קיין איין ווארט אז מען דארף גיין צו די כינוס,
עס איז געהריג ליצנות געמאכט פון א בריוו פון הגה"ק מסקלען צו מאכן אזא אויסשטעל, צו פאפען דעי אידען וואס ליינען נאר די באלד אויתיות
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

הלשון האט געשריבן:די בריעוו אין איר אריגינעלע אויסשטעל

ימחלו לי, אויף דאס האט מען געווארט?

דער כותב המכתב [נישט דער חותם] ברענגט לגבי די השתתפות פון רעכט סאטמארער אידן פון אלע שטרעמונגען מער שאדן ווי נוצן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובה דורך ולא מיין »

farshlufen האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:די בריעוו אין איר אריגינעלע אויסשטעל

ימחלו לי, אויף דאס האט מען געווארט?

דער כותב המכתב [נישט דער חותם] ברענגט לגבי די השתתפות פון רעכט סאטמארער אידן פון אלע שטרעמונגען מער שאדן ווי נוצן.

איז דען דער ציל פונעם בריוו משכנע צו זיין איינעם זיך משתתף צו זיין ביים כינוס? די סאטמארע אידן, פאלגן יעדער זיין רבי, איינער גייט און דער צווייטער נישט. דאס איז א חלק פונעם רעש אז ס'איז דא א פראבלעם. דער ציל ווערט דעגרייכט דורכ'ן כינוס, דורכ'ן בריוו פון די ליטווישע ראשי ישיבות, און ווי מער רבנים ואדמורי"ם שרייען אז ס'איז דא גזירה, ובתוכם סקולענער רבי זז"ג.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

.
אטעטשמענטס
IMG_20170608_105942.png
IMG_20170608_105942.png (222.18 KiB) געזען 6339 מאל
IMG_20170608_105104.png
IMG_20170608_105104.png (193.56 KiB) געזען 6339 מאל
IMG_20170608_105550.png
IMG_20170608_105550.png (135.22 KiB) געזען 6339 מאל
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה דורך רצון טוב »

farshlufen האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:די בריעוו אין איר אריגינעלע אויסשטעל

ימחלו לי, אויף דאס האט מען געווארט?

דער כותב המכתב [נישט דער חותם] ברענגט לגבי די השתתפות פון רעכט סאטמארער אידן פון אלע שטרעמונגען מער שאדן ווי נוצן.

עס ברענגט גאר קלאר ארויס די געוואלדיגע לחץ און דרוק וואס די מגייסי נשמות לשמד לייגן אויף די אדמורי"ם ורבנים
עס ערווענט שטארק די פונקט אז די וואס זענען נישט הוגה בתורה מער ווי 44 שעות וועכנטליך זענען נישט ניתן למרמס.
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2469
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

תגובה דורך פארפלאנטערט »

היינט אין די דבר יום ביומו אין קרית יואל...
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (225.64 KiB) געזען 6458 מאל
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
פלייוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

תגובה דורך פלייוואד »

farshlufen האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:די בריעוו אין איר אריגינעלע אויסשטעל

ימחלו לי, אויף דאס האט מען געווארט?

דער כותב המכתב [נישט דער חותם] ברענגט לגבי די השתתפות פון רעכט סאטמארער אידן פון אלע שטרעמונגען מער שאדן ווי נוצן.

ניין, נישט אויף דעם בריוו האט מען געווארט, ליידער איז דאס וואס מען האט ערווארט נישט געשעהן, אבער דאס איז אין מציאות וואס עס איז דא
עס איז אמת פאר סטאמארע אידן ברענגט דאס נישט קיין נוצן, אבער באמת דארפן סאטמאר'ע אידן נישט נעמען זייער מיינונגען בעניני השקפה ודיעות פון סקולען,
און טאקע וועגן דעם האט מען שטארק פרובירט אז סקולען זאל זיין בעובי הקורה, ווייל היות ער איז נישט סאטמאר בעניני אמונה ודיעות האט מען געווארט אז דאס זאל ברענגן א מער ברייטערע ציבור וואס זאל זיך משתתף זיין
ליידער איז עס נישט צושטאנד געקומען און ליידער האט טאקע אנגעמאכט אויך א חורבן אפילו צווישן די סאטמאר'ע אידן, אבער דער שאדן פאר די סאטמאר'ע אידן איז שוין געשעהן איידער דער בריוו איז ארויסקומען.
אבער דאס מפרסם זיין די בריוו איז נאכאלץ גאר וויכטיג, היות די רעליגיעז ציוניסטישע קרייזן פארלייגן וועלטן צו פארקויפן אז די סיבה פון די וואס זענען זיך נישט משתתף איז וויבאלד זיי האבן איינגעזעהן אז עס איז בכלל נישטא קיין גזירה, און זיי פראפאגאנדירן עס גאר גוט אויף אזוי ווייט אז אפילו צווישן אונז סאטמאר'ע אידן הערט מען דאס, איז וויכטיג מען זאל זעהן אז די סיבה איז נישט ווייל עס איז נישטא קיין גזירה, נאר... (זאל יעדער אפמאכן ביי זיך אליין), און אזוי וועט מען ווייטער קענען אויפרודערן איבער די גזירה,

יעדער פארשטייט אז די מערכה איז נישט געבויעט "נאר" אויפן כינוס דאס האט נאר געדארפט זיין אן אנהייב, -( און לויט ווי איך הער פון די מארגני הכינוס, פלאנט מען נישט צו זיין שטיל נאכן עצרת מען האט נאך פיל פלענער פון פארשידענע ווייטערדיגע מערכות, וואס מען האפט אז דאס וועט ברענגן לביטול הגזירה, דעריבער איז דא זאכן וואס מען טוט אדער מען טוט נישט וואס אפילו עס העלפט נישט לטובת הכינוס, האפט מען אבער אז דאס וועט העלפן פאר די אלגעמיינע מערכה.)- און בס"ד האט דער עצם מכריז זיין דעם כינוס געברענגט א געוואלדיגע אויפוואכונג און שטורעם וואס דאס איז געווען דער עיקר ציל פארוואס מען האט געוואלט דעם כינוס כלפי דעם ברייטערן נישט סאטמאר'ן ציבור וואס דאס איז שוין ב"ה עררייכט געווארן, און באמת פאר דעם ציהל פון די ברייטערן ציבור איז די איינציגסטע סיבה פונם כינוס אז די אויפוואכונג און שטורעם זאל נישט איינשלאפן און אויסוועפן און אויב וואלט ח"ו נישט פארגעקומען דעם כינוס וואלט דאס געשעהן, און עס וואלט געווען סך ערגער, און נאכאמאל צו מאכן א שטורעם וואלט געווען פילפאכיג שווערער, כלפי דעם סאטמארן ציבור איז דא נאך ענינים וואס מען האפט אויפצוואכן דורכן כינוס.
איך מיין אז איינער וואס פאלגט נאך פון די נאנט די מערכה און מען זעהט די איזראעילישע פארטייאישע פרעסע און זייערע נייעס וועבסייטס, (נישט אז מען זאל דא טוהן, נאר איינער וואס טוט דאס במילא) האט דאס זייער גוט ארויס, און פארשטייט די קריטיש וויכטיגקייט אז דער כינוס זאל זיין די מאקסימום סוקסעס וואס שייך.
פרומער יוד
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 4:42 pm

תגובה דורך פרומער יוד »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:איינער האט שוין געליינט דעי בריוו?
דא שטייט נישט קיין איין ווארט אז מען דארף גיין צו די כינוס,
עס איז געהריג ליצנות געמאכט פון א בריוו פון הגה"ק מסקלען צו מאכן אזא אויסשטעל, צו פאפען דעי אידען וואס ליינען נאר די באלד אויתיות

ער שרייבט אז עס גייט פארקימען יעצט א אסיפות מחאה גדולה אין ער רעדט ווייטער וועגן מאכן א אסיפות הרבנים ביי אים וכו׳ אין נאכדעם שרייבט ער
ובוודאי חוב מיטל עלינו לחזק
בגוף ובממון

שטעלט זיך א שווערע שאלה וואס מיינט חוב מיטל עלינו לחזק בגוף?

לכאורה אז מען דארף נישט גיין ניין??
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובה דורך הלשון »

איך ציה צוריק....
דער מכתב פון האדמו"ר מסקולען איז זעלטן היסטאריש, און ברענגט גאר שטארק ארויס די אחריות און התחייבות אז איש בל יעדר פון דעם כינוס הרבבות

ווי אויך איז דער קול קורא מיט 40 חתימות, א זעלטענע היסטארישע דערגרייך להצלחת המערכה, וועלכע וועט געדענקט ווערן אויף לאנגע יארן!!!

ולד' הישועה!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
סאמעטוכע
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 12:58 am

תגובה דורך סאמעטוכע »

זאגן זיי אז משה גפני האט גערעדט אקעגן די ר"י פון אמעריקא. איזעס אמת?
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובה דורך וויל זיין גוט »

דאס זעהט מען לויט די חתימות, אז כמעט אלע רבנים וואס פלעגן זיך האלטן מיט סאטמאר, סאטמאר מיין איך ביז תשל"ט, צי זיי זענען תלמידי סאטמאר וכו', זענען געחתמ'עט, אויסער די וואס באלאנגען צו איין חלק סאטמאר, וואס זיי טוהען לויט וואס זייער רבי הייסט.

אויב אזוי איז עס געוואלדיגע דערגרייכונג, און עס זעהט זיך טאקע אן א מורא'דיגע ווארעמקייט ביי די אויבנדערמאנטע קרייזן, דעריבער איז זיכער אז אויסער וואס מען האט שוין אויפגעטוהן, וועט מען קענען ווייטער אויפטוהן נאך און נאך, וחפץ ה' בידינו יצליח.
אם לא עכשיו אימתי
צדיקל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2013 5:19 pm

תגובה דורך צדיקל »

פרומער יוד האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:איינער האט שוין געליינט דעי בריוו?
דא שטייט נישט קיין איין ווארט אז מען דארף גיין צו די כינוס,
עס איז געהריג ליצנות געמאכט פון א בריוו פון הגה"ק מסקלען צו מאכן אזא אויסשטעל, צו פאפען דעי אידען וואס ליינען נאר די באלד אויתיות

ער שרייבט אז עס גייט פארקימען יעצט א אסיפות מחאה גדולה אין ער רעדט ווייטער וועגן מאכן א אסיפות הרבנים ביי אים וכו׳ אין נאכדעם שרייבט ער
ובוודאי חוב מיטל עלינו לחזק
בגוף ובממון

שטעלט זיך א שווערע שאלה וואס מיינט חוב מיטל עלינו לחזק בגוף?

לכאורה אז מען דארף נישט גיין ניין??

עס שטייט גארנישט צווישן די חלק, ווי ער שרייבט אז מ'האט אים געבעטן צו מאכן אן אסיפת הרבנים, און מחמת זקנה וחולשה קען ער נישט, און די חלק מ'דארף מחזק זיין בגוף ובממון?? דאכציך ער שרייבט וועגן עפענען מוסדות פאר די שוואכע בחורים און העלפן די וואס ראטעווען די בחורים וואס זענען ר"ל אריינגעפאלן אין מדינת ישראל מיליטער.

ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט איבער זיך משתתף זיין, פארוואס פארשטיי איך נישט
פלייוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

תגובה דורך פלייוואד »

פ' לך לך האט געשריבן:אינעם היינטיגן בלאט

"מקבלים שכר על הפּרישה"

אויב ביז קומענדיגן זונטאָג פרשת שלח וועט נישט אַנשטיין אַ שינוי אינעם ענין בהוראת גדולי ומנהיגי היהדות החרדית אין אמעריקע, וועלן צענדליגער טויזנטער חרדישע אידן פון ניו יאָרק, ניו דזשערסי און פון אנדערע מקומות, צווישן זיי יוצאי אונגאַרן, יוצאי גאַליציע ופּוילן און יוצאי ליטא, ווינטשן – פונדערהיים – אַ ברכת צלח ורכב פאַר די טויזנטער אידן וואָס וועלן זיך פאַרזאַמלען אין אַ ריזן ברוקלינער סטאַדיום אַרויסצוברענגען אויף זייער שטייגער דעם וויי-געשריי קעגן גזירת הגיוס בארה"ק.
פאַרוואָס פונדערהיים? ווייל די צענדליגער טויזנטער ווינטשער האָ‎בן דערווייל קיין הוראה פון זייערע רביים און גדולים אַנטיילצונעמען ביים "כינוס הרבבות" אין ברוקלין, און ס'איז זיכער אז די צענדליגער טויזנטער וועלן באַקומען מן השמים שכר על הפּרישה, כשם שמקבלים שכר על הדרישה.
רבבות אלפי ישראל פון אלע טיילן פונעם יהדות החרדית בארה"ב בראשות די גדולי ישראל האמיתיים שליט"א, וואָס די הנהגות און יסודות המלחמה פון די פריערדיגע גדולי ישראל מדור הקדום זענען נר לרגלם – געדענקען גוט די אַלע מחאות און דעמאָנסטראַציעס בחוצות ניו יארק, צי דאָס איז געווען אויף די גאַס ברחובה של עיר, צי דאָס איז געווען אינעווייניג אין אַ גרויסער זאל אדער סטאדיום, וויאַזוי די אמאליגע דעמאָנסטראַציעס זענען געקרוינט געוואָרן מיט אַ זעלטענעם סוקסעס, הן דורכ'ן השתתפות פון אַלע סאָרט קרייזן, ווי פריער-דערמאַנט אריינגערעכנט יוצאי אונגארן, גאַליציע, פוילן און ליטא, און הן מיט'ן הופעות פּאר פון די גדולי ישראל, אדמורי"ם רבנים וראשי ישיבות פון די אלע קהילות און קרייזן.
ביי גדולי דורינו שליט"א ליגט פאַר די אויגן די מחאות ווען אויפ'ן אויבנאָן ווערן געזען אויף די רעכטע זייט פונעם בעל דרשן (וועלכער איז געשטאַנען אין צענטער פון בימת הכבוד): רביה"ק הדברי יואל מסאַטמאַר זי"ע, רביה"ק הברך משה מסאַטמאַר זי"ע, הגה"ק בעל מגדלות מרקחים מצעהלים זצוק"ל, הגה"ק בעל ויחי יוסף מפּאפּא זצוק"ל וכו', הגה"צ משאפראן זצ"ל, הגה"צ משארמאש זצ"ל, הגה"צ מוואוידיסלאוו זצ"ל, הגה"צ מקאשוי זצ"ל, הגה"צ מפריימאן זצ"ל, הגה"צ מפאלטישאן זצ"ל, הגה"צ מסאמבאטהעלי זצ"ל – און אויף די לינקע זייט פונעם רעדנער: הגאון האדיר רבי משה פיינשטיין זצ"ל ראש ישיבת תפארת ירושלים ובעל אגרות משה, הגאון האדיר רבי יעקב קאַמינעצקי זצ"ל ראש ישיבת תורה ודעת, הגאון הגדול רבי יעקב יצחק רודערמאַן זצ"ל ראש ישיבת נר ישראל-באלטימאר, הגאון רבי פּנחס טייץ זצ"ל אבד"ק עליזאבעט, ניו דזשערזי וחבר נשיאות אגודת הרבנים דארה"ב וקאנאדא. (הרב טייץ ז"ל איז מער ווי איינמאל געווען פון די ראשי המדברים ביי די פאראייניגטע דעמאנסטראציעס, אין די אנוועזנהייט פון רביה"ק הדברי יואל מסאטמאר זי"ע.)
טראָץ וואס די צדיקים וגדולי ישראל אויף די רעכטע זייט פונעם בימת הכבוד האבן געהאַט פאַרשידענע חילוקי דעות בעניני תורה ואמונה והשקפות הזמן מיט די גדולי ומנהיגי יהדות ליטא אויף די לינקע זייט פונעם בימת הכבוד, אַריינגערעכנט השתתפות בבחירות האסורות, שטיצן דעם חינוך-עצמאי נעץ, אַנערקענען די ציוניסטישע רעגירונג אלס דע-פאַקטא, לערנען אין די חדרים און שולעס אויף די טריפה'נע העברעאישע שפּראַך און נאך – דאָך ווען עס איז געקומען אָפּצושרייען אַ גזירה פון די ציונים, איז געווען אָנגענומען "הלכה וכן מורין כן" אַז מען טוט זיך לשעה פאַראייניגן און מ'לייגט אינדערזייט די חילוקי דעות.
ביי די סאַמע ערשטע ריזיגע דעמאָנסטראַציע קעגן מדינת ישראל, וואָס איז פאָרגעקומען אין יאר תשי"ד אין מאַנהעטן קעגן גזירת גיוס בנות, זענען אָנוועזנד געווען אלע אָרטאָדאָקסישע, חסידישע און ליטווישע, קהילות און קרייזן פונעם חרדישן אידנטום אין ניו יארק (מיט'ן אויסנאַם פון חב"ד). באזונדער געדענקט מען פון יענע דעמאנסטראציע דאס השתתפות פונעם סקווירא רבי'ן מהרי"י טווערסקי זצוק"ל און השתתפות פונעם וויזניצער רבי'ן מהרח"מ האגער זצוק"ל וועלכער האָט זיך דאַן געפונען אין אמעריקע.
במשך קרוב צו די לעצטע זיבעציג יאָר זינט'ן אנטשטייאונג פון די ציוניסטישע מדינה, זענען פאָרגעקומען מערערע דעמאָנסטראַציעס, פאַררופן דורך "התאחדות הרבנים" בפקודת הקודש פון די נשיאים מרן רביה"ק הדברי יואל זי"ע און מרן רביה"ק הברך משה זי"ע, און יעדע דעמאָנסטראַציע פאַר זיך איז געווען א קידוש ה' צוזעענדיג די פאַראייניגונג, אויף לשעה, פונעם אָרטאָדאָקסישן אידנטום אין אמעריקע.
ווי געלונגען זענען געווען די הכנות צו די דעמאָנסטראַציעס ווען מ'האָט געהערט אז בבית מדרשו פון הגה"ק מהר"ש מבאבוב זצוק"ל האָט מען שבת קודש פריער אויסגערופן אַז מ'זאָל גיין צו די דעמאָנסטראַציע פון די התאחדות הרבנים, און ביים דעמאנסטראציע זעלבסט, האָט מען געזען די לעכטיגע צורה פון הגה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זצוק"ל בשליחות אביו הגה"ק מבאבוב זצוק"ל, וועלכער האָט מיט זיך מיטגעברענגט הונדערטער באבובער חסידים.
אַ מחזה הוד איז געווען צו זען ווי דער אויבנאָן ווערט באשיינט דורך דעם גאון וצדיק רבי משה ניישלאס זצ"ל אבדק"ק שיכון סקווירא, וועלכער איז געקומען בשליחות הקודש פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ואתו עמו בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און הונדערטער אידן פון עדת חסידי סקווירא, די עדה הקדושה וואס איז זיך שוין היינט צעוואקסן אין די פילע טויזנטער בליעה"ר.
טויזנטער און טויזנטער אידן, בעיקר אידן פון די מיטעלע יארן, וועלן קיינמאָל נישט פארגעסן דאס השתתפות פון הרה"ק מריבניץ זי"ע, הרה"ק מסקולען זי"ע, יבדלחט"א כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א און נאך גדולים וצדיקים, ביים מאַסן דעמאנסטראציע אין מעדיסאן סקווער גארדען אין יאר תשל"ט אום חודש אדר.
(במאמר המוסגר: טראץ וואס די דעמאנסטראציעס קעגן די מדינה זענען שוין פארגעקומען בלויז ברחובה של עיר, אנגעהויבן פון די מיטעלע כ' יארן ביז תשל"ט, מיטן איינזעעניש אז א דעמאנסטראציע אויף די גאס האט א פילפאכיג-שטארקערע אפקלאנג בקרב אומות העולם – איז אבער די דעמאנסטראציע קעגן די ציוניסטישע מדינה בכלל און אירע גזירות פון חיטוטי שכבי ביי די קברים פון אביי ורבא, חילול שבת מיטן בויען דעם שאסיי אינעם רמות געגנט, באקאנט אלס "כביש רמות", און נאך אנדערע איבלען, יא פארגעקומען אום חודש אדר תשל"ט אינעם גיגאנטישן סטאדיום "מעדיסאן סקווער גארדען", ווייל מ'האט געוואלט אז אויך דער נשיא פון התאחדות הרבנים, מרן רביה"ק הדברי יואל מסאטמאר זי"ע זאל זיך משתתף זיין, און די דרויסנדיגע ציפעדיגע קעלט זאלן נישט זיין קיין עיכוב פאר'ן רבינ'ס ערשיינונג. דאס האט מען אבער זיכער געמאכט, אז אויב מ'מאכט יא אינעווייניג, זאל דאס זיין אין מאנהעטן, די הויפטשטאט פון דער וועלט, ווייל א געשעעניש אין אירע גרעניצן הילכט אפ פיל בעסער און שטערקער ווי אין אנדערע געגנטער אין ניו יארק.)
כהנה וכהנה קען מען אויסרעכענען פילצאליגע דעמאָנסטראַציעס פון די י' יאָרן, כ' יאָרן, ל' יאָרן, מ' יאָרן, נ' יאָרן, ע' יאָרן, וואָס מ'האט געוואוסט אַז דאָס זענען נישט קיין "סאַטמאַרער" דעמאָנסטראַציעס. מען האָט אַלע יאָרן געצילט צו שיקן א מעסעדזש פאַר די אלגעמיינע וועלט, הן פאַר די גויאישע און הן פאַר די פרייע, אַז צענדליגער און צענדליגער טויזנטער אידן פון אַלע שיכטן און קרייזן דערקלערן אַז די ציוניסטישע מדינה רעדט נישט אין נאָמען פון כלל ישראל; געבן חיזוק און מוט פאַר אחינו בני ישראל תושבי ארה"ק וועלכע שטייען אויפ'ן פראָנט נישט נאכצולאָזן פון די קאַמפן קעגן די רשעי ישראל, ועל כולם אַוועקצונעמען דעם חרון אף וואָס די רשעי הציונים שאַפן ליידער מיט זייער כפירה און גזירות נגד הדת ומרידה במלכות שמים.
ועתה על של עתה באנו: אין די לעצטערע טעג איז געשען אַן ערדציטערניש אין די אידישע גאס, ווען אַמעריקאַנער ראשי ישיבות, טייל פון זיי שטאַרקע אָנהענגער פון די ראשי ומנהיגי דגל התורה פּאַרטיי אין מדינת ישראל, האָבן געבראָכן זייער שטילשווייגעניש און געשיקט אַ וויי-געשריי בריוו צו די ראשי ומנהיגי דגל התורה, מיט טענות היתכן מ'פאַרשווייגט און מ'פאַרלייקנט אַז עס עקזיסטירט אַ גזירה פון גיוס חרדים בארה"ק.
דער בריוו פון 5 אמעריקאנער ראשי ישיבות ובתוכם נאוואמינסקער רבי שליט"א, וואס אלע צייטונגען אין ארץ ישראל, פרייע און פרומע, האָבן באצייכנט ווי אַן אַטאָם באָמבע – צייגט אַז עס דאָ אַ דורכברוך אינעם חומת השתיקה קעגן די גזירה, און וואָס אַ טאָג מער עס וועט פאַרביי גיין, וועט דער דורכברוך פיל ברייטער ווערן בעז"ה.
ביי אַ באזוך היינטיגע וואָך פונעם גאלאנטער רבי'ן שליט"א און פונעם מאונט-קיסקא-נייטרא דיין שליט"א בביתו נאוה קודש פון מרן הגה"ק מסאַטמאַר שליט"א, וואו ס'איז אויפגעברענגט געווארן די געפלאנטע דעמאנסטראציע אינעם ברוקלינער סטאדיום און דער אטאם באמבע-בריוו פון די אמעריקאנער ראשי ישיבות, ווי אויך די בקשה פון די ראשי ישיבות אז לעת עתה זאל "סאטמאר" נישט מאכן א דעמאנסטראציע און לאזן די אטאם-באמבע "מאכן דעם דזשאב" אויך צווישן אנדערע בלינדע אנהענגער פון די דגל התורה מנהיגים – האָט דער סאטמארער רבי דערציילט אַ "בעיני ראיתי" עובדא.
אין יאָר תשכ"ז איז געווען פאַררופן אַ מעכטיגע דעמאָנסטראַציע קעגן די גזירה פון ניתוחי מתים. די הכנות צום פּראָטעסט זענען שוין געווען אין פולן שוואונג; מיט באַריכטן אין די צייטונגען, פּלאַקאַטן אין אלע גאַסן, אין די באַנען, אין די בתי מדרשים און מ'האָט אינוועסטירט צענדליגער טויזנטער דאָלאַרן מיט טייערע אַנאָנסן אינעם פּרעסטיזשפולן "ניו יארק טיימס" א.ד.ג.

דערציילט דער רבי שליט"א: איך בין דעמאָלט געווען מיט'ן טאַטן זכרונו לברכה ביים פעטער זכרונו לברכה אין שטוב ווען עס איז אָנגעקומען אַ דעלעגאציע פון פינף מזרחיסטישע רבנים (אנע בערד) פון ניו יאָרק; זיי האָבן געבעטן דעם פעטער זכרונו לברכה מען זאָל נישט איצט מאַכן דעם פּראָטעסט, און זיי נעמען אויף זיך צו פאָרן קיין מדינת ישראל און זיך טרעפן מיט'ן פּריים מיניסטער (לוי אשכול) און וועלן משתדל זיי ביי אים מבטל צו זיין די גזירה.
האָט דער פעטער זכרונו לברכה געפרעגט, וויפיל צייט דאַרפט איר? זיי האָבן געגעבן אַ צייט און דער רבי האָט מסכים געווען. ער האָט אָפּגערופן די דעמאָנסטראַציע.
ווען זיי האָבן פאַרלאָזט – דערציילט דער סאַטמאַרער רבי שליט"א וועלכער איז דערביי געווען – האָט דער פעטער זכרונו לברכה געזאָגט, "וואָס קען איך דען טון קעגן די אַלע גזירות? איין זאַך, שרייען! נו, זאָל איך אויסנוצן מיין לעצטן קויל? לאָמיר זיי געבן אַ שאַנס און אויב דאָס וועט דורכפאַלן – אַ דעמאָנסטראַציע קען מען מאַכן שפּעטער אויך."
דער רבי שליט"א האט דאס דערציילט פאר די 2 דערמאנטע רבנים שליט"א, פון די היינטיגע מנהיגים פון "התאחדות הרבנים", ביים באזוך בביתו נאוה, כלפי דעם פרישן פאל ווען ממש אין די לעצטע טעג זענען עטליכע חשוב'ע ראשי ישיבות פון אַמעריקע, נישט פון די מזרחי קרייזן, נאר דייקא פון די קרייזן וואס מיט זיי האט מען זיך אלעמאל משדך געווען ביי די דעמאנסטראציעס, געקומען מיט אַ בקשה אז מ'זאל לעת עתה אפשיבן די געפלאנטע דעמאנסטראציע, טראץ וואס מ'האט שוין אויסגעגעבן גרויסע געלטער און כוחות. זיי בעטן מען זאָל זיי געבן אַ שאַנס און זאָגן אַז אויב וועט זיין שטיל אין אַמעריקע אויף א שטיק צייט, און זיכער שטיל פון א "סאטמארער" דעמאנסטראציע, איז דאָ האָפענונג אויפצוטאן גדולות ונצורות.

דער סאַטמאַרער רבי שליט"א האָט פארענדיגט חות דעת קדשו, אַז אין אַזאַ פאַל דאַרף מען זיך געוויס פירן לויט די מעשה רב וואָס ער האָט אַליין צוגעזען ביי מרן דודו רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע. גלייכצייטיג איז דער געשפרעך אין די אידישע גאס אז אויך אַנדערע גדולי ישראל, רבנים ואדמורי"ם שליט"א האבן מחליט געווען צו געבן אַ שאַנס פאַר די אמעריקאנער ראשי ישיבות פאָרצוזעצן מיט זייער דרך המלחמה קעגן די גזירה און נישט יעצט דורכפירן א גרויסע דעמאנסטראציע.

סוף כל סוף, אויב די דעמאנסטראציע וועט יא פארקומען אום א' שלח י"ז סיון, וועט דאס זיין אזויפיל ווי פופציג טעג נאכדעם וואס דער בי"ד הגדול שבירושלים האט געבעטן אויפצורודערן דאס יהדות החרדית בגולה דורכ'ן מכתב זעקה וואס זיי האבן געשריבן קיין אמעריקע אום כ"ז ניסן העעל"ט.
נו, אויב האט מען געקענט ווארטן פופציג טעג לקיים דברי חכמים פונעם בית דין הגדול שבירושלים, קען מען ווארטן נאך א צען-פופצן טעג.

וכשם שמקבלים שכר על הדרישה כך מקבלים שכר על הפרישה.

מען מעג זיך דא עפענטליך קריגן אויף די שטעלונג פון דעם עדיטאריעל?, אדער אויב מען קריגט זיך אויפן עדיטאריעל איז פונקט ווי מען קריגט זיך אויף די מרנן ורבנן מיט וואס די אויסגאבע טענה'ט אז זיי זענען אפיליאירט, וואס דאן איז דאס קעגן די תקנות דא און איך וויל דאס נישט טוהן.
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובה דורך וויל זיין גוט »

פלייוואד האט געשריבן:

מיין מיינונג איז, אודאי קען זיין אז די מנהלים האלטן אנדערש, אז נאכדעם וואס עס זענען דא צוויי אפיציעלע מיינונגען אין די גאס, מעג א יעדע צד ערקלערן די קראנטקייט פון זיין זייט, ווייל יעצט איז דער אשכול 'לכאורה' נאר געמאכט פאר די וואס גייען יא, ווייל למשל איך קוק קיינמאל נישט קיין אשכולות וואס רעדן וועגן א סיום פון דף היומי וכדו', וויסנדיג אז עס האט נישט מיט מיר.
דעריבער אויב אזא עדיטאריעל האט געמעגט דא אריינקומען, טראץ וואס עס איז דא א צווייטע אפיציעלע שטעלונג פון צענדליגע רבנים, מעג אויך אריינקומען א פארענטפערונג, טאקע נאר בדרך כבוד, אן קיין אטאקעס, בלויז צו קלארשטעלן דעם אנדער צד פון די רבנים. כן נראה """לעניות דעתי""" ולה' הישועה
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

וויל זיין גוט האט געשריבן:דאס זעהט מען לויט די חתימות, אז כמעט אלע רבנים וואס פלעגן זיך האלטן מיט סאטמאר, סאטמאר מיין איך ביז תשל"ט, צי זיי זענען תלמידי סאטמאר וכו', זענען געחתמ'עט, אויסער די וואס באלאנגען צו איין חלק סאטמאר, וואס זיי טוהען לויט וואס זייער רבי הייסט.

אויב אזוי איז עס געוואלדיגע דערגרייכונג, און עס זעהט זיך טאקע אן א מורא'דיגע ווארעמקייט ביי די אויבנדערמאנטע קרייזן, דעריבער איז זיכער אז אויסער וואס מען האט שוין אויפגעטוהן, וועט מען קענען ווייטער אויפטוהן נאך און נאך, וחפץ ה' בידינו יצליח.

דוקא זעה איך צווישן זיי רבנים וואס זענען נישט בהחלט סאטמאר, אדער מער גענויגט צי די אנדערע סאטמאר
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובה דורך פריילעך אידל »

סאמעטוכע האט געשריבן:זאגן זיי אז משה גפני האט גערעדט אקעגן די ר"י פון אמעריקא. איזעס אמת?

איך בין בכלל נישט סורפרייזט פון גפני'ס רעאקציע, איך האב נישט ערווארטעט עפעס אנדערש פון א חבר הכנסת וואס האט אייגענטליך אויסגעהאמערט דעם איצטיגן חוק, און געגעבן דעם פולן צושטימונג, אבער עס איז דאך היפש חוצפה'דיג...
משה גפני על הכינוס הרבבות
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

נאך זעה איך אז אין די קול קורא ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט וועגן די חוק הגיוס המתוקן מיט די שטיצע פון די פרומע ח"כ, אפשר כדי אז מער ליבעראלע רבנים זאלן חתמ'נען, אדער כדי די עצרת זאל נישט אויס זעהן אנטי אגודה, אינטערסאנט.
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובה דורך לאלתר לחיים »

פריילעך אידל האט געשריבן:
סאמעטוכע האט געשריבן:זאגן זיי אז משה גפני האט גערעדט אקעגן די ר"י פון אמעריקא. איזעס אמת?

איך בין בכלל נישט סורפרייזט פון גפני'ס רעאקציע, איך האב נישט ערווארטעט עפעס אנדערש פון א חבר הכנסת וואס האט אייגענטליך אויסגעהאמערט דעם איצטיגן חוק, און געגעבן דעם פולן צושטימונג, אבער עס איז דאך היפש חוצפה'דיג...
משה גפני על הכינוס הרבבות

פארוואס לאזט ער זיך נישט אויספרעגן ?.....
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה דורך רצון טוב »

מיין מיינונג בנוגע די עדיטאריעל
עס איז א שיינע אילוזיע צו זאגן אז עס איז דא מעגליכקייט עפעס צו טון אינאיינעם מיט די אינדרויסענדע קרייזן וואס מיט די וואפן פון כבוד התורה קען מען ביי זיי פארשויייגן אפילו ווען די שלש חמורות שטייט אויפן וועג.
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובה דורך אורח הכבוד »

רצון טוב האט געשריבן:מיין מיינונג בנוגע די עדיטאריעל
עס איז א שיינע אילוזיע צו זאגן אז עס איז דא מעגליכקייט עפעס צו טון אינאיינעם מיט די אינדרויסענדע קרייזן וואס מיט די וואפן פון כבוד התורה קען מען ביי זיי פארשויייגן אפילו ווען די שלש חמורות שטייט אויפן וועג.

הגה''צ דומ''ץ ור''מ סאטמאר מאנטריאל שליט''א ביי זיין פייערדיגע דרשה בהיכל הישיבההאט שטארק ארויסגעברענגט די פוינט
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובה דורך דונש »

רצון טוב האט געשריבן:מיין מיינונג בנוגע די עדיטאריעל
עס איז א שיינע אילוזיע צו זאגן אז עס איז דא מעגליכקייט עפעס צו טון אינאיינעם מיט די אינדרויסענדע קרייזן וואס מיט די וואפן פון כבוד התורה קען מען ביי זיי פארשויייגן אפילו ווען די שלש חמורות שטייט אויפן וועג.

אדמו"ר מהר"א האלט נישט אנדערש... ער האלט נאר אז עכ"פ אז ער בעט זיך אז ער האט א מהלך לאמיך אים ווייזן אז איך רעכן זיך מיט אים.
זוכט איר דוי?
פארשפארט

צוריק צו “אקטועלע נייעס”