מלחמה: רוסלאנד אטאקירט דזשארדזשיע! - 2008

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

מלחמה: רוסלאנד אטאקירט דזשארדזשיע! - 2008

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

א פרישער מלחמה האט היינט - פרייטאג - אויסגעבראכן ווען רוסישע טאנקן און באמבע'דיר ערעפלאנען זענען אריין קיין דזשארדזשיע און אנגעפאנגען אטאקירן אויף עטליכע שטעטלעך. האט געמאלדן דער דזשארידזשע פרעזידענט מיקהאל סאקעסוויל.

ארום הונדערט פופציג טאנקן און שווער באוואפענטע ארמיי טראק'ס זענען היינט אריינגעפארן אין סאוט אסיטיע ווי עס האט זיך אנגעפאנגען שווערע שלאכטן. די דזשארדזשיע ארמיי האט שוין אראפגעשאסן דערווייל צוויי רוסישע קאמפס ערעפלאנען.

ווען סי.ען.ען. האט געפרעגט די דזשארדזשיע פרעזידענט אין אן אויסשליסליכער אינטערוויא אויב זיין לאנד איז אין מלחמה האט ער געזאגט " מיין לאנד איז יעצט אין זעלבסט-שוץ פון רוסלאנד וואס איז געקומען אינוואדירן דזשארדשזיע".

"סאוט אסיטיע" האט זיך אפגעטיילט פון דזשארדזשיע אין די פריע 1990 יארן אבער איז נישט אנערקענט געווארן אין די וועלט אלץ אן אייגן לאנד. א גרויס חלק איינוואוינער אין סאוט אסיטיע פארמאגן רוסישע פאספארטן און זענען לויאל צו רוסלאנד.

דאס האט געברענגט צו אן עמערדזשענסי סעסיע ביי די יו.ען. ווי עס איז באהאנדלט געווארן די שנעלע טויש אין די מצב און איבער די גרויסע שלאכטן דארט. דער מיטונג האט זיך אבער גענדיגט אן קיין שום סטעיטמענט בנוגע די שלאכטן.

דער נאטא גענעראל 'דזשעפ די האאפ שעיפער' האט געזאגט א סטעיטמענט אז ער איז ערנסט באזארגט איבער די לעצטיגע שלאכטן אין יענער רייאון און ער האט אנגערופן ביידע זייטן אז מ'זאל אראפלייגן די געווער און אנפאנגען מיט דירעקטע געשפרעכן.

אויך די פאראייניגטע שטאטן און די בריטישע רעגירונג האבן געארבייט אויף ביידע זייטן אז זיי זאלן אראפלייגן די געווער און קומען צו דירעקטע געשפרעכן.

"די פאראייניגטע שטאטן האלטן שוין געשפערכן מיט ביידע זייטן פאר די לעצטע עטליכע חדשים איבער טרעפן א שלום'דיגער וועג צו פארהאנדלן" זאגט דער ווייסער הויז ווארט-זאגער גארדן דזשאנדאר, "מיר בעטן ביידע זייטן אראפצולייגן די געווער און פארהאנדלן געהעריג".

היינט פרייטאג אינדערפרי האבן די רוסישע ערעפלאנען אראפגעלאזט צוויי באמבעס אויף דזשארדזשיע טערעטאריע, זאגט א דזשארדזשיע באאמטער, אבער עס איז נישט געווען קיין פאליטעיטן.

אין א בריוו צו זיינע בירגער האט סאקעסוויל געשריבן אז ער האט מאבעלעזירט צענדליגער טויזענטער רעזארווירטע סאלדאדטן צו העלפן, און די מאבעליזאציע גייט ווייטער אן.

"מיר דארפן זיין פאראייניגט" שרייבט סאקעסוויל אין זיין בריוו "אלע פון אינז, די הונדערטער טויזענטער דזשארדזשיע איינוואוינער זאלן זיך צוזאמהאלטן און קומען זיך שלאגן און ראטעווען דזשארדזשיע, מיר זענען פרייהייט-ליבהאבער מענטשן, און אויב וועלן מיר זיין צוזאמען וועט אינז קיינער נישט קענען שעדיגען"

דזשארדזשיע האט דערקלערט א פייער-אפשטעל אויף היינט דריי אזייגער נאכמיטאג צו גיבן די מעגליכקייט פאר די ציווילע איינואוינער וואס ווואוינען אין די געפארפולע געגענטער צו אנטלויפן.

רוסלאנד זאגט אז א דזשארדזשיע אטאקע אויף איינע פון זייערע מיליטערישע באראקן האט איבערגעלאזט עטליכע רוסישע שלום-טרופן טויט. ווי דער רוסישער פרעימער מיניסטער וולאדמיר פוטין האט געזאגט דעראויף "און פארשטייט זיך אז מיר וועלן ענטפערען דעראויף"

שלום טרופן פון רוסלאנד זענען שוין אין סאוט אסיטיע זינט 1992 צוזאמען מיט דזשארדזשיע און סאוט אסיטיע סאלדאדטן. "דזשארדזשיע האט זיך זייער שלעכט אנגעפאנגען" האט געזאגט דער רוסישער פארטיידונג'ס מיניסטער "מיר וועלן נישט לאזן אויף הפקר אינזערע שלום-טרופן".

סאקעסוויל טענה'ט אז דער מלחמה אז שוין א פון פריער געפלאנטע זאך. "די טרופן וואס זענען - יעצט - אין דזשארדזשיע זענען נישט דא אנגעקומען פלוצלינג, זיי דרייען זיך שוין דא אינטער די נאז פאר עטליכע חדשים" זאגט דער פרעזידענט "זיי האבן גע'טענה'ט אז זיי מאכן עקסערסייז, זיי האבן נאר געווארט אויף א גוטער גלעגענהייט און זיי זענען אריינגעקומען"

דזשארדזשיע איז ביים שווארצן ים צווישן רוסלאנד און טערקיי, סאוט אסיטיע איז צוטיילט מיט א חלק פון רוסלאנד שטיצער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבאמא09 »

צווטליך שכוח פאר דעם דעטאלירטן באריכט.
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

א ריזן יישר כח צייטליך פארן לענגערן באריכט, מיר טוען עס אפרישיעטן.
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

צייטליך איך האב עס נישט געוואוסט אזוי גוט ווי דיר שכוח פאר די דיטעילס וואס איך בין יעצט געוואור געווארן. נאר איין קלייניקגייט לויט ווי כ'האב געזעהן ווערט עס נאכנישט אנגערופן קיין מלחמה זיי האבן נאר מורא ס'זאל נישט ווערן אנגערופן קיין מלחמה
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

איך וויל נאר צולייגן אפאר קלייניקייטן,

1) ס'איז אינטערסאנט צו זעהן אז די רגע עפעס טוט זיך פון רוסלאנד מיט דשארגיע האבן שוין סיי אבאמא און סיי מעקעין א ווארט דערין (ווי גלייך זיי לויפן צו זיין פרעזעדענט אין איינע פון די צוויי שטעט...)

2) ס'איז דא 12,000 (צוועלעף טויזענט) אידישע נפשות אין דשארגיע ווי אידן פון דאהי ווערן געבעטן אז אין פאל פון נויט זאל יעדער טוהן וואס ער קען זיי צו ראטעווען פון דארט

3) אריבער טויזענט מענטשן זענען שוין געהרגעט געווארן אין דשארגיע זינט דעם אנהויב פון די קריג.
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

צייטליך, א ריזן יישר כוח.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

א הערצליכן יישר כח פארן ק.נ.א. רעפארטער מר. צייטליך, פאר די צייטליכע און לענגערע באריכט, נייס דזשאב.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

צייטליך;

אויסער אויב דו באקומסט באצאלט אויפן אות, איז אידישער צו שרייבן גרוזיע. דער פרעזידענט דארט רופט זיך מיכאעל סאקאשווילי, און לויט מיינע אינפארמאציע זענען נאכנישט דא קיין צענדליגער טויטע, אפגערעדט פון טויזנט וואס שמיי-דריי באריכטעט.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

קרעמער, יישר כח פאר אויסבעסערן, איך האב זיך טאקע געפלאגט צו דערמאנען ויאזוי מ'שרייבט דאס אין אידיש, איך האב געדענקט אז מ'שריבט עס נישט "דזשארדיזשיע", אבער זיי נישט געזאגט, איך האב זיך באניצט מיט די ctrl v קנעפל יעדעס מאל איך האב געשריבן די ווארט..

און אז מ'רעדט שוין, וויאזוי זאגט מען "סאוט אסיטיע" אין אידיש? איך האב נאך קינמאל נישט געליינט אין די צייטונגען פון אזא לענדעל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

די מלחמה גייט ווייטער אן אפילו נאכן פייער-שטילשטאנד. אין די צייט וואס גרויזע האלט זיך צוריק, האלט אבער רוסלאנד אן מיט זייערע מיליטערישע אקציע'ס.

באמבעדירונגען גייען אן בייטאג און אויפדערנאכט די לעצטע דריי טאג אנע אויפהער. רוסלאנד האט באמבעדירט א מיליטירישער באזע און גרויזיע און דערנאך באמבעדירט די רעדאר סטאנציע פון די לופט-פעלד און די הויפט שטאט פון גרויזע. פאלעזירענדיג די גאנצער לופט פעלד. אזוי אויך צענדליגער ציווילע פלעצער, לויט א באריכט פון גרויזיע.

אין א באריכט אין "בחדרי חרדים" ווערט דארט געברענגט אז בערך 50 אידן פון גרויזיע האבן פארלאנגט אז זיי ווילן עולה זיין קיין ארץ ישראל צוליב די מלחמה, אזוי אויך האבן אנדערע 100 אידן וואס זענען יעצט פונקט דארט פארלאנגט פון די סטעיט דיפארטמענט אז מ'אל זיי ארויסנעמען פון דארט, עס איז שוין צוגעגרייט געווארן א וועג פאר זיי ארויסצופארן, נאר אזוי ווי דער לופט פעלד איז באמבעדירט געווארן איז אלעס אפגעשטיפט געווארן.

לויט ווי גרויזע האט באריכטעט איז שוין דא אריבער צוויי טויזענט געטראפענע פון די באמבעדירונגען, א זאך וואס רוסלאנד לייקנט אפ.

די רוסישער פרעימער מיניסטער ווילאדמיר פוטין האט היינט שטארק קרעטיקירט אמעריקע פארן ארויסהעלפן גרויזיע מיטן טראנפערטירן די עטליכע טיזענט גרויזיער סאלדאדטן פון איראק צוריק קיין גרויזיע מיט אמעריקאנער מיליטערישע פליגערס.

אמעריקע האט קרעטעקירט רוסלאנד פארן זיך נישט צושטעלן צום צייטווייליגן פייער-שטילשטאנד נאכדעם וואס גרויזיע האט זיך צוגעשטעלט.


דא האט איר א באריכט פון "בחדרי חרדים" אזוי אויך א ווידיאו קליפ.
http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=6390&cat_id=1

דא קענט איר זעהן די פולע מיליטירישע אפעראציעס פון ביידע זייטן.
http://www.reuters.com/news/video?video ... oChannel=1

דא קענט איר זעהן די באמבעדירטער לופט-פעלד רעדאר.
http://www.reuters.com/news/video?video ... oChannel=1



פון די דעסק אין ק.נ.א., דאס איז צייטליך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

לויט רעפארטס האבן שוין די רוסען איינגעומען די שטאט גורי אין דשארדשיע
די רוסען לייקענען עס דערווייל
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ויקם מלך חדש ברוסלאנד ופוטין שמו, אשר לא ידע פון קיין ציוויליזאציע, מיטן ציהל צוריק צו אנעקסירן אלע ארומיגע לענדער וואס האבן באלאנגט פארן סאוויעטישן פארבאנד אין פוטין'ס ערשטע גלגול ווען ער האט געהייסן לענין.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

קודם א ריזיגן שכח פארן חשובן רעפארטער מר. צייטליך פארן כסדר אפדעיטן מיט נייעס, מיט זאכליכע ווערטער.

קרעמער האט געשריבן:אין פוטין'ס ערשטע גלגול ווען ער האט געהייסן לענין.

חחחחח גוט גוט

קרעמער האט געשריבן:צייטליך;

אויסער אויב דו באקומסט באצאלט אויפן אות, איז אידישער צו שרייבן גרוזיע. דער פרעזידענט דארט רופט זיך מיכאעל סאקאשווילי, און לויט מיינע אינפארמאציע זענען נאכנישט דא קיין צענדליגער טויטע, אפגערעדט פון טויזנט וואס שמיי-דריי באריכטעט.

הערשל פר"מ אין די הקדמה צו זיין נייעם שיעור אויף קאל מבשר פון נעכטן (איך האף אז ער האט עס געמאכט ביינאכט נאכן אויספאסטן) טענה'ט ער אז פאליטיש קארעקט איז יא דזשארדזשיע ווייל זיי האבן זיך עפעס געטוישט די נאמען שעמענדיג זיך מיט גרוזינע, אבער ער וועט יא זאגן גרוזיע עפעס ווייל אזוי איז מען צוגעוואוינט אויף אידיש.
לעצט פארראכטן דורך בןהרחמן אום מיטוואך אוגוסט 13, 2008 8:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע: עיה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סלונימער »

די גרוזינער זיי זענען קריסטן אדער מוסלעמס?
איך האב געהערט אז זיי זענען זייער פריינטלעך צו אידן און אויכעט עס איז געווען אזוי אין פריערדיקע דורות.
איש חסיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חסיד »

די וועלט דארף כאפען וואס עס קומט דא פאר די זעלבע קאמיניסטן פון 18 יאר צירוק לעבען נאך און סאיז נישט אזוי ווייט אז זיי זאלן זיך צירוק קערן צום אמאליגן רשעות אוודאי נישט אין איין טאג דער פוטין טוט עס ציביסליך מקען נישט וויסען ווי ווייט ער וועט נאך גיין, די פרעזידענט פון גרויזיע מיכאעל סאקאשווילי האט עס ציגעגליכן צו די רוסישע אינוואזיע אויף אפגאניסטאן און ער האט א שטיקל פאונט, דעמאלטס האט אמעריקע באוופנט די טאליבאן
איש חסיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חסיד »

סלונימער האט געשריבן:די גרוזינער זיי זענען קריסטן אדער מוסלעמס?
איך האב געהערט אז זיי זענען זייער פריינטלעך צו אידן און אויכעט עס איז געווען אזוי אין פריערדיקע דורות.


זיי זענען קריסטן
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: מלחמה: רוסלאנד אטאקירט דזשארדזשיע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

וויאזוי האט זיך אויסגעלאזט די מלחמה?
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: מלחמה: רוסלאנד אטאקירט דזשארדזשיע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:וויאזוי האט זיך אויסגעלאזט די מלחמה?

געווען א וואפן-שטילשטאנד, אבער די רוסן האבן עס שוין פארלעצט אפאר מאל.

קרעמער האט געשריבן:ויקם מלך חדש ברוסלאנד ופוטין שמו, אשר לא ידע פון קיין ציוויליזאציע, מיטן ציהל צוריק צו אנעקסירן אלע ארומיגע לענדער וואס האבן באלאנגט פארן סאוויעטישן פארבאנד אין פוטין'ס ערשטע גלגול ווען ער האט געהייסן לענין.

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
שוין 12 יאר שפעטער, אבער די תגובה איז נאכאלטס א גוטס, ספעציעל די באלד חלק.

איך וואלט צוגעלייגט, ער פירט זיך אויך אויף צו פאליטישע אפאנאטען ווי אין זיין ערשטע גלגול.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
שפעטער נישט יעצט
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 12:15 am

Re: מלחמה: רוסלאנד אטאקירט דזשארדזשיע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער נישט יעצט »

מעכטיג פאר אונזער מצב היינט
פארשטאנען איז גוט און אויב נישט איז אויך גוט
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: מלחמה: רוסלאנד אטאקירט דזשארדזשיע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

איז דא יעצט א פרא רוסישע רעגירונג?
ירוושלמי22
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

Re: מלחמה: רוסלאנד אטאקירט דזשארדזשיע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוושלמי22 »

שפעטער נישט יעצט האט געשריבן:מעכטיג פאר אונזער מצב היינט

מיר האסטו מצליח געווען צו צומישן אינגאנצן
איך האב געמיינט אז מ'רעדט פון א פרישע קריג.....
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: מלחמה: רוסלאנד אטאקירט דזשארדזשיע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

Wow a1 האט געשריבן:איז דא יעצט א פרא רוסישע רעגירונג?

ניין און זיי האבן בכלל קיין באציאונגען
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: מלחמה: רוסלאנד אטאקירט דזשארדזשיע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

איך פלעג ארבעטן מיט אפאר זשארזשיע חברה, זיי האסן דעם פוטין אז סגייט א רויעך.
אוועטאר
שפעטער נישט יעצט
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 12:15 am

Re: מלחמה: רוסלאנד אטאקירט דזשארדזשיע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער נישט יעצט »

ירוושלמי22 האט געשריבן:
שפעטער נישט יעצט האט געשריבן:מעכטיג פאר אונזער מצב היינט

מיר האסטו מצליח געווען צו צומישן אינגאנצן
איך האב געמיינט אז מ'רעדט פון א פרישע קריג.....

מיך אויך די ערשטע רגע איינער האט עס געלינק'ט
פארשטאנען איז גוט און אויב נישט איז אויך גוט
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: מלחמה: רוסלאנד אטאקירט דזשארדזשיע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

א דאנק פאר ארויפברענגען דעם אשכול..

בקיצור דער פוטין איז סתם א שלעגער, א ווילד אינגל, ידו בכל ויד כל בו..
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”