מיר זענען געגאנגען גרין - איינצוגס דרשה

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

מיר זענען געגאנגען גרין - איינצוגס דרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

עההם .... עההם .... מ'האט מיר געהייסן זאגן אפאר ווערטער ... לא איש דברים אנכי ....

שוין א שטיק צייט וואס כ'האב די זכיה עומד צו זיין לשרת דעם חשוב'ן ציבור, בתור אחראי, ארויסצוהעלפן די חשובע מנהלים און אחראים, און ס'פילט זיך פון איין זייט א געוואלדיגע זכיה, און פון די אנדערע זייט א גרויסע אחריות, ווי ס'איז מיר אריין אין די ביינער א ווארט וואס איינער פון די חושבע אחראים האט מיר געשריבן דאן ביים אנהויבן אלץ א קבלת פנים
זייענדיג אן אחראי זעהט מען בחוש אז מ'קען מתקן זיין וואס אנדערע האבן קאליע געמאכט, עס איז א חיזוק אבער אן אחריות צו דער זעלבער צייט


געלויבט דער באשעפער אין די שטיקל צייט פון דאן האב איך געהאט די זכיה אסאך אויפצוטוען, אנע שיעור שנאת חנם וואס כ'האב פארמיטן, מיטן פארריכטן א ווארט צוויי פון א תגובה, וואס דער שרייבער האט ניטאמאל אן אנונג דערפון עד היום, ס'איז דא צומאל וואס מ'האט באמערקט אבער ס'איז באמת פיל מער פון דעם.

אנע שיעור ארבעט פון צוטיילן אשכולות, אפטיילן לייכטע דעבאטעס פון וויכטיגע קורצע נייעס, אז ס'זאל זיין געשמאק ומזה ומזה אל תנח ידך.

ווי פארשטענדליך ווען מ'האט אנגעהויבן די ארבעט אלץ פראבע, איז זיכער נישט געווען קיין רעדע פון גיין אפן מיט מיין ניק אלץ אחראי, GO GREEN ווי מ'רופט עס אויף אונזער באליבטן וועלטל, זינט ס'איז נאר א פראבע, וחוץ מזה, האט שוין די עבר געוויזן, אז צווישן אזא גרויסן ציבור איז דאך אלץ דא אזוינע וואס מאכן א ברכה לבטלה מיטן שלא עשני אשה... ווייל דעתן קלות, און האבן אנגעמאכט גרויס עגמת נפש מיט זייערע לויזע צונגן פאר די חשובע מנהלים ואחראים, און ווער זוכט זיך איבריג כבוד? ס'איז פיל רואיגער צו ארבעטן אין דער שטיל, אין הברכה שורה אלא בדבר הסמוי מן העין.

די פראבלעם איז אז עס קומט מיט א חסרון אויכעט, מ'קען נישט קאמוניקירן מיטן עולם, מ'קען נישט מעלדן עפעס א גרעסערע זאך, אפילו ס'איז יא דא אן "אחראי" ניק, צום דעספאזיציע פון די אחראים, אבער ס'איז יענץ עסק ארויסצוסיינען פונעם אייגענעם ניק, גיין אריינסיינען מיטן "אחראי" ניק, בפרט ווען די ארבעט וואס מ'טוט דא איז אראפגע'גנב'טע מינוטן דא און דארטן (ששש זאגסט נישט אויס מיין באלעבאס ...).

פארגאנגענע וואך געווען א שיינעם שמועס אינעם "אפענעם שמועס איבערן צענזור אשכול" איבער דעם ענין, און עטליכע חברים שיחי' האבן שיין ארויסגעברעגנט די נקודה פון די וויכטיגקייט און באקוועמליכקייט צו פילן אן אחראי וואס איז מיט אונז און דרייט זיך און שרייבט מיטן עולם, פילט מען נישט ווי איינער שטייט אין אפיס און קוקט פון אויבן אראפ, (וואס איז ח"ו נישט אמת, אבער מ'באקומט אזא געפיל).

צוליב די אויבערדערמאנטע טעם, צו פארמיידן גילוים און עגמת נפש, איז מיר פארמיטן צו גיין גרין מיט מיינע ביז איצטיגע ניקים ... אבער פארט האב איך געפילט אז ס'איז געקומען די צייט, זיך אנצוהויבן דרייען צוויישן עולם מיט א גרינעם הוטל, ווייל דאס איז באמת טבעי, צו פארברענגן צוזאמען מיטן עולם, מרבה זיין אהבה ואחוה ושלום ורעות, כאטש ס'איז נישט ממש מעגליך יעדן איינעם צופרידנצושטעלן, כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהן שוות, מ'קען נאר פרובירן די בעסטע וואס מ'קען און מ'בעט מיר ונמצא חן ושכל טוב בעיני אלקים ואדם.

איז געבליבן די החלטה אנהויבן פון דאסניי א ניק, ווערן א גרינער תרתי משמע, כ'האף דער עולם וועט מיך מקרב זיין אלץ א נייע ניק ...

כ'האף בס"ד צו שטיין צו הילף דעם עולם, צו העלפן אנהאלטן דאס ריינקייט (תרתי משמע) און געשמאקליכע אטמאספערע דא בתוכינו, און איך בעט דער עולם זאל זיין בייהילפיג סיי מיר, סיי די אנדערע חשובע אחראים ומנהלים, הן מיטן שרייבן ... אז ס'זאל גיין א רויעך ... והן מיטן מדווח זיין תגובות וואס זענען אונטער אונזער לעוועל, אנשטאטס צו ענטפערן דערויף און פארציען דעם שמועס.

ויה"ר שיתקדש ש"ש על ידינו, מיר אלע אחראים דא, קיינער מאכט נישט דא קיין פעני, און וויפיל איך קען פון זיי, האבן זיי קיינער נישט עפעס א ספעציעלע אומגעווענליכע תאוות השררה וואס זאל זיי טרייבן, אוועקצוגעבן אזויפיל צייט און מי פאר דעם פלאץ, די איינציגסטע זאך וואס טרייבט אונז, אז מ'פיל מיר אז דאס בגדר פון פארשפרייטן קדושה, אז יונגעלייט וואס זענען אויפן געוועב צוליב פרנסה (אדער פאר וואטעווער ריזען ...) זאלן האבן אן ערליך ווינקל אפגעהיטן ממים הזדונים פון די מבול כפירה ומינות וואס איז דא אוט דעיר, בעטן מיר אלע אויף סייעתא דשמיא, אז ס'זאל חלילה נישט ארויס קיין מכשול מתחת ידינו עד עולם.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

שאמאלייכעם אלי איך שעץ דיין ארבעט און איך קוק ארויס אויף דיין הצלחה, עס איז גאר א שיינע זאך די ארטיקל ווי דו ביסט מסביר דיין ‏תפקיד דא...
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

שלום עליכם. ווער זענט איר?
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

געלעגער האט געשריבן:שלום עליכם. ווער זענט איר?

:roll:
____

אין אנדערע נייעס, טוען מיר ווילקאמען ר' אלי'ן, שלום עליכם! שפורט אייך היימיש מיט אייער נייעם קאפעליטש! מיר האפן אז איר וועט נישט האבן דא צופיל ארבעט (תקות שוא, הא?). און א הארציגען שכח פאר'ן קלארשטעלן אייער "גרינע" אג'ענדע, עמיר כאטש וויסן ווי מ'שטיי מיר אויף דער וועלט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

געלעגער האט געשריבן:שלום עליכם. ווער זענט איר?

איך שמעק אז איר ווילט פרובירן זיך ארויסדרייען פון צאלן מקוה געלט פאר אונזער נייעם מקוה איד ר' אלי' זז"ג.

ביטע שיין! ער האט קוים אנגעהויבן דא, ער דארף זיך נאך באקאנט מאכן וויאזוי מען וואשט די האנטוכער, ווי פונקטליך מען לייגט אוועק די זייפן און שעמפו'ס, און אויף וועלכע גראד די אלטע פארטאגס אידן האבן ליב דעם בור.

גיבט אים אזויפיל נאך אז כאטש די מקוה געלט איינגאבע זאל זיך עם אנהייבן מיטן רעכטן פוס.

אגב ר' אלי'! מיר האבן הנאה וויאזוי דו האסט אנגעהויבן דא מיט אזא געשמאקע אייננאמע, האסט זיך אזוי שיין introduced, און דו האסט פארגעשטעלט פארן ציבור וויילער א דעטאלירטן פלאן וואס דער ציהל פון דיין נייע אדמיניסטראציע וועט זיין און איר וויזיע פארן שיינענדן עתיד.

דאס איז שוין איינמאל "אנגעהויבן מיט די רעכטע פוס"!

און מיר האפן און שטרעבן אז דו וועסט אלעמאל געדענקן דיינע קאמפיין הבטחות, און אז דו וועסט קיינמאל נישט מסיח דעת פון אונזער געמיינזאמען ציהל צו בלייבן א באשיידענעם ערליכן ווינקל אינעם ים פונעם טרייפענעם געוועב, און מיר וועלן דיר אלעמאל דאנקבאר זיין דערפאר.
---
אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע: א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם ממה נשתנה »

איך מיין אז איר מעגט זיין אחרי אויף די אשכול אויך...
חכם מה הוא אומר.. (הגדה של פסח)
הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכנעה »

אויסגערעכנט האט געשריבן:שאמאלייכעם אלי איך שעץ דיין ארבעט און איך קוק ארויס אויף דיין הצלחה, עס איז גאר א שיינע זאך די ארטיקל ווי דו ביסט מסביר דיין ‏תפקיד דא...
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

מזל טוב אלי'...

דו ביסט דער שאטן וואס פלעגט זיך דרייען דא אונטער די פוס די לעצטע שטיק צייט?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אויוויי איר זעהט אויך שאטן׳ס? ס׳דא רפואות פאר דעם, פאר מער אין אישי...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

שלום עליכם

פארוואס ווען איך טראכט פון א מקוה איד זעה איך א יונגערמאן אנגעטון מיט א וועסטל מיט א דשילעט אינעם אויבערשטן טאש, קיינער ווייסט נישט
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

וועלקאם אבארד
א גרין לייט פון מיין זייט

הצלחה מרובה פאר דיין נייע, נישט גרינגע, אויפגאבע
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מזל טוב אלי' מקוה איד צום נייעם ניק נאמען און פרישע פארב, הצלחה אין דיין ארבעט
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

יישר כוח! איך ווייס נישט צו איך וואלט געהאט די גאוט'ס צו גייען גרין און זיין א אפענע אחראי! כל הכבוד!

נ.ב. אויך נישט קיין באהאלטענע אחראי...
איזי
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

שלום עליכם ר' אלי'! מאכט אייך באקוועם.. דארט זענען די בענקלעך אויף די לינקע זייט...


אויב איר האט עני פראבלעם דא אויף אייוועלט זייענדיג ניי און פרעמד קענט איר זיך אייביג פארבינדן אין אישי צו מיר. (איך בין זיכער אז אנדערע חבירים זענען אויך גרייט ארויס צו העלפן)
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:שלום עליכם ר' אלי'! מאכט אייך באקוועם.. דארט זענען די בענקלעך אויף די לינקע זייט...


אויב איר האט עני פראבלעם דא אויף אייוועלט זייענדיג ניי און פרעמד קענט איר זיך אייביג פארבינדן אין אישי צו מיר. (איך בין זיכער אז אנדערע חבירים זענען אויך גרייט ארויס צו העלפן)

אדער קענט איר זיך פארבינדען מיט אייער אלטע ניק.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אלי', וועלקאם א בארד און פייעס!!!!

מיר פרייען זיך צו זען אז איר גייט אפיציעל ווי א גרינער, און איך הא, אז דו וועסט זיין צו מיר אזוי העפליך ווי אלע אנדערע אחראים, חוץ יענער איינער חכם וואס מעקט לאנגע ארטיקלען פון מיינע אשכולות ווייל שוין, נו, ווייסטעך, לאמיר נישט אריינגיין.

עני פראבלעם, געמיר די שליסל פון מקוה און איך וועל שוין שרייען אנשטאט דיר "א טויבל און הערויס", אדער עפענען די טיר פאר די וואס פרובירן כאפן היטשעס.

עצה טובה קמאשמעלאו, לערן גוט דורך דיזע שיעור, עס וועט דיר צוניץ קומען ביים קאנטראל ארבעט.

גוטע נאכט.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

יישר כח פאר אלע באגריסונגן און פארן מקרב זיין...
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

ברוך הבא ר׳ אלי׳, א שיינע איינצוג׳ס דרשה, נאך א שענערע אנצוג... איך בין טאקע נייגעריג וואספארא אוועטער איר וועט נעמען...

זאל דער אויבערשטער שיקן ברכה און הצלחה במעשי ידיכם אז זיי זאלן זיין נח לשמים ולבריות. מיט האפענונג אז עס וועט נישט זיין - פון אונזער זייט - צופיל.
קהל עדתינו עליך יסמוכו, לך בכוחך זה והושעת...
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

נישט פייגעבאלן צו טראכטן איבער אן אוועטער, עני איידיע?
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

די פיר אידן וואס קוועטשען זיך אריין אין די מקוה דרייער וואלט געווען פאסיג, א חוץ אויב ביי אייך ליגט נישט קיין געיט ביים אריין גאנג.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

האנטוכער זאלן פליען פון אויבן וכו' וכו' (דארפסט אבער קודם פרעגן רשות פונעם 08 גאווערנער)

אה שלום עליכם יהא בואך לברכה להרמת דרך התורה והיראה

און אין איינוועגס קיינער הערט דאך סיי ווי נישט דא, שכח פאר'ן וואשן מיינע האנטוכער נאך פאר'ן אנטון אפיציעל דעם גרינעם היטל
לעצט פארראכטן דורך יוראפ אום דינסטאג מאי 23, 2017 11:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

@יאצמעך, גוטע איידיע
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

שאלעמא לייחעם,
אויב ווילסטו פארקויפן אביסל ראפאט קראמפלי ערב שבת פארנט פון מקוה דאן ריף אן מיין איידעם, ער נעמט קער דערפון.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

דארף מען קודם וויסן וואס דאס איז..
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:@יאצמעך, גוטע איידיע


דיין אוועטער איז באותו מקום, אבער נישט באותו זמן.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”