ניגוני בעלזא און זייערע קאמפאזירער

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכימא »

היפאקריט האט געשריבן:און ווער שטייט מאחורי
אור פניך
מראה כהן
?

אור פניך איז פון ר' ירמי' דאמען, פערפאסט לכבוד ביקורו פונ'ם בעלזא'ער רב שליט"א באנטווערפן שבת שקלים תשנ"ב לפ"ק.

מראה כהן פון ר' פנחס פרידמאן

כ'ווייס נישט ווער ס'האט מחבר געווען די ניגונים, אבער כ'וואלט מיך ערלויבט צו זאגן אז דאס איז די שענסטע אלבום וואס בעלז האט אמאל ארויסגעגעבן, עכ"פ אין מיינע אויגן.

קודם די צוויי ניגונים אור פניך און מראה כהן זענען אויסנאם אויסנאם הערליכע רייכע שטיקלעך! סיי די עצם ניגונים און סיי די ארעינדזשמענטס וואס מונה לייגט דארט אראפ, אויף מראה כהן האט ער דארט שטיקלעך אז מ'קען צושפרינגען ווערן, און די הארמאניס וואס ער ווארפט צאם ביי אור פניך איז עפעס נישט נארמאל! און בכלל, די אנדערע ניגונים זענען אויך גאר פיינע סחורה, מונה לייגט אראפ אן אויסטערלישן דזשאב אויפן גאנצן סידי, אויפן אלטן סטייל מיטן אמאליגן טעם. איך קען דעם סידי הערן און הערן און הערן און נישט זאט ווערן.

אמת! נכון הדבר!
לכבוד חתונת בנו יחידו פון די בעלזא'ער רב שליט"א איז ארויסגעקומען א דאפלטע אלבום "מזל טוב ב' - ששון ושמחה". מונה האט דענסמאהל אראפגעלייגט א שיין שטיקל ארבעט, וממש יצא מגדרו כראוי וכיאות פאר אזא היסטארישער מעמד, ואכן יגע ומצא! ווער עס האט געהערט דעם טעיפ ווייסט וואס כ'מיין...
ודי לחכימא ברמיזא
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

לוי יצחק האט געשריבן:דאכט זיך אז צמאה נפשי (געהערט אויף כהנא'ס אידישע טעיפ) איז אויך פון בעלזער רב אליין.
אזוי אויך האדרת והאמונה, וואס מ'זינגט אויך אויף אשת חיל.

ביידע גאר גאר הארציגע ניגונים, עקסטרע ספעשל שיין.

כי לה' המלוכה אויך (אבי א ניגון)

קען אמיצער ארויפלייגן די ניגון כי לה' המלוכה?
יישר כח
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
טוטפיק
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוטפיק »

קען איך ערגעץ קויפן דעם גאנצן זאק בעלזא ניגונים.
וואס מ'קען אלץ טון מיט א טוטפיק.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

טוטפיק האט געשריבן:קען איך ערגעץ קויפן דעם גאנצן זאק בעלזא ניגונים.

ס'דא פון לחיים א USB מיט 500 ניגוני בעלזא
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

עס איז דא צו קויפן פון לחיים, 2 סידי'ס מיטן נאמען האוצר, וואס פארמאגט און זיך, ארום 90% פון די בעלזע סידי'ס.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ר' ירמי' דמן אליין האט דאכט זיך נישט געמאכט צופיל ניגונים, ער האט בעיקר געזינגען ניגונים פון אנדערע.

דאכט זיך אז די באקאנטע סימן טוב וואס מ'זינגט איבער דער גארער וועלט, און איז ארויסגעקומען לרגל די חתונה אדער די בר מצוה פון הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א, איז די קאמפיזאציע פון ר' ירמי' דמן.

סימן טוב קומט פון ר' ישעי' מענדלאוויטש פון בארא פארק וואס ער האט געגעבן (פארקויפט) פאר בעלז

די ניגון אשרנו האב איך געהערט פון מ. ב. ד. אויף א רעקארד
(איינער ווייסט וואס דאס איז). כ'האב שוין אמאל געהערט אז מ'זינגט עס אין בעלז און איצט זעה איך איינער שרייבט אז מונה האט עס געמאכט פאר בעלז.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
טוטפיק
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוטפיק »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:עס איז דא צו קויפן פון לחיים, 2 סידי'ס מיטן נאמען האוצר, וואס פארמאגט און זיך, ארום 90% פון די בעלזע סידי'ס.

איך מוז אראפקריכן צו זייער סטאר?
וואס מ'קען אלץ טון מיט א טוטפיק.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

לוי יצחק האט געשריבן:דאכט זיך אז צמאה נפשי (געהערט אויף כהנא'ס אידישע טעיפ) איז אויך פון בעלזער רב אליין.
אזוי אויך האדרת והאמונה, וואס מ'זינגט אויך אויף אשת חיל.

צמאה נפשי איז נישט פון בעלזא רב,
דער רב האט אים נאר אביסל משנה געווען די צווייטע פאל.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

משיח האט געשריבן:

ס'איז דא צוויי ניגונים אויף צמאה נפשי.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

אהא,
האב איך נישט געוואוסט,
איך האב געמיינט מ'באציעט זיך צו "די בעלזא צמאה", וואס דאס איז נאר דא איינס...
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

טוטפיק האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:עס איז דא צו קויפן פון לחיים, 2 סידי'ס מיטן נאמען האוצר, וואס פארמאגט און זיך, ארום 90% פון די בעלזע סידי'ס.

איך מוז אראפקריכן צו זייער סטאר?

זיי האבן נישט קיין ריטעיל, לכאורה קען מען עס באקומען ביי אלע music & judaica stores קענסט זיי רופן פארדעם פרעגן ווי ס'איז טאקע דא: 718-369-2090
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

משיח האט געשריבן:אהא,
האב איך נישט געוואוסט,
איך האב געמיינט מ'באציעט זיך צו "די בעלזא צמאה", וואס דאס איז נאר דא איינס...

די בעלזע צמאה, איז א דריטע זאך
ס'איז דא א ניגון צמאה לך נפשי פון ר' אלי' אייזנבאך שליט"א
און עס איז דא צוויי ניגונים אויף צמאה נפשי לאלוקים [מזמירות שב"ק]
וואס איינס פון זיי, איז פונ'ם בעלזע רב שליט"א, און איינס פון ר' יוסף צבי ברייער שליט"א.
[די ניגון וואס מ'זינגט לבי ובשרי נאך יעדע בית, איז פון בעלזע רב, און די ניגון וואס מזינגט נאך יעדע צוויי בתים, איז פון ברייער]
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

קעי, איך מיש מיר שוין נישט אריין
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
תולדות אדם
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2010 11:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולדות אדם »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:קען אמיצער ארויפלייגן די ניגון כי לה' המלוכה?
יישר כח

כי לה' המלוכה
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

מכטי1 האט געשריבן:אז מ'רעדט פון בעלזא מלחינים דארף מען צום ערשט שרייבען פון הרב יוסף צבי ברייער וואס א געוואלד פון די שיינע קאמפעזיציעס אין בעלזא זענען זיינס די עיקר פון ימים נוראים, היה עם פיפיות, חמול, מרן דבשמיא וכו'

זאלץוואסער האט געשריבן:דער בעסטער און באגאבסטער קאמפאזיטאר אין מיין אפיניאן איז ר' יוסף הערש ברייער

יעדער ניגון וואס דער זינגט האט א עקסטערע חן, און אפילו אן קיין עקסטערע געשלעפעכץ און געשרייעכץ רייסט עס אריין ביזן תוך פון הארץ. איך בין א שטארקער חסיד פון אים.

אויב איינער קען ברענגען נאך אינפארמאציע אויף דעם איד וואלט איך זייער אפרישיעיטעד.

השבעתי, איז זיין ניגון

די ניגונים פון ר' יוסף צבי זענען א חלק פון די ימים טובים ביי בעלזער חסידים.
ר' יוסף צבי איז במקור א ירושלמי, ער הייסט נאך הרב דושינסקי, און איז פארכאפט געווארן קיין בעלז, איך מיין אז בזכות זיין נגינה.
ער איז געווען (אדער איז נאכאלץ) משגיח בישיבה קטנה בעלז בבית חלקיה.
אין די ברייטע וועלט זענען זיינע לאנגע ניגונים נישט אזוי באקאנט, אבער עס איז כדאי זיי צו דערווישן... בריך שמיה, אזכרה, אב הרחמים שוכן מרומים, יעלה תחנוננו, ועוד ועוד (+וואס מען האט שוין דערמאנט אויבן).
היפאקריט האט געשריבן:
זאלץוואסער האט געשריבן:השבעתי, איז זיין ניגון

דוכט זיך אז עס איז פון זיין זון פנחס

דער תנועה "מה תגידו, מה תגידו לו'', נאך די הויכע פאל, איז גע'גנב'עט פון ''נכספה'' פון ר' יוסף צבי, נו, א זוהן מעג...
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

פיניע חזן האט געשריבן:כ"ק אדמו"ר שליט"א
הבן יקיר (ימים נוראים)
ואני אשיר (מזל טוב ד)
וחסד ה' (אורך ימים, וחסד ה')
ותמיד נספר (מזל טוב ב)
יהי החודש הזה (אורך ימים, וגילו צדיקים)
ישמחו במלכותך (זמירת שבת קודש)
לפניו נעבוד (זמירות שבת קודש)
מעין עולם הבא (זמירות שבת קודש)
פארו עלי (מזל טוב ד)
קדשנו במצותיך (זמירות שבת קודש)
שלח אורך (סלחתי)
שמחם (זמירות שבת קודש)

קרב יום!
וטהר לבנו
טהורים ירשוה
וישמיענו ברחמיו
לוי יצחק האט געשריבן:כי לה' המלוכה אויך (אבי א ניגון)

גאנץ מכובד'יג פון אייך :wink:
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
גלאנציג
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 16, 2016 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאנציג »

לוי יצחק האט געשריבן:למשל די ניגון "צמאה לך נפשי" איז פון אייזענבאך (די זעלבע מחבר פון "וידעו") פון א.י.

"שומרי מצותי'" פון יודל איינהארן פון ב.פ.

"יהי החודש הזה" פון דער בעלזער רב פון ירושלים.

וואס נאך?

וואו קען מען הערן דעם ניגון אדער עס אַראָפּלאָודען ??
עס איז לעכטיג, עס גלאנצט און עס שפיגעלט.
שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל ומשיב »

בעלזער רב שליט''א האט אויך א ניגון אויף אור חדש על ציון תאיר.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

יוסף צבי איז פארכאפט געווארן קיין בעלזא אלס בחור לערנענדיג אין דושינסקיא. ירמי' דמן איז אריבער צו אים אין ישיבה ער זאל אים העלפן פארפאסן א ניגון אויף מעוז צור אדער הנירות. ער האט דעמאלטס צוזאמגעשטעלט עפעס א ניגון פון יאסעלע ראזנבלאט און דערויף צוגעלייגט זיינע שטיקלעך אויף א חלק ניגון, ווייל בעלזער רב האט געוואלט א נייע ניגון אויף חנוכה. עפעס אזוי ליגט מיר אין זיכרון.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

יעצט ביים היינטיגן חתונה האט מען געטאנצן פאר א גאנצע שעה און א האלב (!!!!) א ניגון וואס איז לעצטנס פארפאסט געווארן דורכ'ן רב שליט''א אויף די ווערטער אנו עמך ואתה אלוקינו.
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

איסר האטלקי האט געשריבן:יעצט ביים היינטיגן חתונה האט מען געטאנצן פאר א גאנצע שעה און א האלב (!!!!) א ניגון וואס איז לעצטנס פארפאסט געווארן דורכ'ן רב שליט''א אויף די ווערטער אנו עמך ואתה אלוקינו.

א שעה מיט דריי מינוט.
א ניגון אויף כי אנו עמיך, וואס די בעלזע רב שליט"א האט פארפאסט א טאג פאראויס.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

איך בין נאך אויף א loop. כי אנו עמך ואתה אלקינו, אנו בניך ואתה אבינו...

עין לא ראתה.
קניילעם
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 16, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניילעם »

זאלץוואסער האט געשריבן:דער בעסטער און באגאבסטער קאמפאזיטאר אין מיין אפיניאן איז ר' יוסף הערש ברייער

יעדער ניגון וואס דער זינגט האט א עקסטערע חן, און אפילו אן קיין עקסטערע געשלעפעכץ און געשרייעכץ רייסט עס אריין ביזן תוך פון הארץ. איך בין א שטארקער חסיד פון אים.

אויב איינער קען ברענגען נאך אינפארמאציע אויף דעם איד וואלט איך זייער אפרישיעיטעד.

השבעתי, איז זיין ניגון

זיין טאטע איז געבוירען אין וויען פאר דער קריג
נאכדעם האט ער גילערנט אין דושינסקי אין ער האט אויך
גילערנט דארט אין פין דושינסקי זענען אסאך ארויס צי אנדערע קרייזען ער איז אנגעקומען אין בעלז
אגב דער באוויסטע טאנצער מיט דער קינדער אין תולדות אהרן/ אברהם יצחק וואס הייסט ברייער איז ער קאזען זיינע
לעצט פארראכטן דורך קניילעם אום מיטוואך מאי 30, 2018 9:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קניילעם
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 16, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניילעם »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
לוי יצחק האט געשריבן:דאכט זיך אז צמאה נפשי (געהערט אויף כהנא'ס אידישע טעיפ) איז אויך פון בעלזער רב אליין.
אזוי אויך האדרת והאמונה, וואס מ'זינגט אויך אויף אשת חיל.

ביידע גאר גאר הארציגע ניגונים, עקסטרע ספעשל שיין.

כי לה' המלוכה אויך (אבי א ניגון)

קען אמיצער ארויפלייגן די ניגון כי לה' המלוכה?
יישר כח

האדרת והאמונה איז פין יוסף צבי ברייער
קניילעם
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 16, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניילעם »

איסר האטלקי האט געשריבן:יעצט ביים היינטיגן חתונה האט מען געטאנצן פאר א גאנצע שעה און א האלב (!!!!) א ניגון וואס איז לעצטנס פארפאסט געווארן דורכ'ן רב שליט''א אויף די ווערטער אנו עמך ואתה אלוקינו.

האט דער ניגון א טעם??? אדער סתם א ניגון וואס מיז זיין שיין
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”