טייטל האט געשריבן:זייער ברוטאליש. געפערליך. אוי שכך עלתה בימינו אז אחינו בנ"י הנתונים בצרה ובשביה (=תינוקות שנשבו) זאלן זיך אזוי אויפפירן. בעצם ווער זאגט זיי זענען אידען, אפשר זענען זיי גאר דרוזים?
דעם אינגערמאן וואס מען ארעסטירט גלייך נאך מען כאפט דעם אינגעל קוקט אויס אומשולדיג ממש, ער איז סתם אריבער געגאנגען דארט, און זיי פירן זיך אויף צו עם כאילו ער איז באגאנגען א געפערליכע קריים. כ'האב עס איבער געקוקט אפאר מאל כ'האב נישט געקענט קומען צו זיך.
אבער דעם אינגעל וואס האט געווארפן דעם פעמפער.... אנטשולדיגט מיר אבער אויב מיין אינגל גייט ווארפן א פעמפער אויף א אפגעפארענע בחור (אן קיין בארד און פיאות מיט א סמארטפאון און א רויטע/גרינע טישערט מיט האלבע דשזינס הויזן), וואס האט זיך 'דערוואגט' אדורך צו גיין 13 עוו אדער בעדפארד עוו.... המממ... וועליך איך איהם אפשר אויך דערלאנגען אין די זייטן.... שלאגן ווייס איך נישט ווייל היינט מעג מען דאך שוין נישט שלאגן אבער א גוטן פאנישמענט גייט ער זיכער כאפן פון מיר.
א נישט מחונך'דיג קינד נעבעך.
ס'נישט דומה צי אן אפגעפארענע בחור בכלל, ס'קלאר ווי די טאג, און די ירושלים'ע יונגעלעך זענען גענוג קלוג דאס צי פארשטיין, אז א סאלדאט מיט א סאלדאטקע אנגעטוהן חרדי'ש, קומען מיט די איינציגסטע און בלויזע ציהל,
אשר קרך - קאלט צי מאכן די גאנצע נושא פון מיליטער, און אפילו גיוס בנות וואז איז אלעמאל געווען אזוי חמור פראבירען זיי אפציקילען, און עס קומט זיי מער ווי איין פעמפער אויפן קאפ, אז זיי זאלן נישט האבן זי מינדעסטע חלום נאכאמאל זיך וואגן דאס צי טוהן.
און צי די אלע וואס פארשטייען נישט וואס איז די אומגעהויערע ברוטאליטעט וואס די מיליטער באגייט זיך דא, בין איך ממליץ צוריק ציקוקען א ביסל, דארט האב איך געשריבען איבער א דראסטישע פארמינערונג פון די צאל חרדי'שע מתגייסים ב"ה, און מסתבר אז דאס האט זיי אנגעצינגדען, אז זייער ציהל פון אריינשלעפן די פרומע היל"ת, גייט צי גרונד, און אלס צוליב א פאר עקשנות'דיגע יונגעלעך וואס פארשעמען די סאלדאטן, הייסט עס אז דאס איז א נאציאנאלע סכנה, און פאר אזוינע סיבות מעג מען ארעסטירען יונגלעך, פונקט ווי די אמעריקאנע פאליציי ארעסטירט יונגלעך וואס מאכן מסוכנ'דיע פייערען.
והיינו טעמא איבער די נארישע פארדאמונג וואס די ראש הממשלה - וואס טראץ ער איז א מומר און א אפיקורס איז ער נישט קיין טיפש - האט געדארפט אזוי נאריש פארדאמען די קינדערישע ל"ג בעומר פייער וואס האט פארברענט די סאלדאט דאמי, והיינו טעמא פון די קישערייען און חנפ'ערייען וואס די פרומע סאלדאטן באקומען סיי פון די שר הבטחון און סיי פון די ראש הממשלה, און כל צרוע וכל זב.
און נאך עפעס, ווען אזא ווידיאו זאל ווען ארויס קומען ווי די פאליציי באגייט זיך אזוי מיט אן אראבישע שרץ'על וואס ווארפט שטיינער, וואלט שוין געפלויגען פארדאמונגען פון די גאנצע וועלט, פון די אמעריקאנע סטעיט דעפארטמענט, פון יו-ען הומען רייטס, פון אי-יו, און פון די מדנ"י לינקע גרופעס, אבער פארן ארעסטירען א אידיש קינד וואס האט גארנישט אומלעגאל געטוהן, סה"כ געשריגען, אין קול ואין עונה...