מטעמים האט געשריבן:איז דא איינער וואס זיכט נאך א סיבה פארוואס מען זאל ווארפען קאומי?
דעראל אייסא האט היינט אין בערך צוויי מינוט צונימען קאומי פאר אלעס וואס ער האט נישט געטוהן ריכטיג אין די לעצטע יאר צייט - עס איז ביי מיר זיכער אז אויב מען איז דן נאר די פאקט אויב קאומי איז די ריכטיגע מענטש פאר די עף בי איי, איז יעדער בעל דעת מודה אז ער באלאנגט מער נישט דארט.
די מידיע/דעמאקראטען האבען זיך אבער ארויפגעכאפט אויף די פאקט אז קאומי האלט אינמיטען אויספארשען די NO EVIDENCE טראמפ-רוסלאנד קעלוזשען און אזוי האבען זיי געטראפען נאך א וועג וויאזוי צו טרעטן אויף די הינער אויגען פון טראמפען.
ראד ראזענשטיין האט געזיכט א וועג ארויס פון דעם לעטטער פלאנטער האט ער געבעטן מולער זאל זיין די ליעד אינוועסטיגעיטאר, היינט האט ראזענשטיין צוגעלייגט אז מולער האט די רעכט צו גיין ווייטער פון נאר די טראמפ/רוסלאנד אינוועסטיגעישאן.
דאס איז שוין א זאך וואס ברענגט אינטער א פרעזידענסי און פון מיין זייט קען מען שוין גיין צו אימפיטשמענט, ווייל א פרעזידענט אינטער אינוועסטיגעישאן קען נישט טוהן זיין זשאב, די מידיע/דעמאקראטען האבען למעשה גאר שטארק געווינען אז זיי האבען באוויזען צו ברענגען די אינוועסטיגעישאן צו א העכערע שטאפעל.
די מענטשען ״אזוי ווי מיר״ וואס עס האט זיי געפאלען דאנעלד טראמפ פאר ווער ער איז, גייט נישט אנגיין די פאקט אפו׳ מען קאנפירמד אז ער האט געבעטן קאומי צו דראפען די אינוועסטיגעישאן ״אויב״ די סיבה פארוואס ער האט עס געבעטן איז ווייל ער וויל נישט זיין אדמיניסטראציע זאל אויסזעהן שלעכט, ווייל דאן ווייס איך אז בלויז זיין נארסיסיזעם (ברענדינג) האט דאן געשפיעלט, איי עס קען ווערן אנגעריפען אבסטראקשען אוף זשאסטיס, כאטש אבער ווייס מיר אונז אז ער באהאלט נישט גארנישט.
די פראבלעם וועט אבער יא אויב טראמפ האט עס יא געבעטן ווייל ער וויל מאכען א קאווער אפ - אבער אז מען גייט צוריק צו די ארגינעלע פוינט אז דערווייל איז נאר דא א ״שמא״ אויב די קאומי מעמא איז קראנט, אז טראמפ האט עם געבעטן אויפצוהערן אינוועסטיגעיטאן מייקעל פלין און א ״ודאי״ פון טראמפ אז ער האט נישט געבעטן.
דאס איז עפעס וואס א אינוועסטיגעיטאר דארף געוואר ווערן גאנץ שנעל אויב איז דא פרוף צו איינע פון די צוויי צדדים, ונזכה ונחי׳ ונראה.
קיינעם גייט נישט אן די אויספארשונג
נישט ווייל אויב ער איז גוט געווען לאמיר זאגען מיט רוסלאנד נישט ליגאל מיינט נישט אז ער קען נישט זיין פרעזידענט זיינע פאליסעס קען נאך אלץ זיין גיט פארען לאנד
אין בעצם קענסט מיר זאגען פארוואס די דעמעקראטען פארפירן וועגען אימפיטשען לאמיר זאגען אז ער איז באגאנגען א קריים דארף מען אים אימפיטשען
ער קען נאך זיין גיט פארען לאנד וועגען דעם קען ער שוין נישט זיין פרעזידענט?
עס איז נישט אזוי ווי קלינטאן ווייל דארט האט מען געשריגען אז אזא מענטש קען מען נישט טראסטען מיט די פרעזידענטשאפט וויל זי שטעלט איין אמעריקאנע סודות
נאר וואס דען אלע יארען איז געווען אזא זאך ווי פאליטעשע שונאים אזוי ווי עס איז נאך דא איך רוסלאנד אין פארשידענע לענדער
נאר דא איז א דעמיקראטיש לאנד טויהט מען עס אויף א דעמיקראטישען אויפען
אבער קיינער זאל נישט מיינען אז אויב איז ער באמת באגאנגען א קריים אז מען דארף אים באמת אימפיטשען