מיין טאגביך באתרא קדישא מירון ל״ג בעומר תשע״ז

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

הערליך שיין אפגעשריבן איך פיל מיך ממש ווי איך בין דארט, ביטע שרייב ווייטער.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2906
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

הערליך שיין און אריגינאל. ברענגט אויף נאסטאלאגישע זכרונות.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

יויש פליעז גיי ווייטער אזוי זאפטיג און נאטירלעך
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

Jobless האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
ohrchodosh האט געשריבן:איך האף אז דו ביסט נישט אוועק געגאנגען נאך מעריב, אויב יא קוק וואס די האסט פארפאסט
http://www.kolhalashon.com/New/Media/Pl ... Video=True

מיר האט שטארק איבערגענימען ווי אזוי ער האט נאך דערציילט א סיפור וואס ער האט גיהערט פין א שכיב מרע 30 שעה פארען איבער לאזען די עולם, וועגען א לייב וואס האט באזיכט ביי א שטוב מיט קינדער וכו' אלע קינדער האבען זיך דערשראקען אין געשריגען שמע ישראל, איין קינד איז געבליבען אין אריין געקיקט דעם לייב אין אויגע אין געזאגט דאס איז נישט קיין עכטע לייב, דאס איז "אינזער טאטע" וכו'(אפשר קען איינער דאס מער פארברייטערן) דעם אידס ע"ה האט מיט די מעשה ממתיק געווען אויף זיך זיין מצב אין געוואלדיגע פינעף יאריגע יסורים געציילטע שעה פארען גיין פין די וועלט, דעם איד וואס איז אוועק עטליכע וואכען ציריק אין זיין חתן בחור'ל איז דארטן געשטאנען בשעת ר' מילך האט דאס נאך דערציילט האט שטארק איבער גענימען דעם ציבור
Jobless
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jobless »

יא אויך געהערט. געווען מוירדיג
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

געוואלדיג גוט געשריבן. ס'ליינט זיך גאר געשמאק און אן אפשטעל.
נאטורלעך און עמאציאנאל.

זאלסטו האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס!!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

זייער שיין געשריבען. האב מיר ברוך השם אויך געהאט די זכיה מיטצוהאלטן דעם שבת מיטן גרויסן אין דערהויבענע טאג דארט.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

פרישוואסער האט געשריבן:
Jobless האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
ohrchodosh האט געשריבן:איך האף אז דו ביסט נישט אוועק געגאנגען נאך מעריב, אויב יא קוק וואס די האסט פארפאסט
http://www.kolhalashon.com/New/Media/Pl ... Video=True

מיר האט שטארק איבערגענימען ווי אזוי ער האט נאך דערציילט א סיפור וואס ער האט גיהערט פין א שכיב מרע 30 שעה פארען איבער לאזען די עולם, וועגען א לייב וואס האט באזיכט ביי א שטוב מיט קינדער וכו' אלע קינדער האבען זיך דערשראקען אין געשריגען שמע ישראל, איין קינד איז געבליבען אין אריין געקיקט דעם לייב אין אויגע אין געזאגט דאס איז נישט קיין עכטע לייב, דאס איז "אינזער טאטע" וכו'(אפשר קען איינער דאס מער פארברייטערן) דעם אידס ע"ה האט מיט די מעשה ממתיק געווען אויף זיך זיין מצב אין געוואלדיגע פינעף יאריגע יסורים געציילטע שעה פארען גיין פין די וועלט, דעם איד וואס איז אוועק עטליכע וואכען ציריק אין זיין חתן בחור'ל איז דארטן געשטאנען בשעת ר' מילך האט דאס נאך דערציילט האט שטארק איבער גענימען דעם ציבור

איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט. קענסט ביטע פארציילן די מעשה שכוח
evernote
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2015 5:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך evernote »

דא קענט איר האבן די געוואאאאאלדיגע זכי׳
ווייל אזוי
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 31, 2016 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייל אזוי »

כלל וכלל, געוואלדיג!!!
גראדע אויך געווען ביי רבי מיילעך שלש סעודות, איי איז דאס געווען מורא'דיג!! נישט שייך אראפצימאהלן (עכ"פ פאר מיר...)
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

יאו האט ער א זאפטיגען פעדער ...
מיר האבן גאר שטארק הנאה געהאט פליס קיפ אן ...
(מוז לאו דוקא זיין פון מירון עפען דיין פעדער און לייג אראפ א מקוה מיט א שחרית אין דיין שולכעל א זונטיג צופרי !!! וכדומה )
א זעלטן זאפטיגע פעדער ברוך השם נוץ עס אויס זאלן אנדערע אידן אויך הנאה האבן פון אייער הערליכע טעלאנט !
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
משכני
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 21, 2017 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משכני »

טאקע שיין געשריבן
אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 29, 2010 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג_נישט »

ר׳ מיילעך האט פארציילט אז ער איז געווען ביי א איד (איך געדענק נישט זיין נאמען) 30 שעה פאר ער איז אוועק

יענעמס קינדער א אינגערמאן מיט א חתן זענען דארט געזיצן בשעת ר׳ מיילעך האט עס פארציילט דער איד איז אוועק פאר צוויי חדשים צוריק

און דער איד האט גערעדט מיט אזא אמונה איבער זיין מצב בתוך הדברים האט דער איד געזאגט א משל אז אמאל איז א לייב אריינגעקומען צו איינעם אינדערהיים און עס איז געווארן א בהלה אלע קינדער זענען אנטלאפן אויסער איין קינד איז געבליבן שטיין אקעגן דעם לייב און זיך נישט גערירט

דער לייב האט אנגעהויבן צו ברימען העכער און העכער אבער דאס קינד רירט זיך נישט פון פלאץ
דער לייב קומט נענטער און נענטער צום קינד אבער דאס קינד רירט זיך נאך אלטס נישט אוועק

אלע קינדער האבן זיך גענומען שרייען צו דעם קינד לויף אוועק גיי באהאלט דיך דער לייב גייט דיך הרג׳ענען אבער דאס קינד בלייבט שטיין

דער לייב קומט צום קינד און פראבירט אים צו דערשרעקן אלע אנדערע קינדער שטייען מיט א אנגעהאלטענעם אטעם און שרייען צו אים לויף אבער דאס קינד ווי נישט אים מיינט מען

דער לייב איז שוין אזוי נאנט צום קינד אז ער קען אפילו הערן זיין שווערע אטעם אבער דאס קינד רירט זיך נאך אלס נישט

דער לייב עפענט דאס מויל און ער כאפט אריין דאס קינדס הענט אלע קינדער פארמאכן די אויגן און ווארטן אויפן ארגסטען
אבער פליצלינג גיבט דער לייב א נעם אראפ דעם מאסק און מען זעהט גאר אז עס איז דער טאטע

אלע קינדער געבן א שפרינג ארויס פון זייער באהעלטענישן און לויפן צו צים קינד און פרעגן פון ווי האסטו געוויסט אז עס איז דער טאטע?
האט ער געזאגט אינז וואוין מיר אויפן פינעפטן שטאק און די טיר איז געווען פארמאכט האב איך געטראכט אז עס קען נישט זיין אז א לייב זאל קענען אנקומען ביז אהער אויב אזוי ווער קען עס זיין מיז זיין אז עס איז אינזער טאטע וואס נאר ער האט די שליסל צו אינזער דירה און אז עס איז דער טאטע קען נישט זיין אז ער וועט מיך שלעכטס טוהן.

די נמשל רעדט פאר זיך אליינס
עס איז נישט געווען דארט קיין טריקן אויג ווען ר׳ מיילעך האט אויסגעפירט מיט זיין איינגענארטיגן נוסח אוי ווען מען ווייסט אז די אלע זאכן קומען פון דעם טאטן אין הימל איז נישטא וואס מורא צו האבן
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

נו כלל וכלל אפגעשריבן און דו לאזט אונז הענגען אינמיטן, גיי ווייטער מיט דיין זאפטיגע באשרייבונג פון דיין זיסע פעדערל ארויס!
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

א יעדן מאל איך זעה דעם אשכול ביי 'אקטיווע אשכולות' ווער איך אנגעצינדן, אפשר איז שוין געקומען נאך א פארזעצונג, אבער ניין, עס איז נאר אז נאך איינער האט געבעטן פאר א פארזעצונג.
אם לא עכשיו אימתי
כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלל וכלל »

איז אזו.. קודם שכח פאר אלע באדאנקערס. סשפירט זיך גיט צי הערן אז איר האט הנאה געהאט. אין כבין סורפריייזד אז ער עולם האלט כהאב א גיטע פעדער. סאיז די ערשטע מאל איך שרייב פאר א רבים.

און אויבאיר זעט שוין געווען אין מירון אין דעיס האט אייך צירוקגעפירט אהין. איז מיר עס א גרויס חשיבות. דארף מען נאר זעהן די התקשרות למירון זאל מיינען עפעס. סזאל מאנען. כרעדט צי מיר..


כזעה כוועל מיר נישט קענען ארוסדרייען... וועל איך ענדיגן די טאג בוך יעצט איינסע ביינאכט.
כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

ל״ג בעומר תשע״ז טאגביך. חלק ג׳

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלל וכלל »

מענדיגט תהלים. מזאגט דעים תפילת השל״ה. מרעדט מאמע לשון. מליינט קוויטלעך. משפארט נישט קיין טרערן. די מצב פון בכיות נוראות ארים מיר פון אזופיל לבבות נשברות, די ידועה אז די ווענט דא זענען דורכגעווייקט מיט אזופיל אידישע טרערן במשך הדורות, מאנט אז מזאל אויסניצן יעדע מינוט.


סנעמט זיך קלינגען און די אויערן די בקשות וואס מען האט געהערט פון משפחה און גיטע פריינט ״כדארף א גרויסע ישועה, האב מיר אינזין״ ״ כבעיט דיר, קים נישט אהיים מיט קיין ליידיגע הענט״ אוי רבי שמעון!! עמך ישראל צריכים ישועות!! זיי מעורר רחמים פאר זיי! יכול אני לפטור את כל העולם מן הדין! והציל הלחוצים! לך ואמור לקב״ה בר יוחאי איכא בעלמא! סנישט קיין קלייניגקייט. אדמת קודש הוא. מפרובירט אויסציניצן די מינוטן אין אנפילן די טאשן בדבר ישועה ורחמים. מבעיט פאר רוחניות, מבעהט פאר אביסער העכערקייט. ואני קרבת אלקים לי טוב. ודבק לבנו במצוותך. אוי באשעפער נעם מיר נענטער צי דיר. מברובירט צי מאכן א כלי לקבל. מנעמט זיך פאר קבלות טובות צי יוצא זיין דעים פתח של מחט. ואני אפתח לכם של אולם.. או טאטע האב שוין רחמנות.

פון דארט גייט מען און חצר פועלן מיט שמחה. סשוין נאך דרייע. די דחקות און שטיפעניש איז שרעקליך. אבער וועם גייט עס אן? ווער שפירט פיזישע דריקעניש ווען משפירט קרבת אלקים? ווער שפירט היץ ווען משפירט שנתקבלו תפלותינו? די געפיל פון זיך הייבן און די ליפטן מיט די אינערליכע הרגש אז מהאט אויסגעבעטן אלעס גיטס איז אימבאשרייבליך. מהאט די זכיה פאר איבער א שעה זיך אזו מיטציפרייען בהלולא דרבי שמעון.

די כוחות ווערן שוואכער. מדארף נאך כח מיטציהאלטן די צווייטע האלב טאג. גייט מען צי די דירה כאפן א דרימעל פאר א דריי פערטל שעה. מריפט קיין ניו יארק. וואס זאל מען זאגן. אז ס׳שיין?? זיי וועלן סיי ווי נישט פארשטיין. פרובירט מען מסביר זיין די טעקניקעל חלקים, וויסענדיג אז די תוקף קדושת היום איז א שאד אנציהייבן מסביר צי זיין.

פין דארט גייט מען צים הכנסת אורחים אוהל נעבן מערה צי כאפן א נאכטמאל ( יא. כהאב א קארטל צי גיין עסן ביי די פלעצער ווי משטעלט צי פאר בעה״ב מארה״ב. אבער כגיי בשיטה נישט אהין. אויב כוויין אין מערה בתוך שאר ישראל. און כפריי מיר און חצר כאיש אחד בכלל כל ישראל. וויל איך אויך עסן באהבת ודיבוק כל ישראל. עסן סטעיק מיט בלימען אויף די טישן ציגעשטעלט פאר בני חוץ לארץ האט צייט און חו״ל. איך רייסעס ח״ו נישט אינטער, אבער דאס איז מיין פערזענליכע בליק. אין מירון זענען מיר ברידער פון איין טאטן מיט איין איינציג ציל להתקרב אצלו. נישט קיין חילוק די אדרעס..)



ל״ג בעומר נאכמיטאג 6:15

מדאווענט מנחה. אין מקימט אן צים הדלקה פון תולדות אברהם יצחק. די רבי איז נאכנישטא. אבער ר׳ מאטי שטיינמעץ האט שוין די מייק אין די האנט אין אינאיינעם מיט די מוזיק און די קאפעליע רייסן זיי שטיקער. די רבי קימט שוין אן. מהייבט אן ׳רבש״ע לאמיר מאכן א בייט׳ אין פין דארט גייט עס פון ניגון צי ניגון ווען די עולם זינגט מיט מיט גרויס התעוררות. אוי עוד יזכור לנו. אהבת איתן אוי אוי אוי אדונינו. די גאנצע עולם זינגט מיט. א געוואלדיגע התעוררת. כטרעף א ידיד וואס דארף שוין לויפן כאפן זיין פליגער. סטיט מיר וויי.. ער וויל נאך אריינכאפן עטליכע געהויבענע מינוטן, אבער ער מיז שוין לויפן.. אבער איך בין דאך נאך יא דא! לאמיר אויסניצן די מינוטן כי ינטו צללי ערב. די רבי ווישט זיך די אויגן. דער עולם וויינט. אין איך וויין. נא אל תשליכנו רקם מלפניך.

כמעשהו בביאן כך מעשהו בתולדות אברהם יצחק, די מינוט די רבי צינדט אן די מדורה טוישט זיך די מצב מקצה אל הקצה. א געוואלדיגע שמחה נעמט ארום אלעמען. או לכבוד התנא אלקי!!

מזינגט איבער בר יוחאי נאכאמאל און נאכאמאל. די עולם איז אין די ליפטן. כוויל נאך אריבערגיין צי תולדות אהרן. כקים אן. די מוזיק איז ציבראכן. כקען נישט ווארטן צי לאנג. כדארף צירוקגיין צום חצר פאר די לעצטע פאר שעה אונעם טאג. סאיז פון די גרעסטע קלימאקסן אינעם טאג.

שוין די לעצטע פאר יאר וואס כזעה צי ענדיגן די געהויבענעם טאג אינעם חצר. די געפיל פון התרוממות. פין התקרבות. די עת רצון בעת נעילת היום איז געוואלדיג. היי יאר איז די חצר ספעציעל געפאקט. מקען נישט מאכן קיין רינגען, נאר די גאנצער עולם אינעם חצר כאפן זיך אן אויפן שכן׳ס איקסעל, און מטאנצט אין איין גרויסע רינג. מזינגט וימלא משאלותינו. ותשלים משאלון דליבעי. ועל ידי זה ישפע שפע רב מיט א געוואלדיגע דערהויבענקייט כבן המתחטא לפני אביו. און יעדע פאר מינוט שטעלט מען אפ די רקידין און מזינגט א ווארעמע ניגון אינאיינעם. אוי מבין ומאזין, מבין ומאזין לקול תפילתנו. ותקבל ברחמים, ברחמים וברצון.. מווייסט אז ביז אפאר שעה איז מען אויפן פליגער און מוועט חרטה האבן אויף יעדע תפילה און טרער וואס מהאט געשפארט. זיי הייבן אן ׳אוי לבקש רחמים לבקש רחמים אוי כעני בפתח..׳ די ווענט וויינען מיט.

מנעמט זיך זינגען ׳האטס געפוילט אלעס גיטס אלעס גיטס...׳ ׳טייערע אידן הייליגע אידן ווען וועלמיר זיך נאכאמאל זעהן, ווען די באשעפער וועט געבן געזינט אין לעבן וועלן מיר קימען צי רבי שמעון!! מיר וועלן זיך נאכאמאל זעהן! ׳הי ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי׳ די מוזיק שטעלט זיך אפ. די מירונער רב זאגט פאר פסוקי יחוד. און משטעלט זיך מעריב!!! כי פנה יום! די געהויבענע טאג איז געקימען צי אן ענדע.

מדאווענט מעריב מיט גרויס התעוררות. נאכן דאווינען גייט מען אריין און מערה און מאיז מתפלל א תפילה קצרה אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן בשמי מעל. ויתגוללי רחמיו על שארית עמיך. און אז מזאל האבן די זכיה אז לשנה הבא כן! צי זוכה זיין צי זיין דא במחיצתו נאכאמאל.

מקישט די מזוזה ביים טויער אין מפארלאזט דעים מקום הקודש! ס׳שוין צוויי שעה נאבן זמן די וועג אראפ איז שוין גאנץ שיטער. הינדערטער פרייליכע עלטערן שטיפען און די קערידזשעס די שלאפעדיגע חאלאקע קינדער. אוי.. סאיז זיס.. כי לא תשכח מפי זרעו..


מקימט אן און די דירה, מנעמט א שויער, מפאקט זיך ציזאם. מנעמט א באס קיין צפת ווי די קאר איז פארקירט, אין מאיז אויפן וועג צים לופטפעלד. דערהויבן. זאט. אנגעהויפענט. מחיזוק. אויסגעבעטן.

אשרי העם שככה לו אשרי העם שהשם אלהיו!! כמו כן תפילתינו תשמע ותושיע!!
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

שוין נעתר לבקשתינו, א גרויס'ן ייש"כ, נו אז דו קענסט יא זיי אונז מהנה נאך מיט אזעלכע און ענליכע באשרייבונגען.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

הערליך באשריבן!!!!
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

זייער שיין און התרגשותדיג, זייער הנאה געהאט.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח כלל וכלל, ביסט כלל וכלל נישט קיין שוואכע שרייבער, הארץ שפראך פארשטייט יעדער.
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

שוין כלל וכלל, דער ערשטער באשרייבונג דיינע ברבים און ביסט אנגעקומען ביזן מאמענט!
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

יין ישן האט געשריבן:שוין כלל וכלל, דער ערשטער באשרייבונג דיינע ברבים און ביסט אנגעקומען ביזן מאמענט!


מאמענט?

זיי מסביר ביטע
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

אה.. געשריבן מיט א פרייליך הארץ פול מיט בטחון האבענדיג אויסגעבעטען אלעס גוטס.

פיינע הארציגע שרייבעריי.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלה ושמחה »

זייער שיין און התרגשותדיג, זייער הנאה געהאט.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”