טיפע רעיונות פון הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11408
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

טיפע רעיונות פון הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מאי 16, 2017 5:50 pm

מיר האבען שוין לאנג בדעה צו עפענען א (נייע) אשכול איבער די שארף זיניגע רעיונות פונעם באוויסטען מגיד מישרים אין אונזער דור הגאון הצדיק רבי אביגדור מיללער זצוק"ל.

אין צוויי פלעצער איז דא (כמעט) טעגליך א רעיון פון אים, און דאס איז אין "די קלעסיפייד" אינטערן קעפל "א ווארט פון רבי אביגדור זצ"ל"; און דער צווייטע איז א אימעיל וואס כ'באקום אינטער קעפל "Living With Hashem" פון שמחת החיים פאבלישינג.

כ'האף אז זיי זענען מסכים אז מיר זאלען עס אויך דא מפרסם זיין (און אויב נישט זאלען זיי מיר צו וויסען טוהן אין אישי; אפשר וועט מען עס דענמאלט דילעיען איין טאג אדער מער).

ער רעדט צו יעדען פערזענליך, און זיינע רעיונות איז כדאי אז מען זאל עס אויס שמועסן בצוותא.

די שיינקייט פון זיינע ווערטע ווי יעדער וועט זיך אליין איבער צייגען איז אז ער איז down to earth אבער ראשו מגיע השמימה.

אויב וועט זיך פארציען א שיינעם שמועס, קען מען יענעם געדאנק מאכען פאר א אשכול פאר זיך.

אויב זיכסטו צו עפענען א אשכול און ווייסט נישט וואס, איז כאפ איינע פון די געדאנקען און עפען א אשכול און דער עולם וועט זיך האפענטליך אנרופען עס אויס צו שמועסען.

ובזה החלי:
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג מאי 23, 2017 5:52 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11408
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

כח בלי גבול

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מאי 16, 2017 5:50 pm

"א ווארט פון רבי אביגדור זצ"ל" אין די קלעסיפיידס. (Y-54-b)

דער אייבערשטער האט אריין געגעבען אינעם מענטש א כח בלי גבול, און אויב ער נוצט אויס ריכטיג דעם כח, וועט ער טאקע גרויס ווערען בלי גבול.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11408
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

קאלטקייט קען ברענגען צו מינות

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מאי 16, 2017 5:56 pm

"א ווארט פון רבי אביגדור זצ"ל" אין די קלעסיפיידס. (Y-53-b)

דער וואס איז אינעווייניג קאלט, פארפרוירען, און פארהארטעוועט;
ער האט נישט באקומען קיין ווארימקייט, קיין התלהבות;
ער טוהט נאר מצוות אנשים מלומדה;

סוף קומט א צייט פון נסיונות; קען עס חלילה אויס קומען צו מינות.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11408
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

יסורים איז א שלימות

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מאי 16, 2017 6:01 pm

"א ווארט פון רבי אביגדור זצ"ל" אין די קלעסיפיידס. (#327)

יסורים איז א שלימות: אויב א מענטש גייט אריין אין שפיטאל נישט מער געדאכט, איז ער מרגיש וואס א שפיטאל איז;
שפעטער אין לעבן, ווען ער גייט פארביי א שפיטאל, איז ער משתתף בצרתם; ווייל ער האט דאס שוין מיטגעמאכט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11408
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מאי 16, 2017 6:05 pm

SPUSMN האט געשריבן:"א ווארט פון רבי אביגדור זצ"ל" אין די קלעסיפיידס. (#327)

יסורים איז א שלימות: אויב א מענטש גייט אריין אין שפיטאל נישט מער געדאכט, איז ער מרגיש וואס א שפיטאל איז;
שפעטער אין לעבן, ווען ער גייט פארביי א שפיטאל, איז ער משתתף בצרתם; ווייל ער האט דאס שוין מיטגעמאכט.

ענליכעס דערציילט מען אויף הרה"ק רבי נחום מטשערנאבל זי"ע, אז מען האט אים אמאל אריין געלייגט אין תפיסה; און מן השמים האט מען אים מגלה געווען אז דאס איז דערפאר ווייל ער איז אזוי פיל עוסק אין פדיון שבויים, האט מען אים מן השמים געוואלט געבען צו פארזיכען דאס טעם פון תפיסה כדי אז ער זאל קענען האבען נאך מער מיט געפיל מיט שבויים און קונה שלימות זיין אין דער גרויסע מצוה.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג מאי 23, 2017 5:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

פארשער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דינסטאג מאי 16, 2017 6:14 pm

SPUSMN האט געשריבן:"א ווארט פון רבי אביגדור זצ"ל" אין די קלעסיפיידס. (#327)

יסורים איז א שלימות: אויב א מענטש גייט אריין אין שפיטאל נישט מער געדאכט, איז ער מרגיש וואס א שפיטאל איז;
שפעטער אין לעבן, ווען ער גייט פארביי א שפיטאל, איז ער משתתף בצרתם; ווייל ער האט דאס שוין מיטגעמאכט.

און מיטשפירן דעם צער - אדער שמחה - פון אן אנדערן איד איז א חלק פון "דעת".

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11408
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

שויתי ה' לנגדי תמיד - דער גרעסטע הצלחה

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מאי 16, 2017 6:28 pm

What is the key to success

The Bnei (children of) Yisrael said, "ritzoneinu liros es Malkeinu -- we want to see Hashem". They wanted to see Hashem. Don't you believe in Moshe Rabbeinu? He told you
!
No, it's not enough, we want to you!...

The more you can see Hashem in this world, the more you're fulfilling your purpose of being in this world. We're in this world to gain an actual feeling that we're standing in the presence of Hashem. And the more you gain that feeling, the more you're successful with your life in this world.

Show Me Your Glory (Gifts of Emunah) (#E-176)
--
בערך'דיגע איבערזעצונג:

די בני ישראל האבען געזאגט "רצונינו לראות את מלכינו" -- אונז ווילען זעהן דער אייבערשטער. זיי האבען געוואלט זעהן דער אייבערשטער.

גלייבסטו נישט משה רבינו? ער האט דאך דיר געזאגט!

אבער ניין; עס איז נישט גענוג, אונז ווילען צו דיר!

דער מער די קענסט זעהן דער אייבערשטער אין דער וועלט, דער מער טוהסטו ערפילען דיין תפקיד פון זיין אויף דער וועלט. מיר זענען אין דער וועלט כדי צו געווינען (צו משיג זיין) א אמת'ע געפיל ווי מיר שטייען נוכח פארען באשעפער. און דער מער די באקומסט (געווינסט, ביזט משיג) דער הרגשה, דער מער ביזטו מצליח מיט דיין לעבען אויף דער וועלט.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג מאי 23, 2017 5:56 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11408
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

דער וועלט א צופרידענע פלאץ

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מאי 16, 2017 6:46 pm

What Is Life About?

This is a world where we can see Hashem on all sides, we can gain a knowledge of Him due to our own efforts, not like in the World to Come, where it’s all reward. Life is about achievement and perfection; these great qualities are poured out of our souls. Therefore this world becomes a happy place. — Asking Hashem
--
בערך'דיגע איבערזעצונג:

וואס איז דאס לעבען?

דאס איז א וועלט ווי מען קען זעהן דער אייבערשטער אויף אלע זייטען; אונז קענען משיג זיין דעת (ידיעה) פון אים מיט אונזערע אייגענע כוחות און השתדלות. נישט ווי אין עולם הבא וואס איז אלעס שכר און באלוינונג.

דאס לעבען איז וועגען דערגרייכונגען און שלימות. די גרויסע מידות נשגבות גיסט ארויס פון אונזערע נשמות. דערפאר ווערט דער וועלט א העפי/א צופרידענע (בשמחה'דיגע, תענוג'דיגע) פלאץ.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג מאי 23, 2017 5:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

yeah
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2015 12:07 am

תגובהדורך yeah » דינסטאג מאי 16, 2017 7:40 pm

"און דער צווייטע איז א אימעיל וואס כ'באקום אינטער קעפל "Living With Hashem" פון שמחת החיים פאבלישינג."

What's the email address?

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » דינסטאג מאי 16, 2017 8:16 pm

yeah האט געשריבן:"און דער צווייטע איז א אימעיל וואס כ'באקום אינטער קעפל "Living With Hashem" פון שמחת החיים פאבלישינג."

What's the email address?

editor@simchashachaim.com

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

Why Is Torah Study Difficult?

תגובהדורך פיצי קעפעלע » דינסטאג מאי 16, 2017 8:20 pm

Walk into any Yeshiva and you will see the men there tearing each other's throats. It seems they are going to attack each other physically, but they wont. The Oral Torah wasn't written down because it had to be discovered by toiling in it., and that is the greatness of the Jewish people.
-- The Truth of the Torah

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5533
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך מאי 17, 2017 10:19 am

שכח שפושמן!!
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11408
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מאי 17, 2017 11:29 am

ייש"כ;

מען זעהט ב"ה אז עס איז דא אינטערעסע
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

סידיראם
שר האלף
תגובות: 1814
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך מאי 17, 2017 11:43 am

SPUSMN האט געשריבן:"א ווארט פון רבי אביגדור זצ"ל" אין די קלעסיפיידס. (Y-53-b)

דער וואס איז אינעווייניג קאלט, פארפרוירען, און פארהארטעוועט;
ער האט נישט באקומען קיין ווארימקייט, קיין התלהבות;
ער טוהט נאר מצוות אנשים מלומדה;

סוף קומט א צייט פון נסיונות; קען עס חלילה אויס קומען צו מינות.


אן ענליכע ווארט איז דא פונעם צמח צדק: צווישן קרירות און מינות איז דא בלויז איין דינע ווענטל
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

סידיראם
שר האלף
תגובות: 1814
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך מאי 17, 2017 11:47 am

א גיט ווארט ששמעתי בשם ר' אביגדור מיללער זצ"ל.

איינער האט זיך אפגערעדט פאר אים אז ער איז נישט אין קיין גיטע גיסטע צוליב די וועטער וואס איז היינט פארכמורעט.

האט ער געענטפערט קורץ און שארף מיט זיין זיסן טאן:

"איך האלט אז "די" ביסט שטערקער פון די וועטער"
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11408
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מאי 17, 2017 1:12 pm

שיין שיין; דער איד האט געהאט אזא סייעתא דשמיא און געווען כמעיין המתגבר, אז ער האט צוגעטראפען צו די שפיץ ווערטער אין אלע ספרים הקדושים. איך בין זיכער אז די וואס ליינען זיינע רעיונות שפרייט זיך אויס א ברייטען שמייכל אויף זייער פנים ווען זיי דערהערען דער פינטל הפנימית. און א סאך מאל פאלט עפעס איין בשעת מעשה; דערפאר איז כדאי דאס אויס צו שמועסען ערגעץ מיט אזעליכע וואס האבען דער עפרישיעישען.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג מאי 23, 2017 5:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך מאי 17, 2017 1:26 pm

יש"כ שפוזמאן פארן אשכול.

סידיראם האט געשריבן:א גיט ווארט ששמעתי בשם ר' אביגדור מיללער זצ"ל.

איינער האט זיך אפגערעדט פאר אים אז ער איז נישט אין קיין גיטע גיסטע צוליב די וועטער וואס איז היינט פארכמורעט.

האט ער געענטפערט קורץ און שארף מיט זיין זיסן טאן:

"איך האלט אז "די" ביסט שטערקער פון די וועטער"

גאר שטארק!

ווען דער מוח איז שליט על הלב; שפיגעלט אפ דעם מהות פון דעם אדם גדול.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11408
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

מתפלל זיין פאר יענעם

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מאי 17, 2017 6:15 pm

What Happens When You Pray for Others
?
You can practice training yourself to think unselfishly whenever you see a frum Jew in the distance. Simply say a prayer out loud wishing him hatzlachah in all his endeavors. Nobody will know that you said it, but this totally unselfish act will have an effect on you
— Ohr Avigdor Shaar Avodas Elokim
--
בערך'דיגע איבערזעצונג:

וואס געשעהט ווען די ביזט מתפלל פאר יענעם?

די קענסט פראקטיצירען זיך איין געוואוינען צו טראכטען דאס פארקערטע ווי סעלפיש, ווען אימער די זעהסט א פרומע איד פון דער ווייטענס. זאלסטו פשוט שעפשען א תפילה צום באשעפער, גענוג הויעך זיך אליין צו הערען ווינטשענדיג אים הצלחה און אלעס וואס ער טוהט.

קיינער וועט נישט וויסען אז די האסט עס געזאגט, אבער דער לגמרי'דיגע אנ-סעלפיש טאהט דיינע וועט עפעקטירען און האבען א ווירקונג אויף דיר.
—אור אביגדור, שער עבודת אלקים
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11408
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מאי 17, 2017 6:23 pm

SPUSMN האט געשריבן:What Happens When You Pray for Others
?
You can practice training yourself to think unselfishly whenever you see a frum Jew in the distance. Simply say a prayer out loud wishing him hatzlachah in all his endeavors. Nobody will know that you said it, but this totally unselfish act will have an effect on you
— Ohr Avigdor Shaar Avodas Elokim
--
בערך'דיגע איבערזעצונג:

וואס געשעהט ווען די ביזט מתפלל פאר יענעם?

די קענסט פראקטיצירען זיך איין געוואוינען צו טראכטען דאס פארקערטע ווי סעלפיש, ווען אימער די זעהסט א פרומע איד פון דער ווייטענס. זאלסטו פשוט שעפשען א תפילה צום באשעפער, גענוג הויעך זיך אליין צו הערען ווינטשענדיג אים הצלחה און אלעס וואס ער טוהט.

קיינער וועט נישט וויסען אז די האסט עס געזאגט, אבער דער לגמרי'דיגע אנ-סעלפיש טאהט דיינע וועט עפעקטירען און האבען א ווירקונג אויף דיר.
—אור אביגדור, שער עבודת אלקים

ענליכעס האב איך געהערט פון אים, אז ווען מען הערט א הצלה אמבולאנס פליען מיט סיירענס, וואס זאל מען טוהן?

זאל מען זאגט א קפיטל תהלים אז דער חולה זאל האבען א רפואה שלימה.

און אזוי פירט מען זיך ביי מיר אין קאר (און אין הויז אויך ווען מעגליך); אז ווען מען הערט א סיירען זאגט די גאנצע משפחה הויעך צוזאמען די קפיטל פון שיר המעלות ממעמקים קראתיך ה'.

מען געוואוינט איין די קינדער מיט אהבת ישראל און זיך משתתף זיין בצערם.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

פון יעצט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

תגובהדורך פון יעצט » מיטוואך מאי 17, 2017 9:16 pm

מונאוויטש האט געשריבן:יש"כ שפוזמאן פארן אשכול.

סידיראם האט געשריבן:א גיט ווארט ששמעתי בשם ר' אביגדור מיללער זצ"ל.

איינער האט זיך אפגערעדט פאר אים אז ער איז נישט אין קיין גיטע גיסטע צוליב די וועטער וואס איז היינט פארכמורעט.

האט ער געענטפערט קורץ און שארף מיט זיין זיסן טאן:

"איך האלט אז "די" ביסט שטערקער פון די וועטער"

גאר שטארק!

ווען דער מוח איז שליט על הלב; שפיגעלט אפ דעם מהות פון דעם אדם גדול.


איך נוץ דעם ווארט אסאך

א גרויסן דאנק פארן אהערשטעלן דעם אשכול

איך האף צו שרייבן מער אי"ה

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1151
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מיטוואך מאי 17, 2017 10:59 pm

ייש"כ ספוסמאן, שיינע זאכן.

איך האב מיך גלייך סובסקרייבט צו באקומען נאטעפיקאציעס...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

פארשער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מיטוואך מאי 17, 2017 11:08 pm

ייש"כ SPUSMN פארן עפענען דעם שיינעם אשכול.
פאר די אלע דא וואס גלייכן ר' אביגדור מיללער'ס געדאנקען וואלט מן הסתם געווען איטערעסאנט זיך אריבערצוכאפן צום נפלאות הבורא אשכול מיר פראבירן צו אפדעיטן בערך צווי מאל א וואך.
א דאנק

yeah
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2015 12:07 am

תגובהדורך yeah » מיטוואך מאי 17, 2017 11:56 pm

פיצי קעפעלע האט געשריבן:
yeah האט געשריבן:"און דער צווייטע איז א אימעיל וואס כ'באקום אינטער קעפל "Living With Hashem" פון שמחת החיים פאבלישינג."

What's the email address?

editor@simchashachaim.com

With

Thanks

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11408
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 18, 2017 12:54 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:ייש"כ ספוסמאן, שיינע זאכן.

איך האב מיך גלייך סובסקרייבט צו באקומען נאטעפיקאציעס...

האב הנאה אז די אשכול גייט ב"ה ווי געראכטען.

בין מודיע אז די אשכול איז נישט מיינע (האב עס נאר גע'עפענט), און ווער ס'וועט מיר "אויסכאפען" און ברענגען נאך, תבא עליו ברכה.

ותשועה ברוב יועץ.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11408
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

הפוך בה והפוך בה דכולא בה

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 18, 2017 1:00 pm

היינטיגע קלאסיפייד: אויב א מענטש טראכט נישט וואס מען דארף זעהן אין די תורה, וועט ער דאס נישט זעהן.

אבער אויב מען ווייסט וואס מ'דארף זעהן אין די גמרא, זעהט מען נאכאנאנד! גאנץ ש"ס איז פול מיט גדולת ה'.

Y-52-a, #330
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג מאי 18, 2017 1:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: sholom88, מטעמים און 16 געסט