זכרו חק לישראל - מפעל חזק ואמץ
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
זכרו חק לישראל - מפעל חזק ואמץ
אקארשט האבן מיר געזעהן צעטלעך איבער די חבורת זכרו חק לישראל - מפעל חזק ואמץ.
צו ווייסט איינער מער פרטים?
טוען זיי עפעס למעשה, ווי למשל שיעורים ברבים? אויפן טעלעפאן וכדו'?
צו ווייסט איינער מער פרטים?
טוען זיי עפעס למעשה, ווי למשל שיעורים ברבים? אויפן טעלעפאן וכדו'?
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
האבן מיר פרובירט אפיר זוכן מודעות אויף די "דבר יום ביומו" צעטלעך, וועלכע זענען מפרסם דעם ענין, אבער נישט געפינען. צו ווייסט איינער אויב מ'קען טרעפן "דער איד" אויפן געוועב, דארטן איז ווארשיינליך דא אלע צעטלעך?
לעצט פארראכטן דורך ווערעצקי אום דינסטאג מאי 16, 2017 6:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
- שיעור בבא מציעא
- שר מאה
- תגובות: 101
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 2:20 pm
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
פורים קטן האט געשריבן:
דער שיעור האט עפעס מיט חק? אדער מיט די פרשת השבוע?
בכל אופן איז עס א גוטע זאך, און כ'בין זיכער אז דער ציבור וועט הנאה האבן.
גראדע דער מגיד שיער איז א ידען נפלא, שייף עייל שייף נפיק. געהערט פון אים אמאל א הערליכע באלערענדע שיעור איבער "הגדת מהר"ל" פון ר' יודל ראזענבערג והמסתעף, זייער ברייט און שיין אראפגעלייגט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
ווערעצקי האט געשריבן:אבער פארוואס מאכן זיי א באזונדערע שיעור נאר פאר נביאים וכתובים?
פון מיין עקספחריענס, פילע חק לערנער דאווענען אפ די נביאים / הפטורה חלק, זיי פארשטייען שוין באלד גרינגער דעם זוה"ק אווי דעם נביא, ס'פעלט די יסודות וואו דאס געהערט לויטן סדר השנים און אויף וואס עס גייט ארויף וכו'.
לויט ווי איך קען דעם מג"ש איז ער דער רעכטער אויסוואל אריינצוברענגען דעם המון אין נביא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
לכאורה האט געשריבן:איך האב אנגערופן דעם זכרו טעלעפאן ליניע און אנגעהויבן אויסהערן דעם הקדמה וואס ר' צבי אהרן גיבט אויף די הפטרת השבוע, עס געדויערט אומגעפער א האלבע שעה און עפנט די אויגן צו די גאנצע עפאכע ארום און ארום דעם קאפיטל. זייער קלאר און שיין!
יאפס! אויך אזוי געטוהן, וואס זאל איך אייך זאגן, הפלא ופלא, געדענק נישט צו איך האב שוין אזאנס געהערט אמאל, שיין קלאר מיט פילע ידיעות ארום און ארום. איז ער טאקע פאסיג אויף דעם פאזיציע. לאמיר האפן אז ער וועט אנגיין דאס גאנצע יאר מיט די זעלבע פרישקייט.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
פ' במדבר - הושע בן בארי
אויסגעהערט די הקדמה! הערליך שיין! בתוך הדברים אדרעסירט ער אויך די "סגולה" פון א סעודה פאר תלמידי חכמים לע"נ הושע בן בארי.
אויך זייער שיין אויפגעוויזן אז די ווערטער פונעם אר"י הק' אז די מערה אויפן בארג אין צפת איז "נישט" פון הושע בן בארי, איז מוכרח לפי ידיעת קורות הימים, ווען הושע בן בארי איז נפטר געווארן.
אויך זייער שיין אויפגעוויזן אז די ווערטער פונעם אר"י הק' אז די מערה אויפן בארג אין צפת איז "נישט" פון הושע בן בארי, איז מוכרח לפי ידיעת קורות הימים, ווען הושע בן בארי איז נפטר געווארן.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
ווערעצקי האט געשריבן:אויסגעהערט די הקדמה! הערליך שיין! בתוך הדברים אדרעסירט ער אויך די "סגולה" פון א סעודה פאר תלמידי חכמים לע"נ הושע בן בארי.
אויך זייער שיין אויפגעוויזן אז די ווערטער פונעם אר"י הק' אז די מערה אויפן בארג אין צפת איז "נישט" פון הושע בן בארי, איז מוכרח לפי ידיעת קורות הימים, ווען הושע בן בארי איז נפטר געווארן.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=176
נו, נישט אנטוישט. אויך די וואך פ' נשא, געמיינט האב איך אז וואס קען ער שוין מחדש זיין, יעדער קען דאך די מעשה פון שמשון, אבער, א הערליכע הקדמה, קודם וואס איז די חילוק פון א שופט ביז א מלך, וויאזוי אונזער בליק דארף זיין אויף שמשון הגבור, הערליך שיין. שמעו ותחי נפשכם!
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 649
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
- פארבינד זיך:
געוואלט פארשלאגן, עס איז אמאל ארויס געקומען פון ר' שמעון ווייס ז"ל (תמר יפרח) א משניות מיטן נאמען יוסיף לחק, וואס דארט האט ער איינגעטיילט אלע אנדערע פרקי משניות וואס עס פעלט פונעם חק און א באנד אדער צוויי, מיט א סדר פון לערנען בערך נאך איין פרק א טאג, אזוי ארום ענדיגן יעדעס יאר ששה סדרי משנה, עס וואלט אפשר געווען א גוטע געדאנק פארן מפעל דאס אויף צו ארבעטן, סיי אויף די טעל שיעורים און סיי אויף שיעורים אין בית מדרש, שטייצעך אלס אפשענעל ווער עס וויל עס.
עבודת_הבורא האט געשריבן:געוואלט פארשלאגן, עס איז אמאל ארויס געקומען פון ר' שמעון ווייס ז"ל (תמר יפרח) א משניות מיטן נאמען יוסיף לחק, וואס דארט האט ער איינגעטיילט אלע אנדערע פרקי משניות וואס עס פעלט פונעם חק און א באנד אדער צוויי, מיט א סדר פון לערנען בערך נאך איין פרק א טאג, אזוי ארום ענדיגן יעדעס יאר ששה סדרי משנה, עס וואלט אפשר געווען א גוטע געדאנק פארן מפעל דאס אויף צו ארבעטן, סיי אויף די טעל שיעורים און סיי אויף שיעורים אין בית מדרש, שטייצעך אלס אפשענעל ווער עס וויל עס.
געראדע ווייס איך אז ר׳ אהרן וויינשטאק ע״ה לע״נ וועם די חזק ואמץ איז נתנדב געווארן האט ארויסגעגעבן אזא משניות וואס פעלט פונעם חק מיטן נאמען לחם חק
פ' בהעלותך. די קאפ האט מיר כמעט וויי געטוהן ווי שנעל און פליסיג ער האט אראפגעלייגט די גאנצע השתלשלות פון בנין בית שני, אין די צייטן פון כורש מלך פרס, ביז דריוש בן אחשורוש, געמוזט דרוקן נומער 2 עטליכע מאל אינדערמיט, כדי זיך צו קענען קאנצענטרירן.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
פ' שלח. האבן מיר זיך מקדים געווען צו הערן, נאך פריער ווי פרייטאג. שמועסט אויס זייער שיין פארוואס יהושע בן נון האט יא געמעגט שיקן מרגלים, אנדערש ווי משה רבינו. - ס'איז שיין צוהערן אויף פאר לימוד חומש רש"י. - וועלן מיר מארגן הערן ווייטער.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 649
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
- פארבינד זיך:
אדיר איום האט געשריבן:עבודת_הבורא האט געשריבן:געוואלט פארשלאגן, עס איז אמאל ארויס געקומען פון ר' שמעון ווייס ז"ל (תמר יפרח) א משניות מיטן נאמען יוסיף לחק, וואס דארט האט ער איינגעטיילט אלע אנדערע פרקי משניות וואס עס פעלט פונעם חק און א באנד אדער צוויי, מיט א סדר פון לערנען בערך נאך איין פרק א טאג, אזוי ארום ענדיגן יעדעס יאר ששה סדרי משנה, עס וואלט אפשר געווען א גוטע געדאנק פארן מפעל דאס אויף צו ארבעטן, סיי אויף די טעל שיעורים און סיי אויף שיעורים אין בית מדרש, שטייצעך אלס אפשענעל ווער עס וויל עס.
געראדע ווייס איך אז ר׳ אהרן וויינשטאק ע״ה לע״נ וועם די חזק ואמץ איז נתנדב געווארן האט ארויסגעגעבן אזא משניות וואס פעלט פונעם חק מיטן נאמען לחם חק
יא איך האב געזעהן דעם משניות פון ר' אהרן וואס ער האט געמאכט לע"נ זיין ווייב, ער מאכט דעם חשבון אז מיטן צו לערנען יעדן טאג א האלבע פרק און יעדן שבת א גאנצע פרק קען מען ענדיגן ששה סדרי משנה יעדעס יאר.
אז מען וועט נאך מאכן דעם זעלבן חשבון מיט תהילים וועט מען ענדיגן יעדעס יאר
גאנץ חמישה חומשי תורה מיט אלע הפטורת
גאנץ משלי
גאנץ תהלים
גאנץ ששה סדרי משנה
א הערליכע קנין
פרשת מטות
האב מיר שוין לאנג נישט געהערט די הקדמה פון ר' צבי אהרן רייז, (ס'איז געווען צופיהל יודישקייט אויסצוהערן), איצטער אין די זומער וואכן האבן מיר זיך צוריק געכאפט אביסל, אין פרשת מטות זאגט ער גאר א שיינע הקדמה, סיי פון וואו ס'איז אריינגעפלויגן די קאפיטל וואס מ'לערנט אין חק (אין ספר יהושע), פארוואס נישט די געווענליכע סדר פון לערנען די הפטרה, און פארוואס פונקט יענע קאפיטל, ער האט אויפגעטראפן אז דאס איז א מנהג איטאליע, וועלכע ווערט שוין דערמאנט אין רמב"ם, אויך רעדט ער יענע וואך באריכות די גבולות פון די בני גד ובני ראובן בעבר הירדן, וואס איז גאנץ גוט צו קענען אויך ווען מ'לערנט חומש.
(אין די שבע דנחמתא קוקט אויס וועט נישט זיין קיין גרויסע חידושים אין די הקדמות, ס'איז דאך אלעס בערך די זעלבע ענין, אבער ווער ווייסט, אפשר וועט ער עפעס אויפקומען, וועלן מיר עס דא מודיע זיין).
(אין די שבע דנחמתא קוקט אויס וועט נישט זיין קיין גרויסע חידושים אין די הקדמות, ס'איז דאך אלעס בערך די זעלבע ענין, אבער ווער ווייסט, אפשר וועט ער עפעס אויפקומען, וועלן מיר עס דא מודיע זיין).
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
פרשת ראה
אוי האט ער די וואך צאמגעהאקט א פלפול גג על גג וועגן די מנהגי ההפטרה פון פרשת ראה, נישט גע'חלומ'ט אז אין מנהגי ההפטרה קען מען אויך מאכן פשט'לעך, א לאנגס און א ברייטס איבער די הפטרה פון די וואך, פארוואס ס'איז אזוי ווייניג פסוקים, עפעס שלא על הסדר פון די אנדערע שבע דנחמתא'ס, און נאר האלב פון די זעלבע הפטרה וועלכע מ'זאגט אויך אין פ' נח. - געדענק נישט פונקטליך די גאנצע פלפול, אבער בשעת'ן הערן האט דאס אויסגעקוקט געוואלדיג.
צום סוף האט ער מיך געלאזט מיטן צונג אינדרויסן, ווען ער איז מסיים די הקדמה זאגנדיג אז די גאנצע זאך איז נאר "בדרך אפשר" און ער האט נישט געטראפן קיין ראי' לדבריו, ס'איז נאר "יגדיל תורה ויאדיר". האט ער מיך גענומען אויף א רייד, און צום סוף ארויסגעלאזט די לופט פון די רעדער...
ווערטלעך אין די זייט, ביי אונז איז די גאנצע הפטרה עפעס ווי א אלט-מאדישע זאך, וואס געהערט נאר פאר די עלטערע אידן, ווער רעדט נאך ווען ס'איז דא צוויי הפטרות אין חומש, און ס'דא א שורה מיט אנווייזונגען וועלכע מ'זאל זאגן, דאן איז געווענליך די גרינגע אויסוועג נישט צו זאגן קיין איינס, לא כן ביי די ליטווישע (אדער אפשר נאר ירושלימ'ער פרושים) וועלכע ליינען די הפטרה געהעריג אין קלף, דארטן איז די הפטרה א גאנצע טוציך, שוין באלד מער ווי די קריאת התורה. אבער כ'מיין נאכן אויסהערן די הקדמה די וואך, הייב איך אן באקומען עפעס א שטיקל געשמאק צו וויסן טאקע ווען און וויאזוי די מנהגי הפטרה זענען איינגעשטעלט געווארן, וועלן מיר פרובירן זעהן נעקסטע וואך ווייטער.

שבת שובה
האב מיר שוין לאנג נישט געהערט, איצט לכבוד דעם נייעם יאר, האבן מיר געמאכט תשובה, און אויסגעהערט די הקדמה פון פרשת וילך, מ'לערנט עס נישט אין חק דאס יאר, וויבאלד נצבים וילך איז געגאנגען צוזאמען, אבער דארטן איז די הפטרה פון שבת שובה, האבן מיר צוגעלייגט אן אויער צום הקדמה, וואס זאל איך זאגן, גאר הערליך שיין מבאר די צוזאמשטעל פון די הפטרה, קודם האב איך געוואוסט דעם שבת אז די הפטרה איז צוזאם געשטעלט פון 3 אנדערע פלעצער, האבן מיר געוואוסט פארוואס, און אפילו געוואוסט וועלכע ס'קומט פריער, אזוי אז מ'האמיר גענומען א נ"ך תרי עשר, און זיך אליינס געטעסט צו איך קען אליינס צוזאמשטעלן די גאנצע הפטרה אן קוקן אין חומש, און ב"ה ס'געלונגען.
אויב זענט איר א חק לערנער, וועט איר דארט געוואויר ווערן אויך פארוואס אין חק לערנט מען פ' וילך נאר די האלבע הפטרה פון שבת שובה, און די צווייטע האלב איז די הפטרה פון צום גדליה ביי מנחה.