"קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
zookeeper
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 13, 2011 12:52 am

תגובהדורך zookeeper » פרייטאג מאי 05, 2017 10:25 am

ווייל זיי מאכן באזונדערע בוקס פון אלע פארזעצונגן.??

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4654
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג מאי 05, 2017 10:35 am

zookeeper האט געשריבן:ווייל זיי מאכן באזונדערע בוקס פון אלע פארזעצונגן.??

יא.

זיי מאכן א בוק פון "אידישע קאפ", און פון "נך ליין" אא"וו פון אלע פארזעצונגן, און אויב וועט יעדער האבן די געבונדען די אלטע קינדליין, וועט זיך עס פארקויפן פיל ווייניגער, ווייל מ'האט עס אינדערהיים.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין פרשת אמור-לג בעומר

תגובהדורך שרעבי » מאנטאג מאי 08, 2017 12:45 pm

56 זייטן+ ביילאגע "צוריק-צו-וועגס"
צוגעלייגטע
cover.jpg
cover.jpg (391 KiB) געזעהן 4114 מאל
Tzurik Val 2-2.jpg
Tzurik Val 2-2.jpg (352.97 KiB) געזעהן 4114 מאל
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

Naftule
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מאנטאג מאי 08, 2017 12:51 pm

אוי אוי אוי האט געשריבן:גייט קאסטן מער געלט די קומענדיגע וואך?

איין דאלער מער

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

תגובהדורך שרעבי » מאנטאג מאי 08, 2017 12:55 pm

Naftule האט געשריבן:
אוי אוי אוי האט געשריבן:גייט קאסטן מער געלט די קומענדיגע וואך?

איין דאלער מער

יא בלויז איין דאלער מער
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מאנטאג מאי 08, 2017 12:59 pm

א באגריסנדע שריט, בלויז איין דאלער מער!
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
ישעי בלום
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:08 pm

תגובהדורך ישעי בלום » מאנטאג מאי 08, 2017 1:09 pm

זיי צווינגען קיינעם נישט צו קויפן
אינטרעסאנט, מיין ערשטע רעאקציע איז נישט געווען דעם צופליקטן דאלער, מיין ערשטע רעאקציע איז געווען: wow!
פסח האבן זיי צוגעשטעלט 104 זייטן אין צוגאב א הערליכן "צוריקצואוועגס" ביילאגע.
תיכף מוצאי יו"ט האט שוין געווארט ביים טיר נאך א הערליכע קינדליין פון 56 זייטן
קוים אפאר וואכן שפעטער אודך! א מעכטיגע ביילאגע!
חכם "מה הוא" אומר... יעדער זאגט וואס אים קוועטשט, איך שפרינג פון התפעלות אבער מאנכע טוט דאס וויי און איך פארשטיי פארוואס
וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג מאי 12, 2017 2:04 pm

שששששששא!!! לאמיר צוקומען דארט, שטיל זאל זיין!!!

מורי ורבותי... נישטא קיין ווערטער!!!

די צווייטע חלק "צוריק צו וועג'ס" פון קינדליין, איז א עכטע "טאטעליין"!!! נישט צום גלייבן!!!

עס איז ממש צום באוואונדערן זייער מעכטיגער ארבעט וואס זיי האבן אריינגעלייגט, אזויפיל היסטארישע דעטאלן וואס איינער וועלכע איז נישט א מבין כאפט ניטאמאל...

די טאגבוך, די פארש ליניעס, אלעס אלעס, אזוי אינפארמאטיוו, אזוי רייך, אזוי באלערנט, אזוי אקוראט, און בעיקר: אויטענטיש, נישט נאכגעבאמבעלט א צווייטן, נאר געמאכט אן אייגענעם ארבעט פאר שווערע געלטער, אז מיר ליינער, טאטעס און קינדער, זאלן האבן מיט וואס זיך צו דערקוויקן! אזאנס מאכט זיך זעלטן, עס איז פשוט און פראסט נישט צום גלייבן!

אידישע ליטעראטור, דו האסט זיך מער נישט פון וועמען צו שעמען!!!

קיפ אן מערכת קינדליין, שרעבי אויב ליינסטו די תגובה, געב איבער אין מיין נאמען פאר די מערכת, אז אונזערע אויגן איז געוואנדן צו אייך, מיט ווארטן מיט דורשט פאר נאך און נאך סחורה...

מיר ווערן נישט זאט, עס האט א גוטע נאך-טעם!!!

באמת א יישר כח, איך בין שטאלץ צו זיין א סובסקריבטער מעמבער!

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » פרייטאג מאי 12, 2017 5:48 pm

געווען די יאר כא אדר אין קראקא, געווען זייער אינטרעסטנט צי ליינען די קינדליין די וואך עס האט געהאט אסאך דעטאלן וואס איך האב אליין נישט אויפגעכאפט ווען איך בין דארט געווען אין די רמ"א שיל.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » פרייטאג מאי 12, 2017 7:13 pm

געקויפט די קינדליין פאר מיר די וואך, האט זיך בכלל נישט וואס צו שעמען פאר אזויגערופענע אויסגאבעס פאר עלטערן.

געוואלדיגע ארבעט אריינגעלייגט. ישר כח

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין בהר בחוקותי

תגובהדורך שרעבי » זונטאג מאי 14, 2017 11:12 pm

.
צוגעלייגטע
cover.jpg
cover.jpg (465.06 KiB) געזעהן 3564 מאל
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
zookeeper
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 13, 2011 12:52 am

תגובהדורך zookeeper » מאנטאג מאי 15, 2017 4:46 pm

מיינע קינדער ווארטן שוין אויף אידישע קאפ 2.0

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מאנטאג מאי 15, 2017 4:48 pm

וואקסבערגער איז אריין אין די קינדליין רעדאקציע?
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג מאי 15, 2017 4:56 pm

האב איך הנאה געהאט פון קינדליין, צוריק-וועגס קראקא
כ'האב צוויי הערות:
א) איין אינטרעסאנטע הערה, נעמליך אין די באשרייבונג איבער פראג האט מען געשריבן א לאנגס און א ברייטס, איבער דעם ערשטן אידישן ביה"ח אין פראג מימות הראשונים, און מען האט אינגאנצן פארהוילן אז אין קראקא, איז אויך פארהאן אזא ביה"ח,
פון וואו ווייסעך דאס? טאקע פון הרב קוואדראט זעלבסט!, ער האט געשריבן דערוועגן אין איינע פון די שערי ציון אויסגאבעס, [געווען דא ערגעץ אויף אייוועלט], אז דאס וואס מען רופט די איינגעזינקענע חתונה, איז באמת דער ערשטער אידישער בית עולם אין קראקא!, דעריבער איז מערקווירדיג פארוואס'דזשע איז עס בכלל נישט דערמאנט געווארן אין קינדליין, בפרט אז הרב קוואדראט שליט"א זעלבסט איז דער שרייבער
ב) הרב קוואדראט איז דאך א כהן, ווי אזוי מעג ער מתפלל זיין אין ביהמ"ד הרמ"א וואס איז [לויטן בילד] אינטער א בוים אינאיינעם מיטן אלטן ביה"ח?

מאטכע
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 8:09 pm

תגובהדורך מאטכע » מיטוואך מאי 17, 2017 12:09 am

גאר גאר אינטערסאנט די חלק ב׳ פין צוריק צו וועגס
Can't wait for the next one

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מיטוואך מאי 17, 2017 2:30 pm

זבחי צדק האט געשריבן:ב) הרב קוואדראט איז דאך א כהן, ווי אזוי מעג ער מתפלל זיין אין ביהמ"ד הרמ"א וואס איז [לויטן בילד] אינטער א בוים אינאיינעם מיטן אלטן ביה"ח?


די בוים איז מאהיל אויף די דאך פון ביהכ"נ נישט אויף די מענטשען אין די שול

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין במדבר

תגובהדורך שרעבי » זונטאג מאי 21, 2017 6:38 pm

.
צוגעלייגטע
cover.jpg
cover.jpg (572.85 KiB) געזעהן 2881 מאל
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4654
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג מאי 28, 2017 3:33 am

אין פרשת במדבר איז דא א שמועס מיט ר' י.י אדלער איבער ברענגן די קינדער אין חדר ס'ערשטע מאל וכו'. אינמיטן שמועסט ער איבער א אלטע בילד וואס מ'זעט אז מלאך ווארפט ממתקים אדער מטבעות פאר די קינדער, ווי אויך זעט מען אז דער רבי שמייסט דעם אינגל.

ער האט לכאורה נישט געזען אז ס'דא א מקור אין די ראשונים אז מ'זאל ווייזן פאר די קינדער ביידע סימנים, פאר מער איבער דעם מקור און איבער די אלטע בילד זעה דא
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין שבועות

תגובהדורך שרעבי » מאנטאג מאי 29, 2017 10:32 am

אינערהאבל די יו"ט אויסגאבע:
א באזוך אין די הויפקוואטיר פון בית דין צדק "התאחדות הרבנים", א שמועס מיט הרה"ג ר' יצחק גליק שליט"א און הגה"צ אב"ד סערדעהעלי שליט"א
גאר דראמאטיש ווען קינדליין טרעפט צוזאמען צוויי זקנים שליט"א קריגס איבערלעבער וואס האבן שוין נישט גערעדט זייט די קריג
און נאך פולע רייכע ארטיקלען און מעשיות
צוגעלייגטע
cover.jpg
cover.jpg (332.36 KiB) געזעהן 2487 מאל
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » דאנארשטאג יוני 01, 2017 6:14 pm

זבחי צדק האט געשריבן:האב איך הנאה געהאט פון קינדליין, צוריק-וועגס קראקא

ב) הרב קוואדראט איז דאך א כהן, ווי אזוי מעג ער מתפלל זיין אין ביהמ"ד הרמ"א וואס איז [לויטן בילד] אינטער א בוים אינאיינעם מיטן אלטן ביה"ח?


די בית הכנסת איז פאר די בית החיים, אין כהנים קענען אריינגיין, פין די פענסטערס קענען זיי זען די בית החיים

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין בהעלותך

תגובהדורך שרעבי » זונטאג יוני 04, 2017 9:13 am

.
צוגעלייגטע
Coverg.jpg
Coverg.jpg (565.59 KiB) געזעהן 2126 מאל
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:45 am

תגובהדורך ראש העיר » זונטאג יוני 04, 2017 1:15 pm

די "התאחדות הרבנים" ארטיקל איז אייזן גוט באשריבן, אער מיין אינסטינקט זאגט מיר אז דאס איז א "באצאלטער אנאנס".. נאך איינער האט דעם הרגשה?
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16598
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג יוני 04, 2017 2:13 pm

ראש העיר האט געשריבן:די "התאחדות הרבנים" ארטיקל איז אייזן גוט באשריבן, אער מיין אינסטינקט זאגט מיר אז דאס איז א "באצאלטער אנאנס".. נאך איינער האט דעם הרגשה?

אבער פארקויפט גארנישט

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5877
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יוני 04, 2017 2:47 pm

יוראפ האט געשריבן:
ראש העיר האט געשריבן:די "התאחדות הרבנים" ארטיקל איז אייזן גוט באשריבן, אער מיין אינסטינקט זאגט מיר אז דאס איז א "באצאלטער אנאנס".. נאך איינער האט דעם הרגשה?

אבער פארקויפט גארנישט

ועוד לקרא, איך האב הנאה געהאט אז ס'איז דא א אינטערוויאו אפשר וועל מיר געוואר ווערן עפעס חדשות, אבער חוץ א שערורי' וועגן ווערעם אין די פיש וואס איך האב שוין אמאל געליינט ערגעץ, קען זיין אפילו פון התאחדות צו א צווייטע ועד הכשרות, האב איך קיין חידושים נישט געזען
אה יא, פארגעסן, איך בין געוואר געווארן אז ר' איצא גליק איז שוין אין התאחדות זייט תשל"ד און אז מ'קען זיך אויף אים פארלאזן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
טישטוך
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בכלל נישט דאהי...

נייע איבעראשונג אין קינדליין וועלט!

תגובהדורך טישטוך » זונטאג יוני 04, 2017 3:05 pm

לויט ווי די שטאב מיטגלידער פון קינדליין געבן איבער גייט ארויסקומען אן עקסטערער ביכל פון קינדליין פאר קינדער.
איך האב אויסגעמעקט מיין אונטערשריפט, האסט אן איידיע פאר מיר? קום אין אישי...


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט