Amazing האט געשריבן:ווי איך פארשטיי איז מרן הראש ישיבה שליט''א הגאון ר' אברהם גורביץ, פון די שטערקסטע שיעור זאגער'ס היינט ( און אמאל ) איך שטוין ווי דערוואקסענע תלמידים רעדן מיט נאסטלוגיע פון די שטותים קעכער און וותיקין מנין וכדו' יא איך פארשטיי 'נאסטולוגיע' אבער בעיקר שכחתם, עפעס אן הערכה אויף ר' אברהם זיין דרך הלימוד, און זיין הנהגה, עפעס.
קאם אן חברה מען רעדט נישט פון מתיבתא דא...
אנצוקומען צו גייטסהעד ישיבה איז די חלום פון פיל לומדישע בחורים, און כמעט אוממעגליך פאר אן אמעריקאנע בחורים אנצוקומען אהין.
זייט מוחל קוקט איבער דער נאמען פונם אשכול
--
לדעתי קענען נישט 16 17 18 יעריגע ראצעס זאגן דברי הערכה אויף א גדול בישראל אפילו ער איז שוין היינט 35
וואו קומט דא אריין תלמידים פון חזון איש מיט בריסקע רב, מ'רעדט סך הכל פון פלעינע בחורים
רוב אמעריקאנע בחורים וואס זענען אהין אנגעקומען זענען געליגן די זעלבע אין גשם וואו די פראצענט בחורים פון די לאקאלע ישיבה גדולה, סך הכל האט ער זיך געהאלטן אביסל מעהר למדן ווי א צווייטער, צו זיין טאטע האט איהם געהאלטן מער למדן, ס'איז בכלל נישט דא קיין דמיון אפילו א טויזענטסעל צו מדמה זיין א תלמיד פון חזון איש אדער בריסקע רב, צו א בחור'ל וואס האט געהערט שיעורים פון ר' אברהם, און לאמיר שוין זאגן אז ער האט שוין אפילו געקענט אריין פרעגן נאכן שיעור
דאס איז חוץ מזה וואס ר' אברהם האט כמעט נישט קיין פערזענליכע קשר מיט קיין תלמידים
--
איך ווייס נישט די סטאטיסטיק, אבער די מציאות וואס איך האב געזעהן איז אז מוואקסט נישט א גרעסערע תלמיד חכם דארט מער וואו אין די לאקאלע ישיבה גדולה - כלשונך
דער עיקר תכלית פון א בחור איז זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו לערנען
איך האב געהאט א מגיד שיעור א חשובע איד, האט ער מיר געזאגט בשנות חורפי, וואס איז די חילוק צווישן מיר און דיר, איך לערן די קצות צו פארשטיין די גמרא, און דו לערנסט די גמרא צו קענען לערנען דעם קצות, ונכון הוא.
--
דאס וואס פאר אן אמעריקאנער איז כמעט אוממעגליך, איז פשוט ווייל וויפיל זאל ער נעמען, אויף אייראפעישע האבן זיי אביסל מער שעבוד, דעטס אלל
--
לגוף הענין, זאגט מען נאך בשם ר' חיים עוזר אויפן ראש ישיבה, אז ער האט נאר מחדש געווען ביז די 22, ס'איז א אמת, ווייל ער האט עס אזוי גוט דורך געלערנט, אז דאס וואס ער האלט איז פשט, איז מוכרח און דורך געאקערט ביגיעה כדרכו, און ממילא קאן גארנישט זיין אנדערש, און בדרך כלל לויפן זיינע שיעורים די זעלבע, אבער מיט א מורא'דיגע געשמאק אלעס איז מדוייק הדק היטב, נישט אריין געקוועטשט, אזוי ווי מ'קעוועטשט אריין איינעם אין א סוט, נאר מ'זעהט בחוש אז דאס וואס ער זאגט שטייט אין רשב"א תוספות ריטב"א