דער פיינפולע שלום זכר סיטואציע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

דער פיינפולע שלום זכר סיטואציע

תגובהדורך פלטיאל » מאנטאג מאי 08, 2017 11:51 pm

אז דער שכן מאכט א שלום זכר מוזטו גיין - איז געקומען די אומצוויידייטיגע פסק דין פונעם עקרת הבית. די אויגן מיינע קלעבן פאר מידעקייט, איך פאל פון די פוס, אבער וואס טוט מען נישט פאר שלום בית, א שווענק וואסער האט אויפגעפרישט מיין פנים, זיך גראד געמאכט די פאר'עקשנ'טע פיאה וואס איז פארקרומט געווארן ביים מנוחה ושמחה דרימל און היידא.

איך שפאציר ארויף די שווער אטעמנדע טרעפ, און איך טרעף זיך אינעם שכנ'ס דיינונג רום ווי די קליינינקע קוקן אריין מיט כיטרע בליקן פונעם קאך צו איינער איז שוין דא.

דער טיש איז באצירט מיט א רייכע מעניו וואס באשטייט פון פייכטע פאטעיטא טשיפס, הארטע מארבל קעיק, ברעקלנדע מעלאנע, ווייך-קייענדע פאפקארן, מארשמעלאוס און די תמימות'דיגע אויסזעענדע שאקאלאד וואס ענטהאלט אין זיך די ידוע-לשמצה'דיגע ניס.

דער זיידע, א איד א בן ששים וחמשה, בליקט ארויס פון זיינע שווארץ-ברוינע פלאסטישע ליינער-ברילן וואס הענגט אים אויפן שפיץ נאז זיצט פארזינקן אין א טעלערל טשיק-פיס און ווארפט אריין בונדל נאך בונדל ארונטער זיין טונקל-געלן שנויצן וואס טוט פולשטענדיק באדעקן די ליפן זיינע. פון צייט צו צייט טוט ער זיך ערלויבן א האלב אפגעשיילטן לענגליכן זכר-בונדל וואס טוט הענגען פון זיך א נאכגעלאזטע הויטל נאכפאלגנדיג א טיפן ברום.

אט קומט אריין דער אונטערשטע שכן, א אינגערמאנטשיקל וואס האט פאריגע וואך אריינגעמופט, ער שפאצירט אריין מיט א שעמעדיגן געזיכט און וואקלדיגע טריט, טרעפט זיין פלאץ אויף א צובויגענעם באנק - ארויס פונעם שוויגערס סטארעדזש, ער פרובירט צו ציען ווי ווייניגער אויפמערקזאמקייט אבער די ווייעדיגע קרעכצן פונעם מיטגעמאכטן באנק טוט אים פארראטן און געבט ארויס זיינע שפירן אויף יעדע תנועה און בייג.

די סעלצער דארט - הער איך א געפליסטער ביי מיין רעכטן אויער, וואס איז מיטן סעלצער קוק איך מיט נייגער, שיק אהער די סעלצער זאגט יענער איבער מיט א העכערן טאן, אהה... איך בייג מיך איבער די טיש מיטן ציל צו ארויסהעלפן דעם צובראכענע איד וואס האט ווייזט אויס א געלעמטע האנט וויבאלד אויפן ערשטן בליק איז דער סעלצער גאר נענטער צו אים ווי מיר, נאך לענגערע קונצליכע מאנואווערעס דערגרייכט שוין דער סעלצער די שפיץ פון מיינע נעגל אבער דאן פאסירט דער ערווארטעטע קאטעסטראפע ווען א הילכיגן ריס הערט זיך נעבן מיר - עס שמעקט גאר היימיש, ווען איך דערזעה א ווייסע לייוונט ארויסבליקן מיט פארדאכט דארט ווי עס איז אמאל געווען די ארבל.

דער בעל שמחה דרייט זיך ארום מעשה עושר מיט א ווארימע ביר וואס די מומחים זאגן אז מען קען נאך יא פילן די געז וואס עס האט האט אפשר אמאל פארמאגט, ער קומט צו מיט ספעציעל באשטעלטע דריי-אונסיגע גלעזלעך און פילט אן ארום א דריטל כוס אבער מאכט זיכער מיט א פאכמאנישע פונקטליכקייט די שוים זאל שטאטלעך אריבעררינען איבער די זייטן פארמירנדיג א אויג-פארכאפנדע סצענע.

גוט שבת גוט שבת הערט זיך א פרייליכע קול ביים טיר, אה די זכר פעקעדזש איז אנגעקומען, א מיטליעריגע זכר איד קומט אריין, ער שפירט זיך שוין גאר היימיש, ווי נישט ווי טוט ער שוין אין זכרים און האט שוין א לאנגע און פילפארביגע עקספיריענס שוין א צירקע דרייסיג יאר, ווער איז דער בעל שמחה פרעגט ער מיט א קאנפידענטירטע קול, אנטפלעקנדיג א גאלדענע ציין וואס בליאשקעט ארויס פון הונטער דעם שמייכל זיינע, אהה.. מזל טוב מזל טוב און זעצט זיך צו צום שווייגנדיגן געזעמל נישט פאר ער רוקט צו די טעלער אומגעזאלצענע פיסטעטשוס.

זיצן זיך ביים טישל א מנין אידן איינגעהילט אין א טויבנדן שטילקייט, קיינער וואגט זיך נישט צו ברעכן די ווי כאילו-אפגעשמועסטע תענית דיבור, פון צייט צו צייט הערט זיך א געברום פון איינע פון די אנוועזנדע וואס זינגט זיך אונטער א תנועה'לע ווילנדיג פארטרייבן די אומאיינגענעמע אטמאספערע, אבער אן ערפאלג.

דער זיץ אונטער מיר ווערט נאר ווארימער, עס ברענט מיר די הויט אבער פאסטן פאסט מיר נישט צו זיין דער ערשטער צו שטעלן דעם טריט אויף ארויס, די בליקן באגעגענען זיך מיט די ארומיגע וואס ווארפן אומגעדולדיגע בליקן אויפן וואנט זייגער, עס הערט זיך בלויז דער ווידער-אפקלאנג פון קייענדע ניס און רינעדיגע ביר-שוים, קיינער וואגט אבער נישט צו זיין דער נחשון.

מיטאמאל הערט זיך א סקריפע, א בענקל האט זיך גערוקט פון פלאץ, נאך פאר וואס ווען און וואו האט זיך אנגעהויבן א רוקעריי, ווי א קייט רעאקציע האט זיך דאס אפגעשפילט אונטער א אויגנבליק, איינער נאכן צווייטן האבן זיך אויפגעשטעלט פון די ווארימע זיץ פלעצער רעכטנדיג די טריט צום בעל שמחה וואס איז נאך געווען אונטער שאק.

מזל טוב מזל טוב... זאל דער אייבערשטער העלפ... אמן... מגדל זיין... אמן.. לתורה ולחופ... אמן... געזונטערהיי... אמן... ביי די קינד און ביי אלע אנדער... אמן...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4772
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג מאי 08, 2017 11:56 pm

חחח אזוי גוט אראפ צולייגען, דאס איז פיינע נייעס.

נאך גוט אז די בני בית האט דיר אהין געשיקט אזוי קומט זיך איר דעם דאנק פארען ארטיקעל.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10559
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מאי 09, 2017 12:05 am

איך בין אביסל צומישט געווארן... איז דא א חילוק צווישן א זכר בונדל און א טשיק-פיע?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

פרידן
שר האלף
תגובות: 1727
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דינסטאג מאי 09, 2017 12:06 am

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג מאי 09, 2017 12:13 am

פאלטי!!

דו -
ביסט -
נישט -
נארמאל.....
חחחחחחחחחח

דו טשיק-פיס אונטער די שנויץ, וואס דו ביסט.

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4945
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג מאי 09, 2017 12:39 am

חחחחחחחח פיינע נייעס!

אוי! די רינדעכיגע טשאקלאדס וואס מען בייסט אריין און משעפשעט א הייסע תפילות שוא אז עס זאל נישט זיין יענע סארט מיט די ראם פון אינעוויניג....

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2548
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דינסטאג מאי 09, 2017 1:10 am

און איך טרעף זיך אינעם שכנ'ס דיינונג רום ווי די קליינינקע קוקן אריין מיט כיטרע בליקן פונעם קאך צו איינער איז שוין דא.


האסט מיר גוט צולאכט
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » דינסטאג מאי 09, 2017 1:24 am

:lol: :lol: :lol: :lol:

אוועטאר
זינגער
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » דינסטאג מאי 09, 2017 1:35 am

יויש ביסטו גוט! שוין לאנג נישט אזוי געלאכט :lol: :lol: :lol: :lol:
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג מאי 09, 2017 2:45 am

פלטי אין אלע קאלירען... זע צו שרייבן מער אזוי וועסטו בקרוב האלטן ביי שר דריי טויזענט און מיר וועלן האבן נאכאיינס...
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10559
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מאי 09, 2017 6:26 am

לכאורה האט געשריבן:איך בין אביסל צומישט געווארן... איז דא א חילוק צווישן א זכר בונדל און א טשיק-פיע?

דער אשכול האלט ביים טוישן מיין גאנצע מהלך המחשבה...

איך האב אלע יארן געוואוסט/געמיינט אז א "זכר בונדל" איז וואס מיר רופן אויך "ארבעס" (טשיק פיעס בלעז), הער איך יעצט פון פלטיאל, און פון נאך אידן אין אישי, אז די ליימע ביענס בלעז זענען גאר דאס וואס מען רופט אן "זכר בונדלעך".

איז איינער מיט מיר, אדער איך לעב אין א טעות?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
זינגער
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » דינסטאג מאי 09, 2017 6:37 am

לכאורה האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איך בין אביסל צומישט געווארן... איז דא א חילוק צווישן א זכר בונדל און א טשיק-פיע?

דער אשכול האלט ביים טוישן מיין גאנצע מהלך המחשבה...

איך האב אלע יארן געוואוסט/געמיינט אז א "זכר בונדל" איז וואס מיר רופן אויך "ארבעס" (טשיק פיעס בלעז), הער איך יעצט פון פלטיאל, און פון נאך אידן אין אישי, אז די ליימע ביענס בלעז זענען גאר דאס וואס מען רופט אן "זכר בונדלעך".

איז איינער מיט מיר, אדער איך לעב אין א טעות?

איך האב אויך געוויסט אז ארבעס/טשיק פיעז רופט מען אן זכר באנדלעך, די ליימע ביענס רופט מען אויך בעבעס.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » דינסטאג מאי 09, 2017 6:48 am

פלטי איך האב גאר לעצטענס מיטגעמאכט דאס זעלביגע, קען גאר זיין אז ס'איז געווען ביים זעלבן זכר.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19045
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מאי 09, 2017 7:33 am

העי פלטיאל, איין גוטע זאך פליז? זאג מיר כאטש אז די קאולע סאודע איז געווען דייעט, אדער אז דו האסט געטראפן דיין חבר וואס דו האסט נישט אויפגעהויבן אויף אים די גאנצע וואך, איינער האט געזינגן זמירות אףף טאאן, איי מין... האסט ממש גארנישט?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » דינסטאג מאי 09, 2017 8:11 am

שכוח פארן ארויף ברענגען א שמייכל אויף מיינע ליפן,

יא זכר בונדלעך איז די ליימע בינעס אזוי האבן מיר בקבלה, טשיק פיעס איז שוין מער א מאדערנע זאך זאך

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג מאי 09, 2017 8:38 am

דאס לעצטע מאל וואס איך גיי צו א זכר

אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 5:25 pm

תגובהדורך בן מהללאל » דינסטאג מאי 09, 2017 8:55 am

א קאנאדער האט געשריבן:שכוח פארן ארויף ברענגען א שמייכל אויף מיינע ליפן,

יא זכר בונדלעך איז די ליימע בינעס אזוי האבן מיר בקבלה, טשיק פיעס איז שוין מער א מאדערנע זאך זאך


פונקט פארקערט, די טשיק פיע איז שוין א אידיש מאכל נאך פון ימי חז"ל, די ליימע בין איז א אמעריקאנער באנדל.

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דינסטאג מאי 09, 2017 9:58 am

פלטי פלטי, וואס מאכסטו חוזק פון מיר? למעשה האסטו געהאקט פון אלע זאכן מיט אירע שמות הנרדפים, פארוואס אראפרייסן אן אייגענעם שכן?
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5067
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג מאי 09, 2017 10:30 am

חחח א שלום זכר וואס נאר פלטי קען מיטהאלטן! העי העי, וואו איז דזשעלי רינגס? סידאך מסורת אבות...?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 903
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג מאי 09, 2017 10:56 am

מטעמים האט געשריבן:חחח אזוי גוט אראפ צולייגען, דאס איז פיינע נייעס.

נאך גוט אז די בני בית האט דיר אהין געשיקט אזוי קומט זיך איר דעם דאנק פארען ארטיקעל.
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11764
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג מאי 09, 2017 12:20 pm

זייער שטארק צוזאמגעלאכט!
א זיסע זאפטיגע פעדער

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » דינסטאג מאי 09, 2017 1:26 pm

געלעגער האט געשריבן:זייער שטארק צוזאמגעלאכט!
א זיסע זאפטיגע פעדער
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג מאי 09, 2017 3:02 pm

חחחחח!!
אנריעל!! א מין שפראך, נאוטס.
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » דינסטאג מאי 09, 2017 5:36 pm

דער פלטי איז נישט נארמאל גוט ;l;p-


לכאורה האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איך בין אביסל צומישט געווארן... איז דא א חילוק צווישן א זכר בונדל און א טשיק-פיע?

דער אשכול האלט ביים טוישן מיין גאנצע מהלך המחשבה...

איך האב אלע יארן געוואוסט/געמיינט אז א "זכר בונדל" איז וואס מיר רופן אויך "ארבעס" (טשיק פיעס בלעז), הער איך יעצט פון פלטיאל, און פון נאך אידן אין אישי, אז די ליימע ביענס בלעז זענען גאר דאס וואס מען רופט אן "זכר בונדלעך".

איז איינער מיט מיר, אדער איך לעב אין א טעות?


איך מיין טשיק-פי איז זכור בונדלען עמיר פרעגן זיידו
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך מאי 17, 2017 10:54 am

כשלעפשי ועוד לזכר בונדל, ביינונז ווייסמען אז ס׳דא איין זכר בונדל און דאס איזעס! קומטס מער נישט מיט נייע מנהגים פון די ליימע׳ס

שעינעם דאנק פלטי פאר די שמייכל וואס האסט מיר ארויפגעברענגט אונטער די שנויצן
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: shimon7323, כאפצעם און 20 געסט