ה' אייר

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג מאי 04, 2017 4:33 am

ניין, סאיז נישט אויסגעהאלטן.
ניין, ס'איז נישט חגאות.
חגאות מיינט די ה' אייר פראפאגענדע'ס, נישט די טאג פארדעם צערמאניעס. ס'איז צווי פארשידענע זאכן.
הגם, ערליכע אידן צייכענען נישט ביידעס, ערליכע אידן האבן קיין שייכות נישט מיט ביידע זאכן. אבער די חילוק פון די ביידע זאכן, איז שמים וארץ.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1831
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג מאי 04, 2017 4:37 am

אבן יקרה האט געשריבן:פרידן טייערע:

א וודאי ס'איז אונזערע אחריות. אויב פון אונזערע חיידער, איינער וואס זיין גאנצע חינוך איז געווען נאר התבדלות און מערכות הדת און געהערט אזוי פול פון זיין זייד'ן די ערליכע שיטה הקדושה מיט מסורת אבות פון רי"ח זאננפעלד זי"ע און ווייטער, איינער וואס האט מיט די גרעסטע מאס איינגערעד די וועלט בשעת'ן ברך משה'ס זי"ע באזוך אין אר"י, די שיטה הקדושה, איינער וואס האט געפירט אליין די פייערדיגע מערכות הדת אין די מ' יאהרן, איז אזוי ווייט אנגעקומען ביז זיך צו זיין חלק כחלק פון די מרכבה הטמאה, מיט פרייען זייערע חגאות מיט אזא חילול השם, איז דאס מחייב א שטיקל חשבון הנפש איידער מ'קלאפט אויף יענעמ'ס על חטא.

אבער בעיקר האב איך געוואלט נאר צייכענען וואס מיינט יא מיט פרייען חגאות, אזאך וואס קיינער פון די אגודיסט'ן האט נאכנישט געמאכט.

קודם קוקסט בכלל נישט אויס ווי פין אונזער חיידער
אבער אז א בעלזער יונגערמאלן ווערט מארגן א גוי אין עסט חזר איז עס עפעס מחייב א חשבון הנפש פאר גאנץ בעלזא יא אז עס איז דא א מאסן נושרים איז עפעס ראנג אבער אז א יחיד האט געטוישט זיין חינוך דארף איך מאכן א חשבון הנפש, איך פארשטיי ווילסט מאכן כאילו יעדער טוט עס וועט דיין צדיק שוין נישט זיין אזא שייגעץ אבער א יחיד איז בכלל נישט קיין קאנדידאט צו פארהאלטען, קענסט צולייגן דער וואס איז געווען קודם אין איראן ביים האלאקאסט פארלייקענונג, אין 2 יאר שפעטער איז ער געווארן א מתנחל אין ארויס געגעבן א ספר קעגן ויואל משה, יעדע עטענשאן סיקיר דארף גאנץ סאטמאר פארענפערן איך הער וואס די ווילסט
שוואכע קעיס
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום דאנארשטאג מאי 04, 2017 4:43 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1831
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג מאי 04, 2017 4:42 am

אבן יקרה האט געשריבן:ניין, סאיז נישט אויסגעהאלטן.
ניין, ס'איז נישט חגאות.
חגאות מיינט די ה' אייר פראפאגענדע'ס, נישט די טאג פארדעם צערמאניעס. ס'איז צווי פארשידענע זאכן.
הגם, ערליכע אידן צייכענען נישט ביידעס, ערליכע אידן האבן קיין שייכות נישט מיט ביידע זאכן. אבער די חילוק פון די ביידע זאכן, איז שמים וארץ.

הייסט עס ווייל עס איז נישט די הארבסטע פארשווייגט מען עס, ווייל ווען ער גייט ווען יא צו די ה' אייר חאגא וואלט געווען געפערליכע פראטעסטן אין מען וואלט עס ח"ו נישט פארשוויגען לכאורה, א שטייגער ווי די פראטעסטן ווען ער איז געווארן שר טראץ די יארן לאנגע עמטליכע פאלעסי ווי לאנג עס איז נישט געווען די אפשען שטייצעך, אז עד כאן א שר דאס שוין נישט

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג מאי 04, 2017 4:52 am

איך בין נישט דעם נידון דא, ביטע.
קודם כל, אוודאי יא, אוודאי ווען ס'איז דא א געוויסן מאס פון נושרים, איז דאס מחייב א געוויסע חשבון הנפש.
אבער דא רעדט מען נישט פון סתם א נושר, דער וואס געדענקט נישט די מ' יאהרן, ווייסט טאקע נישט ווי ווייט די נאמען איז געווען פארבינדען מיט אלע מערכות הדת. און ער זאל היינט שיקן קינדער צו די טמאנ'ע צה"ל, און ער אליין פייערט בריש גלי זייערע יום אידם, זייענדיג עצם מעצמם ובשר מבשרם, איז א גרויסע פליאה פון א זאך. ס'איז נישט סתם איינער וואס האט געטוישט א מיינונג. ס'איז איינער וואס האט באקומען די גאנצע חינוך בלויז אויף דעם, ריין אויף התבדלות, נעטא אויף מלחמה לה' בעמלק.
אבער ווידער, די עיקר טענה מיינע איז געווען, אז וואס ער האט געטוהן הייסט פייערן זייערע צערמאניעס. דאס וואס די אגודיסטישע מיניסטער האט געטוהן איז זיין א מיטגלידער אין די מדינה, אבער נישט מיט טאנצער אויף זייערע צערמאניעס.
ס'איז אזוי ווי צב"ש, נעמען א איד וואס וועט גיין צום טראמ'פס אנגעשוואוירן אל'ס פרעזידענט, און זאגן אז ער האט מיטגעפרייד אין קאטאליש'ע צערמאניעס...

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג מאי 04, 2017 4:58 am

סתם לידיעה, ער איז נישט די ערשטע שר פון די אגודה פארטייען
די ערשטע איז געווען איצ'ה מאיר [זכור שלא לטוב], די אלטע גערער רבי איידעם, וואס עטליכע יאהר אין אנהייב מדינה איז געווען א מיניסטער, און נישט נאר דאס, אויך מיט געחמ'ט אויף די התייסדות המדינה.
דער וואס האט געמאכט די חילוקים אז אריינגיין אין קאליציע יא, אבער מיניסטער נישט, איז נישט פון די אגודה, אבער אינגאנצן נישט פון לש"ש שיטה. דער זעלבע ראש מועצת ראש ישיבה ז"ל, האט דאס קלאר געלאזט צו די ש"ס חברה, און זיינע שליחים זיינע נאנטע, יצחק פרץ מיט דרעי [וואס שפעטער איז ער געווארן צוקריגט מיט זיי וועגן פאליטישע צוועקן] זענען געווען פולע יאהרן מיניסטערן און האבן באקומען די גרעסטע כבוד ביי די קרייזן אליין. און א וודאי געווען א חלק כחלק פון די גאנצע מדינה. נאר פאר די אגודיסטן האט ער נישט געלאזט...

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג מאי 04, 2017 4:58 am

דאס איז בלויז עפעס א שיטה ? און דאס איז אפיציעל מטעם
ליצמן: "חרדים וחילונים הופכים ביום הזיכרון לאיש אחד"
יו"ר 'אגודת ישראל' השר יעקב ליצמן השתתף בטקס יום הזיכרון בקרית גת, הניח זר פרחים וקרא תהילים.
בנאומו אמר: "יום הזיכרון הוא יום שבו כולם הופכים לאיש אחד

ארומגענימען מיט אלע חיילי גוג ומגוג איניינעם מיט פרויען צהל'ניקעס איבערגענימען פון סאלדאטקעס א צערעמנישע אפצייכענונג אבער דאס איז גארנישט, ס'בלויז א שיטה,
אז אייערע זין און טעכטער וועלן חלילה גיין דינען אינעם צבא הטמא וועט עס אויך בלויז זיין א 'שיטה'.

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג מאי 04, 2017 5:05 am

חיילי גוג ומגוג, טומאת הצה"ל, אלעס ריכטיג וואויל און פיין. יא, זיי זענען מיטגלידער פון די מדינה. איצ'ה מאיר לעווין האט געחתמ'ט אויף די מגילת עצמאות אויכעט. שרעקליך.
אבער האסט דאך אנגעהויבן אז ער פייערט די חגאות, און דאס איז בלויז שקר מיט דמיונות שווא ותעתועים.

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג מאי 04, 2017 5:10 am

אבן יקרה האט געשריבן:
אבער האסט דאך אנגעהויבן אז ער פייערט די חגאות, און דאס איז בלויז שקר מיט דמיונות שווא ותעתועים.


אפצייכענען די טאג פינעם שלטון הכופר אפיציעל מטעם האגודה ובשם התוה"ק ודרך החסידות, דאס ווערט פארשוויגן פון דעם ווילט איר נישט רעדן
גיין ארימגענימען מיט מיליטערלייט און איבערנעמען פון שיקסעס דאס איז גארנישט
ס'בלויז א שיטה

איז דען פארהאן עפעס וואס וועט געטון ווערן מיטן חותם האגודה וואס וועט נישט ווערן מוגדר אלץ בלויז א 'שיטה'.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2095
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דאנארשטאג מאי 04, 2017 9:09 am

רצון טוב האט געשריבן:דאס איז בלויז עפעס א שיטה ? און דאס איז אפיציעל מטעם
ליצמן: "חרדים וחילונים הופכים ביום הזיכרון לאיש אחד"
יו"ר 'אגודת ישראל' השר יעקב ליצמן השתתף בטקס יום הזיכרון בקרית גת, הניח זר פרחים וקרא תהילים.
בנאומו אמר: "יום הזיכרון הוא יום שבו כולם הופכים לאיש אחד

ארומגענימען מיט אלע חיילי גוג ומגוג איניינעם מיט פרויען צהל'ניקעס איבערגענימען פון סאלדאטקעס א צערעמנישע אפצייכענונג אבער דאס איז גארנישט, ס'בלויז א שיטה,
אז אייערע זין און טעכטער וועלן חלילה גיין דינען אינעם צבא הטמא וועט עס אויך בלויז זיין א 'שיטה'.

עי' לעיל במכתב של הסטייפלער זי"ע בכה"ג, ובכל אופן אינו עניין לנידו"ד ווייל ער האט זיך נישט געפריידט ביי זיך אין שטוב מיטן פרעסן בארביקיו ביים טאג פונעם התייסדות המדינה הטמאה, ער האט זיך נאר באטייליגט ביי א מלכות'דיגע צערעמאניע ביים יום הזכרון צי אפצייכענען די זכר פון די געפאלענע סאלדאטן, און ביי די קראייזן וואס מדינת ישראל איז ווי אלע מדינות, און מען מעג זיך משתתף זיין און ווערן א חלק פונעם פארלאמענט אזוי ווי מען האט געטוהן אין פוילין און אין עסטרייך, קען מען זיך אויך באטטייליגען בי אפיציעלע צערעמאניעס, לשיטתם.

משי-זהב איז נישט כדי צי אריינמישען אין די גאנצע נושא, ווער עס קען איהם ווייסט, ס'נאר א תוצאה פון פארלעשן זיינע געפיהלען פון זיינע יונגע יארן, מיש איהם נישדט אריין דא, פונקט ווי ס'נישט כדי צי אריינמישען... וד"ל

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » דאנארשטאג מאי 04, 2017 10:30 am

דאס גיין פון מיניסטאר ליצמאן צו די תועבה׳דיגע צערעמאניעס לכבוד ה׳ אייר געדענקמאלן איז א עוון בל יכופר.

דער סטייפלער גאון איז דאס נישט מתיר.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג מאי 04, 2017 10:35 am

וויפיל היימישע עסקנים און אמעריקע טרעפן זיך און גייען צו צערמאניעס מיט אלע גרויסע שישקעס און שיקסעס?

וויפיל היימישע ביזנעס לייט טרעפ זין מיט גוים און גוטעס אויף ביזנעס מיטינגס?

איך האב קיינמאל נישט געזען אז ס'זאל אונז שטערן.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דאנארשטאג מאי 04, 2017 10:46 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:וויפיל היימישע עסקנים און אמעריקע טרעפן זיך און גייען צו צערמאניעס מיט אלע גרויסע שישקעס און שיקסעס?


ווי למשל?
כלומר ווער הייסט ביי דיר 'היימישע'?
לעצט פאראכטן דורך זבחי צדק אום דאנארשטאג מאי 04, 2017 10:54 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5925
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג מאי 04, 2017 10:48 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:וויפיל היימישע עסקנים און אמעריקע טרעפן זיך און גייען צו צערמאניעס מיט אלע גרויסע שישקעס און שיקסעס?

וויפיל היימישע ביזנעס לייט טרעפ זין מיט גוים און גוטעס אויף ביזנעס מיטינגס?

איך האב קיינמאל נישט געזען אז ס'זאל אונז שטערן.


מצלמה האט געשריבן:דאס גיין פון מיניסטאר ליצמאן צו די תועבה׳דיגע צערעמאניעס לכבוד ה׳ אייר געדענקמאלן איז א עוון בל יכופר.

דער סטייפלער גאון איז דאס נישט מתיר.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג מאי 04, 2017 10:51 am

למשל, פרעזידענט איינשווערינג.

ביי יעדעס מיטינג מיט די שטאטישע באמטע מיינסטו טאקע אז ס'איז דא א מחיצה?

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג מאי 04, 2017 10:55 am

לשיטתם, אז עס איז נישט דא קיין חובת ההתבדלות. נאר מ'באגייט זיך צו די ענין אזוי ווי אין פוילן און אין עסטרייך. מ'זיצט אין די ממשלה און מ'פראבירט צו טוהן וואס מ'קען.
ווי קומט צו שרייען חיילות וכו'? ס'איז גארנישט אנדירש ווי אונזערע עסקנים אדער ביזנעס מיטיניגס.

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג מאי 04, 2017 11:02 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:וויפיל היימישע עסקנים און אמעריקע טרעפן זיך און גייען צו צערמאניעס מיט אלע גרויסע שישקעס און שיקסעס?



גערעכט טאקע
אזא דבר פשוט פארזעהן
אמעריקא ווי אלע גלות לענדער זענען געגרינדעט געווארן מיטן ציל און אויפן יסוד פון אויסרייסען די אמונה ביי אידן און צו אויסרופן פאר די וועלט אז די אידן האבן מיט תורה ומצוות מער נישט קיין פארבינד חלילה
און גענוי ווי טראץ די אלע פראבלעמען הנ"ל האבן די גדולי ישראל אין אלע דורות געלאזט אנטייל נעמען אין די צערעמאניעס
איז מדנ"י גארנישט אנדערש

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג מאי 04, 2017 11:35 am

מצלמה האט געשריבן:דאס גיין פון מיניסטאר ליצמאן צו די תועבה׳דיגע צערעמאניעס לכבוד ה׳ אייר געדענקמאלן איז א עוון בל יכופר.

דער סטייפלער גאון איז דאס נישט מתיר.

ווילסט ממציא זיין זאכן אין איהם אטאקירן אויף דיינע המצאות, געזונטער הייט. אבער צו די צערמאניעס פון ה' אייר איז ער קיינמאל נישט געגאנגען. קענסט איהם אטאקירן מיט רעכט אויף דעם וואס ער איז געגאנגען צו די אזכרה פון חיילי צה"ל וואס זענען אומגעקומען על מזבח הציונות והמדינה, דעמאלטס וועסט זיין רעכט. אבער אויף אזא מין סארט זאך שרייבט יא דער סטייפלער גאון אז מ'האט זיך אזוי געפירט ביי די אלע גויים.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2095
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דאנארשטאג מאי 04, 2017 12:26 pm

רצון טוב האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:וויפיל היימישע עסקנים און אמעריקע טרעפן זיך און גייען צו צערמאניעס מיט אלע גרויסע שישקעס און שיקסעס?



גערעכט טאקע
אזא דבר פשוט פארזעהן
אמעריקא ווי אלע גלות לענדער זענען געגרינדעט געווארן מיטן ציל און אויפן יסוד פון אויסרייסען די אמונה ביי אידן און צו אויסרופן פאר די וועלט אז די אידן האבן מיט תורה ומצוות מער נישט קיין פארבינד חלילה
און גענוי ווי טראץ די אלע פראבלעמען הנ"ל האבן די גדולי ישראל אין אלע דורות געלאזט אנטייל נעמען אין די צערעמאניעס
איז מדנ"י גארנישט אנדערש

איך ווייס נישט צי דו מיינסט ציניש, אבער ביי די אגודי'סטיש קרייזען האט מען נישט געהאלטן א מדנ"י איז אנדערש ווי אמעריקא, זיי זענען ביידע טרייף, און מען מעג ביי די אומות העולם, מעג מען ביי די רשעי ישראל, אזוי האבן זייערע גדו"י געהאלטן.

דרך אגב א סך מדינות זענען אויכט געבויעט אויף אפיקורס'ישע רעיונות. דעמעקראטיע און קאמיניזעם זענען ביידע געבויעט אויף אפיקורסות.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג מאי 04, 2017 12:37 pm

מה דעלך סני לחברך לא תעביד.
איך האף דו חבר'סטעך נישט מיט שלעכטע חברים וואס הייסן נישט חבר'ך
נשיא בעמך לא תאור בעושה מעשה עמך
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דאנארשטאג מאי 04, 2017 5:09 pm

אויף קול סאטמאר איז דא א גאנץ אינטערעסאנטע לאנגע אנאליז דורך ר'הערשל פריעדמאן וואס איז כדי צי הערן #222
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

?vu timer
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 11:28 pm

תגובהדורך ?vu timer » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 3:36 pm

מחותן האט געשריבן:טא פארוואס זאגט מען תחנון ה׳ אייר ביי סאטמער (מוהר״א) ווען עס איז דא א ברית?

מ'זאגט שוין טאקע מער נישט...
806022221_7551.jpg
806022221_7551.jpg (104.96 KiB) געזעהן 694 מאל

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 4:21 pm

דאס איז א מודעה אין ירושלים, עס ווערט דארט געהאנגען יערליך, איך ווייס נישט וואס ליגט אונטער דעם (אפי' דארט רעדט מען נאר פונעם מנין פונעם בעל ברית אבער אין גאנצן ביהמ"ד זאגט מען יא תחנון).

האדמו"ר מהר"א לעצמו זאגט יא תחנון אום ה' אייר אפי' כשיש ברי"מ, וכן בכל בתי מדרשים תחת נשיאותו באמעריקע
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5851
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 4:51 pm

פישל האט געשריבן:דאס איז א מודעה אין ירושלים, עס ווערט דארט געהאנגען יערליך, איך ווייס נישט וואס ליגט אונטער דעם (אפי' דארט רעדט מען נאר פונעם מנין פונעם בעל ברית אבער אין גאנצן ביהמ"ד זאגט מען יא תחנון).

האדמו"ר מהר"א לעצמו זאגט יא תחנון אום ה' אייר אפי' כשיש ברי"מ, וכן בכל בתי מדרשים תחת נשיאותו באמעריקע

די רבי האט אמאל געזאגט א ווערטל, חמירא סכנתא מאיסורא...
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
הודו להשם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 4:51 pm

פישל האט געשריבן:האדמו"ר מהר"א לעצמו זאגט יא תחנון אום ה' אייר אפי' כשיש ברי"מ, וכן בכל בתי מדרשים תחת נשיאותו באמעריקע

לאו דוקא, כשהוא בעצמו מוהל או סנדק, ואין 'כאן' המקום לדון בזה
אויב האט איר הנאה פון די תגובה אדער איר האט קריטיק, ביטע לאזט אייך הערן דא אדער אין אישי. יישר כח

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 5:26 pm

אין סאטמאר איז געווען אלס אנגענומען מיט א פשטות פאר אלע חסידים ותלמידים צו זאגן תחנון ה' אייר "אפילו אויב עס איז דא א ברית". שאל אביך ויגדך, קיינער וועט דיר נישט זאגן אנדערש אז אזוי האבן אונז איבערגעגעבן אלע תלמידי רבינו, און אזוי האט מען זיך געפירט אלע יארן בכל בתי מדרשים דסאטמאר ברחבי תבל.

די חידוש פון אדמו"ר מהר"א נישט צו זאגן ה' אייר ביי א ברית, איז אפשר אמת, אבער גייט אריין בגדר חידוש.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], ?אפשרטאקע, נודניק און 27 געסט