אשרי מי שחלם שראה פניו
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- לוי יצחק
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4362
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
- לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...
אשרי מי שחלם שראה פניו
די וועלט פארט ווי אויף א ראולערקאוסטער, מ'קען עס גארנישט נאכלויפן, ווי שנעל זאכן לויפן.
מ'האלט מיר ביי א תקופה וואס יעדע ריר איז א סגולה, אלעס ארבעט מיט סגולות און ישועות, און זאכן פארן ארויס פון קאנטראל אן איינער זאל עס קענען קאנטראלירן בכלל.
האלט מיר יעצט ביי א נייע תקופה, און ס'איז כדי אז מ'זאל מיטהאלטן ווי אזוי זאכן געשעען. אט הערט.
א איד האט גע'חלומ'ט, אז ר' ישעי'לע זאגט איהם, אז טאמער קען ער נישט פארן קיין קערעסטיר, זאל ער פארן צו זיין ברודער'ס ציון וואס ליגט אין סטעטן איילענד...
אנשטאט דער איד זאל זיך אויפוועקן, זאגן מודה אני ווי א איד, און גיין דאווענען, און אנגיין מיטן טאג געהעריג, האט ער מחליט געווען צו ווערן א בעל החלומות, רבי ישעי'לע איז גאר געקומען צו איהם אין חלום, און מאכט א וועזן פון דעם גאנצן חלום.
אויך קול מבשר איז דא אן אינטערוויו מיט דער ערשטער וואס ברעכט די נייעס אז ס'געווען אזא חלום, דערנאך אן אינטערוויו מיט איינער וואס האט שוין גערעדט מיטן בית החיים אז ס'גייט קומען א גרויסער עולם ווייל... איינער האט גע'לומ'ט... און דערנאך אן אינטערוויו מיט נאך איינעם וואו פונקטליך ער ליגט.
דער אינטערוויוער מאכט אויך א היקש און א גזירה שוה צוזאמען, אז די אידן אין ארץ ישראל וואס קענען ליידער נישט פארן קערעסטיר צוליב א סבה (נישט קיין געלט סיבות שטייצעך...), און ווי אויך קענען זיי פונקט נישט פארן קיין אמעריקא צו ר' ישעי'לע'ס ברודער וואס יענער האט גע'חלומ'ט, זענען זיי נאכאלס נישט פארפאלן.
ר' ישעי'לע האט א שוועסטער אויפן הר הזיתים אויך... ווער ס'דארף פונקטליכע דיירעקשענס, זאל מאכן א שאלת חלום..
מ'טאר נישט לאכן, ס'גייט ווערן א גרויסע געפארעכץ, און ס'א שאד זיך נישט מיטצוכאפן און זיין א חלק פון היסטאריע... מ'ועט קענען דערציילן די אייניקלעך אין יארן ארום אז איך געדענק נאך ווען מ'האט געדארפט זוכן מנין ביי ר' ישעי'לע'ס ברודער און שוועסטער...
פועל'טס אלעס גוטס!

א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
- שטאלצער יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2438
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1069
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm
איין גוטע זאך ליגט אין דאס גיין צום ברודער, אז מען מאכט אן אויפוואכונג ביים ציבור איבער גיין באזוכן אלטע בתי חיים אין אמעריקע, אזוי ווערן זיי אפגעהיטן, ווי דער מציאות איז, אז פילע בתי חיים ווערן חרוב און פארנאכלעסיגט, וואס דאס איז א סגולה אז מען זאל שפעטער עס פארבויען ח"ו, אדער ענליך.
אבער אויסער דעם איז עס זייער שיינע חלומות.
און אויב איינער וויל צוטרעפן ווי אזוי אזא חלום איז צושטאנד געקומען, פאלגענד זענען די שטאפלען טריט ביי טריט:
1) א איד וואס האט זייער שטארק געוואלט פארן צו ר' ישעי'לע זצ"ל.
2) די אומשטענדן האבן אים אפגעהאלטן, געלט, די שטוב, זיין דזשאב, וכדומה.
3) געטראכט דערפון טאג און 'נאכט' איך וויל זייער שטארק פארן, א שאד איך קען נישט וכו' וכו'.
4) זיך דערמאנט אז געהערט אמאל אז ר' ישעי'לע זצ"ל האט א ברודער ליגן דא.
5) איידערן איינשלאפן געטראכט דערפון נאכאמאל.
6) א געוואלדיגער חלום איז געבוירן געווארן.
אויב ווילט איר אויך האבן דעם זעלבן חלום, פירט אויס די אינסטראקשענס, צופרידנהייט גאראנטירט

אם לא עכשיו אימתי
-
- שר האלף
- תגובות: 1069
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1069
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm
עין טובה האט געשריבן:איז דא אן ענין צו גיין צו א ברודערס ציון בכלל?
איך וואלט ענדערש אנגענומען צו גיין צו א זון אדער א תלמיד וואס איזגעווען באהאפטן צום צדיק, וואס דורך אים קען מען עפעס האבן א קשר צום צדיק, אבער א ברודער וואס איך מיין אז ער איז נישט געווען 'ספעציעל' מקושר, טראכט איך נישט אז עס זאל זיין עפעס אן ענין, אבער דאס דארף מען פרעגן פון מקובלים
אם לא עכשיו אימתי
וויל זיין גוט האט געשריבן:איין גוטע זאך ליגט אין דאס גיין צום ברודער, אז מען מאכט אן אויפוואכונג ביים ציבור איבער גיין באזוכן אלטע בתי חיים אין אמעריקע, אזוי ווערן זיי אפגעהיטן, ווי דער מציאות איז, אז פילע בתי חיים ווערן חרוב און פארנאכלעסיגט, וואס דאס איז א סגולה אז מען זאל שפעטער עס פארבויען ח"ו, אדער ענליך.
אבער אויסער דעם איז עס זייער שיינע חלומות.
און אויב איינער וויל צוטרעפן ווי אזוי אזא חלום איז צושטאנד געקומען, פאלגענד זענען די שטאפלען טריט ביי טריט:
1) א איד וואס האט זייער שטארק געוואלט פארן צו ר' ישעי'לע זצ"ל.
2) די אומשטענדן האבן אים אפגעהאלטן, געלט, די שטוב, זיין דזשאב, וכדומה.
3) געטראכט דערפון טאג און 'נאכט' איך וויל זייער שטארק פארן, א שאד איך קען נישט וכו' וכו'.
4) זיך דערמאנט אז געהערט אמאל אז ר' ישעי'לע זצ"ל האט א ברודער ליגן דא.
5) איידערן איינשלאפן געטראכט דערפון נאכאמאל.
6) א געוואלדיגער חלום איז געבוירן געווארן.
אויב ווילט איר אויך האבן דעם זעלבן חלום, פירט אויס די אינסטראקשענס, צופרידנהייט גאראנטירט
וויל זיין גוט האט געשריבן:עין טובה האט געשריבן:איז דא אן ענין צו גיין צו א ברודערס ציון בכלל?

נישט קיין עוולה צו גיין צום ברודער (בפרט זיין יא"צ איז ו' אייר), און גראדע איז זיין ברודער געווען א וואוילער איד.
נאר וואס, ווען דער איד פארציילט אז ס'איז דא א ברודער, און מ'קען גיין מתפלל זיין, וואלט געווען א שיינע זאך וואס ער טוט, נאר קיינער וואלט נישט געקומען
האט מען פארבאצירט א חלום, און געמאכט א אינטעוויאו, און עולם גולם פארט (לדעתי איז דער ברודער געווען א דערהויבענער איד, אז ער האט געקענט פון הימל אנדרייען, אז מ'זאל קומען צו פארן צו זיין ציון בלא שום סיבה)
נ.ב. ר' לוי יצחק, האסט גוט געשריבן, דער ווייטאג איז גרויס, און דער קעפל איז מיר נאך דאס מערסטע געפאלן,
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
וויל זיין גוט האט געשריבן:א ספעציעלע קאמפלימענט, דער קעפל איז זייער א שיינער
און די ארטיקל אויך, אויף דעם זאגט מען ווען דער נער איז נישט מיינ'ס וואלט איך אויך געלאכט, אבער בתוך עמי אנכי יושבת, און האלט מיט חדשים לבקרים חלומות נפלאים,
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי
-
- שר האלף
- תגובות: 1069
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm
חרוזים האט געשריבן:וויל זיין גוט האט געשריבן:עין טובה האט געשריבן:איז דא אן ענין צו גיין צו א ברודערס ציון בכלל?
האט מען פארבאצירט א חלום, און געמאכט א אינטעוויאו, און עולם גולם פארט (לדעתי איז דער ברודער געווען א דערהויבענער איד, אז ער האט געקענט פון הימל אנדרייען, אז מ'זאל קומען צו פארן צו זיין ציון בלא שום סיבה)
נ.ב. ר' לוי יצחק, האסט גוט געשריבן, דער ווייטאג איז גרויס, און דער קעפל איז מיר נאך דאס מערסטע געפאלן,
עיין מיין הערה לעיל, מען האט נישט געדארפט פאבריצירן.
אם לא עכשיו אימתי
ס'האלט שוין אזוי ווייט, אז אויב דערשמעקט מען אז איר זענט מזלזל בתוקף קדושת היום, ווערט איר נחתם אלץ אן אויפגעקלערטער אפיקורס'ל.
אפילו די עטליכע גדולי ישראל וואס שטיצען נישט די קברים-געפארכטס האבן מורא דאס צו זאגן ברבים מחמת קוצר המשיג.
(ס'האט מיר געזאגט א היימישע ערליכע רב, אז ס'יתכן אסור מדינא ארויסצוגיין פון ארץ ישראל קיין חוץ לארץ לקברי צדיקים, בפרט אז דארט געפינען זיך גענוג מקומות מסוגלים)
די פאקט ווייזט אז ס'נישט די דביקות אין נועם אלימלך וואס ציעט קיין ליזענסק, און ס'נישט די התפעלות פון ר' ישעילע'ס מעשים טובים וואס שלעפט די מאסן קיין קערעסטיר. ס'אלס נשיאים ורוח, מ'לויפט נאך די שטרום פון צייטונגען אין נייעס-קולות.
מ'דארף דאס אפשטעלן בעוד מועד, אז נישט וועט נישט בלייבן קיין שריד ופליט פון בתי מדרשים, אלע מנינים וועלן פארקומען באוהל על קברו אין קרית יואל, ריבניץ, וכו'.

לעולם יהא אדם: ירא שמים / זהיר בכבוד אשתו / רך כקנה.
ר׳ לוי יצחק טייערע אבער איך האלט נישט אז די ביסט גערעכט.
אויפן צדיק ר׳ ישעי׳עלע קען מען אלעס גלייבן, מען האט ביי איהם געזעהן אפענע ניסים ונפלאות, און היינטיגע צייטן אין אזא דור שפל וואס די עולם איז לא רעב ללחם און מען דראפעט זיך אויף די גראדע ווענט וואס אהרט דיר אז נאך איינער וועט געהאלפן ווערן?
ווי לאנג קיינער בעהט נישט קיין געלט פאהר דעם אדער עס איז נאך נישט דא אן ארגעניזעישן אויפן ברידערס נאמען איז זיכער נישט קיין שום פראגע אז מען קען גיין.
א פרייליכן שבת און אלע אידן זאלן געהאלפן ווערן מיט ישיעות און רפואות בזכות הצדיק.

- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
אשרי מי שראה פניו (של איש תשבי שהוא אליהו הנביא) בחלום
וויל זיין גוט האט געשריבן:איין גוטע זאך ליגט אין דאס גיין צום ברודער, אז מען מאכט אן אויפוואכונג ביים ציבור איבער גיין באזוכן אלטע בתי חיים אין אמעריקע, אזוי ווערן זיי אפגעהיטן, ווי דער מציאות איז, אז פילע בתי חיים ווערן חרוב און פארנאכלעסיגט, וואס דאס איז א סגולה אז מען זאל שפעטער עס פארבויען ח"ו, אדער ענליך.
אבער אויסער דעם איז עס זייער שיינע חלומות.
און אויב איינער וויל צוטרעפן ווי אזוי אזא חלום איז צושטאנד געקומען, פאלגענד זענען די שטאפלען טריט ביי טריט:
1) א איד וואס האט זייער שטארק געוואלט פארן צו ר' ישעי'לע זצ"ל.
2) די אומשטענדן האבן אים אפגעהאלטן, געלט, די שטוב, זיין דזשאב, וכדומה.
3) געטראכט דערפון טאג און 'נאכט' איך וויל זייער שטארק פארן, א שאד איך קען נישט וכו' וכו'.
4) זיך דערמאנט אז געהערט אמאל אז ר' ישעי'לע זצ"ל האט א ברודער ליגן דא.
5) איידערן איינשלאפן געטראכט דערפון נאכאמאל.
6) א געוואלדיגער חלום איז געבוירן געווארן.
אויב ווילט איר אויך האבן דעם זעלבן חלום, פירט אויס די אינסטראקשענס, צופרידנהייט גאראנטירט
יעצט, ווייסען מיר שוין דער פראסעס ווי אזוי מען קען זעהן אליהו הנביא אין חלום.
געמיינט אז דער אשכול רעדט פון אליהו הנביא. ר' לוי יצחק איז גראדע גערעכט מיט דעם אז עס האט נישט אויס געפעלט דער חלום וואס איינער האט געחלום'ט (אמת אדער נישט; ווייל קיינער וואס קען אים נישט, וועט סיי ווי נישט גלייבען), איז מאכט עס ביליג דער גאנצע ענין.
כ'האב א מאל (מער ווי א מאל) אריין געקלערט אז אינטרעסאנט, כ'האב שוין געזעהן מיין מאמע ע"ה אין חלום, זיידעס און באבעס, וכו' וכו', אבער נאך קיינמאל נישט אליהו הנביא. דאס נענסטע איז געווען אלץ אינגעל וואס ס'האט זיך מיר געדאכט אז איך זעה אליהו הנביא טרינקען פון זיין כוס של אליהו ווייל דער וויין ריקט זיך. איך פארשטיי אז דער וואס האט יא זוכה געווען דערצו וועט דאס נישט דא מעלדען (דערובער איז נאך נישט דא א אשכול פון די וואס האבען דערצו זוכה געווען); אבער כ'ברענג נאר אויף דער אינטרעסאנטקייט אז מען קען חלום'ען פון אלץ און אלעמען, און אן קיין שום פראבלעם אז מען האט געזעהן להבדיל אלף אלפי הבדלות דזארדז וואשינגטאן וכדומה למשל; אבער זעהן אליהו הנביא זעהט נאר דער וואס איז ווערט, ווי מיר זינגען אין די זמירות מוצא שבת קודש.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
edge האט געשריבן:ר׳ לוי יצחק טייערע אבער איך האלט נישט אז די ביסט גערעכט.
אויפן צדיק ר׳ ישעי׳עלע קען מען אלעס גלייבן, מען האט ביי איהם געזעהן אפענע ניסים ונפלאות, און היינטיגע צייטן אין אזא דור שפל וואס די עולם איז לא רעב ללחם און מען דראפעט זיך אויף די גראדע ווענט וואס אהרט דיר אז נאך איינער וועט געהאלפן ווערן?
ווי לאנג קיינער בעהט נישט קיין געלט פאהר דעם אדער עס איז נאך נישט דא אן ארגעניזעישן אויפן ברידערס נאמען איז זיכער נישט קיין שום פראגע אז מען קען גיין.
א פרייליכן שבת און אלע אידן זאלן געהאלפן ווערן מיט ישיעות און רפואות בזכות הצדיק.
נישט דער צדיק רבי ישעי׳עלע זי"ע איז דער מדובר; אוודאי קען ער אלעס; קיינער האט אין דעם נישט קיין ספק.
דער מדובר איז דער "הוספה" אינעם עד, וואס פארביליגט די ענינים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
אייביג א גוטע עצה; און ביום הילולו נאך בעסער.
מיר בעטען אלעמאל בזכות אבותינו הקדושים (יעדער פון אונז דא האבען געהאט אבותינו הקדושים אן קיין שום יוצא מן הכלל), און מיר היייבען טאקע אן דער שמונה עשרה מיט אלקי אברהם אלקי יצחק ואלקי יעקב (בזכות שלשת אבות ווי מיר זאגען אינעם פיוט פון שלש עשרה מידות).

לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג אפריל 28, 2017 12:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
וויל זיין גוט האט געשריבן:עין טובה האט געשריבן:איז דא אן ענין צו גיין צו א ברודערס ציון בכלל?
איך וואלט ענדערש אנגענומען צו גיין צו א זון אדער א תלמיד וואס איזגעווען באהאפטן צום צדיק, וואס דורך אים קען מען עפעס האבן א קשר צום צדיק, אבער א ברודער וואס איך מיין אז ער איז נישט געווען 'ספעציעל' מקושר, טראכט איך נישט אז עס זאל זיין עפעס אן ענין, אבער דאס דארף מען פרעגן פון מקובלים
בין נישט א מקובל, אבער וואלט געזאגט אז רבי ישעי'לע וועט זיכער הנאה האבען אז מען צינדט א ליכטעל און מען זאגט א קפיטל תהילים ביי זיינע ברודער'ס און שוועסטער'ס קברים. אז ער האט ליב געהאט גאנץ כלל ישראל האט ער דאך זיכער ליב געהאט זיינע אייגענע געשוויסטער.
--
ווייס וואס כ'וועל דיר זאגען; אז ער וואלט אויך הנאה געהאט ווען א איד טוהט עניטינג פאר איינעם'ס נשמה (נאך 120, און אויך בחייו).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3547
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm