רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

פעלעד האט געשריבן:וייסט איינער די מעשה פון הייליגן רבי ישעיל'ה זי"ע, אז סאיז נישט געווען צובאקומען תבואה, און רבי ישעיל'ה האט געפויעלט און א באן פיל מיט תבואה איז געבליבן שטעקן אין שטאטא,
סאיז מיר זייער נויטיג צו וויסן די פינקטלכע פרטי המעשה.
ייש"כ ווער ס'קען מיר ארויס עלפן.

דאכט זיך מיר אז אינעם מופת הדור שטייט די מעשה נאר דאכט זיך מיר איר מאכט א טעות, די מעשה איז געווען מיט א וואגן (נישט א באן) און קארטאפל (נישט קיין תבואה)

אינעם 'בתי אבות' וואס ר' משה יוסף פרידלענדער ע"ה יליד קערעסטיר האט ארויסגעגעבן תשכ"ה (דאכט זיך מיר) שטייט אויך די מעשה

און גראדע איז די זעלבע מעשה אויך געווען ביי נכדו ומ"מ הרה"ק רבי מאיר יוסף רובין זיע"א (חתן בנו יחידו מ"מ הרה"ק רבי אברהם זיע"א)

קוק מופת הדור עמוד רי"ג
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

חרוזים האט געשריבן:

ליידער פארמאג איך נישט דעם ספר 'מופת הדור' און עס איז מיר נויטיג צו וויסן פרטי המעשה שוין יעצט,
קען איינער ארויף לייגן א פיקטשער אדער סקאן פון יענעם עמוד?
ייש"כ גדול!
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

לכבודך אני מעתיק לך מהספר מופת הדור עמוד רי"ג

כותרת "הסוסים אינם זזים ממקומם"

באחת משנות המלחמה, היה מחסור גדול בתפו"א ומחירם נתייקר מאוד, עד שכבר לא היתה אפשרות לקנותם, ימי חג הפסח קרבו ובאו, ובבית רבינו לא ידעו מאין ישיגו תפו"א לצורך סועות יו"ט, אשר בחג הפסח משמש מאכל זה כעיקר כל הסועודת, כבר הגיע ערב פסח, ובחצר קערעסטיר עדיין אין שום תפו"א, ולא עלה על הדעת מהיכן ישיגו כמות מרובה של תפו"א, בכדי לכלכל את כל האורחים הסמוכים על שולחן רבינו בפסח.

רבינו ישב על יד חלון חדרו, ועל פניו נראו סימני דאגה, על שאי אפשר להכין מזון לאורחים המרובים המתאכסנים בביתו, לפתע ראה מבעד החלון, והנה עגלה עמוסה נעצרה מול ביתו, והעגלה אינה זזה ממקומה, בעל העגלה הכה את הסוסים עם השוט שבידו בכל כוחו, אך כל עמלו ללא הועיל, הסוסים אינם זזים ממקומם.

כראות רבינו את הנעשה, נתגלגלו רחמיו על בעלי החיים המוכים, ויצא ושאל את בעל העגלה למה תכה את הסוסים באכזריות כזו?

אמר לו בעל ההגלה, התחלתי את דרכי ממחוז קאשוי, ובכל הדרך האכוכה רצו הסוסים כהרגלם, עלו הרים וירדו גבעות במרוצתם, ולא נתעייפו כלל, ורק כאשר הגיעו לכאן, במקום מישור שיותר קל לילך, עצרו הסוסים את מרוצתם, וככל שהנני מרבה להכותם, אינם רוצים לזוז ממקומם, איני יודע מה קרה להם!
שאל רבינו את בעל העגלה: מה יש בשקים הטעונים על עגלתך? ענהו בעל העגלה, שקים מלאים תפו"א, אמר לו רבינו: אולי תמכור לי כמה שקים, וכאשר יקל המשא ימשיכו הסוסים במרוצתם!

שמע בעל העגלה לעצת רבינו, והוריד כמה שקים ומרכם לרבינו, ומיד התחילו הסוסים לרוץ כמקודם, המקורבים הכניסו השקים לבית התשביל, והכינו סעודות יו"ט לכל האורחים, ובחצר קערעסטיר היתה רוחה.

בהערה למטה, כתוב שזה גם בספר מי באר ישעיהו עמ כו' מכמה אנשים, ומציין שכנראה קרה מעשה זו כמה פעמים ומציין עוד כמה סיפורים שהי' כעין הנ"ל בשינוי קצת (אנדערע מעשיות).
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

יישר כח גדול!!!
ותזכה למצוות
פראגער אפשטאמיגער
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראגער אפשטאמיגער »

געליינט אין פאריעריגן אייר מעלות צווישן עטליכע גאנץ אינטערעסאנטע מעשיות ווי אידן זענען געהאלפן געווארן בימינו אלה בזכות פון ר' ישעי'לע זי"ע, דורך טון לטובת נשמתו אדער דורך פארן צום ציון וכדומה (אונטערן קעפל לזכר עולם יהי' צדיק), איין פונצווישן די מעשיות וועלמיר אראפברענגען דא ככתבו וכלשונו:

פארמאטערט און פארשוויצט נאך א טאג ארבעט, האט ר' שמעי' ארויפגעשפאנט די טרעפ צו זיין הויז, באקוקנדיג די פאסט אין זיין האנט.

וואס איז דאס? דער עמטליך-אויסזעענדער קאנווערט איז אדרעסירט צו מר. סיימאן סטיין. יא, דאס איז זיין ביזנעס נאמען. א בליק אויפן שיקער'ס אדרעס, און דאס בלוט איז אים אפגעלאפן פון פנים.

ר' שמעי' האט זיך אריינגעיאגט אין הויז און אויפגעריסן דעם קאנווערט. זיינע אויגן זענען געלאפן איבער די געציילטע קורצגעפאסטע שורות און זיין אטעם האט זיך אפגעשטעלט. ער איז אריינגעפאלן אין נאנטסטן בענקל.

"שמעי', וואס איז געשען?!"

אנשטאט אן ענטפער האט ער צוגעווארפן דעם בריוו פאר זיין ווייב. זי האט עס געשווינד אפגעליינט און אויפגעהויבן צו אים א פאר אויגן. "אוי וויי, וואס פלאנסטו צו טון?"

ר' שמעי' האט געהויבן די הענט. "איך ווייס אויך נישט!"

ער האט אויפגעהויבן א טעלעפאן צו זיין געטרייען סעקרעטאר. "ישראל?" האט ער היסטעריש געשטאמלט. "איי. אר. עס! זיי... יא, זיי קומען אונז אוידיטן!

יעדער ביזנעסמאן אין אמעריקא ווייס אז ווען דער שטייער-אמט - די "איי. אר. עס." בלשון נקיה - פארלייגט זיך אויף איינעם מיט אן אוידיט (א גרינטליכע אונטערזוכונג פון אלע חשבונות), וועט מען אים געווענליך כאפן ביי עפעס אן עבירה, ווער רעדט נאך אויב א חסיד'ישער סוחר טרעפט צופעליג אן א באאמטן א שטיקל שונא ישראל. ווי גלייך און געזעצליך מען זאל פירן א ביזנעס, איז כמעט אוממעגליך נישט צו פארלעצן איינעם פון די הונדערטער אומבאקאנטע און צומאל זינלאזע געזעצן וועלכע מערן זיך אין וואשינגטאן ווי שוואמען נאך א רעגן.

"ווען קומען זיי?"

"מאנטאג!" שמעי'ס שטימע האט זיך געטרייסלט. "אוי געוואלד, וואס טוט מען דא?"

"א איד טאר זיך נישט אזוי מייאש זיין," האט ר' ישראל גע'מוסר'ט זיין בעל הבית. "איין מינוט, לאמיר טראכטן... ר' שמעי', מיר פארן צו רבי יאנקעלע'ן."

"וואס רעדסטו? ווי אזוי? ווען?"

"היינט איז מיטוואך. לאמיר פארן אויף שבת און זונטאג קענען מיר שוין זיין צוריק."

געווענליך איז ר' שמעי' דער וואס זאגט, פירט, הייסט, און די ארבעטערס פאלגן. און דא, קוק נאר ווי די יוצרות האבן זיך פארדרייט אין א פארצווייפלטע מינוט. דער סעקרעטאר האט ערלעדיגט די טיקעטס און גלייך צומארגנס זענען ביידע אפגעפלויגן קיין אנטווערפן צו זיין במחיצתו פון דעם צדיק רבי יאנקעלע מפשעווארסק זצוק"ל.

מוצאי שבת איז ר' שמעי' אריין צום רבי'ן זיך אויסגיסן דאס הארץ און בעטן א ברכה. רבי יאנקעלע האט זיך פארקלערט, דערנאך האט ער זיך אנגערופן: "רבי ישעי'לע איז געווען א גרויסער פועל ישועות פאר אידן, פאר אריבער קיין קערעסטיר און פועל אויס ביים צדיק א ישועה."

"אבער רבי," האט ר' שמעי' געטענה'ט מיט א ציטערדיגע שטימע, "ס'נעמט דאך צייט צו פארן קיין אונגארן און דערנאך קיין ניו יארק. און זייערע חברה קומען שוין מאנטאג!"

"אויב אזוי וועט א בילד אויך זיין גענוג. שטעל אריין ביי דיר אין אפיס א בילד פון ר' ישעי'לע קערעסטירער."

ר' שמעי' און ר' ישראל האבן זיך איבערגעבליקט מיט וואונדער, אבער זיי האבן גארנישט געזאגט און אפילו נישט איבערגעקלערט. די אמונת צדיקים איז געווען טיף איינגעווארצלט אין זייערע הערצער.

באלד ווי ר' שמעי' איז אהיימגעקומען, האט ער פארשאפט א גרויסע קאפיע פון דעם באקאנטן בילד פון דעם צדיק רבי ישעי'לע. ער האט עס אריינגעשטעלט אין א שיינעם ראם און עס אויפגעשטעלט אויף זיין שרייב-טיש.

מאנטאג, צען אזייגער צופרי, האט זיך געהערט דער לאנגער קלונג ביים טיר. ר' שמעי'ס הארץ האט האסטיג גענומען קלאפן. אינסטינקטיוו האט ער געקערט זיין בליק צום בילד איידער ער האט געדריקט אויפן קנעפל.

דריי באאמטע מיט הארטע פנימ'ער האבן אריינגעשפאנט אין אפיס. דער העכסטער האט גערייכט די האנט צום ביזנעסמאן מיט א העפליכן גוט מארגן, דערנאך האבן זיך אלע אוועקגעזעצט ביים טיש.

"דא זענען די דאקומענטן." ר' שמעי' האט צוגערוקט א שטויס פאפירן וועלכע דער באאמטער האט איבערגענומען מיט אן ערנסטן געזיכט און אנגעהויבן געלאסן אונטערזוכן.

נאך ארום צען מינוט מישן אין די פאפירן, קוקן דא און דארט, האט דער באאמטער אויפגעהויבן די אויגן און זיין בליק האט זיך אפגעשטעלט אויפ'ן בילד קעגנאיבער אים.

"נעם אוועק דעם בילד פון דארט!" האט זיך געהערט א דונערדיגער באפעל.

"איים סארי, סיר," האט ר' שמעי' זיך העפליך פארענטפערט, "דאס בילד איז א רעליגיעזע זאך. איך קען עס נישט אוועקנעמען פון דא."

אן אויפגעברויזטער האט דער באאמטער זיך אויפגעשטעלט פון ארט. דאס בענקל אונטער אים האט געטראסקעט אויף דער ערד, און ער איז געגאנגען זיצן ביים אנדערן עק טיש, פרואוונדיג צו פארקירעווען זיינע אויגן פון דעם בילד.
נאך א פאר מינוט גייט פארביי און ווידער פאלט זיין בליק אויפן בילד וואס שטעכט אים אויס די אויגן.

"נעם אוועק דעם בילד האב איך דיר געזאגט!"

"איך האב שוין ערקלערט אז איך קען נישט," האט ר' שמעי' זיך גע'עקשנ'ט. "ס'האט א שייכות מיט מיין רעליגיע."

די נערוועזקייט פון דעם באאמטן איז געשטיגן פון מינוט צו מינוט. ער האט זיך גענומען ארומרוקן אומבאקוועם אויפן בענקל און מישן די בלעטער אהין און אהער, קענטיג אן א ציל. פלוצלינג איז ער אויפגעשפרונגען פון ארט. ער איז צוגעלאפן צום בילד מיט כעס, עס ארויסגעכאפט פון דעם ראם, און ווי א וואנזיניגער עס גענומען צורייסן אויף קליינע שטיקלעך מיט א אומבאהערשבארער צארן.

ווי נאר ער האט געענדיגט האט ער זיך געכאפט וואס ער האט דא אפגעטון. ער, א רעגירונגס באאמטער, האט געשענדעט יענעמ'ס רעליגיעזער חפץ, אן קיין שום סיבה! און עס זענען דא עדות! מען וועט אים נאך באשולדיגן אלס ווילדער אנטיסעמיט און ארעסטירן מיט שאנדע. ער האט שנעל צאמגעפאקט זיינע זאכן און איז ארויסגעלאפן פון אפיס מיט זיינע באגלייטער, ווי געטריבן פון א רוח... פון א שטורעמווינט... פון דעם בילד פון א צדיק וואס לעבט שוין נישט באלד הונדערט יאר!

מער האט ר' שמעי' נישט געהערט פון זיי.

זיעועכי"א.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

דא קען מען אראפנידערן א קונטרס וואס ענטהאלט אין זיך א פרק פון דעם הערליכן ספר "דער וואונדערליכער צדיק", ווי אויך די תולדות פון רבי ישעי'לע אין קורצן.

און ביים סוף קונטרס האבן זיי צוגעליייגט אן ארטיקל פון א אונגארישע צייטונג אין פעסט פון יענע יארן וואס זיי האבן איבערגעטייטש און מעתיק געווען. דער גויאישער שרייבער איז געפארן באזוכן דעם 'טשאדע ראבי' פון באדאראג-קערעסטור, און דערנאך שרייבט ער אפ וואס ער האט דארט געזען און געשפירט.

טשאדע ראבי
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

די בילד מעשה איז א חידוש נפלא. ממש אומגלויבליך.
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

מצלמה האט געשריבן:די בילד מעשה איז א חידוש נפלא. ממש אומגלויבליך.

אויב ס'איז אמת.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מצלמה האט געשריבן:די בילד מעשה איז א חידוש נפלא. ממש אומגלויבליך.

געהערט פון ר' יוסף חיים זז"ג, נאר אן די צושפייז.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

יעצט איבער געליינט

די מעשה פון די בילד איז נישט מדוייק,

אבער דער געדאנק יא,

גראדע אינעם מופת הדור, שטייט אויך די מעשה וועגן די בילד (בשינוי ניכר לרוב).

אבער דאס איז אמת אז דער צדיק איז געווען מנוגד צו בילדער, און האט נאר געמאכט א בילד ווייל ער האט געוואלט קענען פארן קיין צאנז, אבער געוואלט ס'זאל נישט בלייבן קיין זכר דערפון.
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

חרוזים האט געשריבן:יעצט איבער געליינט

די מעשה פון די בילד איז נישט מדוייק,

אבער דער געדאנק יא,

גראדע אינעם מופת הדור, שטייט אויך די מעשה וועגן די בילד (בשינוי ניכר לרוב).

אבער דאס איז אמת אז דער צדיק איז געווען מנוגד צו בילדער, און האט נאר געמאכט א בילד ווייל ער האט געוואלט קענען פארן קיין צאנז, אבער געוואלט ס'זאל נישט בלייבן קיין זכר דערפון.

וואס הייסט?
דביה תחדי נפשא
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

מ'האט געדארפט אריבער פארן דעם גרעניץ צו פארן צום ציון, האט ער געמוזט מאכן א בילד

פאר די פטירה האט ער באפוילן זיין בן יחיד ומ"מ הרה"ק רבי אברהם זיע"א ער זאל פארניכטן דאס בילד, אבער איינער האט שנעל געכאפט און געמאכט א קאפי דערפון

ומזה נשאר לנו לזכרון.
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

חמרא טבא האט געשריבן:
חרוזים האט געשריבן:יעצט איבער געליינט

די מעשה פון די בילד איז נישט מדוייק,

אבער דער געדאנק יא,

גראדע אינעם מופת הדור, שטייט אויך די מעשה וועגן די בילד (בשינוי ניכר לרוב).

אבער דאס איז אמת אז דער צדיק איז געווען מנוגד צו בילדער, און האט נאר געמאכט א בילד ווייל ער האט געוואלט קענען פארן קיין צאנז, אבער געוואלט ס'זאל נישט בלייבן קיין זכר דערפון.

וואס הייסט?

אין די ארטיקל פון די פעסטע צייטונג וואס כ'האב אויבן ארויפגעלייגט שרייבט דער גוי אזוי:

בילד פון רבי ישעילע.jpg
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

נא_שכל
קוק וועסטו זעהן אז ס'איז פונקט ווי איך שרייב דא

אז די מעשה איז געווען אויפן וועג קיין צאנז
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
מּשה ברים
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 13, 2017 6:46 pm

זיווג שני פון רבי ישעילע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מּשה ברים »

ווייסט איינער אינפארמאציא איבער ר' ישעילע רביצין בזיווג שני וואס בימיה האט זיך אנגיהובען די גרויסע ווערטשאפט ווי פארשטיי זיך אהנצופירען אזא ווערטשאפט ברויך מכן האבן א גוטע רביצין
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

ער איז אוועק אפאר יאר נאכן ערשטן קריג, ביז דאן איז נישט געווען קיין גרעניץ צווישן אים אין צאנז. איז ער געווען אין די לעצטע פאר יאר אין צאנז?
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

מּשה ברים האט געשריבן:ווייסט איינער אינפארמאציא איבער ר' ישעילע רביצין בזיווג שני וואס בימיה האט זיך אנגיהובען די גרויסע ווערטשאפט ווי פארשטיי זיך אהנצופירען אזא ווערטשאפט ברויך מכן האבן א גוטע רביצין

די סטעיטמענט איז מורא'דיג, דו האסט געשאפן היסטאריע מיט די סטעיטמענט....
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

הרב משה,
אזוינע שטותים צו שרייבן?

די ערשטע רעבעצין איז אוועק כ"ב תמוז תרפ"ב, קארגע 3 יאר פאר איר גרויסער מאן, די אלע יארן ברייטקייט, האט זי אנגעפירט,

דערצו האט איר מאן געזאגט ביי איר לויה, 'האב נישט מורא, אלעס וואס מיר האבן געטאן אין די הויז, איז האלב דיינס'

דאס אלעס ווערט אוועק געמאכט?

די צווייטע רעבעצן איז געווען א חשובע פרוי, אבער אויף איר איז דא א מעשה אז איר מאן האט איר נישט געלאזט קוקן אונטער די מחיצה (איך האב נישט כוח צו מאריך זיין אין די מעשה).

און דא פלוצלינג א חידוש מרפסין איגרא, אז אלעס האט זיך אנגעהויבן תרפ"ב.

לפליאה עצומה היא לי זאת

(אנטשולדיג משה פאר מיין שארפקייט, אבער איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן).
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

בלעטל האט געשריבן:ער איז אוועק אפאר יאר נאכן ערשטן קריג, ביז דאן איז נישט געווען קיין גרעניץ צווישן אים אין צאנז. איז ער געווען אין די לעצטע פאר יאר אין צאנז?

ער איז דאך דאס לעצטע יאר געפארן קיין צאנז

זאגנדיג, אז אזוי ווי ער האט גענומען די רבי'סטעווע אין צאנז, דארף ער דאס צוריק געבן אין צאנז.

און דאכט זיך מיר, אז ער איז אלע יארן געפארן אויף צאנז צו די יא"צ כ"ה ניסן
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

חרוזים האט געשריבן:הרב משה,
אזוינע שטותים צו שרייבן?

די ערשטע רעבעצין איז אוועק כ"ב תמוז תרפ"ב, קארגע 3 יאר פאר איר גרויסער מאן, די אלע יארן ברייטקייט, האט זי אנגעפירט,

דערצו האט איר מאן געזאגט ביי איר לויה, 'האב נישט מורא, אלעס וואס מיר האבן געטאן אין די הויז, איז האלב דיינס'

דאס אלעס ווערט אוועק געמאכט?

די צווייטע רעבעצן איז געווען א חשובע פרוי, אבער אויף איר איז דא א מעשה אז איר מאן האט איר נישט געלאזט קוקן אונטער די מחיצה (איך האב נישט כוח צו מאריך זיין אין די מעשה).

און דא פלוצלינג א חידוש מרפסין איגרא, אז אלעס האט זיך אנגעהויבן תרפ"ב.

לפליאה עצומה היא לי זאת

(אנטשולדיג משה פאר מיין שארפקייט, אבער איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן).

און די גילוי אלי׳ מעשה צו וואס זי האט זוכה געווען

חוץ מזה. די ווערטשאפט איז נישט געווען קיין דבר גשמי. עס איז געווען למעלה מהשגתינו
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

ער איז דאס לעצטע יאר געפארן קיין צאנז, און אויף די וועג אהיים האט ער געזאגט פאר א איד (ס'שטייט א נאמען, כ'האב עס נישט מיר מיר) אז ער האט געכאפט א עין הרע און ער ווייסט אפילו פון וועם, און דאס איז עס...
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

מּשה ברים האט געשריבן:ווייסט איינער אינפארמאציא איבער ר' ישעילע רביצין בזיווג שני וואס בימיה האט זיך אנגיהובען די גרויסע ווערטשאפט ווי פארשטיי זיך אהנצופירען אזא ווערטשאפט ברויך מכן האבן א גוטע רביצין

ר' מנדל רייכבערג ז"ל'ס מאמע איז גיווען א טאכטער/אייניקל פון רבי ישעי'לע אין איר
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

רבי ישעי'לע האט געהאט קינדער בזוו"ש?
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

נחום וואהלינער האט געשריבן:
מּשה ברים האט געשריבן:ווייסט איינער אינפארמאציא איבער ר' ישעילע רביצין בזיווג שני וואס בימיה האט זיך אנגיהובען די גרויסע ווערטשאפט ווי פארשטיי זיך אהנצופירען אזא ווערטשאפט ברויך מכן האבן א גוטע רביצין

ר' מנדל רייכבערג ז"ל'ס מאמע איז גיווען א טאכטער/אייניקל פון רבי ישעי'לע אין איר

הישיש משה'לע קרויס פון אטאווא וועלכע איז "היינט" וועלט בארימט אין די היימישע קרייזן צוליב זיינע צויבער ציענדיגע אינטערוויוס (אלס א פראפעסיאנעלער טיאטער וואונדער קינד ואכמ"ל) אויף קול מבשר, איז א שוועסטער געווען מיט להבחל"ח ר' מענדל רייכבערג'ס פרוי. די רעבעצין פון רבי ישעי'לע איז געווען א טאכטער פון רבי משה שמעון ראטה אב"ד יורע בן בעל הבית היוצר מחוסט זצ"ל.

משה'לע קרויס און רייכבערג זענען נישט קיינע קערעסטירער אייניקלעך.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

יוראפ האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:מצבת ר' יוסף צבי ב"ר יהודא שטיינער ואשתו מרת פעסל ב"ר מנחם יצחק בגרויסווארדיין
ר' יוסף צבי הי' חתן דודו ר' מנחם יצחק שטיינער
ר' יהודא און ר' מנחם יצחק זענען געווען ברודער'ס מיט ר' משה - פאטער פון רבי ישעי'לע זי"ע

קבלתי באישי אז ר' יוסף צבי איז געווען א ברודער פון ר' משה - דהיינו אז ר' יוסף צבי איז געווען א פעטער פאר ר' ישעי'לע זי"ע

ווי אזוי האט געהייסען דערטאטע פון ר' משה אבי ר' ישעי'לע זי"ע
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”