דער באדראג-קערעסטור טאג בוך

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

דער באדראג-קערעסטור טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

דארט אין דעם בענקעדיגן אמאל, אין דעם הארץ פון דעם היימישן אינטערלאנד, די סמעטענע פון תמימות'דיגע ארטאדאקסיע וואו יעדעס דומם און יעדעס צומח איז געווייקט מיט זכרונות. די וועגן און שטעגן דערציילן, די ווענט און ווינקלען זאגן עדות.

א רויז צווישן רויזן, מוקף מיט גדולים וטובים—מישקאלץ, אוהעל, ליסקא, קליינווארדיין, קאלוב, טערצאל, ועוד ועוד. אין צענטער פון די בארימטע גאלדענע טאקאי וויין בערג, ביים ברעג פון דעם רואיגן באדראג, זיצט א באשיידנקייט וואס איר אוצר באשטייט פון געציילטע געסלעך. א טיפישער כפר קטן, אבער א הארציגע חן וואס פינקעלט מיט גייסטישע יהלום.‏

עס ווירקט אן איידעלער כאראקטער פון גט'ליכע הנהגה אינטערגעבעט מיט שטוינענדע פשטות. א הימל'ישע געמיש פון ישועות, רוח הקודש, און ענוה; אן עמוד האש פון צדקה וחסד בגוף ובממון.

מ'ברויך נישט קיינע טיטלען; בלויז "רבי ישעי'לע פון קערעסטיר", מיט א ווארימע לשון חיבה. א הייליגער שם דבר וואס טוט ערוועקן ציטער און שעצע ביי כלל ישראל בכלל, און ביי יוצאי אונגארן בפרט. א הויכע לייכט טורעם וואס איר פערזענליכקייט האט משפיע געווען קדושה און יראה פאר דעם אייראפעישן גלילות קרוב צו א יובל יארן. א פועל ישועות בקרב הארץ: פון א חוזר בתשובה אין פעסט ביז א רפואה אין וויען, פון א פריץ אין פוילן ביז א ישועה אין גאליציע. א נארהאפטיגע מאלצייט פאר אן אביון, אן עצה פאר א בעה"ב, א שמייכל פאר עצמות יבשות, א קמיע פאר א יולדות. הוא בבאדראג-קערעסטור ומצודתו פרוסה אזש ביז די ווייטע ניו יארק. וראו כל עמי הארץ; א וואונדערליכער "טשאדא-ראבי" וואס האט גענאסן פארכט און עהרע אפילו ביי די הארטע אומה"ע.

ג' אייר תרפ"ה, צוויי און ניינציג יאר אדורך פון ווען דער נשמה פונעם צדיק האט זיך אומגעקערט צום עולם האמת; א לאנגע תקופה מיט א היטלער'ישן חורבן דערינען. אבער דער רושם איז פארבליבן, די נאסטאלאגיע איז קאי וקיים; מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה!

כי שם חלקת מחוקק ספון. לכבוד דעם יומא דהילולא וואס געפאלט דעם שבת קודש פ' טהרה, לאזן מיר זיך היינט בעזרת השם ארויס אויף א קורצע רייזע צו דעם עיר האבות, דעם אמאל-אומבאקאנטער דערפל וואס מיין זיידען'ס עלטער זיידע האט גערופן "היים". עס איז ערווארטעט אז הונדערטער - אדער פילייכט טויזענטער - וועלן וויילן אין די מדינת אונגארן דעם קומענדיגן שב"ק, און זיך משתטח ז‏יין אויפן ציון פונעם הייליגן צדיק דארט אויפן בארג. מיט א הייסע תפלה צום בוכ"ע אז מיר זאלן פועל'ן ישועות ורפואות, ברוחניות ובגשמיות, לנו ולכל ישראל.‏

*‏

דער פלאן איז צו פארברענגען אין צפון-מזרח הונגרי' במשך אונזער קורצע נסיעה. מיר וועלן בעזהשי"ת פראבירן צו אפדעיטן און מגיב זיין דעם טאג בוך - מיט געציילטע שינוים משום גזירת גילוי - עד כפי שידי מגעת.

אבער איך שטעל קלאר בתנאי קודם למעשה אז איך קלעים נישט קיין אויסשליסליכע בעלות אויף דעם דאזיגן אשכול... אויב איר זענט א מעמבער אין דעם היי יאריגן נסיעה לקערעסטיר—אדרבה, טיילט מיט אייערע אנעקדאטן, סיפורים, קרישטשעלעך, בילדער, אבזערוואציעס, און געפילן.‏

דער פליגער הויבט זיך אט אט; צום ווידערזען!
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום דאנערשטאג אפריל 27, 2017 9:33 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

הערליכע אריינפיר! מיר קוקן פאראויס אויפן המשך.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

נאסטאלגיש און שרייבעריש. מען זעהט אייערע געפיהלן. זיי ממשיך!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

יישר כח פאר די שיינע באשרייבונג
מגיימער אויך האבן די זכי' צו זיין פון די הונדערטער - פילייכט טויזענטער - וואס וועלן אי"ה וויילן דעם קומענדיגן שבת בשכינות פון ר' ישעי'לע זי"ע,
מזאלמיר פועל'ן אלעס גוטס!!
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

א הערליכע אריינפיר. דאס הייסט געשריבן !
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אאההה!!
א ליבליכער פעדער. כבוד מונאוויטש.

דער אויבערשטער זאלן העלפן, זאלסט פוילן אלעס גוטס. פאר דיר און דיין גאנצע משפחה. און האב אויך אינזין אלע חברים דא מיט וועם דו פארברענגסט אין געלעגנהייטן. מיר זאלן אויך געבענטשט ווערן מיט א געזונטן זוממער. וכל מילי דמיטב. לנו ולכל בני בתינו.

צאתכם ובואכם לשלום.
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכך.
פאהר געזונטערהייט.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

א בריליאנטענער שריפט און גאלדענע אריינפיר, זאלסטו אויסבעטן אלעס גוטס ברוחניות ובגשמיות.

אונז ווארטן מיט שפאנונג...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

זאלסט פויעלן אלעס גוט'ס, ובזכות אונזער דערפרייען מיט שיין געשרייבאכט'ס, זאל אייך גאט דערפרייען מיט אלע ישועות
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

יפה דברת
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

שיינער געדאנק
מיר וועלען בעז"ה זיין דארט צום זיבעטען יאר און א ריי אויפן יום היארטצייט. האפנטליך וועט זיין אביסעל צייט צו אפדעיטען אונזערע קאלעגן אויפן וועלטעל.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הערליכע קאוזי אינטראו
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

חרוזים האט געשריבן:זאלסט פויעלן אלעס גוט'ס, ובזכות אונזער דערפרייען מיט שיין געשרייבאכט'ס, זאל אייך גאט דערפרייען מיט אלע ישועות

האב מיר אונז אויך אינזינען
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

הערליכער שריפט
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

ווי געשריבן אין די הקדמה, האט די פלאן געלויטעט אז מען וועט אפדעיטן דעם טאג בוך "לייוו" פון ארץ אונגארן. אבער די טלטולי הדרך זענען געוועזן שווערער ווי געראכטן און מיר האבן זיך געברויכט באגעניגן מיטן פארצייכענען בלויז נאטיצן און ראשי פרקים. די פרטים האבן מיר מוסף געווען אין די פאלגנדע וואכן, אין די שמאלע מינוטין בין עבוד"ה לעבודה ובין שינון לשינה.

עס איז שוין פילייכט עבר זמנו, אבער ווי זאגט די וועלט, אלץ בעסער שפעטמאל ווי קיינמאל. פאלגנד איז א כראנאלאגישע דייערי פון אונזערע מסעות און מחשבות ביז באדראג-קערעסטור, ולא עד בכלל. די קומענדיגע חלק וועט נאכפאלגן בעזהשי"ת.

* * *

— יום ד' פרשת טהרה, א' דר"ח אייר.

JFK לופטפעלד. עיר פרענס קיין פאריז, קיין בודאפעסט:

"טענק יו, סיר", גיב איך יענעם נאטורליך א זאג, מיט טיפישע אמעריקאנער עטיקעט.

שששש... וידום הצרפתי, מיט פולשטענדיגע תנועת איגנאראציע. כאילו ס'איז נישט ער, דער שטייפער פראנצויזישער קלערק דארט אין דעם עיר פרענס לאונדזש, וואס ארגאנאזירט די פירות, צייטונגען (אלעס אין פראנצויזיש!), פלעשלעך מים ושכר, ועוד, און איך חרדי וואס האט הנאה פון מעשי ידיו. סך הכל דערלאנגט א טראדיציענאלע דאנקע פאר אייער סערוויס צום פוליקום, שטאלצער פחחאנסעעי! זאג עפעס, שאקל צוריק; ניין, גארנישט!

דאס ערשטע מאל וואס איך טוה רייזן מיט עיר פרענס. אלע זענען זיי אזוי געפרוירן, אדער נאר דער שלאנקער פארשוין איז א ביטאק? אפשר, בליצט א מחשבה'לע פון פערטל שפעקולאציע און דריי-פערטל ווארשיינליך, איז גאר מיין שווארצע בארדע מיט מאנכע כבן שבעים'לעך דער צרה-לייט. פילייכט א שטיצער פון "מארין לע פען", די [געוועזענע] פרעזידענט קאנדידאטקע פון די ארכי-רעכט "נאציאנאלער  פראנט" פארטיי, וואס האט פאר דריי וואכן צושטאלפערט די צינג צווישן די ציין און סערווירט א פארציע עסיג איבער פראנקרייך'ס פאררעטערישע ראלע אין דעם פינסטערן שואה מיט 75 יאר צוריק. (איצט, בשעת'ן מסדר זיין דעם דרעפט, איז געקומען די בשורה טובה אז לע פען האט פארלוירן די צווייטע רונדע וואלן מיט אן איבערוויגנדן מערהייט. כן יאבדו כל ה'אידיאלאגיסטן ועקסטרעמיסטן.)

פארביטערט אויפן נעכטן, פארכמארעט אויפן הוה, און מיט האפענונג פאר א בעסערן מארגן—דעמאלס אין די שטורעמישע תקופת מוצאי מלחמת העולם [הראשון], ווען טויזענטער אייראפעאישע פאמיליעס איבערגעלאזט זייערע היימלענדער, געכאפט דעם וואנדער וואפן און געפליכטעט צו די ליבעראלע פארנקרייך וואס האט אין די יארן נאכן "גרויסן קריג" געעפענט זייערע טויערן פאר די פארוואגלטע אידן.

די יארן לויפן, און שווארצע וואלקענעס ווידער זיי באווייזן זיך אויפן האריזאנט. פרילינג 1940, נאך א קייט פון שלאכטן וואס האט געדויערט 6 וואכן און איבערגעלאזט טויזענטער פאטאליטאטן, האט די נאצישער ארמיי דורכגעבראכן דעם גרעניץ מיט איר דרום-מערב שכן און איינגעשטעלט א מיליטערישע אקיופאציע אין פאריז הבירה און אינעם ארומיגן צפון. ווי די רעגירונג איז געפאלן, האבן א טייל פאליטיקאנטן זיך אריבערגעצויגן אין דעם דרום רעזארט שטאט "ווישי" און אויפגעשטעלט דארט א פרישע רעגירונג. די יעניגע האבן געזאלט זיין זעלבסשטענדיג, אבער אין רעאליטעט, ווי טרויעריג באקאנט, האבן זיי אפיציעל קאלאבערירט מיט דייטשלאנד און ווי פאפעטן נאכגעשפרינגען די נאציאישע קאפריזן.

אין די פאלגנדע חדשים האט דייטשלאנד אנגעהויבן פארלאנגען אז פראנקרייך זאל ליקווידירן די טויזענטער אידישע פליטים וואס האבן זיך דאן געפונען אין זייערע גבולים. די אריגינעלע באפעלן האט געלויטעט בלויז ערוואקסענע, אבער די רחמנות'דיגע פראנצויזן האבן צוליב "הומאניטארישע" סיבות נישט געוואלט "צורייסן פאמיליעס". אין צענדליגע באזונדערע אקציעס, אלפי אנשים נשים וטף ארעסטירט דורך די פאליציי און דערנאך דעפאטירט כצאן לטבחה דורך די נאציס אויף די טרויעריגע רעלסן צו טויט לאגערן.

דער מיינסט-באקאנטער אנצידענט איז געוועזן די אזוי-גערופענע "וועל ד'היוו" אקציע, א פארקערצערונג פונעם נאמען פונעם ספארטס סטאדיאום ווי טויזענטער אידן, וואס זענען ארעסטירט געווארן דורך די פראנצויזישע פאליציי אין אן איין-טאגיגע בליץ מאסן-ארעסט, זענען צייטווייליג "געסטארעדזשד" געווארן אונטער אומדערטרעגליכע באדינגונגען: צונויפגעפרעסט אויף דער ערד ווי סארדינען, די שערים פארשפארט, די חלונות פארקלאפט, מָזוֹן בלויז וואס מען האט זיך מיטגעברענגט, און קנאפע אנושיות'דיגע איינריכטונגען. נאך פינף טעג פון פאניק און שרעק, האבן די פראנצויזישע פאליציי גענומען די אויסגעשעפטע גופות און זיי טראנספאטירט צו די דראנסי לאגער נעבן פאריז, און דערנאך מיט לאסט וואגאנען אויף א לאנגע פארניכטונגס רייזע קיין גזירת אוישוויץ. הי"ד!

אין די ערשטע צענדליגע יארן נאכן קריג האט פראנקרייך אראפגעווארפן פון זיך די שולד אויף די אלע מעשי תעתועים, מיטן נאטורליכן אויסרייד אז "דייטשלאנד האט אונז געצווינגען". ביי א טעלעוויזיע אויפטריט, האט לע פען—וואס האט מכלומר'שט רעפארמירט די פארטיי פלאטפארמע, און זיך אפגעשאקעלט פון איר פאטער'ס עקטרעמע פארגאנגנהייט—איבערגעקייעט דעם אלט-געדראשענעם תירץ "וואס ווילט איר פון פראנקרייך? מיר זענען געווען אקיופירט דורך דייטשלאנד". אין א נאכפאלגנדן אויפטריט, אין א פארזוך צו פארהיילן דעם פאליטישן צונאמי וואס איר לינג-צום-צינג האט אנגעבראכט, האט זי "אויסגעקלארט" אירע דיבורים: "די ווישי רעגירונג איז געוועזן אומלעגאטום; זייערע מעשים אין יענע טונקעלע יארן האט נישט רעפרעזענטירט די פראנצויזישע פאלק". אבסורד! ווישי איז אין זיינער צייט געווען גאר פאפולער ביי די פראנצויזישע מאסן. ווי אויך האט די רעגירונג דאן פארמאגט אפיציעלע דיפלאמטישע באציאונגען מיט כמה מדינות, כולל די פאראייניגטע שטאטן.

כהיום זענען אלע זעלבסשטענדיגע היסטאריקער איינשטימיג אז פראנקרייך—דער קרוין פרינץ פון ענלייטמענט און דאס שפיגעלע פון טאלעראנץ—איז דירעקט פאראנטווארטליך פאר די שואת יהודי צרפת, וואס האט געפירט אין די אויווענעס א סך הכל פון איבער זיבעציג טויזנט אידן, הי"ד. עס איז קלאר, זאגן די היסטאריקער, אז נאצי דייטשלאנד וואלט נישט פארמאגט די נויטיגע קראפט דורכצופירן די מאסן ארעסטן בתוך גבולות פראנקרייך אויף די אייגענע האנט אן די אקטיווע הילף פון די פראנצויזישע פאליציי און אינסטאנצן. ווען אויפן געוויסן שווימען אויף די עדות פון אונזערע זיידעס און באבעס, די שרידי חורבן אונגארן וואו אייכמאן ימ"ש מיט זיינע אונגארישע שותפים האבן און א תקופה פון געציילטע חדשים דעפאטירט קנאפע חמשים רבוא צו מרור ותמרות עשן.

טאקע דארט אין באדראג-קערעסטור, אסרו חג פסח תש"ד, ביים דעפארטירן פון שוהל הויף צום באן סטאנציאן. אין צענטער שלעפן זיך הונדערטער אחב"י, משפחות מיט קליינע שעפעלעך; פון פארנט איין אונגארישער דזשאנדאר מיט א ביקס; פון הינטן א פאר לאקאלע שקצים (אין אונגארן האבן אינגען געברויכט טוהן ארבעט פאר די מיליטער); און אויף די זייטן די ארטיגע גוי'שע איינוואוינער וואס ניטמאל זוכן זיי צו באהאלטן די סאדיסטישע פרייד וואס איז אויסגעגאסן אויף זייער געזיכטער.

"איצט איז שמחים בצאתם", האט רבי מאיר יוסף זצ"ל, דער לעצטע קערעסטירער רבי, זיך דאן אנגערופן צו די ארומיגע.  "ווער ווייסט צו עס וועט נאך זיין ששים בבואם!"

צוויי-דריי יאר נאך די שרעקליכע גריסן פון חורבן פוילן, שוין ליידער געווען ניבא וידע מה ניבא. געציילטע וואכן שפעטער, פון אוהעל געטא אויף די טרויעריגע טראנספארטן קיין אוישוויץ, דער קערעסטירער רבי ז"ל ומשפחתו עקד"ה צוזאמען מיט רוב מנין ובנין דק"ק קערעסטיר יצ"ו. השם ינקום דמם!

*

די מחשבות פלעכטלען און די פינגער קנעפלען, אבער זיי ווערן פריצייטיג פארשוויגן:

"מונא, גיי מיר צום געיט?"

"וואאאס?", קלינגט מיין שטילע, פאר'חלומ'טע רעאקציע.

"וואס קלאפסטו דארט?! קום, מ'באורד שוין!"

*

בעפאר די רייזע האט די חשוב'ע בני בית זילבער-פאפירט געשמאקע סענדוויטשעס אלץ צדה לדרך; ‏די בינה יתירה מיט וואס זי איז פון השי"ת באשאנקן האט פילייכט פראנאויס געזעהן דעם נארהאפטיגן 'כשר לפסח' (יא, איר ליינט גוט!) פארשפייז 'פלעטער' וואס די לע פען'ניקעס וועלן סערווירן דארט אויפן באואינג 777, קנאפע צען טאג בתוך תקופת 'געבאקן נאך פסח תשע"ז'.

- מצה קרעקערס איינגעוויקלט אין אן אומקאלירטע ניילאן זעקל.
- צוויקל איינגעמאכטס.
-א רעפטל לימאניש מיט אלייבירט, צופיסנס פון עצם-לאזע סעלמאן פיש. כסליו אין ים, ר"ח טבת פריש, טבת-ניסן געפרוירן, און ר"ח אייר האלב קאלט. גרויס מיטלייד מיט אייך, מיסט קאסטן.
- אין צענטער א שטיקל 'שהכל' מזונות, שריים פון אחרון של פסח.

דער "מעין דיש" האט געטראגן אן ענליך פנים: כשר לפסח בייליק,‏ באגלייט מיט אטאזאטט (=דער קאפויער פון 'ראפאגאש') קארטאפל קאצקעס און בעיבי צימעס.

א מאלצייט, אן אנטוישונג. היפך "נוסח קערעסטיר"...

*

שפעטער, טיף אינעם פלייט. שא שטיל, די לעקטער זענען דערנידערט און אין קעבין איז איצט פינסטערליך. אבער באחורי הפרגוד, א שיירא פון ארום פופצן פערזאן מיט גארטלען אויף די לענדן שטראלן אור הגנוז, דארט על כנפי נשרים, 10 ק"מ העכער דעם געפרוירענעם אקינות. אפגעראכטן א געשיקטע, אבער ווארעמע, מערבית מיט ספירת העומר און צוריק צו מיין שטאט איך שפאן אויף די שפיץ פינגער מיט די קאפעלוטש אין די האנט און די קאפטן איבערגעבויגן אויפן זרוע. אט איך באמערק ווי א מיטל-יעריגער גוי'שער שכן מיינער סערווירט בייסיגע שישקעס צום שקלאפטע, בשעת די צוויי נוקלעארע שפיזן—וואס האבן אצינד צום ערשטן מאל נאך א ששת של שעות זיך אוועקגעריסן פון דאס לאנגווייליגקייט וואס פוסטעוועט דארט אויפן סקרין—זענען געצילט אין מיין ריכטונג.

די חברה. נעווער פארגעסן זיי פון מאי הר סיני, הר שירדה וכו', ניטאמאל ‏בשעת'ן גולם'ען פילמען.

* * *

— יום ה' פרשת טהרה. ב' דר"ח אייר.

בודאפעסט, אונגארן:

נאך א פאר שעה אפשטעל אין "שארל דע גאל" לופטפעלד (אויפן נאמען פונעם פראנצויזישן שטאטסמאן, פאליטיקאנט און גענעראל, וואס האט בריחה געטאהן אין 1940, און פון זיין גלות ביורא אין אנגליה סטראטעגירט און געקעמפט קעגן די פאשיסטן בשעתן קריג, און געפירט צרפת אין די בראשית יארן נאכן קריג), האבן מיר געלאנדעט בשלום אין בודאפעסט, די הויפט שטאט פון א מדינה וואו אלע דעמאגראפיקס—נישט נאר באורד-וואק זקינות—קאמיוניקירן בשפת אונגאריש, אן אייגנארטיגקייט פון א לשון וואס ברענגט אויף נאסטאלאגיע ביי מאדיארן, אפשיי ביי סלאוואקן, און וויצן ביי קאמיקארן.

די עיר הבירה בודאפעסט, היינט צוטאגס די מערסט-באוואוינטע שטאט אין אייראפע (א מעטראפאליטעט פון איבער 3 מיליאן שקצים), איז אמאל באשטאנען פון דריי באזונדערע שטעט: "פּעסט" (Pest), דארט וואו די צענטראלע אידישע געמיינדע און אירע אקטיוויטעטן קוואטירן זיך; "אלט-אויבן" (Obuda), און איר גרעסערע שכן "בודא" (Buda), פאפולאר ביי טוריסטן פאר אירע געזונטע בעדער, בערגיגע פאנאראמאס, און רייכע קווארטאלן. אין חשון תרל"ד האבן די מאדיארן פארהייראט בודא און אובן-ישן מיט פעסט, על כן איז דער אפיציעלער שם העיר "בודאפעסט" עד היום הזה. אבער ביי אונז פּעסטע לאנדסלייט איז דער נאמען פונעם שטאט געבליבן מיטן איר-אריגינעלן טערמין: "פּעסט". (אגב, מאנכע חכמים האבן דאן ביים אסיפת פאראייניגונג געליפטערט א פארשלאג צו רופן דעם פרישן סיטי מיט א נישקשה'דיג ליפן-ווייטאג: "פּעסטבודא"...)

דער נאטורליכער גרעניץ צווישן די שטעט איז דער נהר "דונא" (Danube), דער צווייט גרעסטער טייך אויפן בלוט-פארפלעקטן קאנטינענט. 1,777 מייל שלענגלט דער ריווער ברוחב מזרח אייראפע; פון אשכנז קיין עסטרייך, פון אונגארן קיין יוגאסלאוויע, און פון ראמעניע קיין אוקריינע — איינס ביי איינס, בלוט-דורשטיגע מדינות און אומות וואס רעפרעזענטירן די סמעטענע פון ברכת עשו, און מיט א שמיץ אריבער. אבער דער טייך, דער געטרייער שכן, איז אויך נישט אינטערשטעליג. דאן אין די ביטערע חדשים פון תש"ד און תש"ה, ווען די פארשאלטענער פאשיסט סאלאשי וחביריו האבן רעגירט און אידיש בלוט איז געווען ווינציגער ווי הפקר. דארט ביי די ברעגעס פונעם דונא, אהינגעשטעלט די פארכאפטע אידן בארפעס אן שיך, און קויל נאך קויל אריינגעשאסן די אומשולדיגע קרבנות אין די פארציקנדע כוואליעס. עדות האבן פארציילט אז די וואסער האט געפלאסן רויט!

מיט א  צייט צוריק, האט די רעגירונג אונטערגענומען אן איבערבוי פראיעקט אויף איינע פון די בודאפעסטער בריקן איבערן דונא, און במשך די ארבייט האבן די בני מלאכה געפונען קוילן געלעכערטע ביינער באגראבן צווישן די נאסע שטיינער. מומחים האבן שפעטער פעסטגעשטעלט אז די קערפער זענען פון די דאזיגע קדושים וואס די רוצחים האבן אויסגעשאסן דארט ביים ברעג! די עצמות זענען דאן איבערגעגעבן געווארן פאר די ארטאדאקסישע קהילה, און מען האט זיי געברענגט לקבר ישראל אויפן בית עלמין אויף קאזמא שטראסע. הי"ד.

* * *

נאכן לאנדן, זענען געווען געוויסע וואס האבן אנגעטוהן טלית ותפילין און זיך געשטעלט דאווענען דארט אין לופטפעלט. אבער היינט איז דאך ראש חודש אייר; פארוואס נישט דאווענען שחרית-קריאת התורה-מוסף מיט א באזעצענע מ‏נין אין ביהמ"ד, און פילייכט שוין אריינכאפן א מקוה אויכעט, אויב מעגליך? מיר האבן געזאמעלט די וואליזן, געשפרינגען אינעם אוטא און אריינגעפארן אין שטאט. פון קאראלי קערוט (בלווארד), א דריי אריין אויף שמאלקייט דאב אוטסא (סטריט), א רעכטס צו די צענטראלע ארטאדאקסישע ביהמ"ד וואס געוועלטיגט אויף א שטח גדול אויף נאך ‎שמעלער קאזשינצי אוטסא, ערגעץ דארט צווישן וועסעלעני אוטסא און ראמבאך אוטסא. און קערולי אוטסא. און סיפ אוטסא. און וואסי אוטסא. (נאסטאלאגיע אטאקע. סליחה.)

דארט אויף ראמבאך שטראסע, א פאר בלאק אהינציר, הויערט דער ראמבאך בית הכנסת, א שוהל וואס איז געבויעט געווארן אין יארע תרל"ג, גלייך נאכן טיילונג, צו דינען די קהל'ישע אינטערעסן פון די בודאפעסטער שטאטוסקווא. ‏(נישט פארמישן מיט דעם גרויסן פאפולארן נעאלאגישע טעמפל אויף דיהאני גאס, מיטן שואה-געדענקמאל בוים אין חצר—כהיום א צענטראלע בודאפעסטער אטראקציע ביי טוריסטן. אן ערליכע איד גיבט נישט דארט קיין דריסת רגל.) דער ראמבאך סינעגאגע איז שוין היינט נישט אין באנוץ און איז היבש נאכגעלאזט. אין די לעצטערע יארן האט א חבד'סקער בעל תשובה, הרב שלמה כובש, זיך דערקלערט מנהיג, און איבער-געגרינדעט די פארוועלקטע שטאטוסקווא. ונראה מה יהיו חלומותיו‏. 

(אגב, איך האב געזעהן פילע אויפן ענגלישן געוועב ברענגען אז דער פּעסטער דיין הרה"ג רבי שלמה ברוך שמאלהויזען ז"ל הי"ד, רב דביהכ"נ חברה תהילים, איז אנגעבליך געווען דער אב"ד אין די ראמבאך שוהל ביזן קריג. אבער לפענ"ד איז דאס א פארדריסליכער טעות. רבי שלמה ברוך ז"ל איז געוועהן אן ערליכער פערזענליכקייט מיטן פולן חסידישע טראגע וזקן יורד על מדותיו; שטאלצירט אלץ א תלמיד וחסיד פון אדמור"י סיגוט, מרן הייטב לב זצ"ל ובנו הקדושת יו"ט זצ"ל. עס איז נישט מסתבר אז ער האט עוסק געווען ברבנות אין אזא מקום. דער ספר שברי לוחות (מהרה"ק רבי יחיאל מנעמרוב הי"ד שנהרג עקד"ה בשנת ת"ח) וואס רבי שלמה ברוך האט איבערגעדריקט אין תרע"ג, איז באצירט מיט ווארימע הסכמות פון רבי קאפל רייך ז"ל, אב"ד פעסט; דער ווייצנער רב ז"ל, בעל מעשי למלך; און רבי משה דוד ט"ב ז"ל מלאפאש, און זיי באגריסן אים מיט שיינע טיטלען. 

רבי ש"ב ז"ל איז אומגעקומען ביים קריג אין תש"ה מיט א חלק גדול ממשפחתו. צווישן זיינע אייניקלעך דאהי האט זיך געציילט דער באקאנטער גבאי צדקה פון וויליאמסבורג הרה"ח ר' משה היללער ע"ה, ועוד.)

אין די ערשטע יארן נאכן חורבן, זענען די תפלות אין קאזשיצי אפגעהאלן געווארן אינעם גרויסן היכל, א ווירקליכע כלילת יופי. אבער אין יארע 56', ביים גרויסן איבערקערעניש ווען רובו דרובו יהדות הונגרי' האבן געמאכט פליטה, האט די קהילה אנגעהויבן שרינקען בכמות ובאיכות, אזש כמעט וואס מען זעהט נישט היינט קיין היימיש פנים. כהיום קומען פאר די תפילות ושיעורי תורה בימי החול אינעם קלענערן שטיבל ביים אריינגאנג צום חצר. קבלת שבת און צפרא דשבתא ווערט נאך אפגעראכטן‏ אינעם גרויסן שוהל, אבער נאר בימות החמה; בימות הגשמים לוינט נישט צו הייצן דעם גרויסן הערליכן בנין, וואס פארמאגט צוויי גאלאריען, פאר די מאגערע 60-50 מתפללים... (אויפן וועג אהיים האבן מיר געהערט אז שב"ק פ' טהרה האבן דארט געדאווענט הונדערטער היימישע אידן וואס האבן געוויילט שבת יאהרצייט אין פּעסט.)

טיפער אינעם הויף, גלייך אונטערן מזרח וואנט, שטייט נאך די אריגענאלע מעטאלענע חופה וואו פילע פון אונזערע זיידעס און באבעס האבן בעפאר און נאכן קריג געלייגט דעם אבן הפינה פאר זייערע צוקונפטיגע דורות. גלייך דערנעבן איז דער כשר'ער "האנא" רעסטאראנט, ווי מען גיסט אין די מאלצייטן רויטע פאפריקע - נוסח אונגארן - מיט שפע.

מיר האבן פארקירט דעם אוטא און אריינגעלאפן אין שטיבל. דער איצטיגער מנין האלט איצט ביי עלינו לשבח; אה, אנגעקומען אין צייט!

"לאמיר מאכן נאך א מנין."
"דו האסט שוין געדאווענט?"
"פיין, האלטן מיר ביי זעקס."

רגעים שפעטער:

"וכן שני הכתובים וכו'"
"על ישראל!"

המונא הזה תמה, אנה יכנס כל התפלה הזה: "מיר האבן קנאפע זעקס. ווי פארסטו? ווארט א פאר מינוט; אפשר וועלן קומען נאך אפאר אידן."
"נו", א דריי-ווינק מיט די האנט, שטום לשון פאר "איך יאג זיך".

"ויברך דוד.."

א פאר מינוט שפעטער, די טיר שפראלט אויף. אהה, א מחנה לעכטיגע חסידישע אינגעלייט פון ארץ הקודש וואס יראת ה' חופפת על פניהם. "איר ווילט דאווענען‏? מיר וועלן זיך מוזן מיטכאפן ווייל דער מנין'לאזער חזן האלט שוין ביי כמעט ביי ישתבח."
"לאז געמאכט", זאגט דער הדרת פנים, פילייכט דער ראש החבורה. "מיר זענען גאנצע צען. געב א פאר מינוט, און מיר שטעלן א נייע מנין."

די געהויבענע חבורה האט אונז נישט אנטוישט. א ניצוץ איז ארויס און א פרישע מנין האט בקול רעש גדול איבערגענומען די אטמאספערע און גענצליך איינגעשלינגען די מאגערע, וואס האבן בלי ברירה אויסגעווארט און זיך מיטגעכאפט מיט אונז...

די דאווענען האט זיך אביסל פארצויגן, אבער די בני תורה האבן אפגעראכטן א תפלה מיט שטארקע התרוממות והשתפכות הנפש; א פאסיגע הכנה צו א געהויבענעם שב"ק הבעל"ט.

נאכן דאווענען זענען מיר געגאנגען צו א לאקאלע געשעפט און איינגעקויפט אביסל צידה פארן לאנגן דרך. מיר האבן זיך באקוועם געמאכט אינעם אוטא, און ויסעו; אבער ניט בעפאר מיר האבן אביסל געשפרייזט די געסלאך אין דעם אמאליגן אידישע קווארטל אין פּעסט, וואו אונזערע עלטערן, פאמיליע און פריינט האבן געוואוינט ביז 56'. איי, די הארץ בלוטיגט און די געוויסן צוגייט פאר צער! די גאנצע גלילות ארום דעם גרויסן שוהל איז ליידער בבחינת "שועלים הלכו בו". אפאר כשר'ע געשעפטלעך דא-דארט, אבער דאס אלעס. די גאסן און די בנינים, די שטיינער און די היימען דארט אינעם הארץ פון די פּעסטער יהדות, וואס די שארית הפליטה האט מיט מסירת נפש פארגעזעצט נאכן חורבן, איז היינט א צענטער פון פרעס און זויף, אן אטמאספערע פון פארוויילונג און זינד.‏ אן ענליכער ספעקטאל שפילט זיך איבער אין די אנדערע עיירות, כרכים וכפרים.

אבער דער ווייטאג איז בלויז א צייטוויליגער:

אמר להם (ר"ע) לכך אני משחק... עכשיו שנתקיימה נבואתו של אוריה (לכן בגללכם ציון שדה תחרש), בידוע שנבואתו של זכריה מתקיימת: עוד ישבו זקנים וזקנות ברחובות ירושלים!

די אודים מוצלים מאש, דאן נאכן ביטערען חורבן ווען די נסיונות האבן געבוזשעוועט, מיט גבורה זיך ארויסגעדראפאוועט פון די קאמעניסטן און נעאלאגן ולמיניהם, ‏און איבערגעפלאנצט קהלות וישיבות אומעטום אויפן זעלבן שטייגער ווי אין דעם גייסטיגן  אמאל. מה יפו פעמיך. מען שטעלט די נעלים אויף די רחובות ירושלים שבגולה—אין ניו יארק, קאנאדא און מערב אייראפע, און פון אינטער די שויבן הערן זיך ארויס די מוזיקאלישע הבל פון די ליכטיגע ילדים וילדות וואס ווירקן און פארברענגען מיטן פולן אידישן חן. ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ. 

דאס איז אונזער נחמה; דאס איז אונזער נצחון! ‏ 

* * *

קיין סלאוואקיי:

מיר שטעלן אן אונזער GPS קיין סלאוואקיי, מיטן ציהל צו באזוכן זבארוב (Zborov) וואו עס ליגט אן אור-עלטער זיידע. זבארוב איז א שטעטל אין די בארדיוב געגנט אין צפון-מזרח סלאוואקיי, נישט ווייט פון ארץ פוילן. (נישט פארטוישן מיט זבארוב במחוז טארנאפאל אין מערב אוקריינע.)

זבארוב האט געוויס א שטארקע קשר צו קערעסטיר; ווי באקאנט איז דארט געווען דער וואוינארט פון רבי משה שטיינער ז"ל, דער פאטער פון רבי ישעי'לע זצ"ל, ושם מנוח"כ. רבי משה איז ליידער נפטר געווארן אין זיינע אינגע יארן און איבערגעלאזט א שטוב מיט קינדער; די אינגסטע צווישן זיי איז די שפעטערדיגע קערעסטירער רבי, וואס איז דאן אלט געווען בלויז 3 יאר. ווער ער איז אינטערגעוואקסן און געקומען לגיל בר מצוה האט די מוטער די אלמנה זיך ארוסגעלאזט מיט אים אויפן לאנגן וועג קיין ליסקע צו הרה"ק רבי הירש'עלע ליסקער זצ"ל, דער אך פרי תבואה, וואס איז געווען א משפחה קרוב (נישט באקאנט וויאזוי). פאר די קומענדיגע צען יאר האט רבי ישעי'לע זוכה געווען לצקת מים על ידיו פונעם גרויסן צדיק און געשעפט פון זיין ציכטיגן קוואל, תורה קדושה וחסידות. נאך די פטירה פון זיין הייליגן רבי'ן אין תרל"ד, האט רבי ישעי'לע זיך אריבערגעצויגן קיין קערעסטיר, וואו ער פאר די קומענדיגע פופציג יאר געפירט זיין הויף און משפיע געווען קדושה וישועה פאר כלל ישראל. (וכל מעשה תקפו וגבורתו פון דעם וואונדערליכן צדיק הלא הם כתובים על ספר מופת הדור, וואס איז לעצטענס אויך געדריקט געווארן בשפת אידיש ואגנלית.)

צו דערגרייכן מזרח סלאוואקיע פון בודאפעסט ברויך מען פארן דעם 3 שאסיי, די זעלבע וועג וואס מען נעמט קיין קערעסטיר. אבער ווען מען דערגרייכט מישקאלץ, א גרעסערע שטאט אין צפון אונגארן, טוט מען פארן ווייטער צפון אנשטאט מזרח.

אויפן וועג צום גרעניץ רייזט מען אדורך מערערע שטעטלעך און דערפלעך, און מיינע אויגן שפרינגען כסדר פון טאג בוך צום מאפע, פון פענסטער צום נאטיץ ביכעלע; אפשר וועלן מיר אנקלאפן אין א נאמען וואס 'קלינגט א גלאק'.

אט איז דער דארף פאררא Forro)‎)‏, וואו באבע ... האט געוואוינט!

מיט די איידעלע הענט אויפן באנעצטן געזיכט, א זיידענע פארטוך אנגעבינדן אויף די לענדן, זי שטייט און שעפשעט מיט הארציגע געפיהל וואס צוגיסט זיך איבער די צאנקעגיגע פלאם:‏ יהי רצון מלפניך... ותזכרנו בזכרון טובה וברכה, ותפקדנו בפקודת ישועה ורחמים...

א דור-צוויי שפעטער, געקומען די ביטערע מבול ובלבל את הכל. מיט די וואגאנען אויף די גריצלדיגע רעלסן, וואס לויפן גלייך אויף אונזער רעכטע זייט, א פאר הונדערט מעטער פאלאראל מיטן שאסיי. די רוצחים ימ"ש מיט זייער פארגעשריטענע אינטעלעקט און סאדיסטישע פונקטליכקייט, גענומען פראקטישע אינפראסטרוקטור און איבערגעפארבט צו געצייגן פון חורבן און שחיטה. והוביל את הכל. אין די ביטערע תקופה בין פסח לעצרת, צוזאמגענומען די צענדליגע קהילות דארט אין די געגנט, און מיט די דאזיגע באנען זיי אריבערגעפירט צום געטא אין קאשוי, און דערנאך קיין אוישוויץ. הי"ד.

ויהי אחר המגיפה. פון דעם באבען'ס פארצווייגטע אילן האט זיך אומגעקערט א מאגערע אחד מעיר ושנים ממשפחה.‏ אין די דאזיגע צומישטע תקופה, פון איין זייט א פרישע מבול פון יאוש און הפקרות, ומצד השני א גליסט צו די נייע מדינה און אירע לינקע קיבוצים; פאר'שכור'טע ווינטן וואס שניידן ווייטער שטיקער פון די שפאר ביסעלע זאנגען.

אבער די אלטע טרערן זעצן פאר זייער געבעהט: אנא שמע את תחינתי בזכות שרה וכו'... והאר נרנו שלא יכבה לעולם ועד!

די תפילות האבן געווירקט. דא א מאגערע צווייגעלע, דארט א טריקענע בלעטעלע. ניצל געווארן פונעם שווערן כבשן, און מיט קרעפטיגע מסירת נפש און נישט ווייניג עמל, איבערגעפלאנצט די קערנדלעך, כסדר געוואסערט און געגלעט ביז עס האט ארויסגשעפראצט א גרויסע לעכטיגע בוים מלא וגדוש מיט ריינע אתרוגים. אהערגעשטעלט א פרישע דור פון צענדליגע באבעס און מאמעס וואס זענען ווייטער מתפלל ביי די נרות:

ותשכן שכינתך בינינו. וזכנו לגדל בנים ובני בנים... אוהבי השם יראי אלוקים... אמן! 

* * *

קאשוי, סלאוואקיי:

אויפן וועג קיין זבארוב האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביי דעם ביה"ח אין קאשוי (Kosice, Kasha).

קאשוי, א צענטער פאר ביזנעס און קולטור, איז דער גרעסטער שטאט אין מזרח סלאוואקיי, נישט ווייט פון די גרעניץ מיט אונגארן. אין די יארן בעפארן חורבן איז ק"ק קאשוי געווען אן עיר ואם בישראל, באצירט מיט חסידים ואנשי מעשה, און רבנים, דיינים, ואדמורים וואס האבן באלאכטן די אידישע וועלט מיט תורה והוראה. 

דער ערשטער אב"ד נאכן זיך אפטיילן פון די נעאלאגן און די שטאטוסקווא, איז געווען רבי אברהם יעקב רוזע זצ"ל. (בקונטרס דברי ימי קאשוי הנדפס עם ספר שאול בחיר ה' כתוב אז די נעאלאגן און די שטאטוסקווא אין קאשוי זענען באמת געווען אונטער איין שירעם קהילה, עיי"ש.) דערנאך רבי משה יונגרייז זצ"ל, ובנו רבי יצחק צבי זצ"ל (עיין אודותיו בגליון עלי זכרון מס' 15). נאך זיין פטירה האט די קהילה אויפגענומען רבי שאול בראך זצ"ל, וואס איז נפטר געווארן אנפאנג קריג. רובו ככולו פון ק"ק קאשוי זענען נעבעך אומגעקומען עקד"ה. הי"ד.

אין תקופת מלחמת העולם הראשונה, איז קאשוי געווען א מאגנעט פאר די פליטי חרב פון גאליציע, ובתוכם פילע רבנים ואדמורים וואס האבן זיך צייטווייליג באזעצט עד כי יעבור זעם. אבער א טייל זענען שוין פארבליבן וואוינען דארט אין קאשוי. צווישן די גדולים האט ארויסגעשיינט האדמו"ר מטראפקאוו רבי אברהם שלום זצ"ל, בן הרה"ק משינאווא זצ"ל;  רבי אהרן הורוויץ מבייטש, חתן מרן הדברי חיים מצאנז זצ"ל; הגאון מהר"ש ענגיל זצ"ל מראדמישלא; ועוד.

דער צענטראלער ביה"ח אין קאשוי געפינט זיך ביים דרום עק פון שטאט, נישט ווייט פון דעם לופטפעלד. דער שומר וואס וואוינט דארט ביים טויער איז א טיפישער סלאוואקישער פויער. ענגליש האט ער שוין לאנג פארגעסן—ניטאמאל איין ווארט געדענקט ער נעבעך; די געוועזענע ציין זיינע האט ער ווארשיינליך אוועקגעשענקט פאר מעדעצינישע ריסערטש.. זיין שותף אין חצר, א כלב שחור, האט פילייכט פארזעהן פסוק ז' אין שמות י"א‏; געבילט און געשאלט על לא דבר, כאילו מיר זענען א באנדע געמיינע באטריגער.

דער קאשוי'ער ביה"ח איז גאר גרויס און איז זייער גוט מעינטעינד. די ערשטע און גרעסערע העלפט פונעם בית עלמין איז דעזיגנירט פאר די נעאלאגישע געמיינדע; אין צענטער שטייט א גרויסער מעטאלענעם מגן דוד וואס האט ביזן קריג פיגורירט אויפן זייער טעמפל, היינט א קאנצערט זאל. דערנאך גייט מען אריבער א שטיינערנעם גדר צו די ארטאדאקסישער ביה"ח‏. פון די מצבות קוקט אויס אז די שטאטוסקווא מעמבערס ליגן אויך אין דעם חלק. אויבן אן ליגט די פרוי פון די שטאטוסקווא רב אין קאשוי הרב מנחם עקשטיין (גראדע א תלמיד פון פרעשבורג); ער איז אומגעקומען ביים קריג. די אויפשריפט אויפן מצבה פון זיין פרוי, וואס איז נפטר געווארן אין ת"ש, ליינט זיך "מרת חנה יטל ע"ה בת הצדיק ר' יצחק פריינד ז"ל". (מצאצאי רבי יושע קראלער?)

דער דאזיגער חלקה זיצט אויף צוויי קעגן-געזעצטע בערגלעך, אינדערמיט א טאל און א נחל קטן ברייט ווי א שפאן. מען גייט אריבער א קליין בריקל און פון דארט בארג ארויף, ביים עק ביים גדר זענען אויסגעשורה'ט א רייע אוהלים ווי עס ליגן די רבני ואדמורי העיר. (דער אוהל פון רבי משה יונגרייז ובנו רבי יצחק צבי זיצט גלייך אין אנהויב, ביים וואנט וואס טיילט אפ מיט די נעאלאגן. דער ערשטער רב רבי אברהם יעקב ראזע ליגט אין דעם אלטן ביה"ח אין צענטער פון שטאט.)

מיר האבן נישט געקענט פארברענגען צו לאנג אין קאשוי ווייל די צייט האט נישט ערלויבט; מיר ברויכן נאך היינט דעגרייכן זבארוב און צוריק קיין אונגארן. מיר האבן געצינדן ליכט ביי די צדיקים‏ און געזאגט א פאר קאפיטלען תהילים און אויסגעבעטן כל מילי דמיטב פאר זיך, די משפחה, און גאנץ כלל ישראל. דערנאך זענען מיר צוגעגאנגען צו די קבר פון זבארוב'ע באבע וואס ליגט דא אין קאשוי. (אין תש"א, א קורצע תקופה בעפאר די רשעים האבן זיך צופירט די הענט אין סלאוואקיי, האט זקינתינו זיך אריבערגעצויגן קיין קאשוי, און איז דארט נפטר געווארן בשיבה טובה. אין ניסן תש"ב, א פאר וואכן נאך איר פטירה, זענען די רשעים ימ"ש אריין קיין זבארוב און דעפאטירט די אידן צו די פארניכטונגס לאגערן. די וואונדערליכע השגחה עליונה האט געפירט אז די באבע, וואס איז שוין דאן געווען אין די הויכע שמונים, זאל אויסמיידן די ביטערע השמדה און קומען לקבר ישראל!)

אויפן וועג ארויס פון ביה"ח האבן מיר זיך $$$ באדאנקט פארן גוי'שן שומר, וואס איז גראדע געוועהן זייער איבערגעגעבן און העפליך.

* * *

זבארוב, סלאוואקיי:

נאכן פארלאזן קאשוי, האבן מיר פארגעזעצט אונזערע טריט קיין זבארוב. 

דער ביה"ח איז זבארוב איז אין די פארגאנגנהייט געווען היבש נאכגעלאזט; די גדר אויפגעריסען, א חלק פון די מצבות איינגעפאלן, און די ערד באוואקסן מיט ביימער אין דערנער. תשואות חן צו עסקני "אבותינו" וואס האבן אין די לעצטערע יארן איבערגענומען די לייצעס און איינגעשטעלט א מעינטענענס סיסטעם. זיי האבן פארראכטן דעם צוים, אויפגעשטעלט פילע מצבות, און אויסגעריסן די ווילדע גראזן.

דארט אין זבארוב האבן מיר אויך מתפלל געווען ביי דעם דער ציון פון הרה"ק רבי צבי הירש שיף זצ"ל, דער פאטער פון דעם הייליגן ישמח משה זצ"ל; דער ציון פון רבי ישעי'לעס פאטער וואס ליגט דארט, ווי אויבן דערמאנט. מיר האבן אויך געזעהן פרישע ליכט ביי א רייע מצבות. זעהט אויס אז נאך אידן האבן באזוכט זבארוב פריער אינעם טאג.

נאכן פארלאזן זבארוב האבן מיר אנגעשטעלט אונזערע טריט צוריק קיין אונגארן.

(פארזעצונג קומט בעזהשי"ת)
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום זונטאג יוני 18, 2017 3:11 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוודאי »

שפראכלאז..
פאר אזוינס האט זיך געלוינט צו ווארטן.
א שריפט וואס בינדט דיך צו ביז׳ן ענדיגן דאס גאנצע.
און ווער רעדט נאך אז ס׳איז דא א המשך יבא..

ייש״כ הרב מונאוויטש.
אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 06, 2013 5:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטן דור »

זייער שיין
ווי האסטו געטראפן די קאשוי ביה"ח? נישט לאנג צוריק געווען דארט אר איך האב עס בשום אופן נישט געקענט טרעפן, מיר האבן אנגעפרעגט רב גוגל אבער עס האט נישט געשטימט ער האט אונז פארווארפן און א וואלד
מיר ווארטן מיט שפאנונג אויפן קומענדיגע חלק
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אלטן דור האט געשריבן:
ווי האסטו געטראפן די קאשוי ביה"ח? נישט לאנג צוריק געווען דארט אר איך האב עס בשום אופן נישט געקענט טרעפן, מיר האבן אנגעפרעגט רב גוגל אבער עס האט נישט געשטימט ער האט אונז פארווארפן און א וואלד.

אריבערגעלייגט דא: http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 3#p1463593
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום מיטוואך יוני 14, 2017 12:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

אלטן דור האט געשריבן:זייער שיין
ווי האסטו געטראפן די קאשוי ביה"ח? נישט לאנג צוריק געווען דארט אר איך האב עס בשום אופן נישט געקענט טרעפן, מיר האבן אנגעפרעגט רב גוגל אבער עס האט נישט געשטימט ער האט אונז פארווארפן און א וואלד
מיר ווארטן מיט שפאנונג אויפן קומענדיגע חלק

יאפ אשאד, מיר ווייסן פון כמה וכמה וואס האבן זיך מטריח געווען אנצוקומען קיין קאשוי צו די אלע צדיקים וקדושים וואס ליגן דארט אדער קברי אבות, און נישט געקענט געפונען דעם אריינגאנג, מ'רעדט פון מענטשן וואס האבן שוין געהאט דעם פונקטליכן אדרעס און אנגעקומען צום פלאץ, און געזוכטן פון אלע זייטן, ס'איז באהאלטן מיט א שמאלע געסל וואס גייט צווישן קליינע פאבריקן פארמאכט מיט א צוים.
וואלט געווען א דבר טוב אויב די ארטיגע קהלה קען אויפשטעלן א געהעריגע סיין מיט א געהעריגע טויער וואס זאל צייגן אז דאס איז דער בית החיים.
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

הרב מונאוויטש די עולם באלעקט זיך מיט דיינע שרייבווערק גיי אן אין לאז אינז נישט ווארטן אזוי לאנג פארן נעקסטן חלק.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

מונאוויטש האט געשריבן:די עיר הבירה בודאפעסט, היינט צוטאגס די מערסט-באוואוינטע שטאט אין אייראפע (א מעטראפאליטעט פון איבער 3 מיליאן שקצים), איז אמאל באשטאנען פון דריי באזונדערע שטעט: "פּעסט" (Pest), דארט וואו די צענטראלע אידישע געמיינדע און אירע אקטיוויטעטן קוואטירן זיך; "אלט-אויבן" (Obuda), און איר גרעסערע שכן "בודא" (Buda)
[/i]

מונאוויטש דיין שריפט איז זייער אייגענארטיג, מיט א ספעציעלע חן. יעדעס פאראגראף מיט א באזונדערע געשמאק און פול מיט היסטאריע און חידושים.

*
אז פעסט האט געהייסן אלט-אויבן איז מיר א שטיקל חידוש. דא האבן מיר א בריוו פון שכ"ו וואו עס ווערט גערופן אויף אידיש "אלט אובן"
אויף די צווייטע זייט פונעם בריוו, די לעצטע פאראגראף.
viewtopic.php?p=1386571#p1386571
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

יש"כ בענקל.

אלט-אויבן איז געווען א קלענערע שטאט נעבן בודא, ביידע אויף מערב זייט פונעם דונא ריווער וואס טיילט אפ צווישן זיי און פעסט. היינט איז אלעס בודאפעסט.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

איך האב דא געמאכט א טעות.
איך האב געמיינט צושרייבן אז אינעם בריוו פון שנת שכ"ו, ווערט עס אנגערופן אובֿן שטאט (ליין אויבן שטאט) נישט אלט אויבן קוק אינעם בריוו.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דאס איז אזא זעלטנהייט פון א שפראך, א דאנק פארן נעמען די מיה!
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

לכאורה האט געשריבן:דאס איז אזא זעלטנהייט פון א שפראך, א דאנק פארן נעמען די מיה!


RT
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

א גין-גאלדענעם שריפט, זעלטן וואס מען טרעפט אזאנס.

ייש"כ מונאוויטש מיר האבן אפגעלעקט יעדעס פאראגראף און שורה...

א דאנק.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”