אוצרות ליסקא האט געשריבן:זעה איך אז משפחת שפיגעל הרוממה זענען זיך אויך מתייחס צום הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע, ע"י נכדו רבי ישראל ענגעלסבערג ז"ל מלובלין, בן רבי קאפיל מלובלין ז"ל בן רבי שמואל מאלפין ז"ל חתן החוזה מלובלין.
זיי האבן אויך א גאר שטארקע מסורה, א מסורה וואס זיי האבן שוין דאקומענטירט אויף א חתונה אינוויטעישען בשנות התר"פ, וואס זייער באבע צירל בת רבי ישראל ענגעלסבערג (אגב אוועק יונג און קאן זיין צוליב דעים האט זיך יחוס פארגעסן) האט זיי איבערגעגעבן אז זיי זענען זיך מתייחס צו הרה"ק רבי פינחס מקאריץ ז"ל צום רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג ז"ל און צום בעל מאיר נתיבים תלמיד הבעש"ט ז"ל, דאס מיינט אז דער יחוס איז אונז אויך נוגע.
דער שאלה איז נאר ווי אזוי? ווייסט איינער?
און דו רעקארדס שטייט אז רבי ישראל ענגעלסבערג מלובלין נשא הרבנית הענא ע"ה בת רבי יוסף מעיר לעשבוץ (מחוז זאמושט) וזוג' דינה בינה (אדער ברכה) מער אינפא שטייט נישט, זענען דיע נעמן באקאנט און דו אויבענדערמאנטע משפחות, קאריץ, ניקלשבורג מאיר נתיבים?.
נאך אן אונטרעסאנטע פאקט וואס שטייט און דו רעקארד, נישט ווי אנגענומען, אז רבי קאפיל מלובלין נשא הרבנית בת שבע ע"ה שהיתה בת רבי יעקב צבי וזוג' חיה (נישט ווי באקאנט ביז יעצט, שחותנו היה רבי מאיר רוקח חתן רבי דוד לאה'קעס.., ואגב מכיון שתעודת מת של רבי קאפיל מוזכר בעיר לובלין עכ"ח שלא נפטר בירושלים כמו שמובא בכמה ספרים). זענען דיע נעמן באקאנט פאר איינער מ'זאל זיי קענען ציען זייער יחוס לבית קאריץ, ניקלשבורג, מאיר נתיבים?
אגב, אויב מיר ווערן קאריץ'ער אייניקלעך, קאן זיין אז וועגן דעים האט דודי ר' שמואל פרענקל א נאמען געגעבן פינחס, און ר' ישעי' זושא איז יא פון דו לובלין'ער זיווג.... אבער ס'איז נאך אלס שווער אז לובלין איז א פנים חדשות...
אז מ'רעד שוין, איז סתם גוט צו דאקומענטן וואס שטייט און דו רעקארד, אז חתן החוזה מלובלין ז"ל, רבי שמואל ענגעלסבערג, נולד בעיר אלפין, שם אביו רבי הירשיל, צבי, ושם אמו מלכה פיגא ע"ה. כ'ווייס נישט פארוואס מ'רופט איהם אן אלס ר' שמואל מריישא?
ראשית משפחת שפיגעל זענען אייניקלעך פונעם לובלינער אויך דורך זיין זון רבי ישראל
שנית די קאריצער, מאיר נתיבים, ניקלשבורגער יחוס ווערן נישט דערמאנט באגרת היחוס של הרה"צ רבי נפתלי אריה שפיגעל [ע"ע באשכול על אוסטרוב קאלישין] אין די משפחה האט מען פון דעם קיינמאל נישט געוויסט, לעצטענס האב איך גיזען אז משפחת שפיגעל פון Webster Ave האבן דאס אריין געלייגט אין זייער יחוס, ווי אויך רבי דוד מלעלוב אהן שרייבן וויאזוי. אבער נאכאמאל דאס איז א חידוש און פאר עס איז דא א קראנטע מקור קען מען עס נישט מקבל זיין, ס'שווער צו גלייבען אז די זיידעס האבן פארגעסן פון די יחוס און יא גידענקט אנדרע.
לגבי די פרט וואס איר האט דערמאנט וועגן די שווער פון רבי קאפיל איז אינטרעסאנט, ווייל עס איז שוין געדריקט געווארן אין בית רבי פאר יארן צוריק [בחייו פון זיינע קינדער] אז ער איז גיווען חתן חורגו של המגיד מטשערנאביל, און אזוי איז מקובל אין די משפחה.
קען זיין ס'איז גיווען נאך א זיווג, איני יודע.