צולייגער האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:הונדערט פראצענט. איך פארשטיי יעדן איינעם.
אמן אויף אלע ברכות
---
ניקס וואס האבן דערווייל יא אפגעשטאט א פערזענליכע באזוך:
הערליך (מיך באזוכט אין שפיטאל, אויך אהיימגעפירט זונטאג), וויכטיג מאכער (איבערגעשלאפן ביי מיר דאנערשטאג נאכט!), מאן יימער, גיכער, שנאפס, ידיד, צולייגער
ניקס וואס האבן גערופן אויפן טעלעפאן:
מיללער, מיט א שמייכל, מוישע יאכעס, שמאטע, גוטע הארץ, מילין יקירין, טריאו, אנפין נהירין, להגדיל שמו, בן הרחמן
א ערהאבענער באזוך געוועזן ביי לכאורה'ן, הגם דער באזוך וואלט אפיציעל געברויכט זיין א חיזוק פארן חשוב'ן נדבן, אבער בא לחזק ונמצא חוזק... מיר זענען ערשטוינט געווארן צו זעהן מיט וואספארא פשטות דער האט דאס אנגענומען, כאילו ער האט בלויז געקראס'ט א אינגעלע... ער רעדט פון זיין אנגענעמע ״וואקאציע״ און ווי שטארק ער ענדזשויט עס, בעת וואס ער קען קוים זיך א ריר געבן. נאמן הוא בעל מלאכתו שישלם לו שכרו משלם!
איך קען מיך ב"ה פיין רירן, אמער איך גיי אפילו ארויס צו דאווענען שחרית און מנחה-מעריב מיט מנין.
ובנוגע די עצם נדבה, דארט האב איך באמת גארנישט געדארפט טוהן... עד כדי כך אז איינער וואס האט מנדב געווען מיט יארן צוריק האט מיר געזאגט אז עס איז א הידור צו געבן א טאלער פארן כירורג ער זאל ווערן דיין שכיר ולקיט (ווייל שליחות נוצט נישט ביי א גוי), אנדערש האסטו נישט געטוהן קיין שום פעולה... [מיין דומ"ץ שליט"א האט אבער צוגעשטימט צו מיין חוות דעת אז דאס אריינגיין אין אפעראציע צימער און זיך אראפלייגן אויפן בעטל און צוהעלפן בעפאר די אפעראציע, איז שוין גענוג].
און... די וואקאציע איז טאקע באמת איינגענעם... איינער האט מיר געזאגט פאריגן מיטוואך אז עס געפעלט אים דער פלאן וואס איך האב מיר אויסגעשטעלט זיך ארויסצודרייען פון די ערב פסח ארבעט על טהרת הקודש... ער מיינט אז ער גייט זיך פארשאפן 10 נירן, און יעדע יאר ר"ח ניסן גייט ער איינס מנדב זיין פאר א חולה...