אדווערטייזמענט: יא פסח'דיג מאכן? נישט פסח'דיג מאכן?

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: יא פסח'דיג מאכן? נישט פסח'דיג מאכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »

בעזהשי''ת

יא פסח'דיג מאכן?

נישט פסח'דיג מאכן?

כ'קען נישט באשליסן... אפשר דאך לאזט מען אויס איין יאר, ווער האט געזאגט אז מ'דארף טאקע פסח'דיג מאכן טאקע ממש יעדן יאר, אפשר גאר איז דער יאר פון די יארן וואס מ'קען געבן אזא לאז אויס, און שוין, געענדיגט, אלע שמאטעס בלייבן טרוקן, אלע דיטורדשנטס בלייבן אין געשעפט און די הענט ווערן נישט אויפגעבלאזן פון בליטש. אבער דאך, ס'קומט דאך פסח אויף די וועלט, וויאזוי וועל איך אריינקומען אין שוהל ערב בדיקת חמץ ווען מיין רעקל האט נישט קיין בליטש פלעקן...

דער אמת איז, עס זענען דא פארשידענע סארט מענטשן אויפן אויבערשטנ'ס וועלטל, עס זענען דא די מענטשן וואס מאכן פסח'דיג יעדן מאנטאג און דאנערשטאג. ווען מ'רעדט צו זיי האלטן זיי אינמיטן רייניגן עפעס, אמאל איז עס דער אפיס בענקל און אמאל גאר די בארד... די נערוו פון רייניגן פארלאזט זיי נישט אויף קיין רגע. און פון די אנדערע זייט זענען פארהאן א ספעציעלע סארט גרופע מענטשן וואס האבן דאס ווארט רייניגן קיינמאל נישט געטראפן אין ווערטער בוך, זיי ווייסן אפילו נישט וויאזוי עס ווערט געפינטלט אין א סידור... אייניגע געדענקען נאך וויאזוי זייערע עלטער זיידעס האבן אמאל עפעס גערעדט פון אזא נושא, אבער נישט אלס א זאך וואס האט עפעס א שייכות מיט אונזער דור...

דאס איז נוגע א גאנץ יאר, אבער ווען עס קומט צוגיין דער ערב פסח, דאס הייסט מוצאי חנוכה... איז דאך יעדער איד מחויב זיך צו נעמען אין בעזים אריין און אנהייבן די מלאכה פון קראצן רייבן שייערן און ווייסעך וואס נאך, שטייען די גאנץ-יאר-פסח-מאכערס און לעבן אויף, דאס איז דאך זייער פערזענליכער יום טוב שני, וואס קען דען זיין בעסער פון דעם. אבער די פון צווייטן חדר ווייסן נישט פון וואו מ'הייבט אן און ווען מ'ענדיגט.

דאס איז אלעס געזאגט ווען עס רעדט זיך פון די פשוט'ע זאכן, ווי בעטן, עסצייג, פענסטער און שוך. ווען עס קומט אבער צו די ספרים און ביכער איז שוין איינמאל א מעשה. ערשטנס, דא קומט דער אבי הבן אריין אין בילד, ביז אהער מאכן זיך נאך אזעלכע וואס זענען יוצא די מצוה דורך די אם הבנים שמחה, אבער דא הייבט זיך אן די קללה פון פרעה, מ'נעמט די איידעלע מענער און מ'צווינגט ארויף אויף זיי אזא שוידערליכע ארבעט פון פסח'דיג מאכן ספרים! היל''ת...

דער טאטע זאל זיין געזונט שעמט זיך צו זאגן פאר די שטוב אז ער האט דאס יאר מעיין געווען אין די ספרי קודש נאר אין די דעקלעך פון אינדרויסן... דארף ער נעבעך נעמען ספר נאך ספר און דורכבלעטערן מבית ומבחוץ, אוי... פארשאלטן זאל דער פרעה זיין... הרי אנו ובנינו ובני בנינו משועבדים...

ווען עס קומט אבער צו די קאמיקס ביכער איז דער מצב שוין גאר עפעס אנדערש, די 'אידישע קאפ' איז גוט דורכגעבלעטערט געווארן הונדערטער מאל. די 'מיטגעלעבט' ביכער זענען דורכגעליינט געווארן פונקט צווישן די פערפל און עפל קוגל, די 'גולם' ביכער זענען פארקלעבט די בלעטער פון ווען דער קליינער האט מעיין געווען דערין בין כוסא לקערה, און אזוי ווירבלען די ביכער מיט חמץ גמור! נו, מה יעשה הבן? וואס טוט מען?

קומט מען דאך צוריק צו די ערשטע פראגע, יא פסח'דיג מאכן? אפשר נישט? הדרא קושיא לדוכתא...

אנשי בשורה אנחנו היום!!!

'קינדער שפיל' פריידט זיך צו מעלדן אז דאס יאר האבן מיר באקומען א היתר מאה רבנים נישט פסח'דיג צו מאכן די ביכער! נעמט אלע ביכער וואס איר פארמאגט, פארקויפט זיי אלע אין חמץ, זאלן די טמא'נע גוים זיך ספראווען מיט די פארדארבענע חמץ...

אבער וואס וועט זיין? דער לאנגער יום טוב מיט אירע לענגערע חול המועד טעג קענען נאך לענגער ווערן ווען עס איז נישטא מיט וואס צו באשעפטיגן די זיסע קינדער קע''ה, גענוג אז די מלמדים און טיטשער קומען זיך דורך מיט זיי דעם גאנצן יאר, אבער וויאזוי זאלן די געטרייע עלטערן איבערלעבן בשלום די פאר טעג...
נישט געזארגט!

14 נייע ביכער וועלן האלטן די קינדער געשפאנט אלע שעות נאכאנאנד, פון בדיקת חמץ ביז אחרון של פסח!

דער חידוש איז, יעדער ביכל איז אינטערעסאנט פאר זיך! מאכט א סדר, יעדן טאג געבט מען ארויס נאר צוויי ביכער, (אויף אחרון של פסח מעגט איר קויפן איינע פון די עלטערע ביכער וואס איר האט נאכנישט... געדענקט, אויף חנוכה איז אויך ארויסגעקומען 10 נייע ביכער, איר האט שוין אלע? אדער, ששש אפשר איין ביכל מעגט איר קויפן נישט פון קינדער שפיל אויך...) און דער שמחת יום טוב גייט אריבער אלע גרעניצן.

סיי פאר אייך, און איבערהויפט פאר אייערע זיסע ליכטיגע קינדערלעך, נאכן העלפן אזוי שיין פסח'דיג מאכן קומט זיך זיי עס... סוף כל סוף, צו קויפן ''אלע'' ביכער איז נישט מער ווי א גויטע אפאר שעה...

דרך אגב, אויב פרעגט איר לויט וועלכע סדר ארויסצוגעבן די ביכער, וועלן מיר אייך אויך מיט דעם ארויסהעלפן, עס זענען דא דריי מהלכים, מאנכע גייען לויט די סדר פון די אלף בית, אנדערע לויט די קאלירן און פארשידענע לויט די גרויסקייט, איר קענט זיך אויסוועלן וועלכע פון די דריי איר ווילט, אדער גאר אויפקומען מיט א פערטן מהלך...

צום שלוס, לאמיר אייך נישט אויפהאלטן, איר האלט דאך אינמיטן פסח'דיג מאכן...




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »



א דרייפאכיגער גורל

פארוואס זענען די תלמידים פון נאווהארדאק אנטלאפן?
וואס הענגט אויף איסר'ס האלז?
און ווי אזוי קען מען אנטלויפן פון בונקער?

פארוואס האט אדאלף חושד געווען סאלאמאן?
וואס האט שלמה אויסגעקריצט אויפ'ן בלעכל?
האבן זיינע עלטערן פארשטאנען דעם רמז?

וואו האבן זיך די תלמידים פון ישיבת דוקשיץ באהאלטן?
וואס טוט מען מיט'ן ציצית וואס איז פסול געווארן?
וועט זיי די אלטע געבן נאך ברויט?

וויאזוי איז דער ירושלימ'ער זיידע געראטעוועט געווארן פון הונגער?
זענען פארהאן אוצרות אין ירושלים?
און וואס האט דער רב גע'פסק'נט אין פארבינדונג צו די מציאה?

וואס איז די ריכטיגע ענטפער צו 'אזלא-גרש'?
ווער איז באמת דער 'שפיאן פייגל שרעקער'?
און צום שלוס: וואו איז דער גורל טאקע דרייפאכיג?

די אלע ענטפערס וועט איר געפונען אין
א דרייפאכיגער גורל

די פריערדיגע ביכער פון אלי און גאלד, לעבנסצייכן, די פארלוירענען מזוזה, צווישן צוויי טראפן, און דער לעצטער אינזל, זענען ממש די שפיץ פון קאמיקס ביכער אין אידיש. פול מיט תוכן און רייכע אינהאלט, דראמאטיש און באלערנד, שפאנענד און היסטאריש, ציענד און אינטערעסאנט, האבן די ביכער זיך געקויפט א נאמען אלס דער קרוין פון קאמיקס ביכער, דער ביכל שטייגט אבער איבער אלע פריערדיגע!










אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »



גולמיקס
דער כעלעמער גולם, דער פראגער גולם, הערשעלע פון אסטראפאלי, און דשוכא, וואס קען שוין זיין ווען די אלע פיר קומען זיך צוזאם אין איין ביכל...
ווער האט געשיקט דעם גולם פון פראג קויפן עפל פאר די 'סימנים'?
וואס איז פשט פונעם ביקס וואס קוקט ארויס פון אונטערן הויפן שמות אין בוידעם?
מיט וועלכע פראגע פארפלאנטערט דער כעלעמער גולם דעם משומד פאולוס?
וויאזוי ראטעוועט דער 'בעל שם' די אידן פונעם גלח מיט די הינט?
מיט וועלכע שפיצל ראטעוועט זיך הערשעלע פונעם רויבער אין וואלד?
וויאזוי טרעפט הערשעלע א גוטע אכסניא אויף שבת?
וואס טוט דשוכא מ'זאל נישט גנב'ענען זיינע שיך ביים הערשער אין שטוב?
וויאזוי באקומט דשוכא די תפילין וואס דער אראבער האט גע'גנב'עט?
מיט דאנק און לויב צום אויבערשטן שטעלן מיר אייך פאר הערליכע ערציילונגען מיט בילדער, פול מיט אידיש חן, געמאלן דורכן באוואוסטן קאמיקס מעלער 'גאלד'. דער זיבעטער ביכל, וואס פארענדיגט די 'גולם' סעריע.

'גולמיקס' - אנדערש ווי אנדערע ביכער אינעם סעריע, איז דער פאלגענדער קאמיקס ביכל א צוזאמשטעל פון קורצע ערציילונגען, ווי עס ווערט דערציילט איבער אלע פיר העלדן פון די 'גולם' סעריע אין איין 'מיקס'.









אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »



דער געראנגל אויף פארזיכטיגקייט

דער דרייווער פארט לויטן געזעץ, אפילו נישט צו שנעל, אבער פלוצלונג - - -
פלוצלונג שפרינגט מעכעלע אריין אינמיטן גאס!!!
ס'איז ריכטיג אז ער איילט זיך, און דער ווילדער הינטל איז דארט פארדרייט, די חברים זענען דערשראקן און פרובירן אים אפהאלטן.
אבער...
דא פאנגט זיך אן דער שפאנענדער טייל. א וואונדערליכע אינטריגע, א גלענצנדע איינפאל, אן אטעם פארכאפנדע געיעג און א ריכטיגע אינטערעסאנטע איבערלעבעניש.
איר זענט העפליך געלאדנט אריינצוטאנצן אינעווייניג אין די דראמאטישע געשיכטע, אבער...
קומט נאר צו גיין ווען די לייט איז גרין!

דער ביכל ברענגט אריין אויף גאר אן אינטערעסאנטן שפאנענדן וועג אין די אינגע קינדער - זיי זאלן וויסן און שפירן ווי שטארק מ'דארף זיין געווארנט זיך אכטונג צו געבן ווען מ'גייט אויף די גאס.

געשריבן דורך: נח רובין

בילדער דורך: דן בר לב








המשך יבא........




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »



דער מיסטעריעזער דרייערל

וואס פאסירט פארן שטארקן פערד ביים וועג ארויף?
א רויעך גייט ארויס פון גרוב!
אלערגיש צו שטרוי?
וואו איז דער צוגענומענער גאלדענע זייגער?
און ווער איז עס דער יאנעק?

אויפן וועג צו ראטעווען א איד וועלכער איז געפאנגען ביים פריץ, ווערן אויך יוסף און אפרים פארכאפט. דער פריץ מיט זיינע פריינד פארמעסטן זיך ווער פון זיי וועט ארויסגעבן דעם בעסטן שטראף, אבער אן אינטערעסאנטער צעטל פארמישט זיך צווישן אלע... און ווען אלעס ווערט אנגעפילט מיט רויעך, ווערט עס נאך מער פארפלאנטערט! יוסף און אפרים, יאנעק, דער שרעקליכער פריץ, און נפתלי, אלע זענען א טייל פון א ציענדע געשיכטע, פול מיט אינטערעסאנטע געשעענישן איינס נאכן אנדערן, איר וועט עס נישט קענען אפלאזן ביזן ענדע.

אלעס אין איין ביכל! שפאנענד, אטעם פארכאפנד, א פליסיגע שפראך פול מיט הומאר און טיפע געדאנקען זיך צו לערנען דערפון, נו, אויף וואס ווארט איר? הייבט אן צו ליינען...

געשריבן דורך: נח רובין

בילדער דורך: יעקב ירחי










אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »



דן און גד

אין מלחמה אויפן אוצר

ס'איז געווען א געווענליכער טאג פאר דן, דער יונגער פאסטוך. קיינער האט אים נישט צוגעגרייט צו די ספעציעלע אנטדעקונג אויף די איינזאמע בערג.

א פייפער אין האנט, א קליינע שעפעלע אויף די אקסל און א רייע פון פאלגענדיגע שעפעלעך גייען אים נאך. אזוי איז דן ארויסגעגאנגען פאשען, פונקט אזוי ווי יעדע אנדערע טאג.

אבער אין די מינוט וואס ער איז אנגעקומען צו די בערג, האט זיך אלעס פארפלאנטערט.

דן טרעפט זיך אין אן אקציע קעגן דעם 'פאסטוך הויפט' און זיינע שיק אינגלעך. דורכאויס דעם קריג אנטדעקט ער א טייערן אוצר און דעם בעל הבית דערפון – אן אויסגעדארטער צובראכענער אינגל וואס ווערט גאנץ שנעל איבערגעדרייט צו זיין נאנטער חבר וואס קעמפט מיט אים צוזאמען קעגן דעם 'פאסטוך הויפט'.

די צוויי זענען געצווינגען צו אנטלויפן זיך שרעקנדיג פון די איסלאמישע מיליטער וואס ווילן מיט געוואלד אויס'שמד'ן די אידישע משפחות וואס לעבן אין די דערפער.

פלוצלונג שטעלט זיך ארויס אז זייער חבר עמרם איז געווארן געפאנגען און ער שטייט צום פארקויפן אין קנעכט מארק, זיי גארטלען זיך אן אים צו העלפן מיט א וואונדערליכע דרייסטקייט.

א מינוט פאר זיי פאלן דורך מיט זייער אקציע אים צו ראטעווען, פאסירט א קייט פון איבערראשנדע פאסירונגען וואס דרייט איבער דעם גאנצן בילד.

שטעלט זיך צו צום אטעם פארכאפנדן רייזע צו די ענדלאזע זאמדן פונעם אראבישן האלב אינזל, אנדעקט דעם באהאלטענעם אוצר צווישן די זאמדן, און די דרייסטקייט פון די אידישע משפחות קעגן די איסלאמישע מיליטער.

געשריבן דורך: ר. ראזן

בילדער דורך: א. קרישעווסקי










אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »



פינטשע און אינטשע #5
א מיסטעריע אין אויספארשונג קעלער


די לבנה האט נישט באלויכטן יענע פארפרוירענע נאכט. אין די טויט שטילקייט וואס האט געהערשט, האט מען כמעט געקענט הערן דאס קלאפנדיג הארץ פון דעם יונגן סערגעי. פלוצלינג האט א האנט געלאנדעט אויף זיין אקסל; ''דו ביסט א איד?''

ער איז דערציטערט געווארן. קוים מיט שוועריקייטן איז אים געלונגען ארויפצוברענגען אויף זיינע ליפן: ''איך בין סערגעי פון קאמסאמאלץ, דער געהילף פון פאלקאווניק גרעגארי - דער הויפט פון שפיאנאזש שטאב. ווער ביסטו?''

''מיר וועסטו נישט קענען אפנארן! הער צו, דער קאמאנדיר איליא האט אריינגעווארפן טשארט אין די ארעסט קעלערן!''

דער געשטאלט איז פארשוואונדן געווארן אין די פינסטערניש.

די זון האט אנגעהויבן אויפצושיינען. אן צו מערקן האט ער זיך געפינען נעבן די ארעמע יתומים הויז. ס'האט אויסגעזען אז די קינדער האבן נאר געווארט אויסצוגיסן אויף אים זייער צארן.

אט איז ער דער פאררעטער! ער האט פאר'מסר'ט טשארט! לאזט אים נישט אנטלויפן! מיט שוועריקייטן איז אים געלונגען זיך צו ראטעווען פון זייער שרעקליכן צארן. ער האט זיי פארשטאנען. ווייטאגליך פארשטאנען.

מיט א דרייסטע שטארקייט איז ער אריין אין לייבן גרוב, צום אויספארשונג געביידע, באהאלטן אין די קעלערן א צעטל וואס זאל פירן דעם הויפט אויספארשער איליא גלייך צו אים.
און אין יענע מינוט האט זיך אלעס איבערגעדרייט.

"א מיסטעריע אין אויספארשונג קעלער" איז די פינפטע בוך אין די סעריע 'פינטשע און איטשע' וועלכע זענען ברייט באקאנט מיט די אויטענטישע גאר שפאנענדע ערציילונגען וואס האבן געהאלטן געשפאנט פילע טויזנטער אינגע ליינער דורך די פריערדיגע ביכער, דער נייער ביכל וועט אייך זיכער נישט אנטוישן! איבערצייגט אייך אליין...

געשריבן דורך: ר. ראזן

בילדער דורך: פ. לערער









אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »



די וואונדערליכע ערציילונג פון מאטל

יעדער האט מורא געהאט פון מאטל גנב.

ס'מיינט, זיי האבן נישט מורא געהאט פון אים. נאר פון דעם אז זייערע זאכן קענען פארשוואונדן ווערן ווען ער איז אין געגנט...

און מאטל איז געווען נישט מער ווי א 13 יעריגער בחור'ל. ס'איז נישט אנגענעם צו זיין א אינגל וואס יעדער רופט אים 'גנב' און מ'היט זיך די טאשן ווען דו געפינסט זיך אין געגנט...

נאך זיבעציג יאר, ווען מאטל איז שוין גענצליך פארגעסן געווארן פון אלעמען, דערמאנט זיך איינער אין זיין מעשה...

"די וואונדערליכע ערציילונג פון מאטל" איז איינס פון די דראמאטיש'סטע און איבערראשנדע טרויעריג-קאמישע ערציילונג פון חיים וואלדער. עס פלעכטן זיך צוזאם דראמע, ציענד, העלדישקייט און איבערגעגעבנקייט, און איבער אלעם שוועבט א מיסטעריעזע געהיימניס וואס וועט באגלייטן דעם ליינער ביזן אטעם פארכאפנדן ענדע.

דאס איז די דריטע קאמיקס ביכל פונעם שרייבער חיים וואלדער. די פריערדיגע ''דער שפילער'' און ''דער ווילדער מיטן גאלדן הארץ'' האבן איינגענומען די הערצער פון די ליינער וועלכע האבן גאר שטארק הנאה געהאט פון די געלונגענע ביכלעך.

פרובירט נאכאמאל... איר וועט זיכער הנאה האבן...

געשריבן דורך: חיים וואלדער

בילדער דורך: מאטי העלער











אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »




די געשיכטע פון קריעת ים סוף מיטגעלעבט

דער ביכל איז א המשך פון "מיטגעלעבט" אויף סיפור יציאת מצרים. צו מיטלעבן און מיטפילן אין אונזער דור די וואונדערליכע ניסים וואס זענען געשען מיט אונזערע עלטערן ביים ים סוף.

אבער ס'איז וויכטיג צו געדענקען: מען רעדט אויסדריקליך נישט פון די אמת'ע סיפור קריעת ים סוף! מ'רעדט פון א פאנטאזירטע מעשה!

אין די צייט פון קריעת ים סוף איז פארשטייט זיך נישט געווען קיין קארס, און אויך האט מען נישט געפירט קיין מלחמות מיט קיין טאנקען און פליגערס, דעריבער קענען מיר זיך נישט ריכטיג פארשטעלן וויאזוי ס'האט באמת אויסגעקוקט... די פאלגנדע ערציילונג, פרובירט צו פארשטעלן אויף א פאנטאזירטן וועג, וויאזוי ס'וואלט ווען אויסגעזען קריעת ים סוף מיט אלע וואונדערליכע ניסים וואס זענען געשען דארט – אויב ס'וואלט יעצט פארגעקומען, אין אונזער היינטיגע וועלט!

די וועלט איז אזויפיל אנדערש געווארן דורכאויס די טויזנטער יאר פון יציאת מצרים ביז אונזערע צייטן, און צוליב דעם איז אזוי שווער צו פארשטיין היינטיגע צייטן און שפירן די פאקטן וואס ס'האט זיך דארט אפגעשפילט. דעריבער ווערט דערציילט אין דעם ביכל די אלע ניסים לויט די היינטיגע וועלט. עס איז דאן געווען פונקט אזוי וואונדערליך צו טרעפן א מילגרוים צו עסן אינמיטן ים, פונקט ווי עס וואלט היינט פאסירט אז מען וואלט געטראפן א געז סטאנציע אינמיטן דעם אטלאנטיק...

איר זענט געלאדנט מיטצוקומען מיט די אידן וואס גייען אריבער דעם ים אין די טריקעניש, צו באאיינדרוקט ווערן פון די וואונדערליכע אויסערגעווענליכע ניסים וואס באגלייטן זיי!

געשריבן דורך: מ. ספרא

בילדער דורך: יעקב חנן











אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »



משלים פון מגידים

דורכאויס די דורות האט דער אויבערשטער צוגעשיקט פארן כלל ישראל צדיקים און גדולי תורה, וואס זענען באשאנקען געווארן מיט אן עקסטערן כח: צו אראפלייגן מעשיות, אויסמאלן משלים, פארשטעלן לעבעדיג געדאנקען, און דורכדעם מחזק זיין אידן אין עבודת השם. עס זענען געווען מגידים וואס האבן געלעבט און מחזק געווען אידישע קינדער מיט הונדערטער יאר צוריק, און עס זענען געווען מגידים וואס האבן געלעבט און מרביץ תורה געווען ביז די לעצטע יארן ממש.

דער פאלגענדער ביכל, די ערשטע אין די סעריע פון 'משלים פון מגידים' – שטעלט לעבעדיג אראפ צוויי וואונדערליכע משלים וואס די מגידים האבן דערציילט, איינס – איז געבויט אויפן משל פון 'קעלעמער מגיד', וואס האט געלעבט אסאך יארן צוריק און מעורר געווען אידן מיט זיינע דרשות, און די צווייטע – פונעם הייליגן חפץ חיים, עס קען זיין אז איר האט שוין געהערט אמאל די מעשיות, אבער די מגידים האבן עס אראפגעלייגט מיט אן עקסטערן געשמאק.

די צוויי משלים, וועט אייך שטארקן אינעם חשיבות פון לימוד התורה, וואס האט נישט קיין צוגלייך צו איר ווערד אין די גאנצע וועלט. זיי וועלן אייך שטארקן צו לערנען פלייסיג, און אויסנוצן יעדע רגע צו לערנען. באגלייט מיט הערליכע קאמיקס בילדער וועלן אייך די מגידים אריינשלעפן אין די אמאליגע דערפלעך, איר וועט זיך שפירן ווי איר לעבט ממש אליין מיט די שפאנענדע מעשה...

יעצט זעצט זיך אוועק, נעמט דעם ביכל אין די האנט, און לאזט די איבריגע ארבעט פארן מגיד...

געשריבן דורך: מ. ספרא

בילדער דורך: יעקב חנן










אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
אוועטאר
קינדער שפיל
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2009 9:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קינדער שפיל »

רבותי האלט אייך געשפאנט!

נאך פינף ביכער קומען צו גיין...
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

שטעלט זיך די שאלה, כסף מנלן?!
זוכט איר דוי?
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

עפעס א פרישן פעסטן נאוועל ביך אוועיל.?
סעילעסמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעילעסמען »

דעקלעך איז דא
ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »



קליגעראווקע

קליגעראווקע - אזא שטעטעלע...

ווער האט געגליסט דעם געשוואלענעם בערזל פון 'שייע דער עושר'?
פארוואס גייט יעדער ארויס באליידיגט פונעם געשעפט פון 'ירח פעדלער'?
ווער האט אנגעצינדן א פייער אין שטעטל?
וואס טראכטן זיי זיך די נייע שכנים פון 'בערטשע פאסט טרעגער'?
ברוכים הבאים צום שטעטל קליגעראווקע!
אזא שטעטעלע געפינט זיך נאר אין די מעשה ביכלעך... יעצט קומט מיט אונז אויף א שפאציר צווישן די געסעלעך.
איר וועט דא באגעגענען דעם גוטהארציגן חייקל שניידער, און סענדר שוסטער וואס היט אויף זיין געלט מער ווי ער היט אויף זיך אליין. יומטוב דער גליקליכער ארעמאן, און ירח פעדלער וואס יעדער ציטערט פון אים. בערטשע פאסט טרעגער וועט שמייכלען צו אייך, און געצל בעל עגלה וועט אייך גערן נעמען קיין כעלעם, די דערנעבנדיגע שטאט.
יעדער ערציילונג וועט אייך מסביר זיין א משנה אין מסכת אבות. איר וועט שמייכלען, לאכן, הנאה האבן און זיך לערנען שיינע זאכן צוזאמען מיט די איינוואוינער פון שטעטל. פונקט אזוי ווי די קליגעראווקע איינוואוינער האבן ליב נאכצוזאגן די משנה אין אבות:
איזהו חכם – הלומד מכל אדם.

צום ווידערזען!

געשריבן דורך: ה. אירנשטיין

בילדער דורך: מ. וויינרעב










אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »



שפיגליצקי גאס 4#

איר זענט העפליך געלאדנט צו קומען אויף א פרישן באזוך אין 'שפיגליצקי גאס' #4
איר וועט זיך באגעגענען מיט זיידע זונדל, באבע זעלדע, גרשון דער גאון, הינדי און מינדי, למך שלאמצע, און אויך די אלעמען באקאנטע קינדער פון משפחת שפיגליצקי.
יעדער בלאט איז א פרישער שמייכלדיגער עפיזאד וואס קען זיך אייגנטליך אפשפילן אין יעדע אידישע שטוב, נאר דא וועט איר זיך באגעגענען דערמיט אראפגעלייגט אלס א לאכעדיגער קאמיקס.

ווער האט דען נישט ליב צו שמייכלען? די פריערדיגע 8 ביכער פון די 'שפיגליצקי' סעריע זענען די בעסטע עדות אז מענטשן האבן טאקע ליב צו געבן א שמייכל, דער ביכל פונקט ווי די פריערדיגע איז העכסט אינטערעסאנט און ליינט זיך מיט א ברייטן שמייכל פון דעקל צו דעקל.

געשריבן און געמאלעוועט דורך: ש. גליק










אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »

21 אונטער 1 דאך

אלעס וואס פאסירט אין שטוב פון די שניידער משפחה איז אויסערגעווענליך!

וואס פאסירט ווען...

משפחת שניידער פליעט אויף לאנדאן צו א משפחה שמחה?

ווען נפתלי פרובירט זען וואו די רענצלעך גייען אריין?

ווען איין טיקעט פון די דריי און צוואנציג ווערט פארלוירן?

ווען מ'באשטעלט אזויפיל טעקסי'ס צום זעלבן אדרעס?

ווען קיינער גלייבט נישט אז די גאנצע לעבעדיגע גרופע געהערט צו איין גרויסע משפחה...

איר זענט העפליך געלאדנט מיטצולעבן זייערע לעבעדיגע איבערלעבענישן, האלט מיט די שפאנענדע און דראמאטישע פאסירונגען פון די איין און צוואנציג שניידער קינדער!

דער ביכל אנטשפרעכט צו האלטן די ליינער געשפאנט פאר לאנגע שעות נאכאנאנד, הנאה האבנדיג פון יעדן בלאט באזונדער! און מ'רעדט פון העכער 300 בלעטער...

געשריבן דורך: ר. ראפאפארט










אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »



דער זיידע דערציילט #2

גוטס טון מיט אנדערע


איר האט אלע זיכער געהערט אסאך איבער דעם גרויסן זכות פון 'גוטס טון פאר אנדערע'.

יעצט ווילן מיר אייך איינלאדענען צו א געשמאקע איבערלעבעניש, אויף די פליגלען פון אייער פאנטאזיע וועט איר פליען איבער וועלדער און פעלדער צו קליינע שטעטלעך, און זיך טרעפן מיט נאסטאלגישע עפיזאדן און געשטאלטן פון די אמאליגע יארן.

קומט פארברענגען געשמאק צוזאמען מיט יאנקי און זיינע חברים – ווען זיי טרעפן זיך מיט זיין קלוגן זיידן ר' אפרים, לאמיר הערן די שפאנענדע ערציילונגען און הנאה האבן פון יעדן ווארט.
יעדע מעשה איז א געשמאק פאר זיך, באגלייט מיט א ספעציעלע געדאנק איבער 'גוטס טון מיט אנדערע', באארבעט אויף א זאפטיגע לעבעדיגע קאלירפולע קאמיקס געשיכטע.
דער זיידע דערציילט – און די קינדער וועלן נישט אויפהערן צו וועלן הערן נאך און נאך...

געשריבן דורך: מ. ספרא

בילדער דורך: ר. קרול










אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »

די הגדה וואס דערציילט

די הגדה וואס דערציילט, איז געאייגנט: צו געבן פאר די קליינע און גרויסע א געלעגנהייט צו מקיים זיין די מצוה פון סיפור יציאת מצרים מיט אלע הידורים. אין צוגאב צו די הערליכע בילדער, וואס זענען געבויעט אויף די ווערטער פון די הייליגע חז''ל און אונזערע רבי'ס די גדולי הדורות, האט די הגדה צוויי ספעציעלע מעלות:

1. דורכאויס דעם גאנצן סדר נאכט איז די הגדה דורכגעפלאכטן מיט אנווייזונגען פאר די קינדער, וואס ערקלערט זיי אלעס וואס קומט פאר אויף זייער שפראך, און עס העלפט זיי זיך שפירן א חלק פונעם סדר נאכט – פונקט ווי די עלטערע.

2. יעדער שטיקל אין די הגדה איז באגלייט מיטן 'סיפור יציאת מצרים' וואס באלאנגט צו דעם, צוזאמען מיט הערליכע בילדער וואס ערקלערן די ווערטער וואס ווערן דערציילט. כדי דאס זאגן די הגדה זאל נישט זיין א זאך וואס מען 'מוז', נאר א געשמאקע איבערלעבעניש פון די אלע ניסים, פונקט אזוי ווי עס דארף צו זיין!

געשריבן דורך: מאיר לאמבארסקי

בילדער דורך: ב. מאן









אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”