וויאזוי ארבעט א GPS?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

וויאזוי ארבעט א GPS?

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 10:36 pm

ס'פאסירט אסאך מאל אז מ'פארט ערגעץ ארויס מיט די גאנצע משפחה, אויף א שמחה אדער צו די קאנטרי וכדו', און אינמיטן וועג מאכט מען א שלעכטן דריי, צו אן עקסידענט פארמאכט די ראוד און מען איז געצווינגען צו גיין דורך זייטיגע וועגן און שטעגן, און פלוצלונג טרעפט מען זיך ערגעץ אין די הרי החושך, אן די מינדעסטע אנונג זיך ארויסצוזען פון דארט. נישט אזוי לאנג צוריק איז אזא מצב געווען אן ערנסטן פראבלעם, ובפרט פרייטאג נאכמיטאג. אבער נישט אין 2017. וואס הייסט? מ'צינדט אן דעם GPS און ביז אפאר מינוט איז מען צוריק אויפ'ן דרך המלך, מיט פונקטליכע אנווייזונגען פאר יעדן שיידוועג, ביז צום טיר פון אייער ציל.

האט אייך שוין איינער פון די קינדער אמאל געפרעגט, "טאטי, פון וואו ווייסט דער GPS פונקטליך וואו אונז זענען?"
אייער ענטפער איז אודאי געווען "פון די סעטעלייטס."
וואס טוט מען אבער ווען דאס קינד פרעגט "אבער פון וואו ווייסט דער סעטעלייט וואו אונז זענען?" וואס ענטפערט מען דעמאלטס?

וועל איך דא אפשרייבן בקיצור פון זכרון וואס איך האב אמאל געליינט, וויאזוי די GLOBAL POSITIONING SYSTEM ארבעט.



לאמיר זאגן אז איר זענט ערגעץ אין טעקסעס, און אייער חבר אין דאללאס האט א מאשינקע וואס שיקט ארויס א סיגנאל, און ווען דער סיגנאל קלאפט אריין אין אייך גייט עס צוריק צו אים, און גיבט אים איבער פונקטליך ווי ווייט ער איז געפארן ביז ער האט אריינגעקלאפט אין אייך. ווייסט דער חבר אז איר זענט לאמיר זאגן 250 מייל ווייט פון אים. עס קען אבער זיין אין יעדן ריכטונג, 360 דעגרי ארום.
GPS 1.png
GPS 1.png (3.83 KiB) געזעהן 2453 מאל


וואס וועט זיין אויב איר האט נאך א חבר, ער געפינט זיך אין יוסטאן, טעקסעס, און ער האט דעם זעלבן מאשינקע. אויב נוצט ער עס אליין, ווייסט ער אויך נאר וויפיל איר זענט אפגערוקט פון אים, אבער גארנישט מער, ווייל עס קען זיין אין יעדן ריכטונג.

וואס טוט זיך אבער אויב די צוויי חברים רעדן זיך צוזאם אויפ'ן טעלעפאן, און חבר א' פון דאללאס זאגט פאר חבר ב' פון יוסטאן "מיין מאשינקע זאגט אז ער איז 250 מייל פון מיר." און חבר ב' זאגט פאר חבר א' "מיין מאשין זאגט אז ער איז 217 מייל פון מיר." יעצט קענען זיי שוין זיין נענטער צום פונקטליכן פלאץ: זיי דארפן נאר מאלן א רינג 250 מייל ארום דאללאס, און א צווייטע רינג 217 מייל ארום יוסטאן, און ביים פלאץ וואו די רינגען טרעפן זיך געפינט זיך דער געזוכטער.

אבער, עפ"י רוב, וועלן זיך די רינגען טרעפן אין צוויי פלעצער:
gps_2.png
gps_2.png (6.05 KiB) געזעהן 2453 מאל


פארט אבער, ביזטו שוין אסאך נענטער צום ציל, ווען עס איז איינס פון די צוויי פונקטן.

ווען איר האט אבער דריי חברים זענט איר געסעטלט. אויב האט איר א דריטן חבר אין סאן אנטאניא טעקסעס, און זיין מאשינקע זאגט אים אז איר זענט 263 מייל ווייט פון אים, און ער שטעלט עס צאם מיט די רעזולטאטן פון די אנדערע צוויי מאשינען, וועלן די רעזולטאטן זיין:
gps_3.png
gps_3.png (8.36 KiB) געזעהן 2453 מאל


פונקטליך וואו איר געפינט זיך, אין אוסטין, טעקסעס!!

דאס מיינט אז ווען אפאר מאשינען מיט אזעלכע סיגנאלן ארבעטן צוזאמען, קען מען אויסרעכענען לויט די ווייטקייט וואס יעדע מאשין ווייזט, די פונטליכע פלאץ וואו איר געפינט זיך!!!

אויף דעם יסוד ארבעט GPS, נאר היות די PGS סאטעליטן געפינען זיך נישט אויף דעם פלאנעט נאר אין ספעיס, דארפ'ן זיי האבן אביסל מער מאשינען ווייל, אנדערש ווי אין אונזער משל וואס זיי דארפן נאר רעכענען אויף איין לעוול, דארפן זיי אויך רעכענען ארןיף און אראפ, ד.ה. 3D.
איז דא אין די וועלטס ארביט 24 סאטעליטן, וואס מיט די 24 סאטעליטן איז די גאנצע וועלט געקאווערט, און מ'קען אפירזוכן סיי ווער וואס האט נאר א GPS RECIVER (די מאשינקע וואס איר האט אין קאר, וואס קלאפט צוריק די סיגנאלן און באקומט די צוזאמגעשטעלט אינפארמאציע פון אלע סאטעליטן) איבער די גאנצע וועלט!

מה רבו מעשיך השם!
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 10:41 pm

אויפגעטראכט דא האט געשריבן:א גרויסן שכ'ח זייער שיין באשריבן אבער מיין קשיא איז פארוואס עס קען נישט זיין אז די רינג'ס זאלען זיין אויף אזא פאל. וואס דעלמאץ קען איך זיין ערגעץ אין גאנצע געהלע חלק....
Untitled.png
Untitled.png (3.97 KiB) געזעהן 2442 מאל

עס קען נישט זיין אזוי, ווייל די רעזולטאטן זענען ממש אויף די שווארצע רינג (בעסער געזאגט, מען מאכט דעם רינג ממש אויף די רעזולטאטן, נישט בערך, אין די צען מייל, נאר ממש אין די עטליכע פיס), וואס דאס מיינט אז די אויבערשטע, לינקע רינג וועט קיינמאל נישט אויסקומען אזוי, נאר ממש אויף די אנדערע רינגען.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג מארטש 24, 2017 12:15 am

שכוח משה פארן גיין פתיחה...

לויט ווי איך פארשטיי טוהט נישט די סעטעלייט פראסעסען די אינפארמעישאן פון די דיווייס, נאר פארקערט די דיווייס קוקט ווי ווייט ער איז פון א יעדע סעטעלייט, און לויט דעם רעכנט ער אויס ווי ער איז.

איז לכאורה אריימגעפראגרעמט אין די דיווייס ווי יעדע סעטעלייט דארף זיך יעצט געפונען.

אויך קען מען זעהן אז אפילו א פאון וואס האט נישט קיין סערוויס, וועט אבער די GPS ארבייטן, ווייל ס'דארף נישט קיין יוניק אינפאו פון די סעטעלייטס.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

תגובהדורך mini van » פרייטאג מארטש 24, 2017 12:39 am

שכח פאר די שיינע און קלארע באשרייבונג, זייער אינטערסאנט.

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » פרייטאג מארטש 24, 2017 2:37 am

1. וויאזוי קען זיין אז קארגע 24 סעטעלייטס זאלן קאווערן די גאנצע וועלט?
2. צו וועם באלאנגען די סעטעלייטס? א גאווערמענט זאך אדער א פריוואטע אונטערנעמונגן?
3. וויאזוי מאכן זיי זייער געלט? Gernin TomTom וכדו' צאלן זיי געלט?
לעצט פאראכטן דורך לאלתר לחיים אום פרייטאג מארטש 24, 2017 2:44 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג מארטש 24, 2017 2:39 am

לאלתר לחיים האט געשריבן:וויאזוי קען זיין אז קארגע 24 סעטעלייטס זאלן קאווערן די גאנצע וועלט?

צו יעדע פלאץ אין די וועלט דארף מען נאר האבן פיר שטיק, און 24 קען מען אויסשפרייטן אויף אזא וועג אז צו יעדע פלאץ זאל זיין פיר סאטעליטן גענונג נאנט צו יעדע צייט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » פרייטאג מארטש 24, 2017 2:46 am

משהזוךמיר האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:וויאזוי קען זיין אז קארגע 24 סעטעלייטס זאלן קאווערן די גאנצע וועלט?

צו יעדע פלאץ אין די וועלט דארף מען נאר האבן פיר שטיק, און 24 קען מען אויסשפרייטן אויף אזא וועג אז צו יעדע פלאץ זאל זיין פיר סאטעליטן גענונג נאנט צו יעדע צייט.

טאקע 4? דיין בילד אויבן ווייזט 3

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » פרייטאג מארטש 24, 2017 2:48 am

ייש''כ ר' משה , האסטו זייער א שיינע הסברה

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג מארטש 24, 2017 3:09 am

לאלתר לחיים האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:וויאזוי קען זיין אז קארגע 24 סעטעלייטס זאלן קאווערן די גאנצע וועלט?

צו יעדע פלאץ אין די וועלט דארף מען נאר האבן פיר שטיק, און 24 קען מען אויסשפרייטן אויף אזא וועג אז צו יעדע פלאץ זאל זיין פיר סאטעליטן גענונג נאנט צו יעדע צייט.

טאקע 4? דיין בילד אויבן ווייזט 3

מיין בילד אויבן ווייזט ווען אלע מאשינען זענען אויף דער ערד, קען די רעזולטאטן זיין אין יעדן ריכטונג, אבער נישט ארויף און אראפ. משא''כ ביי סעטעלייטס וואס עס קען אויך זיין 360 דעגרי ארויף אדער אראפ, דארף מען נאך איינס צו קענען באשטימען די פונקטליכע לאקעישן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אהבת ה'
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 09, 2016 7:39 am

תגובהדורך אהבת ה' » פרייטאג מארטש 24, 2017 3:58 am

mini van האט געשריבן:שכח פאר די שיינע און קלארע באשרייבונג, זייער אינטערסאנט.

גם אני מצטרף בהתלהבות.

אהבת ה'
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 09, 2016 7:39 am

תגובהדורך אהבת ה' » פרייטאג מארטש 24, 2017 4:01 am

דא איז א מורא'דיגע דוגמא 'פירוש חי'.
https://www.flightradar24.com

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג מארטש 24, 2017 7:43 am

לאלתר לחיים האט געשריבן:2. צו וועם באלאנגען די סעטעלייטס? א גאווערמענט זאך אדער א פריוואטע אונטערנעמונגן?
3. וויאזוי מאכן זיי זייער געלט? Gernin TomTom וכדו' צאלן זיי געלט?


די US גאווערמענט האט דאס געמאכט, און ס'באלאנגט פאר אמעריקע. מתחילה האב מען עס געמאכט פאר די מיליטער, אבער שפעטער האט מען עס געגעבן פאר די פאבליק צו ניצן פאר אומזיסט. אבער די אמעריקאנע גאווערמענט קען קאנטראלירן אז אין געוויסע פלעצער זאל עס נישט ארבייטן, אין פאל מ'דארף גיי אין מלחמה מיט א לאנד, קען מען בלאקירן דעם שונא.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » פרייטאג מארטש 24, 2017 8:46 am

זאכליך האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:2. צו וועם באלאנגען די סעטעלייטס? א גאווערמענט זאך אדער א פריוואטע אונטערנעמונגן?
3. וויאזוי מאכן זיי זייער געלט? Gernin TomTom וכדו' צאלן זיי געלט?


די US גאווערמענט האט דאס געמאכט, און ס'באלאנגט פאר אמעריקע. מתחילה האב מען עס געמאכט פאר די מיליטער, אבער שפעטער האט מען עס געגעבן פאר די פאבליק צו ניצן פאר אומזיסט. אבער די אמעריקאנע גאווערמענט קען קאנטראלירן אז אין געוויסע פלעצער זאל עס נישט ארבייטן, אין פאל מ'דארף גיי אין מלחמה מיט א לאנד, קען מען בלאקירן דעם שונא.

פארוואס קען נישט יעצט אן אנדער לאנד ארויף שיקן אייגענע gps סעטעלייטס נישט צו זיין אנגעוויזן אויף אמעריקע מ'שיקט דאך סייווי אויף צענדליגע סעטעלייטס? איז עס אפשר געפעטענט און זיי טארן עס נישט נאכמאכן?

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » פרייטאג מארטש 24, 2017 9:01 am

יישר כח פותח פאר די אינטערסאנטע הסבר. כ'האב אלץ געוואלט פארשטיין וויאזוי דאס ארבעט.

זאכליך האט געשריבן:אויך קען מען זעהן אז אפילו א פאון וואס האט נישט קיין סערוויס, וועט אבער די GPS ארבייטן, ווייל ס'דארף נישט קיין יוניק אינפאו פון די סעטעלייטס.


איז דאס אמת?? אפילו ווען ס'נישט דא קיין סערוויס וועט די GPS ארבייטן? אויב יא איז דאס עמעזינג שטיקל אינפארמאציע!

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג מארטש 24, 2017 9:21 am

לאלתר לחיים האט געשריבן:פארוואס קען נישט יעצט אן אנדער לאנד ארויף שיקן אייגענע gps סעטעלייטס נישט צו זיין אנגעוויזן אויף אמעריקע מ'שיקט דאך סייווי אויף צענדליגע סעטעלייטס? איז עס אפשר געפעטענט און זיי טארן עס נישט נאכמאכן?


מ'קען יא, נאר ס'קאסט א ים מיט געלט. אבער למעשה האבן שוין אנדערע לענדער אויך ענדליכע סיסטעם'ס.

די רוסן האבן א סיסטעם וואס הייסט GLONASS
די אייראפע יוניאן האט א סיסטעם וואס הייסט Galileo
און די כינעזע ארבייטן אויף א סיסטעם וואס גייט הייסן BeiDou-2

אבער קיין איינס איז נישט אזוי גוט ווי די אמעריקאנע!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » פרייטאג מארטש 24, 2017 9:30 am

הערליך שיין באשריבן! נייס!

ממה נפשך האט געשריבן:איז דאס אמת?? אפילו ווען ס'נישט דא קיין סערוויס וועט די GPS ארבייטן? אויב יא איז דאס עמעזינג שטיקל אינפארמאציע

אוודאי איז עס אמת, ווען דו קויפסט א (אמאליגע) GPS צאלסטו איינמאל, און ס'ארבעט ביז ווען ס'צוברעכט זיך. ס'האט נישט קיין סערוויס. (אוודאי דארף מען אפדעיטן די מעפ יעדע שטיק צייט ווייב אלד ס'קומט צו נייע גאסן און נייע הלכות)

און אגב, די ראשי תיבות פון GPS איז גלאבאלע פאזיציע סיסטעם
...

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג מארטש 24, 2017 9:38 am

ממה נפשך האט געשריבן:יישר כח פותח פאר די אינטערסאנטע הסבר. כ'האב אלץ געוואלט פארשטיין וויאזוי דאס ארבעט.

זאכליך האט געשריבן:אויך קען מען זעהן אז אפילו א פאון וואס האט נישט קיין סערוויס, וועט אבער די GPS ארבייטן, ווייל ס'דארף נישט קיין יוניק אינפאו פון די סעטעלייטס.


איז דאס אמת?? אפילו ווען ס'נישט דא קיין סערוויס וועט די GPS ארבייטן? אויב יא איז דאס עמעזינג שטיקל אינפארמאציע!


די חלק פון טרעפן דיין פאזיציע וועט ארבייטן, אבער ער גייט דיר נישט קענען גיבן דירעקשאן'ס, חוץ אויב ס'האט געדאונלאוד די מעפס.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » פרייטאג מארטש 24, 2017 1:19 pm

wow wow זייער אינפארמאטיוו!!

יישר כח משה!
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11037
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג מארטש 24, 2017 2:07 pm

טשאלענט האט געשריבן:wow wow זייער אינפארמאטיוו!!

יישר כח משה!

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » זונטאג מארטש 26, 2017 1:01 am

פאטאקי08 האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:wow wow זייער אינפארמאטיוו!!

יישר כח משה!

Jobless
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

תגובהדורך Jobless » מיטוואך מארטש 29, 2017 9:05 pm

Wow I can't get over

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5953
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך מארטש 29, 2017 9:25 pm

משה, א ריזן דזשאב אראפ געלייגט!

זעלטן וואס מ'זעהט אזא קאמפליצירטע זאך אזוי קלאר אראפ געלייגט. איך בין אימפרעסד.


(ביי די לעצטע חלק פון די טרי די ביסטו שוין געגאנגען שנעל און אן בילדער, איז מעגליך אויסצוברייטערן אויך יענע חלק?)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך מארטש 29, 2017 9:31 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:משה, א ריזן דזשאב אראפ געלייגט!

זעלטן וואס מ'זעהט אזא קאמפליצירטע זאך אזוי קלאר אראפ געלייגט. איך בין אימפרעסד.


(ביי די לעצטע חלק פון די טרי די ביסטו שוין געגאנגען שנעל און אן בילדער, איז מעגליך אויסצוברייטערן אויך יענע חלק?)

ש'כח פאר די קאמפלימענט.

איך האב עס געשריבן פון זכרון, בערך אזוי ווי איך האבעס געזען עטליכע יאר צוריק ערגעץ (קען זיין אין איד). דארט איז נישט געווען אויסגעשמועסט פונקטליך די חלק פון 3d, האב איך עס נישט געשריבן. אפשר נאכ'ן ארויפלייגן די נעקסטע חלק פון מיין טאגבוך אויף וואס איך ארבעט יעצט וועל איך טון ריסירטש אין די חלק און עס באשרייבן.

אדער אפשר זאל טאקע זאכליך עס מסביר זיין! (זאכליך, אנטשולדיגט פאר'ן אריינגיין אין דיין טעריטאריע אן רשות, איך האב פשוט פארגעסן אז אין ספעיס ביזטו בעה''ב... און ש'כח פאר דיינע קלארע הסברים)
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5953
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך מארטש 29, 2017 9:35 pm

דאס איז א מחלוקת הפוסקים, היות די סאטעליטן זענען טאקע סטאנציאנירט אין ספעיס, אבער די די דזשי פי עס פון וואס מיר רעדן איז אויף אונזער וועלטל (נאוו) אין קאר.

מ'קען מקיל זיין בדיעבד
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אויפגעטראכט
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 04, 2016 2:27 pm

תגובהדורך אויפגעטראכט » מיטוואך מארטש 29, 2017 11:02 pm

wowow זייער שיין אין קלאר שכוח ....די חלק וויאזוי עס קאווערט די גאנצע וועלט .. האב איף געליינט אז די סעטעלייטס פארן ארום א גאנצע צייט אין עס סעיווט יעדע לאקעישאן די צייט וואס עס איז דארט געווען. אין יעדע סעטעלייט מאכט א 55% דעדרי רינג ארומ די וועלט אין עס פארט ארום די ווועלט צווי מאל א טאג (עס פארט נישט אזוי שנעל נאר וייל עס איז אזוי ווייט קען עס דאס בייווייזן)ממילא קומט אויס אז יעדע פלאץ ווערט געקאווערט....
צוגעלייגטע
screenshot_4.bmp
screenshot_4.bmp (176.78 KiB) געזעהן 1731 מאל


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט