צדקה אקציעס, וויפיל איז די שיעור?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ha ha »

איך דאווען פרי אין איך האב נישט די פראבלעם..
אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפיקעל »

אינטערעסאנט ווי מען הענגט זיך אן אין רבינו זי״ע בלי שום גבול, מ׳האט א מעשה און פין דעם טוישט מען דאס גאנץ נארמאלקייט

איך גלייב נישט אז על פי שולחן ערוך איז זיין אין א מנין וואס יעדע מינוט קומט צו א צווייטער נישט קיין שטערונג פון דאווענען וואס כמבואר טאר מען נישט אזוי זיך אוועק שטעלן דאווענען, עס איז זיכער נישט קיין קלענערע שטערינג פון א סעלפאון רינג וואס אלע נערוועזע אידען שרייען אינמיטען שמונה עשרה

איך גלייב אויך נישט אז רבינו זי״ע האט געפירט א באנק א גאנצען דאווענען, און כסדר געווארפען קוואדערס פאר געלט גייערס

איך גלייב אויך נישט אז רבינו זי״ע האט מחזק געווען אידען אז אינמיטען ״זייער״ דאווענען זאלען זיי טעגליך ארום גיין נאך געלט שעפשענדיג פסוקי דזמרה מיט ברכות קריאת שמע בשעת מעשה. ס׳איז סתם ביליג געמאכט פון דאס דאווענען
געזונט און שטארק
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 11:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געזונט און שטארק »

הרב דריידל, דיינע פונקטן זענען זייער שטארק, און איך האלט זייער שטארק פון דיינע תקנות, אבער די וועג וויאזוי דו לייגסט אראפ די צדקה גייער'ס איז אביסל נישט אידישלעך (אנטשולדיגט פארן זיך אויסדריקן אזוי).
עס זענען ליידער דא אידן נצרכים (דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן זיך קיינמאל נישט רעכענען צווישן דעי) און עס איז פון די גרעסטע מצוות צו געבן פאר א איד צדקה, ווער רעדט נאך פון עניי א"י.
און ווען מ'רעדט פון די מוסדות התורה און א"י עטה"ק איז אויך דא די גרויסע מצוה פון ישוב ארץ ישראל כמבואר בספרי רביה"ק.

אבער די תקנות זענען סייווי זייער גוט איינצופירן, למשל איבער בחורים, איך האב נישט קיין פראבלעם ווען בחורים גייען נאך געלט, די פראבלעם איז אז זיי גייען ווי חיות רעות, און פירן זיך אויף זייער נישט שיין.

ביז אשרי ובא לציון וואלט איך קיינעם נישט געלאזט גיין נאך צדקה, אבער אז דו ווילסט שטארק זאל עס זיין נאר צוויי, פארן ביהמ"ד און נאך איין רמבעה"נ.

נישט מאכן קיין אפיעלס ביז נאך עלינו מיינט אז דער עולם וועט שוין נישט דארט זיין, אבער מאכן ביי אשרי ובא לציון מיינט אז דער בע"ת קען נישט זאגן קדיש תתקבל, ממילא קען מען דן זיין וואס איז וויכטיגער.

און אוודאי זאל קמחה דפסחא זיין נאר פאר עניי עירך הקודמים, און די אנדערע זאלן זיך ביטע טרעפן אנדערע לאזונגען, און נישט יעדע צדקה צוועק פאר יעדע מוסד זאל ווערן אנגערופן מיט די נאמען (פאר ווער עס ווייסט נישט, לויט רוב דעות אין שו"ע טאר מען נישט געבן קמחא דפסחא פון מעשר געלט וויבאלד עס איז א חוב. די חוב איז נאר פאר עניים פון שטאט און נישט פאר פרעמדע וואס פאר זיי קען מען געבן פון מעשר, און די גבאים קענען נישט צווינגען צו געבן, ממילא איז די נאמען קמחא דפסחא בכלל נישט פאסיג פאר א מוסד וואס טיילט וועידשעס פאר די מלמדים).

און איבער די מוסדי א"י איז אויך א גוטע פלאן אז יעדע ביהמ"ד זאל זיך האבן א קאסע, און אזוי וועלן זיי אויך פארשפארן צו ארויס שיקן א שד"ר.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

זבחי צדק האט געשריבן:ס'איז אלעס שיינע מעשה'לעך, אבער באמת גערעדט
איז דען רעכט פאר געלד גייער צו באלמוטשען אזוי, אז מען זאל כמעט נישט קענען דאווענען??
....

הרב זבחי ווער הייסט אייך דאווענען אויווען אין שומר שבת אדער צומאל אין באבוב ביים לינקן שטיבל, גייטס אין א רואיגע מנין אויף 17 קאר. 52 ווי עס דאווענען פונקט 10 אידן די זעלבע צייט יעדן טאג, אייער דאווענען וועט זיין מער מיט כוונה.
אז איר ווילט דאווענען אין א מארקעט קומט עס מיט א פרייז.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

געזונט און שטארק האט געשריבן:הרב דריידל, דיינע פונקטן זענען זייער שטארק, און איך האלט זייער שטארק פון דיינע תקנות, אבער די וועג וויאזוי דו לייגסט אראפ די צדקה גייער'ס איז אביסל נישט אידישלעך (אנטשולדיגט פארן זיך אויסדריקן אזוי).
עס זענען ליידער דא אידן נצרכים (דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן זיך קיינמאל נישט רעכענען צווישן דעי) און עס איז פון די גרעסטע מצוות צו געבן פאר א איד צדקה, ווער רעדט נאך פון עניי א"י.
און ווען מ'רעדט פון די מוסדות התורה און א"י עטה"ק איז אויך דא די גרויסע מצוה פון ישוב ארץ ישראל כמבואר בספרי רביה"ק.

אבער די תקנות זענען סייווי זייער גוט איינצופירן, למשל איבער בחורים, איך האב נישט קיין פראבלעם ווען בחורים גייען נאך געלט, די פראבלעם איז אז זיי גייען ווי חיות רעות, און פירן זיך אויף זייער נישט שיין.

ביז אשרי ובא לציון וואלט איך קיינעם נישט געלאזט גיין נאך צדקה, אבער אז דו ווילסט שטארק זאל עס זיין נאר צוויי, פארן ביהמ"ד און נאך איין רמבעה"נ.

נישט מאכן קיין אפיעלס ביז נאך עלינו מיינט אז דער עולם וועט שוין נישט דארט זיין, אבער מאכן ביי אשרי ובא לציון מיינט אז דער בע"ת קען נישט זאגן קדיש תתקבל, ממילא קען מען דן זיין וואס איז וויכטיגער.

און אוודאי זאל קמחה דפסחא זיין נאר פאר עניי עירך הקודמים, און די אנדערע זאלן זיך ביטע טרעפן אנדערע לאזונגען, און נישט יעדע צדקה צוועק פאר יעדע מוסד זאל ווערן אנגערופן מיט די נאמען (פאר ווער עס ווייסט נישט, לויט רוב דעות אין שו"ע טאר מען נישט געבן קמחא דפסחא פון מעשר געלט וויבאלד עס איז א חוב. די חוב איז נאר פאר עניים פון שטאט און נישט פאר פרעמדע וואס פאר זיי קען מען געבן פון מעשר, און די גבאים קענען נישט צווינגען צו געבן, ממילא איז די נאמען קמחא דפסחא בכלל נישט פאסיג פאר א מוסד וואס טיילט וועידשעס פאר די מלמדים).

און איבער די מוסדי א"י איז אויך א גוטע פלאן אז יעדע ביהמ"ד זאל זיך האבן א קאסע, און אזוי וועלן זיי אויך פארשפארן צו ארויס שיקן א שד"ר.

ישר כח פאר די דברי חיזוק. איך האב באמת א שטארקע מיטגעפיל פאר מענטשן וואס דארפן צוקומען צו גיין נאך געלט און מפרנס זיין זייערע משפחות און איך שטיץ זיי טאקע כפי יכולתי. און די זעלבע צייט אבער קומען די מוסדותער למיניהם און זענען מקפח את העניים. פורים איז א צייט וואס מ'האט קובע געווען אויף מתנות לאביונים דערווייל איז דא א פארפלייצונג פון גרופעס וואס גייען אפשר פאר וויכטיגע צוועקן אבער פורים איז נישט די צייט פאר דעם. אזוי אויך קמחא דפסחא. אויסצאלן די געהאלט פאר איינגעשטעלטע איז זייער חשוב אבער דאס האט נישט מיט קמחא דפסחא איינגעלייגט.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך דאווען אין א גרויסע שוהל מיט א סך מנינים און עס שטערט מיר בכלל נישט, זיי האבען א רעכט צו זיין אין שוהל און גיין נאך געלט און העלפען יודען טוהן מצות און מעשים טובים.

מיר באדערט מער ווען מען קומט צו מיר אינדערהיים און מען וויל נאר אריינקומען זיך אראפזעצן און מיינע נערווען שפרינגען מיר אינטער מיינע אויגען שרייען ערעב איד איך בין פארנימען און מיין ווייב דארף נישט קיין געסט יעצט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

נקודות וועגן די "מצדיקי" הרבים די וואס זענען אונז מזכה מיט די טייערע מצות הצדקה

ס'באקאנט אז די פרייז פון א זאך און די שוועריקייט אנצוקומען דערצו איז לויט די געברויך, למשל
לופט וואס מ'דארף עס יעדע רגע איז אימזוסט און דא איבעראל
וואסער איז ביליג און גרינג צו באקומען אא''וו גייט די פרייז ארויף ברויט, זילבער, גאלד וכו'

ווי באקאנט איז די צייטן פון ביהמ"ק האט מען געלעבט פון די עבודה אינעם בהמ"ק
בזמן תנאים ואמוראים איז געווען תורה
און היינט אינעם עיקבתא דמשיחא איז שטארק די עמוד גמילות חסדים, בך חותמין

ווי יעדער האלט מיט האלט מען שוין זייער נאנט צום ביאת משיח ס'שוין ביים עיקבתא דעיקבתא, זעמיר דעספערט פאר צדקה ברוחניות, ווי לופט בגשמיות פאר דעם האט מען עס צו די האנט, און וואוילע אידן זענען אונז מזכה ווי מען גייט און שטייט, ביטע גייטס אן מיט אייער זכות הרבים התלוי בידכם

עס דערמאנט מיר ווי ביי אינז אין ווערהויז איין טאג אינמיטן שוואנג פינעם ארבעט קומט אריין אן עמערדזשענסי רוף זאגענדיג אז די בעה''ב איז סטאק אינדרויסען שטייצעך איז יעדער ארויסגעלאפען העלפן, אבער איין ארבייטער איז געשטאנען און געשריגן אז מ'שטערט אים פון די ארבעט בלויז א משל
והנמשל מובן

נאך א נקודה צו די (פרומע) טענות אז מען דארף מער נזהר זיין בכוונת התפלה,
אויף יענע וועלט וועט מען אפירנעמען פארוואס מ'האט נישט אינזין געהאט ביים דאווענען,
נעמט אינז נישט אוועק דעם לימוד זכות.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

רצון טוב האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:ס'איז אלעס שיינע מעשה'לעך, אבער באמת גערעדט
איז דען רעכט פאר געלד גייער צו באלמוטשען אזוי, אז מען זאל כמעט נישט קענען דאווענען??
....

הרב זבחי ווער הייסט אייך דאווענען אויווען אין שומר שבת אדער צומאל אין באבוב ביים לינקן שטיבל, גייטס אין א רואיגע מנין אויף 17 קאר. 52 ווי עס דאווענען פונקט 10 אידן די זעלבע צייט יעדן טאג, אייער דאווענען וועט זיין מער מיט כוונה.
אז איר ווילט דאווענען אין א מארקעט קומט עס מיט א פרייז.

איר מיינט אז איך בין יענער דארט אין ווינקל
נעה, סי'ז נישט איך [כ'דאוון בכלל נישט אין שומר שבת, אויך נישט אין באבוב (קיין איין באבוב)]

ווער ס'וויל נאך געלט גייער'ס ביים דאווענען להגדיל המצוה ולהאדירה, ביטע זיך מעלדן צו מיר אין אישי מיט פרטים, כ'וועל אים שיקן עטליכע סטאדעס
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מאכט זיך אפאר מאל אז אינמיטן לערנען מיט מיין חברותה ביינאכט אין ביהמ"ד קומען מענטשן נאך געלט. לעת עתה איז נאך אויף א קליינע פארנעם אבער ס'וועט ווערן מער און מער
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דריידל האט געשריבן:מאכט זיך אפאר מאל אז אינמיטן לערנען מיט מיין חברותה ביינאכט אין ביהמ"ד קומען מענטשן נאך געלט. לעת עתה איז נאך אויף א קליינע פארנעם אבער ס'וועט ווערן מער און מער

נישט געזארגט, דער וואס האט אייך געגעבן געלט אויף צו טיילן ביז אהער וועט אייך געבן ווייטער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

farshlufen האט געשריבן:

א טויזנטער אהער, ביטע ערעב 'פארשלאפן'
איר האט נישט?
נישט געזארגט
דער וואס האט אייך געגעבן ביז אהער וועט אייך געבן א טויזנטער אויכעט, איר דארפט נאר וועלן...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אמן!
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

farshlufen האט געשריבן:אמן!

נו, ווען איר וועט וועלן וועט דריידל אויך וועלן
לאז געמאכט
בטחון דארף מען האבן פאר זיך נישט פאר יענעם, כידוע מהבעש"ט למה נברא אפיקורסות בעולם...
שטארקע חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע חסיד »

צו די אלע וואס ווייטאגן אויף די געלט גייערס
האסט שוין אמאל אריינגעטראכט פארוואס די דאווענסט דריי מאל א טאג ?
וואס איז נישט גענוג איינמאל א יאר אדער איינמאל און אפאר חדשים צו קומען און בעטן פותח את ידיך געב מיר פרנסה געזונט נחת און אלעם ?
וואס איז דעיס יעדן טאג אפאר מאל מיט די זעלבע בקשה ?
וואס איז דאס יעדן טאג קומען פאר די זעלבע צוועק מיט אנדערע נעמען ?
קיינער וויל נישט השם יתברך זאל אים דאס ענפערן גערעכט ?

נתן תיתן לו אפילו מאה פעמים
די ביזט פון די מענטשן וואס דארפן נישט צוקומען צו אנדערע מענטשן ? זינג און טאנץ לויב דעם באשעפער! עס אבער דא אידן וואס דארפן יא און אפילו נאכן ארום גיין עטליכע מאל צו די זעלבע מענטשן ביים דאווענען. לערנען. אינדערהיים. קומען זיי קוים ארויס מיט עפעס
ווילסט נישט געבן איז נישט דאס איז שוין נישט מיין דאגה יעצט אבער מאך נישט קאלט אנדערע. קום מיר נישט אויף מיט קיין תקנות
און וועגן שיקן די בחורים נאך געלט איז אזוי ווי אנדערע האבן שוין געזאגט אז מזאל פשוט פילן וואס דאס מיינט
אני הקטן בין אסאך געגאנגען נאך געלט אלץ בחור זייער אסאך געגאנגין איך קוק אנדערש אן א געלט גייער
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

אנדערע זאגן גענוי פארקערט
דאס שיקן בחורים נאך געלט יעדען שני וחמישי, איז זיי בכלל נישט מחנך אויף דעם, אדרבא עס ווירקט דאס פארקערטע
עס ווערט ווי עפעס א עול, וואס שפעטער קוקט מען דערויף ווי עפעס א נידריגע שנארערישע זאך,
מען האט די קאשמארן פון אלץ בחור
[בערך די זעלבע געדאנק פארוואס מענטשן האבן מורא ציצוגיין צום עמוד דאווענען, עס דערמאנט זיי ווי מען פלעגט זיי צושיקן אלס בחור'ל]
דוק וטישטעך

וואס איך האלט פאר א נישט נארמאלע זאך, מען שיקט ארויס א 'גאנצע' ישיבה פון הונדערטער בחורים אויפאמאל נאך געלט
נעוואדע זעהט עס אויס ווי א באלאגערונג פון שנארערס... האט עס אזא פנים
עס וואלט געוואלט סך א נארמאלערע זאך, ווען מען ציטיילט עס, למשל די וואך גייט די כיתה, און די אנדערע וואך די אנדערע כיתה
וועט מען מרויח זיין סיי אז די ישיבה וועט נישט זיין פארמאכט 'ווייל מען גייט היינט נאך געלט', און סיי אז מען וועט נישט באלעסטיגן די מענטשהייט אזוי
צו וואס
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 2:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו וואס »

וואס איז פשט אז מקומט שוין אראף צום אפיס נאך געלד ?

יא כהאב אן אפיס און כהאב מעשר צוגעבן, אבער פארוואס לויפסטו מיר נאך אין ארבעט? קום נאכן דאווענען.

ביינאכט אינדערהיים בין איך אויסגעמאטערט נאך א שווער טאג ארבעט, דאס קינדערליך דארפן א טאטע..........
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ראספשע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אמן!

נו, ווען איר וועט וועלן וועט דריידל אויך וועלן
לאז געמאכט
בטחון דארף מען האבן פאר זיך נישט פאר יענעם, כידוע מהבעש"ט למה נברא אפיקורסות בעולם...

מעשה לסתור?
אפיקורסות נברא בעולם כדי שכן ליתן צדקה
ואתה מביא כאן הסיפור נגד מצות צדקה

תמיהני

אלא חסרא מחסרא והכי.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

חסורי מחסרא והכי קתני, בלשון בתמיה,
כלומר 'חסורי מחסרא', יש לי חסרון בכיס, 'והכי קתני' ואני רוצה ללמוד כך, בלי שיפסיקו אותי בעלי צדקה, ואני מראה להם בידים כלומר אין לי.......
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ראספשע האט געשריבן:אנדערע זאגן גענוי פארקערט
דאס שיקן בחורים נאך געלט יעדען שני וחמישי, איז זיי בכלל נישט מחנך אויף דעם, אדרבא עס ווירקט דאס פארקערטע
עס ווערט ווי עפעס א עול, וואס שפעטער קוקט מען דערויף ווי עפעס א נידריגע שנארערישע זאך,
מען האט די קאשמארן פון אלץ בחור
[בערך די זעלבע געדאנק פארוואס מענטשן האבן מורא ציצוגיין צום עמוד דאווענען, עס דערמאנט זיי ווי מען פלעגט זיי צושיקן אלס בחור'ל]
דוק וטישטעך

וואס איך האלט פאר א נישט נארמאלע זאך, מען שיקט ארויס א 'גאנצע' ישיבה פון הונדערטער בחורים אויפאמאל נאך געלט
נעוואדע זעהט עס אויס ווי א באלאגערונג פון שנארערס... האט עס אזא פנים
עס וואלט געוואלט סך א נארמאלערע זאך, ווען מען ציטיילט עס, למשל די וואך גייט די כיתה, און די אנדערע וואך די אנדערע כיתה
וועט מען מרויח זיין סיי אז די ישיבה וועט נישט זיין פארמאכט 'ווייל מען גייט היינט נאך געלט', און סיי אז מען וועט נישט באלעסטיגן די מענטשהייט אזוי

אוי די חכם, די מנהל וויל א טאג וועקעישאן שיקט ער די בחורים נאך געלט. דאס וועט נישט ארבעטן טאמער נאר איין כיתה גייט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

צו וואס האט געשריבן:וואס איז פשט אז מקומט שוין אראף צום אפיס נאך געלד ?

יא כהאב אן אפיס און כהאב מעשר צוגעבן, אבער פארוואס לויפסטו מיר נאך אין ארבעט? קום נאכן דאווענען.

ביינאכט אינדערהיים בין איך אויסגעמאטערט נאך א שווער טאג ארבעט, דאס קינדערליך דארפן א טאטע..........

אויב דו גיבסט איין דאלער זאל ער קומען וואו ער וויל צו באקומען זיין דאלער און דיר וועט עס נישט שטערן מער ווי אפאר סעקונדעס, זאלן זיי טאקע קומען "ביינאכט אינדערהיים" און זאלן טאקע "דאס קינדערליך" זעהן מיט וואספארא חשק זייער טאטע גיבט צדקה, ווייל צוליב דעם "דארפן זיי א טאטע".
איך וואוין און א קאנדא ווי עס קומט אהן פיל גרינגער פאר די צדקה זאמלערס צו גיין פון איין טיר צום צווייטן ווי צו גיין אין די גאסן טיר ביי טיר, צוליב דעם קלאפט מען טאקע כסדר אין די טיר, און די קינדער ווערן אויסגעלערנט אז ווען איינער קומט נאך געלט דארף מען שנעל געבן ווייל זייער צייט איז זייער טייער, זומער ווייסן שוין אויך די קינדער צו פרעגן דעם איד צו ער וויל א קאלטן טרינק.

ווייטער, אויב גיבסטו מער, וועט דיין נאמען מיט די צייט ארויפגיין אויף די ליסטע, מיט דיין פונקטליכע אדרעס, ווען און וואו עס איז די בעסטע צייט צו גיין.
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

סאיז געקומען אמאל איד צו רביה"ק אז די דאקטאר זאגט אז ער דארף מאכן טעראפי אויף די הענט, האט אים די רבי געזאגט "קום דאווענען צו מיר אין ביהמ"ד ווי סאיז דא פילע געלט גייער וועסטו כסדר זיין ביזי נעמען פון טאש און געבן וועט עס זיין גוטע טעראפי"
די רבי האט געבעטן ר' געציל בערגער ע"ה זאל גיין נאך געלט פאר א געוויסע צוועק, האט ר' געציל געזאגט פארן רבי'ן 'די רבי זאל מיר זאגן וויפיל די רבי דארף און איך וועל עס געבן פון טאש' האט דער רבי געענטפערט "איך וויל זאלסט גיין נאך געלט און יעדער זאל זעהן אז אפילו א עושר קען גיין נאך געלט"

מאכן תקנות אין ביהמ"ד ווען ממעג גיין און ווען נישט, אדער א קאסע פון ווי די געלט גייערס זאלן באקומען איז בכלל נישט קיין נייע אויפטו, יארן צוריק איז שוין געווען אזעלכע בתי מדרשים אין איסט סייד אדער אין די מאדרנע געגנטער, די סיבה פארוואס מהאט עס קיינמאל נישט איינגעפירט איז נישט געווען ווייל סאיז קיינעם נישט בייגעפאלן נאר ווייל רביה"ק האט אונז אנדערש געלערנט. כגלייב נישט אז סאיז דא איין תלמיד פון רביה"ק זי"ע וואס וואלט מסכים געווען צו תקנות.

מיר פערזענליך האט זייער געשטערט די פילע געלט גייערס, און כהאב טאקע געטוישט ביהמ"ד ווי סקומען נישט אן אזוי סאך געלט גייערס, אבער זאגן אז דער וואס שטעלט צאם געלט פאר סיי וועלכע וויכטיגע צוועק זאל נישט מעגן גיין? דאס פאסט נישט פאר זרע אברהם אבינו
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

הרה"צ מספינקא זצ"ל פלעגט - די ערשטע יארן וואס ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג - דאווענען אין סאטמארער ביהמ"ד, ווי עס זענען דא אסאך צדקה זאמלערס.
דערציילט מיר מיין טאטע אז ער פלעגט אים נאכקוקן ביים דאווענען און ער האט באמערקט אז ער לייגט נישט ארויס דאס געלט אויפן טיש נאר ער לייגט יעדעס מאל אריין די הענט אין טאש ארויסצונעמען א מטבע.
רעדנדיג אמאל מיט איינע פון זיינע נאנטע מענטשן האט ער גאר צוגעלייגט אז ער האט זיך ספעציעל געלאזט נייען א בוזעם טאש אויף די לינקע זייט אז ער זאל קענען געבן צדקה מיט די רעכטע הענט, (אין יענע צייטן זענען די בעקיטשעס געקומען נאר מיט איין בוזעם טאש אויף די רעכטע זייט), און ער האט צוגעלייגט אז ער האט געוואלט האבן די גאנצע מצוה א יעדעס מאל עקסטער און זיך נישט גרינגער מאכן דורכ'ן אנגרייטן דאס געלט אויפן טיש אזוי ווי אנדערע טוען.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

א געלט גייער וואס באלמוטשעט אין קיין קיין נארמאלע צייטן אומשטענדן, [ווי צב"ש אינמיטן לערנען, אדער ביינאכט ווען סי'ז אנגעשטרענגט אין שטוב], און אויף נישט נארמאלע אופנים, [ווצב"ש שטעלט זיך ביים טיר פון ביהמ"ד] איז עובר אויף לפני עיוור לא תתן מכשול, און אויך איז ער גורם אז אנדערע נצרכים זאלן נישט קריגן די ריכטיגע אויפמערקזאמקייט
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

סיז מסודר האט געשריבן:סאיז געקומען אמאל איד צו רביה"ק אז די דאקטאר זאגט אז ער דארף מאכן טעראפי אויף די הענט, האט אים די רבי געזאגט "קום דאווענען צו מיר אין ביהמ"ד ווי סאיז דא פילע געלט גייער וועסטו כסדר זיין ביזי נעמען פון טאש און געבן וועט עס זיין גוטע טעראפי"
די רבי האט געבעטן ר' געציל בערגער ע"ה זאל גיין נאך געלט פאר א געוויסע צוועק, האט ר' געציל געזאגט פארן רבי'ן 'די רבי זאל מיר זאגן וויפיל די רבי דארף און איך וועל עס געבן פון טאש' האט דער רבי געענטפערט "איך וויל זאלסט גיין נאך געלט און יעדער זאל זעהן אז אפילו א עושר קען גיין נאך געלט"

מאכן תקנות אין ביהמ"ד ווען ממעג גיין און ווען נישט, אדער א קאסע פון ווי די געלט גייערס זאלן באקומען איז בכלל נישט קיין נייע אויפטו, יארן צוריק איז שוין געווען אזעלכע בתי מדרשים אין איסט סייד אדער אין די מאדרנע געגנטער, די סיבה פארוואס מהאט עס קיינמאל נישט איינגעפירט איז נישט געווען ווייל סאיז קיינעם נישט בייגעפאלן נאר ווייל רביה"ק האט אונז אנדערש געלערנט. כגלייב נישט אז סאיז דא איין תלמיד פון רביה"ק זי"ע וואס וואלט מסכים געווען צו תקנות.

מיר פערזענליך האט זייער געשטערט די פילע געלט גייערס, און כהאב טאקע געטוישט ביהמ"ד ווי סקומען נישט אן אזוי סאך געלט גייערס, אבער זאגן אז דער וואס שטעלט צאם געלט פאר סיי וועלכע וויכטיגע צוועק זאל נישט מעגן גיין? דאס פאסט נישט פאר זרע אברהם אבינו

אפשר זאל מען מאכן 5 אפיעלס א שחרית: 1. פאר ר' ישמעאל 2. פאר יוצר אור 3. נאך קרה"ת 4. ביי ובא לציון 5. נאך עלינו? אזוי אויך ביים לערנען פאר און נאכ'ן דאווענען זאל זיך טון א געגייעכץ.
אויך זאלן געלט גייער באקומען א טישל אין די האלוועי און אין יעדע חדר ווי מ'דאווענט אז ס'זאל אויסקוקען פונקט ווי כ"ו אב.
א איד וואס וויל גיין נאך געלט ווי קען מען אים זאגן ניין?
וואס זאגסטי צו די פלאן? געפעלט דיר אדער ביסטי מודה אז ס'דארף זיין עטוואס קאנטראלירט?

יעצט לויפן זיי ארום פון איין ביהמ"ד צום צווייטן און פראבירן צו כאפן ווי מער מענטשן, נישט קיין נ"מ ווי די מנין האלט. טאמער אבער וועט מען נאר קענען גיין א געוויסע צייט וועט מען נישט אזויפיל ארום לויפן נאר ווארטן אין ביהמ"ד ביז מ'קען גיין. אויטאמאטיש וועלן זיין ווייניגער גייערס (ווייל מ'וועט דאך נישט קענען קאווערן עטליכע שולן א טאג) און מ'וועט אויך גיבן מער פאר יעדער וואס גייט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

דריידל האט געשריבן:
אפשר זאל מען מאכן 5 אפיעלס א שחרית: 1. פאר ר' ישמעאל 2. פאר יוצר אור 3. נאך קרה"ת 4. ביי ובא לציון 5. נאך עלינו? אזוי אויך ביים לערנען פאר און נאכ'ן דאווענען זאל זיך טון א געגייעכץ.
אויך זאלן געלט גייער באקומען א טישל אין די האלוועי און אין יעדע חדר ווי מ'דאווענט אז ס'זאל אויסקוקען פונקט ווי כ"ו אב.
א איד וואס וויל גיין נאך געלט ווי קען מען אים זאגן ניין?

זעסטו אליינס אז מ'דארף נישט קיין תקנות, והא ראיה אז אין די צייטן און אופנים וואס דו רעכענסט אויס גייט מען פאקטיש נישט, אפי' אהן תקנות.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”