פארוואס זענען די גרויסע ניק'ס איינזייטיג?

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

דאס איז א דוגמה פון וואס יאסעלע רעדט
viewtopic.php?p=1409273#p1409273
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

שכוח משה, יפה דיברת!

מיין ענטפער איז געווען אז די אלטע וואס שרייבן נישט איז א גרויסע טייל צוליב די היץ וואס האט פארשוועמט דאס ארט, דאס האב איך געמיינט צו ענטפערן (נישט קלאר ארויסגעשריבן, אבער מיינע תגובות אין דעם אשכול ברענגען דאס שוין ארויס).

און לגבי גאלדענע'ס פארלאזן האסטו טאקע רעכט, איך פארשטיי, און אנטשולדיגט גאלדענע אויף דעם.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

ענק פארזעען איין שליסל ווארט אין סוספענדעד׳ס תגובה, ארטיקלען.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

יאסעלע, דו זאגסט אז דו רעדסט נאר פון פעלער ווי אלטע ניקס האבן אראפ געריסן נייע בלויז פארן חטא אז זיי זענען ניי.

מען קען נישט דן זיין נאר אויף מה שעיניו רואות. ברענג ביטע אהער עטליכע ביישפילן פון וואס דו רעדסט ווי מ'רייסט אראפ נייע בלויז פארן זיין ניי, און מ'וועט קענען דן זיין אויף די נושא
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:יאסעלע, דו זאגסט אז דו רעדסט נאר פון פעלער ווי אלטע ניקס האבן אראפ געריסן נייע בלויז פארן חטא אז זיי זענען ניי.

מען קען נישט דן זיין נאר אויף מה שעיניו רואות. ברענג ביטע אהער עטליכע ביישפילן פון וואס דו רעדסט ווי מ'רייסט אראפ נייע בלויז פארן זיין ניי, און מ'וועט קענען דן זיין אויף די נושא

ביזט גערעכט, מ'רייסט זיי נישט אראפ בלויז ווייל זיי זענען ניי, נאר ווייל זיי זענען ניי און זיי האלטן אנדערש ווי מיר.

איך וואלט אויפגעזוכט אזעלכע ביישפילן נאר איך האב נישט די נערוון, אבער איך אליין, אין די פאר חדשים וואס איך בין דא, האב איך זיך שוין באגעגנט אין היבש אזעלכע תגובות. (ב''ה נישט געצילט אויף מיר, סאו איך רעד נישט פון ווייטאג.)
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
זיכער יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 3:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיכער יא »

.
לעצט פארראכטן דורך זיכער יא אום מיטוואך מארטש 22, 2017 3:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

באקומען אין אישי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

באקומען אין אישי:

איך דריי זיך שוין נישט אפט דא, אבער די קעפל האט מיר געצויגן עס לויטעט אזוי: "אנאליז: פארוואס זענען די גרויסע ניק'ס איינזייטיג?"
און א ניק מיטן נאמען יאסעלע רעדט דארט ארום איבער דאס וואס עס זענען דא וואס טשעפענען די נייע ניקס, און ער טענה'ט אז יעדער איז אמאל געווען ניי, און יעדער האט אמאל פארשמירט אייוועלט וכו' וכו', און ער ברענגט אפילו ראיות צו זיינע ווערטער.

איך וועל נישט אריין גיין אין די עצם טענה פארוואס די גרויסע ניק'ס זענען איינזייטיג, איך האלט נישט אז איך בין גרויס, איך בין סך הכל בערך 7 חדשים אלט, און איך האלט נישט אז איך בין איינזייטיג (פאר ווער עס ווייסט נישט: איינזייטיג אויף אידיש הייסט קורץ קעפיג, און אויף די היינטיגע שפראך ווערט עס אנגערופן 'געלעבט אין א שאכטל...') אבער דאס וואס ער ברענגט ארויס איבער די נייע ניקס בין איך זייער מחולק מיט אים.

די פראבלעם פארוואס עס איז לעצטענס אויף געקומען דא אז דער עולם שעצט נישט קיין נייע ניקס איז דערפאר וואס עס זענען ארויף געקומען אין די לעצטע שטיק צייט זייער אסאך ניקס וואס האבן שוין אין די ערשטע טאג פון זייער קאעריע געמאכט אזא גערודער (עי' ערך קינדערליך, בסוכות תשבו, און נאך.) וואס אנדערע האבן נישט געמאכט אין א יאר צייט (ווייסט איינער ווי גרויס איז א יאר?).
ער קומט אן, ער פאנגט אן עפענען אשכולות, און ער רעדט אריין אין זאכן וואס ער פארשטייט נישט דערצו, און מיט א גרויס פיסקל טשעפעט ער נאך די באזעסענע, און פלוצלינג געפינט ער אויס פון די נייע אויפקום וואס רופט זיך תיבת אישי און ער נעמט זיך שיקן פאר רעכטס און פאר לינקס, און סקרועט אראפ יעדן רעכט דענקיגן, ביז מ'פארעקלט זיך, און מ'געזעגענט זיך אפ....

קיינער רעכנט נישט די חשיבות פון א ניק לויט די מספר התגובות, אבער עס ווערט יא גערעכנט לויט די תוכן התגובות, זייער אסאך פון די נייע ניקים זענען אנגעקומען דא, און געמאכט א לעבן, אנגעפירקעלט די ערענסטע אשכולות, און למען השעמפא נישט געכאפט די וויצן אין די פארברענגען אשכולות, און געלאזט א שווערע נאך טעם פאר די באזעסענע, און שפעטער קומט ער און עפענט א אשכול וואס איז בדיעבד גוט, ווען איך קום אריין אין קרעטשמע און איך זעה אזא אשכול וואס דארף איך טראכטן?

מיין ערשטע רעאקציע איז א רוק אויפן מייזל, און מ'גייט צום נעקסטן.

און וואס טוט זיך אויב האב איך שוין אלעס אויסגעליינט און דער איז דער איינציגסטער וואס לאזט נישט דאס וועלטל ווייס ווערן?

גייט מען אריין, מ'ליינט עס אויבערפלעכליך, און מ'גייט ווייטער....

ער ווארט נאך אויף א קאמפלימענט?

ער וויל איך זאל אים באזינגען ווען ער ווערט א שר חמישים אדער שר מקאצי קאצי?

פארוואס?

פארן מיר אוועק נעמען דעם אפעטיט פון דא?

און מארגן צופרי ווען איך לאג אריין דערזעה איך גאר אן הערינג (ליין: פישל) פונעם מדוברת אליין.....
ער שיקט מיר א גאר וויכטיגע מעסעדש, אז דאס וואס איך האב נעכטן געשריבן איבער פרייזן פון קענטעלאופ, איז שקר וכוזב, ווייל ער האט א פעטער א גראסערי מאן, און ער ווייסט פאר א פאקט אז עס קאסט אין געוויסע צייטן פון יאר מיט 23 צענט ווינציגער. און בד"וו וויל ער וויסן ווי איך וואוין, ווייל ער מיינט אז ער קען מיר פון ערגעץ, און ער מיינט אז ער האט מיר געטראפן פאריגע וואך אין ירושלים, און וויל נאר וויסן צו איך בין פערצופאל נישט א ברודער מיט פייוויש'ן....

און וואזשע זאל איך טראכטן?

ווען דאס וואלט ווען נאר געווען איינער אדער צוויי וואלט איך עס אראפ געשלינגען און געגאנגען ווייטער, אבער אזוי ווי די חברה וואקסן ווי צוריסענע קאוטשעס ערב פסח, און יעדן צווייטן טאג ברויך מען זיך צו ספראווענען מיט אזעלכע (גיי ווייס, אפשר זענען זיי גאר אלע איינס?) דאן פארוואס אין די וועלט זאל איך דא ווייטער שרייבן?

יעצט צו יאסעלע'ס ארטיקל, איך האב באמת גארנישט קעגן די נייע ניקס, אדרבה, אסאך נייע זענען גאר שטארק מהנה דעם עולם, אבער איך וואלט געראטן יעדעם איינעם צו טאן וואס איך האב געטאן אין מיינער צייט.

איך בין געזיצן דא אויף אייוועלט כמעט 3 יאר ביז איך האב זיך איינגעשריבן, און איך האב זיך אביסל אויסגעלערנט די וועג וויאזוי מ'שרייבט דא, און דאן אין א צייט וואס איך האב געזעהן אז עס איז אביסל רואיג דא האב איך זיך איינגעשריבן.

איך הייס נישט אז יעדער זאל ווארטן אזוי לאנג ווי מיר, אבער כאטשיג זאל מען צו ווארטן אפאר טעג און זעהן די הלוך ילך דא, און וויסן עטליעסט אז מ'ווייסט נישט....

אדער זאלן די מנהלים גאר מאכן א נייע תקנה אז די נייע ניקס זאלן נישט קענען שרייבן די ערשטע וואך פון זיך איינשרייבן, אזוי זאלן זיי אביסל ליינען און זיך באקענען....

עני וועי טוטס וואס עטס ווילטס, איך בין שוין סייווי כמעט נישט דא, און לכאורה פלאן איך נישט צוריק צו קומען אזוי שנעל, ממילא גייט מיר גאנץ קנאפ אן וואס דא קומט פאר.

האטס מיר אלע הצלחה
בן זומא
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 20, 2017 2:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן זומא »

אלץ א אלטע ניק מיט א נייע שלייער ערלויב מיר ביטע צו ענפערן און קורצן

דו האסט דאס געליינט ?

שואף האט געשריבן:
נאר קודם וויל איך צוברענגען א אישי וואס איינער פון די אלטע ניקים האט מיר אריינגעשיקט אין מיינע ערשטע טעג דא ווען איך האב אים געבעטן אז ער זאל צוריק קומען

???????? האט געשריבן:כאנישט קיין אהההנונג ווער דו ביסט און איך בין מכלל נאכנישט אינטערעסירט צו פירן א משא מתן מיט דיר.

פארשטייסט? רוקסט זיך אן א גאסט שטעטל, קוים וואדו שרייבסט ווי אן ערוואקסענער, אבער דו זאגסט שוין וואס צו שרייבן, ווען צו שרייבן און דו ביסט דא צו ראטעווען די סייט!

טו א טובה, לאמיך צורוה און טרעף א צווייטן צו דרייען א קאפ.


יעצט געט א קוק אויף די תגובה און לאמיר אריינטראכטן ווען די שרייבער פון די אישי זאל ווען וויסן (אדער טראכטן) אז אני הקטן בין איינער פון די אלטע שרייבער וואלט ער דאך אוודאי נישט געשריבן אזוי

אלזא פארוואס האט ער געשריבן אזוי שארף ?

נאר פשוט וויל עס איז נאך געווען מיין ערשטע טאג דא און נישט וויסענדיג ווער איך בין. האאט ער דאך א גערעכטע טענה. ניין ?

קומט אויס אז די מיינונג פון א מענטש אויף א צוויטן ווענט זיך נישט אין די פאקטישע קפאליפיקאציע'ס פונעם צווייטן. נאר צו איך האב עס שוין אנערקענט אדער נישט

איי אפשר איז יענער עפעס א געלונגענער אזאנס און אזעלכעס ?

----[align=center]

ומכאן הקריאה יוצאת פאר אלע נייע ניקים הייבט אן צו גיסן סחורה. זייט ממלא די חלל. געט זיך ארויס. האט איר א געדאנק ? פוילט זיך נישט שרייב עס אפ און שיק עס די עולם וועט הנאה האבן (און אויב נישט וועט איר זיך אויסלערנען מיט די צייט ! יעדע גוטע ניק איז אויך אמאל געווען א נייער וד''ל !!!)
[/align]



און דאס (איך מיין בעיקר איין ניק פון די גאנצע ליסטע דא וואס לעצטענ'ס פליקט ער אריין רעכט'ס און לינק'ס און ''ער'' האט מיר פארטריבן דא ווען איך האב נישט ג'קענט דערהייבן זיין שארפקייט און נאך פארשידענע אנדערע פירונגען פון אים ואכמ''ל)

viewtopic.php?p=1410307#p1410307


און פאר דיר וואוילע שעפעלע : בייזער דיך נישט אויף מיר. אמער. דו האסט מיר געשיקטע אמאל א זעלטענע קאמפלימענט צו מיין פאריגע ניק.....
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

איך האב מיר געבייזערט אמאל אויף איינעם?

איך האב פונקט נעכטן געשיקט א 'זעלטענע קאמפלימענט' אין אישי פאר א ניק א תינוק בן יומו ואס איז נעכטן געבוירן

וועם ס'קומצעך קומצעך, און וועם ס'קומצעך פעטש קומצעך פעטש
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

דו טיילסט פעטש פאר 'די וואס קומט זיך?'

איך לויף שוין אוועק.
...
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
און וועם ס'קומצעך פעטש קומצעך פעטש


ודו"ק
בן זומא
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 20, 2017 2:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן זומא »

וועל איך געבן נאך א קליין דוגמא'לע

אפשר קען מיר איינער מסביר זיין די חילוק צווישן די צוויי אשכולות חוץ די מספר התגובות פון די פותחים ????

viewtopic.php?f=21&t=33070

viewtopic.php?f=21&t=32674#p1389307

גראדע איז יא געווען איינער וואס האט פארשטאנען....

אינטערעסאנט אז ער איז אויך פון די איינציגסטע גרויסע ניקים וואס פארגינען א גוט ווארט פאר א מתחיל.....

viewtopic.php?p=1410180#p1410180
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אנטשולדיג, אבער דאס איז איין זעלטענער אויסערארדנטליכער עקסטרעמער משל, וואס האט זיך טאקע פארדינט א מחאה פון מיר און פון נאך (יהודי, יוראפ)

דאס איז נישט קיין נארמאלע ערשיינוג
קלוגע ציגעלע
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 12:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגע ציגעלע »

אפשר זאלן די קליינע ניקס אויך געבן א ישר כח פאר די עלטערע און אויפהערן צו שרייען?
בן זומא
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 20, 2017 2:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן זומא »

זאלן די גרויסע אויך אנהייבן צו גיסן ארטיקלעך וועט מען זיי אויך באדאנקען

ביזדערווייל זענען זיי נאר דא צו גיסן א קיתון של שופכים אדער צו קענען אנטלויפן און אויסהערן די הספדים און לוויות נאך זיי
קלוגע ציגעלע
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 12:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגע ציגעלע »

בן זומא האט געשריבן:זאלן די גרויסע אויך אנהייבן צו גיסן ארטיקלעך וועט מען זיי אויך באדאנקען

ביזדערווייל זענען זיי נאר דא צו גיסן א קיתון של שופכים אדער צו קענען אנטלויפן און אויסהערן די הספדים און לוויות נאך זיי

און די קליינע טוען פונקט די זעלבע.
שרייבן נישט קיין ארטיקלעך און זיצן און שרייען גלייך נאכן אנקומען :twisted:
בן זומא
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 20, 2017 2:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן זומא »

כאמור בין איך נישט קיין נייער

איך בין פשוט אינטער א נייע שלייער
קלוגע ציגעלע
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 12:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגע ציגעלע »

און איך אויך נישט
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

קלוגע ציגעלע האט געשריבן:
בן זומא האט געשריבן:זאלן די גרויסע אויך אנהייבן צו גיסן ארטיקלעך וועט מען זיי אויך באדאנקען

ביזדערווייל זענען זיי נאר דא צו גיסן א קיתון של שופכים אדער צו קענען אנטלויפן און אויסהערן די הספדים און לוויות נאך זיי

און די קליינע טוען פונקט די זעלבע.
שרייבן נישט קיין ארטיקלעך און זיצן און שרייען גלייך נאכן אנקומען :twisted:

;l;p-
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך מיין מען זאל נעמען איין אלטע נערוועזע ניק און איין נייע יונגע טראטשניק און מען זאל מאכען א דעבאטע.

איך זיך א ערשטע זיץ!

בן זומא, שואף און קלוגע ציגעלע קענען נישט פארשטעלן די נייע ווייל זיי זענען דאך פון די אלטע.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
קלוגע ציגעלע
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 12:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגע ציגעלע »

מטעמים האט געשריבן:איך מיין מען זאל נעמען איין אלטע נערוועזע ניק און איין נייע יונגע טראטשניק און מען זאל מאכען א דעבאטע.

איך זיך א ערשטע זיץ!

בן זומא, שואף און קלוגע ציגעלע קענען נישט פארשטעלן די נייע ווייל זיי זענען דאך פון די אלטע.

מאדערעיטער זאל זיין טריסקער און זאכליך
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

זאג, איך קיין איין פון ערגעץ?!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

זאכליך האט געשריבן:זאג, איך קיין איין פון ערגעץ?!

יא, שוין איינמאל...
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

קלוגע ציגעלע האט געשריבן:און איך אויך נישט

[offtopic]איז א שעפעלע מיט א ציגעלע די זעלבע זאך?[/offtopic]
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

איך טרעף מיך איינשטימיג מיט פארשידענע פונקטן פין פארשידענע ניק'ס אין דעם אשכול (אזוי אויך אין די פילע אנדערע אשכולות וואס זענען שוין געשריבן געווארן אויף דעם ענין), און היות ס'שוין געשריבן געווארן דורך אנדערע, צו וואס איבערקייען.

נאר עטליכע נקודות וואס איך וויל צולייגן/אויסברייטערן;

1. היות א 'ניק' איז דאך די גאנצע מהות פין א שרייבער דא אויף אייוועלט, און אפיציעל ווייסט קיינער נישט מער פרטים איבער אים, איז אבסודר צו שרייען "איך בין אן אלטע ניק, נאר מיט א נייע שלייער"! אויב האט איר א נייע ניק פאר סיי וועלכע סיבה, וועט מען אייך אנקוקן ווי א נייע ניק לכל דבר. יעצט, אויב פירט איר זיך אויף מיט רעספעקט, און אין איינקלאנג מיט די תקנות דא, וועט אייך קיינער (נמביג"פ) נישט באדערן, ווידער אויב האט איר געעפענט דעם נייעם ניק, ווייל די אלטע איז באשמוצט געווארן אויף סיי וואספארא אופן, דאן פ"וו טראכט איר אז מיט א נייעם וועט איר טוישן אייער מענטאליטעט, איר ווייסט דאך יא אז דער שרייבער אונטער'ן ניק איז דער זעלבער, סאו מאכט אליינס דעם חשבון פאר'ן בלעימען א צווייטן. און יא, איר וואלט אויך נישט עפרישיעטעד א קלאפ אין די פלייצע פין א ישיבה קטנה בחור, בו בזמן וואס פין אייער ידיד פין יארן יא! ובכן, דער ישיבה קטנה בחור זאגט אז אין פריערדיג'ן גלגול, זענט איר געווען נאנטע חברים, ענד נאו וואט? ודו"ק.

2. ס'איז שוין כמ"פ אויסגעשמועסט געווארן אויף פארשידענע ענגעל'ס, דורך עלטערע און יונגערע ניק'ס, באופן אקראי און באופן עקרוני, וויאזוי אייוועלט האט זיך געטוישט אין פארשידענע אספעקטן מן הקצה אל הקצה אין די לעצטע פאר יאר, אז ס'איז אבסורד צו האלטן אין איין ארויפברענגן 'ראיות' פין אמאל, וויאזוי שרייבער'ס האבן געשריבן, אדער טאלערירט איינער דעם צווייטן, ס'איז מחמחת כמה סיבות געווען אינגאנצן אנדערש ווי היינט (יא, אויך די שרייבער זענען געווען אין מענטאליטעט אנדערש, אפי' ס'זעט אויס ענליך). כל,יין איינס פין די עיקר סיבות, וויבאלד ס'איז נאך געווען פאר 'וואטסעפפ', און דער אופן פין שרייבן איז געלאפן אויף א שניט פין דיגנעטי און ריספעקט איינער צום צווייטן, מ'האט געמאכט א שטיקל חשבון פאר מ'האט געשריבן, מ'האט פאראכטן, און רעדאגירט פאר'ן דרוקן 'שיק', וכו' און טאקע אנגעהויבן ביים 'נייעם' ניק, נישט ווי ס'איז היינט דער סטייל אז יעדער איינער איז ביי זיך אליינס שוין עקסעפטעד מיט זיינע מידות עז איז (סעלף קאנפידענטס), אין פארלאנגט פין אלע זיינע ארומיגע ווי ער קומט נאר אן זיך צו עדזשאסטן דערצו, בכל תוקף פין דעי וואן! ח"ו נישט אז אלע נייע ניק'ס קומען מיט די עדיטוד, אבער היבש עטליכע יא, אבער ווען מ'קריטיקירט זיי באיזה אופן, זענען זיי אינגאנצן באליידיגט, און ס'עפנט זיך אשכולות יעדן שני וחמישי איבער 'ניו ניק'ס רייטס' (אין קורצן: ננ"ר). ס'ארא פאראדאקס...

3. עז עי קאנטיניועישען צו פוינט 2, איך אגרי אז ס'הערשט בכלל דא לעצטנס א שטיקל אומטאלעראנץ צו אנדערע, און ווי קאמיש, איך זע עס קומען מער פין די צד פין די נייע ניק'ס כלפי די עלטערע און די הנהלה.. אמת, געווענליך איז עס און א פארעם פין זיך אויסגעבן אויף די קריטיק וואס זיי האבן אריינגעהויבן אין זייערע ערשטע טעג דא, אבער פארט זע איך דערין זייער א שטארקע אומטאלעראנץ פין א פרישע מענטש, וואס וויל זיך נישט איינלעבן און קאמפלייען מיט די רול'ס פין זיין נייע סאסייעטי, אין ווי א גרינגע טארגעט, ווארפט ער זיך ארויף דערמיט אויף די 'עלטערע' ניק'ס דא, און שלאגט מיט דעם שטעקן.

4. רב שפוזמן האלט דאס אין איין שרייבן ווען מ'רעדט וועגן 'גילוי' (היל"ת!) אבער איך מיין אז אין א וועג קען דאס זיין זייער אסאך מאל א גוטע קנה מידה; פאר איר שרייבט, שטעלט אייך פאר ח"ו אויב איר וועט נתגלה ווערן, צו איר וואלט זיך געשעמט מיט די תגובה, אויב טראכט איר אז יא, דאן איז געווענליך בעסער אז איר שרייבט דאס טאקע נישט. נישט ווייל אפשר וועט מען אייך מגלה זיין, נאר ווייל דאס מיינט אז באמת האלט איר אויך אז עס איז נישט אין פלאץ, ריכטיג, וכדו', נאר היות איר זענט אנאנים, ערלויבט איר זיך! בעסער זייט איינגעהאלטן, פארשטייט זיך אז דער כלל האט אויך יוצאי מן הכלל, אבער ס'איז רוב מאל אקוראט.

נכלל אין דעם, איז אויך צו נעמען אין קענטעניס, אז וואס אימער איר שרייבט דא אין פאבליק, איז בעצם אפן צו ליינען פאר סיי ווער עס האט עקסעס צום געוועב, אפגעזען צו וועלכן ניק/נושא אייער תגובה איז געווען אריגינעל געווענדעט, סאו קיפ איט אין מיינד בשעת'ן שרייבן.

5. אין יעדע געזעמל פין מענטשן, דארף מען האבן 'עפעס' א מאס טאלעראנץ צו אנדערע, דאס אינקלוד אויסהערן יענעם, און ענטפערן מיט ריספעקט, אפי' ווען יענער האלט אנדערש ווי אייך, און אפי' אויב יענער האט אייך קריטיקירט, בפרט נאך אין א פלאץ ווי ס'דא אזויפיל סארט מענטשן, יעדער מיט אנדערע סארט נאטורן, דיעות און בליק אויף זאכן. און דעם איז אויך נכלל, אז מ'מוז נישט ענטפער'ן (און אוודאי נישט ווערן אפגעפאטשט פין) יעדע ניק, אויב שפורט איז אז יענער איז בכלל נישט אינ-ליין, דאן לאזט עס לויפן, ס'דא אמאל וואס יענער איז טאקע אוגערעכט! עכ"פ סתם ארגיוען און זיך עסן אויף יעדע תגובה וואס עמיצער (קען זיין דער נערוועזער זיידע פין ביהמ"ד) האט געשריבן אין אייער ריכטונג, איז נישט געזונט, און פארברענט עווענטועל די ענווייראמענט. אנשטאט, פראבירט אלעמאל קודם צו פארשטיין וואס יענער האט געוואלט, און אויב קענט איר בשום אופן נישטט אויספיגערן, דאן זייט אמאל ענדערש מקיים דעם 'שתיקותא בתרין', ס'וועט אייך גארנישט פאסירן. דאס איז עסענשעל אין 'סאשעל לייף' סיי וואו, אויך דא.

6. עז עי יומען ביאינג, מעג יעדער 'אמאל' מאכן א טעות, און עקספעקטן אז דער עולם זאל עס אראפשלינגען, אזוי לאנג ווי ס'איז 'אמאל', נישט ווען מ'עסט דאס פאר פרישטאג לאנטש און נאכטמאל.

זייטס מיר אלע (יונגע/אלטע) געזונט און פריש, און שרייבטס וויפיל ס'גייט! אבער אויף די רייט טרעק...

בתקוה להבנה,
אבערוואס
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”