קען איינער טייטשען?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

קען איינער טייטשען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

איינער האט מיר געבעטען ארויפלייגען דא
אפשר קען איינער טייטשען ?


לינגוויסטישער טייל
הקדמה
א. די פילשפראכיקייט פונים יידישן פאלק. די יידישע פאלקס - און ליטערטור-שפראכן אין פארשיידענע צייטן. דער היסטארישער און ניט-היסטארישער קוק אף די יידישע שפראכן. דאס סעמיטישע און ניט-סעמיטישע אין די יידישע שפראכן. די פאריידישונג פון פרעמדע שפראך-עלעמענטן. די שפראך-בילדנדיקע קרעפטן (אינווייניקע און אויסנווייניקע) באים יידישן פאלק. די אלגע-מיינע אייגנטימלאכקייטן פון די יידישע שפראכן.
ב. געמישטע שפראכן בכלל. העברעיש אלס א געמישטע שפארך. העברעיש פונים היסטארישן אנטוויקלונגס-שטאנדפונקט (אלט-און ניי-העברעיש, ארמיש, לשון הקודש). יידיש-טייטש פונים היסטארישן אנטוויקלונגס-שטאנדפונקט.
ג. טערמינאלאגישע באמערקונגען. דער נאמען פון דער יידישער שפראך; די געשיכטע פון יירע נעמען. יירע נעמען אין יידיש און אין אנדערע שפראכן. די סאציאל-פסיכאלאגישע באטייטונג און טענדענן פון די דאגיקע נעמען. די געשיכטע און קריטיק פונים נאמען [נעמען = שמות, נאמען = שם] "גשארגאן" די נעמען פון אנדערע יידישע פאלקס-שפראכן.
ד. די געאגראפישע פארשפרייטונג [התפשטות] פון דער יידישער שפראך אינים עבר [בעבר] און הוה [ובהווה]. די סטאטיסטיק פון די יידיש - און ניט-יידיש - רעדנדיקע יידן (אויב מיגלאך - מיט א קארטע פון די יידיש פאלקס-שפראכן).
ה. אני איבערבליק איבער דער געשיכטע פון דער יידישער שפראך-פארשונג. ייר היינטיקער מצב. די אויפגאבן פון דער יידישער שפראך-פארשונג. יידישע לינגוויסטיק אלס א טייל פון דער יידישער פילאלאגיע. דער באגריף און פארנעם פון דער יידישער פילאלאגיע (שפראך-פארשונג, פאלקלאר - און ליטעראטור - פארשונג, יידיש-טייטשע ארכעאלאגיע, קולטור - און קונסט-געשיכטע). די אידעאלן פון דער יידישער פילאלאגיע.
אנמערקונג [הערה] מכח דעם מחבריס אויסלייגן [לפרש] און אייניקע [כמה] פרטים פון גיין שפראך (בפרט דאס אויסלייגן פון די i,n,l,[אות בלתי ברורה] - קלאנגען [צלילים]).

א. די געשיכטע פון דער יידישער שפראך

1. די אנטשטייונג און דער עלטער פון דער יידיש-טייטשער שפראך. די עלטסטע דאקומנטען אין יידיש-טייטש.
2. די שטרייט-פראגן פון דער יידיש-טייטשער שפראך-געשיכטע. דער עלטער פון יידיש-טייטש אין דייטשלאנד און אין די סלאווישע לענדער.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”