עדיטאריעל: מיין עיקר תכלית פון דאווענען איז נישט אויף צו געהאלפן ווערן!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג מארטש 03, 2017 9:40 am

הרב בעל דעת, איר האט געזעהן דעם נתיבות שלום און די רמב"ם וואס איך האב מציין געווען?

איז פארוואס מאכט איר אזאנע געוואלד'עס..?


ווי אויך האט איר פארזעהן ווי איך האב שוין פריער געשריבען, אז תפילה האט א "עיקר תכלית" אודאי איז אויך דא נאך אנדערע זאכן אין דעם. (איך רעד לויט די ראשונים וואס איך האב מציין געווען). און די "עיקר תכלית פון תפלה" איז "דביקות בשם", רוף עס אן צו האבען א קשר מיט השי"ת, רוף עס אן צו זיין נאנט מיט השי"ת, אלע זענען אמת. יעצט איך זאג נישט מען זאל נישט מתפלל זיין פאר די אייגענע צרכים, אודאי אז יא, אבער דאס איז נישט די "עיקר תכלית" נישט פון בקשות צרכים בתפילה, און נישט די תכלית פון תפילה בכלל! איר קענט אייך גיין דינגען מיט'ן רמב"ם... אדער איר קענט געזונטערהייט אננעמען די מהלך פון די אנדערע ראשונים, ווי אזוי איר ווילט. אזויפיל זאג איך אייך יא אז לענ"ד איז ענדערש צו גיין מיט די מהלך פונעם רמב"ם וטעמי ונימוקי עימי.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך מארטש 08, 2017 4:08 pm

תשואות חן להני תרי כבשי דדהבא ,וואוילע שעפעלע און גאלדענע פעדער, פארן אהערשטעלן אזא חשובע פלאטפארמע וואו מען קען שמועסן א ווארט תרי ותלת איבער די וויכטיגע טעמע פון תפלה, שעומדת ברומו של עולם. די טייערע קאלאגעס האבן צוגערירט א שטארקע נקודה, און איך דענק אז מ'קען עס אביסל אויסברייטערן. וזה החלי בעז"ה.

דער הייליגער רמח"ל שרייבט אין ספה"ק מסילת ישרים פרק א':

יסוד החסידות ושורש העבודה התמימה הוא שיתברר ויתאמת אצל האדם מה חובתו בעולמו וּלְמַה צריך שישים מבטו ומגמתו בכל אשר הוא עמל כל ימי חייו. והנה, מה שהורונו חז"ל הוא: שהאדם לא נברא אלא להתענג על ה' וליהנות מזיו שכינתו, שזהו התענוג האמיתי והעידון הגדול בכל העידונים שיכולים להימצא. ומקום העידון הזה באמת הוא העולם הבא, כי הוא הנברא בהכנה המצטרכת לדבר הזה. אך הדרך כדי להגיע אל מחוז חפצנו זה הוא זה העולם... והאמצעים המגיעים את האדם לתכלית הזה, הם המצוות אשר ציוונו עליהן הא-ל יתברך שמו. ומקום עשיית המצוות הוא רק העולם הזה...

...וכשתסתכל עוד בדבר תראה, כי השלמות האמיתי הוא רק הדבקות בו יתברך, והוא מה שהיה דוד המלך אומר: "ואני קרבת אלקים לי טוב." ואומר: "אחת שאלתי מאת ה' אותה אבקש, שבתי בבית ה' כל ימי חיי לחזות בנועם ה' וכו', כי רק זה הטוב, וכל זולת זה שיחשבוהו בני האדם לטוב אינו אלא הבל ושב נתעה."

לאמיר עס אביסל צולייגן:

אז מען וועט וועט זיך מתבונן זיין אין דעם תכלית פון אלע אונזערע טעגליכע אקטיוויטעטן, וועלן מיר באמערקן אז א יעדע איינציגע פעולה וואס מיר טוהן - סיי לטובה און סיי לרעה, סיי ברצון און סיי באונס - טוהן מיר אך ורק לטובותינו. ס'ברענגט אונז עפעס, מיר גייען פארדינען דערפון א געוויסע הנאה. א מענטש וועט קיינמאל נישט טאן א פעולה וואס ברענגט אים נישט "עפעס" א הנאה; ער "קען נישט" - עס איז אוממעגליך - טוהן עפעס וואס לויפט גענצליך אקעגן זיין רצון (רצון=הנאה). אמאל איז דער הנאה א דירעקטער הנאה, און אמאל וועט ער טוהן אן אומבא'טעמ'טער פעולה אבער ער פארדינט דערפון א זייטיגע הנאה.

צום ביישפיל:

דער וואס עסט און טרונקט איז דאך פשוט אז ער האט הנאה פון דעם עצם אכילה. אבער אפילו עמיצער וואס פאסט, ער שמייסט זיין גוף מיט הונגער און פיין, טוהט עס אויך פאר א געוויסע סיבה. דהיינו: עס איז היינט יום כיפור און ער פאסט ווייל ער "וויל" טוהן דעם רצון ה'; אדער שובבים און ער איז יושב בתענית משום מחילת עוונות; אדער אן עובד ה' וואס "וויל" דינען דעם אויבערשטן, און ער "וויל נישט" נאכגעבן די תאוות. להבדיל א צווייטער איז איצט אויף א הונגער סטרייק בפומבי, ווייל ער "וויל" פראטעסטירן טראמפ און זיינע פאליסיס. א דריטער איז ביי די ארבעט אין קווינס, און ער איז פשוט פויל (=באקוועם, הנאה) צו גיין צו א כשר געשעפט קויפן א שטיקל ברויט. אין אלע די פעלער, פאסט דער מענטש ווייל "ער וויל". דער הנאה איז אמאל דירעקט און אמאל אומדירעקט, אבער דער ענדגילטיגער רצון און הנאה איז וואס ליגט אים אויף די מחשבה.

די זעלבע איז מיט אלע אנדערע באשעפטונגען. איינער נעמט געלט און קויפט דערמיט א געוויסע חפץ אדער מאכל וואס ער גלייכט. א צווייטער האט חלילה א האלד-אפ, און ער וועט דעם שגץ אהינגעבן זיין אנגעשטאפט בערזל ווייל "ער וויל" בלייבן לעבן; זיין געלט קויפט אים איצט די הנאה פון נישט שטארבן פון א קויל רח"ל.
דער מענטש וואס נעמט זיך דאס לעבן ל"ע האט געמאכט א החלטה אז משום איזה סיבה שהוא איז דאזיגער עולם ביטער ווי גאל. דעריבער באגייט ער זעלבסמארד ווייל "לעבן" איז איצט אויפן מאמענט זייער פארכמארעט; שטארבן (לשיטתו) איז איצט "גוט" פאר אים.
דער וואס גייט אויף די גאס, "וויל" ערגעץ גיין איצט. ווייל ווען ער וויל ווען נישט גיין, וואלט ער נישט געגאנגען.
ער עסט פיצא איז ווייל ער איז הונגעריג, אדער ווייל ער גלייכט ווארימע קעז-רעפטל מיט טאמאטע רוטב. דער וואס עסט נישט, איז עס וויל ער איז נישט הונגעריג, אדער ער גלייכט נישט די דאזיגע מאכל.

אזוי איז עס מיט א יעדע איינציגע פעולה אנושי אויף דער וועלט. השי"ת האט אריינגעלייגט אין דעם מענטש א שטרעבונג פאר תענוג, א רצון פאר הנאה. און א יעדע ריר פון זיין לעבן דרייט זיך ארום דעם; דאס איז וואס טרייבט אים 7/24.

אבער אין תענוג איז דאך דא מדרגות. ס'דא ביליגע סטעיק, און ס'דא טייערע סטעיק. מ'קען טרייבן א ביליגע קאר, און מ'קען פארן און א טייערע קאר. מ'קען טרינקען ביליגע וויין, און מ'קען טרינקען טייערע וויין. הנאה און תענוג האט נישט קיין גבול.

שטעלט זיך די שאלה. אויב אונזער איינציגער ציהל אין לעבן איז ווי מער הנאה, וואס איז די גרעסטע און בעסטע הנאה וואס דער מענטש קען האבן? וואס איז דער אלטימעט פלעזשער; וואס איז די אמת'ע תענוג צו וואס מיר בשר ודם שטרעבן?

זאגט אונז דער הייליגער רמח"ל: האדם לא נברא אלא להתענג על ה' וליהנות מזיו שכינתו, שזהו התענוג האמיתי והעידון הגדול בכל העידונים שיכולים להימצא!

(פארשטייט זיך אז דער מסילת ישרים מיינט בעיקר דעם ענדגילטיגן תענוג במחיצתו של השכינה הק' אין עוה"ב, אבער די זעלבע איז וואר מיט דביקות הבורא דא אונטן אויפן עולם התחתון.)

דער מענטש גליסט צו תענוג; דער מענטש גלוסט צו הנאה; דער מענטש גלוסט צו תאוות. ער זינגט און טאנצט, ער עסט און טרינקט, ער לויפט און פארט, און ער האקט און שיסט. אבער נאך אלע מעשיות איז זיין לעבן ביטער ווי אן אומגעצייטיגטע רויע זית. ליידיג. פארביטערט. דיסקאנעקטעד. "עפעס זיך איך, אבער איך ווייס נישט וואס!" ער זאגט עס נישט; אבער זיין גייסט שפירט עס! ער פארט קיין גריכלאנד; ער קריכט דעם אפעלעישיען; ער לויפט די מאראטאן; ער זיצט און רעפאזשירט אויף טוויטער. גארנישט. ער באצירט זיך מיט מאדנע קעסטל ברילן. אבער ער ווערט נישט זאט. געוואלד, וואס גייט דא פאר?!

קומט צוגיין דוד מלכא משיחא מיט זיין באשיידענע, אויסגעוויינטע הארפעלע און זינגט אונז אריין אין אויער: טייערע מענטשעלע גלייב מיר בנאמנות, די ברויכסט נישט גארנישט. איין זאך אין דער וועלט איז וואס די באגערסט; לעב דערמיט און עס וועט דיר שטילן דיין דארשט: 

אחת שאלתי מאת ה' אותה אבקש, שבתי בבית ה' כל ימי חיי לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו!

אידעלע, איך האב שוין אלעס פרובירט אויף דער וועלט. בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר: למקום פלוני ולבית דירה פלונית אני הולך והיו רגלי מביאות אותי לבתי כנסיות ולבתי מדרשות. ווייל "כי רק זה הטוב, וכל זולת זה שיחשבוהו בני האדם לטוב אינו אלא הבל ושב נתעה!" די גרעסטע הנאה און די גרעסטע תענוג וואס דער מענטש קען נאר פארטראגן, איז צו זיין מדובק בהשי"ת! "ואני קרבת אלקים לי טוב!" עס עקזעסטירט נישט עפעס גרעסערס, און עס עקזעסטירט נישט עפעס בעסערס.

אלזא, צוריק צו די נקודה אויף וואס די בעלי האשכול האבן געווידמעט זייער תגובה ראשונה. די עיקר סיבה מיר דאווענען צום מלך מלכי המלכים איז נישט ווייל מיר "ווילן עפעס" פון אים; עס גייט אונז עפעס ברענגען. פונקט פארקערט! די עיקר ציהל פון תפלה איז ווייל דאס איז אונז מדבק מיט השי"ת. ווען מיר דאווענען נעמען מיר אונזער נשמה, וואס א חלק אלקי ממעל, און מיר באהעפטן איר מיט איר מקור, מיט הקב"ה. און ווען די נשמה איז "בעל הבית", דאן שפירן מיר די טיפע, ריכטיגע תענוג וואס אונזער נשמה באגערט! ווייל "האדם לא נברא אלא להתענג על ה' וליהנות מזיו שכינתו, שזהו התענוג האמיתי והעידון הגדול בכל העידונים שיכולים להימצא"

אבער!

אזוי ווי אין די פילע גשמיות'דיגע הנאות הגוף זענען פארהאן מדרגות (למשל: שוואכע וויין, גוטע וויין, בעסערע וויין וכו'), אזוי אויך איז אין די רוחניות'דיגע הנאת הנשמה - די ריכטיגע תענוג - פארהאן מדריגות.

דער וויין טרינקער איז נישט געווארן א יין ליבהאבער איבערנאכט; וויין מבינות הויבט זיך נישט אן מיט א טייערע, טריקענע מערלאוי. די מבינים וועלן אייך מודה זיין אז הפעם הראשון וואס זיי האבן טועם געווען פון די טריקענע סחורה האבן זיי שיעור געבראכן. און פילייכט די צווייטע און דריטע מאל אויכעט. הנאה פון רייכע, טריקענע וויין קומט נישט אויף איינמאל. מ'ברויך הארעווען דערויף, און מיט דער צייט הויבט מען אן צו באגרייפן די טיעפקייט דערפון. אבער איינער וואס פארשטייט נישט צו קיין טייערע וויין, ער האט קיינמאל גענומען דעם צווייטן פארזוך, שרייט חי וקים אז די גוטע, טריקענע וויינען זענען שלעכט ווי די שנה שחורה. "איך גלייך די פיינע זיסע קריעם מאלאגא. ס'איז די בעסטע וויין אין דער וועלט!" והא ראי', קדם פארקויפט עס פאר חצי גרייצער פער פעסל.

אקוראט גענוי איז מיט תענוג רוחני. א איד וואס האט נישט ארויס די נקודה אז דאווענען מיינט דביקות; א איד וואס פארשטייט נישט אז דביקות הבורא איז איז די בעסטע זאך אויף דער וועלט. א וואונדער ער שמועסט ביים דאווענען?

פילע מענטשן מיינען אז די שמועסערס זענען בטבע שמועסערס, און דאווענערס זענען בטבע דאווענערס; די לעצטע האבן פשוט נישט די נסיון פון שמועסן, זיי זענען נישט געשלאגן מיט די דאזיגע תאוה. טעות! דער אמת איז סיי דער דאווענער און סיי דער שמועסער גלייכן צו פלוידערן, איינער מער איינער ווייניגער. דער חילוק צווישן די צוויי איז זייער בליק אויף "דאווענען". דער דאווענער פארשטייט די חשיבות פון תפלה; ער לעבט דערמיט! שמועסן איז טאקע זייער באטעמט; אבער ביים דאווענען? ביסט פארנערט? איך וועל זיך אנשטאפן מיט ביליגע קריעם מאלאגא בשעת מען סערווירט אונז צוויי און א האלב-טויזענט יאריגע יין נושן?!

ווידעראום דער שמועסער. ביי אים איז תפלה שוידערליך לאנגוויליג. ביטערע, צוקער-לאזע לימאנאדא? ווער ברויך עס? אבער די רגע ער וועט באגרייפן אז דאווענען מיט השתפכות הנפש איז דער "גרעסטע תענוג" אין דער וועלט, וועט ער אוועקשליידערן זיין מכלומר'ש-זיסע "מאלאגא".

ויין ישמח לבב אנוש! מאך זיכער אז די האסט די ריכטיגע פלעשל!

(אגב. די זעלבע כלל איז שייך ביי אלע אנדערע גשמיות-לאזע מצוות. א בר נש וואס לעבט נישט מיט שמירת עיניים; גיי זיי אים מסביר אז ווען מען קלאפט זיך אן אין א נסיון אויף די גאס און מען איז עוצם עיניו איז מען דאן אויפן מאמענט די גליקליכסטער מענטש אויף דער וועלט! מ'קען נישט באגרייפן די תענוג רוחני פון שמירת עיינים נאר אז "מ'לעבט" דערמיט. און מ'קען נישט לעבן דערמיט אויב מען ארבעט נישט דערויף! ווייל אז מ'ארבעט נישט בלייבט מען סטאק מיט... יו געסט איט: ביליגע אויסגעדראשענע קריעם מאלאגא.)

צום שלוס.

ס'קומט איצט דער יו"ט פורים ווען די גאנצע וועלט דריידט זיך (ארום וויין). מיר האבן צוויי ברירות: אדער קען מען אריינדייוון אינעם האלידעי מיט צאללאזע קנקנים און גענצליך ארויסטשעקן פון לייף, א שטייגער, להבדיל, ווי באריס און זיין ביזעם שונא-פריינט איוואן היושבים אויף געלעכערטע ירק ככרתי חביות של חלב ביי ניו יוטרעקט און 49 שטראסע. (ערגעץ דארט אונטער די שינעס ביי דעם באן סטאנציאן. מיט א וויילע צוריק זענען מיר געווען אין בארא פארק אויפן זיבעטן, און בצפרא דשבתא אויפן וועג צום דאווענען האבן מיר אריינגעבאמפט אין די כראנישע אלקאהאליקערס וואס הויערן דארטן ווי ביי עלטער זיידי מאשקע אין קרעטשמע. געוויזן פאר די שתילי זיתים א לייוו פרעזענטאציע אין דעם נאסטאלאגישן כמו-רעפ זמר'ל מגירסא דינקותא "אוי אוי אוי, שיכור איז א גוי.")

פיל בעסער איז צו מאכן בעפאר א ווארימע הכנה מיט ספרי דרוש וחסידות. אזוי אז פורים אחה"צ, נאכן פאוואליען 5-3 כוסות פיינע, רויטע "ולא עד בכלל", וועט מען מיטן שווער'ס תשל"ז שטריימל בעטן אנטשולדיגונג פונעם שוויגער, ארויפקריכן אויפן עלעגאנטן דיינינג רום בענקל, און א זינג געבן בכל לב ונפש מיט אן אדמו"ר שטעקן אין די האנט, מיט א טריקענע שטימע און פארטרערטע אייגעלעך:

ברוך הוא אלקנו שבראנו לכבודו! שבתי בבית ה' כל ימי חיי לחזות בנועם ה'! איר ווייסט פארוואס? ווייל "רק זה הטוב! וכל זולת זה שיחשבוהו בני האדם לטוב אינו אלא הבל ושב נתעה!"

ו"חיי עולם" נטע בתוכינו, שווער טייערער! נידער מיט קריעם מאלאגא!‎!‏
לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום פרייטאג מארטש 10, 2017 1:24 am, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מארטש 08, 2017 4:37 pm

געוואלט אריין רעדען נאכען ליינען די אשכול וואס גאלדענע פעדער האט אונז צו געשטעלט וואס רעדט בדברים שעומדים ברומו של עולם, וואס דאס איז תפילה און דביקות בהקב"ה; אבער עס שרייבט זיך נישט אזוי גרינג איבער אזעליכע ענינים. אבער נאכען זעהן די פריערדיגע תגובה וואס הרב מונאוויטש האט אונז צוגעשטעלט; קען מען שוין נישט זיך איין האלטען, נאר זאגען אשרינו אז מיר האבען דא אזעליכע וואוילע שעפעלעך, אזעליכע גאלדענע פעדערערן, אזעליכע עובדי השם ווי הרב מונאוויטש, וואס קאכען זיך אין די וויכטיגסטע עניינים וואס איז נאר פארהאנען.

ועוד חזון למועד אריין צו רעדען אויב מיר וועלען שפירען אז מיר האבען וואס צו צולייגען דא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך מארטש 08, 2017 5:31 pm

מונאוויטש!

קריסטאל קלארע רייד! איר האט מיך שטארק איבערגענומען, איך האב שוין לאנג נישט געהערט אזלעכע ריינע ריכטיגע רייד!

ייש"כ.
זוכט איר דוי?

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג מארטש 09, 2017 5:17 pm

מונאוויטש! כ'האב זיך מחיה געווען מיט דיין מאמר! אהההה ווי הייליג און לעכטיג דיינע דיבורים!


איין זאך איז זעכער: אז דיין מאמר איז נישט פון די ביליגע "קריעם מאלאגא!" נאר איז פון די גאר ריכטיגע סחורה!
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

השיעורים המפורסמים של ר' מנשה רייזמאן שאמר בזה הענין

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג מארטש 13, 2017 4:10 pm

זבחי צדק האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט א הערליכער שיעור דערוועגן פון ר' מנשה רייזמאן ממש די בחינה, געבויעט אויף א ערוגת הבשם פ' ואתחנן
סי'ז געווען פרשת ואתחנן תשע"ה
ווער ס'האט דעם שיעור ביטע דעליווערן

געזוכט אויף קול הלשון פאר א לאנגע צייט צי טרעפען די שיעורים.. און ברוך השם יגעתי ומצאתי! די שיעורים זענען פארגעקימען פרשת ואתחנן "תשע''ד".


דא זענען די צוויי שיעורים. ווער ס'קען, ביטע לייגען אויף דראפבאקס ולמצוה גדולה יחשוב וזכות תפילת רבים יגן עליו.


יום א ואתחנן תשע''ד: http://www.kolhalashon.com/New/Media/Pl ... ShiurNum=5

יום ב ואתחנן תשע''ד: http://www.kolhalashon.com/New/Media/Pl ... ShiurNum=4
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

במהות ענין התפלה שלא להיוושע, אלא שירגיש האדם שהוא תלוי בהשי"ת

תגובהדורך משה כהן » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 1:41 pm

בהאי ענינע עיין בספה"ק קדושת לוי (לראש השנה), וזלה"ק: והנה להבין מהות הענין מהו שהשפע תנתן בכל יום ולמה לא תנתן בפעם אחת. להבין נקדים מאמר חכמינו ז"ל (יומא ע"ו.) שאלו תלמידיו את ר' שמעון בר יוחאי, מפני מה ירד המן בכל יום, למשל לאב שרוצה לבנו שיבוא אצלו תמיד, הוא נותן לו מתנה בכל יום, ואינו נותן לו מתנה כוללת, כי לא יבוא אליו, לכן נותן לו מתנה בכל יום, שיהיה נצרך אליו בכל עת ויבוא אצלו תמיד, וגם ידע שהוא נצרך אליו ולית ליה מדליה כלום. וזהו ענין נמי שנותן השם יתברך שפע בכל יום, כדי שנדע שאנו צריכין אליו תמיד, וזהו בשביל אהבת הבורא ברוך הוא שרוצה להשתעשע עם ישראל בניו ולקבל ממנו תענוג כאב מבנו, לכן ישלח לו השפע החיונית מידי יום ויום, כדי שנדע שאנו צריכין אליו בכל יום ובכל עת ובכל שעה. והנה כל זה כדי שיקבל מאתנו אבינו שבשמים תענוג וחמדה בנתינות שיר ושבח להבורא ברוך הוא על המשכת השפע שיורדת מבחינת קול לדיבור, דהיינו שהשפע החיונית פשוט באה לפי רצון הצדיקים אם לחיים או לפרנסה או לשכל כן נמשכת השפע. וזהו כוונת חכמינו ז"ל לא ניתנה התורה אלא לאוכלי המן, הוא כמו זר נחשב, כי יתחמץ לב האדם לומר הלא בעת הזאת אנו רואין שהמן איננו יורד. אך הפירוש הוא כך, המן היו צריכין ללקט בכל יום כדי להצטרך לה, עי"ש.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג אוגוסט 04, 2019 8:47 pm

פונעם ספר התניא קומט אזוי ארויס


קודם א קשיא, די ראשונים (די רמב״ן און נאך) פרעגן וואס איז תפילה, לכאורה אויב די אייבערשטער האט באשערט פאר א מענטש למשל עניות חס ושלום, מיט וואספארע רעכט און מיט וואספארע חוצפה קומט ער בכלל בעטן פאר עשירות און הרחבה קעגן די רצון פונעם אייבערשטען?


די תרוץ איז אז אין אמת׳ן אריין, וויל די באשעפער געבן אלע גוטע השפעות פארן מענטש, וואס ער באקומט נאכ'ן דאווענען אפי׳ פאר דעם וואס ער שטעלט זיך אוועק דאווענען דערפאר, און דאס וואס ער באקומט נישט איז איהם נישט באשערט, אבער דאס וואס ער באקומט יא נאכ'ן דאווענען באמת וויל איהם דער אייבערשטער געבן אפי׳ פאר'ן דאווענען.


לאמיר צו לייגען די קשיא וואס איך האב געשריבען דא אינעם פתיחה וואס די נתיבות שלום פרעגט, א יעדע יוד איז ווי כביכול די בן יחיד פונעם אייבערשטען, וויל דען נישט א טאטע געבן אלעס גוטס פאר זיין בן יחיד?


די תרוץ איז ווי געשמועסט, באמת געבט אונז די אייבערשטער אלע גוטע השפעות וואס ער וויל אונז געבן, און וואס ס׳איז פאר אונזער גוטס, אפי׳ אן דעם וואס מיר דאווענען נאר די אייבערשטער וויל אונז זאל'ן מיר דאווענען צו איהם.


וואס איז די געדאנק דערפון? איז די הייליגע בעל התניא מבאר, נשמה למה ירדה למטה? איז די תניא מבאר ווייל ס׳איז נישט דא קיין שטערקערע קירוב, פון א קירוב שאחר הריחוק, למשל ווען א קינד גליטשט נעבעך אראפ פון וועג און נאכדעם קומט ער צוריק (נאך יארן למשל) וועט דער טאטע זיך גאר שטארק מיט איהם ארום האלדזען און מיט איהם זיך משתשע זיין, די זעלבע זאך איז די תניא מבאר, איז די נשמה אונזערע, א חלק אלקי ממעל, אונז זעמיר כביכול א חלק פון כביכול אליין, יא אבער דאס איז אונזער נשמה, די גוף איז אבער א גשם און דאס איז די תניא מבאר איז די געדאנק פון נשמה למה ירדה למטה ווייל ״ירידה זה לצורך עלייה״ ווייל ווי געשמועסט איז נישט דא קיין גרעסערע קירוב ווי א קירוב שאחר הריחוק.


מיר זענען דא אביסעל פארקראכען אבער וואס קומט ארויס כפי דברינו איז, אז די נשמה איז דער וואס איז א חלק אלקי ממעל, איז בכלל נישט אינטערסירט און די אלע הבלי עולם הזה, און וויל נאר זיין נאנט מיטן אייבערשטען, איז די נשמה וויל דאווענען און זיך מתדבק זיין מיטן אייבערשטען, און מען דארף איהם פאר דערפאר גארנישט געבן אדער צוזאגן, ווייל ער וויל פשוט זיך מתדבק זיין צוזאמען מיט זיך אליינס, נאר דער וואס שטערט איז דער גוף, ווי צדיקים האבן געזאגט גו״ף איז ר״ת, ג'וף וו'יל פ'רעסן, ג'וף וו'יל פ'אפען, איי ג'וף וו'עט פ'גר'ן, גוף וו'יל פ'ארט, עכ״פ כדי אז די גוף זאל וועלן דאווענען און ווי געשמועסט ווייל די עיקר תכלית פון תפילה איז צו זיין נאנט צום אייבערשטען ״קשר און דביקות צום אייבערשטען״, ע״כ איז דא די בקשות צרכים פונעם דאווענען נאר כדי אז די גוף זאל זיך ווילן צו שטעלן, און מיט גיין מיטן נשמה, ממילא האט די אייבערשטער געמאכט אז כאטש וואס אונז זעמיר בנו יחידו און ער וויל אונז אלעס געבן אפי׳ אנעם בעטן, אבער כדי אז די נשמה זאל זיך קענען מדבק זיין, האט די אייבערשטער געמאכט אז ער געבט נישט די שפע נאר אויב מען דאווענט.


איז דאס די פשט וואס מיר שמועסן דא און דעם אשכול אז די עיקר תכלית פון תפילה איז דביקות און קשר צום אייבערשטען ווייל דאס איז די מהות פון תפילה!


נאר כדי אז די גוף זאל מסכים זיין מיט צוגיין, איז דא די בקשות צרכים ווי געשמועסט, נאך מער שטייט פון ספרים הקדושים אז מען פועל'ט גאר מער, און די שפע קומט גאר אראפ אסאך שנעלער דורך הודאה, אפי׳ נישט ווען מען בעט די צרכים? די בני יששכר טייטשט, שבת היא מלזעוק ורפואה קרובה לבוא, ווי אזוי און פארוואס? נאר ווייל מען פועל'ט מיט הודאה אסאך שנעלער, וויבאלד ווייל ווען א מענטש בעט א זאך פונעם אייבערשטען קענען אמאל די מלאכים שטערן אז די תפילה זאל ארויף גיין למעלה וויבאלד זיי קענען מקטרג זיין אז די מענטש איז נישט ווערט פאר וואס ער בעט לויט זיינע מעשים, משא״כ ווען א מענטש לויבט און דאנקט דעם אייבערשטען קענען דאך דאס די מלאכים נישט צוריק האלטן פון ארויף גיין צום אייבערשטען, קען שוין די מענטש נאך דעם אויך בהטן פאר זיינע צרכים דערפאר זאגן חז״ל לעולם יסדר אדם שבחו של מקום ואחר כך יתפלל (בברכות (לב.) ווייל ווי געשמועסט, קודם זאל ער לויבן און דאנקן וועט שוין די תפילות עולה זיין למעלה, קען ער שוין אויך בעטן דערנאך צרכיו, און ס׳וועט שוין אויך מיטגיין, און ארויף גיין למעלה, ממילא שבת איז דאך נישט דא קיין בקשות צרכים נאר הודאה, איז דאך אוודאי אז די תפילות זענען עולה למעלה, איז ממילא שבת רפואה קרובה לבא, ווייל מען זאגט דאך ביי די צווייטע ברכה פון שמו״ע רופא חולים ומתיר אסירים, איז די רופא חולים אן הודאה נישט קיין בקשה, איז דאס שנעלער עולה למעלה, און דערפאר קומט די רפואה שנעלער, עכ״פ זעה מיר דאך קלאר אז די תכלית פון דאווענען איז קשר און דביקות כפי מה שבארנו ווייל מען זעהט דאך אז גאר מיט די הודאה פועל'ט מען גאר שנעלער.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט