ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
עין טובה האט געשריבן:וואס פארא חידושים איז דא אין די צוועלפטע הייל?
נישטא קיין חידושים. עס איז א הייל וואס מען האט עס יעצט א נאמען געגעבן "מערה 12". און די בושה איז גרויס. די בעדאינער האבן עס אינגאנצן אויסגעליידיגט. מען זעהט נאר צובראכענע טעפ און סחורה, אין וואס די מגילת זענען געווען אוועקגעלייגט. אלעס ווערט יעצט פארקויפט אויפ'ן שווארצ'ן יריד. די פלינדערערס ווייסן גארנישט ווי צו היטן אויף די טייערע חפצים וואס מען טרעפט דארט און מאכן א חורבן וואו זיי קומען אהן.
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
יישר כח בענקעל, אזוי ווי אלעמאל, הערליך שייך און זייער באלערענד.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

להוי ידוע:
ס׳איז פאראן א מדרש בשם ״מדרש שימר הלוי״
אין אט דעם ספר איז געדרוקט דער מגילת הנחושת קלאר ווארט ביי ווארט, דורך רבותינו החז״ל פאר טויזנטער יאר צוריק, און מ׳זעט דארט אסאך ענדערונגען פון די פיענוח פון די אפיקורסישע חוקרים.
ווער קען ביטע אפיר זוכן אט דעם ספר משרד שימר הלוי.
בעיני ראיתיו לפני הרבה שנים, וחבל שלא עשיתי העתק.

- יואב בן צרויה
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3290
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm
An 1,800 year old limestone capital dating to the Roman period that is engraved with two Hebrew inscriptions was discovered during the course of restoration and conservation work being carried out in the ancient synagogue and neighboring Beit Zinati visitor center at Peqiʽin, in the Western Galil. The work is being conducted by the Council for Conservation of Heritage Sites in Israel as part of a heritage project by the Ministry of Jerusalem Affairs and Heritage. The stone was found upside down in the building’s courtyard, and upon discovery of the inscriptions archaeologists of the Israel Antiquities Authority arrived at the site in order to examine the special find. A preliminary analysis of the engraving suggests that these are dedicatory inscriptions honoring donors to the synagogue.
א איד טאר קיינמאל נישט אויפגעבן, מיט א שטראל פון האפענונג נאר לעבן, מיט יעדן פראבלעם, פארלאז דיך נאר אויף אים, פארגעס נישט אז דו ביסט א איד.
די שטיין מיט פיר שפראכן
אין די "סיסע מוזיאם" אין "פאלערמאו איטאליע", געפונט זיך א מאנומענט פון מארמאור און טייערע שטיינדלעך. די מאנומענט איז געמאכט געווארן דורך גריזאנטאו - א נארמענישער גלח פונעם קעניגלעכן הויף, קעניג ראדזשער דער צווייטער פון סיציליע - אלס א אנדענק אויפ'ן קבר פון זיין מאמע "אננא".
די שטיין טוט פארצייכענען דער טאג ווען זי איז געשטארבן און איר באגרעבעניש, אין יאר 1148. עס איז געשריבן אויף פיר שפראכן, יעדע שפראך מיט איהרע אייגענארטיגע אותיות, פון אלע עטנישע גרופעס וואס האבן געוואוינט אין סיציליע. -" עברי-ערבי", פון אויבן. גריכיש, פאר די גריכן אויף די רעכטע זייט. אויף די לינקע זייט לאטיין, פאר די נארמאן-קאטאליקן. אראביש, פאר די מוסלומענער פון אונטן. עקסטער אינטערעסאנט איז די דאטום ביי יעדער שפראך איז פארצייכנט לויט איהר רעליגיעזע קאלענדאר. די אידישע יאר, ד'תתקח. פאר די גריכן, 6658. לאטיין, 1148. און מוסלומענער, 543.
*
די אידישע היסטאריע אין סיציליע גייט צוריק ביז 20 יאר פאר די צייט פון "חורבן בית שני". אנדערש פון וואס די מאנומענט צייגט און א באווייז אויף א געמיינזאמע טאלעראנץ צווישן באזונדערע רעליגיעס, האבן די אידן אין סיציליע מיט געמאכט, שוידערליכע רדיפות און פאגראמען.
אויסער שווערע שטייערן, און מוזן גיין מיט א ספעציעלע "רויטע לאטע", האבן די אידן געלעבט גאנץ רואיג ווען די מוסלומענער זענען געקומען צו די מאכט אין 831. די אידן האבן געפירט פארצווייגטע די געשעפטן צווישן סיציליע, נארט-אפריקע און מצרים. שפעטער אין 1070, ווען די נארמענער זענען געקומען צו דער מאכט, האט מען נאך געדארפט צאלן הויכע שטייערן און גיין מיט די ספעציעלע לאטע, זענען שוין די אידן דאן געווארן אנערקענט אלס בירגער, מיט מער האנדלס רעכטן און אפילו געהאט רעגירונג שטעלעס.
די היסטאריע ווייזט טאקע, א באזונדערע געמיינזאמע געזעלשאפט צווישן אלע רעליגיעס אין די צייטן פונעם צוועלפטן יאר-הונדערט, דורכאויס די יארן פון ראדזשער דער צווייטער. ער האט זיך אנגענומען פאר די אידן, און אפגעשטעלט די באצווינגטע טויפעריי. און געפירט דאס לאנד מיט א שטארקע און שטרענגע יושר פאר אלע רעליגיעס. די אידן אין פאלערמאו האבן אין די צוועלפ'טע יאר-הונדערט זיך געציילט צו ארום 8000 נפשות. און געווען אנגעזעהנע הענדלער, דאקטוירים, באנקירער, איבערזעצער, שמידער. און געהאט די מאנאפאל אויף "זיידן" און "פארבעריי" אינדוסטריעס.
עס איז באזונדער דא הונדערטער בריוו'ן און שטרות, פון די "קאירא גניזה" ווי אידן האבן געהאנדלט מיט אידן פון סיציליע. אלעס איז געשריבן אין כתב עברי-ערבי. וואס איז פארבליבן די שפראך ביי די אידן, אפילו עס איז שוין דאן געווען אונטער די נארמענער.
די פרייהייט האט זיך אבער געטוישט אין 1492, מיט די שפאנישע אינקוויזיציע.
*
איטליכע פארהוילענע פונקטן: פאר וועם האט מען געשריבן די אידישע שפראך? ווער האט עס געליינט? זענען אידן אריין אין די קירכע? האבן די אידן געקענט אננא, אדער איר זוהן גריזאנטוס? ווער האט דאס פאָר געשריבן פאר גריזאנטוס? קען טאקע זיין וואס היסטאריקער קלערן אז אננא איז געווען פון אידישן אפשטאם?
"מתה אנה אם הכומר גריזנטוס, כומר המלך העצום, אדון איטליה ו... וקלוואריה וסיציליה ואפריקיה(תוניס), ביום שישי בשעת תיפלת אחר הצהריים, בעשרים לחודש אוגוסט, שנת ארבעת אלפים ותשע מאות ושמונה. ונטמנה במסגד הגדול(הכוונה לקתדרל). אחר כך העביר אותה בנה תוך תיפלות לכנסייה זאת, סנט מיכאל, ביום שישי בשעת הבוקר, העשרים במאי, שנת ארבעת אלפים ותשע מאות ותשע. ובנה על קברה כנסייה זו(הכוונה לקפלה), הנקראת סנט אנה," וכו'
פון צווישן אסאך בריוו'ן פון פאלערמאו פון די "קאירא גניזה", האבן מיר געקליבן די בריוו וואס טוט טיילווייז אפשפיגלען דאס לעבנס שטייגער פון די אידן אין סיציליע, וואס מיר האבן אויבן געשריבן. עס איז אויך געשריבן אינעם צוועלפ'טן יאר-הונדערט. אין די זעלבע יארהונדערט פון די צייכענונג אויף דעם מאנומענט.
די בריוו שיקט "זכאר בן עמאר" פון פאלערמאו - צו "יוסף בן מוסי תאהרתי" פון מצרים. - ער איז א רייכע באנקירער, א מקורב ביים שר "איוב בן תמים", און פון די ראשי קהילה אין סיציליע. די בריוו רעדט איבער דעזירירטע קאנטעס צווישן זכאר און יוסף, אין די הינטערגרונט פון א שווערע געשעעניש, וואו צוויי שיפן אנגעפילט מיט סוחרים און סחורה האבן געזינקן. צווישן זיי זכאר, און זיין ברודער חיים און חיימ'ס ווייב. קוקט אויס, אז עס איז נישט געווען קיין פארלוסט פון נפשות, אבער א ריזיגע פארלוסט אין פארמעגן.
יעצט פרובירט זכאר צו מינימוזירן די פארלוסט ווי ווייט מעגליך דורך טרעפן די שטרות פון די בעלי חובות ער זאל כאטש קענען ווערן צוריקגעצאהלט.
זכאר איז ספעציעל איבערגענומען פון שותפות געשעפטן וואס ער האט מיט א מוסלומענער סוחר פון סיציליע "עבדאללה מחמד בן אלחסין". און מיט איינע פון די חשוב'סטע אידישע סוחרים פון מצרים *"לבראט בן משה בן סגמאר".
עס רעדט זיך אויך איבער קויפן און פארקויפן רויע-שטאף, ספעציעל לענן.
זכאר שרייבט איבער געלטער וואס מען ברויך ספעציעל צאלן פאר פיראטן אין די הפקר'דיגע ים ליניעס. און איבער סחורה וואס איז פארלוירן געגאנגען צו די פיראטן. ער שרייבט איבער פארצווייגטע געשעפטן צווישן אפריקע און מצרים
צום שלוס שרייבט זכאר איבער א ספעציעלע שטייער "אלעושר" אויף אימפארטירטע סחורות. ער גיבט פאר א ספעציעלע שליח געלט, וואס דארף דעקן די שטייער אויף אלע אימפארטירטע סחורות. אבער ער דארף נאך צו בארגן נאך אביסל, צו דעקן דעם גאנצן סכום. ער לייגט דאס צו צו דעקן שאדנס פון געזינקענע סחורות און פיראטן רויבעריי.
עס איז מוראדיג וואו דורך אויס דעם גאנצן בריוו, טוט זיך זכאר צו יעדע צייט אויסדרוקן מיט תחנונים צום באשעפער אז ער זאל מצליח זיין.
*באקאנט אלץ דיינים אין "אלמהדיה" תוניס-אפריקע. פון "לבראט דיין" איז דא א בריוו פון די גניזה וואו ער שרייבט וועגן רבינו נסים גאון.

"תופית אם אלקסיס אכרסנת, קסיס אלמלך אלמעטם, צאחב איטאליה ו... וקלוריה וצקליה ואפרקיה, יום אלגמעה, אלעצר, אלעשרין מן שהר אוסה, סנה ארבע אלאף ותסע מאיה ותמאניה. ודפנת באלגאמע אלאעטם. ת'ם נקלהא ולדה באלצלאה אלי הדה אלכנסיה צנת מיכאיל, יום אלגמעה, אול סאעה, אלעשרין מן מאיה, סנה ארבע אלאף ותסע מאיה ותסעה. ובנא עלי קברהא הדה אלכנסיה יסמא אלכנסיה צנת אנה עלי אסם אם אלסידה מרים ואלדת
אלמסיח. ירחם אללה מן קרא ודעא להא באלרחמא. אמין, אמין".
"מתה אנה אם הכומר גריזנטוס, כומר המלך העצום, אדון איטליה ו... וקלוואריה וסיציליה ואפריקיה(תוניס), ביום שישי בשעת תיפלת אחר הצהריים, בעשרים לחודש אוגוסט, שנת ארבעת אלפים ותשע מאות ושמונה. ונטמנה במסגד הגדול(הכוונה לקתדרל). אחר כך העביר אותה בנה תוך תיפלות לכנסייה זאת, סנט מיכאל, ביום שישי בשעת הבוקר, העשרים במאי, שנת ארבעת אלפים ותשע מאות ותשע. ובנה על קברה כנסייה זו(הכוונה לקפלה), הנקראת סנט אנה," וכו'
פון צווישן אסאך בריוו'ן פון פאלערמאו פון די "קאירא גניזה", האבן מיר געקליבן די בריוו וואס טוט טיילווייז אפשפיגלען דאס לעבנס שטייגער פון די אידן אין סיציליע, וואס מיר האבן אויבן געשריבן. עס איז אויך געשריבן אינעם צוועלפ'טן יאר-הונדערט. אין די זעלבע יארהונדערט פון די צייכענונג אויף דעם מאנומענט.
די בריוו שיקט "זכאר בן עמאר" פון פאלערמאו - צו "יוסף בן מוסי תאהרתי" פון מצרים. - ער איז א רייכע באנקירער, א מקורב ביים שר "איוב בן תמים", און פון די ראשי קהילה אין סיציליע. די בריוו רעדט איבער דעזירירטע קאנטעס צווישן זכאר און יוסף, אין די הינטערגרונט פון א שווערע געשעעניש, וואו צוויי שיפן אנגעפילט מיט סוחרים און סחורה האבן געזינקן. צווישן זיי זכאר, און זיין ברודער חיים און חיימ'ס ווייב. קוקט אויס, אז עס איז נישט געווען קיין פארלוסט פון נפשות, אבער א ריזיגע פארלוסט אין פארמעגן.
יעצט פרובירט זכאר צו מינימוזירן די פארלוסט ווי ווייט מעגליך דורך טרעפן די שטרות פון די בעלי חובות ער זאל כאטש קענען ווערן צוריקגעצאהלט.
זכאר איז ספעציעל איבערגענומען פון שותפות געשעפטן וואס ער האט מיט א מוסלומענער סוחר פון סיציליע "עבדאללה מחמד בן אלחסין". און מיט איינע פון די חשוב'סטע אידישע סוחרים פון מצרים *"לבראט בן משה בן סגמאר".
עס רעדט זיך אויך איבער קויפן און פארקויפן רויע-שטאף, ספעציעל לענן.
זכאר שרייבט איבער געלטער וואס מען ברויך ספעציעל צאלן פאר פיראטן אין די הפקר'דיגע ים ליניעס. און איבער סחורה וואס איז פארלוירן געגאנגען צו די פיראטן. ער שרייבט איבער פארצווייגטע געשעפטן צווישן אפריקע און מצרים
צום שלוס שרייבט זכאר איבער א ספעציעלע שטייער "אלעושר" אויף אימפארטירטע סחורות. ער גיבט פאר א ספעציעלע שליח געלט, וואס דארף דעקן די שטייער אויף אלע אימפארטירטע סחורות. אבער ער דארף נאך צו בארגן נאך אביסל, צו דעקן דעם גאנצן סכום. ער לייגט דאס צו צו דעקן שאדנס פון געזינקענע סחורות און פיראטן רויבעריי.
עס איז מוראדיג וואו דורך אויס דעם גאנצן בריוו, טוט זיך זכאר צו יעדע צייט אויסדרוקן מיט תחנונים צום באשעפער אז ער זאל מצליח זיין.
*באקאנט אלץ דיינים אין "אלמהדיה" תוניס-אפריקע. פון "לבראט דיין" איז דא א בריוו פון די גניזה וואו ער שרייבט וועגן רבינו נסים גאון.
לעצט פארראכטן דורך בענקעל אום פרייטאג פעברואר 24, 2017 12:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בענאק האט געשריבן:דאהי אין בלומינגבורג איז דא א שטח וואס מאנכע פארציילן אז מען האט דארט געפונען א שטיק אייזן וואס ארכעאלאגן האבן צוגעבינדן צו די מלחמה פון וואשינגטאן מיט די ענגלענדער.
ווייסט איינער עפעס מער וועגן אזא זאך? איז דא ערגעץ אין די היסטאריע א מקור אז אויף דעם שטח איז געווען די מלחמה?
לא שמעתי וועגן דעם אייזן אין בלומינגבערג. דער האדסאן וואלי ראיאן איז זיכער געוועזן א צענטער אין דעם מלחמת השחרור צווישן די אמעריקאנער רעוואלוציענערן און ענגלאנד. די שלאכטן אין דרום ניו יארק זענען בעיקר פארגעקומען ארום דעם האדסאן ריווער, אבער די ווייטערע מערב געגנטער זענען פילייכט אויך געווען פארוויקלט, צי מיט שפיאנאזש צי מיט בויען געווער, אדער אנדערע מלחמה-פארבינדענע אקטיוויטעטן.
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
בענאק האט געשריבן:דאהי אין בלומינגבורג איז דא א שטח וואס מאנכע פארציילן אז מען האט דארט געפונען א שטיק אייזן וואס ארכעאלאגן האבן צוגעבינדן צו די מלחמה פון וואשינגטאן מיט די ענגלענדער.
ווייסט איינער עפעס מער וועגן אזא זאך. איז דא ערגעץ אין די היסטאריע א מקור אז אויף דעם שטח איז געווען די מלחמה
איך געדענק נאך ווען מען פלעגט אזוי זאגן אויף די קוילן און פיילן וואס מיר האבן געטראפן אין סאטמאר אינגל קעמפ (נעפאנק). ס'לכאורה די זעלבע לעגענדעס...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
בענקעל האט געשריבן:אין 1952 איז באקאנט געווארן, אז אין די קעלער פון די נשענעל מוזיאם אין ביירוט לבנון, געפונט זיך צוויי ריזיגע מארמאור-שטיינער געקריצט מיט כתב-עברי, מיט בערך די ווערטער "זה דבר שימור הלוי עבד ד' שנת ג שלג לאדם" און עס איז איינגעקריצט די גאנצע "מסכת כלים" וואס וועט געברענגט אין "עמק המלך".
אויך אין די "קאירא גניזה" האט מען געטראפן כתבים פון "מסכת כלים" אויף די כלים פון במה"ק. עס איז געשאצט צו זיין 800 יאר אלט. אסאך פאר די דרוק פון עמק המלך.
כדי להעמיד דברים על דיוקם
נאכדעם וואס מיר האבן געמאכט אינטענסיווע זוכונגען, און גערעדט מיט די יודעי גניזה, האבן מיר נישט געטראפן קיין שום זכר איבער עפעס א משניות מסכת כלים פון די גניזה. אויך האבן מיר זיך פארבינדן מיט ר' אלי' גורעוויטש פון "תוספתה אנליין", - וואס ער זוכט שוין די משניות פאר יארן - האט אויך נישט געקענט טרעפן די משניות.
דאס איז וואס הרב גורעוויטש שרייבט איבער די משניות כלים פון די גניזה:
In my search for this Genizah fragment mentioned by Vendyl Jones, I have contacted 2 largest Geniza collections, the Taylor-Schechter Genizah Research Unit at the Cambridge University Library, and also AHRC John Rylands Cairo Genizah Project at the The John Rylands University Library at The University of Manchester. So far I have received the following a reply from the Taylor-Schechter Genizah Research Unit. I am quoting a part of their email here:
"We are also not aware of Solomon Schechter ever having seen or published any such fragment.
I see from your Tosefta blog that you quote Vendyl Jones who claims that a William Bowen at Cambridge University mentioned the fragment to him. But further searches on the internet show that this Bowen was Jones’ teacher at the so-called ‘Bowen Biblical Museum’ in the United States. Further researches show that the only museum under that name is one housed in the Bob Jones University in Carolina and the ‘museum’ in question is connected to a Mr and Mrs Frank Bowen. So, I really don’t know how reliable a source Mr Vendyl Jones is.
We certainly do not know of any William Bowen connected to Cambridge or the Genizah, but if you can enlighten us that would be great."
That just shows you how careful you have to be about all of these quotes in different sources. So far it seems that such fragment may not exist. I am still waiting for a reply from the Reyland collection.
איבער די לוחות פון די ביירוט מוזיאם.- די קעלער פון די מוזיאם איז דאס יאר געעפענט געווארן, ווארטן מיר צו הערן אדער זעהן עפעס בילדער פון די אזוי גערופענע שטיינער פון מסכת כלים.
- וואס א חילוק
- שר האלף
- תגובות: 1296
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
- לאקאציע: ניי קרוינהייטס
מאסיווע סטאטוע פון פרעה אנדעקט אין עגיפטן
עגיפטישע ארכעאלאגן זענען נאך אלס ערשטוינט פון די העכסט אינטרעסאנטע אויפדעקונג וואס איז געפונען געווארן אין א פארלאזטע געגענט אין קאירא, נעמליך א מאסיווע סטאטוע פון פרעה רעמסס, דער פרעה וואס ווערט דערמאנט אין די תורה. וועלכער ווערט אנגערופן אין די היסטאריע בוכער ״רעמסס דער גרויסער״ די סטאטוע איז טויזנטער יאר אלט, און געפונט זיך אין גאנץ א גוטן צושטאנד, עס ווערט באצייכנט אלס ״דער גרעסטער ארכעאלאגישע געפונס אין עגיפטן די לעצטע הונדערטער יארן״
קרעדיט: [email protected]
קרעדיט: [email protected]
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..
אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
-
- שר האלף
- תגובות: 1462
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm
וואס א חילוק האט געשריבן:עגיפטישע ארכעאלאגן זענען נאך אלס ערשטוינט פון די העכסט אינטרעסאנטע אויפדעקונג וואס איז געפונען געווארן אין א פארלאזטע געגענט אין קאירא, נעמליך א מאסיווע סטאטוע פון פרעה רעמסס, דער פרעה וואס ווערט דערמאנט אין די תורה. וועלכער ווערט אנגערופן אין די היסטאריע בוכער ״רעמסס דער גרויסער״ די סטאטוע איז טויזנטער יאר אלט, און געפונט זיך אין גאנץ א גוטן צושטאנד, עס ווערט באצייכנט אלס ״דער גרעסטער ארכעאלאגישע געפונס אין עגיפטן די לעצטע הונדערטער יארן״
קרעדיט: [email protected]
בילד ביטע?
קען זיך מעגליך פארדינען אן עקסטערע אשכול, איז רעמסס דער צווייטער, דער פרעה פון וועם אונז האבן געליטן? ר' שומר, איך האב לעצטענס באגעגנט א הערליכן שנירל איבער אנטונינוס וואס איר האט געשריבן מיט עטליכע יאר צוריק.
אגב זענען די ארכיגלאגן דארטן זייער צוריקגעשטאנען, לאקאלע מענטשן האבן זיך געשטעלט כאפן בילדער נעבן די שטיקער פסל, גדרים און זיכערהייט איז נישט צום געפינען.

- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4071
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm