ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2090
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

מגילת הנחושת - the copper scroll

תגובהדורך בענקעל » זונטאג פאברואר 19, 2017 1:54 pm

מגילת הנחושת קודם החתיכה.jpg


די וועלטס גרעסטע "גאלד געיעג" (gold Rush) אדער "טרעזשער האָנטערס" , איז נישט די "גאלדענע באן" אין פוילן. אדער די גאלד-ראָש  פון קאליפארניע. עס איז אומבאקאנטע אוצרות אויסגערעכנט אין א זעלטן טייערע "מגילה". די פארזוכן צו געפונען די אוצרות, ווערט שטארק נאכגעפאלגט דורך פארשידענע גרופעס מיט אנדערע אינטערעסן, און וועט פארבלייבן א פארזוך צו געפונען, עד ביאת גואל בב"א.
אנדערש ווי אלע שריפטן וואס מען האט געפונען אין מדבר-יהודה באקאנט אלץ דעד-סי-סקראולס, וואס זענען געשריבן געווארן אויף פארמעט אדער פאפירוס, איז די שריפט ארויסגעדרוקט אויף א בלעך וואס איז געמאכט פון טייערע ריינע קופפער, און איין פראצענט טין.

די "מגילה הנחושת" אדער "the copper scroll", איז פינף פיס לאנג, מיט אויתיות בולטות. עס איז געפונען געווארן צווישן מערץ 10 און 22 אין יאר 1952 אין קומראן, אין מערה 3, ווען א גרופע פארשער פון די "ראקעפעלער מוזיאם", האבן דארט געטון אונטערזוכונגען אין שליחות פון אמעריקאנע סייענטיסטן. די מגילה איז געפונען געווארן צוטיילט אויף צוויי טיילן, מיט נאך ארום 12 שריפטן, טייל פון כתב עברי. און א לוח חשבון היובלות.

עס איז געהאלטן געווארן אין די מוזיאם פון ארכעאלאגיע אין אמאן, צוליב וואס ירדן איז דאן געווען הערשער איבער קומראן. די מגילה איז געפונען געווארן ראסטיג און האט פון אלטקייט, פארלוירן איר נייטראלע ווייכקייט. פאר פיר יאר האט מען עס נישט געעפענט, אויס מורא אז עס וועט זיך צו ברעכן. איז עס געליגן אין די מוזיאם אזוי ווי מען האט עס געפונען אומבארירט.

"פראפ. קון" זייענדיג אין די מוזיאם,  האט פון אויסערליך דערקענט אז עס איז געדרוקט אין כתב עברי, און דאס באקאנט געמאכט פאר אנדערע דעד-סי-סקראולס פארשער. מען האט פרובירט אויף פארשידענע וועגן עס צו עפענען אנדעם וואס עס זאל פארלוירן גיין, אבער אן ערפאלג. יעדעס מאל מען האט עס פרובירט צו עפענען, האט עס אנגעהויבן זיך צו צוברעקלען.

נאך גרויסע אינטערווענץ פון בריטישע פראפעסארן, ביי די ירדן'ע רעגירונג, איז "פראפ. אלגראו" אפגעפלויגן מיט איינס פון די צוויי טיילן קיין מאנטשעסטער, צו "פראפ. רייט בעקער" פון די "יוניווערסיטי אף מאנטשעסטער".  פראפ. בעקער האט מיט ספעציעלע געצייג - פאבריצירט ספעציעל פאר דעם צוועק - צושניטן די מגילה אין די לענג אויף 24 טיילן. און אזוי איז עס געווארן מפוענח.
copper scroll.jpg

דער ריכטיגער אינהאלט פון די "מגילה הנחושת" האט פארשידענע ווערסיעס, יעדער לויט זיין פארשטאנד, מיט זיינע מקורות. און עס ווערן נאך געשריבן נאך, ביזן היינטיגן טאג. יעדע מאל ווען ארכולאגען טרעפן עפעס אן אלטע אוצר פון געלט אדער כלים, פרובירן אנדערע צו פארגלייכן די פלאץ פונעם געפינס מיט איינע פון די פלעצער אויסגערעכנט אין די מגילה. ווי עס האט פאסירט אין 2005. עס איז נישט די פלאץ דא צו דערמאנען אלע ווערסיעס. אבער איטליכע נאטיצן.

אין 2005 האט מען געפונען אן אוצר אינמיטן גרובן אין א דארף אין מזרח ירושלים, וואס שטימט מיט די אוצר דערמאנט אין די מגילה אלס "עמק עכור". צוליב דעם האט מען באשטימט צו אויספירן נאך זוכונגען ביי "מבצר הורקניה" וואס איז אין מדבר-יהודה, מיט די האפענונג צו געפונען אנדערע אוצרות. אבער מען האט גארנישט געטראפן. די מאסיווע מערות זענען ווייזט אויס געגרובן געווארן דורך די אסורים פון תקופת הורדוס.

די מגילה רעכענט אויס ארום פיר און זעכציג פלעצער פון ריזיגע זאפאסן פון גאלד, זילבער, קופפער, בשמים, מטבעות, און טייערע כלים. עס גיבט פונקטליכע אנווייזונגען ווי אזוי צו געפונען די באהאלטענע אוצרות. עס ווערט געשאצט לויט די היינטיגע וואג אויף אן אסטראנאמישער סכום פון "איבער 120 טאָן".

רוב פון די נעמען פון די מקומות דערמאנט אין די מגילה זענען ניטאמאל באקאנט. אויך ווייסט מען נישט פון וואו די אוצרות קומען און צו וועם עס האט באלאנגט. איז עס א פריוואטע אוצר. איז עס פון בית ראשון. אדער פון בית שני, וואס מען האט באהאלטן אז די רומאים זאלן עס נישט געפונען. אדער, איז דאס דער אוצר בית המקדש השלישי?!

די גרעסטער און לענגסטער יעגער נאך די אוצרות פון די "מגילה הנחושת", איז "דזשים בארפיעלד". ער האט עס גענומען אלץ זיין לעבנס מיסיע, צו געפונען די באהאלטענע אוצרות. נאכ'ן שטודירן די מגילה אדורך און דורך איז ער געקומען צו די מסקנה, אז ער ווייסט פונקטלעך וואו די אוצרות זענען. נאר ער קען נישט אנהייבן גרובן אן "פערמיטן" פון די איזראעלישע רעגירונג. ער האט פארשידענע קאנספיראציעס פארוואס מען לאזט איהם נישט גרובן.

די און נאך פארשידענע טעאריעס זענען דא, יעדער מיט זיין מקור. און מיינונגען וואו יעדע פלאץ וואס איז אויסגערעכנט געפונט זיך.

עס איז דא א מעגליכע פארבינדונג מיט וואס עס ווערט געברענגט אין משניות מס' כלים, וואס איז געדרוקט אין ספר עמק המלך פונעם צדיק המקובל רבי נפתלי הכהן הערץ בכרך בן יעקב אלחנן זצ"ל פון פראנקפורט. עס איז געדרוקט געווארן אין אמסטערדאם אין יאר ת"ח. וואו ער איז מבאר קבלת האר"י על פי שיטת הרב ישראל סרוג. ר' נפתלי האט די משניות מעגליך געברענגט פון צפת, נאכ'ן וויילן דארט פאר א לאנגע צייט. ער דערמאנט דארט וועגן "אוצרות בית המקדש" וואס זענען געשריבן "על לוח נחושת"

"אלו כלי הקודש וכלי בית המקדש שהיו בירושלים ובכל מקום קודש כתבום שימור הלוי וחביריו על לוח נחושת"

(ווען די ספר איז צום ערשט ארויס פון דרוק, איז עס שטארק קריטיקירט געווארן דורך צדיקים פון יענע צייט. צווישן די, איז געווען א תלמיד פון ר' חיים וויטאל, "ר' חיים הכהן פון ארם צובא". ער האט דאן געשריבן: "ומי התיר לזולת להעלות אותם בדפוס להתעולל בהם ערלי לב... ומה לעשות דאתמסר עלמא לטפשאי...".)

אין 1952 איז באקאנט געווארן, אז אין די קעלער פון די נשענעל מוזיאם אין ביירוט לבנון, געפונט זיך צוויי ריזיגע מארמאור-שטיינער געקריצט מיט כתב-עברי, מיט בערך די ווערטער "זה דבר שימור הלוי עבד ד' שנת ג שלג לאדם" און עס איז איינגעקריצט די גאנצע "מסכת כלים" וואס וועט געברענגט אין "עמק המלך".

אויך אין די "קאירא גניזה" האט מען געטראפן כתבים פון "מסכת כלים" אויף די כלים פון במה"ק. עס איז געשאצט צו זיין 800 יאר אלט. אסאך פאר די דרוק פון עמק המלך.

עס איז כדי דורך צו ליינען וואס שוועמל האט געשריבן דא:
viewtopic.php?p=730299#p730299
עס גיבט א ברייטע ידיעה און א קלארערע פארשטאנד פון וואס מען רעדט.
מגילת הנחושת מפוענח.jpg

1 בחרובהא שבעמק עכור תחת המעלות הבואת למזרח אמות אריח ארבעין שדת כסף וכליה משקל ככרין שבעשרה KEN

2 בנפש בנדבך השלישי עשתות זהב 100

3 בבור הגדול בחצר הפרסטלון בירכ קרקעו סתומ בחוליא נגד הפתח העליון ככרין תשע מאת

4 בתל של כחלת כלי דמע בלגין ואפורין הכל של דמע והאוצר השבוע ומעסר שני בפי גל פתחו בשולי האמא מן הצפון אמות שש עד ניקרת הטבילה XAG

5 בשיא המסבא של מנס בירדא לסמל גבה מן הקרקע אמות שלוש [כ]סף אברעין בכד

6 בבור המלח שתחת המעלות ככרין HN 42

7 במערת בין חמדה הישן ברובד השלישי עשתות זהב ששין וחמש ThE

8 בצריח שבחצר בתי העצין ובתכו בור ב[ו] כלין וכסף ככרין שבעין

9 בבור שנגד השער המזרחי רחוק אמות תשעסרא בו כלין ובמזקא שבו ככרין עסר DI

10 בבור שתחת החומא מן המזרח בשן הסלע כדין של כסף שש ביאתו תחת הסף הגדול

11 בברכא שבמזרח כחלת במקצע הצפוני חפור אמת בא ארבע ככרין 22

12 בח[צר ...]ט תחת הפנא הדרומית אמות תשע כלי כספ וזהב של דמע מזרקות כוסות מנקיאות קסאות כל שש מאות ותשע

תחת הפנא האחרת המזרחית חפר אמות שש עסרה כספ ככ TP 40

13 בשית שבמלח מבצפונו כלי דמע ולבושין ביאתא תחת הפנא המערבית

14 בקבר שבמלח ממזרחו בצפון אמות תחת המדפ שלוש ככ 13

15 בבור הג[דול שבכ]חלת בעמוד בצפונו ככ [...] SK

16 באמא הבא[ה ל...] בבואתך אמות אברע[ין] כסף ככ 55

17 בין שני הבתין שבעמק עכון באמצענ חפון אמות שלוש שמ שני דודין מלאין כסף

18 בשית האדמא שבשולי העצלא כספ ככ מאתין

19 בשית המזרחית שבץפון כחלת כספ ככ שביענ

20 ביגר של גי הסככא חפור אמה כספ ככ 12

21 ברוש אמת המימ [הבאה ל]סככא מן הצפון ת[חת האבן] הגדולא חפור אמ[ות שלו]ש כספ ככ 7

22 בסדק שבסככא מזר[ח ל]אשווח שלומו כאלין של דמע ובתכן אצלמ

23 מעל החריצ של שלומו עד הרגמ הגדול אמות ששין חפור אמות שלוש כספ ככ 23

24 בקבר שבנחל הכפא בבואה מירחו לסככא חפון אמות שבע ככ 32

25 [במ]ערת העמוד של השני [ה]פתחין צפוא מזרח [ב]פתח הצפוני חפור [א]מות שלוש שמ קלל בו ספר אחד תחתו ככ 42

26 במערא של הבנא של הרגמ הצופא למזרח חפר בפתח אמות תשע ככ 21

27 במשכן המלכא בצד המערבי חפר אמות שתימ עסרה ככ 27

28 ביגר שבמגזת הכוהן הכדול ח[פור אמות] תשע ככ [...]

29 באמא של [המימ של] האשוח הצפו[ני ...] בארבע רוח[ות מש]ולו משח אמות עסרין ו[אר]בע ככרינ ארבע מאות

30 במערא שאצל המקר[א] של בית הקצ חפר אמות שש כדין של כסף שש

31 בדוק תחת פנת המשמרה המזרחית חפור אמות שמע ככ 22

32 על פי יציאת המימ של הכוזבא חפור אמות שלוש עד הסור ככ 60 זהב כרינ שתימ

33 [בא]מא שבדרך מזרח בית אווצר שבמזרח אחין כלי דמע וספרין אל הכלין

34 בגי החיצונא כתב חרת על האבן חפור אמות שבע עסרא תחתיה כספ וזהב ככ 17

35 ביגר של פי צוק הקדרון חפור אמות שלוש ככ 7

36 בשלף של השוא הצופא מערב בדרומ בצריח הצופא צפון חפור אמות עשרין וארבע ככ 67

37 בדון של השוא בצריח שבא חפון אמות אחת עסרה כסף ככ 70

38 בשובך שבשולי הנטף משח משולו אמות משלושרא שתין חפורות בשועה שבע כדין איסתרין ארבע

39 בחבלת השנית בצריח הצופא מזרח חפון אמות שמונא ומחצא ככ 23.5

40 בצריחי החורון ברוח הצופא ס ימ בירכ חפור אמות שש עסרה ככ 22

41 בקובעה כסף מנ החרמ

42 בקילח מימ הקרובין לכפ הביב מרחב לפיהמ חפור אמות שבע ככ 9

43 בשית שיבצפון פי הצוק של בית תמר בצחיאת גר פלע כל שבה חרמ

44 בשובך שבמצד נאבח ה[...] דרומ בעליאה השנית ירידתו מלמעלא ככ 9

45 בבור גר מזקות שרוי מהנחל הגדול בקרקעו ככ 12

46 באשוח שיבית הכרמ בבואך לסמולו אמות עסר כסף ככרין ששין ושנין/.

47 בימ של גיא זך בצדו המערבי אבן שחוריא אמות שתין הו הפתח ככרין שלש מאות זהב וכלין כופרין עסרה

48 תחת יד אבשלומ מן הצד המערבי חפוור אמות שתין עסרה ככ 80

49 בימ בית המימ של יהו לתחת השקת ככ 17

50 [בברכא העליונ]ה בארבעת מקצועותיה בכלי דמע בתכן אצלמ

51 מתחת פןת האסטאנ הדרומית בקבר צדוק תחת עמוד האכסדרנ כלי דמע סות דמע סנה בתכן אצלמ

52 בתבסת ראש הסלע הצופא מערב נגד גנת צדוק תחת המסמא הגדולא שבשולו הו חרמ כ 10

53 בקבר שתחת הסבין ככ 40

54 הקבר בני העבט הירחי בו כלי דמע או דמע סות בתכן אצלמ

55 בבית האשוחין באשוח בבואתך לימ אמות שלו{ש} כלי דמ{ע} לאח דמע סירא בתכן אצלן

56 במבא די[רת] בית המשכב המערבי טיף על מ[........] תשע מאות זהב ככ 5

ככרין ששין

תחת סף הכוך ככרין 42

58 בפי המבוע של בית שמ כל{י} כסף וכלי זהב של דמע וכסף הכל ככרין שש מאות

59 בביבא הגדולא של הבזך כל{י} בית הכוך הכל משקל ככרין 71 מנין עסרין

60 בשית שבינח בצפון כחלת פתחא צפון וקברין על פיה משנא הכתב הזה ופרושה ומשחותיהמ ופרוט כל אחד ואח{ד}


אז מען איז אביסל מעיין אין די מגילה זעהט מען אז דער שליסל צו די סוד פון די אוצרות איז מעגליך אין די לעצטע שורה.
"בשית שבינח בצפון כחלת פתחא צפון וקברין על פיה משנא הכתב הזה ופרושה ומשחותיהמ ופרוט כל אחד ואח{ד}"

ווייזט אויס אז עס איז דא ערגעץ נאך א מגילה באהאלטן, וואס דארט שטייט אנווייזונגען ווי צו ליינען די ערשטע מגילה.

לאמיר האפן אז די שפעקולאציעס זאלן בקרוב פארענטפערט ווערן בתוך שאר הקשיות בביאת גואל צדק ובא לציון גואל בב"א.
לעצט פאראכטן דורך בענקעל אום זונטאג פאברואר 19, 2017 2:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2090
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג פאברואר 19, 2017 2:22 pm

בייקר חותך את המגילה הנחושת.jpg




ביים געפונען די מגילה
מבצר הורקניה (על שם יוחנן הורקנות)

זינט 2013 אין די נייע דזשארדן מיוזיאם אין אמאן

Kachelet %281%29.jpg
Kachelet %281%29.jpg (9.93 KiB) געזעהן 2953 מאל

א מאפע פון תל כחלת די איינציגסטע נאמען אין די מגילה, וואס מען ווייסט וואו דער פלאץ איז.

אויף די לוחות פון לבנון און די מסכת כלים פון די גניזה, האבן מיר 'דערווייל' נישט געפונען קיין בילדער אדער איר אטענטישקייט.
לעצט פאראכטן דורך בענקעל אום זונטאג פאברואר 19, 2017 2:40 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג פאברואר 19, 2017 2:24 pm

גיימיר זיך ארויסלאזן אויף א געיעג...!
נישט נארמאל וואס דא גייט פאר...
;l;p- שכח בענקל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג פאברואר 19, 2017 6:08 pm

אין די ענין מעגעזין (יתרו) האט ג"א הערציג א זייער אינטערסאנטע שמועס לגבי כתב עברי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג פאברואר 19, 2017 10:21 pm

פשיהא !
ישר כח בענקעל פאר די לענגערע אפהאנדלונג און פארן דערמאנען מיין ארטיקל איבער די אוצרות בית השם.

אגב איז יענע וואך געווען אין די נייעס איבער א נייע, צוועלפטע הייל וואס מ'האט געטראפן אין קומראן מערה י"ב מיט פרישע אנטדעקונגען.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » זונטאג פאברואר 19, 2017 10:23 pm

וואס פארא חידושים איז דא אין די צוועלפטע הייל?
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2090
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג פאברואר 19, 2017 10:49 pm

עין טובה האט געשריבן:וואס פארא חידושים איז דא אין די צוועלפטע הייל?

נישטא קיין חידושים. עס איז א הייל וואס מען האט עס יעצט א נאמען געגעבן "מערה 12". און די בושה איז גרויס. די בעדאינער האבן עס אינגאנצן אויסגעליידיגט. מען זעהט נאר צובראכענע טעפ און סחורה, אין וואס די מגילת זענען געווען אוועקגעלייגט. אלעס ווערט יעצט פארקויפט אויפ'ן שווארצ'ן יריד. די פלינדערערס ווייסן גארנישט ווי צו היטן אויף די טייערע חפצים וואס מען טרעפט דארט און מאכן א חורבן וואו זיי קומען אהן.

Qumran-cave-12.jpg
א ליידיגע שטיקל פארמעט אין מערה 12

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג פאברואר 19, 2017 11:19 pm

יישר כח בענקעל, אזוי ווי אלעמאל, הערליך שייך און זייער באלערענד.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » זונטאג פאברואר 19, 2017 11:59 pm

להוי ידוע:
ס׳איז פאראן א מדרש בשם ״מדרש שימר הלוי״
אין אט דעם ספר איז געדרוקט דער מגילת הנחושת קלאר ווארט ביי ווארט, דורך רבותינו החז״ל פאר טויזנטער יאר צוריק, און מ׳זעט דארט אסאך ענדערונגען פון די פיענוח פון די אפיקורסישע חוקרים.

ווער קען ביטע אפיר זוכן אט דעם ספר משרד שימר הלוי.
בעיני ראיתיו לפני הרבה שנים, וחבל שלא עשיתי העתק.

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » מאנטאג פאברואר 20, 2017 6:38 am


אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » מאנטאג פאברואר 20, 2017 9:29 am


אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מאנטאג פאברואר 20, 2017 10:25 am

בענקל, ביסט ריזיג! איך האב קיינמאל נישט געוויסט פון די גאנצע זאך. טענק יו ווערי מאטש!

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג פאברואר 20, 2017 10:48 am

יואב בן צרויה האט געשריבן:בענקל, ביסט ריזיג! איך האב קיינמאל נישט געוויסט פון די גאנצע זאך. טענק יו ווערי מאטש!

גא"מ. א הערליכע ארבייט, בענקל!
"איך האב געהאט א חלום אז איך בין וואַך, איך דערוועק זיך און איך זעה אז איך שלאָף." — מפי השמיעה

מפתח צו מיינע אשכולות.

טי בעג
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:38 am

תגובהדורך טי בעג » דינסטאג פאברואר 21, 2017 8:59 pm

An 1,800 year old limestone capital dating to the Roman period that is engraved with two Hebrew inscriptions was discovered during the course of restoration and conservation work being carried out in the ancient synagogue and neighboring Beit Zinati visitor center at Peqiʽin, in the Western Galil. The work is being conducted by the Council for Conservation of Heritage Sites in Israel as part of a heritage project by the Ministry of Jerusalem Affairs and Heritage. The stone was found upside down in the building’s courtyard, and upon discovery of the inscriptions archaeologists of the Israel Antiquities Authority arrived at the site in order to examine the special find. A preliminary analysis of the engraving suggests that these are dedicatory inscriptions honoring donors to the synagogue.
צוגעלייגטע
25204.jpeg
א איד טאר קיינמאל נישט אויפגעבן, מיט א שטראל פון האפענונג נאר לעבן, מיט יעדן פראבלעם, פארלאז דיך נאר אויף אים, פארגעס נישט אז דו ביסט א איד.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2090
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

די שטיין מיט פיר שפראכן

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 8:45 pm

אין די "סיסע מוזיאם" אין "פאלערמאו איטאליע", געפונט זיך א מאנומענט פון מארמאור און טייערע שטיינדלעך. די מאנומענט איז געמאכט געווארן דורך גריזאנטאו - א נארמענישער גלח פונעם קעניגלעכן הויף, קעניג ראדזשער דער צווייטער פון סיציליע - אלס א אנדענק אויפ'ן קבר פון זיין מאמע "אננא".
מצבת אנה של ארבע לשונות.jpg

די שטיין טוט פארצייכענען דער טאג ווען זי איז געשטארבן און איר באגרעבעניש, אין יאר 1148. עס איז געשריבן אויף פיר שפראכן, יעדע שפראך מיט איהרע אייגענארטיגע אותיות, פון אלע עטנישע גרופעס וואס האבן געוואוינט אין סיציליע. -" עברי-ערבי", פון אויבן. גריכיש, פאר די גריכן אויף די רעכטע זייט. אויף די לינקע זייט לאטיין, פאר די נארמאן-קאטאליקן. אראביש, פאר די מוסלומענער פון אונטן. עקסטער אינטערעסאנט איז די דאטום ביי יעדער שפראך איז פארצייכנט לויט איהר רעליגיעזע קאלענדאר. די אידישע יאר, ד'תתקח. פאר די גריכן, 6658. לאטיין, 1148. און מוסלומענער, 543.

*

די אידישע היסטאריע אין סיציליע גייט צוריק ביז 20 יאר פאר די צייט פון "חורבן בית שני". אנדערש פון וואס די מאנומענט צייגט און א באווייז אויף א געמיינזאמע טאלעראנץ צווישן באזונדערע רעליגיעס, האבן די אידן אין סיציליע מיט געמאכט, שוידערליכע רדיפות און פאגראמען.
אויסער שווערע שטייערן, און מוזן גיין מיט א ספעציעלע "רויטע לאטע", האבן די אידן געלעבט גאנץ רואיג ווען די מוסלומענער זענען געקומען צו די מאכט אין 831. די אידן האבן געפירט פארצווייגטע די געשעפטן צווישן סיציליע, נארט-אפריקע און מצרים. שפעטער אין 1070, ווען די נארמענער זענען געקומען צו דער מאכט, האט מען נאך געדארפט צאלן הויכע שטייערן און גיין מיט די ספעציעלע לאטע, זענען שוין די אידן דאן געווארן אנערקענט אלס בירגער, מיט מער האנדלס רעכטן און אפילו געהאט רעגירונג שטעלעס.

די היסטאריע ווייזט טאקע, א באזונדערע געמיינזאמע געזעלשאפט צווישן אלע רעליגיעס אין די צייטן פונעם צוועלפטן יאר-הונדערט, דורכאויס די יארן פון ראדזשער דער צווייטער. ער האט זיך אנגענומען פאר די אידן, און אפגעשטעלט די באצווינגטע טויפעריי. און געפירט דאס לאנד מיט א שטארקע און שטרענגע יושר פאר אלע רעליגיעס. די אידן אין פאלערמאו האבן אין די צוועלפ'טע יאר-הונדערט זיך געציילט צו ארום 8000 נפשות. און געווען אנגעזעהנע הענדלער, דאקטוירים, באנקירער, איבערזעצער, שמידער. און געהאט די מאנאפאל אויף "זיידן" און  "פארבעריי" אינדוסטריעס.
עס איז באזונדער דא הונדערטער בריוו'ן און שטרות, פון די "קאירא גניזה" ווי אידן האבן געהאנדלט מיט אידן פון סיציליע. אלעס איז געשריבן אין כתב עברי-ערבי. וואס איז פארבליבן די שפראך ביי די אידן, אפילו עס איז שוין דאן געווען אונטער די נארמענער.
די פרייהייט האט זיך אבער געטוישט אין 1492, מיט די שפאנישע אינקוויזיציע.

*

איטליכע פארהוילענע פונקטן: פאר וועם האט מען געשריבן די אידישע שפראך? ווער האט עס געליינט? זענען אידן אריין אין די קירכע? האבן די אידן געקענט אננא, אדער איר זוהן גריזאנטוס? ווער האט דאס פאָר געשריבן פאר גריזאנטוס? קען טאקע זיין וואס היסטאריקער קלערן אז אננא איז געווען פון אידישן אפשטאם?

מצבת אנה עברי-ערבי.jpg


"תופית אם אלקסיס אכרסנת, קסיס אלמלך אלמעטם, צאחב איטאליה ו... וקלוריה וצקליה ואפרקיה, יום אלגמעה, אלעצר, אלעשרין מן שהר אוסה, סנה ארבע אלאף ותסע מאיה ותמאניה. ודפנת באלגאמע אלאעטם. ת'ם נקלהא ולדה באלצלאה אלי הדה אלכנסיה צנת מיכאיל, יום אלגמעה, אול סאעה, אלעשרין מן מאיה, סנה ארבע אלאף ותסע מאיה ותסעה. ובנא עלי קברהא הדה אלכנסיה יסמא אלכנסיה צנת אנה עלי אסם אם אלסידה מרים ואלדת
אלמסיח. ירחם אללה מן קרא ודעא להא באלרחמא. אמין, אמין".


"מתה אנה אם הכומר גריזנטוס, כומר המלך העצום, אדון איטליה ו... וקלוואריה וסיציליה ואפריקיה(תוניס), ביום שישי בשעת תיפלת אחר הצהריים, בעשרים לחודש אוגוסט, שנת ארבעת אלפים ותשע מאות ושמונה. ונטמנה במסגד הגדול(הכוונה לקתדרל). אחר כך העביר אותה בנה תוך תיפלות לכנסייה זאת, סנט מיכאל, ביום שישי בשעת הבוקר, העשרים במאי, שנת ארבעת אלפים ותשע מאות ותשע. ובנה על קברה כנסייה זו(הכוונה לקפלה), הנקראת סנט אנה," וכו'

פון צווישן אסאך בריוו'ן פון פאלערמאו פון די "קאירא גניזה", האבן מיר געקליבן די בריוו וואס טוט טיילווייז אפשפיגלען דאס לעבנס שטייגער פון די אידן אין סיציליע, וואס מיר האבן אויבן געשריבן. עס איז אויך געשריבן אינעם צוועלפ'טן יאר-הונדערט. אין די זעלבע יארהונדערט פון די צייכענונג אויף דעם מאנומענט.

מכתב מ'פלרמו שנת 11 המאה.jpg


די בריוו שיקט "זכאר בן עמאר" פון פאלערמאו - צו "יוסף בן מוסי תאהרתי" פון מצרים. - ער איז א רייכע באנקירער, א מקורב ביים שר "איוב בן תמים", און פון די ראשי קהילה אין סיציליע. די בריוו רעדט איבער דעזירירטע קאנטעס צווישן זכאר און יוסף, אין די הינטערגרונט פון א שווערע געשעעניש, וואו צוויי שיפן אנגעפילט מיט סוחרים און סחורה האבן געזינקן. צווישן זיי זכאר, און זיין ברודער חיים און חיימ'ס ווייב. קוקט אויס, אז עס איז נישט געווען קיין פארלוסט פון נפשות, אבער א ריזיגע פארלוסט אין פארמעגן.
יעצט פרובירט זכאר צו מינימוזירן די פארלוסט ווי ווייט מעגליך דורך טרעפן די שטרות פון די בעלי חובות ער זאל כאטש קענען ווערן צוריקגעצאהלט.

זכאר איז ספעציעל איבערגענומען פון  שותפות געשעפטן וואס ער האט מיט א מוסלומענער סוחר פון סיציליע "עבדאללה מחמד בן אלחסין".  און מיט איינע פון די חשוב'סטע אידישע סוחרים פון מצרים *"לבראט בן משה בן סגמאר".
עס רעדט זיך אויך איבער קויפן און פארקויפן רויע-שטאף, ספעציעל לענן.

זכאר שרייבט איבער געלטער וואס מען ברויך ספעציעל צאלן פאר פיראטן אין די הפקר'דיגע ים ליניעס. און איבער סחורה וואס איז פארלוירן געגאנגען צו די פיראטן. ער שרייבט איבער פארצווייגטע געשעפטן צווישן אפריקע און מצרים

צום שלוס שרייבט זכאר איבער א ספעציעלע שטייער "אלעושר" אויף אימפארטירטע סחורות. ער גיבט פאר א ספעציעלע שליח געלט, וואס דארף דעקן די שטייער אויף אלע אימפארטירטע סחורות. אבער ער דארף נאך צו בארגן נאך אביסל, צו דעקן דעם גאנצן סכום. ער לייגט דאס צו צו דעקן שאדנס פון געזינקענע סחורות און פיראטן רויבעריי.

עס איז מוראדיג וואו דורך אויס דעם גאנצן בריוו, טוט זיך זכאר צו יעדע צייט אויסדרוקן מיט תחנונים צום באשעפער אז ער זאל מצליח זיין.
*באקאנט אלץ דיינים אין "אלמהדיה" תוניס-אפריקע. פון "לבראט דיין" איז דא א בריוו פון די גניזה וואו ער שרייבט וועגן רבינו נסים גאון.
לעצט פאראכטן דורך בענקעל אום פרייטאג פאברואר 24, 2017 12:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:16 am

הרב בענקעל דיינע באריכטן זענען זייער עפריציעטעד
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10287
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג פאברואר 24, 2017 1:32 pm

גאר אינטערסאנט, יישר כח פאר אלע אייערע תגובות.
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג פאברואר 24, 2017 3:41 pm

לכאורה האט געשריבן:גאר אינטערסאנט, יישר כח פאר אלע אייערע תגובות.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » זונטאג פאברואר 26, 2017 12:29 pm

צ"ל כתב אשורי-ערבי

בענאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » זונטאג פאברואר 26, 2017 5:22 pm

דאהי אין בלומינגבורג איז דא א שטח וואס מאנכע פארציילן אז מען האט דארט געפונען א שטיק אייזן וואס ארכעאלאגן האבן צוגעבינדן צו די מלחמה פון וואשינגטאן מיט די ענגלענדער.
ווייסט איינער עפעס מער וועגן אזא זאך. איז דא ערגעץ אין די היסטאריע א מקור אז אויף דעם שטח איז געווען די מלחמה

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג פאברואר 26, 2017 5:51 pm

בענאק האט געשריבן:דאהי אין בלומינגבורג איז דא א שטח וואס מאנכע פארציילן אז מען האט דארט געפונען א שטיק אייזן וואס ארכעאלאגן האבן צוגעבינדן צו די מלחמה פון וואשינגטאן מיט די ענגלענדער.

ווייסט איינער עפעס מער וועגן אזא זאך? איז דא ערגעץ אין די היסטאריע א מקור אז אויף דעם שטח איז געווען די מלחמה?

לא שמעתי וועגן דעם אייזן אין בלומינגבערג. דער האדסאן וואלי ראיאן איז זיכער געוועזן א צענטער אין דעם מלחמת השחרור צווישן די אמעריקאנער רעוואלוציענערן און ענגלאנד. די שלאכטן אין דרום ניו יארק זענען בעיקר פארגעקומען ארום דעם האדסאן ריווער, אבער די ווייטערע מערב געגנטער זענען פילייכט אויך געווען פארוויקלט, צי מיט שפיאנאזש צי מיט בויען געווער, אדער אנדערע מלחמה-פארבינדענע אקטיוויטעטן.
"איך האב געהאט א חלום אז איך בין וואַך, איך דערוועק זיך און איך זעה אז איך שלאָף." — מפי השמיעה

מפתח צו מיינע אשכולות.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג פאברואר 26, 2017 5:57 pm

בענאק האט געשריבן:דאהי אין בלומינגבורג איז דא א שטח וואס מאנכע פארציילן אז מען האט דארט געפונען א שטיק אייזן וואס ארכעאלאגן האבן צוגעבינדן צו די מלחמה פון וואשינגטאן מיט די ענגלענדער.
ווייסט איינער עפעס מער וועגן אזא זאך. איז דא ערגעץ אין די היסטאריע א מקור אז אויף דעם שטח איז געווען די מלחמה

איך געדענק נאך ווען מען פלעגט אזוי זאגן אויף די קוילן און פיילן וואס מיר האבן געטראפן אין סאטמאר אינגל קעמפ (נעפאנק). ס'לכאורה די זעלבע לעגענדעס...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » זונטאג פאברואר 26, 2017 6:07 pm

in the goose pond state park close to monroe, on 17m on the mountains
איז געווען א באקאנטער לוחם וואס האט זיך דארט אויסבאהאלטן אין א מערה, דא גאנצע סטאריס ארום דעם.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2090
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 10:30 am

בענקעל האט געשריבן:אין 1952 איז באקאנט געווארן, אז אין די קעלער פון די נשענעל מוזיאם אין ביירוט לבנון, געפונט זיך צוויי ריזיגע מארמאור-שטיינער געקריצט מיט כתב-עברי, מיט בערך די ווערטער "זה דבר שימור הלוי עבד ד' שנת ג שלג לאדם" און עס איז איינגעקריצט די גאנצע "מסכת כלים" וואס וועט געברענגט אין "עמק המלך".

אויך אין די "קאירא גניזה" האט מען געטראפן כתבים פון "מסכת כלים" אויף די כלים פון במה"ק. עס איז געשאצט צו זיין 800 יאר אלט. אסאך פאר די דרוק פון עמק המלך.


כדי להעמיד דברים על דיוקם

נאכדעם וואס מיר האבן געמאכט אינטענסיווע זוכונגען, און גערעדט מיט די יודעי גניזה, האבן מיר נישט געטראפן קיין שום זכר איבער עפעס א משניות מסכת כלים פון די גניזה. אויך האבן מיר זיך פארבינדן מיט ר' אלי' גורעוויטש פון "תוספתה אנליין", - וואס ער זוכט שוין די משניות פאר יארן - האט אויך נישט געקענט טרעפן די משניות.
דאס איז וואס הרב גורעוויטש שרייבט איבער די משניות כלים פון די גניזה:
In my search for this Genizah fragment mentioned by Vendyl Jones, I have contacted 2 largest Geniza collections, the Taylor-Schechter Genizah Research Unit at the Cambridge University Library, and also AHRC John Rylands Cairo Genizah Project at the The John Rylands University Library at The University of Manchester. So far I have received the following a reply from the Taylor-Schechter Genizah Research Unit. I am quoting a part of their email here:

"We are also not aware of Solomon Schechter ever having seen or published any such fragment.

I see from your Tosefta blog that you quote Vendyl Jones who claims that a William Bowen at Cambridge University mentioned the fragment to him. But further searches on the internet show that this Bowen was Jones’ teacher at the so-called ‘Bowen Biblical Museum’ in the United States. Further researches show that the only museum under that name is one housed in the Bob Jones University in Carolina and the ‘museum’ in question is connected to a Mr and Mrs Frank Bowen. So, I really don’t know how reliable a source Mr Vendyl Jones is.

We certainly do not know of any William Bowen connected to Cambridge or the Genizah, but if you can enlighten us that would be great."


That just shows you how careful you have to be about all of these quotes in different sources. So far it seems that such fragment may not exist. I am still waiting for a reply from the Reyland collection.


איבער די לוחות פון די ביירוט מוזיאם.- די קעלער פון די מוזיאם איז דאס יאר געעפענט געווארן, ווארטן מיר צו הערן אדער זעהן עפעס בילדער פון די אזוי גערופענע שטיינער פון מסכת כלים.

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1224
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

מאסיווע סטאטוע פון פרעה אנדעקט אין עגיפטן

תגובהדורך וואס א חילוק » דינסטאג מארטש 14, 2017 5:05 pm

עגיפטישע ארכעאלאגן זענען נאך אלס ערשטוינט פון די העכסט אינטרעסאנטע אויפדעקונג וואס איז געפונען געווארן אין א פארלאזטע געגענט אין קאירא, נעמליך א מאסיווע סטאטוע פון פרעה רעמסס, דער פרעה וואס ווערט דערמאנט אין די תורה. וועלכער ווערט אנגערופן אין די היסטאריע בוכער ״רעמסס דער גרויסער״ די סטאטוע איז טויזנטער יאר אלט, און געפונט זיך אין גאנץ א גוטן צושטאנד, עס ווערט באצייכנט אלס ״דער גרעסטער ארכעאלאגישע געפונס אין עגיפטן די לעצטע הונדערטער יארן״

קרעדיט: yiddishnews@jpupdates.com
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט