פרעזידענט טראמפ 2/16/2017 פרעסע קאנפרענס - טורקס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

משהזוךמיר האט געשריבן:
פלאחותיך האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
טראבל מעיקער האט געשריבן:יואל אשר לאבין שרייבט אויף טוויטטער

JakeTurx you were great, you did your best, zayde was tired and in a bad moods. Zayde's, you know...

:lol:

אה, זייער גוט, יעצט האט יואל אשר גוט אריינגעפליקט דעם משוגע'נעם טראמפ און נאך אין פאבליק! יעצט ווער ער זיך נישט וואגן זיך אנצוהייבן מיט מיר וויל ער ווייסט שוין אז איך האב א בלוטעדיגע פאסיק!

רבוש''ע, דאס זענען אונזערע עסקנים?!?!? יונגעלייטלעך וואס שפילן מיט אידיש בלוט פאר זייערע פאליטישע מיינונגען (ניטאמאל אינטערעסן ווייל ער פערזענליך גייט גארנישט פארדינען פאליטיש דערפון.)?!?!? דו ווייסט וואספארא כח דער אמעריקאנער פרעזידענט האט?!? דו ווילסט אים צווינגען צו ווערן אן אנטיסעמיט?!?!?!?

זעהט אויס אז טראמף איז נישט פון יואל אשר'ס פאלאויערס אויף טוויטער, ווען יא וואלט ער מסתמא נישט געשריבן אזוי

אה האסט מיר בארואיגט. אמער, ווען טראמפ וועט וועלן זעהן וואס די רעאקציע אין די אידישע גאס איז, וואס איינס פון וועגן דאס מברר צו זיין - עכ''פ פאר טראמפ וואס איז זייער אקטיוו אויף טוויטער - איז צו זען וואס די גרויסע אידישע מוילמאכער (ד.ה. די מיט אסאך פאלאוערס) האבן צו זאגן, וועט ער נישט האבן קיין שום וועג צו וויסן וואס דער מטורף האט געשריבן ווייל ער איז נישט פון זיינע פאלאוערס...

עס איז שוין צייט יואל אשר און אנדערע 'עסקנים' (ווי י.כ.) זאלן אנערקענען עס איז א שפיל מיט פייער און אויפהערן שפילן פאליטיק אין די גוי'אישע גאס (אין די אידישע קענסטו זיך שטעלן אויפ'ן קאפ, עס גייט מיר - און טראמפ - גאנץ ווייניג אן וואס ער שרייבט אין דער שטערן. אבער זיי זאלן אויפהערן זיך צו רייצן מיט פאליטיקאנטן בפרהסיא.)

און די זעלבע מיט די וואס זענען פון די טראמפ לאגער זאלן אויפהערן רייצן מיט פאליטישע פירער ווי זייער אייגענע סענעטאר פון ניו יארק טשאק שומער צו זייער געוועזענער סענעטאר קלינטאן!
מיר זענען גלות יודן און אונז זעמער אונטערגעווארפן אונטער זיי און אונז זעמער מתפלל אז זאל זיין שלום מלכות און גוט פאר יודן
אז די האסט טענות אדער האלטסט אנדערשט קום א הער אויף איי-וועלט געב דיר אויס דא! אבער אין גאס פאק איין דאס איז נישט דיין פלאץ רעספעקטיר יעדן!

---
האקט
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

הערשט דא סארא חאריידיזפאביע. א איד מיט א היימיש געשטעל טאר שוין גארנישט. כל כבודה "בן" מלך פנימה. דו ווילסט נישט, פיין.
עס מיינט אבער נישט אז קיינער מעג נישט זיין אין די פאבליק ספעקטרום. עס איז נישט קיין שום פראבלעם פאר א היימיש געשטעל צו נעמען סיי וועלכע פאזיציע אין סיי וועלכע אינדוסטריע די אלגעמיינע ציוויליזאציע קולטור ווילאנג מען פירט זיך מענטשליך, מען טראכט וואס מען טוט, און מען מאכט א קידוש ה'.

דו האלטסט אז ס'נישט געזונט, איך מעג זיין מחולק. איך האלט אז עסן קארבס איז נישט געזונט. דיין פאלשע טראמפישע זעלבסט-דערנידערונג געפיל האט נישט קיין שום מקור נישט עפ"י תורה און נישט עפ"י שכל. און איך געב שוין דיסקלעימער אז ווען איך בין א רעפארטער און איך שטעל טראמפ א נארמאלע פראגע, רעד איך נישט אין דיין נאמען אפילו איך זע אויס ווי דיר.

גראדע דא האט די הקדמה פון מר. טורקס נישט אויסגעפעלט. נישט אז ער האט עפעס שלעכט געזאגט, נאר עס האט אראפגעלייגט אין אן איידעלן טאן כאילו עס איז פאראן א פאלשע פערסעפשאן אז די טראמפ שטיצער טוען מוטיגן אנטיסעמיטיזם, טראץ וואס ער זעלבסט האט דאס אין זיינע ווערטער אפגעווארפן. סיי ווי אזוי, איז נארמאל פאר ריפארטער שטעלן הארבע פראגן פאר א פרעזידענט, און די פרעזידענטן - אפילו טראמפ - זענען אין נארמאלע אומשטענדן אימיוניזירט דערצו, און זענען אין פיל ערגערע פעלער טרענירט זיך ארויסצודרייען פון געבן אן ענטפער בכמה אופנים.

די מאדנע טראמפ רעספאנס ברענגט מיר אבער אויף פארדאכטן. איך מיין אז ס'נישט דאס ערשטע מאל וואס טראמפ אדרעסירט אנטיסעמיטיזם / ראסיזם אדער סיי וועלכע אישו וואס זיין אדמיניסטראציע איז נעגאטיוו אפיאילירט מיט. ער טוט געווענליך גאנץ גוט הענדלען די HEAT.

מיינע שטילע פארדאכטן זענען באזירט אויף די פאלגנדע קאמבינירטע פונקטן: די אידענטיטעט און טראגע פונעם פרעגער, די שטוינענדע אומגעראכטענע רעספאנס פונעם פרעזידענט, און אומצאליגע "פאלשע" מידיא באריכטן בנוגע טראמפ און אנטיסימיטיזם.
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

טראבל מעיקער האט געשריבן:די זעלבע פראבלעם איז ווען אונזערע עסקנים נעמען זיך וויינען מיט קראקאדיל טרערן ווען א קליינע שגץ שרייבט א האקנקרייץ אין די שניי..... אונז דארפן זיך אביסל בארוהיגן....

;l;p-
100٪ איך האלט שוין לאנג אז יודן ווי שטילער מען איז אלס בעסער פארט מען און ביז יודן זענען נישט געווען קיין פאליטישענס אין דייטשלאנד איז מען בעסער געפארן

די adl און אלע אנדערע "יודישע" ארגאניזאציעס זענען א סכנה! דער גוי וויל דיר נישט זען יעדן טאג!

איך האב נישט קיין מינדערסטע ספק אז דשאורדש סאראס ברענגט א מורא'דיגע שנאת ישראל!
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

עס איז ד אסאך וואס צו ענטפערן,however, א תגובה וואס ענטהאלט
ר' יום טוב האט געשריבן:ט. דיין פאלשע טראמפישע זעלבסט-דערנידערונג געפיל

איז נישט ווערט קיין תגובה
Get your facts first, then you can distort them as you please.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פארטראכטער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:נאו איידיע בכלל פארוואס דער פרעזידענט יר"ה זאל זיך אזוי שטארק באליידיגן פון אזא שאלה

אבער א "הייימישער אידישער רעפארטער" וואלט יא געדארפט האבען א איידיע; און דאס איז וואס מיר זענען דן.

אויב מען האט נישט קיין איידיע, איז נישט פאר אזא איינער דאס פלאץ דארט.

פארוואס אין גיהנום דארף א רעפארטער זיין נייס צו א פרעזידענט?
די דזשאב פון א רעפארטער איז צו פרעגן שווערע קשיות!! קיין איינער אויפן וועלט קוקט נישט יעצט אראפ טורקס אדער עני אנדערע איד פארן פרעגן די קשיא.

און אודאי אלס אידישע רעפארטער, דארף ער פרעגן א קשיא וואס איז נוגע די אידישע געמיינדע, וואס האסטו געוואלט ער זאל פרעגן ווען די וואנט גייט שוין ענדליך ווערן פארטיג??

הער שוין אויף אריינצולערנען אזעלכע טיפע כוונות אין יעדע שטות וואס קומט ארויס פונעם הויכגעשעצטען ירום הודו.

פליז.

לאמיר עס דיר מסביר זיין.

א רעפארטער מוז נישט זיין נייס צו די פרעזידענט.

א רעפארטער מעג פרעגן שווערע קשיות.

יעצט, דער רעפארטער דא איז נישט סתם א רעפארטער, נאר א איד; און נישט סתם א איד, נאר א היימישע איד.

יעצט, אויב איז געווען גאר א גרויסע טשענס אז טראמפ זאל פארדאנען סאמעט, ווייל ווי מען האט יעצט געזעהן האלט ער אונז פאר גוטע פריינד, איז געווען שטארק צו האפען אז ער וועט צו אונז האבען פארשטענדעניש און מיטלייד. יעצט "צוליב די מעשה" אפשר וועט עס זיין שווערער. דאס איז ראשית.

ושנית, זעמער אונז אין גלות, און א איד אין גלות פילט נישט אז דאס איז זיין אמת'ע היים און פירט זיך אויף עקארדינגלי. מען טשעפעט נישט א פרעזידענט (בפניו), פיריעד.

א איד ווען ער געפינט זיך אין פראנט פון א פירער; מוז האבען דער קאפ אויפען פלייצע און טראכטען פון יעדע זאך וואס קען גיין ווארנג.

ב"ה אז טורקס האט געטוהן וואס ער דארף און ניצט זיין בריליענט טאלאנט צוריק צו דרייען דער מיסטעיק; און לאמער טאקע האפען אז דער עפיסאד וועט גאר זיך אויס לאזען ווי א ברכה, און דער פרעזידענט וועט בעזהשי"ת זיין גאר גוט צו אונז און אפען צו אלע אונזערע פראבלעמען.

דער אישו איז בכלל נישט דער ירום הודו (וואס ווי אנדערע האבען שוין געזאגט, זעמער נישט צו פארטיידיגען; נאכאמאל, זעמער נישט צו פארטיידיגען; נאר דער אישו איז "אונז", אונז אין גלות אמעריקע, און אונזערע פראבלעמען; ווי דער צוגאנג דארף זיין אין דער פיוטשער.

א קלוגע לערענט זיך פון זיין מיסטעיק; א נאך קלוגערע פארעכט זיינע מיסטעיקס אויך.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אמביציע האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:דער טורקס האט גראדע זייער נארמאל געפרעגט און טראמפ האט נישט פארשטאנען, ממילא האט ער אזוי גענפערט.

סי ען ען האט צו געכאפט צו די מעשה און עס גוט פראפעגאנדירט, האט זיך טורקס אויפגעשטעלט אויף פאקס מסביר זיין אז ער האט גארנישט געמיינט, און געזאגט קלאר אז אידן האלטן נישט אז טראמפ איז א אנטיסעמיט, ער האט זייער גוט געטון ווייל טראמפ וועט הערן וואס ער האט באמת געוואלט פרעגן, און פארשטיין אז דער האט אים נישט אטעקירט אין די וועלט אריין.

א קרישקעלע אין די זייט:
מושי לאקס איז בעל הבית פון די עמי, און טוט אויך ביזנעס מיט איוואנקע טראמפ, סאו איך גלייב אז מושי וועט זיך אנטשולדיגן פאר איוואנקע פאר די טעות און עס וועט צוריקומען צו טראמפ, ‏‏און עס וועט ווערן שלום צווישן עמי-טורקס און דעם פרעזידענט.

שרעקעדיג וואס דו זאגסט מיט אזא גלייכגילטיגקייט, ס'איז שוין געווארן די נארמע אז מ'טאר נישט פרעגן שווערע פראגע'ס פון טראמפ, און אויב יא דארף מען עם איבער בעטן. דא איז א ריכטיגער רעזשים מיט הייסע סאמפאטיקער וואס שטיפן זיין וואגן און רייסן אראפ יעדעם וואס פרעגט שווערע פראגע'ס, און יעצט דארף שוין לאקס איבער בעטן טראמפ ווייל זיינס א ריפארטער האט געפרעגט א הייסע פראגע פונעם פירער.

סעד.

סעד.

האסט פארגעסען אז מיר זענען אין גלות.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

משהזוךמיר האט געשריבן:עס איז ד אסאך וואס צו ענטפערן,however, א תגובה וואס ענטהאלט
ר' יום טוב האט געשריבן:ט. דיין פאלשע טראמפישע זעלבסט-דערנידערונג געפיל

איז נישט ווערט קיין תגובה

גערעכט; אז מען קען נישט געווינען אז עס איז תורה'דיג אז עס איז לאגיק; בלייבט נאר איין וועג פון ענטפערען און דאס איז צו יענעם לעבעלן, יענעם רופען נעמען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

דער נוצט אויס זיין פובליסיטי צו די מעקס
אטעטשמענטס
IMG_3298.JPG
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

משהזוךמיר האט געשריבן:עס איז ד אסאך וואס צו ענטפערן,however, א תגובה וואס ענטהאלט
ר' יום טוב האט געשריבן:ט. דיין פאלשע טראמפישע זעלבסט-דערנידערונג געפיל

איז נישט ווערט קיין תגובה

משהזוךמיר האט געשריבן: וועט ער נישט האבן קיין שום וועג צו וויסן וואס דער מטורף האט געשריבן ווייל ער איז נישט פון זיינע פאלאוערס...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פארטראכטער האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
פארטראכטער האט געשריבן:טורקס איז יעצט געווען לייוו אויף פאקס, און ווי א נארישע טראמפ פאנאטיקער, פארטיידיגט ער גאר די פרעזידענט אז ער האט גאר ארויסגענומען פון דעם אז טראמפ האט מוראדיג שטארק ליב אידן, אז סבאדערט אים מוראדיג שטארק ווען סדאכט זיך אים נאר אז מען באשולדיגט אים אין אנטיסעמיטיזעם....

ווי שטארק איך האס דעם טראמפ און ווי שטארק איך קוק אראפ די בלינדע טראמפ נאכשלעפער, האלט איך אז יעצט ווען די נאציאנאלע מידיע איז פאקוסירט אויף אים איז נישט די צייט אז ער זאל זיך ארויסצושטעלן קעגן טראמפ'ס היינטיגע נידרטרעכטיגע אויפפירונג.
בעסער וואלט געווען ווען ער איז אינגאנצן שטיל, וויל ער דאך פארט זיין אויף נאציאנאלע טעליוויזיע...

קיינער זאגט נישט אז ער דארף יעצט ארומלויפן זאגן אז טראמפ איז אן אנטיסעמיט... נאכאלס איז מאדנע אז זיין שטיצע פאר טראמפ מאכט אז ער זאל זיך אננעמען פאר טראמפ אנטקעגן טורקס.... :roll:

און בכלל, פון אראפרייסן טראמפ, ביזן זאגן אז פון טראמפס רעספאנס קען מען גאר זען זיין גרויסע אהבת ישראל, איז דא אסאך צו גיין... סאיז דא אן אינדערמיט אויך.

און זיין ראלע אלס א איד, פאלט דיר נישט ביי?

ווען וועלען מיר אנהייבען צו טראכטען ווי אידען?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כאפצעם האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
פארטראכטער האט געשריבן:טורקס איז יעצט געווען לייוו אויף פאקס, און ווי א נארישע טראמפ פאנאטיקער, פארטיידיגט ער גאר די פרעזידענט אז ער האט גאר ארויסגענומען פון דעם אז טראמפ האט מוראדיג שטארק ליב אידן, אז סבאדערט אים מוראדיג שטארק ווען סדאכט זיך אים נאר אז מען באשולדיגט אים אין אנטיסעמיטיזעם....

ווי שטארק איך האס דעם טראמפ און ווי שטארק איך קוק אראפ די בלינדע טראמפ נאכשלעפער, האלט איך אז יעצט ווען די נאציאנאלע מידיע איז פאקוסירט אויף אים איז נישט די צייט אז ער זאל זיך ארויסצושטעלן קעגן טראמפ'ס היינטיגע נידרטרעכטיגע אויפפירונג.
בעסער וואלט געווען ווען ער איז אינגאנצן שטיל, וויל ער דאך פארט זיין אויף נאציאנאלע טעליוויזיע...

ער טאר גאר נישט זאגן. יעצט היצט ער אן -די שוין ביז יעצט אנגעהיצטע- ליבעראלע גאס קעגן חסידים.

ער זאל זיך בעסער פארמאכן דאס מויל. קול מבשר און עמי איז גענוג.

לשבר את האוזן, דערמאן דיך ווי די ליבעראלן און די מידיע האבן געשוימט אויף די מעקסיקאנער וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו טראמפ בשעת מהאט זיי געוואלט ניצן אלס "וויקטימס".

נאר אנהיצען די שוין ביז יעצט אנגעהיצטע רעכטע אין לאנד א קעגן חסידים, איז יא גוט?

פארגעס נישט, האלב אמעריקע וויל אנדערש ווי דיר; מיט וואסארע רעכט (לשיטתך) זיי אויף רעגען?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4855
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

פיל מער וואו האלב ווילן נישט דעם פערזאן אויפן בענקל.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איסר האטלקי האט געשריבן:לעססען פון טאג לויט מיר איז אז א איד באלאנגט נישט דארט און פארטיג.

טאקע דער לעססאן פונעם טאג.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

לייפציק האט געשריבן:מסביר צו זיין אין קורץ.
די גאנצע סיבה פארוואס דער פרעזידענט איז ארויסגעקומען צו די קאנפערנס היינט, איז וועגן די מידיא.
ער קומט ארויס שרייען הערטס אויף מיט די העיט, און שרייט לבני אני צריך, ווער איז מיט מיר, ווער איז גרייט צו רעדן נארמאל.
פרעגטס נארמאל, און איך וועל ענטפערן, איך בין נישט אזוי שלעכט ווי עטס מיינטס.

איך מיין גוטס, איך טו זאכן וואס איז נישט פאפולער, ווייל אנדערש האט ביז אהער נישט געארבעט, לאמיר רעדן נארמאל, ענטס קענטס דערציילן גוט, און שלעכט ווען מ'דארף, אבער סטאפס די העיט, סי ען ען האט נאך נישט געטראפן קיין גוטע זאך אויף מיר, און זיך נישט וויסענדיג געמאכט ווען קלינטאן האט געטון ערגער.

ער הייבט אן פרעגן קשיות, און מוסר'ט סי ען ען, און אנדערע, און דערנאך, פרובירט ער צו באקומען נארמאלע קשיות, וואס וואלט געדארפט קומען נאך די דרשה, און פרובירט עס צו מאכן פאר דשאק נאך יעדע טשעפעדיגע שאלה.

ער האלט ביים ענדיגען, און זאגן לאמיר זען, ווער וועט זיין פרעינדלי צו מיר דא, און ער פרעגט טורק, דו וועסט זיין פרעינדלי ער זאגט יא, איך הער נישט פונקטלעך, אבער דער פרעזידענט פארשטייט ער גייט זיין פרעינדלי און סימפל, און ער הייבט אן מיט א קאמפלימענט, און הייבט אן מיט א קשי', וואס איז קודם נישט סימפל, עס נעמט לאנגע מינוטן צו קומען צום ווארט, און נאכדעם רעדט עס פון אנטיסעמעטיזם, וואס שמעקט מיט, געב מיר א ענטפער וועגן אנטיסעמטיזם, יעדער ווייסט אז מ'באשולדיגט בענען אין אנטיסעמעטיזם, מ'האט באשולדיגט דעם פעזידענט מיט די מעסידש וועגן די האליקאסט.

קיינער זאגט נישט די שאלה איז געווען שלעכט, אבער אזוי נישט אין פלאץ, און אזוי נישט פאר איד.

דער פרעזידענט הערט נישט אויף זיך אויפצוטן א גאנצע וואך ווי גוט ער איז מיט ביבי, און דא ער קומט ער ארויס שרייען מ'זאל זיין מיט אים פעיר, זיי מוחל און פרעג אים בעסער וועגן ברידשעס אין נ"י, און נייע ערפארטס, אדער וועגן וואוטשערס צו יעצט גייט זיין בעסער מיט דיוואס.

דאס איז ווי פרעגן אבאמא נאך א אטאקע ווען אבאמא שטעלט זיך אויף רעדן קעגן גאנס, און גלייך דערנאך שטעלט זיך אויף א איד פרעגן וואס ער גייט טון קעגן איסלאמישע טערעריזם, און מסתם נאך ערגער, ווייל די לעצטע זאך וואס ער האט ערווארט איז צו הערן א איד פארהאלטן וועגן אנטיסעמיטזם, און זיכער נישט, ווען ער זיכט א גוטע שאלה פון א ריפארטער, און זיכער נישט נאך א דרשה צו די מידיא צו זיין אויפריכטיג צו אים.

א איד דארף נישט דארט זיין, זייער שווער יוצא צו זיין פאר א איד, עטליסט פרעג עפעס וואס דעם פרעזידענט וועט שמעקן, און וועט הנאה האבן אז דו ביזט דארט געווען.

צום פוינט; זייער גוט געזאגט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

משהזוךמיר האט געשריבן:די מדובר דא איז נישט פאליטיש אלס אמעריקאנער, נאר תורה'דיג און שכל'דיג אלס איד.

אין איין שורה האסטו די גאנצע אשכול און די גאנצע נושא קלאר אפגעטייטשט.

דער וואס פארשטייט נאך אלץ נישט וועט קיינמאל נישט פארשטיין.

ועל דא שטייט "השנאה מקלקלת את השורה".
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

סראלי האט געשריבן:דער נוצט אויס זיין פובליסיטי צו די מעקס

ווען ער שרייבט ווען אז ער לעשט אויס די טעלפון וועגן רעליגע און קדושת השבת וואלט ער שוין אריינגעכפאט א קידוש השם.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

נו דאס שרייבט ער דאך
זוכט איר דוי?
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

מען קען זיך אפשר בארוהיגן דא? טורקס איז באמת א טייערע אינגערמאן, ארבעט שווער צו שטייגן אויפן דשורנאליסטישן לייטער. און ער קומט ב"ה אן, ער מעג זיין אין ווייסן הויז און ער מעג פרעגן רעספעקטפולע קושיות פונעם פרעזידענט, ער טוט גאר א גוטן דשאב און ווייסט די אחריות וואס ער טראגט, צו וואס אים סתם פייניגן?
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

ניין ער שרייבט פאמליע און קאמיוניטי. דאיס איז נישט רעליגיע.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך האב א זייטיגע פראגע וועגן די נעכטיגע אנטי-פרעסע קאנפערענץ, פארוואס רופט מען נישט דעם קינד ביים נאמען? "אנטי-פרעסע קאנפערענץ"
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

לכאורה האט געשריבן:איך האב א זייטיגע פראגע וועגן די נעכטיגע אנטי-פרעסע קאנפערענץ, פארוואס רופט מען נישט דעם קינד ביים נאמען? "אנטי-פרעסע קאנפערענץ"

א פרעזידענט רופט מען נישט אויפן נאמען...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

לכאורה האט געשריבן:איך האב א זייטיגע פראגע וועגן די נעכטיגע אנטי-פרעסע קאנפערענץ, פארוואס רופט מען נישט דעם קינד ביים נאמען? "אנטי-פרעסע קאנפערענץ"

:lol: :lol: :lol:
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך ווייס »

אבי.גערעדט האט געשריבן:מען קען זיך אפשר בארוהיגן דא? טורקס איז באמת א טייערע אינגערמאן, ארבעט שווער צו שטייגן אויפן דשורנאליסטישן לייטער. און ער קומט ב"ה אן, ער מעג זיין אין ווייסן הויז און ער מעג פרעגן רעספעקטפולע קושיות פונעם פרעזידענט, ער טוט גאר א גוטן דשאב און ווייסט די אחריות וואס ער טראגט, צו וואס אים סתם פייניגן?

וואס הייסט פארוואס די ווייסט אז טראמפ איז פרעזידענט אין איך האלט אז וואס ער טוט איז גיט
אין טאמער א צווייטער זאגט א שלעכט ווארט דארף מען אים פארשרייען אין פארשוואגן!!!
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

איך ווייס האט געשריבן:
אבי.גערעדט האט געשריבן:מען קען זיך אפשר בארוהיגן דא? טורקס איז באמת א טייערע אינגערמאן, ארבעט שווער צו שטייגן אויפן דשורנאליסטישן לייטער. און ער קומט ב"ה אן, ער מעג זיין אין ווייסן הויז און ער מעג פרעגן רעספעקטפולע קושיות פונעם פרעזידענט, ער טוט גאר א גוטן דשאב און ווייסט די אחריות וואס ער טראגט, צו וואס אים סתם פייניגן?

וואס הייסט פארוואס די ווייסט אז טראמפ איז פרעזידענט אין איך האלט אז וואס ער טוט איז גיט
אין טאמער א צווייטער זאגט א שלעכט ווארט דארף מען אים פארשרייען אין פארשוואגן!!!

;l;p- שפתים ישק! איינער דא וואס האט ארויס דעם ענין wow!
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

שטאלצער יוד האט געשריבן:ניין ער שרייבט פאמליע און קאמיוניטי. דאיס איז נישט רעליגיע.

איר קענט ליינען

IN 4 HOURS IM TURNING OFF ALL MY DEVICES IN HONOR OF SABBATH
זוכט איר דוי?
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”