מקחם של צדיקים: היסטארישע חפצים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ארך אפים
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

שבת ברילין פון חזון איש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארך אפים »

sold for 17,000
chazon ish.PNG
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

בלעטל האט געשריבן:
בצלאל האט געשריבן:יעצט געזעהן אויף איבעי א מנורה וואס די סאטמאר רב האט געניצט אפאר יאהר, מיט אן אישור פין ר' עזריאל גליק ע"ה

http://www.ebay.com/itm/332074365732?ss ... 1555.l2649

ס'האלט שוין איבער זעכציג

ס'האלט שוין איבער זיבעציג
אבער וואס ווינדערט מיר איז, די ביד האט זיך אנגעהויבן פרייטיג צונאכטס אין סאמע שבת קודש, און ס'ענדיגט זיך אין סאמע שבת קודש!!
עפעס שטימט נישט דא
ווייל כידוע א ביד הייבט זיך בעיקר ביים סוף פון די ליציטאציע, ווייסעך נישט וואס דער סעללער האט געקלערט....
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

אז איר קענט יא דעם סעללער, פרעג אים פארוואס ער פארקויפט אזוינס אויף איבעי?
ווייסט ער דען נישט אז עס זענען דא בעלנים אויף דעם וואס זענען גרייט צו צאלן טבין ותקילין פאר אזוינס, [זעה דעם אשכול viewtopic.php?f=6&t=20270&start=275&hilit=%D7%A8%D7%A2%D7%A0%D7%90%D7%95%D7%95%D7%90%D7%A6%D7%99%D7%A2%D7%A1+%D7%91%D7%91%D7%99%D7%AA

אדער כאטש אויף קדם, סאטעבי, וכדומה
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

ראספשע האט געשריבן:אז איר קענט יא דעם סעללער, פרעג אים פארוואס ער פארקויפט אזוינס אויף איבעי?
ווייסט ער דען נישט אז עס זענען דא בעלנים אויף דעם וואס זענען גרייט צו צאלן טבין ותקילין פאר אזוינס, [זעה דעם אשכול viewtopic.php?f=6&t=20270&start=275&hilit=%D7%A8%D7%A2%D7%A0%D7%90%D7%95%D7%95%D7%90%D7%A6%D7%99%D7%A2%D7%A1+%D7%91%D7%91%D7%99%D7%AA

אדער כאטש אויף קדם, סאטעבי, וכדומה

און עס וועט כאטש בלייבען ביי א היימישע סארמערע יוד וואס וועט דאס ניצן מיט א ברען אפשאצענדיג די ריכטיגע ווערט, דאס קען אונקומען צו אנטיק סחרים און ארום פארן יארען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

נאך אלעם איז דער עדות יחיד אויפן מנורה, דער "וועם דער רבי איז אויסגעגאנגען אין זיינע הענט..."
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

גראדע ווייס איך איינער ווער ס'האט די קנויטלעך פון די מנורה.. [בעדות הרבנית ע"ה], וזכיתי לראותם
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

ראספשע האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:
בצלאל האט געשריבן:יעצט געזעהן אויף איבעי א מנורה וואס די סאטמאר רב האט געניצט אפאר יאהר, מיט אן אישור פין ר' עזריאל גליק ע"ה

http://www.ebay.com/itm/332074365732?ss ... 1555.l2649

ס'האלט שוין איבער זעכציג

ס'האלט שוין איבער זיבעציג
אבער וואס ווינדערט מיר איז, די ביד האט זיך אנגעהויבן פרייטיג צונאכטס אין סאמע שבת קודש, און ס'ענדיגט זיך אין סאמע שבת קודש!!
עפעס שטימט נישט דא
ווייל כידוע א ביד הייבט זיך בעיקר ביים סוף פון די ליציטאציע, ווייסעך נישט וואס דער סעללער האט געקלערט....

נע, רוב מענטשן קויפן בעפאר, בפרט ווען מ'וויל עפעס עכט האבן לייגט מען אריין פאראויס
די ביד הייבט זיך נישט אן פרייטאג צונאכטס
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

ישלהוסיף האט געשריבן:נאך אלעם איז דער עדות יחיד אויפן מנורה, דער "וועם דער רבי איז אויסגעגאנגען אין זיינע הענט..."

ווער זאגט דיר דאס, ווייל דו זעסט נאר דאס??
בצלאל
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בצלאל »

ראספשע האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:
בצלאל האט געשריבן:יעצט געזעהן אויף איבעי א מנורה וואס די סאטמאר רב האט געניצט אפאר יאהר, מיט אן אישור פין ר' עזריאל גליק ע"ה

http://www.ebay.com/itm/332074365732?ss ... 1555.l2649

ס'האלט שוין איבער זעכציג

ס'האלט שוין איבער זיבעציג
אבער וואס ווינדערט מיר איז, די ביד האט זיך אנגעהויבן פרייטיג צונאכטס אין סאמע שבת קודש, און ס'ענדיגט זיך אין סאמע שבת קודש!!
עפעס שטימט נישט דא
ווייל כידוע א ביד הייבט זיך בעיקר ביים סוף פון די ליציטאציע, ווייסעך נישט וואס דער סעללער האט געקלערט....

viewtopic.php?f=63&t=27376&p=1370615#p1370615
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

ארך אפים האט געשריבן:sold for 17,000
chazon ish.PNG

קארלסבורגער רב טוט אן די גלעזער פון חזון איש
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

עס וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסען דעם שמיעס
וואס זענען די מעלות לגבי הלכות שבת
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

בן בוזי האט געשריבן:דער מאחנובקער רבי ווייזט דעם בעל שם'ס ספר פארן סאטמארער רבי, דער ספר תורה האט געשריבן רבי אפרים סופר וועלכע איז געווען דעם בעל שם'ס פערזענליכער סופר, דער ספר תורה האט געוויסע אותיות וועלכע זענען ספעציעל געשריבן ווי למשל דאפלטע פ'ס, דער ספר תורה איז א ירושה פון הרה"ק ר' אברהם יהושע העשיל ממאחנובקא וואס האט עס באקומען פון זיין פאטער ר' יוסף מאיר'ל ממאחנובקא פון זיין פאטער ר' אברהם יהושע העשיל מסקווירא פון ר' איציקל סקווערער פון זיין שווער ר' הערשל'ע סקווערער פון זיין פאטער ר' אהר'לע טיטיובער פון זיין פאטער ר' צבי מפינסק (רבי הערש בעל שם'ס) פון זיין פאטער דער הייליגער בעל שם טוב, זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל
_1.jpg

זאנוויל האט געשריבן:אבער די פארמעט קוקט אויך נישט אויס אלט, איך האב שוין געזען עטליכע אלטע ספרי תורות און די פארמעט דארט קוקט אויס אנדערש ווי די פארמעט דא.

אני הקטן האב זוכה געווען עולה צו זיין אין דעם ס''ת. סיי אויף די פארמעט און סיי אויפ'ן כתב זעהט מען אז עס איז גאר אלט. נאר וואס? פאר מען האט עס אנגעהויבן צו נוצן, האט ר מאכניווקער רבי שליט''א עס געגעבן פאר א סופר ער זאל עס איבערגיין און זיכער מאכן אז עס איז כשר, און אזוי אויך פארשטערקערן וואו מען דארף. די גאנצע ספר איז אנגעקלעבט פון אונטן מיט שטיקער פארמעט וואס דער סופר האט צוגעלייגט דארט וואו די אלטע איז שוין געווען אויסגעריבן און עס איז געווען א חשש אז עס קען ווערן א לאך וכדו', אבער אינעווייניג איז עס די אריגינעלע קלף און כתב (קען זיין מיט תיקונים וואו עס האט זיך אויסגעפעלט).

אגב, די ס''ת ליגט ביים מאכניווקער רבי אינדערהיים, מ'ליינט אין דעם נאר שבת מברכים. ער ברענגט עס אליין אריבער אין ביהמ''ד פאר'ן דאווענען, לייגט עס אריין אין אר''ק, און האלט די שליסל ביי זיך.... ער גײַט אליין פתיחה, נעמט ארויס די שליסל פון טאש און נעמט ארויס די ס''ת, נאכ'ן ליינען לייגט ער עס צוריק און די שליסל גייט צוריק צו אים אין טאש... ודי...
מען פארקויפט די ז' קרואים (ווען איך בין דארט געווען איז יעדע עליה געגאנגען פאר 100-150 דאלער [יא, מ'פארקויפט עס אין דאלער]), און די הוספות (וואס מ'מאכט נאר נאך שישי) טיילט מען אויס פאר אייניקלעך פון בעש''ט, אדער בעלזע אייניקלעך. מיר איז געלונגען אז עס איז געווען פ' פנחס ווען מ'ליינט די קריאה פון ימים טובים, און די קרבנות פון יעדע טאג חוה''מ סוכות איז אן עקסטערע הוספה...
Get your facts first, then you can distort them as you please.

ארעסטאנט האט געשריבן:אויב כ'מעג וויסן ביי וועם?

אגב אז מ'רעדט שוין פון רבי'ן ביים קריג, דאכצעך אז מ'האט איין יאר ביים מעמד כ"א כסלו ביי אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר געוויזן דעם היט וואס רביה"ק האט אנגעהאט אין די שווייץ גלייך נאכן קריג.

דער רבי האטאויך געהאט א קליינע זילבערנע בעכער מיט א טאץ אין לאגער (איך וויס נישט וואו פונקטליך) און נאכ'ן קריג האט ער עס געגעבן דרשה געשאנק פאר זיין קרוב ר' שמואל ט''ב בן הגה''צ ר' יהושע חיים אב''ד טשענסקאוויטץ צו זיין חתונה. ר' שמואל פלעגט דערציילן אז ווען יאסל האט געזען האט ער געזאגט פאר'ן רבי'ן אז ס'פאסט צו געבן א שיינע נייע בעכער נישט אזא אלטע צוקראצטע.... האט אים דער רבי געוויזן מיט די הענט ווי איינער זאגט 'דריי נישט קיין קאפ, איך וויס וואס איך טו'.

היינט ליגט עס ביי בנו יחידו ר' מענדל פון וויליאמסבורג.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

משהזוךמיר האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:דער מאחנובקער רבי ווייזט דעם בעל שם'ס ספר פארן סאטמארער רבי, דער ספר תורה האט געשריבן רבי אפרים סופר וועלכע איז געווען דעם בעל שם'ס פערזענליכער סופר, דער ספר תורה האט געוויסע אותיות וועלכע זענען ספעציעל געשריבן ווי למשל דאפלטע פ'ס, דער ספר תורה איז א ירושה פון הרה"ק ר' אברהם יהושע העשיל ממאחנובקא וואס האט עס באקומען פון זיין פאטער ר' יוסף מאיר'ל ממאחנובקא פון זיין פאטער ר' אברהם יהושע העשיל מסקווירא פון ר' איציקל סקווערער פון זיין שווער ר' הערשל'ע סקווערער פון זיין פאטער ר' אהר'לע טיטיובער פון זיין פאטער ר' צבי מפינסק (רבי הערש בעל שם'ס) פון זיין פאטער דער הייליגער בעל שם טוב, זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל
_1.jpg

זאנוויל האט געשריבן:אבער די פארמעט קוקט אויך נישט אויס אלט, איך האב שוין געזען עטליכע אלטע ספרי תורות און די פארמעט דארט קוקט אויס אנדערש ווי די פארמעט דא.

אני הקטן האב זוכה געווען עולה צו זיין אין דעם ס''ת. סיי אויף די פארמעט און סיי אויפ'ן כתב זעהט מען אז עס איז גאר אלט. נאר וואס? פאר מען האט עס אנגעהויבן צו נוצן, האט ר מאכניווקער רבי שליט''א עס געגעבן פאר א סופר ער זאל עס איבערגיין און זיכער מאכן אז עס איז כשר, און אזוי אויך פארשטערקערן וואו מען דארף. די גאנצע ספר איז אנגעקלעבט פון אונטן מיט שטיקער פארמעט וואס דער סופר האט צוגעלייגט דארט וואו די אלטע איז שוין געווען אויסגעריבן און עס איז געווען א חשש אז עס קען ווערן א לאך וכדו', אבער אינעווייניג איז עס די אריגינעלע קלף און כתב (קען זיין מיט תיקונים וואו עס האט זיך אויסגעפעלט).

אגב, די ס''ת ליגט ביים מאכניווקער רבי אינדערהיים, מ'ליינט אין דעם נאר שבת מברכים. ער ברענגט עס אליין אריבער אין ביהמ''ד פאר'ן דאווענען, לייגט עס אריין אין אר''ק, און האלט די שליסל ביי זיך.... ער גײַט אליין פתיחה, נעמט ארויס די שליסל פון טאש און נעמט ארויס די ס''ת, נאכ'ן ליינען לייגט ער עס צוריק און די שליסל גייט צוריק צו אים אין טאש... ודי...
מען פארקויפט די ז' קרואים (ווען איך בין דארט געווען איז יעדע עליה געגאנגען פאר 100-150 דאלער [יא, מ'פארקויפט עס אין דאלער]), און די הוספות (וואס מ'מאכט נאר נאך שישי) טיילט מען אויס פאר אייניקלעך פון בעש''ט, אדער בעלזע אייניקלעך. מיר איז געלונגען אז עס איז געווען פ' פנחס ווען מ'ליינט די קריאה פון ימים טובים, און די קרבנות פון יעדע טאג חוה''מ סוכות איז אן עקסטערע הוספה...

געוואלדיג ר' משה זוך מיר, אשריך שזכית לכך! און א גרויסן ייש"כ פארן קוואוטן דעם בילד פונעם ספר תורה פון הייליגן רבינו ישראל הבעל שם טוב הק' זי"ע וואס כ'האב נאך קיינמאל בעפאר - ווי ווייט כ'געדענק - נישט געהאט געזען. פונקט נעכטן האט מען דאך געליינט אין די ספ‏ר תורה אז משה רבינו האט געבעטן זוך מיר מענטשן - ווי ער האט עס געזאגט פאר יהושע און ער האט בשליחותו גענומען אהרן וחור לתמוך בידיו ווי עס שטייט ווייטער והיה כאשר ירים ידו וגבר ישראל (חור איז דאך ווייסע וואל אדער ווייסע זיידן, אפשר א רמז לזקן אהרן [צ"ל יהושע] שיורד על פי מדותיו, אדער אויף די בגדי לבנים כמ"ש ועשו בגדי קודש לאהרן).

אגב, געזען אמאל אין ספה"ק דברי יואל אז די תנאי‏ם און אמוראים און דער אריה"ק און דער בעש"ט הק' זי"ע האבן זיכער געהאט גילוי משה רבינו ע"ה באיזה בחינה, וחשבתי אז ס'איז דאך ידוע כמה מעשיות ביי צדיקים וקדושים וועלכע האבן זיך מגלה געווען לאחר פטירתם צו זייער בר פלוגתא, וכן ידוע מה דמתמאמרי משמייהו דצדיקיא על כמה מגדולי המתנגדים זי"ע אז זיי האבן שלום געמאכט בשמים ווי מ'זעהט אז זייערע קינדער האבן זיך משדך געווען.

קומט עס אבער דא נישט אריין ווייל מרן מסאטמאר זי"ע איז דאך נישט געווען פון די וואס האבן אנגענומען אז די גדולה פון הייליגן בעשטה"ק ותלמידיו הק' זי"ע איז געווען אז זיי זענען געווען אזוי גרויס עד כדי כך זיי האבן געקענט זיך פארמעסטן מחולק צו זיין מיט משה רבינו ע"ה, נאר אדרבה ואדרבה אז זייער געוואלדיגער גדולה איז צום זעהן פון דעם וואס בגודל כח קדושתם הנוראה האבן זיי ממציא וממשיך געווען אזא הייליגן דרך ווי נענטער צו ברענגען אידישע קינדער לתורת משה רבינו ע"ה.

אגב, געהערט לעצטנס פון א חשובער ת"ח ומרביץ תורה אז אין א שמועס וואס ער האט געהאט אמאל מיט אן עלטערער איד א גרויסער תלמוד חכם (פון אן אנדערן קרייז) האט יענער האט דערמאנט די מעשה פון אור למאיר אין די וואכעדיגע סדרה, אז דער הייליגער רבי ר' מענדעלע מרימונאוו זי"ע האט אמאל יו"כ געענדיגט דאווענען פריער ווי אין א געווענליכע יאר און האט געזאגט פארן עולם חסידים אז זיי זאלן זיך זעצן עסן ווייל אין הימל איז שוין נאכט און עס איז שוין נאכן תענית.

האט אים דער מגי"ש געזאגט אז דער סאטמארער רבי זי"ע האט עס פארלייקענט און אפי' געזאגט פארן קיוויאשדער רב זצ"ל אז ער וואלט געקענט שווערן א שבועה דאורייתא אז ס'איז שקר. דערציילט ער מיר אז יענער ת"ח האט זיך נישט געוואלט גלייבן וואס ער הערט, און געפרעגט מיט וואונדער: וואס? פונקט די מעשה צו פארלייקענען? אזא מעשה איז דאך אריינצובייסן!... (דעם אריינצובייסן געזאגט מיט ביידע צירי'ס אויפן חב"ד'סקן אקצענט. הכוונה למה שקרא בלשונינו: זיך צו באלעקן די פינגער דערמיט).

(אגב, דער קיוויאשדער רב זצ"ל שהי' נכדו - חתן חתנו - של הגה"צ מבוקאווסק זצ"ל האט שפעטער מברר געווען אז דער סיפור איז מכתב יד פון א זון פונעם בוקאווסקער רב און נישט פון אים אליין. אגב דאגב, כ'האב מיט יארן צוריק באגעגענט אין א ביהמ"ד דעם אור למאיר און געזען די מעשה אין פ' יתרו, אבער כדי צו וויסן פונקטליכער האב איך פאריאר עמיצן געבעטן עס מיר אפירצוזוכן אין אוצר החכמה און אין היברו בוקס, נאר איינס פון זיי האט עס געהאט און אפי' דארט האב איך שוין נישט געטראפן די מעשה.

אגב דאגב דאגב, שמעתי אז הרה"ק ר' יאנקעלע מפשעווארסק זי"ע האט באשטעטיגט די מעשה, נאר נישט ווי עס שטייט דארט אז ס'איז נאך געווען בעצם היום הזה, נאר שוין מוצאי יום הקדוש. יערליך האט ער אריינגעצויגן נעילה ביז שפעט און דאן האט ער געזאגט אז ס'פעלט שוין נישט אויס ווייל דער אייבירשטער האט שוין מוחל געווען די עוונות און גע'חתמ'עט א גוט געבענטשט יאר.

אגב דאגב דאגב דאגב, דער סאטמארער רבי זי"ע האט אויך גוט געוואוסט אז ס'זענען ליידער דא מענטשן וואס עסן ל"ע בעצם יום הכיפורים אע"פ שהוא באיסור כרת און ס'איז זיכער אז נישט אויף יעדן איינעם וואלט ער געקענט שווערן אז אזא מעשה מוז זיין שקר. אבער כידוע אז לפי מה שקיבל מאבותיו ורבותיו הק' זי"ע זענען די הייליגע צדיקים די תלמידי הבעשטה"ק זי"ע יא געווען שומרי תורה ומצוות, ממילא האט ער געוואוסט אז ס'קען נישט אמת זיין).

אגב אז מ'רעדט שוין פון א ספר תורה, א געדאנק'ל וואס כ'האב געקלערט נעכטן ביים ליינען איבער טאנצן מיט די הייליגע תורה. איינער האט מיר אמאל געפרעגט וויאזוי איך האב געדולד צו טאנצן אזוי לאנג (ליל שמיני עצרת פון אכטע ביז צוועלווע, ליל שמחת תורה פון צוועלווע ביז פירע, יום שמחת תורה פון איינסע ביז פינפע). פרעגט איך אים, ווער אינדזשויעט דען נישט צו טאנצן לעבעדיג?‏ זאגט ער, האב נישט קיין מורא! איך האב אויך זייער ליב צו טאנצן, אבער איך טאנץ אויף אנדערע (כלשונו: בעסערע) געלעגנהייטן (ואכמ"ל), ואמרתי לו אין טוב אלא תורה, ס'איז די בעסטע געלעגנהייט בעולם ובכל העולמות.

ועפי"ז חשבתי אתמול אז צוויי מאל (וואס כ'געדענק אויף די מינוט) ווערט דערמאנט דער ענין פון טענץ אין די הייליגע תורה‏, איינמאל ביי די שירה - ותקח מרים הנביאה וגו' ותצאן כל הנשים אחרי' בתופים ובמחולות, און איינמאל להבדיל ביים חטא העגל - ויהי כאשר קרב משה וירא את העגל ומחולות. קען זיין (בצחות) אז די אידן זענען אהיימגעקומען נעמען די נזמי הזהב אשר באזני נשיהם און געזאגט ס'גייט זיין לעבעדיג! מ'גייט טאנצן און זיך אויסטאנצן, א מענטש דארף זיך דאך אמאל אויסגעבן.

האבן די נשים צדקניות געזאגט, מיר האבן זיך שוין גוט אויסגעטאנצן פארן אייבירשטן און דער גאנצער עגל פעלט בכלל נישט אויס, האבן דערפאר די מענער געמוזט נעמען די אייגענע נזמים אשר באזניהם. (ידוע דברי החינוך במתק לשונו הק' אויף די מצוה פון שמחת יו"ט, אז שמחה איז א זאך וואס פעלט סייוויי אויס פארן מענטש און דערפאר זאגט השי"ת נוץ עס אויס פאר מיר. כן ידוע מ"ש בספרים הק' אויפן פסוק עצביהם כסף וזהב, אז דערפאר ווערט די עבודה זרה אנגערופן דוקא מיטן נאמען עצבות, ווייל דאס אז א איד קען אפי' נאר קלערן פון דינען רח"ל די עבודה זרה שטאמט פון א מאנגל אין שמחה בעבודת השי"ת, כמ"ש בתורה תחת אשר לא עבדת את ה' אלקיך בשמחה ובטוב לבב מרוב כל ועבדת את אויביך, וגו').

אגב, אויף שבת שקלים תשס"ח העעל"ט בין האב איך געהאט די זכי' צו זיין אין מעזיבוז (מיט הרה"צ ר' מרדכי שטיינער שליט"א ממאנסי) און שחרית האבן מיר געדאווענט אינעם הייליגן ביהמ"ד פונעם בעשטה"ק זי"ע. איידערן פארן האט א חבר מיינער א (געוועזענער) עלטערער בחור מיר מיטגעגעבן א קוויטל עס צו לייגן ביים ציון הק' און אויך געבעטן אים אינזינען צו האבן דארט, און ער איז ב"ה א חתן געווארן (נאך א גאנצע השגחה פרטית מעשה ואכמ"ל) גאר קורץ דערויף נאך בתחילת החודש שמרבין בו בשמחה למזל טוב ובשעטו"מ. ביים זיך מזל טוב'ן מיט גרויס התרגשות, האט ער מיר געפרעגט צו איך האב אפשר עפעס א הרגש דערויף וויאזוי זיין ישועה איז אזוי אומגעראכטן אנגעקומען און אויף אזא שנעלער און וואונדערליכער וועג.

האב איך אים געזאגט ניין און אז כ'טו בכלל נישט דערין, אבער כ'האב אים דערציילט אז ביים ליינען פרשת שקלים פון כי תשא את ראש בני ישראל ווען משה רבינו קומט אראפ ועומד זוקף את ראשן של ישראל כידוע מחז"ל, האב איך זיך דערמאנט אין דעם שטיקל דברי יואל הנ"ל אז דער בעל שם טוב הק' האט זיכער געהאט גילוי משה רבינו, און דא זעמיר דאך אויך אין ביהמ"ד ווי דער הייליגער בעשטה"ק האט געדאווענט און אפגעראכטן עבודתו בקודש הקדשים און געליינט בתורת משה רבינו וועלכער קומט דאך יעצט אויך אראפ צו אונז לזקוף את ראשינו הכפוף בעוה"ר בתוך שאר ראשי בני ישראל.

וממילא איז דאך אוודאי שורה א קדושה משולשת פון די תורה הק' און משה רבינו ע"ה און דער בעשטה"ק זי"ע און ידוע אז אין קדושה איז שורה די ברכה כמ"ש ויברך אלקים את יום השביעי ויקדש אותו, האב איך אים אינזינען געהאט אז ער געבענטשט ווערן מברכות התורה און שוין בקרוב זאגן דעם הרי את מקודשת לי כדת משה וישראל להעמיד דורות ישרים ומבורכים בדרכי התורה הק'. ברוך ה' שוין דא עטליכע קינדערלעך בלעה"ר וכן יעזור ה' להלאה, נאר אויף שמחות שטענדיג, וזכות כל הצדיקים וקדושים יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן.

(לדאבוני נמשכו דברי תגובתי יותר מן המשוער, ובסיומה הנני מתנצל פארן שרייבן דא שלא לענין השנירל, מיין אישי קעסטל איז ב"ה פול מיט בקשות פון כמה וכמה חברים חשובים דכאן שיחיו צו שרייבן ווי מער, אבער ליידער בין איך כעת זייער געדרוקט אין צייט ממילא ריק איך צומאל אריין בדרך אגב אפי' וואו ס'קומט נישט אריין ווייל אז נישט וועט עס מן הסתם נישט געשריבן ווערן בכלל, ואפי' התגובה הלזו נכתבה במהירות גדול ואתכם הסליחה).
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

הרב משה, זייער אינטערעסאנט אייער באריכט!

שבת מברכים'ס קומען אהין סתם פרעמדע יודן צו קויפן עליות דארט?

אינטערעסאנט אז אויף די פקיטשער פון אדמו"ר מסטאמאר ביי אדמו"ר ממאכניווקא קוקט די פארמעט אויס צו זיין זייער שיין ווייס, ממש ווי ניי
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

WOW
בקידה והשתחויה אנו גשים לקבל פני הוד כ''ק הגה''צ בעל מופת מפורסם מרן הגר''ח פרייליך שליט''א ולהגיד תודה על הדא''ח שזכינו לשמוע בלי שום הכנה וסדר כלל בבחינת שכינה מדברת מתוך גרונו וכמאמר הידוע של מהר''ה מפאריטש אודות 'מאמרי' אדמור''י חב''ד.

דניאל, איך בין נישט קיין מאכניווקער, אבער איך בין געווען אלס בחור און באקומען אן עליה, נישט געקויפט. אבער איך גלייב אז עס זענען דא פרעמדע אויך. (זייער ווייניג פון זיינע כאניאקישע יונגעלייט קענען זיך ערלויבן צו צאלן 150 דאלער פאר אן עליה...).
ווי געזאגט בין איך געווען דארט אלס בחור סאו עס איז נישט ממש פריש, אבער אויף ווי ווייט איך געדענק איז די אריגינעלע קלף אין זייער א גוטע קאנדישאן (נישט פארברוינט וכדו'), נאר פשוט אפגעריבן מחמת אלטקייט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

אצל הרה"ק ממאכניווקה זיע"א השתמשו בו הרבה ולאו דווקא בשבתות מיוחדים
ורצה שתלמידי ישיבת מאור עינים שבאו אצלו לשב"ק יהא להם דין קדימה בעלייה על הס"ת, והיה פעמים שלא יכלו ליתן עלייה לאיזה מכובד ןכדומה משום שחייבים ליתן מקודם לתלמידי הישיבה....
--------------
אינטרעסאנט צו צולייגן שהרה"ק זצ"ל נהג שכל שבת שהשתמשו בו, בדקו בהספר תורה ע"י סופר סת"ם מערש"ק, אויב איך געדענק גוט איז דאס שוין גיווען איינגעפירט פון פריער אצל אבותיו הק' נ"ע
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

משהזוךמיר האט געשריבן:להגיד תודה על הדא''ח שזכינו לשמוע בלי שום הכנה וסדר כלל בבחינת שכינה מדברת מתוך גרונו וכמאמר הידוע של מהר''ה מפאריטש אודות 'מאמרי' אדמור''י חב''ד.

ייש"כ גדול כבוד ידידי הרב משה שליט"א. אפשר שיש למצוא מקור למנהג חב"ד לומר מאמר קודם החופה מהפסוק וישמע וגו' את הדבר הזה ויבקש וגו' את משה ויברח וגו' וישב על הבאר וגו' ויואל משה ויתן את צפורה בתו למשה. אגב, שמעתי שאיזה חתן לא ידע שכך נהוג אצל גזע בית חמיו ובשמעו קודם החופה שמבקשין לומר מאמר הורע ל"ע מצבו וכוחות גופו עזבוהו עד שנתעלף ולאחר שהקיצוהו בקושי גדול אמר שהרי הוא מקח טעות שלא סיפרו לו מקודם שזו שלקח יבמה בשוק היא. יעזור השי"ת נאר אויף שמחות ונחת.

אתכבד ואתחצף לבקש ממע"כ בלשון של בקשה נא לכתוב על איזה מאמר הי' כוונתו, וייש"כ גדול למפרע.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

חאצקל פרייליך האט געשריבן:

:lol: :lol: די חב''ד'סקער זענען אמאל געווען אין נייטרא ישיבה פראווען א פארברענגען, און זיי האבן געוואלט נאכזאגן א מאמר, האט ר' יעקב הארנשטיין זיי געזאגט ''איך בין נישט קיין יבמה, איך דארף נישט קיין מאמר...'', בבחינת (אין) שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד בפעיעל מאמעש למטה מעשרה טפחים.

כונתי למעשה המפורסם שר' הלל התוכח עם גדולי החסידים אודות פשט במאמר, נכנסו לאדמו''ר מהרכ'געדענק נישט וועלכע, והוא אמר להם דלאכר' הלל, אבל הוא (ר' הלל) בשלו באמרו '' ווען דער רבי זאגט א מאמר איז שכינה מדברת מתוך גרונו און עס האט נישט מיט'ן רבי'ן. יעצט וויל דער רבי בסך הכל זאגן פשט, און אויף דעם האב איך די זעלבע רעכט...''
Get your facts first, then you can distort them as you please.
ארך אפים
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארך אפים »

איך בין אביסל צו מישט וועגן די ספ"ת פון בעל שם הק', לויט ווי איך זעה דא ליגט עס ביים מאכנוווקא רבי, אנדערע זאגן אז די מונקאטשע רבי האט עס, אין אפאר יאר צוריק האב איך געעליינט אינעם צייטשריפט אז עס ליגט אין א מוזיעם אין מאנהעטן, זיי האבן אפי' געהאט בילדער דערפון ווי מען זעהט אז די ווערטער וה' פקד את שרה אין גרויס וואס כידוע איז דער בעל שם הק' געבוירן אויף דער עלטער ווען זיין טאטע איז געווען 100 יאר, סא אויב איינער קען ביטע אויסקלארן וואס דא גייט פאר ווער האט עס טאקע?, קען זיין אז דער בעל שם הק' האט געהאט אפאר?
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

ארך אפים האט געשריבן:איך בין אביסל צו מישט וועגן די ספ"ת פון בעל שם הק', לויט ווי איך זעה דא ליגט עס ביים מאכנוווקא רבי, אנדערע זאגן אז די מונקאטשע רבי האט עס, אין אפאר יאר צוריק האב איך געעליינט אינעם צייטשריפט אז עס ליגט אין א מוזיעם אין מאנהעטן, זיי האבן אפי' געהאט בילדער דערפון ווי מען זעהט אז די ווערטער וה' פקד את שרה אין גרויס וואס כידוע איז דער בעל שם הק' געבוירן אויף דער עלטער ווען זיין טאטע איז געווען 100 יאר, סא אויב איינער קען ביטע אויסקלארן וואס דא גייט פאר ווער האט עס טאקע?, קען זיין אז דער בעל שם הק' האט געהאט אפאר?

די איינציגסטע גאנצע ס''ת איז לכאורה ביים מאכניווקער רב. דער מונקאטשער רבי האט אויך א ס''ת, אן אנדערע, אבער עס איז נישט גאנץ.
פון מוזעאום האב איך נישט געהערט, אבער אויב עס איז קראנט קען זיין אז עס איז א דריטער ספר.
דאכט זיך אז עס איז דא נאך איין ספר וואס מ'זאגט אז ס'איז פון בעש''ט הק', איך געדענק נישט יעצט ביי וועם ס'ליגט.
נישט אלע פון די ס''ת זענען אבער קראנט. דער מאכניווקער ספר ווייסט מען קלאר וויאזוי עס אריברגעגאנגען בירושה.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

משהזוךמיר האט געשריבן:
ארך אפים האט געשריבן:איך בין אביסל צו מישט וועגן די ספ"ת פון בעל שם הק', לויט ווי איך זעה דא ליגט עס ביים מאכנוווקא רבי, אנדערע זאגן אז די מונקאטשע רבי האט עס, אין אפאר יאר צוריק האב איך געעליינט אינעם צייטשריפט אז עס ליגט אין א מוזיעם אין מאנהעטן, זיי האבן אפי' געהאט בילדער דערפון ווי מען זעהט אז די ווערטער וה' פקד את שרה אין גרויס וואס כידוע איז דער בעל שם הק' געבוירן אויף דער עלטער ווען זיין טאטע איז געווען 100 יאר, סא אויב איינער קען ביטע אויסקלארן וואס דא גייט פאר ווער האט עס טאקע?, קען זיין אז דער בעל שם הק' האט געהאט אפאר?

די איינציגסטע גאנצע ס''ת איז לכאורה ביים מאכניווקער רב. דער מונקאטשער רבי האט אויך א ס''ת, אן אנדערע, אבער עס איז נישט גאנץ.
פון מוזעאום האב איך נישט געהערט, אבער אויב עס איז קראנט קען זיין אז עס איז א דריטער ספר.
דאכט זיך אז עס איז דא נאך איין ספר וואס מ'זאגט אז ס'איז פון בעש''ט הק', איך געדענק נישט יעצט ביי וועם ס'ליגט.
נישט אלע פון די ס''ת זענען אבער קראנט. דער מאכניווקער ספר ווייסט מען קלאר וויאזוי עס אריברגעגאנגען בירושה.

סקאליע דארף אויך האבן איינס
אבער געזאגט די מערסטע קראנט איז מאכניווקה
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

חמרא טבא האט געשריבן:הרב יצחק טווערסקי פון ב"פ האט א בעכער פון הה"ק מקאריץ
הרב שמואל הורוויץ פון פלעטבוש האט א שטריימל פון הה"ק מראפשיץ
ר' הערשל שפיטץ פון ב"פ האט א קאפל פונעם ר"ר זושא

וועלכער רבי יצחק טווערסקי ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13005
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

בן רבי מאטל ז"ל בן אדמו"ר מהארניסטייפל זצ"ל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אין אן עפאכע ווי די וועלט איז פאריאגט נאך א גלעזער געיעג, נעמט מען אויף מיט גרויס פרייד די בשורה אז ס'איז אנדעקט געווארן א זעלטענע אוצר, דהיינו, די גלעזער פונעם הייליגן רבי אליהו לאפיאן זי"ע.

כלל ישראל פאלגט נאך מיט שפאנונג די אנטוויקלונג פון די געשיכטע, רבנים וועלכע שטייען שוין אויף די רשימה האנדלן יעצט איין דעם ספר 'לב אליהו' אז אין פאל זיי ווערן אויסגעקליבן אלס די גליקליכע וועלכע וועלן קענען ווערן פאטאגראפירט מיט די "הייליגע גלעזער" זאלן זיי גלייך האבן ביי די האנט דעם ספר פונעם גאון ובעל מוסר, אז ס'זאל זיין דבר בעתו מה טוב.

האלט אייך געשפאנט.

https://jgold.bidspirit.com/?appVersion ... ~184~78050
שני חפצים אישיים של רבי אליהו לופיאן זצ"ל
א. המשקפיים של רבי אליהו לופיאן.
מצב: בינוני. ללא העדשות. ידיות המשקפיים מפורקות.

ב. הנטלה שבה נטל רבי אליהו את ידיו הקדושות.
נטלת נחושת עם שתי ידיות לאחיזה, ועם תחתית לקבלת המים הנוטפים.
גובה: 13 ס"מ. רוחב כולל ידיות: 17 ס"מ.
מצב: טוב. פגמים קלים.

מצורף אישור מנכדו של הרב לופיאן על כך שהפריטים היו שייכים לו.
אטעטשמענטס
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_13.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”