אלעס ארום פאליטיק - דעבאטעס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

יש ברירה האט געשריבן:איך האב עס נעכטן מיטגעהאלטן

קודם כל איז עס געוועהן א גאר געשמאקע ציווילע דיבאטע, ס'איז געוועהן א אינדשאומענט מיטצוהאלטן! ספעציעל ווען די מאדערעיטערס זענען געשוויגן שטיל און די צוויי זענען געגאנגען אהין און צוריק רואיגערהייט אן אריין האקן אײנער דעם צווייטן, און אן קיין נארישע פליקערייען צו וואס מיר זענען שוין ליידער געוואוינט

וואס איך האב ארויסגענומען פון די דעבאטע איז, אז עס איז גאר שווער צו דעבאטירן א סאציאליסט! דער שטייט דארט און זאגט צו גאלדענע גליקן און טעד פראבירט מסביר צו זיין אז געלט וואקסט נישט אויף קיין בוים


קרוז האקט רויע טרוקענע פאקטן, באציעט זיך זייער שיין צו די אוידענס. טענהט שטארק.

בערני דרייט זיך אין סירקלס נאכמאל און נאכאמאל, דריעמט הויעך, און פרובירט בעיקר צו ארבעטן אויף די געפילן.

צוויי שטארקע מאמענטן וואס כהאב ליב געהאט (נישט ממש אויפן לשון):

קרוז: גאווערמענט העלט קעיר איז ווי גיבן באס טיקעטס ווען סנישט דא קיין באסעס.

בערני (פאר איינער וואס האט אסאך ארבעטערס און קען נישט עפארדן אינשורענס פאר זיי): איך וועל דיר זאגן עפעס וואס איך ווייס דו וועסט נישט ליב האבן, אבער איך האלט אז דו דארפסט צושטעלן אינשורענס פאר דיינע ארבעטער, וואס טוסטו אויב איינער פון זיי ווערט נישט געזונט? (געפעלט מיר זיין גראדקייט דערין).
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

ביי יענע חלק (פון די 50 ארבעטער) - האט אין מיינע אויגן - טעד געהאט די אויבערהאנט

זי זאגט אז זי מאכט נישט גענוג געלט דאס צו צאלן און ער זאגט אז זי זאל יא צאלן, נישט געמאכט קיין סענס

---

אגב, האסט געזעהן מיט וואספארא אייפער ער רעדט פון לעמבערגיניס....?
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

מה פתאום??? האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:די ריכטער וואס טראמפ האט אויפגענימען פארן העכסטן געריכט, האט היינט געזאגט אז טראמפ ארינטעררייסן די ריכטער פונעם קעיס איז ''דעמארעלייזינגט''.



יא די שפיצל ארבעט פיין

פארוואס זאגסטע אויס? :lol:

שלא לייבש את מי שיש לו...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

יש ברירה האט געשריבן:ביי יענע חלק (פון די 50 ארבעטער) - האט אין מיינע אויגן - טעד געהאט די אויבערהאנט

זי זאגט אז זי מאכט נישט גענוג געלט דאס צו צאלן און בערניו זאגט אז זי זאל יא צאלן, נישט געמאכט קיין סענס

און ווען זי פרעגט אים "וויאזוי"?
זזאגט ער "איך ווייס נישט וויאזוי די סארט ביזנעס ארבייט... בלא בלא בלא (דא ווייזט מען אויף די זיבן כוכבי לכת און מען שטעקט ארויס די צינג)"
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

יש ברירה האט געשריבן:ביי יענע חלק (פון די 50 ארבעטער) - האט אין מיינע אויגן - טעד געהאט די אויבערהאנט

זי זאגט אז זי מאכט נישט גענוג געלט דאס צו צאלן און ער זאגט אז זי זאל יא צאלן, נישט געמאכט קיין סענס

---

אגב, האסט געזעהן מיט וואספארא אייפער ער רעדט פון לעמבערגיניס....?

פון מיין פרעספעקטיוו האב איך געזען אין קרוז אלס איינער וואס האט זיך ריזיג ארויסגעדרייט פון די פראגע אויף ווערן אפגעהאקט פון מעדיקעיד און ווען סענדערס קען ווען אזוי גוט דרייען וואלט ער זיך אויך געקענט ארויסדרייען פון די פראגע...
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

קרוז-סענדערס דיבעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

אינטערעסאנט איז געווען אז סי ען ען האט אויסגעקליבן די שטארקסטע קאנסערוואטיוו קעגן א גאנצע סאשעליסט
וואס אין מיין אפיניען איז נישט אזוי זיכער אז די רעפובליקאנער האלטן אינגאנצן ווי קרוז און די זעלבע מיט סענדערס וואס איך מיין אז האלב דעמאקראטן האלטן נישט פון זיין סאושעל פראגראם
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

א מערקבארע פאקט איז געווען אז די דעבאטע איז געווען אנע שום בייעס פון די מאדענעיטערס און אן איידעלע אויפירונג פון די דעבאטירער מיט שמייכלדיגע ווערטלעך אגריעד און דיסאגריעד
עס איז אויך געווען מערקבאר אז די דעבאטע וואלט זיך געצויגן שעות ווען נישט די מאדענעיטערס האבן דאס אנגעהאלטן רואיג און שטייף צו די נושא פון אבאמא קעיר וואס ווען נישט וואלט דאס שטארק געפארן צו די נושא פון קאנסערטיזם ווס. סאשעליזם
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

וואס מיינט ׳דעמארלעזייניג׳? און פון וואספארא שפיצל רעדט מען דא?
רצונינו לעשות רצוניך.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

ווער אין סי ען ען האט געהאוסט די דעבאטע?
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

קען עס איינער אריין דראפ באקסן אהער
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

ווער עס דארף עס קען זיך ווענדן צו מיר און אישי
ולהוי ידיעה עס האט פרויען
א פשוטע איד.
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

לכאורה ווייל די מידיע/דעמאקראטן וועלן ארויסהייבן דעם ריכטער, און דערנאך וועלן זיי נישט קענען שטערן זיין נעמאנאציע, כווייס נישט, אבער אויב דאס איז ער #פיינע נייעס
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

שאהן הענניטי האט געשריבן:ווער אין סי ען ען האט געהאוסט די דעבאטע?

דשעיק טעפער און פרוי דאנא באש
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

איין חלק פון די טענות וואס איז אויסגעשמועסט געווארן וואס ברענגט שטארק ארויס די חילוק צווישן סאשעליזם און קאנסערוואטיזם
סענדערס: אויב ריעפיעלן
וועלן די מיט א קראנקייט (pre existing condition)נישט ווערן אפראווד
קרוז:(א חלק צווישן די שורות) נא דאס איז דאך אינשורענס אז א געזונטע מענטש נעמט דאס אין פאל טאמער ער וועט קראנק ווערן און די וואס זענען שוין אויף א פלאן וועט מען נישט קענען אראפווארפן אדער העכער'ן ווייל דאס טוט דאך אינשורענס פארזיכערן (נישט קלאר וואס איז מיט מענטשן וואס האבן נאכנישט קיין אינשורענס און האבן א קראנקייט)

סענדערס: אויב... וועלן די אינשורענס קאמפאניס נישט צושטעלן קיין הילף פאר קימפעטארנס
קרוז: עס וועט זיין אלע מיני פלענער און א יונגע פרוי וועט אויסוועלן א פלאן וואס שטעלט דאס צו און איינער העכער די 60 וועט אויסוועלן דאס וואס שטעלט דאס נישט צו, אבער אויב די צווינגסט יעדן דאס צוצושטעלן וועט אויסקומען אז אנשטאט די עלטערע זאלן צאלן ביליג וועט יעדער מוזן צאלן טייער

סענדערס: העלט קעיר איז א רעכט וואס יעדער בירגער זאל האבן
קרוז: א רעכט מיינט א משל ווי פרידאם אף ספיעטש, פרידאם אף רעליגיע וכו' א רעכט אז דער מענטש "מעג" האבן און די זעלבע זאך דא איז א רעכט יעדער זאל האבן עקסעס צו העלט קעיר
סענדערס: וואס פאר א גוט יאר מיינט עקסעס צו האבן? ער קען האבן יא ער קען קויפן איינער פון דאנעלד טראמפ'ס פאלאצן אויך... אבער ער האט דאך נישט די געלט דערפאר
קרוז: אבאמא קעיר קען מען אויך נישט קויפן עס קאסט צו טייער... עקסטער די גאווערמענט דארף דאס נישט צושטעלן
סענדערס: אוודאי האט אבאמא קעיר פראבלעמען און איך וויל טאקע "גאווערמענט העלט קעיר" אומזינסט אזויווי יעדע אנדערע לאנד האט
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

אויך האט מען געטענה'ט איבער די סיסטעם וואס קאנאדע און אנדערע סאציאלע לענדער האבן,
קרוז האט געטענה'ט אז עס איז דארט דא לאנגע ווארטן ליסטעס און מענטשן גייען אויס ווארטענדיג, עקסטער לאזט מען די אלטע מענטשן שטארבן, און מען ווערט אפראווד פאר א טעסט איינמאל אין א שטיק צייט וכו'
סענדערס האט גענטפערט אז קודם איז דא פונקט אזוי נאר גראדע נישט צוליב די סיסטעם נאר פשוט מענטשן האבן נישט קיין אינשורענס, און אויף די פראבלעמען דארף מען טאקע אויסארבייטן א פלאן וואס זאל דאס נישט האבן
האט קרוז געטענה'ט אז עס איז ווי געבן באס טיקעטס אן א באס... דהיינו עס איז נישטא דאס געלט אויסצוהאלטן אזא פלאן
סענדערס: מען ווען נעמען טעקס פון 1٪ מיליאַנערז און ביליאַנערז
האט קרוז גענומען די חשבון און פארגעלייגט אז אפי' מען זאל צונעמען פון יעדן דאס געלט וואס ער פארדינט איבער א מיליאן דאלאר צאלט זיך דאס נישט אויס, און אפי' די גאווערמענט זאל קאנפיסקירן די פאר רייכסטע קאמפאניס וועט דאס נאר אויסהאלטן פאר איין יאר
דא איז סענדערס אביסל ארויס ארויס פון די כלים ווייל אין קרוז'ס ווערטער האט ער געמיינט ארויסצוברענגען אז די סאשעליזם איז א בחינה פון קאמוניזם און די רעגירונג איז בעל הבית אויף די קאמפעניס... און געזאגט אז די רעפובליקאנער מאכן שרעקעדיג ביים זאגן מען גייט קאנפיסקירן בלא בלא בלא אונז גיי מיר נישט קאנפיסקירן ס"ה דער עושר זאל צאלן מער אויסצוהאלטן דעם ארימאן
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

דיבעיט גוטע ווערטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

אויף די קאנאדער העלט קעיר סיסטעם האט סענדערס געלויבט ווי גוט דאס ארבעט, און דאס האט קרוז אריינגעווארפן
איך קען זייער גוט די קאנאדער סיסטעם, איך בין דאך דארט געבוירן, דאס וואלט געדארפט ווען זיין דיין שטארקסטע ארגומענט קעגן דעם אז איך בין געבוירן אויף די העלט קעיר...
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

נאך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

אויפן טענה אז די וואס האבן א קרענק וועלן נישט קענען באקומען העלט אינשורענס, האט קרוז געדרייט מיט פארשידענע פראזן און ארויסגעדרייט פון קלאר ענפערן ( אנפאנג, שפעטער האט ער שוין מודה געווען) האט אים סענדערס גענטפערט מר קרוז איך זעה אז דו ביסט א גוטע לויער דו ניצט אזעלכע הויכע ווערטער וואס זאגט סתם גערעדט אבי נישט מודה זיין.... (אזא אמת...)
קרוז: דאס איז א קאמפלימענט...
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

נאך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

קרוז: די ביסט דאך מודה אז אבאמא קעיר טויגט נישט צוליב די רעגירונג, יעצט וואס איז דיין סעלושען? צו געבן פאר די פעלערדיגע רעגירונג נאך כח? די רעגירונג טויגט נישט געט מען די כח פאר די בירגער...
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

נאך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

סענדערס האט גערעדט פון די עקזעקיוטיוו'ס פון די אינשורענס און דראג קאמפאניס מאכן 300 מיליאן דאלאר א יאר, זאגט אים קרוז נא וואס ווילסטו מען זאל דאס צוכאפן אדער רעגולירן וויפיל מען מעג פארדינען? זאגט סענדערס יא! אזוי ארבעט אין דענמארק, זאגט קרוז נו פארדעם וואוינען מיר דא...
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

בקיצור די אינהאלט קרוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

די יסוד פון קרוז איז געווען דא איז א פרייע מארקעט! די רעגירונג האט נישט קיין שום רעכט איינצוטיילן א קאמפאני וואס זיי מעגן מוזן אדער טארן נישט טאן, זאל דאס זיין אנצונעמען איינער וואס איז שוין קראנק צו האלטן קינדער ביז א געוויסע יארגאנג צו עני אנדערע זאך, אויב ביסטו נישט צופרידן גיי צו א צווייטן! די קענסט נישט צווינגן א מעדעצין קאמפעני וויפיל די ווילסט באצאלן! קענסט דיר אראפזעצן מיט אים און מאכן א דיעל, אדער עפען אויף די גרעניץ אז מען זאל קענען ברענגן פון אנדערע לענדער אז עס זאל ווערן א גלאבאלע קאמפעטישן, ווי אויך מאך גרינג די פראצעדור צו אפראווד ווערן פאר א מעדעצין אזוי אז עס וועט זיין ביליג און א קליינע קאמפעני וועט קענען אריינקומען פאר ביליגער!
פארוואס? קודם האסטו פשוט נישט די לעגאלע רעכט, ווי אויך וועלן די קאמפעניס זיך פארמאכן און אין לאנג טערם וועט עס קאסטן טייערער אזויווי אבאמא קעיר וואס צוליב די אלע רעגולאציעס זענען די פרימיום'ס ארויף
ווי אויך קען מען נישט צווינגן א קאמפאני צוצושטעלן אינשורענס פאר זייערע ארבייטער קודם ווייל פילע קליינע ביזנעסער קענען דאס נישט ערלויבן און אויך פארוואס איז דער מיט 49 מער באגליקט ווי דער מיט 50 ארבעטער
יעצט כלפי די פראבלעם מיט טייערע אינשורענס איז די מהלך פרייע מארקעט און מען זאל קענען קויפן אין אנדערע סטעיטס אזוי וועט זיין א ריזיגע קאמפעטישן מיט אלע מיני פלענער און ווער עס דארף א פלאן פאר ביליג וועט נעמען דעם ביליגן פון אן אנדערע סטעיט און ווער עס דארף איינס מיט די תנאי פון קינדער אינטער 26 וועט נעמען דאס פאר אביסל מער, אבער אפי' דער 21 יעריגער וואס איז נארוואס ארויסגעקומען פון קאלעדזש וועט קענען אליינס האבן אינשורענס פאר 600 דאלאר א יאר אזויווי פאר אבאמא קעיר
כלפי נעמען אינשורענס ווען מען איז שוין קראנק איז די קאמאן סענס אז די קאמפעניס זענען נישט קיין צדקה קאסע עס איז אינשורענס! וואס טוט פארזיכערן א געזונטע מענטש אין פאל ער ווערט קראנק, ממילא זאל זיך טאקע יעדער פארזיכערן בעפאר...
(וואס טוט זיך מיט א קראנקען וואס האט "יעצט" נישט קיין אינשורענס ווייס איך נישט. ווי אויך א קינד העכער 21 למשל וואס פאלט שוין אראפ פון די מאמעס אינשורענס פלאן, מיט א קרענק, וואס געשעהט? אבער לכאורה אין די פאל וועט ער קענען בלייבן אינטער די מאמעס אינשורענס פלאן אויף זיין קאסט דהיינו אז זיין פרימיום וועט זיין אזוי ווי א געזונטע מענטש ווייל דאס פאלט אריין אין די חלק אז די אינשורענס קען נישט אראפווארפן א קראנקען אדער העכער'ן זיין פרימיום #אייגן)

אקיצור: מען דארף נאך קלענער מאכן די גאווערמענט, געבן מער פאוער פאר די בירגער און אומקאנטראלירטע מארקעט אזוי קענען די קאמפעניס געבן ביליג און דער בירגער קען אויסקלייבן זיין באליבטער פלאן

(סענדערס שיטה וועט נאכקומען ווען איך וועל האבן צייט, ביטע ווער עס קען זאל דאס אויסכאפן... קאמענטארן זענען וועלקאם און אויב עני מיסטעיק ביטע אויסקלארן)
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

משה כספי האט געשריבן:סענדערס: וואס פאר א גוט יאר מיינט עקסעס צו האבן? ער קען האבן יא ער קען קויפן איינער פון דאנעלד טראמפ'ס פאלאצן אויך... אבער ער האט דאך נישט די געלט דערפאר

קרוז וואלט אים געדארפט ענטפערען אז ער זאל נעמען די געלט פון דארט ווי ("די שלעכטע") ביזענס אונער וואס האט נישט צו באצאלען פאר די ארבערטערס העלט קעיר זאל נעמען...
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

הערליכע זשאב משה. טענקס
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

משה כספי האט געשריבן:אויפן טענה אז די וואס האבן א קרענק וועלן נישט קענען באקומען העלט אינשורענס, האט קרוז געדרייט מיט פארשידענע פראזן און ארויסגעדרייט פון קלאר ענפערן ( אנפאנג, שפעטער האט ער שוין מודה געווען) האט אים סענדערס גענטפערט מר קרוז איך זעה אז דו ביסט א גוטע לויער דו ניצט אזעלכע הויכע ווערטער וואס זאגט סתם גערעדט אבי נישט מודה זיין.... (אזא אמת...)
קרוז: דאס איז א קאמפלימענט...

איך האלט ער האט א תירוץ אויף דעם נאר ער האט עס נישט געטארט ענטפערען
פונקט אזוי ווי די טענה אז אסאך מענטשען וועלען פארלירען העלט אינשורענס טאמער מען מאכט איבער די דורכגעפאלענע אבאמא קעיר וואס די תירוץ איז נישט אזוי געשמאק איז לכתחילה דרייד מען זיך ארויס צו ענטפערען
וואס די תירוץ איז אזוי אז נאך די ריפלעיסמענט וועט עס נישט זיין די נאומבער וואס בלייבען אן קיין אינשורענס וואס זיי זאגען 20 מיליאן נאר אסאך ווייניגער און עס וועט זיך כמעט אויסאיווענען מיט די מענטשען וואס קענען נישט באצאלען די אינשורענס וואס גייט ארויף, און מיט דעם וואס עס גייט ביליגער ווערען די אינשורענס, און מיט דעם וואס מען זעהט שוין יעצט אז די קוואליטי פון העלטקעיר איז אראפ און מען גייט עס צירוק ארויפברענגען סאו ווען מען רעכענט די שכר קעגען די הפסד איז דאס זיכער מער אויסגעהאלטען נאכדערצו אז אנדערש וועט עס עניוועיס גיין קראכען אדער וועט די קוואליטי פון העלטקעיר גיין אין די ערד. אבער פאר די המון עם קען מען עס נישט זאגען ווייל זיי פארשטייען נישט און זיי קלאטשען ווען מען זאגט צו פרי קאלידזש וכו' און זיי פארשטייען נישט אז עס מאכט נישט קיין סענס און עס איז נישטא פון ווי צו באצאלען
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

די דעבאטע איז נישט נאר נישט מעלה ומוריד נאר עס גיבט ניטאמאל די מינדעסטע אינדיקאציע וואס די ריכטונג איז ווי די צוויי פארטייען פלאנען צו נעמען זייער נעקסטע שריט אויף די אישו

סענדערס'ס ארויסהייבן א סינגל פעיר איז פארשטענדליך נישט די ראוט וואס זיין פארטיי גייט נעמען ווען זיי זענען בכלל נישט אין פאוער, קרוז'ס שטעלונג קעגן גאווערמענט בכלל זיין אינוואלווד אין העלטקעיר האט אויך נישט מיט רעאליטי ווען די פרעזידענט פון זיין פארטיי ארבייט פאר א ברייטע גאווערמענט ריפלעיסמענט פלאן..

איראניש איז אז סענדערס און טראמפ זעהן אויס מער אויפן זעלבן פעידזש לגבי א סינגל פעיר סיסטעם ווי טראמפ האט געזאגט צוויי וואכן צוריק אז "ער וויל א סיסטעם וואס וועט קאווערן יעדעם"...
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

פרא-חסיד האט געשריבן:איינער קען אריינקומען קלאר מיט די פאלס פון פאליטיקא (!) וואס ווייזט קלאר אז רוב פאלק שטיצט דעם פרעזידענטס אדשענדע? עפעס האב איך געהערט אויף קול מבשר.
אטעטשמענטס
IMG_20170208_185502.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”