ס'מיינסטע, אז דו ביזט פרום?

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

משה מאשקאוויטש האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן: :-(
וויל זיין גוט האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:די הלכה אז מ'טאר נישט מטלטל זיין א ספר תורה בחינם, טאקע אלס כבוד ס''ת.
מטלטל זיין מיינט אפשר ארויסטראגן פון איין הויז צו די צווייטע?

יא, עס מיינט 'אויך' אז מ'טאר נישט אויסטראגן פון איין הויז צום אנדערן. דעמאלטס איז עס פיל הארבער ווייל אפי' לצורך חיוב קריאה דארף מען גאנצע תנאים. אבער ארויסנעמען פון אר''ק שלא לצורך איז פונקט אזוי אסור ( דאס וואס די גבאים נעמען עס ארויס צו מישן שטייט קלאר אז עס איז מותר צוליב טירחה דציבורא)

און ווער באשליסט וואס מיינט לצורך און וואס נישט?

ר' יאסל קארו מעג באשליסן? קוק אין שו''ע סי' קמ''ד סעי' ג אז ''מ'טאר נישט'' מישן בציבור מפני כבוד הציבור.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

משהזוךמיר האט געשריבן:

און ממילא מיז זיין אז ס'מיינט אויך אז מ'טאר ננישט ליינען דערין ווען ס'קומט צו ג' בשלח... כ'האב פארשטאנען די לומדות. בערך.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

איך וויל פרעגן דעם דעת פונעם צבור, אויב דער אויסדריק 'ר' יאסל קארו' באדערט אויך פארן עולם, און אויב יא, דארף עס מער נישט דא געשריבן ווערן, עס איז דאכט זיך א שפאט-נאמען פאר א גדול בישראל שכל בית ישראל נשענים עליו.
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

וויל זיין גוט האט געשריבן:איך וויל פרעגן דעם דעת פונעם צבור, אויב דער אויסדריק 'ר' יאסל קארו' באדערט אויך פארן עולם, און אויב יא, דארף עס מער נישט דא געשריבן ווערן, עס איז דאכט זיך א שפאט-נאמען פאר א גדול בישראל שכל בית ישראל נשענים עליו.

אין מיינע אויגן איז עס בלויז די געדאנ ק שבו ווען מען וויל יענעם אפענטפערן אז עס איז אמאל געווען א אידל (דער גאון הדור וכל הדורות שבאו אחריו) ושמו רבי יוסף קארו... כ'זעה נישט דערין קיין זלזול חלילה.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

וויל זיין גוט האט געשריבן:איך וויל פרעגן דעם דעת פונעם צבור, אויב דער אויסדריק 'ר' יאסל קארו' באדערט אויך פארן עולם, און אויב יא, דארף עס מער נישט דא געשריבן ווערן, עס איז דאכט זיך א שפאט-נאמען פאר א גדול בישראל שכל בית ישראל נשענים עליו.

מיר האט עס אויך געבאדערט
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

משה מאשקאוויטש האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
משה מאשקאוויטש האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן: :-(
וויל זיין גוט האט געשריבן:מטלטל זיין מיינט אפשר ארויסטראגן פון איין הויז צו די צווייטע?

יא, עס מיינט 'אויך' אז מ'טאר נישט אויסטראגן פון איין הויז צום אנדערן. דעמאלטס איז עס פיל הארבער ווייל אפי' לצורך חיוב קריאה דארף מען גאנצע תנאים. אבער ארויסנעמען פון אר''ק שלא לצורך איז פונקט אזוי אסור ( דאס וואס די גבאים נעמען עס ארויס צו מישן שטייט קלאר אז עס איז מותר צוליב טירחה דציבורא)

און ווער באשליסט וואס מיינט לצורך און וואס נישט?

ר' יאסל קארו מעג באשליסן? קוק אין שו''ע סי' קמ''ד סעי' ג אז ''מ'טאר נישט'' מישן בציבור מפני כבוד הציבור.

און ממילא מיז זיין אז ס'מיינט אויך אז מ'טאר ננישט ליינען דערין ווען ס'קומט צו ג' בשלח... כ'האב פארשטאנען די לומדות. בערך.

אנטשולדיגט, איך פארשטאנען אז דיין שאלה באציט זיך צו ווער איז מתיר צו מישן.
דאס אז מ'טאר נישט ליינען סתם אזוי בציבור איז א פסק פון גרויסן גאון, דער הייליגער נצי"ב זצוקללה"ה זיעועכי"א אין שו"ת משיב דבר (סי' ט"ז), וואו מ'האט אים אנגעפרעגט איבער א קהלה וואו מ'האט געמאכט א נייע ארון קודש און איינער האט מחליט געווען אז עס וואלט געווען א שיינע זאך מ'זאל ליינען ביי די חינוך פון אר"ק, זאגט דער נצי"ב אז מיט א ברכה איז עס א ברכה לבטלה און אפי' אן א ברכה איז עס אסור, און ער לייגט צו אז אפי' ביום קריאה נאכ'ן דאווענען טאר מען נישט ווייל פון ירושלמי איז משמע אז אלעמאל ווען מ'ליינט בציבור מוז מען מאכן א ברכה, און ווען עס איז נישט קיין תקנת חז"ל איז עס א ברכה לבטלה.
אזוי פסק'נט אויך דער מהרש"ם (ח"א סי' קע"ה) אז מ'זאל נישט ליינען קרבנות חודש ניסן פון א ס"ת נאר פון א חומש ווייל מ'טאר נישט ארויסנעמען א ס"ת פאר דעם (אין רוב פלעצער איז גראדע דער מנהג יא צו ליינען קרבנות פון א ס"ת, אבער דאס איז א מנהג, און ס'האט א מקור). און אפי' דארט וואו מ'האט יא געליינט קרבנות פון א ס"ת האבן אסאך זיך געפירט שבת און ב' וה' צו ליינען קרבנות גלייך נאכ'ן ליינען כדי נישט ארויסצונעמען צוויי מאל די ס"ת.
אזוי אויך איז דא פון ר' סעדיה גאון עפעס אזא פסק בענין הקפות אבער איך קען עס נישט נאכזוכן יעצט.

שוין פארשטאנען?
--------------

בנוגע מעביר סדרה זיין אין א ס"ת זענט עטץ גערעכט, דער פראבלעם איז בציבור.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

משהזוךמיר האט געשריבן:נאך א 'פרומקייט' וואס איז קעגן א בפירוש'ע הלכה און איז בזיון ספר תורה:

אין "שומרי שבת" איז דא תרגום אין די ספר תורה?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אין "שומרי שבת" איז דא תרגום אין די ספר תורה?

וואשיינליך מען וועט שטעלען א מתורגמן אוויא בזמן חז"ל
the SCY is the limit
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

דער ענין פון ליינען אין א ספר תורה (אויסער דער חלק וואס עס איז א בזיון, לויט ווי ארויסגעברענגט געווארן), קוקט אויס, אזוי ווי פיל פון די אלע נייע סגולות, פערציג מאל שיר השירים, פערציג פרויען, פערציג מאל נעמען חלה, (פערציג טעג אויסארבעטן א מדה האט יא א מקור, ר"ר אלימלך זצ"ל).
איך מיין מען זאל מאכן פערציג מאל זאגן פרשת המן שנים מקרא ואחד תרגום, אין פערציג ג' בשלח'ס, פערציג מענטשן צוזאמען, אין פערציג חומשים, און דערנאך מאכן פערציג מאל התרת קללות, און זאגן פערציג מאל שיר השירים, פערציג מאל בלאזן שופר, און אלעס ביי חצות הלילה, אויסזאגנדיג תהלים, מיט תיקון הכללי, דאס וועט זיין די בעסטע סגולה.
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

וויל זיין גוט האט געשריבן:דער ענין פון ליינען אין א ספר תורה (אויסער דער חלק וואס עס איז א בזיון, לויט ווי ארויסגעברענגט געווארן), קוקט אויס, אזוי ווי פיל פון די אלע נייע סגולות, פערציג מאל שיר השירים, פערציג פרויען, פערציג מאל נעמען חלה, (פערציג טעג אויסארבעטן א מדה האט יא א מקור, ר"ר אלימלך זצ"ל).
איך מיין מען זאל מאכן פערציג מאל זאגן פרשת המן שנים מקרא ואחד תרגום, אין פךערציג ג' בשלח'ס, פערציג מענטשן צוזאמען, אין פערציג חומשים, און דערנאך מאכן פערציג מאל התרת קללות, און זאגן פערציג מאל שיר השירים, פערציג מאל בלאזן שופר, און אלעס ביי חצות הלילה, אויסזאגנדיג תהלים, מיט תיקון הכללי, דאס וועט זיין די בעסטע סגולה.

;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol:
זייער ריכטיג
איין זאך וואס איך פארשטיי נישט פונקטליך איז דאס וואס דו שרייבסט וועגן פערציג טעג מיט מידות. אויסארבעטן די מידות? וואסידאס? מיינסט צו זאגן זיך איינשרייבן אין תהלים כולל/כולל חצות/קופת העיר זיי זאלן דיך אינזין האבן פאר פערציג טעג ביים ציון פון פערציג אפענע און אנדערקאווער צדיקים נסתרים אויף תיקון המדות?

גראדע איז דא איין סגולה פון פערציג וואס איז אויסגעפרואווט געווארן הונדערטער מאל און האט אלעמאל געהאלפן: מיין בעה''ב האט מיר נישט געצאלט פערציג טעג, איך האב צוגעזאגט עס מפרסם צו זיין און איך בין תיכף געהאלפן געווארן...
Get your facts first, then you can distort them as you please.
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

משהזוךמיר האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:דער ענין פון ליינען אין א ספר תורה (אויסער דער חלק וואס עס איז א בזיון, לויט ווי ארויסגעברענגט געווארן), קוקט אויס, אזוי ווי פיל פון די אלע נייע סגולות, פערציג מאל שיר השירים, פערציג פרויען, פערציג מאל נעמען חלה, (פערציג טעג אויסארבעטן א מדה האט יא א מקור, ר"ר אלימלך זצ"ל).

;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol:
זייער ריכטיג
איין זאך וואס איך פארשטיי נישט פונקטליך איז דאס וואס דו שרייבסט וועגן פערציג טעג מיט מידות. אויסארבעטן די מידות? וואסידאס? מיינסט צו זאגן זיך איינשרייבן אין תהלים כולל/כולל חצות/קופת העיר זיי זאלן דיך אינזין האבן פאר פערציג טעג ביים ציון פון פערציג צדיקים נסתרים אויף תיקון המדות?
איך האב געמיינט צו שרייבן אז פון דעם לאך איך נישט חס ושלום, ווייל דאס קומט פון א צדיק, אבער דאס איבעריגע ערוועקט פיל מאל גרויס געלעכטער, און צומאל אויך רחמנות אויף די נאאיוויטעט וואס ליגט אונטער מקבל זיין א יעדע איינרעדעניש, און זיך ארויפכאפן אויף א יעדע פריש געווארענע סגולה
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

משהזוךמיר האט געשריבן: פראבלעם?

דער פראבלעם איז אז חוץ פון שפאצירן אויף די נערוון פון די מתפללים, איז עס קעגן א בפירוש'ע הלכע אין שו"ע. דער מחבר שרייבט אין סי' ק"א סעיף ב': ואם אינו יכול לכוין בלחש מותר להגביה קולו וה״מ בינו לבין עצמו אבל בצבור אסור דאתי למטרד צבורא. און דער משנה ברורה לייגט צו בשם דעם גר"א "אפילו להשמיע קולו במקצת כ״ש להגביה קולו.
קומט אויס אז מיט דיין זיין פרום האסטו נישט נאר נישט געטוען קיין מיצווע, נאר האסט גאר א נעוויירע. און נישט סתם א נעוויירע, נאר א נעוויירע פון שטערן א ציבור!

--------------------

נאך א דוגמא וואס איך מיין אז יעדער וואס איז א בעל קורא וועט מסכים זיין מיט מיר:

עס איז דא אידן, פון די א.ד. 'פרומע' חברה, וואס האבן זיך געמאכט אזא מנהג אז זיי זענען זייער מקפיד מיטצוהאלטן דאס ליינען פון אינעווייניג, און נישט סתם פון אינעווייניג נאר טאקע פון אינעווייניג אין דעם ספר תורה. עס איז א שיינער מנהג, און עס קען זיין אז עס האט א מקור, אבער עס איז פארט אן עולה. א גרויסע עולה.

כתבו הפוסקים דמעיקר הדין בזה"ז שלכולם יש סידורים וכולם בקיאים בסדר התפילה מותר להתפלל בקול.
לענין קראיה"ת אי"ז מנהג אלא הלכה ברורה שהעולה צריך לקרוא ביחד עם החזן, ואם אינו קורא י"א שהוא ברכה לבטלה, ועפ"י הרמ"א נוהגים לקרוא רק בלחש, אבל כמודמני שצריך עכ"פ להשמיע לאזניו.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

משה איך האב יעצט אפגעליינט די ערשטע מאל די אשכול, דו ברענגסט אויף א מאדנע קרענק, און אז דו רעדסט שוין דא פון סגולות לאמיר דיר מגלה זיין א סגולה וואס העלפט סיי פאר די וואס קוקן אריין מיטן בעל קורא, די וואס דארפן א ספר תורה פאר פרשת המן אא״וו, שיק זיי ארבעטן 40 טעג וועלן זיי אלע געהאלפן ווערן...
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

לחם לשובע האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן: פראבלעם?

דער פראבלעם איז אז חוץ פון שפאצירן אויף די נערוון פון די מתפללים, איז עס קעגן א בפירוש'ע הלכע אין שו"ע. דער מחבר שרייבט אין סי' ק"א סעיף ב': ואם אינו יכול לכוין בלחש מותר להגביה קולו וה״מ בינו לבין עצמו אבל בצבור אסור דאתי למטרד צבורא. און דער משנה ברורה לייגט צו בשם דעם גר"א "אפילו להשמיע קולו במקצת כ״ש להגביה קולו.
קומט אויס אז מיט דיין זיין פרום האסטו נישט נאר נישט געטוען קיין מיצווע, נאר האסט גאר א נעוויירע. און נישט סתם א נעוויירע, נאר א נעוויירע פון שטערן א ציבור!

--------------------

נאך א דוגמא וואס איך מיין אז יעדער וואס איז א בעל קורא וועט מסכים זיין מיט מיר:

עס איז דא אידן, פון די א.ד. 'פרומע' חברה, וואס האבן זיך געמאכט אזא מנהג אז זיי זענען זייער מקפיד מיטצוהאלטן דאס ליינען פון אינעווייניג, און נישט סתם פון אינעווייניג נאר טאקע פון אינעווייניג אין דעם ספר תורה. עס איז א שיינער מנהג, און עס קען זיין אז עס האט א מקור, אבער עס איז פארט אן עולה. א גרויסע עולה.

כתבו הפוסקים דמעיקר הדין בזה"ז שלכולם יש סידורים וכולם בקיאים בסדר התפילה מותר להתפלל בקול.
לענין קראיה"ת אי"ז מנהג אלא הלכה ברורה שהעולה צריך לקרוא ביחד עם החזן, ואם אינו קורא י"א שהוא ברכה לבטלה, ועפ"י הרמ"א נוהגים לקרוא רק בלחש, אבל כמודמני שצריך עכ"פ להשמיע לאזניו.

,אין די צייטן פון משנה ברורה איז נאכנישט געווען קיין חומשים? די מציאות איז אז עס נאך אלץ מטריד. אז דו האסט איינער וואס איז מתיר, ברענג א פונקטליכע מקור.
בנוגע ליינען, רעד איך נישט פון דעם עולה נאר פון א צווייטן וואס שטעלט זיך אונטערן בעל קורא און פרובירט אריינצוקוקן איבער זיין רוקן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

הט"ז כ"כ, וזה ההיתר להתפלל בקול בימים נוראים, אמנם עפ"י קבלה צריך בכל אופן בלחש, ולא באתי להצדיק המגביהים קולם, רק הובהרתי ההלכה.
בנוגע לקראיה"ת, גוט אז דו האסט עס קלאר געשטעלט, ס'אט שוין כמעט אויסגעזען ווי עמעראצוס ל"ע.
ובאמת דברי לעיל לא היו מדוייקים, וזה הנכון דעפ"י ההלכה צריך העולה לקרוא יחד עם הבעל קורא ואם לא זה ברכה לבטלה, אבל רק בלחש דבקול רם אמרינן על זה תרי קלי לא משתמעי, ועפ"י הרמ"א מותר לו להשמיע לאזניו.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

בנוגע קריה''ת האב איך מיך פארגעשטעלט אז דאס איז ד נידון (אז דוקא נישט הויך) פשוט ווייל אלס בעל קורא קען איך 'עפעס' הלכות, איך קען עס פשוט נישט נאכזוכן יעצט האב איך נישט געזאגט, כדרכי צו פראבירן מברר צו זיין א זאך פאר'ן שרייבן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

סתם אראפרייסן א מענטש ווען ער טוט א זאך לשם שמים??? פארגעס נישט אריינקוקן אין א ספר תורה איז א סגולה לטהרת המחשבה ועוד.

ענדערש זאג אים איינמאל מיט רעספעקט אז ער זאל עס טוען אויף א אופן וואס זאל נישט שטערן והכל על מקומו יבא בשלום בעזהשי"ת
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

און די אנדערע טענות וואס דו האסט מיין איך אז ווען איינער זאל שמועסן וואלטסטו ווייניגער געשריגן... [אפשר נישט אבער זיי זיך בודק דערנאך עלמיר רעדן...]
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ועוד ווען א מענטש זאגט שטיל און דו הערסט מיינט נישט אז ער כאפט אז מענטשן הערן, צומאל איז עס אפשר נערוועזיקייט וכל שום וחניכא דאית לי'... אבער לייג נישט ארויף א נאסע ליילעך ווען אידן זענען מדקדק במצוות לויט זייער פארשטאנד און על פי רוב אויב וועט מען שיינערהייט זאגן אז אפילו ווען ער פרובירט צו זאגן שטיל הערט מען נאכאלס וועט ער פארשטיין וואס דו זאגסט (חוץ אויב ער ליידט אויף עפעס וואס איך גלייב נישט דאס איז די רעדע דא...)
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

און די קעפל פונעם אשכול צייגט אז עס שטערט דיר מער אז יענער מיינט אז ער איז פרום ווי פון דעם אז עס שטערט דיך... ודו"ק
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 12:22 pm

די פרומער זענען די ארגסטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמימות'דיגער »

ס'כדאי ארייציקוקן אין חתם סופר פ' תזריע עמ' כ"ט ד"ה וראה הכהן וגו' - מבהיל'דיגע ווערטער!
כ'בין א תם - נישט א נער
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

WOW. כ'האמיך נישט גערישט אויף אזא אטאקע (אפשר אז ס'איז צוטיילט אין אפאר תגובות הייסט עס אפאר אטאקעס?...)
לעצם הענין, כנראה יו טאטעלי מיסט דע פוינט פון די אשכול. מיך שטערט נישט ווען איינער איז פרום, און גראדע שטערט מיר יא זייער שטארק ווען איינער רעדט, און אלס הדיוט קופץ בראש וועל איך זייער שנעל שושקען. דא רעדט מען אבער פון מענטשן וואס זענען עובר אויף די הלכה, און זיי האלטן זיך נאך פאר פרומע "מיט דעם". פשט איז, דו קענסט אים אפי' נישט מוכיח זיין, בעטן ער זאל אויפהערן וכדו' ווייל זיין רעאקציע וועט זיין פונקט ווי דיינס: "עס שטערט דיר אז איך בין פרומער ווי דיר, פראבירסטו מיר אראפצורייסן." דאס איז נישט (נאר) מכח סברה נאר פון אייגענער ערפארונג ווי איך וועל דיר אויסקלארן אין די קומענדיגע שורות:
נודה לך האט געשריבן:סתם אראפרייסן א מענטש ווען ער טוט א זאך לשם שמים??? פארגעס נישט אריינקוקן אין א ספר תורה איז א סגולה לטהרת המחשבה ועוד.

ענדערש זאג אים איינמאל מיט רעספעקט אז ער זאל עס טוען אויף א אופן וואס זאל נישט שטערן והכל על מקומו יבא בשלום בעזהשי"ת

ריכטיג, עס שטייט טאקע געוואלדיגע זאכן אויף זעהן די כתב, און דערפאר ווען איך בין נישט דער בע"ק בין איך זיך מטריח ביי הגבה צו קענען ליינען פון דעם כתב (אגב ווערט געברענגט אז מ'זאל 'דעמאלטס' אויפזוכן אינעווייניג די ערשטע אות פון דעם נאמען), אבער טאקע נאר בשעת הגבה אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין די פוסקים. פארוואס איז קיינעם פון די פוסקים נישט בייגעפאלן צו שרייבן אז אויב מעגליך זאל מען אריינקוקן בשעת'ן ליינען, נאר זיי אלע שרייבן בשעת הגבה?

איך האב געעפנט דעם אשכול אין א דאנערשטאג נאכט, יענעם טאג ביים דאווענען האבן זיך אפגעשפילט ביידע דוגמאות וואס איך ברענג אין ערשטן תגובה. דער וואס איז געשטאנען אונטער מיר ביים ליינען איז איינער וואס איך האב שוין מעורר געווען דערויף, און לשבחו מוז מען זאגן אז ער פרובירט ווי ווייניגער זיך אנצוזען, אבער אינגאנצן אויפהערן נאר קוקן אינעווייניג ביי הגבה איז צופיל פארלאנגט פון אים.

נודה לך האט געשריבן:און די אנדערע טענות וואס דו האסט מיין איך אז ווען איינער זאל שמועסן וואלטסטו ווייניגער געשריגן... [אפשר נישט אבער זיי זיך בודק דערנאך עלמיר רעדן...]

בדקתי ומצאתי אז ווען איינער שמועסט וועל איך (כמעט) אלעמאל אים שטיל מאכן בעת וואס קיין פרומער וועל איך כמעט קיינמאל נישט. (דערפאר דארף איך זיך דא אויסגעבן...)
נודה לך האט געשריבן:ועוד ווען א מענטש זאגט שטיל און דו הערסט מיינט נישט אז ער כאפט אז מענטשן הערן, צומאל איז עס אפשר נערוועזיקייט וכל שום וחניכא דאית לי'... אבער לייג נישט ארויף א נאסע ליילעך ווען אידן זענען מדקדק במצוות לויט זייער פארשטאנד און על פי רוב אויב וועט מען שיינערהייט זאגן אז אפילו ווען ער פרובירט צו זאגן שטיל הערט מען נאכאלס וועט ער פארשטיין וואס דו זאגסט (חוץ אויב ער ליידט אויף עפעס וואס איך גלייב נישט דאס איז די רעדע דא...)

ווי שוין אויבן געשריבן האב איך געהאט יענעם טאג א מעשה, און גראדע דאוונט יענער גאנץ אפט אין מיין מנין. עס איז געווען טויט שטיל אז א פליג וואלט מען געקענט הערן, דער איינציגער סאונד אין ביהמ"ד איז געווען ווי יענער ליינט קרי"ש. הויך. איך האב געשושקעט, און קיינער האט נישט געקענט מיינען אז איך מיין איינעם אנדערש, און ער האט ווייטער געליינט קרי"ש זייער ערליך. לשבחו מוז מען זאגן אז ער גייט יא ארויס פון ביהמ"ד (ס'הייסט, ער כאפט אז ער שטערט), נאר ער קומט צוריק ווען ער האלט נאך גענוג ווייט פון שמו"ע אז ווען ער קומט אן צו זיין פלאץ ביים צווייטן עק זאל ער נאך האלטן פאר גאל ישראל, און דאך נידערט ער נישט זיין שטימע.
נודה לך האט געשריבן:און די קעפל פונעם אשכול צייגט אז עס שטערט דיר מער אז יענער מיינט אז ער איז פרום ווי פון דעם אז עס שטערט דיך... ודו"ק

כמעט... דער וואס קען מיר ווייסט אז די זאך וואס קען מיך די גרינגסטע ארויסנעמען פון די כלים איז טון עפעס וואס שטערט מיך. (איך ווייס, איך דארף ארבעטן אויף מידת הסבלנות, אבער נישט דאס איז די נושא דא.)
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 12:22 pm

נייע סגולות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמימות'דיגער »

איך טרעף א איד אין ביסמעדרש הושענא רבה נאכמיטאג ווי ער מאכט הקפות אין ביהמ"ד אן קיין ד' מינים, צוריקציוועגס, און ער מורמעלט זיך עפעס אונטער...
איך פרעג איהם "זאג'מיר צדיק'ל איר זענט אראפ פון זינען?" זאגט ער מיר נו נו און ער גייט ווייטער צוריקציוועגס...
הכלל, נאך זיבן הקפות צוריקציוועגס זאגט ער מיר אז ס'שטייט פון בעלזער רב ז"ל אז איינער לאכט פון א מנהג איז ער אן אפיקורס. זאג איך איהם רעב איד איך לאך נישט פון קיין מנהגים אבער ווי האט איהר אויפגעפיקט דער מאדנער מנהג? זאגט ער מיר אז ער האט גיהערט פון זיין רב בשם רבי חיים פאלאדזשי אז ס'דא א סגולה צו זאגן "עלינו" צוריקציוועגס זיבן מאהל אויף הושענא רבה...
כ'בין א תם - נישט א נער
גיוס
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיוס »

כ'פארשטיי נישט די שאלה פון ליינען אין ספר תורה, האסט קלאר געשריבן אז מ'טאר עס נישט מטלטל זיין בחינם! נו ער ליינט דאך דערינען איז עס נישט בחינם,
אמאל איז נישט געוועהן קיין ספרים האט מען געלערנט אין ס"ת, ווייל מ'האט געדריקט ספרים טאר מען שוין נישט לערנען אתמהה??
דאכט זיך ס'איז דא א תשובה אין דברי יואל וועגן ליינען די נשיאים חודש ניסן
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

משהזוךמיר האט געשריבן:ווי שוין אויבן געשריבן האב איך געהאט יענעם טאג א מעשה, און גראדע דאוונט יענער גאנץ אפט אין מיין מנין. עס איז געווען טויט שטיל אז א פליג וואלט מען געקענט הערן, דער איינציגער סאונד אין ביהמ"ד איז געווען ווי יענער ליינט קרי"ש. הויך. איך האב געשושקעט, און קיינער האט נישט געקענט מיינען אז איך מיין איינעם אנדערש, און ער האט ווייטער געליינט קרי"ש זייער ערליך. לשבחו מוז מען זאגן אז ער גייט יא ארויס פון ביהמ"ד (ס'הייסט, ער כאפט אז ער שטערט), נאר ער קומט צוריק ווען ער האלט נאך גענוג ווייט פון שמו"ע אז ווען ער קומט אן צו זיין פלאץ ביים צווייטן עק זאל ער נאך האלטן פאר גאל ישראל, און דאך נידערט ער נישט זיין שטימע.
נודה לך האט געשריבן:און די קעפל פונעם אשכול צייגט אז עס שטערט דיר מער אז יענער מיינט אז ער איז פרום ווי פון דעם אז עס שטערט דיך... ודו"ק

מען דארף אזא איינעם פרעגען פארוואס ער האט מחליט געווען אז נאר זיין תפילה איז חשוב ביים באשעפער און אין א צווייטענס תפילה מעג מען מזלזל זיין און שטערען
און יעדע בית המדרש איז דא איינס צוויי אזעלכע חברה
און פון מיין עקספירענס רעדט מען צום לאמפ מיט זיי
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”