היסטאריע פון די שטאט 'געיטסהעד', ענגלאנד

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שלומעלע
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

תגובהדורך שלומעלע » מיטוואך ינואר 25, 2017 12:32 pm

ר' חיים שמואל לופיאן אין זיין גייטסעהד יאהרען
צוגעלייגטע
ר חיים שמואל לופיאן ור שמאי צאהן עם ישיבת סונדרלנד.jpg

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13151
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך ינואר 25, 2017 1:28 pm

moishy56 האט געשריבן:ביי וועם איז רב יודא זאב סגל, דער מנטשסטר ראש ישיבה געווען א איידעם? אין גייטסהעד?
ביי וועם?.

ער האט חתונה געהאט אין
ענגלאנד מיט דער טאכטער פון הרב ר׳ שלמה זלמן כהן

http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 0118_6.pdf
On the 15th of Shevat, 5694/1934, Rav Yehuda Zev married Yocheved, the youngest daughter of Rav Shlomo Zalman Cohen, a Gerrer chassid from Gateshead

http://hamodia.com/features/day-history ... bruary-11/
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2483
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מיטוואך ינואר 25, 2017 1:39 pm

הרב מתתיהו סלמון משגיח דישבת לייקוואד איז פון דארט, ווי אויך זיין שווער הרב פאלק זצ"ל

זריז
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:14 pm

תגובהדורך זריז » מיטוואך ינואר 25, 2017 5:27 pm

מתבונן האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:ראשי ורמ״י ''ישיבת בית יוסף'' געיטסהעד, 40-70 יאר צוריק.

ווייסט איינער ווער איז ווער?

Photo #001


זריז האט געשריבן:די אונטערשטע שורה רעכטס איז הרה"ג ר' זאב כהן זצ"ל מנהל הישיבה.


ר' זאב ווערט פאררעכענט אלס איינער פון די ר"י פון 40 יאר צוריק? ער איז נישט לאנג צוריק אוועק. נישט געוואוסט אז ער איז שוין דארט געווען אזוי לאנג. עפעס האט ער איבערגענומען די הנהלה פון זיין שווער דאכצעך.

די בילד איז א צאמגעשטעלטע בילד, נישט אלעס איז פון 40 יאר צוריק, אבער ר' זאב איז שוין געווען דארטן פאר 50 יאר צוריק זיכער. נאך בחייו פון זיין שווער האט ער געהאט דעם פאסטן פון מגי"ש שיעור ד', לאחר פטירתו איז ער געקרוינט געווארן אלץ מנהל.

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2483
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מיטוואך ינואר 25, 2017 6:46 pm

נאך די פטירה פון ר' אליעזר אדלר הנ"ל האט די קהילה געלאזט ליידיג זיין בענקעל אין עס האט באקומען די נאמען the empty seat

אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:22 pm

תגובהדורך תמימות'דיגער » מיטוואך ינואר 25, 2017 7:16 pm

בילד

הגאון רבי אריה זאב גורביץ זצ"ל [הנקרא "רבי לייב"] ראש ישיבת גייטסהעד ביחד עם גיסו הגאון רבי אריה ליב לופיאן זצ"ל. אין גייטסהעד האט מען זיי גערופן "די צוויי לייבן".
אויפן בילד זעהט מען זיין באקאנטען "תוספת הראש".
די היינטיגער ראש ישיבה הגה"צ רבי אברהם גורביץ שליט"א איז אן איידים ביי זיין פעטער הגר"ל לופיאן זצ"ל.
כ'בין א תם - נישט א נער

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מיטוואך ינואר 25, 2017 8:34 pm

זריז האט געשריבן:דארטן האט געוואוינט א שוחט ר' דוד דרייען ז"ל, ער האט שטארק געוואלט אז די שטאט זאל ווערן א מקום תורה, און ער האט אריבערגעברענגט פון ליטע די מייסדים פון די ישיבה, און ווען דער מכתב מאליהו איז אהינגעקומען האט ער מייסד געווען א כולל בראשותו, די צווי מוסדות האבן געגעבן פאר די שטאט די ליטווישע פנים וואס ס'האט היינט.


ר׳ יששכר פראנד דערציילט, אז ר׳ דוד דרייען ז״ל האט ארויסגעשיקט 22 בריוון צו לאדענען תלמידי חכמים קומן מאכן א מקום תורה (עס איז פונקט ווי איינער זאל וואוינען אין א דארף אין Virginia אין שיקן בריוו אויף נוי יארק רופן מענטשען זאגט ער) 19 האבן נישט געשפירט וויכטיג צו ענטפערן, איינער האט געזאגט ניין, איינער אפשר, און איינער האט געזאגט יא, דאס איז געווען הרב דסלר, און פון דעם איז ארויסגעקומען א ריכטיגע עיר התורה.

שלומעלע
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

תגובהדורך שלומעלע » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 10:43 am

נחום וואהלינער האט געשריבן:הרב מתתיהו סלמון משגיח דישבת לייקוואד איז פון דארט, ווי אויך זיין שווער הרב פאלק זצ"ל

זיין שווער האט מען געקענט אלץ 'מיסטער' פאלק. ער האט געוואוינט אין מאנטשעסטער, געהאט א ספרים געשעפט אויף 25 אשבורן גראוו. ס' דארף צו זיין עפעס א מעשה'לע לגבי וואס ער האט זוכה געווען צו אזעלכע וואולע קינדער מיט איידימעס.

שלומעלע
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

תגובהדורך שלומעלע » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 10:45 am

שלומעלע האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:הרב מתתיהו סלמון משגיח דישבת לייקוואד איז פון דארט, ווי אויך זיין שווער הרב פאלק זצ"ל

זיין שווער האט מען געקענט אלץ 'מיסטער' פאלק. ער האט געוואוינט אין מאנטשעסטער, געהאט א ספרים געשעפט אויף 25 אשבורן גראוו. ס' דארף צו זיין עפעס א מעשה'לע לגבי וואס ער האט זוכה געווען צו אזעלכע וואולע קינדער מיט איידימעס.

טאקע היינטיגע צייטען וואס דער פרייז פון טיטלעך איז א משהו ביליגער געווארען, וואלט אפילו דער טיטעל הרב אפשר נישט געווען געניק.

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 1:42 pm

שלומעלע האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:הרב מתתיהו סלמון משגיח דישבת לייקוואד איז פון דארט, ווי אויך זיין שווער הרב פאלק זצ"ל

זיין שווער האט מען געקענט אלץ 'מיסטער' פאלק. ער האט געוואוינט אין מאנטשעסטער, געהאט א ספרים געשעפט אויף 25 אשבורן גראוו. ס' דארף צו זיין עפעס א מעשה'לע לגבי וואס ער האט זוכה געווען צו אזעלכע וואולע קינדער מיט איידימעס.


יא.
זיין שווער האט געהייסן הר״ר אברהם צבי פאלק ז״ל, פון מאנשעסטער.

די ''מעשה׳לה'' וואס די זאגסט..
מיינסטו מסתמא דעהר מעשה איבער זיין מסירת נפש פארן חינוך הטהור.
צוגעלייגטע
salamon falk.JPG

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך פאברואר 01, 2017 6:25 am

יעניגער האט געשריבן:די ישיבה איז געגרינדעט געווארען דורך ר' משה לנדיסקי פון ראדין, אלץ א נאווהארדיקער ישיבה "בית יוסף".
דווקא די שטאטישע יידן דארטן זענען געוועהן חסידיש געשטימט, עס זענען נאך דא אין די שטעטישע שול געוויסע חסידישע מנהגים, ווי צום ביישפיל הלל פסח ביי נאכט און הקפות ליל שמיני עצרת, אבער היינט צוטאג אחוץ די ישיבה בחורים זענען דארט כמעט נישטא קיין חסידים.


גראדע איז דא עטליכע יודן אין געיטסהעד וואס גייען שטריימלעך [אויך אויפן גאס].

צווישן זיי:

הרה״ח ר׳ חיים בינדינגער הי״ו.
הנה״ח ר׳ שמעון קויפמאן הי״ו, מחשובי חסידי באבוב, בן הנגיד ר׳ מנדיל ז״ל.
הרה״ח ר׳ לייבי מרגליות הי״ו, בן הנגיד בנש״ק ר׳ אפרים זלמן ז״ל.
הרה״ח ר׳ ... פריעד הי״ו.

יעניגער
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 6:14 pm

תגובהדורך יעניגער » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 4:34 pm

ר' יעקב פריעד.

עס זענען געוועהן די אחים פאזען מיט וויסע זאקן.
עס זענען אויך דא אן שטריימלעך ווי צום ביישפיל הרה"ג ר' חיים קויפמאן זצ"ל און יבל"ח ר' מאיר מנשה באדנער הי"ו, אבער קיין סאך איז נישט דא.

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 5:00 pm

אברעמיל האט געשריבן:אגב דער הייליגער שאצער רבי זי"ע האט געוויילט עטליכער וואכען אין גייטסהעד אנפאנג מלחמה יאהרען אין האט געזאגט אז די ווענט פון יידישע געגענד קלינגען מיט דער קול פון לערנען תורה.
אין יענער צייט זענען גיווען א סך בחורים וואס האבען סיך גיראטעוועט פון ייראפ מיט דעם וואס זיי האבען בעקומען סטודענט וויזא דארך די ישיבה

בימים ההם איז עפעס געווען א תקופה וואס מען האט אין זוממער געריקט דעם זייגער מיט צוויי שעה, האב איך געהערט אז דער שאצ'ער רב איז דעמאלס געווען אין געיטסהעד, און געמאכט א מנין מנחה 11:45 ביינאכט!!
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

שלומעלע
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

תגובהדורך שלומעלע » זונטאג פאברואר 05, 2017 11:20 am

moishy56 האט געשריבן:
יעניגער האט געשריבן:די ישיבה איז געגרינדעט געווארען דורך ר' משה לנדיסקי פון ראדין, אלץ א נאווהארדיקער ישיבה "בית יוסף".
דווקא די שטאטישע יידן דארטן זענען געוועהן חסידיש געשטימט, עס זענען נאך דא אין די שטעטישע שול געוויסע חסידישע מנהגים, ווי צום ביישפיל הלל פסח ביי נאכט און הקפות ליל שמיני עצרת, אבער היינט צוטאג אחוץ די ישיבה בחורים זענען דארט כמעט נישטא קיין חסידים.


גראדע איז דא עטליכע יודן אין געיטסהעד וואס גייען שטריימלעך [אויך אויפן גאס].

אמהליגע צייט'ן האב'ן געוואינט אין גייטסעהד א שיין קבוצה פון דערהויבענער חסידשע יודען, געלערנט דארט'ן אין כולל. ביניהם, הרה"ח ר' מרדכי יוסף קמיונקה, הגה"ח ר' שמחה בונם ליברמן, ויבלחט"א דער ביאלער רבי שליט"א מיט מרן הגרי"ט ווייס שליט"א. דער שוחט פאר א תקופה איז אויף געווען א חסיד, א פליט פון פיעטרקאוו, ר' מוטל קמינצקי, פון א משפחה פון אלכסנדער חסידים, אין נאכ'ן קריג געווארען אן איידים אן א חשובע גערער משפחה.
מיט דעם אללעס, קיי שטריימל איז נישט געווען אין שטאט. פאר'ן פורים רב שבת זכור, זענען דער בחורים'לך געפארען קיי סונדערלאנד, בארגען א שטריימעל פון הרב באבד.

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » זונטאג פאברואר 05, 2017 1:29 pm

יעניגער האט געשריבן: און יבל"ח ר' מאיר מנשה באדנער הי"ו,


ער איז געווען, און אפשר איז נאך אלץ, דער בעל אכסניא פאר די וויזניצע באטע יעדע פרייטאג צו נאכטס. געבענטשט זאל ער זיין.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

יעניגער
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 6:14 pm

תגובהדורך יעניגער » זונטאג פאברואר 05, 2017 5:12 pm

געדענקט איינער די פרשה אין ישיבה גדולה, ווען בחורים זענען געפארן קיין לאנדאן אויף שבת צום ברך משה זי"ע, און די הנהלה האט זיי ארויסגעווארפן אויף א וואך ?

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג פאברואר 07, 2017 7:46 am

יעניגער האט געשריבן:געדענקט איינער די פרשה אין ישיבה גדולה, ווען בחורים זענען געפארן קיין לאנדאן אויף שבת צום ברך משה זי"ע, און די הנהלה האט זיי ארויסגעווארפן אויף א וואך ?


אנהייב אלול תש״ס?

יעניגער
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 6:14 pm

תגובהדורך יעניגער » דינסטאג פאברואר 07, 2017 3:36 pm

בערך.

אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:22 pm

תגובהדורך תמימות'דיגער » דינסטאג פאברואר 07, 2017 3:46 pm

יעניגער האט געשריבן:געדענקט איינער די פרשה אין ישיבה גדולה, ווען בחורים זענען געפארן קיין לאנדאן אויף שבת צום ברך משה זי"ע, און די הנהלה האט זיי ארויסגעווארפן אויף א וואך ?


זיי האבן גיהאט א פערזענדליכע אישו מיטן ברך משה זצ"ל אדער זיי האבן אזוי געטוהן צו עני רבי אלץ התנגדות?
כ'בין א תם - נישט א נער

זריז
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:14 pm

תגובהדורך זריז » דינסטאג פאברואר 07, 2017 4:08 pm

shalsheles האט געשריבן:
זריז האט געשריבן:דארטן האט געוואוינט א שוחט ר' דוד דרייען ז"ל, ער האט שטארק געוואלט אז די שטאט זאל ווערן א מקום תורה, און ער האט אריבערגעברענגט פון ליטע די מייסדים פון די ישיבה, און ווען דער מכתב מאליהו איז אהינגעקומען האט ער מייסד געווען א כולל בראשותו, די צווי מוסדות האבן געגעבן פאר די שטאט די ליטווישע פנים וואס ס'האט היינט.


ר׳ יששכר פראנד דערציילט, אז ר׳ דוד דרייען ז״ל האט ארויסגעשיקט 22 בריוון צו לאדענען תלמידי חכמים קומן מאכן א מקום תורה (עס איז פונקט ווי איינער זאל וואוינען אין א דארף אין Virginia אין שיקן בריוו אויף נוי יארק רופן מענטשען זאגט ער) 19 האבן נישט געשפירט וויכטיג צו ענטפערן, איינער האט געזאגט ניין, איינער אפשר, און איינער האט געזאגט יא, דאס איז געווען הרב דסלר, און פון דעם איז ארויסגעקומען א ריכטיגע עיר התורה.

די ישיבה איז 11 יאר עלטער פון די כולל און האט גארנישט געהאט מיט הרב דעסלער.

זריז
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:14 pm

תגובהדורך זריז » דינסטאג פאברואר 07, 2017 4:10 pm

תמימות'דיגער האט געשריבן:
יעניגער האט געשריבן:געדענקט איינער די פרשה אין ישיבה גדולה, ווען בחורים זענען געפארן קיין לאנדאן אויף שבת צום ברך משה זי"ע, און די הנהלה האט זיי ארויסגעווארפן אויף א וואך ?


זיי האבן גיהאט א פערזענדליכע אישו מיטן ברך משה זצ"ל אדער זיי האבן אזוי געטוהן צו עני רבי אלץ התנגדות?

לא ולא, פשוט אלץ ארדענאנג פון די ישיבה.

יעניגער
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 6:14 pm

תגובהדורך יעניגער » מיטוואך פאברואר 08, 2017 1:16 pm

ר' חיים עוזר האט געהאלטן דעמאלט א שארפען שמועס, אז די ישיבה איז א ליטווישע ישיבה און אז אזוי דארף ער צו פארבלייבן, און אז א חסידישער בחור קומט אהער מיינט דאס אז עס איז אים געפאלן דער ליטווישע מהלך, אבער מען קען נישט איבערדרייען די ישיבה צו א חסידישע ישיבה.
ער האט פארציילט אז זיינס א פריינט האט זיך אמאל צו איהם אנגערופען אז "עס זעהט עם דא אויס ווי וויליאמסבורג", און ער האט עם געענטפערט אז עס שטערט עם נישט כל זמן די ישיבה פירט זיך ווייטער אויפן נאווהארדאקער מהלך.
ליידער האבן די חסידישע בחורים דאס נישט אזוי גוט פארשטאנען.

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מיטוואך פאברואר 08, 2017 1:46 pm

זריז האט געשריבן:
תמימות'דיגער האט געשריבן:
יעניגער האט געשריבן:געדענקט איינער די פרשה אין ישיבה גדולה, ווען בחורים זענען געפארן קיין לאנדאן אויף שבת צום ברך משה זי"ע, און די הנהלה האט זיי ארויסגעווארפן אויף א וואך ?


זיי האבן גיהאט א פערזענדליכע אישו מיטן ברך משה זצ"ל אדער זיי האבן אזוי געטוהן צו עני רבי אלץ התנגדות?

לא ולא, פשוט אלץ ארדענאנג פון די ישיבה.


ס'איז געווען דאכצעך מיין צווייטע זמן אין ישיבה דעמאלטס. פונקט געהאט א שמועס לעצטענס מיט איינע פון די ארויסגעווארפענע בחורים איבער יענע תקופה (אפשר דרייט זיך יענער דא...).

אפשר איז כדאי צו מאכן אן עקסטערע אשכול פאר 'זכרונות פון בוגרי ישיבת געיטסהעד', דאכצעך אז דער אשכול איז בעיקר ארום דער 'שטאט' געיטסהעד.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 5:40 pm

מתבונן האט געשריבן:[quo
אפשר איז כדאי צו מאכן אן עקסטערע אשכול פאר 'זכרונות פון בוגרי ישיבת געיטסהעד',
דאכצעך אז דער אשכול איז בעיקר ארום דער 'שטאט' געיטסהעד.


עקסטערע אשכול פאר 'זכרונות פון בוגרי ישיבת געיטסהעד'
viewtopic.php?f=63&t=32735

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג פאברואר 12, 2017 6:40 pm

shalsheles האט געשריבן:
זריז האט געשריבן:דארטן האט געוואוינט א שוחט ר' דוד דרייען ז"ל, ער האט שטארק געוואלט אז די שטאט זאל ווערן א מקום תורה, און ער האט אריבערגעברענגט פון ליטע די מייסדים פון די ישיבה, און ווען דער מכתב מאליהו איז אהינגעקומען האט ער מייסד געווען א כולל בראשותו, די צווי מוסדות האבן געגעבן פאר די שטאט די ליטווישע פנים וואס ס'האט היינט.


ר׳ יששכר פראנד דערציילט, אז ר׳ דוד דרייען ז״ל האט ארויסגעשיקט 22 בריוון צו לאדענען תלמידי חכמים קומן מאכן א מקום תורה (עס איז פונקט ווי איינער זאל וואוינען אין א דארף אין Virginia אין שיקן בריוו אויף נוי יארק רופן מענטשען זאגט ער) 19 האבן נישט געשפירט וויכטיג צו ענטפערן, איינער האט געזאגט ניין, איינער אפשר, און איינער האט געזאגט יא, דאס איז געווען הרב דסלר, און פון דעם איז ארויסגעקומען א ריכטיגע עיר התורה.


Photo #003

ר' דוד דרייען ז"ל
צוגעלייגטע
dryan.JPG
dryan.JPG (21.16 KiB) געזעהן 2811 מאל
לעצט פאראכטן דורך moishy56 אום מיטוואך פאברואר 15, 2017 4:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מים שלנו, סארקאזי און 10 געסט