טשאלענט האט געשריבן:ווייסע זאקן האט געשריבן:טשאלענט האט געשריבן:האבן זיי עפעס מעלות איבער קדם?
(איך רעד נישט פון די פרייז, אויב איז קדם גוט לוינט זיך צו צאלן מער דערפאר...)
איין איינציגעמעלה אז קדם ענד קא איז מער נישט בעל הבית אין די היימישע געשעפטן...פאר ווער עס ווייסט נישט איז איבער 50 פערצאנט פראדוקטען אין גראסערי געאוינט ביי קדם אין ער האט דעם געשפטסמאן ביים קארעק וועגן ער ברויך צו צוקומען צום פלעשל גרעיפ זשוס ,יעצט וועט עס נאכלאזן און פארשטייט זיך אז אין די גראסעריס וועלן קדם גרעיפ זשוס קאסטן ביליגער נישט נאר אין וואל מארט וועט עס זיין ביליג
פאר ווער עס ווייסט נישט קומט קדם מיט די גאנצע היימישע עפעטייזונג ליין און מילכיג ליין אויך,זיי דעסטריביוטען פליישיגע קאלד קאטס אויך אין די געשעפטן ,סאיז נישט קלאר אז זיי פלאנען צו קומען מיט פלייש אויך
גיב א קוק צוריק עטליכע תגובות וועסטו זעהן אז איך האב פריער געשריבן אז אט פאר די סיבה האלט איך אז זיי קענען נישט געוואונען קדם!
קדם האט שוין געוואונען שווערערע קאנקורענצן ווי זיי
ניין , וועלטש איז א ריזיג קאמפאני
קדם האט נאכנישט געהאט אזא קאמפאטישן זייט זיי זענען אין ביזנעס
פארגאנגענעם פסח איז וועלטש אריינגעקומען ביליגער ווי קדם אין גאנץ אמעריקא, קדם איז געגאנגען אין אראפגעלאזט ביליגער , וועלטש איז געגאנגען אין אראפגעלאזט נאך ביליגער און וועלטש האט נישט נאכגעלאזט
היימישע יודן וואס האבן געוויסט דערפון האבן איינגעקויפט פאר פרוטות גאנצע סקיטס מיט קדם פאר יאר
גרויס מיין איך אז זיי האבן גענוג מיליאנען אדורךצושוויצן קדם
וועלטש איז געאוינט ביי מענישוועטס וואס איז געאוינט דורך די רייכע עסטרייכער משפחה פון סקווער , זיי זענען שוין יארן קאמפאטישען מיט קדם מיט משפחה ברענד , און נאך ,קדם האט זיי ווייט פון געווינען