בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

סאלאמאן שעכטער בריוו פון קאירא

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג ינואר 10, 2017 11:56 am

נאך זייענדיג 3 וואכן ביי די גניזה האט שעכטער געשריבן א בריוו. אז ער וויל שיקן די געפונסן צו די יוניווערסיטי. בעטענדיג, מען זאל היטן אויף די קעסטליך און נישט עפענען ביז ער קומט צוריק קיין קעימברידזש.

[די דאטום איז "1897" January]


Hotel Metropole
Cairo 12 Jan 97
(c/o Cook’s Agency)

Private

Dear Mr. Jenkinson,

I am now here since three weeks. After making the acqai acquaintance of the Chief Rabbi here and the president of the Jewish community I set to work on the “Genizas” where I spent spend the most of my time in the dust of centuries. The beadel & other infernal scoundrels are helping me to clear away the rubbish and the printed matter. I have constantly to bakeshish them, but still they are stealing many good things and sell them to the dealers in an antiquities. I cannot possibly prevent it, but I found out the said dealers and bought from them the fragments which have interest for me. In the Genizah itself which is dark dusty and full of all possible in insects there is no opportunity of examining the content of MSS. My policy is to take as much as I can (for which I have the full permission of the authorities). I have till now thirteen large sacks bags of fragments, of which though not examined, I am su sure, contain many most important things.


Now I have a great request on you. I do not consider it desirable to the MSS here and am anxious to send the first lot hone home to England. Will you receive them give them a place in the University Library till I return. The MSS will probably belong soon to your Library. I want only to hear first whether you and the Syndics will agree to certain conditions which I have to make. Money plays no important part in these conditions and I am sure you will find them very fair and just. But till then I want the MSS to be considered as my private property; so that the boxes must not be opened before I have returned. For I am very anxious to [be] the first to examine them properly. Can If you cannot agree to these condition will you do me the favou favour to send at once - when the boxes to arrive for Mrs Schechter (2 Rock Road) and hand her over the boxes, who will bring them into some place of saf safety till I return p.g.

I repeat again that I do not mean to make a bargain with the University. I have not the least doubt that you will find the terms just and fair. What I am chiefly anxious is that no body would th see the MSS before I have examined them. Therefore I want you to consider them as my private property till then.

I feel fairly well and am rather thankful that it is cold. Otherwise it would be unbearable to live in this dus[t] & underground. How are you? PG I intend to stay here another three weeks as the Jews have here so many feasts and fasts in which I cannot work.

With best regards,
yours very truly

S. Schechter


TSbigimage.jpg

TSbigimage1.jpg

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך ינואר 11, 2017 12:57 am

א קמיע וואס מען האט געטראגן אויפ'ן האלז.

neck-amulet.jpg

amulet_cairo_genizah.jpg
לעצט פאראכטן דורך בענקעל אום מיטוואך ינואר 11, 2017 3:02 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך ינואר 11, 2017 1:16 am

קאמייע?

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » מיטוואך ינואר 11, 2017 1:23 am

באגייסטערט
ולראי' בעה"ח ביום הנ"ל ובמקום הנ"ל

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2548
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך ינואר 11, 2017 7:06 am

שעמעדיגער האט געשריבן:באגייסטערט
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך ינואר 11, 2017 9:41 am

איז דאס א "קמיע מומחה" אדער א "שאינו מומחה"?

יעצט פארשטייט מען גוט וואס די משנה רעדט אין מס' שבת אויב מ'מעג ארויסגיין דערמיט אדער נישט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך ינואר 11, 2017 11:15 am

שעמעדיגער האט געשריבן:באגייסטערט
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

פרא-חסיד
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

תגובהדורך פרא-חסיד » מיטוואך ינואר 11, 2017 11:33 am

Wow!!נאר איין ווארט וועגן בן סירא. איך האב אמאל געליינט אז וואס מיר האבן היינט איז אן איבערזעצונג פון די יוונישע איבערזעצונג פינעם בן סירא. די ארגינעלע לשון קודשדיגע איז פארלארן געוועזן ביזן געפינס פונעם גניזה. לפי ידיעתי האט מען אבער נישט געפונען די גאנצע זאך. לןיט ווי איך האב פארשטאנען איז די בן סירא וואס איז היינט בנמצא טאקע אביסל אנדערש ווי די ביסל וואס מען האט געפינען אינעם גניזה.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

מוזיקאלישע נאטן

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך ינואר 11, 2017 3:30 pm

SkypePhoto_20170111_100949.jpg


מוזיקאלישע נאטן פון 'עובדיה הגר' (דזאהאנאס פון אפפידאו איטאליע, א איטאליענער גלח וואס האט זיך מגייר געווען 1102 CE) אויף די פיוטים "ברוך הגבר" און "ועדה מה". די גניזה האט עטליכע פיוטים פון עובדיה הגר. עס איז לומבארדישע (דויטשע-איטאליענע) נאטן צייכנס . יעדע ליניע פון די סטעוו, איז פארצייכנט מיט א-ב פון א' ביז ה' . עס איז נישט באקאנט ווער עס איז די מחבר פון די פיוטים.

קאירא גניזה נאטן
https://drive.google.com/folderview?id= ... 1VqZ3JjdU0
   
ער האט געשריבן א סידור. אלעס וואס איז געבליבן, איז שטיקלעך פונעם קאלאפאן.

SkypePhoto_20170111_152548.jpg
לבריאות עולם: הוא עבדיה הגר כתב בידו
SkypePhoto_20170111_152548.jpg (7.71 KiB) געזעהן 2773 מאל


SkypePhoto_20170111_152542.jpg
עבדיה הגר הגר מנהם אשר בא בברי' אלקי ישראל בירח אלול .. תיג לשטרות היא ד'תתסב
SkypePhoto_20170111_152542.jpg (16.65 KiB) געזעהן 2773 מאל


עובדיה הגר איז ערשטע באקאנט געווארן אין 1901 צווישן די גנזי ירושלים. א זאמלונג פון אלטע לוטעראטור פון פארצייטישע מאנוסקריפטן געקליבן דורך הרב שלמה אהרן ווערטהיימער זצ"ל (אויך א קאירא גניזה הענדלער) פון א בריוו וואס איז געשריבן צו עובדיה פון 'ברוך בן אייזיק'.

עס איז די מיינונג ביי פארשער אז ער האט זיך מגייר געווען צוליב זיין טיפע פארשטאנד אין די תורה הקדושה. אויך איז ער געווארן אינספירירט פון די אידן אין די צייטן פון די קרייציגלער. און פונעם גר אנדריאס דער ארכיבישוף פון בארי, ווי מען זעהט אין זיינע באשרייבונגן. בילד
בילד

[ביטע, מיר ווילן לאזן די אשכול נאר די פארשרייבונג. (אלע דאנק אין אישי.) קשיא'ס זענען דא וועלקאם. וואו אויך ווער עס ווייסט און קען צו לייגן אדער פאררעכטן. מיר ארבייטן אויף איבער שרייבן די "אידיש קאודעקס" אויף אונזער אידיש. ווער עס קען העלפן ביטע שרייב צו: Yiddishivelt@gmail.com]
לעצט פאראכטן דורך בענקעל אום זונטאג ינואר 22, 2017 8:20 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » מיטוואך ינואר 11, 2017 6:58 pm

א. איז דא א פיעונח פונ'ם בריוו פונעם גאון? כבין נייגעריג וואס דארט שטייט.
ב. קען מען זינגען די עלטסטע ניגון אין כלל ישראל? ד"מ מען פארשטייט די נאטן?
ולראי' בעה"ח ביום הנ"ל ובמקום הנ"ל

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך ינואר 11, 2017 8:38 pm

שעמעדיגער האט געשריבן:א. איז דא א פיעונח פונ'ם בריוו פונעם גאון? כבין נייגעריג וואס דארט שטייט.
ב. קען מען זינגען די עלטסטע ניגון אין כלל ישראל? ד"מ מען פארשטייט די נאטן?

א. דו רעדסט פון נחמיה הכהן? אדער פון ר' שלמה אהרן ווערטהיימער?

ב. דרוק דעם לינק וועסטו הערן די ניגון לויט די נאטן. עס איז אויף גוגל דרייוו. ווער עס קען, זאל מנדב זיין א פלאץ אויף דראפבאקס.

דאס איז דער בריוו פון ברוך בן יצחק צו עבדיה הגר - ר' שלמה ווערטהיימער'ס קאלעקציע.
SkypePhoto_20170111_201708.jpg

Cairo_Geniza_-_Obadiah_the_Proselyte,_Document_XVI_-_letter_of_Barukh_ben_Isaac_of_Aleppo_(Bodleian_Library,_MS._Heb._a._3,_fol._1a)_text.jpg

האגרת הזאת כתב אותה בידו רבי[נו ברו]ך הרב הגדול והמובהק נ . ̇ מ . בן [רבינו יצח]ק . . ויכתוב בינו ברוך את האיגרת הזאת להיותה ביד עבדיה הגר אצל כל קהלות ישראל אשר הוא הולך אליהם

   

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך ינואר 11, 2017 10:59 pm

בעפאר די צווילינג שוועסטער ענגעס לואיס סמיט און מארגארעט דאנלופ גיבסאן, האבן בזוכט די גניזה און מיט דעם געפירט צו די גרויסע אנדעקונג, זענען געווען אנדערע וואס האבן שוין געוויסט פון איר אומשאצבארע אוצר און דארט בזוכט.

ר' אברהם פירקאוויטש.png
אברהם בן שמואל פירקאוויטש פון אוקראינע - א גרויסע וועלטס רייזער און זאמלער פון אלטע מאנוסקריפטן - האט בזוכט די גניזה אין 1863. זיין לעבנס געשיכטע איז באשריבן זייער רייך מיט דעטאלן, וואו ער האט אלץ גערייזט, און וואס מיט אים האט אלץ פאסירט.
דא קען מען זעהן זיין קאלעקציע:
http://expositions.nlr.ru/eng/ex_manus/ ... r_prim.php


ר' יעקב הלוי ספיר.jpg
יעקב הלוי ספיר, מחבר פון ספר "אבן ספיר" משולח און רייזער. געבוירן אין אשמענע ווילנא און שפעטער געוואוינט אין ירושלים. האט בזוכט די גניזה אין 1866


הגאון ר' שלמה אהרן ווערטהיימער זצל.jpg
הרב הגאון ר' שלמה אהרן ווערטהיימער זצ"ל - פון פעסינאק סלאוואקיע, און שפעטער אין ירושלים. מחבר פון ארום צען ספרים. - אין 1890 האט ער געוואוינט אין קאירא און פארקויפט זעלטענע ספרים און גניזה שריפטן.


ר' מארק גליקמאן - שרייבער פון sacred treasures - ביי די עפענונג פון די ליידיגע גניזה, וואו די היסטארישע שריפטן זענען אריין און שפעטער ארויס און מער נישט צוריק

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 1:55 am

יישר כח על הכל
הערה קטנה אודות מנין השטרות לעיל צריך לומר א'תיג לשטרות, מנין השטרות התחיל ג"א תמח באמצע. מ' שנה אחר בנין בית שני כמבואר בגמרא ע"ז ט.

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 3:16 am

בענקעל האט געשריבן:
שעמעדיגער האט געשריבן:א. איז דא א פיעונח פונ'ם בריוו פונעם גאון? כבין נייגעריג וואס דארט שטייט.
ב. קען מען זינגען די עלטסטע ניגון אין כלל ישראל? ד"מ מען פארשטייט די נאטן?

א. דו רעדסט פון נחמיה הכהן? אדער פון ר' שלמה אהרן ווערטהיימער? ר' נחמיה הכהן, ס'זעהט אויס א וויכטיגע בריוו מיטן חותם

ב. דרוק דעם לינק וועסטו הערן די ניגון לויט די נאטן. עס איז אויף גוגל דרייוו. ווער עס קען, זאל מנדב זיין א פלאץ אויף דראפבאקס. יישר כח


   
ולראי' בעה"ח ביום הנ"ל ובמקום הנ"ל

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 10:13 am

פרא-חסיד האט געשריבן:Wow!!נאר איין ווארט וועגן בן סירא. איך האב אמאל געליינט אז וואס מיר האבן היינט איז אן איבערזעצונג פון די יוונישע איבערזעצונג פינעם בן סירא. די ארגינעלע לשון קודשדיגע איז פארלארן געוועזן ביזן געפינס פונעם גניזה. לפי ידיעתי האט מען אבער נישט געפונען די גאנצע זאך. לןיט ווי איך האב פארשטאנען איז די בן סירא וואס איז היינט בנמצא טאקע אביסל אנדערש ווי די ביסל וואס מען האט געפינען אינעם גניזה.

פראפעסער קאולי פון אקספורד (וועם ר' מיכאל בער זצ"ל האט עדות געזאגט אז ער קען יעדן תוס' אין ש"ס) האט עס ארויסגעגעבן פון די גניזה מיט השוואות צו די אלטע.

אגב: האט ער אין דעם ביכל אנגעצייכנט פילע מראי מקומות ווי מ'געפונט בן סירא בדברי חז"ל און אין אנדערע ספרים.

אריגנעלע בן סירא - קאולי
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 12:35 pm

בלעטל האט געשריבן:יישר כח על הכל
הערה קטנה אודות מנין השטרות לעיל צריך לומר א'תיג לשטרות, מנין השטרות התחיל ג"א תמח באמצע. מ' שנה אחר בנין בית שני כמבואר בגמרא ע"ז ט.

א דאנק 'בלעטל' מיר האבן עס געשריבן און עס נישט געקענט ליינען.

***

שעמעדיגער האט געשריבן:א. דו רעדסט פון נחמיה הכהן? אדער פון ר' שלמה אהרן ווערטהיימער? ר' נחמיה הכהן, ס'זעהט אויס א וויכטיגע בריוו מיטן חותם

איגרת פולמוס נגד אהרן בן יוסף הכהן

נחמיה הכהן ראש הישיבה ?ש?ל גו?ל?ה ב?ן? >...<.
לחכמים ולנבונים ולזקנים ויתר קהלו>ת י<?ש?ראל הדר>ים ...< וינצר>ם<. המיו?ש?רים הנאהבים ו?ה?נעימ?ים? האדירים ה> ..... < העלו?מ?ים החכמים הברים הלבובי?ם ה?מתעצמ]י[ם ב> ..... < לפנינו. שלום כרביבים. וברבות במלקושים. וטובות כמטרות עז. ונעימות ?ב> ..... < ה?מאור. והוד המשוש. וכתר תורה. ועשרת תושיה. יתן לכם ?א>לה<ינ?ו ולורעכם
ולכל נלו>יכם. ...< גד?ו?ל. ממנו ומן אב בית דין אחינו בן גאון אבינו. ומן טוב בחו>רינו< שמואל ויצחק וחיי?ם? >...<
והסו?פ?רים והת?נ?אים והתלמ?ידים? >...< א>.. ..<ים לשלו?ם? בגופינו.
ואף-על-פי >...<. ואפפונו רעות. הנה אל ישועתינו אשר לא נתן למוט רגלינו ולא נטשנו. ומעת אש?ר? >...< שצוינו. וכתבו אליכם כמה אגרות. ולא ?ר?אינו תשובה חוץ מן מחמדינו מרי ורבנא סע>דיה ...< ורבנא שלמה ומרי ורבנא אפרים נצרם אל. [ בני
מחר עלי זכ' לב']. שכתבו כתב אחד תשובה
לפנינו. ואמרנו ב> ..... < > ?מ> ..... <
הם רעינו ורעי? >אבו<תינו.
היאך שכחונו ונטשונו. ונשבר לב?ינו? על ז>ה ...< כלף בן סרגאדו הרע אשר רעותיו מפורסמים. ושקרו ובחשו ובובו מגולה ל?כ?ל. ולא >...< נדבה שהיא באה לחכמים. ויותר מזה כי הוא אוכל קדשי הי?ת?ומים והעניים. והוא >...< בהם אל השלטונים. ועם הבחורים עזי פנים שהוא מאכ?י?ל?ם ל?חם. בדי לנבוח לפני?כ?>ם ...<. ותבעוהו. ולא יבלו להוציאם מידו. ולא די?ו? ואת אילא שהוא מטה משפ?ש?ים ולוק?ח? > ..... <?לה ב?ל >...< ?שהוא? >...<.
חותם.נחמיה.הגאון.כשנת.ד'תשכ.jpg


עס איז א בריוו קעגן "הגאון אהרן בן יוסף הכהן" זייענדיג די ראש ישיבה אין פומפדיתא, ווען נחמיה הכהן האט זיך געשטעלט אלץ ראש ישיבה. פון פאקט אז ער האט אן אייגענע זיגל. נישט יעדער האט דאן געמעגט האבן א זיגל. ער איז הערשט שפעטער געווארן די ראש ישיבה.
די בריוו ווערט אויך דערמאנט אין אגרת שרירא פון רב שרירא גאון בר חנינא טאטע פון רב האי גאון.
   
לעצט פאראכטן דורך בענקעל אום מאנטאג ינואר 16, 2017 5:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

מוזיקאלישע נאטן - "מי על הר חורב"

תגובהדורך בענקעל » פרייטאג ינואר 13, 2017 1:26 am

פיוט מי.על.הר.חורב_כ'י.של.עבדיה.הגר.jpg

אין 1918 האט מען געפונען צווישן די גניזה שריפטן א 'פראגמאנט' (קטע) מיט מוזיקאלישע נאטן, אויף א פיוט "מי על הר חורב"

די מאנוסקריפט מיטן פיוט "מי על הר חורב"  איז געווארן שטודירט דורך א גרופע פארשער. (אלקן) אלחנה נתן אדלער (רייזער און זאמלער פון לאנדאן 1864-1946) האט עס גרופען "הספד משה רבינו". עס איז ווייזט אויס פארפאסט געווארן לכ' שבועות אדער אויף שמח"ת.

עס איז געשריבן אין "דיאסטעמיק נאטן" (אן די סטעף - לעדזשער ליניעס)  וואס האט נאך מער פארשווערט דאס צו ליינען.  אויף די רעכטע זייט פון די סטעף איז דא א 'ד' פאר 'D' אלץ די קלעף. עס ווערט געליינט פון רעכטס אויף לינקס (נישט ווי אלגעמיין). יעדע סטעף האט פיר ליניעס (נישט פינעף). די נאטן רופט מען היינט "beneventane notation" די אמאליגע "Lombardic notation".

עס איז אנגענומען אז 'עבדיה הגר' האט עס געשריבן; די שריפט פון אלע דריי פיוטים מיט נאטן - "מי על הר חורב" "ברוך הגבר" "ואדע מה" - מיט די סידור וואס מען האט געפונען אין די גניזה, זענען זייער קלאר די זעלבע שריפט. ער האט לכאורה נישט פארפאסט די פיוטים, נאר זיי איבער געשריבן מיט די נאטישע כללים, וואס זענען באקאנט אז עס קומט פון א קירכע אין איטאליע. ער האט עס פארשטייט זיך געדענקט פון זיין יוגענט

די נאטן זענען פארטייטשט געווארן דורך בענעדיקטן פון די "סאולעסמעס שולע" אין פראנקרייך. די ענדגילטיגע ווערסיע פון די נאטן לויט די היינטיגע מוזיקאלישע רעגלן, איז פונעם איזראעלישען מוזיק-וויסענשאפטלער 'ישראל אדלער'.

מי על הר חורב העמידי
ענין קשב עמוד עמדי
                                       כמשה
מי מדבר הנהיג עדרי
מן האכילי נם גם עלי בארי
                                       כמשה
מי רצה עליון חנון ומרחם
רחש שוב על הרעה הנחם
                                       כמשה
מי חז חזיון חוק עדות
חזה במראה ולא בחידות
                                       כמשה
מי זאת התורה למד ושנן
זכה ויבא בתוך הענן
                                       כמשה
מי קם ארבעים יום בשמים
בלא לחם ובלא מים
                                       כמשה
אל האלה-ים עדתי קומי
כי בא אורך וכבוד ה' עליך זרח

https://drive.google.com/folderview?id= ... 1VqZ3JjdU0
mi'al har horev ENA 4096b.jpg

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

די גיורת פון נרבונה

תגובהדורך בענקעל » פרייטאג ינואר 27, 2017 12:02 am

א פראגמענט ( T-S 16.100) מיט א המלצה פאר א גיורת וואס שטאמט פון א פראמינענטע רייכע קריסטליכע פאמיליע. נאכ'ן זיך מגייר זיין איז זי געגאנגן קיין נרבונה, Narbonne, וואו זי האט חתונה געהאט מיט א ר' דוד טדרות פון נרבונה.(ממשפחת טורדות הנשיא).

נאך אפאר חדשים האט זי געהערט אז איר גוי'שע פאמיליע זוכט איר. איז זי מיט איר מאן אנטלאפן צו אן אנדערע שטאט, "אניו" אדער "מניו". Muño . וואס איז אין דרום פראנקרייך. דורכאויס די קומענדיגע זעקס יאר, האבן זיי געבוירן דריי קינדער. דערנאך האט א פאגראם אנגעפאלן די אידישע געמיינדע אין יענע שטאט, וואס האט חרוב געמאכט די אידישע געמיינדע רח"ל. איר מאן ר' דוד טדרות איז געהארגעט געווארן אין די ארטיגע בית הכנסת. איר צוויי עלטערע קינדער זענען געפאנגן געווארן  און זי איז פארבליבן מיט איר פיצל קינד אינגאנצן פארארעמט אן קיין פלאץ וואו צו גיין.

די ארטיגע פארקלענערטע אידישע געמיינדע, זייענדיג אליין פארלוירן, און אן די מעגליכקייט איר צו העלפן. האבן איר אוועק געשיקט צו גיין זוכן הילף פון אביסל מער פארמעגליכע אידן. זי איז ענדגילטיג מעגליך אנגעקומען קיין פוסטאט, צוליב וואס מען האט דארט געפונען די בריוו וואס מען האט איר געגעבן פאר זי איז אוועק פון יענע שטאט. דער בריוו פארציילט אין קורצן איר געשיכטע און ביטערן שיקזאל.
the proselyte from narbbone T-S 16.100.jpg


[ל]עשה צדקה ומשפט נבחר לי'י מזבח ועוד ואהבת את הגר כי גרים [הייתם בארץ מצרים]
שלוה ושקט ורוב שלומות ודעת ותבונה ורוב טהורה מיוצר נשמות [(לכל צועדים)]
נארחות תמימות ושם טוב במהלכי נתומות ואור שמחה להשיש נפש[ות (הענקת ירושות)]
לכל נשליש עפר אדמות ובנין חרבות ויסוד נשמות ואני א[ו]ר ההצלחות החקוקת      [ל]
עמינן ואציל לאומינן ואדירי המונינן עדה בני ישראל [היושב] בכל מקומות מוש[בותיהם]
נדיבי עמים אשל צבאות ישראל תומכי יד למטי יד ע. . . . רצה בעין טובה הנושאי . . . . . . ולחיימו למורטים משמיעים לנפשם שחי ונעבורה כל זאת ולאשכחו שם קדושים . . . .     שירים נסו אל העמים ויכנס נדוחינו ניקבץ זרויינו אל נוה קדשו ויטעינו בהר נחלתינו ככ [כי בהר קדשי בהר מרום ישראל וגו]
שם יעבדוני וגו            ממנו קהל (א)-(מ)ניו צעירי הצאן הלחוצים והרצוצים השוכבים בתוך [אריות וזאבי ערבות אשר אכלונו בכל פה]
עד שנשארנו מעט מהרבה כתור[ן על ראש] ההר וכנס על הגבעה
לחורב ביום ולקרח בלילה [יהי שם י'י]
מבורך לעולם ולנצח נצחים ועם [תוקף דו]חקינו. ואומץ מצוקינו.
מעריכים אנו חין ושוע פני מ[שגבינו. להחיש הבשורה]
הטובה ולהחביר גליותינו. ולקבץ נפוצותינו. יחד בכסא כבוד מרום מראשון ככ ונשא נס ל[גוים ואסף נדחי ישראל וג' ואנו]
מודיע(וני)(כם) כבודכם רבותינו עסק אלמנה זו הגיורת שהיה בעלה
ר' דוד ננ ב' מבני קהל נרבונה [מבני משפחתו]
של ר טודרוס זכ לב שבנרבונה ויצא לכאן היום שש שנים על
עסק זו אשתו הגיורת שהיתה [נוצרי ובא בברית ישראל]
הק ויצאתה מבית אביה מעושר הרבה ומארץ רחוקה ובאתה
לשם אל-ק-ינו ולחסות תחת כנפי [השכינה ועזבה את]
אחיה וגדולי משפחה והיא יושבת בנרבונה ונשא אותה ר דוד זה
הנפטר והיה עמה יותר מש[ש]ה [חדשים ושמע]
שהיו מבקשים אותה ברח עמה אל מקומינו עד שגזר הקבה גזירה
זו עלינו צדיק הוא וצדיק ה[בא עלינו ונהרג בעלה]
בבית הכנסת ונשבו שני בניו נער אחד ששמו יעקב ושם הנערה יושתא והיא מן שלשה שנים [ונשלל כל מה שהיה לו]
ונשתיירה האלמנה בוכיה וצועקת על דוב דלדולה וע[ל] עניותה
ואין מישגיח עליה ונשתייר [לה ילד מן] . . .
חדשים ונשתיירה בצמה ובעירום ובחוסר כל ולא יש לה מה
שתוציא על עצמה ועל יתומה . . . . . . . .
רבותינו ולהודיעם דחקה וצערה ועכשיו רבותינו שאו לשמים
עיניכם וחוסו על עני[ותה] ועל הו . . . . . . [ועל]
בניה שהלכו בשבי ועל עסק בעלה שנהרג אולי יחנן י'י צב-ק-ות
ונפדה אותם ותקבלו[ה] בסבר [פנים יפות ותעשו]
עמה כמידתכם הטובה כמו שאתם עושים על כל עובר ושב . . . . . . . . נת עצמה....
תקרא וי'י יענה תשוע ויאמר הנני הקבה יענה אתכם בכל ש.............  ואם . . . . . . .
שנ' אם לא אפתח לכם את את ארובות השמים והריקותי לכם [ברכה עד בלי די]. . . .
דבר והוא ברחמיו  צ..ל שכרכם ולהובילכם בשמחה למקום . . . . . . . . . . . . . .  . . . .
י'י בחסדו אמן [סלה]. . . . . . . יהושע בר עובדיה ננ . .   
    . . . . . [בר] יצחק ננ  יצחק בר . . . . .


***

פופציג יאר שפעטער נאכן טרעפן און דאקומענטירן די ערשטע בריוו, האט מען געפונען אן אנדערע שטיקל פאפיר (T-S 12.532), . און יארן שפעטער נאך א שטיקל, (T-S NS 323.31) וואס שטעלן צוזאם א כמעט גאנצע בריוו. וואס קוקט אויס די זעלבע שריפט און רעדט ווייזט אויס פון די זעלבע פרוי.

וואס מען לערנט ארויס פון די צווייטע בריוו איז בערך אזוי:
די גיורת מיט - ווייזט אויס - נאך א מאן פון נרבונה, זענען געגאנגן צו די שטאט "נאזערא" Nájera אין שפאניע. באקאנט אלץ א רייכע אידישע געמיינדע. דארט איז זי געפאנגן געווארן דורך די קירכע, וואס האבן איר געוואלט פארברענען אויפ'ן "שייטער הויפן". (קען זיין אלץ שטראף פארן זיך מגייר זיין און נישט וועלן זיך צוריק טויפן). דער מאן פון נרבונה - ווייזט אויס - האט אונטערגעקויפט די גלחים, און זי איז אנטלאפן אינמיטן די נאכט אליינס. דער מאן האט איר נישט געקענט געפונען. ארום א יאר שפעטער האט זי זיך אפגעפונען, אינעם פלאץ פונעם שרייבער, ווארטענדיג די געבורט פון א פערטע קינד.

די צווייטע בריוו איז ווייזט אויס א בריוו וועגן די מענטשן וואס ווילן ווערן צוריק געצאלט פאר די אויסלייז געלט, ווען מען האט איר געוואלט פארברענען.

די ערשטע טייל
T-S NS 323.31.jpg


די צווייטע טייל
T-S 12.532.jpg

[. . . . . .]
. . . אלינו אנ[שים]........... שתי. . . .
. . . . בתה נסבורה . . . . שנהרג בעלה. . . .
בכפר נאגרה על מה . . . . . לנו כל מאורעה ... . . . לו הנה קרובת אשתך . . . . כל היהודים ועמדה בפחד גדול עש . . . . .
. . . . . קמיסה שלפשתן וחפ . . . . . נצוה בתוכה ולשרפה ועמדו אנשי נאגרה
. . . . . תהיה צדקה ושחדו לכ[ומרים] . . . . .[ולחר]טומים ולהגמונים בחמשה ושלושים דינרין ש[ל כסף]
הם החמשה דינרין . . . . .[יו]ם טוב נרבוני זה שמהלך עמה והון אצלו שלש[ים]. . .
קאסימי מה שזימן . . . . .[לא]נשי קהל נאגרה ושלחוה חצות לילה ממקו[מם]
לכשבקשה למחר לחפש אחריה אם יש לה ממון שיגבה ממנה השלשים דינרין
] מנ]כסיו בפדיונה . . .[אשה] העניה עד שבאת אצלינו היום כמו שנה מעוברת [ונלדה]
[בתה] השניה ומאותו [ממון שהיה אצ]לנו עשינן עמה ועם בנותיה כפי השגת ידינו ע . .
. . . . ריה ממשה זה ות . . . .[מנכ]סן משלו בפדיונה וענתה ואמרה בפנינו בודאי [ש]. . . .
[שלש]ים דינרין במה [ש] . . . [והיתה לה] יריעה אחת ונתנה אותה לו כזהוב וחצי ופייס[ נו] . . .
המאורעה זו כמו . . . . כעת שנבחנה בחינה זו והיו רוצים לש[רוף אותה]. . .
לולי רחמי שמים. . . [עד] שהספיק השלשים דינרין. . . . .
לפי שלא יכלה להל. . . . שאו עיניכם לשמוע וחוסו ע[ל . . .ועל]
עניותה ועל . . . . . . [כמנ]הג אבותינו הקדמונים וא[מותינו]
..... לה לפי ש[נאמר] . . . . [ובאבר]הם כת' כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו וגו
וביצחק כת' ויז[רע יצחק וגו ונאמר זרעו לכם לצד]קה וגו ויעקב [כת' וי]כל יעקב לצות את בניו
ואין צואה אלא צ. . . . . . אלא כמוכר. . . . .
ויחמול וירחם. . . . . . . .[וק]ים בנו ובכם קרא ד[כ'] וקויי [ה' יחליפו כח יעלו
אבר] כנשרים ירו[צו ולא ייגעו ילכו ולא ייעפו [ . . . ו]אחר כך פייסנו ממשה בר איש . . .
. . . . אלה חמשה [ושלשים דינרין] . . . . אחד עשר דינרין של כסף . . . . .
. . . . . . . . . . . שמואל בר יעקב ננ דוד בר . . . . .
. . . . . . . . . . . .. . . . ננ שמואל בר יעקב ננ יוש . . . . . .


אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

צדיקת רחל זוסמן - ירושלים שכ"ה

תגובהדורך בענקעל » זונטאג ינואר 29, 2017 6:58 pm

הקדמה

כאטש די צאל שריפטן געשריבן אין די אידישע שפראך וואס מען האט געפונען אין די גניזה איז זייער קליין, אין פארגלייך צו לה"ק, אראמיש, אראביש, און אפילו לאדינא, (ג'ודיאו-איספאניול), איז דאס ביסל וואס מען האט געפונען, גאר אויסערגעווענטליך, און באלערענד.

עס איז גרויסע מוסר השכל וואו מען זעהט א עלטערע פרוי פון ירושלים עיה"ק, א אשה חכמת ומושלמת, וואס גייט דורך אזויפיל צער און שוועריקייטן אינעם ווייטן 16'טע יאר הונדערט, און שטארקט זיך כסדר מיט א פעסטע אמונה אין השי"ת. און מוסר'ט און לערנט כסדר איר באליבטע זוהן משה, צוגיין על דרך הישר.

די שרייבערין, צדיקת (מעצם אגרותינו) מרת רחל איז א טאכטער פון ר' אברהם מפראג. זי איז ארויף ווייזט אויס מיט איר מאן ר' אליעזר זוסמאן דער זוהן פון מהר"ר אברהם צאריט ז"ל, קיין ירושלים אין חשון ש"ו. ווי עס איז דאקומענטירט אין די אקספארד לייברעריע, וואו ר' אליעזר פארצייכנט "זכרונות על הרעש בירושלים" י"א שבט ש"ו.

פון אן אנדערע דאקומענט פון די קאירא גניזה (T-S 13j4.19) זעהט מען אז ר' אליעזר איז נפטר פאר ב' אייר שכ"ד. א הודעה פון מרת רחל אז זי גיבט פאר איר זוהן משה צו איינקאסירן זייער גאנצע פארמעגן. (מפוענח שפעטער באזונדער.)

בשעת'ן שרייבן די בריוו'ן וואוינט משה 'סופר תפילין' - די איינציגסטע זוהן פון רחל - מיט זיין ווייב "מסעודה" אין מצרים און זיינע חפצים זענען אין ירושלים. ער איז א טאטע פאר פיר קינדער, צבי [צבילן / צבילה], דוב [דובלן / דובלה], און ארי' אדער אהרן [אריל], און ווארט אויף א פינפטע קינד. און איין טאכטער בילא שהגיה לפרקה, וואס וואוינט ביי די באבע רחל אין ירושלים.

פון די זיבן בריוו וואס איז מפוענח דא, איז זעקס (א'ב'ד'ה'ו'ז') וואס רחל האט געשריבן. פינעף פון די, (א'ב'ד'ה'ו') פאר איר זון משה. און איין, (ז') פאר הרב ר' יעקב כ"ץ פון ווינעציע, האט זי אויך געשיקט צו איר זוהן, אז ער זאל עס פאראויס שיקן קיין ווינעציע.

איין בריוו (ג') איז א בריוו פון משה צו זיין מאמע. עס איז געשריבן אויף איין פאפיר (מיט אגרת ד') וואס איז געקנייטשט אויף צוויי'ען, אויף וואס מען האט זיך געשריבן אהין און צוריק.

די בריוו'ן זענען געשריבן געווארן צווישן די יארן שכ"ה און שכ"ז. עס טראגט א ספעציעלע חשיבות, צוליב וואס עס ווארפט א שטיקל ליכט איבער די לעבנס שטייגער פון די קהילות אשכנז פונעם 16'טען יאר הונדערט וואס עס איז כמעט נישט דא קיין ידיעות פון יענע צייט.

אין א זייטיגע נאטיץ איז אינטערעסאנט צו אנאליזירן די נעמען פון די אידן וואס האבן געלעבט אין יענע צייט וואס ווערן דערמאנט אין די בריוו'ן. עקסטער ברענגט אויפמערקזאמקייט די צוויי נעמען:

"ר' שמעון בן יחיאל ז"ל".

עס איז זייער מעגליך אז דאס איז דער מנהיג ופוסק ר' שמעון אשכנזי וואס ווערט אויך גערופן "ר' שמעון קשטילאץ", אדער קאסטילאץ, די פאטער פונעם מנהיג ופוסק ר' אביגדור קשטילאץ. וואס זענען אלע געווען - ר' יחיאל, ר' שמעון, ר' אביגדור - קשטילאץ אשכנזי - אין זייער צייט פון די גדולי רבני מצרים.

ר' שמעון קשטילאץ האט מחבר געווען מגילת סתרים אויף מגילת אסתר, און שו"ת. בשעת זיין פטירה האט ער באפוילן זיינע תלמידים, אז מען זאל בשום אופן נישט אריבערפירן זיין ארון העכער קברי גוים, און מען זאל מאכן סתימת הגולל מיט זיין שטענדער (אדער טיש) אויף וואס ער האט געהארעוועט יומם ולילה, און עס זאל זיך נישט מטפל זיין נאר זיינע תלמידים, און זיי זאלן אים טראגן אויפ'ן אקסל פון זיין הויז ביז מקום קבורתו. ער איז אוועק ביי די פינף און דרייסיג יאר שנת שמ"ח.

ער ווערט דערמאנט סוף אגרת ד', וואו רחל שרייבט אז ר' שמעון ז"ל איז געווארן אפגענארט נאכן זיך פארטרויען ביי א שותפות מיט גוים. זי ווארנט איר זוהן משה ער זאל נישט געטרויען קיין גוים.

"מאלם ר' יצחק אשכנזי"

עס איז דא חילוקי־דעות איבער די פארבינדונג וואס ר' יצחק לוריא - דער אר"י הקדוש - האט געהאט מיט ר' שמעון בן יחיאל ז"ל. פון א פסק אין כת"י פון הר"ר יהושע שונצינו, איז משמע אז ר' יצחק לוריא, ר' בצלאל אשכנזי, און ר' שמעון קשטילאץ, זענען געווען חברים ותלמידים פונעם הייליגן רדב"ז ז"ל.

פונעם פאקט אז דער הייליגער אר"י האט געלעבט אין מצרים און אין צפת אין די תקופה ווען די בריוו'ן זענען געשריבן געווארן, קען מען זיך ערלויבן צו טראכטן, אז דאס איז דער ר' יצחק וואס ווערט דערמאנט אפאר מאל אין די בריוו'ן.

סוף אגרת א' שרייבט רחל איבער "דען חכם כ"ר יצחק יצ"ו.". אנהייב פון אגרת ג' שרייבט משה צו זיין מאמע'ן, "מיין ליבה מאם . . . אונ' דובלה איז ביי דען מאלם ר' יצחק אשכנזי יצ"ו. . . . דיא לערנן וואל." (מאלם אין אראביש מיינט מורה/מלמד.) קען זיין אז דאס וועט זיין א חידוש, אז דער אר"י הקדוש איז געווען א מלמד תינוקות.

------
יש עוד הרבה הערות ומשמעות נפלאים על המכתבים ולשונה, מ'טורניאנסקי, שצריכים כדי להיבן התוכן אגרותינו. אבל חשבתי לכתוב אלא לפי בקשה.
בענקעלע,

כללי ר"ת

א - אמן
א"ח - אשת חיל
אמ"ץ - אבי מורה צדק
ב"ב - במהרה בימינו
בנח"ש - בנדוי חרם שמתא
בעו' / בע"ה - בעונותי/נו/ת הרבים
דר"ג - דרבינו גרשום
הנ"ל / הנז' - הנזכר / לעיל
וח"ל - וחרים לזרים
ויר"א /"ס - וכן יהי רצון אמן / סלה
וכיר"א - וכן יהי רצון אמן
וש"ש /"ש - ושא שלום שני/ת
יצ"ו - ישמרהו צורו וגואלו /ם
כהר"ר / כמהר"ר /כ"ר - כבוד/מורינו הרב ר'
למעכ"ת - למעלת כבוד התורה
ע"ר - עטרת ראשי
ע"ש - ערב שבת
ש"ל - שבח לק-ל
תוב"ב / תובב"א - תבנה ותכונן במהרה בימינו אמן
ת"ל - תודה/תהילה לק-ל
תע"ב /תעב"א - תבוא עליו ברכה, אמן

* * *

אגרת א' T-S Misc 36 152

T-S MISC 36.152 r..jpg


חייים בריאות ושלו' יתן לך אדון השלום לאהו' בני ידיד נפשי היקר כ'ר משה
יצ"ו. מיין ליבר זון, דו זאלשט לעבן אונ' גזונט זיין. דיין טאכטר איז לנג
מיט ליב ווריש אונ' געזונט אב[ר] עז איז אויך קרנק גיוועזן ל"ע אבר
אל טאג. איז עז אויף גישטנדן. די קרנקייט די האב איך אויך ל"ע אבר
איך בין לע זֵיר שְוַוך ל"ע בֿוןא' ר"ח תמוז און ביז ר"ח אב. גוט ית'ב' װייש
װיא עז מיט מיר איין אויז גנג װערט האבן. בעו' איך האב מיר אז
איין גילדן בֿורג' צֵירט דען חדש ל"ע. איך האב ניט מער נאך אז איין
הלבן גילד<ן> צו צירן. ר' דוד יצ"ו האט מיר אויף דיין ב' גמרות גיליהן
איין גילדן , אונ' דובלןד' האט מיר גיליהן איין הלבן גילדן, איך האב
ניט גערן בֿון אים גילעהנט. איך האב מוזן טון. גוט ית' זאל מיר
װייטר העלפֿן‏ אונ' כל ישראל א"ס. מיין ליבר זון זייא דיך ניט מצער.
איך ביט אימדר דען רופא נא[מן] דו זאשלט קיין קרנקייט האבן. איך
זאל בֿור דיר ליידן, אונ' ביט מֵין ער זאל מיך ניט לאשן שטערבן
ביז איך דיין פנים ווידר זיך, אונ' דז דו זאלשט דיין הנט אויף מיין
אויגן טון,ה' אונ' זאלשט מיר קדיש זאגן. נון מיין ליבר זון זייא דיך ניט
מצער אונ' לעב אונ' זייא גיזונט בֿון גוטז ית' טװעגן אונ' קום איצונדר
ניט הער. עז שטיט בעו' ל"ע ניט וואל היא אונטר יודן אונ' אונטר מורן.ו'
ל"ע. צו צפת תוב"ב זאגט מן, האט עז שיר אויף גיהוירט. בלייב ביז איבר
די ימים טובי' הוירשטן דז עז ח"ו היא ניט ניט העט אויף גיהוי[רט].
זא ציך אויף שפטז' צו. הקב”ה דער זאל דיר װייזן דען רעכטן װעג. איך
וויל דיר שיקן דובלן אי"ה. איך װייש ניט בֿויא איך זאל געלט‏ נעמן. די
ענים האבן קיין געלט. מיין ליבר זון, ברענג מיר יא בגד פישטן
מיט. א[יך] האב בע"ה קיין ליילך אויף דער בעט אונ' קיין ציך אויף מיין
איבר בעט. ווען איך ח"ו ווער גישטארבן זא העט איך ניט איין ליייל[ך]
גיהט דז מן מיך העט דינן אב געהובן. איך שעם מיך בֿור די לויט.
קיין טאקח' האב איך ניט בייא‏ מיין תכריכים אויף מיין קאף צו טון
קנשדו מיר דארט וואל בֿיילי עש קויפן, זא טו עז. איך האף [צו] גוט ית'
דו װערשט ביצאלט ווערן בֿון גוט ית' אונ' ברענג מיט קשיאט'. איך האב
קיין היא קונן האבן אונ' איין בר[ענג] צװייא. בכן אין להאריך רק חיים
ושלום וכל טוב לך יאריך ותחזור [. . .] לעיר הקדש ירושלי' תוב"ב כ"ח וכ"ח.
ומעתרת אמך רחל שתמצי אותי בש[לו'].


איבערן בלאט

T-S MISC 36.152 v..jpg


וש"ש. מיין ליבר זון איך האב כ"ר זעליגמן ב' גילדן געבן בֿון
דובלן יצ"ו. איך האב זי אנטלעהנט אליין אויף מיין כלים אונ' דיין.
איך בידורפֿש וואל זעלברט צו אנטלעהן. איך בין אים שיר איין
גילדן שולדיג. זיך רֵיד מיט דען חכם כ"ר יצחק יצ"ו דז ער
מיט גוטן װארטן ריכט מן מער אויז מיט דעם יונגן אז מיט
בויזן ווארטן, קן ער צו װייט ברענגן און זיין שאדן די ב'
גילדן. ער טעט איין גרושי מצוה די משכונ' װידר אויז צו לויזן.
טו וויא דיך גוט דוכט זיך. זייא דען ר' זעליגמן מכבד.
וויל גיזונט צו דיר בֿון דען דער עז האט אין זיינר הנט ית',
אז איך ביגער, דיין מוטר רחל. נכתב יו' ד' כ"ז אב. 《שכה》


ארומגעדרייט דעם בלאט.

איך ... דא...ס וד"ל האשט אב גישריבן זא זאלשטו אים געבן
גישריבן דז ערז אלז וואז ער שיקט דז [ ] אין דז [ ]
צו הנט העט גישיקט נכתב [ ]ר[ ]מיין[ ] דו א[ ]
כ"ר משה זל די ביט דיך זֵיר
דו זאלשט מיט בֿור לֵאה רידן זי איז איר ז' מיידיןי' שולדיג גיבליבן דז זי זאל אים
זי שיקן, אונ' מיט משה אשכנז ווייב רֵיד דז זי איר די בשמים שיקט אז זי
איר האט צו גיזאגט. בכן אין להאריך רק חיים ובריאו' ושלו' לך יאריך כ"ח ומעתרת
אמך רחל הנוחה בצער עד שתרא' פניך היקרים נגמר זה הכתב [ ] אב

מע"ה ירושלי' תוב"ב לק"ק מצרים ליד אהו' בני היקר כ'"ר משה
ירושלמי וחל' בנחש [דר]ג והמגיע לידו תע"ב


א' בֿון:׃ פון. ב' גוט ית׳: השי״ת. ג' בֿור: פֿאר. ד' דובלון:׃ כינוי  דוב׳לע. ה' בראשית מו׃ ד׳ ויוסף ישית ידו שנית על עיניך. ו' מורן׃: מוסלם ערביים - פויליש moro. ז' טאק׃: איטלקית tocco צודעק אויפן קאפ. ח' שפט:׃ צפת. ט' קשיא׃: מזרח ארופה kasza כוסמין. י' מיידין: טערקישע וואלוטע mu'ayyadis.
לעצט פאראכטן דורך בענקעל אום זונטאג ינואר 29, 2017 7:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

אגרת ב'

תגובהדורך בענקעל » זונטאג ינואר 29, 2017 7:50 pm

T-S MISC 36.153

T-S MISC 36. 153 r.jpg


ביו' ראשון למאלכ' יצו הש"י אתך את הברכה. לאהו' בני ידיד נפשי
היקר והמעול' כ״ר משה יצ״ו. בריאותינו ת״ל תבושר וכן ממך תמיד
אתבשר. אונ׳ דיין בֵילא שת׳【די】ווראגט מיך ווען דו מיט ליב ווערשט
קומן, שיק אים די קלייני נעדליך. איך האב רַבֵינוּ איין גרושן בריב
געבן. לייא און וואל אונ׳ בֿור ברען אין. מיין זון, נים קיין אונמוט אונ׳
זייא דיך ניט מצער אום נישט. לאז אלז גֵיין וויא דז גלגל גֵייט. נויארט
יראת הש״י אונ׳ לערן. לאז נישט אָב בֿון לערן. עז איז נישט בעשר. דז
נימט מן מיט זיך. אונ׳ מער נאך קיין זילבער נאך קיין גאלד.
דו ווילשט אלז אויז זארגן, ניט זארג, בֿור דיין טאכטר שת׳ דראפשטו
ניט זארגן ש״ל. האט עז איין גוט מזל, זא ווערט אימז הש״י וואל
שיקן. נימנט האט דז ספֿר נאך דיין כֵלים וועלן נעמן. שרייב מיר
יא אויב דו דז גיבינטל בון חוואלש טאכטר האשט גיהט.
די קמיע די איך דיר האב גישיקט אין גיבינטל, די הלט וואל. איך
האט אויז נישט מער קיין קמיע צו מאכן. אונ׳ גריש מיר דיין ווייב
אונ׳ צבילן אונ׳ דובלן. זאג אין דז זי מיר יא שרייבן. נכתב יו׳ א
פר׳ לךלך מארצך וכו׳.מיין זון, טו דיך אב די תעניות אונ׳ לערן אן
די שטט. ואין להאריך רק חיים ובריאות לך יאריך כ״ח
וכ״ח רחל בת מהר״ר אברהם זלה״ה.


איבערגעדרייט דעם בלאט.

T-S MISC 36. 153 v.jpg


מע״ה ירושלי׳ תוב״ב לק״ק מצרים ליד אהו׳ בני היקר והמעל׳ כ״ר
משה יצ״ו וח״ל בנח״ש דר״ג והמגיע לידו
זוסמן ז״ל תעב״א

פרא-חסיד
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

תגובהדורך פרא-חסיד » זונטאג ינואר 29, 2017 8:37 pm

ייש״כ הרב בענקעל. מיר באלעקן זיך די פינגער. איך וואלט געקענט באשטיין, און איך גלייב אז נאך וואלטן געוואלט אז ווער עס קען זאל די אידישע בריוו איבערטייטשן עכ״פ בערך בלשון אידיש המדוברת. א ייש״כ נאכאמאל פאר בענקעל און אלע עושים ומעשים. יור ווארק איז אפרישיעיטעד.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

אגרת ג' - משה 'סופר תפילין' - מצרים, צו זיין מאמע רחל - ירושלים עיה"ק

תגובהדורך בענקעל » זונטאג ינואר 29, 2017 10:59 pm

NLI 577.5

NLI 577.5.01ad.jpg


השוכן בציון ישמרך מכל צרה ותוגיון. לאהובת אמי ע״ר החסידה מר׳ רחל שת׳ ולבתי מר׳ בילא שתח׳, אמן. וויש, מיין ליבא מאם, דש מיר זיין ש״ל וריש
אונ׳ גיזונד, אזו מושט דוא אך זיין צו אלר שטונד. אמן. וויש, מיין ליבא מאם, וויא היא איז מגפה גיוועזן ל״ע זינט פסח
ביז סוף סיון, דא הוט
מיין שוֶוהֶר יצ״ו איין הויז גינומן אין בולק אויף דען גיבענשטן באך, נאך נימר מוז איז דא צו בולק קיין מגפה גיוועזן ב״ה. עז איז איין לושש צו בֿיונן אויף דען נילוס. אזו, מיין ליבא מאם, זיין מיר אִיץ נואך דא. צו שבת נחמו ווערן מיר ווידר אין דיא שטאט מיט ליב ציהן. וויא וואל עש
הוט ש״ל נוא אויף גיהערט, פון מיין ווייב שת׳ בלייבן מיר דא ביז שבת נחמו, ווען עש טראגט, ש״ל, זינט סיון. דרום, מיין ליבא מאם, דא האב איך
דיר אין דען צייט הנ״ל אפי׳ בריב ניט קענן שיקן, נאך נישט קענן קויפֿן וואש דו מיר הושט געשריבן. ווען עש איז אידרמן
גפֿלוגן אונ׳ איין גשלוסן אונ׳ הון ניט גיווישט ווער דא ציכט דש איך דיר גערן העט לכל הפחות איין בריב גשיקט. אזו, מיין ליבה
מאם, האב גרושה פֶשֶנצייה. איך וויל דיר בלד שיקן ב״ה מיט איין נאמן אלש וואש איך דיר אין דען אנדר בריב גשריבן האב.
מיין ליבה מאם, דוא הושט מיר ניט גשריבן אוב דוא הושט אנטפֿנגן ב׳ חתיכו׳. מיין ליבה מאם, דא שרייב איך דיר פֿון די קינדר יצ״ו. צבילה יצ״ו
איז בייא דיא מאלמה מרחבה אןנ׳ דובלה איז בייא דען מאלם ר׳ יצחק אשכנזי יצ״ו. דיא צווייא קידר יצ״ו דיא לאשן זיך וואל אַן לנג מיט ליב,
דיא לערנן וואל. דאש דובלה שי׳ הוט זיך גיווענט אז דאש ברעט דאש זיך אום ווענט. בערך אש עש דורטן הוט גילערנט דא לערנט עש היא איין
מעלה וואל לנג מיט ליב. אונ׳ דער גרוש נר, בעו״ה, איז בייא ר׳ בנימין קשטרה ווייב איין דינשט קנעכט בעו״ה. ער גיט דא הער אז איין
נַר. ער וואלקט נימנט ניט. וואש איך אים האב גיזאגט: ניט גיא אזו איין גנג. דא איז עש גלייך אש מן מיט דיא וונט רֵיד. קיינש דאש דיך אזו
גאר מעלט אז דובלה .עש זאגט מיר אימדר איש דש אים ה׳ ית׳ הילפֿט. דא וויל עש דען בישן מיט דיר טיילן. אונ׳ דש צבילה הוט גרושה גאוה
אן זיך. עש קאן זיך וואל שטעלן מיט זיין קליידר אונ׳מיט זיין גנג. איך וויש דיר איץ נישט מֵן צו שרייבן, ה׳ ית׳ זאל דיך ווריש
אונ׳ גיזונט בלייבן. דאש ביש אונ׳ ביגערט דיין זון, דער טאג אונ׳ נכט אן דיך גידענגט, משה בן לאמ״ץ כהר״ר אליעזר צאריט

ז״ל ה״ה.
נכתב ביו׳ ה פרשת ותעצר
המגפה מעל בני ישראל, אמן:

גריש מיר אידרמן פון מיין טוועגן אונ׳ דיא רעבצן משה אויך אונ׳ זאג איר וויא איך האב עש
דיא משה אשכנזי ווייב גיזאגט אפשר ל׳ פעמים אונ׳ זיא הוט מיר אזו אופֿט גיזאגט יוא [...] זיא וויל איר שיקן דען פעפער אונ׳ אינביר. וואש מאג איך טון ווען זיא עש ניט הוט גיטאן?
ווען ער ווער גלייך מא[..]הוב[נ'] דא זעלט זיא ניט אזו אופט האבן גשריבן דאר נאך אז [..]ע[..]
דש חיות דראן אן שפריכט. זיא הוט איר צו גיזאגט אַן היאג אונץ. אבר איך
וויל זהן דנכט דש איך קענט מכן דז זיא איר דיא דורטיג אונץ געבן. וש״ש:


איבערגעדרייט דעם בלאט

NLI 577.5.01b-c.jpg


ממצרים
לירושלים תובב״א ליד אמי ע״ר החסידה היקרה מר׳ רחל שת׳
אלמנת הישיש
הנבון אמ״ץ כהר״ר אליעזר צאריט המכונה זוסמן ז״ל ה״ה
וח״ל בנח״ש דר״ג מ״ה

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

אגרת ד'

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג ינואר 30, 2017 12:59 am

NLI 577.5.01.jpg


חיים ובריאות ושלום לך אדון העולם לאהו' בני ידיד נפשי
היקר כ"ר משה יצ"ו לאי"ט ולזוגתך היקר' והצנוע' אֵ״חַ כלתי מר' מסעוד'
ולכ' הנלוי' למ"כ: איך קן וואל משיג זיין דָז דו ניט האט מייני בריב
אַל אנפֿנגן. דיין בֵילא שת' לאי"ט איז ש"ל ווריש אונ' גיזונט לנג מיט
ליב אונ' בֿון דיר זאל איכז אויך אימרדר הוירן אונ' זעהן דיין גיזונט.
איך האב דיר מיט דען חכם לומברוז ה׳ בריב גישיקט: ב' זיין הרשא'
אונ' איינר דער איז דען מיר כהר"ר יעקב כ"ץ יצ"ו האט גישריבן
אונ' איין האב איך אים הנז' גישריבן, אונ' איין דיר, אונ' איין בריב האב
איך דיר גישריבן מיט [ר'] יעקב וַורִינָא דער רופא אונ' איין [בריב איך]
ווייש ניט מיט וועם. בון עמרם האב איך ניט גווישט דז ער ווער
איז גיצוגין. מיין ליבר זון, די איין הרשאה די האב איך מהר"ר יעקב כ"ץ
גישריבן אונ' שרייב דו אים אויך אייני. ווען דו אים שון עפז שענק[שט]
בור זיין מויא, איין י' דוקטון, זא ווערט ער זיך אליז דר מער מויאן דרינן.
אונ' גיב נימנט אנדרש קיין הרשא'. ער איז איין נאמן. ער האט מיר גישריבן
וויא איך אים העט גישריבן איך וועלט מיין זון שיקן קען וַונ¬ז¬יִא.
איך האב אים ווערליך ניא דר בֿון גישריבן. איך בֿורכט מיך דז נימנט
אויף מיין שְלַק אים שרייבט אונ' טוט מיר שאדן. והראיה <!> דז ער אונז
נישט האט גישיקט אין ו' שנים בעו"ה. מן האט מיר גיזאגט וויא זיך
דער ֻידא האט גיאיינט מיט דען לויטן צו וַונֵיזָיא. מיין ליבר זון,
עז טוט מיר זֵיר אונ' זֵיר בנג אונ' ווֵיא דז דו מיך בעו׳ אזו מצער
בישט מיט דיינם שיקן, דז דו העשט מיר וואל מויגן שיקן מיט
דוד תשובה אונ' איין וויניג מיט עזר' אונ' מיט יוסף כהן, מיט
דעם דא דו מיט די בריב האשט גישיקט. ער ווער נאמן גינוגן
גיוועזן. דו מיינשט איך בין דר ווייל גישטארבן דא העט ערז
גיהלטן, איך וויל אים מער גיטרויאן ווידר עטליכן חכם. ער איז
דז קהלז נאמן. ער האט איטליכן דז זיין געבן וואז מן מיט אים געשיקט
האט. מיין זון, הקב"ה זול דיר עז מוחל זיין דז דו מיך הא[שט]
אוזו <!> מצער גיוועזן. נון איין גנץ יאר דז דו מיר לכל הפ[חות][...] גישי[קט]
אונ' די קשיא. איך בין ל"ע זיר קרנק. איך האב נון זינט בֿו[ר]
ט' באב קיין בישן אין מיין מול גינומן. [חיי' לוי טאכטר] טָבָא אונ' זיין מאן
טואן. אל וורייאטג קאכט זי מיר אונ' ע"ש ברענגט מיר דז עשן.
מיין זון, אלז וואז דו מיר שיקשט דז שיק אין מהר"ר דוד הנט
אונ' זאג וועם דו גיבשט עז. איז זיין גוט ית' [ביגער וו]ער
איך לעבן ווען עז קומט. ר' זכרי' האט מיין ווַש בעקן, ער ניצט אימדר.
קום בלד אונ' זיך צו דען דיין אונ' לויז אויז אל משכנו' אונ' לוז
מיר נישט אויף מיינר זֵיל אונ' זאג אימרדר קדיש אויף איין ספי[ק].
איך הלט ניט וויל בֿון מיין לעבן. ברוך היודע, איך העט דיך יא
גערן וואר גיזעהן אונ' דז דו מיך העשט גיטראגן אויף דיינר אקסל. הפו[ך] לשש[ון].


אריבער דעם בלאט.

NLI 577.5..jpg


מיין זון, איך וויל דיך שטראפֿן אֵי איך שטירב. ווען דו עפז
גוטז טושט, זייא דיך ניט מתפאר, שנ׳ הַצנֵיע לכת עם אלה<י>ך ית׳.
וואז האשדו דוירפֿן ר׳ בנימין יצ״ו דר בֿון שרייבן? איינז, ער רעכנט
דירז בֿור איין שטות. דז אנדר, עז איז איין זינד. מן בר לירט
זיין שכר ח״ו מיט דעם ברימן. אונ׳ נאך מער, דו האשט עז נאך
ניא גישיקט אונ׳ בִירֻומשדִיך. טושט מיר נויארט שָאדן דר מיט
ווען זאגט ר׳ בנימין יצ״ו: ״וואז ער זיינר מוטר גוטץ טוט! ער גיבט
זיין מעשר אונ׳ גיבט זיינר מוטר בֿון זיין געלט אונ׳ ניט בֿון מעשר״
הלוו׳ טו טעשט אויך אזו. דער דא הא<ט> גיזאגט בחנוני [ ונר ]
דער זאל דירז אין דיין הערץ געבן לטוב'. [...]יך בגר[. . . . . ]
מיר אונ' וואטר ז"ל איז גישעהן, דז האבן וויר בֿור זינט מיט דעם
דז וויר עז ניט האב<ן> גיהלטן. אין חוץ לארץ האב[ן ווי]ר דז גוטז
גיטאן אונ' אין ירושל' ניט אזו גיט עז [ .. ] בעו', דז איך מוז
די קופ' וורעשן בעו"ה אונ' גינוגט מיר ניט. זינט ר"ח כסליו געבן זי
י"ד מיידן אל חודש אונ' האב ניא קיין גוטן בישן געשן. אזו
אפפֿינד מיך בון דעם בייזן עשן, ל״ע. שיק מיר יא לייבנט אונ׳
מושקוֹט בְלֻוט. איך האב גרושן צער דז איך נון ב׳ יאר ליג אונטר
איינר ציך דז איך זי ניט קן וַושן. זי שטינקט בֿור שווייס. איך
בין אימרדר, ל״ע, קרנק אונ׳ שוויץ זיר ל״ע אונ׳ אפילו קיין ליילך.
האשטו עז דאך גיזעהן. שיק מיר יא, לעב איך, דא נויץ איכז. שִק
עז נויארט אין ר׳ דוד יצ״ו הנט. די רובצין ר׳ משה ז״ל די קומט אל
טאג אין מיינר קרנקט, לאז זי עז גינישן. אונ׳ מֻויא דיך מיט
דעם בריב. זיך, מיין זון, איז דיין שואגר עפז איין ווייני בריה
אונ׳ איז איין יראת שמים אונ׳ לערנט וואל אונ׳ איז קלוג [זו] ז[י]ך
דז דו אים דיין ביילא גיבשט. עז איז ש"ל, קלוג אונ׳ רעדליך אונ׳
וואל קונדיג, לעבן זאל עז דיר מיט אנדרן קינדר ווערשט האבן
צו גוטש דינשט. ר' שמואל כהן שוועסטר וואנט בייא איר אונ'
עז גר זֵיר האלט. ב' טאלר אונ' איין גילדן א[יז] אויז יעני וויר
פולנישי גילדן גיווארן אונ' ניט אלז וויל <? >. גריש מיר דיין ווייב שת'.
הבורא ית' זאל זי אַנפינדן צו רעכטר צייט צו לעבן אונ' [צו]
הש"י דינשט. אונ' גריש מיר די קינדר יצ"ו אונ' ציך אריל [מיט]
גוט<י> ווארטן צו דיר אונ' גיב אים אונטער וויילן עפז, זא ציכ[שט]
[דו] אים זיין הערץ צו דיר. אוב דו עז דינשט [ ]
ברענגן. דו העשט איין גרושי מצוה [ <במוצאי מנוחה>]
ישיגוך ששון ושמחה כ"ח וכ"ח [ ]
ל"ע. על כרחי אני כותב <!> ל"ע. ושש"ש. איך האב גי[ ] ברוינל
עז זאגט עז האט דען חכם מסעד איין מאן [האט זו גיש ]
אויף זיין געלט. מיין זון, לעבן זאלשטו, גיב קיין רובי' יודן אונ' נאך
נים קיינן בֿון זי. אונ' מך דיר קיין הֵיתר ניט, אונ' הלט דיין זילבר
אונ' גאלד אין דיין הויז. דז דו עז ווילשט בֿור משכנו'. הפוך לששון


הפֿוך לששון. אויף די אנדערע זייט, ארומגעדרייט

NLI 577.5.jpg


לייהן, טו עז ניט. גלויב קיין גוי ניט אויף זיין [ ] ווארט,
אפילו אויף בריב ניט. כי פיהם דבר שקר, זיא [ ]
שמעון ר' יחיאל ז"ל זון האט גיטאן. הא[ט ]
אונ' האט גוים גגלויבט<!> אונ' [ ]רואט [ ]
גנגן זיין חלק, אז דו וואל [ווי]שט [ ]
דעז מיר בנג טוט. [ז]אג אי[ם] ניט דז [ ]
אזו גֵיט עז אויז ווער גוים צו נאמן מעט. [וויא] וויל וו[ איז]
ער עובר. ער לויגט דען לויטן בֿור ער ביצ[ ]ן אין דז א[ מיין]
ליבר זון, וואלג מיר זא ווערט עז דיר וואל גין בעה"י. איך ב[יט]
זיר, לאש דיין לֶערן עיקר זיין אונ' דַיני עסקים דז מינשט.
אייל ניט רייך צו ווערן. אונזר חכמים ע"ה די [ז]אגן נבֿהַל להון
איש רע. איך ביט דיך זיר. לייא אלי שבת אין תנחומ'. ער
איז איין אמוראי גיוועזן [ ] ווייל היפש דינג אונ' איז קורץ
ווייליג זיין תורה. אונ' [זיין זכות] זאל בייא שטין דו זאלשט
קינדר אונ' איניקליך לאש<ן> נאך דיינעם ענד אונ' [ ירושלים]
לויזן ביהענד, א' ויר"א ב"ב.
אונ' לייא מיין בריב אופֿט אונ' ענטוור מיר אלז אופֿט.
ווען דיר דיין שוויגר ברענגט גוטי משכנו' דא לייא אונ' שרייב
עז אז בלד און. אונ' ווען מן עז לויזט, זא מעק עז אז בלד אויז. זייא
איך בין דיר זֵיר. גֵי דז מינשט דז דו קנשט אין דען <באך> ניט באדן.
זא קן עז דיר ניט שאדן. נאך נֻומר זאל דיך קיין וושר עצו[וש]
בישֶעדיגן נאך קיין בויז ריד ניט שָאדן. וירא"ס


אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

אגרת ה'

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג ינואר 30, 2017 10:42 am

T-S NS 298.18

T-S NS 298.18 r.jpg


>חיים ובריאות ושלום ית>ן לך אדון העולם לאהו' בני ידיד נפשי היקר ו<המעולה>
<כ"ר משה > יצ"ו וויש ליבר זון איך האב דיר וויל בריב גישריבן
[                                          ]
. גישריבן מיט יוסף שֶעכל שוואגר דער
[        
       ] קיין בריב ניט בון דיר [ג]יהט זינט ר' יעקב פֿרין
[                                    ]אונ' האב קיין רוא אויף מיין הערצן ל"ע 
דיינעם שוועהר אונ' מיט דיינר שוויגר דז זי הי
ער ווערט אויך היא אויך העלפֿן איך האב ג
[         ] אונ' שנוי ל"ע צו סקנדריא אונ' זיך או ז
[                                  ] אונ' שוויגר דז זי הער קומן זי ווערן זיך היא[ 
                           ]ן מיט איינר בוטיק אז זי וואל קינן רידן א
[                                  ]ען קרישטן שיר אל די דא היא זיין די הא
[               ]לק  היא אונ' אל טאג קומן מער הער א
[   ] זיך די לויט היא וואל גינירן לנג מיט ליב
[                         ] חכם אויז דער טירקיי איז הער
[                                           ] זיין איין ליפליכר מענש ער היי
[                     ] דו ווערשט היא וואל גרוש
[             
                      ]
איך [     ] אז ער
[                     
                    ] דר בישליש אונ' דיין בילוכא טר 
[
                     ] ליגן מהר"ר בנימין יצ"ו דער וו

                        ] אונ' דר נאך נאך סוכות הע"ל ווערט ז[    ]
[              ]  וויל איין יאר היא זיין גיוולט עז זיין ווי
[                            ] ער זיך קן מחיה זיין אז צו צפת תוב"ב
[                                    ] זיך זיר אױף מיט אל דינג די ברכה איז ד[    ]
[       
         ] לערנט זיר דארט מיט זיינר חברות' איך ה[   ]
[            ]ט דיך היא וואל קינן מחיה זיין וואז האשטו לו
[                                        ] דא אימרדר שנוי איז ל"ע איך האב ניט איין
[         
                ]ה ערצן הבוחן לבות ישלח עזרך מציון עז קומ
[                            ] גיראט וואל איירן ברודר איין כהן טו[     ]
[                                  ] כהן אך אונ' זיך אונ' ביראט דיך אויז

[               
                                     ]  גימכט איך
[                
                    ] סג"ל דער
[                                  
               ] ענט ער
[                                    
                   ] זיך זייא אין מכבד איך האב
[       
   ] אונ' זיין שטיף ווטר ז"ל דער חכם הר"ר
[     
        ] [ו]ועזן איך האב ניט זכות גיהט דז ער העט
[                    ] [ב]ילָא ווען דו מיט ליב קומשט דז זי דיר איר
[                           ] לנג לֶער מן געב זי ביד גערן אום ל' מיידין
[            
    ]ט די זי דינגן  עז זיין בעו"ה וויל הייזר לער
[  
                 ] אונ' צו צפת ט"ו מיידין איין
[           
            ] יעקב פֿרין דער האט מיך גיבעטן איך
[                                   ] מיר שרייבשט דא זאלשט דו מיר שרייבן
[                        ] וואז זיין וועזן איז טו עז יא דיין חתן
[                        ] דיין בֵילא אויך לעבן זאלן זי דו זאלשט
[                  
                    ] אונ' קינד קינדר די אל זאלן לעבן לעבודת ה' ית'
[                                 ] זכרים האבן לתור' ולמעשים טובים
[                        ]ים בון בריינדל אלז נעמן זי וויי
[                        
     ] אליעזר יצ"ו [     ]  ש"ל בריא
[                    
                             ]
דא
[                            ] עז איז [                           ]יר  ווייץ
[                         
] ווייץ אויף פסח איך בין בריינדל או
[               
    ] טובים זי מאנט מיך אל טאג איך שעם
[     
   ] איין חלוף איין גילדן אויף דיך דז דו זא
[       
           ] האב איך עז ניט אן הערצן גיהט אונ' לייד ווי
[               ]ין  ל[     ]ייאר  גיהט אום י"ח אדר כ' מיידין איך האב ק[   ]
[              ] מיך שֶעם נון מיין ליבר זון זייא דיך אום נישט מצער
[           הע]לפֿן האף נויארט בטח בו הוא יכלכלך אונ' גיב נ[    ]
[                    ] צו קומן בעה"י איך האף דז יאר מיט ליב ווע[     ]
[                     ] בעה"י הפֿוך לששון ולשמחה


הפֿוך לששון ולשמחה - אריבער דעם בלאט.

T-S NS 298.18 v.jpg


[             ] בריב האב גישריבין דא איז מהר"ר בנימין[     ]
[                 ]עזץ אין מן האט אין מורינו גימכט ער[      ]
[               ] עז דז איך נישט האב דינן מיט אים[    ]
[               ] היא לאשן  דען איך שולדיג בין איך צו[     ]
[                         ] דאז איך דיר קן ביצאלן הקב"ה דער ז[      ]
[                ] אלם גוטן דז איז און ספק דז ער דיר ווי[     ]
[                   ] וועלט אונ' אין יענר וועלט אונ' ביראט דיך מ[      ]
[           ] זאלשט טון מיט מענקא דער אונז שולדיג[    ]
[                    ]ט איך גערן גיהט בור דיין בילא שת' אין
[                     ] אלז וואז דרינן איז עז איז אים נאך צו[      ]
[                   ] געלט האבן ער האט אויך וואל געלט גוט[      ]
[                    ] עזרך מקדש ומציון יסעדך כ"ח וכ' מעתרת[      ]
[          ]  הים ומה שיולד לך בעה"י ופקוד לשלום זו[    ]
[                    ] להם שיכתבו לי ושש"ש  ריד מיט שְטְרילָ[     ]
[                       ] עגן [
           ] אנגיין דרום ווייל[    ]
[            ]  מער אז ווען איך איטל[      ]
[                                ] מיט דען הער דער
[                            ] העלפט אונ' מיט די העלפֿט[    ]
[                                ]  האט נישט דרינן זו מיין ליבר זון לע[      ]
[                                  ] ר' בנימין יצ"ו אודר מיט דעם בחר[      ]
[                              ]הין צו טון אונ' אויך מן מוז עז טון אין[     ]
[                     ]כט ווען דו מיר שרייבשט זא שרייב מ[     ]
[            ] ווייש ניט וויא וויל איך זאל שרייבן ווען איך[     ]
[                                            ]ז עז שכ"ו אודר שכ"ז


ארומגעדרייט דעם בלאט.

מע"ה ירושלים תובב"א לק"ק מצרים ליד אהו' בני היקר והמעול' כ"ר משה
ב"ר אליעזר ז"ל המכונה זוסמן ז"ל והמגיע לידו תע"ב


אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

אגרת ו'

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג ינואר 30, 2017 10:48 pm

T-S MISC.36L.1

T-S MISC 36.L.1 r.jpg


חיים ובריאו' ושלום יתן לך שברא העולם. וברכה והצלחה
בכל משלח ידיך, לאהו' בני היקר והמעול' כ"ר משה
יצ"ו. ולזוגתך שת' ולבנך יגדל לתור' ולמעשים טובים,
ולכל הנלוי' אליך יצ"ו. בריאותי ת"ל תבושר, וממך כל
טוב בל יחסר. מיין ליבר זון יצ"ו, מיר איז זיר בנג
דז איך בעו' אזו לנג. קיין בריב בון דיר ניט האב גיהאט.
דיין טאכטר שת' די האט מיר אויך וויל קרפט גינומן
מיט אירן איין װעק ציהן. אירר מן גיבט איר גירעכט
זי האט ניט וועלן בייא דער שװיגר בלייבן: זי האט
זעלברט ניט דז ברוט צו עשן. אונ' אין בעו' האב עז
ניט בֿור מוכט אויז צו הלטן. העט איך עז קינן טון
זא העט איך עז צו מיר גינומן. מיין ליבר זון, טו
אים דו בעשט און דיין שאדן. דיין איידן איז בעו'
אזו וויל שולדיג דען גוים, זיין הויז איז דר בֿון. אונ'.
האט אים בילא אלז בֿור קויפט דז עז בעו' נישט האט
מער און צו טון. ב' קליידר האט זי אים גימכט חנה אויז דיין זיידן טַרחא.
איינז צום קנין אונ' איינז צו דער חתנה, דז האט עז
נון שיר צו ריסן. איך קן דיר ניט אלדינג שרייבן
וואז ער בֿור נרהייט האט גיטאן. ער האט ערב
גיװעזן בֿור זיין ברודר אונ' בֿור משה לייד אונ' בֿור
דיינר שוויגר לייד. ער האט ניט גיהט צו צאלן
דא האט ער אימרדר רבית אויף רבית געבן.
דיין בילז גרעט איז אלז אין רובי איין װעק גנגן.
אונ' אלז װאז זיין מוטר האט אים הויז גיהט.
דרום ליבר זון זיך דיר בֿור דַז עֶר דיך ניט אין זעצט
ח"ו אונ' זייא כלל וכלל ניט ערב בֿור אים נאך בֿור
נימנט, אונ' מערק אויף דז ער ניט ווייט ציכט
אונ' לאשט ח"ו דיין טאכטר גיבונדן. איך העט ליבר
גיזעהן עז ווער היא גיבליבן אונ' דז ער אים
העט גט זמן גילאשן. עז האט גיט גיוועלט אזו
גרושי אהבה האט עז צו אים וואז אים אידרמן
האט גיזאגט: ‏״לאז ניט דיין גרעט נעמן, שרייא
אונ' וויין.״ דא האט עז גיענטוורט: ״איך וויל אים
אלז לאשן נעמן. ווען אים גוט ית' װערט העלפֿן
זא ווערט ער אים אנדרש מכן.״ אונ' דרום האט
אים נימנט ניט קינן העלפן. דרום מיין ליבר זון,
נים דיר נישט צו הערצן. דו קנשט עז דאך ניט
ביזארגן. מה דעביד רחמנ' לטב עביד, והטוב
בעיניו יעשה. דיין בילא האט איין היפשי הנט
שת' גאר היפשי ערבט מכט עז מיט זילבר אונ'
מיט גאלד. ווען דיין ווייב וויל האט צו ערבטן
דז זי עז לאשט העלפֿן, עז איז איין נאמנת ש״ל,
אונ' ערבט גערן, אבר עז האט ניט וויל לושט צו
לערן גיהַט. בכן אין להאריך רק חיים ושלו'
לכם יאריך כ"ח וכ"ח אמך רחל הכותבת בנחיצה.
נכתב כ"ט לירח האיתנים. ימיך יאריכו בנעימים .


אריבער דעם בלאט.

T-S MISC 36.L.1 v.jpg


ושא שלוי שני'. איך זעך גערן דו קעמשט אונ' זעכשט
צו דיין ספרים. ח"ו טו איך איין אייג צו דא נעמן
זי אלז, לא יע' ולא יב'. אונ' מהר"ר דוד יצ"ו דער איז
ל"ע אימרדר ניט װריש. ער איז נון איין זקן של
שמונים. דו זאלשט אויך אזו אלט ווערן מיט
וויל גוטן זאמן דירזא זאלן לעבן‏ צו תורה אונ' צו
מעשים טובים. איך זעך גערן דו נעמשט בֿון
אים דער קינדר יצ"ו אירן פקדון. אין האב דיר
וועלן שיקן די לייכטר ‏ אונ' דיין לעמפיל, נימנט
האט עז וועלן וִוירן. איז ח"ו דז איין שנוי ל"ע
אויז קומט, לא יעל' ולא יבא, זא קום הער מיט
דיינן קינדרן יצ"ו. עז איז ת"ל אלז בזול היא. איך
האב איין חצי קנטר וויין אויף דיר גימכט. אונ'
שרייב מיר יא אימרדר עֶנקרן גיזונט. אלי שפריך
וורטר וֶועלין ניט אויז דען אויגן אויז דען הערצן
אבר די גִיוֵויט מוטר טוט ניט אזו. איר בֿור גישט
ניט די ווֵיא טאג די זי האט גיהַט מיט אירן קינד.
איך העט גערן דיין קינד עֶטווז גישיקט, איך האב
בעו' נישט. דער גוצשלק איז קומן בֿון וַויניזיא ער
האט מיר ניט גיבראכט איין שווה פרוט' בעו"ה.
מיין בעל חוב זיצט איין גישלאסן אין זיין הויז. ליבר זון
שרייב מיר װאז דו האשט גיהערט בֿון דען קינדרן
יצ"ו וויא עז אין גיט

װער צבילן היא זא געב אים ר' דוד זיין טאכטר.
עז איז איין פיין מיידל. ער געב אים זיין הויז
אונ' אל זייני ספרי' אונ' זיין כלי בית אונ' ה'פשי קליידר.
ער וויל יא איין טייטשן האבן דער גוצשלק
וויל פיל געלט האבן אונ' דוד גיבט ניט באר געלט.
שרייב אימז‏ קען קונשטנפל דז עז קומט אונ'
נימט איין הרשא' בֿון זיין ברודר מיט חכמים
גיחתמת אונ' מיט קיום ב"ד. ר' בנימין יצ"ו דער האט
זיין טאכטר אויז געבן איינס יונגן. איין יתום,
יצחק כהן אייניקל, איין אונגר בֿון ט"ו שנים, ער
זאל מיט אים לערן. ער הלט אין בייא אים. ער הנז'
האט וואל ד' אלפים זיין. און ר' בנימין יצ"ו ציכט דר
נאך אין אונגרן  קען אובֿן שטאט. גוט ית' דער
זאל אים מיט שלו' הין אונ' ווידר הער העלפֿן
וכיר"א. אונ' זאלשט אויך דר װרייאט ווערן
מיט דיין קינדרן יצ"ו אונ' מיט װאז דיר ליב איז
וכיר"א. כ"ח וכ"ח אמך רחל דער ל"ע זיר בנג איז.

בריינלן קורקז לאשט דיך זיר גרישן אונ' ביט דיך אכט דען בריב מאיר זיין  [ ]יי[ ]ן

מה"ק ירושלי' תוב"ב לק"ק מצרים ליד  אהו' בני משה
יצ"ו בן אליעזר זוסמן ז"ל המכונ' אשכנזי וח"ל


(טרחא: אראביש, א לאנגע שאַל פונעם קאָפ אראָפ דורך די אקסלן.
קנין: תנאים, אירוסין.
גט זמן: איש שהולך לעבר הים.
אונגר: אן אונגארישער, פון אונגארן.)

בל"נ יבא תגובה יתירה עם כתב קצר באידיש שלנו מכל אגרת.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חאצקל פרייליך און 10 געסט