הקדמהכאטש די צאל שריפטן געשריבן אין די אידישע שפראך וואס מען האט געפונען אין די גניזה איז זייער קליין, אין פארגלייך צו לה"ק, אראמיש, אראביש, און אפילו לאדינא, (ג'ודיאו-איספאניול), איז דאס ביסל וואס מען האט געפונען, גאר אויסערגעווענטליך, און באלערענד.
עס איז גרויסע מוסר השכל וואו מען זעהט א עלטערע פרוי פון ירושלים עיה"ק, א אשה חכמת ומושלמת, וואס גייט דורך אזויפיל צער און שוועריקייטן אינעם ווייטן 16'טע יאר הונדערט, און שטארקט זיך כסדר מיט א פעסטע אמונה אין השי"ת. און מוסר'ט און לערנט כסדר איר באליבטע זוהן משה, צוגיין על דרך הישר.
די שרייבערין, צדיקת
(מעצם אגרותינו) מרת רחל איז א טאכטער פון ר' אברהם מפראג. זי איז ארויף ווייזט אויס מיט איר מאן ר' אליעזר זוסמאן דער זוהן פון מהר"ר אברהם צאריט ז"ל, קיין ירושלים אין חשון ש"ו. ווי עס איז דאקומענטירט אין די אקספארד לייברעריע, וואו ר' אליעזר פארצייכנט "זכרונות על הרעש בירושלים" י"א שבט ש"ו.
פון אן אנדערע דאקומענט פון די קאירא גניזה (T-S 13j4.19) זעהט מען אז ר' אליעזר איז נפטר פאר ב' אייר שכ"ד. א הודעה פון מרת רחל אז זי גיבט פאר איר זוהן משה צו איינקאסירן זייער גאנצע פארמעגן. (מפוענח שפעטער באזונדער.)
בשעת'ן שרייבן די בריוו'ן וואוינט משה 'סופר תפילין' - די איינציגסטע זוהן פון רחל - מיט זיין ווייב "מסעודה" אין מצרים און זיינע חפצים זענען אין ירושלים. ער איז א טאטע פאר פיר קינדער, צבי [צבילן / צבילה], דוב [דובלן / דובלה], און ארי' אדער אהרן [אריל], און ווארט אויף א פינפטע קינד. און איין טאכטער בילא שהגיה לפרקה, וואס וואוינט ביי די באבע רחל אין ירושלים.
פון די זיבן בריוו וואס איז מפוענח דא, איז זעקס (א'ב'ד'ה'ו'ז') וואס רחל האט געשריבן. פינעף פון די, (א'ב'ד'ה'ו') פאר איר זון משה. און איין, (ז') פאר הרב ר' יעקב כ"ץ פון ווינעציע, האט זי אויך געשיקט צו איר זוהן, אז ער זאל עס פאראויס שיקן קיין ווינעציע.
איין בריוו (ג') איז א בריוו פון משה צו זיין מאמע. עס איז געשריבן אויף איין פאפיר (מיט אגרת ד') וואס איז געקנייטשט אויף צוויי'ען, אויף וואס מען האט זיך געשריבן אהין און צוריק.
די בריוו'ן זענען געשריבן געווארן צווישן די יארן שכ"ה און שכ"ז. עס טראגט א ספעציעלע חשיבות, צוליב וואס עס ווארפט א שטיקל ליכט איבער די לעבנס שטייגער פון די קהילות אשכנז פונעם 16'טען יאר הונדערט וואס עס איז כמעט נישט דא קיין ידיעות פון יענע צייט.
אין א זייטיגע נאטיץ איז אינטערעסאנט צו אנאליזירן די נעמען פון די אידן וואס האבן געלעבט אין יענע צייט וואס ווערן דערמאנט אין די בריוו'ן. עקסטער ברענגט אויפמערקזאמקייט די צוויי נעמען:
"ר' שמעון בן יחיאל ז"ל".
עס איז זייער מעגליך אז דאס איז דער מנהיג ופוסק ר' שמעון אשכנזי וואס ווערט אויך גערופן "ר' שמעון קשטילאץ", אדער קאסטילאץ, די פאטער פונעם מנהיג ופוסק ר' אביגדור קשטילאץ. וואס זענען אלע געווען - ר' יחיאל, ר' שמעון, ר' אביגדור - קשטילאץ אשכנזי - אין זייער צייט פון די גדולי רבני מצרים.
ר' שמעון קשטילאץ האט מחבר געווען מגילת סתרים אויף מגילת אסתר, און שו"ת. בשעת זיין פטירה האט ער באפוילן זיינע תלמידים, אז מען זאל בשום אופן נישט אריבערפירן זיין ארון העכער קברי גוים, און מען זאל מאכן סתימת הגולל מיט זיין שטענדער (אדער טיש) אויף וואס ער האט געהארעוועט יומם ולילה, און עס זאל זיך נישט מטפל זיין נאר זיינע תלמידים, און זיי זאלן אים טראגן אויפ'ן אקסל פון זיין הויז ביז מקום קבורתו. ער איז אוועק ביי די פינף און דרייסיג יאר שנת שמ"ח.
ער ווערט דערמאנט סוף אגרת ד', וואו רחל שרייבט אז ר' שמעון ז"ל איז געווארן אפגענארט נאכן זיך פארטרויען ביי א שותפות מיט גוים. זי ווארנט איר זוהן משה ער זאל נישט געטרויען קיין גוים.
"מאלם ר' יצחק אשכנזי"
עס איז דא חילוקי־דעות איבער די פארבינדונג וואס ר' יצחק לוריא - דער אר"י הקדוש - האט געהאט מיט ר' שמעון בן יחיאל ז"ל. פון א פסק אין כת"י פון הר"ר יהושע שונצינו, איז משמע אז ר' יצחק לוריא, ר' בצלאל אשכנזי, און ר' שמעון קשטילאץ, זענען געווען חברים ותלמידים פונעם הייליגן רדב"ז ז"ל.
פונעם פאקט אז דער הייליגער אר"י האט געלעבט אין מצרים און אין צפת אין די תקופה ווען די בריוו'ן זענען געשריבן געווארן, קען מען זיך ערלויבן צו טראכטן, אז דאס איז דער ר' יצחק וואס ווערט דערמאנט אפאר מאל אין די בריוו'ן.
סוף אגרת א' שרייבט רחל איבער "דען חכם כ"ר יצחק יצ"ו.". אנהייב פון אגרת ג' שרייבט משה צו זיין מאמע'ן, "מיין ליבה מאם . . . אונ' דובלה איז ביי דען מאלם ר' יצחק אשכנזי יצ"ו. . . . דיא לערנן וואל." (מאלם אין אראביש מיינט מורה/מלמד.) קען זיין אז דאס וועט זיין א חידוש, אז דער אר"י הקדוש איז געווען א מלמד תינוקות.
------
יש עוד הרבה הערות ומשמעות נפלאים על המכתבים ולשונה, מ'טורניאנסקי, שצריכים כדי להיבן התוכן אגרותינו. אבל חשבתי לכתוב אלא לפי בקשה.
בענקעלע, כללי ר"תא - אמן
א"ח - אשת חיל
אמ"ץ - אבי מורה צדק
ב"ב - במהרה בימינו
בנח"ש - בנדוי חרם שמתא
בעו' / בע"ה - בעונותי/נו/ת הרבים
דר"ג - דרבינו גרשום
הנ"ל / הנז' - הנזכר / לעיל
וח"ל - וחרים לזרים
ויר"א /"ס - וכן יהי רצון אמן / סלה
וכיר"א - וכן יהי רצון אמן
וש"ש /"ש - ושא שלום שני/ת
יצ"ו - ישמרהו צורו וגואלו /ם
כהר"ר / כמהר"ר /כ"ר - כבוד/מורינו הרב ר'
למעכ"ת - למעלת כבוד התורה
ע"ר - עטרת ראשי
ע"ש - ערב שבת
ש"ל - שבח לק-ל
תוב"ב / תובב"א - תבנה ותכונן במהרה בימינו אמן
ת"ל - תודה/תהילה לק-ל
תע"ב /תעב"א - תבוא עליו ברכה, אמן
* * *
אגרת א' T-S Misc 36 152
חייים בריאות ושלו' יתן לך אדון השלום לאהו' בני ידיד נפשי היקר כ'ר משה
יצ"ו. מיין ליבר זון, דו זאלשט לעבן אונ' גזונט זיין. דיין טאכטר איז לנג
מיט ליב ווריש אונ' געזונט אב[ר] עז איז אויך קרנק גיוועזן ל"ע אבר
אל טאג. איז עז אויף גישטנדן. די קרנקייט די האב איך אויך ל"ע אבר
איך בין לע זֵיר שְוַוך ל"ע בֿוןא' ר"ח תמוז און ביז ר"ח אב. גוט ית'ב' װייש
װיא עז מיט מיר איין אויז גנג װערט האבן. בעו' איך האב מיר אז
איין גילדן בֿורג' צֵירט דען חדש ל"ע. איך האב ניט מער נאך אז איין
הלבן גילד<ן> צו צירן. ר' דוד יצ"ו האט מיר אויף דיין ב' גמרות גיליהן
איין גילדן , אונ' דובלןד' האט מיר גיליהן איין הלבן גילדן, איך האב
ניט גערן בֿון אים גילעהנט. איך האב מוזן טון. גוט ית' זאל מיר
װייטר העלפֿן אונ' כל ישראל א"ס. מיין ליבר זון זייא דיך ניט מצער.
איך ביט אימדר דען רופא נא[מן] דו זאשלט קיין קרנקייט האבן. איך
זאל בֿור דיר ליידן, אונ' ביט מֵין ער זאל מיך ניט לאשן שטערבן
ביז איך דיין פנים ווידר זיך, אונ' דז דו זאלשט דיין הנט אויף מיין
אויגן טון,ה' אונ' זאלשט מיר קדיש זאגן. נון מיין ליבר זון זייא דיך ניט
מצער אונ' לעב אונ' זייא גיזונט בֿון גוטז ית' טװעגן אונ' קום איצונדר
ניט הער. עז שטיט בעו' ל"ע ניט וואל היא אונטר יודן אונ' אונטר מורן.ו'
ל"ע. צו צפת תוב"ב זאגט מן, האט עז שיר אויף גיהוירט. בלייב ביז איבר
די ימים טובי' הוירשטן דז עז ח"ו היא ניט ניט העט אויף גיהוי[רט].
זא ציך אויף שפטז' צו. הקב”ה דער זאל דיר װייזן דען רעכטן װעג. איך
וויל דיר שיקן דובלן אי"ה. איך װייש ניט בֿויא איך זאל געלט נעמן. די
ענים האבן קיין געלט. מיין ליבר זון, ברענג מיר יא בגד פישטן
מיט. א[יך] האב בע"ה קיין ליילך אויף דער בעט אונ' קיין ציך אויף מיין
איבר בעט. ווען איך ח"ו ווער גישטארבן זא העט איך ניט איין ליייל[ך]
גיהט דז מן מיך העט דינן אב געהובן. איך שעם מיך בֿור די לויט.
קיין טאקח' האב איך ניט בייא מיין תכריכים אויף מיין קאף צו טון
קנשדו מיר דארט וואל בֿיילי עש קויפן, זא טו עז. איך האף [צו] גוט ית'
דו װערשט ביצאלט ווערן בֿון גוט ית' אונ' ברענג מיט קשיאט'. איך האב
קיין היא קונן האבן אונ' איין בר[ענג] צװייא. בכן אין להאריך רק חיים
ושלום וכל טוב לך יאריך ותחזור [. . .] לעיר הקדש ירושלי' תוב"ב כ"ח וכ"ח.
ומעתרת אמך רחל שתמצי אותי בש[לו'].
איבערן בלאט
וש"ש. מיין ליבר זון איך האב כ"ר זעליגמן ב' גילדן געבן בֿון
דובלן יצ"ו. איך האב זי אנטלעהנט אליין אויף מיין כלים אונ' דיין.
איך בידורפֿש וואל זעלברט צו אנטלעהן. איך בין אים שיר איין
גילדן שולדיג. זיך רֵיד מיט דען חכם כ"ר יצחק יצ"ו דז ער
מיט גוטן װארטן ריכט מן מער אויז מיט דעם יונגן אז מיט
בויזן ווארטן, קן ער צו װייט ברענגן און זיין שאדן די ב'
גילדן. ער טעט איין גרושי מצוה די משכונ' װידר אויז צו לויזן.
טו וויא דיך גוט דוכט זיך. זייא דען ר' זעליגמן מכבד.
וויל גיזונט צו דיר בֿון דען דער עז האט אין זיינר הנט ית',
אז איך ביגער, דיין מוטר רחל. נכתב יו' ד' כ"ז אב. 《שכה》
ארומגעדרייט דעם בלאט.
איך ... דא...ס ודי האשט אב גישריבן זא זאלשטו אים געבן
גישריבן דז ערז אלז וואז ער שיקט דז [ ] אין דז [ ]
צו הנט העט גישיקט נכתב [ ]ר[ ]מיין[ ] דו א[ ]
כ"ר משה זל די ביט דיך זֵיר
דו זאלשט מיט בֿור לֵאה רידן זי איז איר ז' מיידיןי' שולדיג גיבליבן דז זי זאל אים
זי שיקן, אונ' מיט משה אשכנז ווייב רֵיד דז זי איר די בשמים שיקט אז זי
איר האט צו גיזאגט. בכן אין להאריך רק חיים ובריאו' ושלו' לך יאריך כ"ח ומעתרת
אמך רחל הנוחה בצער עד שתרא' פניך היקרים נגמר זה הכתב [ ] אב
מע"ה ירושלי' תוב"ב לק"ק מצרים ליד אהו' בני היקר כ'"ר משה
ירושלמי וחל' בנחש [דר]ג והמגיע לידו תע"ב
א' בֿון:׃ פון. ב' גוט ית׳: השי״ת. ג' בֿור: פֿאר. ד' דובלון:׃ כינוי דוב׳לע. ה' בראשית מו׃ ד׳ ויוסף ישית ידו שנית על עיניך. ו' מורן׃: מוסלם ערביים - פויליש moro. ז' טאק׃: איטלקית tocco צודעק אויפן קאפ. ח' שפט:׃ צפת. ט' קשיא׃: מזרח ארופה kasza כוסמין. י' מיידין: טערקישע וואלוטע mu'ayyadis.