א שבע ברכות ביי פעטער שייע!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

א שבע ברכות ביי פעטער שייע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

ווען מיין אידענע האט מיר איינגעמאלדן יענע דינסטאג ביי סאפער אז פעטער שייע מאכט שבע ברכות פאר שלוימי'ס יאסעלע, האב איך גלייך פארשטאנען אז איך וועל האבן עפעס זאפטיגס צו ברענגען פאר די אייוועלט ליינער!

עס ליגט מיר נאך אין די ביינער די שבע ברכותער ביי פעטער שייע, און איך האב ביי זיך אפגעמאכט אז דאס מאל וועל איך אנשטאט זיך צו עסן דאס געזונט פרובירן צו ענדשויען, און געדענקען יעדע דעטאל עס אהער צו ברענגען איר זאלט אויך הנאה האבן...

וועסטו מיר פרעגן וואס איז אזוי שלעכט א שבע ברכות ביי פעטער שייקע'ן?

זיץ מיט געדולד און האק נישט אריין וועסטו אלעס געוואויר ווערן....

איז אזוי, מיין פעטער שייע איז א איד מיט אזא לאנגע ארויף געדרייטע בארד, ער איז שוין אין די זעכציגער יארן, ער האט שוין חתונה געמאכט אלע זיינע קינדער, און ער איז יעצט אליין אינדערהיים צוזאמען מיטן טאנטע שרי'קא.

צו פארשטיין די מעשה מוז מען אביסל מקדים זיין מיטן מהות פונעם פעטער זאל דערלעבן משיח'ן, דער פעטער איז נאך פון די אידן פון די פריערדיגע דור, אזאנס וואס מען טרעפט שוין נישט.
וואס פונקטליך ער האט מיט קנאבל ווייס איך נישט, צו ווייל ער עסט אסאך (אסאך? ער עסט אפאר מאל נישט) קנאבל, אדער ווייל זיין בארד דרייט ער אריין ווי א קנאבל, אפשר ווייל ער טראגט מיט זיך א שטארקע קנאבל גראך, אזוי צו אזוי גלייכן אים מענטשן צו רופן 'דער קנאבל איד'.

ער איז פון די חשוב'ע אידן אין סעמדרעש, ער איז היבש א תמימות'דיגער, ער וועט קיינמאל נישט זאגן דעם בעל דרשן'ס נאמען אן א ערליכע 'רעב', ער וועט זיך אלס ארום דרייען ביי שאלאטשידעס צוזאם נעמען די שמות און סידורים וואס וואלגערן זיך.

ער צייכנט זיך גראדע אויס מיט כאפן ווערטלעך, ער וועט עס אלס כאפן אויפן ווינק, אבער נאר נאכן זאגן אפאר מאל מיט רש"י און תוספות, און דאן וועט ער פרעגן 'סשטימט דאך נישט? וויאזוי קען זיין אז זעקל האט אויסגענארט זושא'ן מיט פופציג צענט? ער האט דאך נישט געפענט זיין האנט?'.

וויאזוי ער גייט?
אה...... אינדערוואכן גייט ער מיט א קוטשמע, און שבת מיט א....... קוטשמע...........

וואס די חילוק איז?

אה...... ווייל וואכן גייט ער מיט א געהעריגע קוטשמע, און שבת מיט א........ קוטשמע.....................

לאמיר טראכטן עפעס א גוטע חילוק....

אה... פשוט....... וואכן מיט א פאפקארן קוטשמע, און שבת מיט א פאטעיטא טשי........... כמיין..... א מצה קוטשמע..................

יעצט פארשטייסטו שוין?

ער גייט מיט די עלטסטע קוטשמע אין ביהמ"ד, ווען פרעגסטו?
אה... סיי שבת און סיי וואכן גייט ער מיט די עלטסטע קוטשמע אין ביהמ"ד...................

און יעצט שטעל זיך פאר וויאזוי א שבע ברכות ביי אים אינדערהיים קוקט אויס............

און יעצט מיין טייערע פריינט מוז איך ענדיגן מיינע רייד, מיטן האפענונג צו צוריק קומען גאר אומשנעלסטן (האפענטליך נאך מארגן)...

ניין!! איך בין נישט קיין שלעכטער....... איך וויל זיך באמת נישט רייצן מיט ענק............

איך טוה עס נאר ווייל איך בין באמת ביזי, און איך וועל פרובירן עס צו צוענדיגן ווי שנעלער.

דו רשע וואס דו ביסט.......... אז דו ווייסט אז דו קענסט נישט ענדיגן היינט נאכט, דעמאלטס הייב נישט אן...........

אה....... וואס האסטו געוואלט? איך זאל נישט אנהייבן? דעמאלטס זאל עס מיר ענדערש דריקן א גאנצע נאכט אין בויך?

און נאך א סיבה, איך האב געזעהן אז דער עולם דא האט ליב האלבע און אומגעפערטיגטע מעשיות...
והפארמעסט יוכיחו.................................................................. נאך פינטעלעך? אקעי..........................................
א גוטע נאכט
טשולי
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אקעי...

דו האסט שוין געשריבן אלע מיינע טענות...

ווייסטע וואס, ענדיג עס נישט! (יעצט פלאץ...)
אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2009 4:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלנער »

ער מיינט נאך אז דער עולם איז נאך אינטערסירט אין זיינע בויך קרעמפן.

איך ווייס עס.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

איך קען אים גוט, דער טשולי וועט מארגן האבן פיינע פיינע סחורה.......

קיפ אן טשולינ'קא...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

קיעפ איט אפ מיסטער טשולי.

איך שטעל זיך פאר אז די פיש האט געהאט א שאלאכץ און די זיפ האט געהאט צומאלענע סקוואש און עס האט זיך אויסגעגאסען אויפען חתן און די מוזיק האט געמאכט מיין בעביס מאביל אויסזעהן פראפעשאנעל.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאכאם »

איך האלט שוין ביין דאז פארשטאפט קענסט ווייטער פארציידן............................גענוג פינטלעך
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

נא
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

מטעמים האט געשריבן:קיעפ איט אפ מיסטער טשולי.

איך שטעל זיך פאר אז די פיש האט געהאט א שאלאכץ און די זיפ האט געהאט צומאלענע סקוואש און עס האט זיך אויסגעגאסען אויפען חתן און די מוזיק האט געמאכט מיין בעביס מאביל אויסזעהן פראפעשאנעל.
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

...........................

והמ"י, ודי זצקללה"ה
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

טייערע אידן!

די מעשה איז נאך נישט אנגעקומען צו די הקדמה, דאס וואס איךי האב געשריבן איז געווען א בלויזע אריינפיר.

און מיט אנטשילדיגונג וויל איך דא מעלדן אז אזויווי איך האב נישט קיין צייט, וועט לכאורה שוין נישט זיין היינט די געהעריגע פארזעצונג, עס וועט מוזן ווארטן נאך אפאר טעג :-( :-(

איך וויל נאר וויסן וואס דער עולם וויל, ענדערש זאל איך ארויף לייגן יעדע פאר טעג נאך א קליינע שטיקל און פארזעצונגען, אדער זאל איך ווארטן ביז איך ענדיג די גאנצע זאך (א שיינע פאר וואכן) און דעמאלטס ארויף לייגן די גאנצע אויפאמאל?

לתועלת הרבים ביטע ענטפערט א תירוץ

יישר כח

טשולי
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

פארזעצונגען (אבער נישט צו לאנג אפגערוקט איינס פון די צווייטע)
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:פארזעצונגען (אבער נישט צו לאנג אפגערוקט איינס פון די צווייטע)
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאכאם »

משה כספי האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:פארזעצונגען (אבער נישט צו לאנג אפגערוקט איינס פון די צווייטע)
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

איז אזוי.... יא? ווי האמער געהאלטן?

אה יא.... ביי פעטער שייע'ן...

איז די מעשה אזוי, דער פעטער שייע איז באמת א וואוילע איד, ער וויל באמת נישט קיין שלעכטס, ער איז אלס געווען זייער נאנט צו אונזער פאמיליע, אלס קינד פלעגן מיר זינגען דעם באקאנטן ווארימען חסיד'ישען לידל 'מחי' מחי'. פעטער שייע, מומע סאריק..................
אופס....... איינער האט געכאפט אז סעגראמט נישט?????
בוווווושששעעעעעסססססססס............
איינער שנעל מיט א גראם???
עמערדשענסי........
'תוך כדי דיבור אוט.........' אופס..... פארפאסט......... נעקסט טיים מעיבי....

בקיצור מיר פלעגן זיך האלטן זייער נאנט מיט'ן.

און ווען די מאמע ע"ה האט אונז ל"ע פארלאזט האט ער זיך ממש איבער געגעבן אז ער זאל וויסן אויף זיכער אלעס וואס ס'פעלט אונז, ער פלעגט אלס פרעגן קשיות ביד רחבה, און אלס זיכער געמאכט אז אויב מיר זענען נישט צופרידן זאל ער גלייך וויסן דערפון.....

און פון דעמאלטס און ווייטער האט ער זיך באטיטעלט אלס אונזער אפעטראפעץ......

און ביי יעדע שמחה ביינונז אין משפחה איז ער דער גאנצער מחותן, און זיצט אוודאי אויבן אן, און צומאל נאך נענטער ווי אונזער טאטע זז"ג... סהייסט? ערידאך די כלה'ס מאמעס בעסטע און געטרייעסטע ברודער, און נישט נאר דאס... ער איז דאך דער וואס האט דא געפירט די גאנצע מעשה ביז צו די חתונה...
נאך ביים אויסהערן שידוכים פלעגט ער אלס קומען זאגן 'איינער האט מיר אנגעטראגן פלוני אלמוני, און איך האב זיי געזאגט אז מ'קען שוין גיין ווייטער.....' און אונז אלס ברודער'ס האבן געזיכט מיט אלע מיטלען אים צו מודיע זיין בעקיפין או בעקיפין (במשרין איז נישט געווען קיין אפציע.....) אז דאס איז בכלל נישט זיין געשעפט...
און ווען מען האט שוין ב"ה געטראפן ס'באשערטע האט מען אים אנגערופן נאכן בעשאו זאגן די נייעס האט ער גלייך געפרעגט 'נו? איך וועל זיך נאכפרעגן, און איך וועל זאגן פארן שדכן אז מן הסתם מארגן קען מען גיין ווייטער, מען קען מארגן קוקן דעם בחור...' מיינענדיג פאר זיכער אז מען האלט נאך פאר אלף, היעלה על הדעת אז מען האט אפילו די קליינע פינגער א ריק געטאן אן זיין רשות?...........
און ווען מען האט אים געמאלדן אז ניין, מען גייט שוין צום לחיים, האט ער אוודאי למפרע צוגעשטימט.... אזוי ווייט אזש ווען איינער איז צוגעקומען צו אים וואונטשן לחיים האט ער געזאגט אז ער האט גאר גאר אסאך כוחות אריין געלייגט אין די שידוך ביז עס איז ב"ה ארויס מפויעך עלהא קויעל.....

און זיין טראדיציע פלעגט ער אלס אנהאלטן צו מאכן א שבע ברכות פאר די מאמע'ס קינדער, אבער ווען סאיז געקומען צו די אייניקלעך האט ער שוין נישט געקענט נאכקומען די פארלאנג, האט ער ממש מיט טרערן אין די אויגן זיך אנטשולדיגט אז ער קען נישט, און מיר האבן אפגעאטעמט....

אבער פון צייט צו צייט דערמאנט ער זיך נאך פון די שבע ברכות'ער, און בערך איינמאל א יאר האבן מיר געשוויסטער צו וויינען און צו לאכן.... א שבע ברכות ביי פעטער שייע און מומע סאריקא.....

און ווען איך האב געהערט די נייעס אפקלינגען אז דער פעטער פלאנט צו מאכן שבע ברכות פאר מיין שוואגער שלוימי'ס יאסעלע'ס חתונה האב איך ביי מיר אפגעמאכט אז דאס מאל גייען מיר נישט ליידן!! גענוג געווען!
איך האב אנגערופן מיינע ברודער'ס און זיי געהייסן מיט ברענגען פענע'ס מיט נאטיץ ביכעלעך צום שבע ברכות און פארשרייבן די אלע זכרונות למען יעמדו ימין ושמאל, און דערנאך וועל איך עס ארויס געבן אין די ראמען פון אן ארטיקל...........

(אנטשולדיגט טייערע ליינער אז איך האק דיר איבער אינמיטן ליינען, אבער איך וויל דיר נאר זאגן אז דו זאלסט דיר נישט פילן יעצט אינגאנצן אנטוישט אז דו האסט יעצט אויסגעפונען אז ניין! דו ביסט נישט מיין ברודער, בארואיג דיר, אלע אידישע קינדער זענען ברודער'ס.....
און יעצט לויף שנעל צום פאון באק (וואטש.... גליטש דיר נישט אויס אינמיטן וועג....) און מאך א באהאלטענע פינטל מיט א מעדשיק מארקער ביי אלע דיינע ברודער'ס, ווייל יעצט קענסטו שוין וויסן אויף קלאר אז איך בין עס נישט...
מאך נאר זיכער אז סאיז אומ-מערקבאר דיין פינטל... טאמער נישט קען נאכאמאל זיין בושות ווען דיין ווייב וועט זעהן די פינטל אזויווי פאריגע וואך, און וועט דיר נאכאמאל פרעגן מיט א תמימות וואס דאס מיינט......)

אוי האבן מיר געהאט צו לאכן טייערע אידן......
אנשטאט צו וויינען אזויווי יעדעס מאל, האבן מיר יעצט געלאכט.........

אנגעהויבן האט זיך עס ווען מיין שוועסטער האט אנגערופן טאנטע סאריקא זאגן אז זי מוז זיך נישט אנשטרעגען צו מאכן די ראפאגאש, זי ווייסט אז סאיז שווער פאר די מומע צו מאכן... און אנשטאט דעם וועט זי מאכן עפעס א סייד דיש פאר די מומע....

די מומע האט נישט געהאלטן ביים כאפן אויפן ווינק אז דער עולם האט קאשמארן פון אט די ראפאגאש... זי האט נאר געזאגט מיט טרערן אין די אויגן אז חס ושלום!! אוודאי וועט זי עס מאכן!! איי סאיז שווער?
מ'ארבעט גענוג שווער צו מאכן די גאנצע שבע ברכות, איז וואס טוט מען נישט פאר דיין מאמע זאל זיך מיען?

ווען מין שוועסטער האט זיך אנגעגארטלט מיט די גרעסטע קוואנטום חוצפה וואס איז פארהאנדן און האט געפרעגט אז אויב איז עס אזוי שווער צו מאכן א שבע ברכות דאן אפשר זאל די מומע נישט מאכן, האט די מאמע ממש אנגעהויבן צו וויינען, און זי האט געזאגט אז כאטש אזויפיל פילט זיך פאר א חיוב צו טוהן פאר איר שוועגערין, און אויב וועט זי עס נישט מאכן וועט די מאמע איר זיכער נישט פארגעבן דאס......

בקיצור סהאט געהאלפן אויף טויטע פלאנקען....... כמיין......... רויטע פאנקעס........... אוי...... אויך נישט..................
האלאו?????????

איינער מיט העלפ??????

איך מוטשע מיר דא צו דערמאנען זיך יענע ווארט וואס מ'נוצט ווען עפעס טויגט נישט אויף גארנישט................

נאאאאאא??????

וויאזוי זאגט מען עס נאר??

הקיצור ווייסעכמיין, יא?

איז צוריק צום ענין... ווי האמער געהאלטן?

אה, יא! ביי די רויטע כרעמזלעך....
בקיצור די מומע האט זיך גענומען די מיה און געמאכט א פראכט פון א שבע ברכות, מיר אלע האבן שוין געקענט פאראויס זאגן די גאנצע מעניו... ניין! אונז האמער נישט קיין רוח הקודש, נאר מיר האבן פלעין געשטעלט אוין חזקה פון אלע שבע ברכות'ער.....

און מיר האבן שוין אויך אנגעגרייט פון פריער א סאפער אינדערהיים, אז ווען מיר קומען אהיים זאל מען זי ךנישט דעמאלטס דארפן שטעלן קאכן סאפער, נאר מען זאל עס האבן גלייך גרייט....

און מיר האבן אוודאי נישט פארגעסן אנצוגרייטן פאר די חתן כלה א נארהאפטיגע און געשמאקע נאכטמאל.....

מיין טייערע פריינט! איך מוז דא ענדיגן, ווייל איך האב נישט קיין צייט, איך האף אז איך וועל זיין צוריק ווי שנעלער מיט די פארזעצונג פון די מעשה.....

האלטס ענק געשפאנט פערד און שטאל

א גוטע נאכט
טשולי
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

איך קען נישט קאמענטירן פאר איך לייען עס איבער א צווייטע מאל,
איי ביסטו גוט... ווי זוי רופסטעך נאר.... יא
טשששששאאאאאאאאאאאאאאלללללללללללללייייייייי...... יא... די פינטעלעך נישט פארגעסן.........................!!!!!!!!!!!!!!!!

גיימער ליינען נאך אמאל
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

העי טשולי, מוזט מיר זאגן וואו איז די קלאזעט פון וואו דו שלעפסט ארויס דיינע צוקאש אויסדרוקן...

מוזט מיר זאגן!!!

# קומינישי אלערט!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

אזעלכע אויסדריקן

פיין געלאכט

טשולענט במלואו

מ'ווארטן אויפען גרינגשעצו.......... כ'מיין פארזעצונג
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאכאם »

בקיצור סהאט געהאלפן אויף טויטע פלאנקען....... כמיין......... רויטע פאנקעס........... אוי...... אויך נישט..................
האלאו?????????

איינער מיט העלפ??????

איך מוטשע מיר דא צו דערמאנען זיך יענע ווארט וואס מ'נוצט ווען עפעס טויגט נישט אויף גארנישט................

נאאאאאא??????

וויאזוי זאגט מען עס נאר??

הקיצור ווייסעכמיין, יא?

טויטע באנקעס מיינסטו ?????
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

געשמאקער האט געשריבן:אזעלכע אויסדריקן

פיין געלאכט

טשולענט במלואו

מ'ווארטן אויפען גרינגשעצו.......... כ'מיין פארזעצונג
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

חאכאם האט געשריבן:בקיצור סהאט געהאלפן אויף טויטע פלאנקען....... כמיין......... רויטע פאנקעס........... אוי...... אויך נישט..................
האלאו?????????

איינער מיט העלפ??????

איך מוטשע מיר דא צו דערמאנען זיך יענע ווארט וואס מ'נוצט ווען עפעס טויגט נישט אויף גארנישט................

נאאאאאא??????

וויאזוי זאגט מען עס נאר??

הקיצור ווייסעכמיין, יא?

טויטע באנקעס מיינסטו ?????

יעצט קומסטו מיר אן?

וואו ביסטו געווען ווען איך האב געשריבן??

יעצט ווייס איך שוין אויך....
די קונץ איז בכלל נישט צו וויסן לאחר המעשה, ווען איך האב געוואלט וויסן האסטו מיר געדארפט זאגן....

נעקסט טיים.....
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

העי העי, טשולי פאר ראש הקהל!!

ווען קומט פאר די אנאגיורעישאן? (איך וויל שוין אנגרייטן א פראטעסט)


טשאלענט האט געשריבן:
(אנטשולדיגט טייערע ליינער אז איך האק דיר איבער אינמיטן ליינען, אבער איך וויל דיר נאר זאגן אז דו זאלסט דיר נישט פילן יעצט אינגאנצן אנטוישט אז דו האסט יעצט אויסגעפונען אז ניין! דו ביסט נישט מיין ברודער, בארואיג דיר, אלע אידישע קינדער זענען ברודער'ס.....
און יעצט לויף שנעל צום פאון באק (וואטש.... גליטש דיר נישט אויס אינמיטן וועג....) און מאך א באהאלטענע פינטל מיט א מעדשיק מארקער ביי אלע דיינע ברודער'ס, ווייל יעצט קענסטו שוין וויסן אויף קלאר אז איך בין עס נישט...
מאך נאר זיכער אז סאיז אומ-מערקבאר דיין פינטל... טאמער נישט קען נאכאמאל זיין בושות ווען דיין ווייב וועט זעהן די פינטל אזויווי פאריגע וואך, און וועט דיר נאכאמאל פרעגן מיט א תמימות וואס דאס מיינט......)



פאלטער ניש ביי אז יעצט בינעך טאקע געוואויר געווארן אז איך בין טאקע יא דיין לייב ברודער? :P
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:העי העי, טשולי פאר ראש הקהל!!

ווען קומט פאר די אנאגיורעישאן? (איך וויל שוין אנגרייטן א פראטעסט)


לאז מיר טאקע וויסן ווען די פראטסעט קומט פאר, איך וויל מיר באטייליגן דארט.
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:
(אנטשולדיגט טייערע ליינער אז איך האק דיר איבער אינמיטן ליינען, אבער איך וויל דיר נאר זאגן אז דו זאלסט דיר נישט פילן יעצט אינגאנצן אנטוישט אז דו האסט יעצט אויסגעפונען אז ניין! דו ביסט נישט מיין ברודער, בארואיג דיר, אלע אידישע קינדער זענען ברודער'ס.....
און יעצט לויף שנעל צום פאון באק (וואטש.... גליטש דיר נישט אויס אינמיטן וועג....) און מאך א באהאלטענע פינטל מיט א מעדשיק מארקער ביי אלע דיינע ברודער'ס, ווייל יעצט קענסטו שוין וויסן אויף קלאר אז איך בין עס נישט...
מאך נאר זיכער אז סאיז אומ-מערקבאר דיין פינטל... טאמער נישט קען נאכאמאל זיין בושות ווען דיין ווייב וועט זעהן די פינטל אזויווי פאריגע וואך, און וועט דיר נאכאמאל פרעגן מיט א תמימות וואס דאס מיינט......)



פאלטער ניש ביי אז יעצט בינעך טאקע געוואויר געווארן אז איך בין טאקע יא דיין לייב ברודער?
:P

האלאו??????
אונז האמער אפגעשמועסט עפעס, ניין?

סידאס מיט דיר???

יעצט וועטיעדער וויסן אז אונז זעמער ברו............

איי איי איי......

סטועך????
איינער מיט א עצה?
רביוסעם!! איך מוף קיין מאנסי.............
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

מופסט שוין צוריק?
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאכאם »

טשאלענט האט געשריבן:
חאכאם האט געשריבן:בקיצור סהאט געהאלפן אויף טויטע פלאנקען....... כמיין......... רויטע פאנקעס........... אוי...... אויך נישט..................
האלאו?????????

איינער מיט העלפ??????

איך מוטשע מיר דא צו דערמאנען זיך יענע ווארט וואס מ'נוצט ווען עפעס טויגט נישט אויף גארנישט................

נאאאאאא??????

וויאזוי זאגט מען עס נאר??

הקיצור ווייסעכמיין, יא?

טויטע באנקעס מיינסטו ?????

יעצט קומסטו מיר אן?

וואו ביסטו געווען ווען איך האב געשריבן??

יעצט ווייס איך שוין אויך....
די קונץ איז בכלל נישט צו וויסן לאחר המעשה, ווען איך האב געוואלט וויסן האסטו מיר געדארפט זאגן....

נעקסט טיים.....


ברויכסט מיין סעל נומער??
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

חאכאם האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:
חאכאם האט געשריבן:בקיצור סהאט געהאלפן אויף טויטע פלאנקען....... כמיין......... רויטע פאנקעס........... אוי...... אויך נישט..................
האלאו?????????

איינער מיט העלפ??????

איך מוטשע מיר דא צו דערמאנען זיך יענע ווארט וואס מ'נוצט ווען עפעס טויגט נישט אויף גארנישט................

נאאאאאא??????

וויאזוי זאגט מען עס נאר??

הקיצור ווייסעכמיין, יא?

טויטע באנקעס מיינסטו ?????

יעצט קומסטו מיר אן?

וואו ביסטו געווען ווען איך האב געשריבן??

יעצט ווייס איך שוין אויך....
די קונץ איז בכלל נישט צו וויסן לאחר המעשה, ווען איך האב געוואלט וויסן האסטו מיר געדארפט זאגן....

נעקסט טיים.....


ברויכסט מיין סעל נומער??

ניין!!!

יעצט איז שוין צו שפעט

#עשירים נאך א רעגן
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”