על החסידים - הרה"ח ר' יצחק חיים ביקעל ז"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

על החסידים - הרה"ח ר' יצחק חיים ביקעל ז"ל

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג ינואר 17, 2017 8:36 am

זיס ווי האניג האט געשריבן:בד"ה הר"ר יצחק חיים ביקעל ז"ל (מלמד ק"י) 68 יאר אלט


בד"ה!
איי די געשמאקע דרשות, סיפורים, ניגונים, יעדן טאג ביי פרישטאג, ליגט מיר נאך יעצט אין די ביינער.

יהא זכרו ברוך
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
קאץ און מויז
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » דינסטאג ינואר 17, 2017 9:12 am

זיס ווי האניג האט געשריבן:בד"ה הר"ר יצחק חיים ביקעל ז"ל (מלמד ק"י) 68 יאר אלט

וואס איז געשעהן?

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג ינואר 17, 2017 9:18 am

זיס ווי האניג האט געשריבן:בד"ה הר"ר יצחק חיים ביקעל ז"ל (מלמד ק"י) 68 יאר אלט

כ׳בין אנע לשון...

נעכטן האט מיין יונגעל פון כיתה ג׳ אהיימגעברענגט פון חדר א צעטיל פון א ניגון מיט גראמען לרגל התחלת משניות.
איז געשטאנען דערויף: נע״י המלמד ר׳ יצחק חיים בן אסתר ביקעל לרפו״ש, כ׳האט געכאפט א טרייסל. כ׳האב נישט געוואוסט אז די מצב איז אזוי ערענסט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
קאץ און מויז
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » דינסטאג ינואר 17, 2017 9:19 am

זיס ווי האניג האט געשריבן:בד"ה הר"ר יצחק חיים ביקעל ז"ל (מלמד ק"י) 68 יאר אלט
צוגעלייגטע
Capturfe.JPG

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20991
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 17, 2017 9:19 am

זיס ווי האניג האט געשריבן:בד"ה הר"ר יצחק חיים ביקעל ז"ל (מלמד ק"י) 68 יאר אלט

איי ברוך דיין האמת, גאר א וואוילער מלמד געווען, מלא וגדוש בתוי"ש און א בע'טעמ'טער בעל מספר.

אלעמאל האבן מיר אינגלעך פון די אנדערע קלאסן מקנא געוועזן זיינע תלמידים, איבערהויפט פאר א יו"ט ווען ער האט ארום מארשירט דעם גאנצן בנין מיט זיין ארמיי זינגענדיג יו"ט ניגונים.

געדענק מיר נאך ווי ער האט דערציילט ווי ער האט אריינגעהויבן געבראטענע קלעפ ביים מוחה זיין מיט ר' עמרם ז"ל אויף חילול שב"ק און געבליבן שטיין על משמרתו.

אויך זיינע עלטערן האבן די קינדערלעך געקענט פון זייער דריי-גוד געשעפט אין בעיסמענט העיס קארנער סאטמאר, בפשטות ובישרות ובתמימות באדינט יעדן איינעם כקטן כגדול מיט א שמייכל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג ינואר 17, 2017 9:28 am

ר׳ יצחק חיים ע״ה ביים מעמד התחלת משניות תשע״ה

זיצט דער ערשטער פון רעכסט
צוגעלייגטע
MishnayosKY'75-04.JPG
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
א גוטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » דינסטאג ינואר 17, 2017 9:33 am

זיס ווי האניג האט געשריבן:בד"ה הר"ר יצחק חיים ביקעל ז"ל (מלמד ק"י) 68 יאר אלט


נאך די נאכט א שידוך געטון מיט אן אייניקל ביי זיין זון ר' יודל נ״י פון ב״פ
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20991
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 17, 2017 9:41 am

שמועס אין "בקדש חזיתיך" מיט ר' יצחק חיים ע"ה, די ערשטע האלב:

https://drive.google.com/file/d/0Bzul3v ... sp=sharing

בבחרותו, הארט אונטער מרן מסאטמאר זצ"ל

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6135
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג ינואר 17, 2017 10:13 am

farshlufen האט געשריבן:
זיס ווי האניג האט געשריבן:בד"ה הר"ר יצחק חיים ביקעל ז"ל (מלמד ק"י) 68 יאר אלט

איי ברוך דיין האמת, גאר א וואוילער מלמד געווען, מלא וגדוש בתוי"ש און א בע'טעמ'טער בעל מספר.

אלעמאל האבן מיר אינגלעך פון די אנדערע קלאסן מקנא געוועזן זיינע תלמידים, איבערהויפט פאר א יו"ט ווען ער האט ארום מארשירט דעם גאנצן בנין מיט זיין ארמיי זינגענדיג יו"ט ניגונים.

געדענק מיר נאך ווי ער האט דערציילט ווי ער האט אריינגעהויבן געבראטענע קלעפ ביים מוחה זיין מיט ר' עמרם ז"ל אויף חילול שב"ק און געבליבן שטיין על משמרתו.

אויך זיינע עלטערן האבן די קינדערלעך געקענט פון זייער דריי-גוד געשעפט אין בעיסמענט העיס קארנער סאטמאר, בפשטות ובישרות ובתמימות באדינט יעדן איינעם כקטן כגדול מיט א שמייכל.

איי בד"ה, ס'ליגט נאך אין די ביינער זיינע דרשות און מעשיות אין לאנטש רום, ווי ער האט אראפגעלייגט די מחאות פאר אונז קליינע קינדער אין חדר, א בענטשן ווי אזוי ער האט אנגעפירט, א איד וואס האט געברענט ביים דאווענען, לאנגע יארן געווען בעל תפלה ביי פסוקי דזמרה ראש השנה אין קרית יואל, אויפגעקאכט דעם ביהמ"ד מיט זיין קול שאגת ארי
זאל ער זיין א גוטער בעטער
דאכט זיך זיין מאמע לעבט נאך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » דינסטאג ינואר 17, 2017 10:27 am

farshlufen האט געשריבן:איי ברוך דיין האמת, גאר א וואוילער מלמד געווען, מלא וגדוש בתוי"ש און א בע'טעמ'טער בעל מספר.

אלעמאל האבן מיר אינגלעך פון די אנדערע קלאסן מקנא געוועזן זיינע תלמידים, איבערהויפט פאר א יו"ט ווען ער האט ארום מארשירט דעם גאנצן בנין מיט זיין ארמיי זינגענדיג יו"ט ניגונים.

געדענק מיר נאך ווי ער האט דערציילט ווי ער האט אריינגעהויבן געבראטענע קלעפ ביים מוחה זיין מיט ר' עמרם ז"ל אויף חילול שב"ק און געבליבן שטיין על משמרתו.


אינטערסאנט עס גייט שוין צירוק איבער 35 יאר, און עס ליגט מיר נאך אלטס און דע ביינער, שטייענדיג אינעם אלטען לאנטשרום אינעם בנין פין ר' שלמה בראווער ע"ה, בשעת מעשה האט מען נישט געהערט קיין מאק, יעדער איז געשטאנען ציגעשמידט צי זיינע געשמאקע מעשה'ליך
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג ינואר 17, 2017 10:31 am

זיס ווי האניג האט געשריבן:בד"ה הר"ר יצחק חיים ביקעל ז"ל (מלמד ק"י) 68 יאר אלט

איי רבי יצחק חיים ביקעל ז״ל, א ווארימקייט פון א איד מלא יר״ש - בעל מחנך נפלא, רבי יצחק חיים איז געווען פון די געציילטע מלמדים און אונזערע צייטן ווען שמייסן, שלאגן, און ראצחענען די קינדער איז געווען דער חינוך צוגאנג פון רוב מלמדים, ער איז געווען ממש דער איינציגסטער אינזל פון אמתע ליבשאפט און עכטע פארשטאנד צום קינד, אן אנווארפן אומזינסטע פחד ארום זיך, ווי רוב מלמדים בימים ההם, ער האט כמעט נישט געהויבן א האנט אויף א קינד ווי סיז געווען גרויס אין סטייל דאן, ווען חינוך מיט א ליבשאפט צו א קינד בימים ההם איז נאך געווען עפעס א פאני זאך, (ב״ה אז די צייטן זענען פאריבער) און רבי יצחק חיים ז״ל האט דאס פראדעצירט, די קינדער האבן געשפירט אן אמתע הערצה צו אים, ער איז געווען אן אמתער בעל מחנך נפלא פלאי פלאות, אויסער זיין שטענדיגע כיתה איבערן טאג איז געווען זיין אויפגאבע אויך, אויסגעלערענען זינגען, שיין שרייבן, פאר אלע כיתות, ער האט געפירט דעם לאנטש רום מיט א צויבערקייט, הערליכע סיפורי צדיקים והיסטוריה, וואס האט געהאלטן הונדערטער קינדער געפּלעפט שא שטיל אז א פליג האט נישט געהאט די חוצפה אדורך צופליעהן.... אלעס איז געטון געווארן מיט אזא געהויבענע שמחה א לעבעדיקייט, מיט א חוש צו הומאר, אריינלייגענדיג א זעלטענע געשמאק אינעם קליינעם אומרייפע מח׳ל א געשמאק און יידישקייט....

שווימען איז אויך געווען זיין צייט מיט די קינדער, ווי ער האט געזינגען אן פארברענגט מיט די קינדער מיט גרויס געדולד.

פילע מאל דערמאן איך רבי יצחק חיים לטובה ולזכרון טוב, רעדענדיג פון מיינע מלמדים צווישן די וואס האבן באמת געטויגט פארן אומנות פון חינוך און מלמדות, וואס איז געווען א יקר המציאות און אונזערע צייטן פאר א מלמד !

יהא זכרו ברוך לעלום.

אוועטאר
שלום זכר
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2017 7:03 am
לאקאציע: שלום זכר בונדל

תגובהדורך שלום זכר » דינסטאג ינואר 17, 2017 11:07 am

א טרער אויף די קבר פון דעם אימפארגעסליכן רבי יצחק חיים זכרונו לברכה.

ער איז געווען אזא צדיק, זיין אמונה פשוטה, זיין ברען און התלהבות, ער איז געווען מיין בעסטע מלמד, שוין ליידער מיין 2'טער מלמד וואס איז אוועקגעריסן געווארן, נאכדעם וואס ר' משה יוסל שווארץ ע"ה האט אונז פארלאזט.

ר' יצחק חיים, עס בענקט אייערע ניגוים, עס בענקט אייערע מעשיות, עס בענקט אייערע טייטשן, הוי, עס בענקט.

קום צוריק, זאל שוין זיין תחיית המתים!
פון וואו ווייסט מען אז שלום איז א זכר?

גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

תגובהדורך גוטגעזאגט » דינסטאג ינואר 17, 2017 11:17 am

אוי סרייסט די הארץ ווען אזא דערהויבען איד גייט אוועק פין די וועלט. אסאך פארברענט אינאיינעם, געגעסען ביי אים שבת, יום טוב. אוי. די אויגען זענען פארווייקט מיט טרערן. אלעמאל געזאגט א גוט ווארט. ער האט ליב געהאט ניגונה. אזא טייערע איד אוועקגעריסען אין זיינע בליענדיגע יארן ווען ער מאכט חתונה זיינע אייניקלעך. נישטא קיין ווערטער.
וואס דו זאגסט איז גוט אבי געזאגט!!!

rrr
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 03, 2015 10:33 pm

תגובהדורך rrr » דינסטאג ינואר 17, 2017 11:38 am

רבניש האט געשריבן:
זיס ווי האניג האט געשריבן:בד"ה הר"ר יצחק חיים ביקעל ז"ל (מלמד ק"י) 68 יאר אלט

איי רבי יצחק חיים ביקעל ז״ל, א ווארימקייט פון א איד מלא יר״ש - בעל מחנך נפלא, רבי יצחק חיים איז געווען פון די געציילטע מלמדים און אונזערע צייטן ווען שמייסן, שלאגן, און ראצחענען די קינדער איז געווען דער חינוך צוגאנג פון רוב מלמדים, ער איז געווען ממש דער איינציגסטער אינזל פון אמתע ליבשאפט און עכטע פארשטאנד צום קינד, אן אנווארפן אומזינסטע פחד ארום זיך, ווי רוב מלמדים בימים ההם, ער האט כמעט נישט געהויבן א האנט אויף א קינד ווי סיז געווען גרויס אין סטייל דאן, ווען חינוך מיט א ליבשאפט צו א קינד בימים ההם איז נאך געווען עפעס א פאני זאך, (ב״ה אז די צייטן זענען פאריבער) און רבי יצחק חיים ז״ל האט דאס פראדעצירט, די קינדער האבן געשפירט אן אמתע הערצה צו אים, ער איז געווען אן אמתער בעל מחנך נפלא פלאי פלאות, אויסער זיין שטענדיגע כיתה איבערן טאג איז געווען זיין אויפגאבע אויך, אויסגעלערענען זינגען, שיין שרייבן, פאר אלע כיתות, ער האט געפירט דעם לאנטש רום מיט א צויבערקייט, הערליכע סיפורי צדיקים והיסטוריה, וואס האט געהאלטן הונדערטער קינדער געפּלעפט שא שטיל אז א פליג האט נישט געהאט די חוצפה אדורך צופליעהן.... אלעס איז געטון געווארן מיט אזא געהויבענע שמחה א לעבעדיקייט, מיט א חוש צו הומאר, אריינלייגענדיג א זעלטענע געשמאק אינעם קליינעם אומרייפע מח׳ל א געשמאק און יידישקייט....

שווימען איז אויך געווען זיין צייט מיט די קינדער, ווי ער האט געזינגען אן פארברענגט מיט די קינדער מיט גרויס געדולד.

פילע מאל דערמאן איך רבי יצחק חיים לטובה ולזכרון טוב, רעדענדיג פון מיינע מלמדים צווישן די וואס האבן באמת געטויגט פארן אומנות פון חינוך און מלמדות, וואס איז געווען א יקר המציאות און אונזערע צייטן פאר א מלמד !

יהא זכרו ברוך לעלום.

אמת יעדעס ווארט,מהאמער געכאפט קלעפ פונעם, אבער מהאמער עם זייער ליב געהאט, ער איז געווען מיין בעסטע מלמד פון אלע יארן, זאל ער זיין א גוטע בעטער

איך זעה עס יעצט דא סערשטע מאל אז ר׳ יצחק חיים איז נישטא, כהאב׳ן גראדע נישט לאנג צוריק אריינגעבאמפט אינעם ביי א מנחה אין וויליאמסבורג אין ראדני, וואס האט פארסירט? נישט געווען געזונט?

שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 1:49 pm

תגובהדורך שואל ומשיב » דינסטאג ינואר 17, 2017 11:41 am

איך געדענק יונגערהייט איז ער געווען א זעלטן שיינע טאנצער ומשמח ביי חתונות (דאכט זיך אלע אין די משפחה טאנצן שיין).

ווער זענען זיינע קינדער?

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג ינואר 17, 2017 11:58 am

בד''ה
ר' יצחק חיים אזא לעכטיגער איד
די וואך פרשת שמות זעהט מען אז סאיז געווען צוויי מילדות שפרה און פועה
פועה איז די וואס שרייט אויפן קינד, שפרה איז די וואס רעדט שיין און גיט ליעבשאפט דעם קינד,
אזוי ווערט ותחיין את הילדים, מברענגט אריין חיות אינעם קינד,
איך געדענק נאך עד היום דעם זיסן טעם פון רש''י פרשת אמור וואס ר' יצחק חיים האט פארגעלערנט מיט א הערליכע ניגון ''שאינה מת מצוה'' וואס ס' ''נישט קיין מת מצוה''
אזא מתיקות יו על כן המו מעי לו
ומצדיקי הרבים ככוכבים לעולם ועד אלו מלמדי תשב''ר
בעל הרחמים יסתירהו בצל כנפיו אמן
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

תגובהדורך גוטגעזאגט » דינסטאג ינואר 17, 2017 12:04 pm

זיינע קינדער זענען.
יודל. א ווארימע בעל תפילה האט נעכטען א שידוך געטוהן
משה וואלף. עסקן נמרץ לכל דבר שבקדושה
יענקי. וואוינט אין מאנטריאל אין זינגט אויף חתונות.
יואל. איז א קיטשען אינסטאללער מיט גאלדענע הענט
יקתואל מאכט קיטשענס אין ארון קודש
יהושע זינגט אויף חתונות. אין איז א פלאמבער אין ק"י
דוד מאכט מאלדינג טריממינטס האט גאלדענע הענט.

האט זעקס איידימער.

א פארלוסט פאר די משפחה. די קרוין איז צוגענומען געווארען פין זיי. ומחה השם דמה מעל כל פנים.
וואס דו זאגסט איז גוט אבי געזאגט!!!

קנעטענע קיגעל
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 07, 2013 1:22 pm
לאקאציע: אין טשולענט

תגובהדורך קנעטענע קיגעל » דינסטאג ינואר 17, 2017 12:44 pm

מי יודע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
זיס ווי האניג האט געשריבן:בד"ה הר"ר יצחק חיים ביקעל ז"ל (מלמד ק"י) 68 יאר אלט

איי ברוך דיין האמת, גאר א וואוילער מלמד געווען, מלא וגדוש בתוי"ש און א בע'טעמ'טער בעל מספר.

אלעמאל האבן מיר אינגלעך פון די אנדערע קלאסן מקנא געוועזן זיינע תלמידים, איבערהויפט פאר א יו"ט ווען ער האט ארום מארשירט דעם גאנצן בנין מיט זיין ארמיי זינגענדיג יו"ט ניגונים.

געדענק מיר נאך ווי ער האט דערציילט ווי ער האט אריינגעהויבן געבראטענע קלעפ ביים מוחה זיין מיט ר' עמרם ז"ל אויף חילול שב"ק און געבליבן שטיין על משמרתו.

אויך זיינע עלטערן האבן די קינדערלעך געקענט פון זייער דריי-גוד געשעפט אין בעיסמענט העיס קארנער סאטמאר, בפשטות ובישרות ובתמימות באדינט יעדן איינעם כקטן כגדול מיט א שמייכל.

איי בד"ה, ס'ליגט נאך אין די ביינער זיינע דרשות און מעשיות אין לאנטש רום, ווי ער האט אראפגעלייגט די מחאות פאר אונז קליינע קינדער אין חדר, א בענטשן ווי אזוי ער האט אנגעפירט, א איד וואס האט געברענט ביים דאווענען, לאנגע יארן געווען בעל תפלה ביי פסוקי דזמרה ראש השנה אין קרית יואל, אויפגעקאכט דעם ביהמ"ד מיט זיין קול שאגת ארי
זאל ער זיין א גוטער בעטער
דאכט זיך זיין מאמע לעבט נאך


יעדן פרייטיג ביי פרישטיג פלעיגט מען זינגען שרייט'זה אידעלע גוט שבת

גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

תגובהדורך גוטגעזאגט » דינסטאג ינואר 17, 2017 12:50 pm

די לויה קומט יעצט פאר אין קרית יואל. אוי. סרייסט דאס הארץ. בכואות נוראות
וואס דו זאגסט איז גוט אבי געזאגט!!!

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דינסטאג ינואר 17, 2017 12:57 pm

יא, ר' יצחק חיים איז א טייל פון (יבלחט"א) מיין קינדערישע סטראקטור, און נאסטאלגיע.

פלעגט אלץ פארציילן ווי מען האט אים ארויסגערופן פון כולל דאכצעך, און דער רבי האט אים געהייסן זיין א מלמד, זיינע ניגונים ביים טעגליכן בענטשן ליגן מיר נאך אין די ביינער (דעם הננו מוכן ומזומן, די לאנגע מיט די שנעלע, און דעם יראו את ה' קדושיו).

אין בעיסמענט פון ר' שלמה בראווערס בילדינג, און דערנאך אינעם צוגעבויעטן לאנטש רום, ער מיטן לאנשט רום מיטן רוח הקודש מייק זענען געווען איינס, צו ביים עסן, צו ביי א כ"א בסליו מסיבה, צו א חוה"מ חדר, נאסטאלגיע.

יהא זכרו ברוך.
לעצט פאראכטן דורך צווייפעל אום דינסטאג ינואר 17, 2017 12:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג ינואר 17, 2017 12:58 pm

ווער געדענקט נאך ווי ער פלעגט יעדן דאנערשטאג זינגען
אז מ'לערנט זונטאג אז מ'לערנט מאנטאג וכו' קען מען דאנערשטאג
און אז מ'לערנט נישט זונטאג וכו'

איי זכרונות.

מי יודע האט געשריבן:דאכט זיך זיין מאמע לעבט נאך

זיין מאמע איז אוועק פאר א 2-3 יאר צוריק

גוטגעזאגט האט געשריבן:האט זעקס איידימער.


זיינע איידעמער זענען

ר' שלום אליעזר בערגער
ר' אהרן אליעזר גרינהוט
ר' אלתר משה קליין
ר' יחיאל פאלאטשעק
ר' יואל פריעדמאן
ר' בנציון מנחם פריינד
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2877
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג ינואר 17, 2017 1:02 pm

און בעפאר פורים: געלט, מיין שטעטעלע געלט
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

תגובהדורך פארפלאנטערט » דינסטאג ינואר 17, 2017 1:03 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
זיינע איידעמער זענען

ר' שלום אליעזר בערגער
ר' ישראל חיים גרינהוט
ר' אלתר משה קליין
ר' יחיאל פאלאטשעק
ר' יואל פריעדמאן
ר' בנציון מנחם פריינד

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג ינואר 17, 2017 1:22 pm

רבונא דעלמא כולא!!!!! ואס איז געשעהן מיט ר' יצחק חיים??? איך האב נישט אנגעפאנגען צו וויסן אז ער איז נישט געזינט?

פלוצלינג?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

תגובהדורך גוטגעזאגט » דינסטאג ינואר 17, 2017 1:34 pm

אלע הימלען וויינען סנישט קיין רעגן ס'פין הימל הייסע טרערען.
וואס דו זאגסט איז גוט אבי געזאגט!!!


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בבא מציעא און 12 געסט