מיין חלום. א גריס פון וויליאמסגראוו - אינדיאנא.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

מיין חלום. א גריס פון וויליאמסגראוו - אינדיאנא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

וויליאמסגראוו - גרינוואד אינדיאנא. - גענוי ביי איין מייל פון עקזיט צו פארן אויפן שטראז, וועט איר זיך טרעפן אנקומען אינעם פריש אויסגעפלאסטערט'ן ברייטן אריינפאר וועג. אין די שאטן פון הויכע צעדער-בוימער און קאלירפולע שטעגן פון פלאנצונגען טוט ארויסשטארן א מילד-באלויכטענער מארמויער-אויסגעשניצטן שילד, וועלכע טוט אומצוויידייטיג איינמעלדן פאר אלע באזוכער אז זיי זענען אקוראשט אנגעקומען אינעם באשיידענעם אבער הערליכן געגנט "וויליאמסגראוו".

וויליאמס-גראוו איז א גלייכע דעוועלאפמענט פון שיינע צוויי-פאמיליע הייזער אין וועלכן עס זענען איינקאוואטירט בערך 500 היימישע חסידישע משפחות יראים ושלימים, וועלכע פירן זיך דאס לעבן על מי מנוחות ווייט אוועק פונעם רוישיגן ניו יארקער ספעקטרום הו-הא. עס געפונט זיך אין גרין-וואד, א פארשטאט פון אינדענאפאליס, אינדיאנא. דאס איז איינע פון די מידוועסט שטאטן וועלכע איז באוויסט פאר איר נאטורליכע רואיגקייט, דופטיג-קלארע ליפט, און גלייכע גרינע ערד.

די ארטיגע קהילה מיטגלידער באשטייען מער ווייניגער פונעם זעלבן סארט און קרייז מיטעלע פארדינער און זענען געקומען אהין מיטן איינעם ציל: צו אנטלויפן פונעם טייערן און יאגעדיגן נוי יארקער לעבנס-שטייגער, צו אן ארט ווי מען קען זיך ערלויבן אן אייגענעם רחבות'דיגן דאך איבערן קאפ, ועל כולנה אויפציען די קינדער מיט אן ערליכן חינוך אין א אטמאספערע פון פשטות און באשיידנקייט ריין פון לוקסוס און סטאנדארטן און מיט אמת'ע ריכטיגע הרחבת הדעת ברוחניות ובגשמיות.

לאמיר יעצט אראפגעבן א גריס פון אונזערע ברודער און זייערע לעבנס-שטייגער אין אלע אספעקטן:

האוזינג.

די הייזער דאהי זענען 2 פאמיליע וועלכע באשטייען פון לערך 2,000 סקווער פוס איטליכער, און זענען אויסגעבויעט געווארן אויף א קלאסישן אייניגן אופן און שטארק-דויערהאפטיגן - אבער עפארדעבל פארנעם. צו קענען האלטן די קאסטן די נידריגסטע שייך, האט מען נישט געקענט פארלאנגען קיין שום טוישונגען פון די ארגיאנעלע דיזיין-פלענער בשעתן בויען, און מען האט אויך געמוזט אונטערשרייבן אויף תקנות אז מען וועט נישט איינשטעלן קאסטבארע טוישונגען נאכן קלאוזן.

די פרייז פון א דירה איז געשטעלט געווארן ביי $229,000 דאללאר, עטוואס טייערער ווי די $200K דורכשניט פון די אומגעגנט. דאס איז וויבאלד א אידישע שטוב קומט מיט עטוואס טייערערע איינריכטונגען. אין צוגאב האט מען געמוזט באזונדער גיבן $45,000 דאללאר פאר די בניני המוסדות און קהיליש'ע אינסטיטוציעס. מען האט נישט געקענט קויפן פאר אינוועסטמענט, נאר ווער עס האלט באמת ביים אהערמופן.

ליידיגע פראפערטי דאהי קאסט כמעט גארנישט. די עיקר קאסט איז דאס בויען, וועלכע איז ביי לערך $175,000 פער דירה ביים בויען אויפן אויבערדערמאנטן קאנסטרוקציע פארנעם.

פראפערטי טעקס דאהי איז זייער ביליג - בערך א דריטל ווי אין ניו יארק. דאס איז הויפטזענטליך צוליב די ביליגע לעבנס-קאסטן און קליינע רעגירונג ווירטשאפט אן ביוקראטיע. איינע פון די פאקטארן לדוגמא; ביי אייך אין די ליבעראלע קארופטירטע נוי יארק, איז אלעס צוטיילט צווישן פילע רעגירונג שטאפלען. יעדער ציפט אראפ א מוצא. די ווילידזש, טאון, קאונטי, סטעיט, די יוניאן, סוער א.א.וו. ביינונז אין וויליאמסגראוו זענען די סקולס און טאונס גענצליך אונטערגעווארפן אינטער די קאונטי, וועלכע איז די איינציגסטע רעגירונגס מאניציפאלע קערפערשאפט מיט מאכטן צו רעגירן און צו זאמלען טעקס. די טאונס און סקול בארדס ווערן בלויז ערוויילט פארן איינעם תפקיד צוצושטעלן די טאג-טעגליכע סערוויסעס, אבער זענען גענצליך אינטערגעווארפן אינטער די סטעיט און קאונטי לגבי פינאנציעלע באשלוסן. (עס איז א לענגערע שמועס פאר זיך, אבער דאס איז אין קורצן.)

די הייזער שטייען פער 2 פאמיליע אויף א האלבן עיקר לאנד, גענוג שטח ארום פאר גראז ביימער, סיידוואלק און פארקינג. פאר די פרייוועסי פון די איינוואוינער איז פאראן א וואלדיגן שטח פון מינומום 300 פוס המכונה "באפפער זאון" אונטער אלע הייזער. די גאנצע געגנט איז א גלייכע, אן בערג, אזוי ווי די גאנצע ראיאן. דעריבער איז גאר גרינג אנצוקומען צופיסנס פון איין עק געגנט צום צווייטן.

אינערהאלב די גאנצע אומגעגנט אינדרויסן ארום, איז פאראן א שפע פון צענדליגער עקזיסטירנדע שיינע 1 פאמיליע הייזער צו פארקויפן פאר גאר ביליג בערך ביי $200,000, און אויך שטייט צו פארדינגען מערערע הייזער פאר בערך 900 א חודש. דאס דינט אלס שטארקע הילף פאר די יעצטיגע און צוקונפטיגע וואוקס פון די געמיינדע. ווי אויך איז פאראן גענוג און נאך פלאץ פון שטחים ווי מ'קען זיך פארברייטערן.

פובליק בנינים.

אינעם צענטער פונעם ישוב - עטוואס אפגעטיילט פון די הייזער - איז פאראן דער צענטראלער ביהמ"ד וועלכע איז געבויט געווארן דורך א חלק פון די אויבן דערמאנטע הקדש געלטער פונעם ציבור, אין צוגאב צו די מערערע זכותים - גרעסערע און קלענערע - וועלכע זענען פארקויפט געווארן. ווי שם הבנין - מקוה - שערים - והיכלים.

די היכל התורה אינערהאלב דעם ביהמ"ד ווערט אויך באנוצט פארן כולל ווי עס הארעווען קרוב צו 50 אינגעלייט על התורה ועל העבודה.
מיטן אנדערן חלק פון די הקדש געלט איז אויפגעבויט געווארן בנינים פאר די ישיבה, תלמוד תורה און בית חינוך, און די איבריגע קהל'ישע בנינים. די מוסדות אנטהאלטן אריבער 1500 קינדערלעך בליעה"ר. אינעם סקול געביידע איז אויך פאראן 3 זאלן, איין גרויסע געאייגנט פאר חתונות, און 2 קליינע (וועלכע קענען אויך געעפנט ווערן פאר איין גרויסע אין פאל נויטיג) וועלכע דינען אויך אלס הכנסה.

ביי אן אפגעזונדערטן ווינקל אין א גאס הארט נאכן אריינגאנג צום דעוועלאפמענט, איז פאראן דער שאפינג צענטער און אפיס געביידע, וועלכע טוט אנטהאלטן אלע געשעפטן און געברויכן צו סערווירן די גאנצע געמיינדע אויפן זעלבן שטייגער ווי אלע אידישע שטעט אין ניו יארק. עס איז געבויט דורך אן אינוועסטאר בשותפות מיט די איבריגע צרכי ציבור געלטער ווי אויבנדערמאנט, אויף א רחבות'דיגן פארנעם פיל מיט פארקינג פלעצער און פאבליק סערוויסעס. עס איז אויך פאראן דארט א קליינע באנק, און מען ארבייט אצינד אהינצוברענגען די פאסט-אפיס. א חלק פון די הכנסה גייט פאר די מוסדות אין שטאט.

עקענאמיע.

פון די 500 איינוואוינער, טוען זיך בערך 250 מפרנס זיין פון די לאקאלע עקאנאמיע אינערהאלב די קאמיוניטי. דהיינו, מלמדים -טיטשערס, געשעפט-אייגנטומער און ארבייטארער, קאר-סערוויס א.א.וו.

ארום 100 זענען זיך מפרנס פון אייגענע ביזנעסער וועלכע זענען נישט אפהענגיק אין די לאקאלע איינווואוינער. א חלק פון זיי פארן אריין טעגליך א 20 מינוט וועג צו די נאנטע אינדענאפאליס, ווי זיי האבן אפיסעס און פירן אויס פארשידענע ביזנעס פאר זייערע פארבינדעטע אין ניו יארק, וועלכע שפארן זיך דערמיט גאר אסאך סיי אין ביזנעס ווירטשאפט קאסטן און אויך אין עמפלוימענט שטייערן.

ארום 50 זענען כולל אינגעלייט, און די איבריגע קרוב צו 100 ציען חיונה בדרך כבוד פון 2 גרעסערע היימישע ביזנעסער וועלכע האבן באשלאסן אהינצוציען א חלק פון זייערע אפעראציעס, נאכן הערן אז ס'בויט זיך דארט א שטעטל. למעשה זוכן יעצט די ביזנעסער נאך ארבייטארער, צו וועלכע זיי האבן געמוזט צוקומען צו די אלגעמיינע גאס, נאכן נישט טרעפן גענוג היימישע ארבייטער.

געשעפטן און סערוויסעס.

חוץ די היימישע געשעפטן און סערוויסעס אינערהאלב וויליאמסגראוו, איז אויך פאראן מערערע גיגאנטישע שאפינג מאולס ממש בשכינות אין די ארומיגע געגנטער. ווי אויך איז פאראן גרעסערע שפיטעלער און מעדיקאלע צענטערן נישט ווייט.

עס איז פאראן אין די געגנט א שפע פון קארפענטערס, עלעקטארישאנס, פלאמבער, פעינטערס, און אמעריקאנער היים געהילפן פאר גאר ביליג. די גאנצע סערוויס סעקטאר איז ביי בערך א דריטל די פרייז ווי אין ניו יארק.

עס איז אויך פאראן מערערע פארקס אין די אומגעגנט, אין צוגאב צו די 2 הערליכע פארקס מיט וואסערפאלן אין די דעוועלאפמענט גופא.

לאקאלע רעגירונג.

איינע פון די מעלות פונעם ישוב איז, אז די לאקאלע רעגירונגס אויטאריטעטן און די איינוואוינער צוגלייך, קוקן גאר שטארק פאזיטיוו אויף די היזיגע אנטוויקלונג, און זיי גלייכן זייער די שטארקע הויב אין די עקאנאמישע אקטיוויטעטן און טעקס אייננאמעס וואס דאס האט גורם געווען.

דאס איז דערפאר, ווייל אנדערש ווי די היימישע געגנטער פון ניו יארק ווי עס וואוינען פילע אסימיליזירטע אידן פאר וועלכע די ערליכע אידן שטייען ווי א דארן אין אויג, און מיט זייער הילף איז שוין איינגעפעדעמט יארן לאנג אן ארגאנעזירטע הסתה קעגן היימישן ציבור, וואוינען ביי אונז כמעט נישט קיין פרייע אידן, און די ארטיגע גוים זענען אויך פון אן אנדער סארט, רעליגיעז און ארנטליך, און זענען בכלל נישט באהאוונט מיט די ניו יארקער אנטי-חרדישע סענטימעטן.

נאך א סיבה דערצו איז, וויבאלד מיר זענען א מתי מספר פון בלויז 500 משפחות וועלכע טוען כמעט נישט ארויסשטארן אין אזא גרויסע מעטראפאליטען געגנט פון איבער 2 מיליאן, דעריבער שפירן זיי זיך בכלל נישט באדראעט פון אונזער אנוועזנהייט. פארקערט, מיר ווערן גאר רעספעקטירט דורך די אלגעמיינע באאמטע און לאקאלע מידיא צוגלייך.

עס האבן זיך שוין גראדע יא געמאכט געוויסע קליינע אינצידענטן וואס קען אייביג פאסירן אין אזא גרויסע געזעלשאפט, אבער עס איז גאר שנעל אויסגעגליכן געווארן בעמק שוה, אזוי אז בדרך כלל הערשט דאהי א פרידליכע אטמאספערע און צוזאמענארבייט.

די פאליציי האלט אן א כסדר'דיגע פאטראל אויף די געגנט, אבער עס איז נאך קיינמאל נישט געווען קיין אינצידענטן פון פארברעכן. עס איז א רואיגע שטילע געגנט ארום, מיט פאמיליע אריענטירטע איינוואוינער.

תקנות בני העיר.

דאהי לעבט מען ווי אין א קאנטרי. עס איז במילא נישט פאראן קיינע גרויסע אויסוואלן, און דעריבער איז נישט פאראן קיין תאווה פאר גרויסע השגות. און באמת פארלאנגט זיך בכלל נישט אויס קיין תקנות. נאך אלעם איז דאך יעדער אהערגעקומען מיטן ציל אוועקצושטיין פון די אלגעמיינע היימישע געמויזעכטס און די אומבאצאלבארע סטאנדארטן פון די איינגעוואוינטע געלט-גייציגן וואס דאס ברענגט מיט זיך.

אנשים אחים אנחנו, און ס'וועט קיינעם פון אונז אפילו נישט בייפאלן צום ביישפיל צו אינוועסטירן אין ריעל עסטעיט און דערנאך ארויפשרויפן די פרייזן. אזא איינער וואלט זיך גלייך געטראפן אפגעזונדערט און אפגעפרעגט ביי די אנשי הקהילה. דאס אחדות איז גאר שטארק, און יעדער פראבירט צו העלפן איינעם דעם צווייטן אין ליידן און פריידן. עס עקזיסטירט נישט קיין תאווה ארויפצושרויפן פרייזן, אדער אויסנער'ן א צווייטן אויף גארנישט.

איר וועט נישט טרעפן ביי אונז קיין טייערע ברענד-נעים קליידונג און באגעבו קערידזשעס, נישט ווייל עס איז פאראן תקנות דערויף, נאר פשוט, ווייל מיר פארשטייען פשוט נישט דעם צוועק פארוואס ס'פעלט אויס. מיר זענען דאך נישט קיין נגידים, און מיר האבן נישט איבריג אידיש-געלט צו לייגן אין מיסט.

דאך איז איז פאראן מערערע תקנות צו איינצוימען אומנויטיגע הוצאות, ווי חתונה תקנות וואס ווער עס וויל חתונה מאכן ביי אונז אין זאל מוז זיך דאס אינטערנעמען 100%. עס איז שוין געווארן איינגעפעדעמט א הערליכע סיסטעם א שטיק צייט צוריק, ווי איין צד הוצאות החתונה קומט אויס $12,000 הכל בכל. און בר מצוה איז אויך פאראן תקנות.

המשך יבוא בעז"ה.
לעצט פארראכטן דורך ר' יום טוב אום זונטאג יאנואר 15, 2017 6:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זשערסיסיטי עסקן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2015 11:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זשערסיסיטי עסקן »

אויסער די חלק התקנות איז עס מער נישט קיין חלום. נאר א פאקט בקרוב ממש אין גרינוויל זשערזי סיטי... :|
די איינציגסטע חילוק... עס איז אביסעלע נענטער צו ניו יארק.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

זשערסיסיטי עסקן האט געשריבן:אויסער די חלק התקנות איז עס מער נישט קיין חלום. נאר א פאקט בקרוב ממש אין גרינוויל זשערזי סיטי... :|
די איינציגסטע חילוק... עס איז אביסעלע נענטער צו ניו יארק.

ניין. דער חלום איז בדווקא געווען דארטן..., נו ווי הייסט ער?.. אי-נ-די-יא-נא.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

עסקנים ארבעטן איצט אויס די פלענער פאר טעגליכע באס טראנספארטאציע צווישן וואדרידזש, נ"י און וויליאמסגראוו, אינדיאנא.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

א שיינע חלום האב איך געזען,
הלואי ווען עס קען געשען,
עס וועט דאך רעדוצירן פעין,
אויפהייבן די געמיטער מיט א קרעין.

שיין געשריבן,
דו ביסט געריבן,
אונז אלע געטריבן,
צו דיין שטעטעלע דעם ליבן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דערמאנסט מיך פון די פיקציאנאלע שטעטל "לעיק וואבעגאן", וואו אלעס איז אייביג גוט און פיין און רוהיג און גוטמוטיג, קיינע פראבלעמען, לא קנאה ולא שנאה ולא תחרות, בקיצור, עפעס וואס איז מעגליך בלויז אין פיקציע.
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

ר' יום טוב זאג מיר נישט איר מאכט דאס גענאר פונעם עולם דא, ווען שטעלסטע אראפ א באס העכערן הייווע... איך וויל גיין אהין א באזוך טאן
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

הלוואי...
...
אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוודאי »

שוין אפגערעדט פון דיינע חלומות... א שריפט פארמאגסטו א געוואלדיגע...

און צום עצם ארטיקל איז ווי יעדער שרייבט שוין, הלואי...
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

לכאורה האט געשריבן:דערמאנסט מיך פון די פיקציאנאלע שטעטל "לעיק וואבעגאן", וואו אלעס איז אייביג גוט און פיין און רוהיג און גוטמוטיג, קיינע פראבלעמען, לא קנאה ולא שנאה ולא תחרות, בקיצור, עפעס וואס איז מעגליך בלויז אין פיקציע.

האמת יאמר אז יעדעס פלאץ האט זיך זיינע מעלות און חסרונות. כ'האב פשוט נישט געשפירט פאר וויכטיג אראפצוגעבן די גרויע חלק, ווען מיין עיקר ציל איז געווידמעט צו שטעלן אין פרעספעקטיוו אז צענדליגער מיליאנען איינוואוינער האבן שוין לאנג פארלאזט די אלט-געזעסענע ניו יארקער שמעלץ-טאפ, און אויפגעשטעלט א רואיג לעבן אין פרישע שפרודלענדע קאמיוניטי'ס אויף די לענג און ברייט פון די פאראייניגטע שטאטן. אבער מיר אידעלעך זענען עפעס סטאק געבליבן דא.

און יא, חלק פון די חסרונות אין וויליאמסגראוו; בענקעדיגע קינדערלעך זענען זייער ווייט פון נוי יארק באבי-זיידי, נישטא אזא קאלירפולן אויסוואל אין די גראסערי געשעפט פון מערערע פראדוקטן, ס'נישטא קיין קאמפיטישאן, די באהערדע מאכט דערווייל פראבלעמען איינצושטעלן א פול-אויסגעשטאטן חברה הצלה, און וויבאלד די 'קאסט אוו ליווינג' איז פיל נידריגער ווי אין נ.י., איז עטוואס שווערער פאר נויטבאדערפיגע צו געניסן פון שטאטישע פראגראמען. אבער דערווייל אזוי, גיט מען זיך אנייצע.
Good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Good »

ר' יום טוב האט געשריבן:אבער מיר אידעלעך זענען עפעס סטאק געבליבן דא

מיינסט צו זאגן מיר חסיד'ישע אידן
נא גוט...
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

געוואלדאוונע...

אבער פארוואס 200.000? אז מען גייט שוין יא ביז אינדיאנא, איז דא אויפן וועג פילע געגנטער ווי מ'קען קויפן שיינע הייזקעלעך פאר אונטער א הונדערטער
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

לייג ביטע אן אדרעס צום געגנט אז מען זאל זיך קענען אומקוקן אויף גוגל מעפס די געגנט
יישר כח
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

ווי איך פארשטיי איז עס בערך אין די געגענט
Williams Ct

https://goo.gl/maps/Yo8XjFq7JQU2

א קורצע וועג פון עלעף שעה און מ'איז דארט
שאטלס וועט נישט זיין און פאר א מימימאלע פרייז וועט מען קענען קויפן געקאכטע פיש אנשטאט די שוויגערס
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

אוודאי האט געשריבן:שוין אפגערעדט פון דיינע חלומות... א שריפט פארמאגסטו א געוואלדיגע...

און צום עצם ארטיקל איז ווי יעדער שרייבט שוין, הלואי...
אז יענער קען קענסטו אויך
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

המשך, א גריס פון וויליאמסגראוו.

טרעוול-טראנספארטאציע.

טרעוול איז זייער א שטארקע אישו אין וויליאמסגראוו. ווארום די איינוואוינער פארן כסדר צו-און-פון ניו יארק, ווי זייערע פריינד און באקאנטע וואוינען. רוב עולם ניצט אוויאציע מיטלען, וועלכע איז געווענליך נישט צו טייער. אבער א שיינע פראצענט נעמען אונטער די 11 שעה לאנגע רייזע מיט א קאר, געווענליך איינגעטיילט צווישן 2 דרייווער, מיט א לענגערע אפשטעל ביי א ספעציעל-דעזיגנירטע אכסניא-הויז אינדערמיט. ווי אויך איז דא א באס/ווען שאטל יעדע וויק-ענד אהין און צוריק.

פאר די קינדער איז א טריפ קיין ניו יארק א ספעציעלע גייסט-רייך-ארימע איבערלעבעניש. גאר-ספעציעל פאר זיי איז אראפ-צושפאצירן די ניו יארקער עוועניוס, ווי זיי באטראכטן מעשה טוריסט מיט א רחמנות'דיגע סענזאציע די ילדים במצוקה באקליידעט מיט די ברענד-נעים מעטשינג קליידעלעך וועלכע שטעקן ארויס זייערע פיסעלעך פון די ווינדא-געיטס פון זייער תפיסה ווארטנדיג בכליון עינים מען זאל זיי ווידעראמאל אויסלייזן פון זייערע לעכלעך מיטן ציל צו קענען אויסמעסטן יעדע סארט פון די פרישע מאדעל ווינטערדיגע - זומער'דיגע - שבת'דיגע - וואכנדיגע - יו"ט'דיגע - חתונה'דיגע - וכו'.

אזוי אויך איז פאר זיי זייער אינטרעסאנט דער מנהג פון צאלן געלט פאר פארטיגע מאכלים. דער עצם קאנצעפט פון א "אידישע רעסטאראנט" וועלכע ברענגט אויף די קאשמארן פון דענטיסט - פארטא-ריקא מיט אפגעקילטע אייער-שפיי קאמבינירט, איז עפעס נישט צום משיג זיין. פאר זיי איז גאר מאדנע צו זען ווי שווערע טויזענטער פארשמאכטעט אייגן פארדינט געלט ווערט דעזיגנירט אן קיין פיפס פאר 'לעבנס-וויכטיגע' געברויכן, זיי זענען אפן צום ערשיינונג אז ביינאכט איז טאג, דאס געלויף ענדיגט זיך קיינמאל, און פון די רעזיגנירטע פנימ'ער אויפן טראטואר איז קענטליך אז שאנס פאר הנאה אויף דער וועלט איז ווארשיינליך פארביי.

די גרעסערע קינדער פון אונז ווייסן שוין, אז זיי מוזן זיין גאר פארזיכטיג ביים אריבערגיין די גאס אין ניו יארק. די גלאנציגע אויטא'ס יאגן זיך אין האסטיגן געלאפ, און גיט צו צום הימלישן הארמאניע פון די פארפלאגטע ווייבלעך וועלכע טוען קונצליך מאנעוורירן די באגעבו-בי וועגעלעך צווישן די גרידלאק-טרעפיק צום בעיביסיטער, עיר ואם בתוקפה. דער געמיש פון מאדנע אינצידענטן, קולות וברקים, לויפער און קויפער, ותמרות עשן, לאזט געווענליך איבער א מילדן עמאציאלן אפעקט אויף די וויליאמסגראוו קינדער מיט וועלכע מיר ווייסן זיך שוין צו ספראווען.

ווי אויך ווערט צועפנט די קלאציגע אייגעלעך פון די נעבאכדיגע דארפישע קינדער ביים באטראכטן די פארגראטעטע שוי-ווינדא פון די טייערע געשעפטן וואס פאסט אריין אין אזא טייערע שטאט. (זיי ווייסן נאכנישט דעם סוד פון א שוי-ווינדא אן א געשעפט...) ווען די קאזינעס גרויסן זיך "ווען איך גיי זיין א טאטע, גיי איך זיין א שומרים", שעמט מען זיך צו איבערצופרעגן ביי זיי דעם באדייט פון די פאזיציע וואס קוקט דאך אויס אזוי פשוט.

עס איז פאר זיי טראגי-קאמיש דער פאקט אז באזוכנדיג ביי ביידע מומעס אינדערהיים האט מען אנגעטראפן א נעבעלייזער אין באנוץ פאר איינע פון די קינדער אויף די העכערע שטאק פונעם באנק-בעט. אין וויליאמס-גראוו איז ליידער נישט בנימצא דער לעבנס-וויכטיגער מאשין. (דער קלימאט אין וויליאמסגראוו איז א הערליכער, און איר קאמבינאציע מיט איר טרוקענע קלארע לופט איז אומבאשרייבליך. אין ניו יארק לעבט מען אין א באקס. מען מיינט אז כמעט איבעראל איז די זעלבע ווי דער סטענדארד צו וואס מען איז געוואוינט. דער מציאות איז, אז לופט פון 90 פראצענט פון די פאראייניגטע שטאטן איז פיל בעסערע קאוואליטעט ווי די נ.י.'ער לופט.)
לעצט פארראכטן דורך ר' יום טוב אום דינסטאג יאנואר 17, 2017 6:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע »

האסט א רייכע פאנטאזיע און א נאך מער רייכע שריפט
אמן והלוואי
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

זייער זייער שיין, ס'נאר א שאד אז איר שרייבט פיקציע...
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

פארוואס עפעס ביסטו אזוי פאר אינדיאנא וואס איז מיט די אנדערע 49 שטאטן?
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

משה כספי האט געשריבן:פארוואס עפעס ביסטו אזוי פאר אינדיאנא וואס איז מיט די אנדערע 49 שטאטן?

ווי געזאגט, דער חלום רעדט פון אינדיאנא. (ווייזט אויס אז יש דברים בגו).
מען קען עס אבער מעגליך קאנווערטירן צו איינע פון די אנדערע שטאטן לויטן געברויך.
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

ר' יום טוב האט געשריבן:
משה כספי האט געשריבן:פארוואס עפעס ביסטו אזוי פאר אינדיאנא וואס איז מיט די אנדערע 49 שטאטן?

ווי געזאגט, דער חלום רעדט פון אינדיאנא. (ווייזט אויס אז יש דברים בגו).
מען קען עס אבער מעגליך קאנווערטירן צו איינע פון די אנדערע שטאטן לויטן געברויך.


אין חלום בלי דברים בטלים, די שאלה איז נאר וואס די דברים בטלים איז, די שטאט אדער די אידן וואס זענען דארט...
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

ליידיג גייער האט געשריבן:ווי איך פארשטיי איז עס בערך אין די געגענט
Williams Ct

https://goo.gl/maps/Yo8XjFq7JQU2


נישט געוויסט אז ס'דא נאך א וויליאמס ממש אין געגנט. מ'וועמיר מעגליך מוזן טוישן דעם נאמען.
אלנפאלס, פארנדיג אויף די ווירטואלע גאסן שטעלט זיך ארויס אז דער חלום איז באזירט אויף אמת'ע פאקטן.

אין א זייטיגע נאטיץ, די שפאלטן וואס איר זעט אויפן ראוד, איז בדוקא אזוי געמאכט. וויבאלד עס איז געבויט פון דויערהאפטיגע צעמענט-בלאקן ווי איינגעפירט אינעם ראיאן ביי די קליינע געסלעך.
חסד מעמבער
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 12:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד מעמבער »

יונט'ל שרייב אז מ'טיילט דארט דעם אכט'ן און די האסט גלייך צוויי מנינים
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ליידיג גייער האט געשריבן:ווי איך פארשטיי איז עס בערך אין די געגענט
Williams Ct

https://goo.gl/maps/Yo8XjFq7JQU2



זעה איך א BLOOMINGTON ממש דערנעבן...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

ר' יום טוב האט געשריבן:
ליידיג גייער האט געשריבן:ווי איך פארשטיי איז עס בערך אין די געגענט
Williams Ct

https://goo.gl/maps/Yo8XjFq7JQU2


נישט געוויסט אז ס'דא נאך א וויליאמס ממש אין געגנט. מ'וועמיר מעגליך מוזן טוישן דעם נאמען.
אלנפאלס, פארנדיג אויף די ווירטואלע גאסן שטעלט זיך ארויס אז דער חלום איז באזירט אויף אמת'ע פאקטן.

אין א זייטיגע נאטיץ, די שפאלטן וואס איר זעט אויפן ראוד, איז בדוקא אזוי געמאכט. וויבאלד עס איז געבויט פון דויערהאפטיגע צעמענט-בלאקן ווי איינגעפירט אינעם ראיאן ביי די קליינע געסלעך.


דאס איז א גאס וואס הייסט וויליאמס קאורט נישט א געגענט, און על שם זה... ויקרא שמו בישראל וויליאמסבורג...כ'מיין וויליאמסגראוו
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”