בודזשעט: וויאזוי קומט איר אויס?

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

וויפל פראצענט זענען ביזנעס אוינערס אפילו גאר קליינע ביזנעס?

אפשר יעצט וועסטו פארשטיין פארוואס איך האלט אז 40% מאכט צווישן 100 און 200 טויזענט א יאר
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

אט אזוי האט געשריבן:וויפל פראצענט זענען ביזנעס אוינערס אפילו גאר קליינע ביזנעס?

נו וויפיל??
אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 5:28 pm

תגובה דורך לאנגעפאות »

חדשות האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:איך האב נישט קיין אדעסי ( איך האב בכלל נישט קיין קאר)
איך פאר נישט אין קאנטרי
איך עס נישט אין קיין רעסטוראנען
איך וואוין אין א ביליגע אפארמענט
איך האב נאך "גארנישט" אפגרעיטעד אין מיין דירה זייט'ן מופן 11 יאר צוריק
נייע קליידער קויפט מען ביי מיר פון לעצטע סיזען פאר 50% אף
שבת'דיגע דאסטער'ס קויפט מען נישט יעדעס יאר א נייע און ווען מ'וואקסט עס אויס באקומט עס די אינגערע שוועסטער
וכו' וכו' וואס איך טוה נישט

וואס איך האב יא ב"ה איז א משפחה פון אכט קינדער קע"ה און מיין בודזשעט א יאר קומט אן נאנט צו 90.000 און איך שעם מיך צו זאגען וויפיל דערפון מיינע וועדזשעס דעקן
און יא איך קען נאך אסאך אינגעלייט וואס זענען אין דעם קאטעגאריע ווי מיר,

סא פונקטליך ווי דארפ'ן מיר נאך שניידן?

איר דארפט זיך בכלל נישט שעמען... אדרבה איך קוק אייך ארויף.

שעמען זאל זיך דער וואס שפענדעוועט אין די וועלט אריין נישט קיין חילוק צו מען האט צו נישט.

וואס קענט איר יא טוען? ווי די גמרא זאגט אין נדה "יבקש רחמים ממי שהעושר שלו", פראבירט צו זען וואס/צו איר קענט טוען עפעס אין די זייט, און צום לעצט בעט פאר הילף, אזוי ווי מען האט זיך געפירט איו אלע דורות מימות משה רבינו ביז 40 יאר צוריק.

בארגן און אויסגעבן געלט אן א חשבון, דרייען מיט חובות זאל זיין די לעצטע אויף אייער ליסט.

האט מיר געזאגט א יוד וואס ארבעט אין א גראסערי און האט חתונה געמאכט אויף אזא ביליגע שטייגער אזש סאיז גוועהן אפאר משוגאים וואס האבן געזאגט אז זיי קומען מער נישט וועהן ער מאכט חתונה,אמער סאיז נישט געווען געבראטענע קאטשקעס

פארציילט ער מיר אפאר טעג שפעטער אז עס קומט צי צו אים א יוד און פרעגט אים האסט זיך נישט געשעמט צי חתונה מאכען ווי א ח ז

האב איך גענטפערט אהה יעצט ווערט מען געוואור אז איך ארבעט אין גראסערי

איך מיין ווער קיקט ארויף א מענטש וואס נעמט נדבות צי חתונה מאכן ווי א גביר

נאר געוונליך איז עס וויל ער האט די זכיה אפ צי קימען אויף די וועלט דאס גיהנם מיט א אשה רעה, ממילא איז גאר א גרוסע מצווה צי העלפען מיט צדקה, ווייל אז נישט קען זיך די יוד וואס איז נישט מער ווי א ע ט מ מעשין צי ברעכן
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

לאנגעפאות האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:איך האב נישט קיין אדעסי ( איך האב בכלל נישט קיין קאר)
איך פאר נישט אין קאנטרי
איך עס נישט אין קיין רעסטוראנען
איך וואוין אין א ביליגע אפארמענט
איך האב נאך "גארנישט" אפגרעיטעד אין מיין דירה זייט'ן מופן 11 יאר צוריק
נייע קליידער קויפט מען ביי מיר פון לעצטע סיזען פאר 50% אף
שבת'דיגע דאסטער'ס קויפט מען נישט יעדעס יאר א נייע און ווען מ'וואקסט עס אויס באקומט עס די אינגערע שוועסטער
וכו' וכו' וואס איך טוה נישט

וואס איך האב יא ב"ה איז א משפחה פון אכט קינדער קע"ה און מיין בודזשעט א יאר קומט אן נאנט צו 90.000 און איך שעם מיך צו זאגען וויפיל דערפון מיינע וועדזשעס דעקן
און יא איך קען נאך אסאך אינגעלייט וואס זענען אין דעם קאטעגאריע ווי מיר,

סא פונקטליך ווי דארפ'ן מיר נאך שניידן?

איר דארפט זיך בכלל נישט שעמען... אדרבה איך קוק אייך ארויף.

שעמען זאל זיך דער וואס שפענדעוועט אין די וועלט אריין נישט קיין חילוק צו מען האט צו נישט.

וואס קענט איר יא טוען? ווי די גמרא זאגט אין נדה "יבקש רחמים ממי שהעושר שלו", פראבירט צו זען וואס/צו איר קענט טוען עפעס אין די זייט, און צום לעצט בעט פאר הילף, אזוי ווי מען האט זיך געפירט איו אלע דורות מימות משה רבינו ביז 40 יאר צוריק.

בארגן און אויסגעבן געלט אן א חשבון, דרייען מיט חובות זאל זיין די לעצטע אויף אייער ליסט.

האט מיר געזאגט א יוד וואס ארבעט אין א גראסערי און האט חתונה געמאכט אויף אזא ביליגע שטייגער אזש סאיז גוועהן אפאר משוגאים וואס האבן געזאגט אז זיי קומען מער נישט וועהן ער מאכט חתונה,אמער סאיז נישט געווען געבראטענע קאטשקעס

פארציילט ער מיר אפאר טעג שפעטער אז עס קומט צי צו אים א יוד און פרעגט אים האסט זיך נישט געשעמט צי חתונה מאכען ווי א ח ז

יא יא, טאקע פון די עדיטוד רעד איך. כמה פעמים באזני שמעתי, יענער חית זיין, אדער אין ווייבער שול עס איז גווען געפערליך יאנטשי, נעבעכדיג וכולי אנשטאט מען זאל אזא איד ארויפקוקן.

הלואי ווען מען פארשטייט אז א חית זיין איז איינער וואס מאכט חתונה אין קאנטינענטעל ווען מען שטעלט אים צוזאם, און נעבעכדיג מיינט ווען מען מאכט א שבת באווארפען דורך אן אומבאצאלטע הלוואה, און בעלבעתיש מיינט ווען מען צאלט זיך אליימס אויס פון אלף ביז תיו.

העט ווען גווען אן אנדערע וועלט
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

חדשות האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:וויפל פראצענט זענען ביזנעס אוינערס אפילו גאר קליינע ביזנעס?

אפשר יעצט וועסטו פארשטיין פארוואס איך האלט אז 40% מאכט צווישן 100 און 200 טויזענט א יאר

נו וויפיל??

פארשטייסט אליינס אז אזא שאלה גייט יעדער ענטפערן לויט די ענגע קליקע/ביהמ"ד ווי ער דאווענט.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

אט אזוי האט געשריבן:וויפל פראצענט זענען ביזנעס אוינערס אפילו גאר קליינע ביזנעס?

אפשר יעצט וועסטו פארשטיין פארוואס איך האלט אז 40% מאכט צווישן 100 און 200 טויזענט א יאר

ביזנעס אונער מיינט נישט אסאך געלט.

איך קען א 'ביזנעס אונער' מיט אפאר ארבעטער, וואס זיין יערליכע נעט פראפיט איז אונטער $80,000, און ס'איז מסתמא דא נאך א שיינע פאר אזעלכע, גראדע לעבט ער א נארמאלע לעבן, אבער גענוג אזעלכע מיינען אז זיי דארפן האבן א $150,000דיגע בודזשעט ווייל 'ער אונט א ביזנעס'.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

ווישוואש האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:וויפל פראצענט זענען ביזנעס אוינערס אפילו גאר קליינע ביזנעס?

אפשר יעצט וועסטו פארשטיין פארוואס איך האלט אז 40% מאכט צווישן 100 און 200 טויזענט א יאר

ביזנעס אונער מיינט נישט אסאך געלט.

איך קען א 'ביזנעס אונער' מיט אפאר ארבעטער, וואס זיין יערליכע נעט פראפיט איז אונטער $80,000, און ס'איז מסתמא דא נאך א שיינע פאר אזעלכע, גראדע לעבט ער א נארמאלע לעבן, אבער גענוג אזעלכע מיינען אז זיי דארפן האבן א $150,000דיגע בודזשעט ווייל 'ער אונט א ביזנעס'.

און איך קען אסך ביזנעס אונערס, וואס מאכן ווייניגער פון זייערע ארבעטערס.

בכל אופן נישטא קיין 40% ביזנעס אונערס. שטויות.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:א זייטיגע נאוט: איך האב שוין ארויסגעהאלפען אסאך אידען מיט געלט/ צוזאמען שטעלן געלט פאר זייער חתונה,
רוב חתונות וואס מען שטעלט צוזאם אין קרית יואל איז אין פאראדייס נישט אין אולם עקשטיין,
[מיין שכל'דיגע הסבר איז ווייל דעי מענטשען וואס מאכן חתונה אין אולם עקשטיין זענען מער שפארזאם בטבע, ממילא האבן זיי מער געלט צו חתונה מאכן,]

ס'דא א זאך פון די מחסורו. בפרט ביי א געוועזענע עושר, אדער א צוגעוואווינטער עשירות, ווי די צער און די צורך איז ליידער שטארקער.
אויב קען זיין א צער פאר א חתן כלה אז נאר פחותים ובזויים מאכן דארט חתונה איז דא א ענין פון צדקה, הכנסת כלה איז אלץ געווען א צורך צו דעקן, איך רעד באופן וואס רובם ככולם מאכן אזוי, כאטש ס'איז א שאד אז יענער האט נישט דאס שכל, איז דאך אלעס רעלעוואנט, פונקט ווי אלע הוצאות גייט אזוי וואס יעדער אין די מקום האלט פאר ארענטליך און מענטשליך.
ווי אלע צדקות, וועלן זיין וואס וועלן נישט וועלן געבן מיט ריזיגע טענות, און אנשטאט געלט וועלן זיי געבן פיינע אומגעבעטענע און אומהילפבארע עצות, אבער וועגן דעם האט דער בוכ"ע באשאפן מער ווי איין מענטש אויף די וועלט, און די עם רחמנים וגומלי חסדים זענען מוחזק אפיר צו זוכן טיפשים וואס גיבן געלט אפילו ווען מ'דארף נישט עכט.
קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטעלאופ »

סאיז גרינג צו שרייבען, אבער ווען סקימט למעשה און די טאכטער די כלה בעט אז זי וויל דעס אדער נעץ, איז זייער שווער אפצוזאגען א קינד נאכדערצי ווען סאיז איר גרעסטע שמחה אין לעבען,
אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגעפאות »

קענטעלאופ האט געשריבן:סאיז גרינג צו שרייבען, אבער ווען סקימט למעשה און די טאכטער די כלה בעט אז זי וויל דעס אדער נעץ, איז זייער שווער אפצוזאגען א קינד נאכדערצי ווען סאיז איר גרעסטע שמחה אין לעבען,

פארשטייט זיך די רעדסט ווען מען האט מחנך געווען די טאכטער אז וואס זי וויל קען זי באקימען נישט קיין חיליק צי מען האט אדער נישט
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

אהא! כ'הער
ארטאדאקס
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטאדאקס »

איך זע אז מענטשין גיבן פארשידענע אפשאצונגען וויפיל מענטשען האבען געלט אין וויפיל נישט פון וואנעט נעמט מען די נומבערס ?
נאר ווייל דו טראכסט אזוי איז עס אזוי ?
ווער עס גיט א נומבער זאל ביטע געבן עפעס פראוו אויף זיינע ווערטער
מיר זעהט אויס (אנע פראוו) אז 95% אידן העכער זעכציג וואס האבן שוין חתונה גימאכט די קינדער זענען שוין מסודר זיי האבן נישט קיין חובות זיי לייגן אוועק אביסל געלד אויף שעת הצורך
אינגעלייט אינטער 25 אנע גרויסע הוצאת זענען מסודר ערגעץ אינצווישן 25 35 כאפט מען זיך אז עס איז צרות בשעתן חתונה מאכן קינדער זענען דא א מיעוטא דמיעוטא ממש געציילטע וואס האבן די געלט גרייט אויפן טיש נאר מ' דרייט ועולם כמנהגו נוהג ביז מען שוויצט עס אדורך
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

בלעטל האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:א זייטיגע נאוט: איך האב שוין ארויסגעהאלפען אסאך אידען מיט געלט/ צוזאמען שטעלן געלט פאר זייער חתונה,
רוב חתונות וואס מען שטעלט צוזאם אין קרית יואל איז אין פאראדייס נישט אין אולם עקשטיין,
[מיין שכל'דיגע הסבר איז ווייל דעי מענטשען וואס מאכן חתונה אין אולם עקשטיין זענען מער שפארזאם בטבע, ממילא האבן זיי מער געלט צו חתונה מאכן,]

ס'דא א זאך פון די מחסורו. בפרט ביי א געוועזענע עושר, אדער א צוגעוואווינטער עשירות, ווי די צער און די צורך איז ליידער שטארקער.
אויב קען זיין א צער פאר א חתן כלה אז נאר פחותים ובזויים מאכן דארט חתונה איז דא א ענין פון צדקה, הכנסת כלה איז אלץ געווען א צורך צו דעקן, איך רעד באופן וואס רובם ככולם מאכן אזוי, כאטש ס'איז א שאד אז יענער האט נישט דאס שכל, איז דאך אלעס רעלעוואנט, פונקט ווי אלע הוצאות גייט אזוי וואס יעדער אין די מקום האלט פאר ארענטליך און מענטשליך.
ווי אלע צדקות, וועלן זיין וואס וועלן נישט וועלן געבן מיט ריזיגע טענות, און אנשטאט געלט וועלן זיי געבן פיינע אומגעבעטענע און אומהילפבארע עצות, אבער וועגן דעם האט דער בוכ"ע באשאפן מער ווי איין מענטש אויף די וועלט, און די עם רחמנים וגומלי חסדים זענען מוחזק אפיר צו זוכן טיפשים וואס גיבן געלט אפילו ווען מ'דארף נישט עכט.

און פארשטייט זיך אז נאך בעסער העט ווען גווען אז מען זאל מחנך זיין די קינדער אז מען זאל נישט מאכן אזויפיל די מחסורו'ס. אזוי האט מען געלעבט אלע דורות, עד שבא אמעריקא וחידש שהעני והעשיר שוין, נעמט טאקע 50% + פון קרן חתנים ואכמ"ל
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

אויב כ'מעג פרעגן, וויפיל דעיט'ס זענען ליידיג אין עקשטיין, און וויפיל אין פאראדייס? [כלומר, אולי איז נישט אוועליבל קיין דעיטס פאר יעדן נצרך, מוז ער גיין צו די טייערערע האל'ס].

ביודעי ומכירי קאמינא, וויפיל אידן מאכן חתונה אין ויוא"מ נישט דוקא ווייל זיי ווילן זיין כעני כעשיר, נאר פשוט די פרדסים זענען דזשעמט ביזי אין יעדע חתונה סיזן, און ווארטן צום נעקסטן חתונה סיזן וויל ער אויך נישט, ווייל דאן וועט ווערן פארווישט די גאנצע דיפערענץ פון די צוויי זאלן און וועט זיך גארנישט איינשפארן, [למשל מען וויל חתונה מאכן אלול נישט חשון, ווייל אויב די חתונה איז חשון דארף מען צאלן פאר קעמפ פארן חתן בחור, און מתנות פארן תשרי סיזן, און פונקט איז אין אלול שוין געבוקט אלע נעכט מוז ער נעמען ויואל משה, וכהנה וכהנה דוגמאות, מען קען כמעט אלעמאל טרעפן א לימוד זכות, כל זמן עס איז בגדר 'נארמאל' נישט איבער געטריבן] - אל תדון את חבירך עד שתגיע למקומו!!
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

לפי ידיעתי איז אין אולם עקשטיין דא מער ליידיגע דעיט'ס ווי פאראדייס
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

חדשות האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:א זייטיגע נאוט: איך האב שוין ארויסגעהאלפען אסאך אידען מיט געלט/ צוזאמען שטעלן געלט פאר זייער חתונה,
רוב חתונות וואס מען שטעלט צוזאם אין קרית יואל איז אין פאראדייס נישט אין אולם עקשטיין,
[מיין שכל'דיגע הסבר איז ווייל דעי מענטשען וואס מאכן חתונה אין אולם עקשטיין זענען מער שפארזאם בטבע, ממילא האבן זיי מער געלט צו חתונה מאכן,]

ס'דא א זאך פון די מחסורו. בפרט ביי א געוועזענע עושר, אדער א צוגעוואווינטער עשירות, ווי די צער און די צורך איז ליידער שטארקער.
אויב קען זיין א צער פאר א חתן כלה אז נאר פחותים ובזויים מאכן דארט חתונה איז דא א ענין פון צדקה, הכנסת כלה איז אלץ געווען א צורך צו דעקן, איך רעד באופן וואס רובם ככולם מאכן אזוי, כאטש ס'איז א שאד אז יענער האט נישט דאס שכל, איז דאך אלעס רעלעוואנט, פונקט ווי אלע הוצאות גייט אזוי וואס יעדער אין די מקום האלט פאר ארענטליך און מענטשליך.
ווי אלע צדקות, וועלן זיין וואס וועלן נישט וועלן געבן מיט ריזיגע טענות, און אנשטאט געלט וועלן זיי געבן פיינע אומגעבעטענע און אומהילפבארע עצות, אבער וועגן דעם האט דער בוכ"ע באשאפן מער ווי איין מענטש אויף די וועלט, און די עם רחמנים וגומלי חסדים זענען מוחזק אפיר צו זוכן טיפשים וואס גיבן געלט אפילו ווען מ'דארף נישט עכט.

און פארשטייט זיך אז נאך בעסער העט ווען גווען אז מען זאל מחנך זיין די קינדער אז מען זאל נישט מאכן אזויפיל די מחסורו'ס. אזוי האט מען געלעבט אלע דורות, עד שבא אמעריקא וחידש שהעני והעשיר שוין, נעמט טאקע 50% + פון קרן חתנים ואכמ"ל

אינטערסאנט, חז"ל האבן שוין געוויסט פון דעם חידוש נוסח אמעריקא.....
תוספתא מסכת פאה פרק ד
היה משתמש בכלי מילת נותנין לו כלי מילת מעה נותנין לו מעה עיסה נותנין לו עיסה פת נותנין לו פת להאכילו בתוך פיו מאכילין אותו בתוך פיו שנ' די מחסורו אשר יחסר לו אפי' עבד אפי' סוס כו' מעשה בהלל הזקן שלקח לעני אחד בן טובים סוס שהיה מתעמל בו ועבד שהיה משמשו שוב מעשה באנשי הגליל שהיו מעלין לזקן אחד ליטרא בשר בציפורי בכל יום
פארשטיי איך נאך נישט פארוואס האבן חז"ל נישט ציגעלייגט, אז מען זאל דעם עני בן טובים מחנך זיין, אדער כאטש זיינע קינדער.....

אלא מאי, איז די תשובה פשוט
איינער וואס איז אויפגעוואקסן ברייט בהרחבה, צי ווייל זיין טאטע האט געהאט געלט, צו ווייל ער האט אמאל געהאט, איז מצות צדקה מחייב מען זאל עם צישטעלן וויפיל ער איז געוואוינט,
איינער וואס איז א שנארער מבטן אמו, און מאכט חתונה כאחד הנגידים, צו עם זאל מען טאקע האבן טענות, די שאלה איז נאר וויפיל פראצענט זענען טאקע דא אין דעם גדר און טוען אזוי, וואס מען זאל מאכן אויף דעם אזא איבערקערעניש....
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

קען גאר זיין אז אין אמעריקא איז יעדער בכלל 'עני בן טובים'... האט איינער דא דען שוין געהונגערט פאר ברויט? מיר זענען דאך אלע געספויעלט...
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:לפי ידיעתי איז אין אולם עקשטיין דא מער ליידיגע דעיט'ס ווי פאראדייס

און ווי איר פארשטייט אליין קען מען נישט פארגלייכען אולם עקשטיין צו די פרדסים
הגם אין פרייז איז עס אויך נישט די זעלבע, אבער לפי וויפיל מבאצאלט, און וואס מבאקומט איז עס נישט קיין פארגלייך, א מענטש דארף אראף שלינגען א שיינע פאר ''סבלנות פילען'' ביז ער קען חתונה מאכען אין אולם עקשטיין, ס' מאכט פילען יעדע מינוט פון די חתונה אז איך בין א ארימאן, קוק פרדס,,,,, קוק חי' שרה,,, סאיז דאך נישט דער ארימאן וואס האט באצאלט דעם זאל סאיז דאך דער עושר וואס האט מנדב געווען אז דער ארימאן זאל קענען פאר ביליג בדרך כבוד, ווי איז דער בדרך כבוד? זע איך אדער די מלמדים אין כלי קודש מאכען דארט חתונה (איך מיין די אינער סירקעל) אדער א מענטש וואס וויל מאכען א סטעיטמענט
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

נו וועגן דעם איז דאך עס מיט אפאר טויזענט דאלער ביליגער
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:נו וועגן דעם איז דאך עס מיט אפאר טויזענט דאלער ביליגער

מיט וויפיל ביליגער?
איך ווייס נישט די חילוק צווישן עקשטיין און פאראדייס אין קרית יואל,
אבער דער חילוק אין ווילי, צווישן פרדס און ויוא"מ איז סך הכל לערך 4000 דאלער, [2000 פער זייט], שוין נאכן פעקעדזש
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

Eckstien is half of Pardes Faiga
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

לעכטיגער האט געשריבן:Eckstien is half of Pardes Faiga

פרדס פיגא איז 8000 [פעקעדזש דיל], סאו זאגסטו אז עקשטיין איז 4000? [2000 פער זייט]
המממ... נישט שלעכט!
לויט ווי כ'האב געהערט, פרדס פיגא צאלט זיך נישט אויס פאר די ביליגע פרייז וואס זיי בעטן, און כדי צו אויפהאלטן דעם זאל דארף מען נאך צוקומען לעזרת הנדיבים
אלזא ווי אזוי באווייזט דאס אולם עקשטיין?, ס'מוז זיין אז מען שניידט ממש אין גרויסן דארט
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

אולם עקשטיין איז 6000 הכל בכל מכל
אנדערע ווייס איך נישט
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

איז עס נאר א דריטל ביליגער פון פרדס, נישט העלפט
אקעי, כ'הער
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

עקשטיין איז נישט קיין דבר השוה לכל ראשית דארפסטו זיין א מעמבער און די קהילה און בכלל איז עס זייער זייער מיאוס צוגעשטעלט די עסן מוזיק וכ'ו וכ'ו
משא'כ פרדס איז א פראכטפולע זאל די עסן און מוזיק און אלעס ארום איז צוגעשטעלט די שענסטע און בעסטע כידוע
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”