שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:נגיד האט געשריבן:די זיגל אויף CNN "פעיק נויס" גייט נישט אזוי שנעל אראפגיין און טראמפ גייט עס אנהאלטן, זיי גייען חרטה האבן!
#מארק מיין ווארדס
#טעיק איט טו דע בענק
דאס איז אייביג געווען זיין פלאן. אפצושוואכן און אונטערמינעווען די פרייע פרעסע אין די פאראייניגטע שטאטן.
דאס איז געווען זיין טריק די לעצטע אכצן חדשים, און דאס איז זיין פלאן פאר די קומענדיגע פיר יאר.
דאס איז אקוראט וואס עס האט פאסירט מיט די פרעסע אין רוסלאנד ווען זיין בוזעם-פריינט און מענטאר, וולאדימיר פוטין, איז געקומען צום מאכט.
איינער האלט נאך מיט?...
איך האב געהאט א חבר וואס האט מיר געגעבן א זעץ און ווען איך האב אים צוריקגעגעבן האט ער זיך אויסגעליטשט און אריין געפאלן אין א סוער לאך. קומט שלמה, האלאו! דאס איז אייביג געווען דיין פלאן, דו ווילסט זען די חרד׳ישע אידענטום אין סוער...
רבי לעבן. א זעץ פאר א זעץ. טראמפס זעץ איז גאר גוט געלונגען אזש עס וועט לאזן סי ען ען פארפלעקט? דאס איז זיין געווינס. סי ען ען מעג נעמען אין באטראכט אז אין א קריג איז דא צוויי זייטן. נישט אייביג געווינט דער וואס דו מיינסט גייט געווינען. און אז זיי האבן אנגעהויבן זענען זיי איינגעגאנגען צו לייגן זייער ״פרייע פרעסע״ אין סכנה פון א ערפאלגרייכע קעגן אטאקע.
דאס איז איינמאל איינס. די צווייטע מאל צוויי איז אזוי:
ער וויל אינטערמינעווען וואס? די ״פרייע״ פרעסע. פארמיש זיך נישט. מ׳רעדט פון סי ען ען... קאמענטארן זענען גענצליך איבעריג און נישט אין פלאץ...
א פרעסע וואס שטייט קאנסטענטלי אויף איין זייט און איז גרייט צו טוהן אלעס פאר איר הצלחה איז פריי?
א פרעסע וואס איז פארנומען וואשן מוחות לטובת איין צד איז פריי?
א פרעסע וואס מאכט זיכער די נייעס זאל שטימען לויט זייער אגענדע איז פריי?
וואס מיינט פריי?
פורים פורים לנו...