בודזשעט: וויאזוי קומט איר אויס?

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג
נודניק
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

חדשות האט געשריבן:ווי לאנג מען מאכט נישט חתונה קיין קינדער איז דא אזאלכע וואס שטופען דורך מיט האבן אלע פראגראמען.

אויב האט מען נאך גאנץ א פיינעם זשאב, קען מען דורכשטופען.


ווען מען רעד פין לעבן אויף א נארמאלע לעבנס שטייגער דארף מען אין אכט נעמען אז איינער וואס קען נאר דורך שטיפן דורך ניצען פראגרעמס הייסט נישט געלעבט נארמאל, דעס אז מען באקימט עס לכתחילה צי בדיעבד פין די גאווערמענט מאכט עס נישט ווייניגער שנארעריש ווי א נדבה פין אן עושר צי א ארץ ישראלדיגע איד,
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

שלום זכר האט געשריבן:איך האב טאקע נישט קיין געלט, אבער ב"ה אז פון הונגער בין איך דערווייל נישט געשטארבן...

מזל טוב א שלם זכור איז דא געבוירן וויפיל האט דיר עס געקאסט ?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

נודניק האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:ווי לאנג מען מאכט נישט חתונה קיין קינדער איז דא אזאלכע וואס שטופען דורך מיט האבן אלע פראגראמען.

אויב האט מען נאך גאנץ א פיינעם זשאב, קען מען דורכשטופען.


ווען מען רעד פין לעבן אויף א נארמאלע לעבנס שטייגער דארף מען אין אכט נעמען אז איינער וואס קען נאר דורך שטיפן דורך ניצען פראגרעמס הייסט נישט געלעבט נארמאל, דעס אז מען באקימט עס לכתחילה צי בדיעבד פין די גאווערמענט מאכט עס נישט ווייניגער שנארעריש ווי א נדבה פין אן עושר צי א ארץ ישראלדיגע איד,


שמעתי מת"ח אחד ויר"ש מרבים שהי' עני הגון כפול שמונה, ולא הי' לו לחם לאכול ובגד ללבוש ממש בלי גוזמא.
שפעם אחת נכנס לקו"פ למרן הק' מסאקמיר זי"ע, ונתן לו הקוויטל. ושאלו הרבי, איך מצב הפרנסה. וענה הת"ח שלוקח פראגראגראמען מהרעגירונג כאן.
ונתחוור רביה"ק באמרו: אתה לוקח ממעות הללו?
וענה לו הת"ח כשהוא שבור ורצוץ: רבי אבל זהו פיקוח נפש ממש.
ולא ענה לו רבינו הק' כלום. (כלומר שרבינו לא רצה לפסוק להפסיק, אבל לא הי' ניחא לי', למרות שידע שעני הגון הוא.

ומה יענו איזובי קיר, האומרים הב הב, ולוקחים כל הפראגראמען למען ספות היוקאן (!)
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

נאטרוליסט האט געשריבן:
נודניק האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:ווי לאנג מען מאכט נישט חתונה קיין קינדער איז דא אזאלכע וואס שטופען דורך מיט האבן אלע פראגראמען.

אויב האט מען נאך גאנץ א פיינעם זשאב, קען מען דורכשטופען.


ווען מען רעד פין לעבן אויף א נארמאלע לעבנס שטייגער דארף מען אין אכט נעמען אז איינער וואס קען נאר דורך שטיפן דורך ניצען פראגרעמס הייסט נישט געלעבט נארמאל, דעס אז מען באקימט עס לכתחילה צי בדיעבד פין די גאווערמענט מאכט עס נישט ווייניגער שנארעריש ווי א נדבה פין אן עושר צי א ארץ ישראלדיגע איד,


שמעתי מת"ח אחד ויר"ש מרבים שהי' עני הגון כפול שמונה, ולא הי' לו לחם לאכול ובגד ללבוש ממש בלי גוזמא.
שפעם אחת נכנס לקו"פ למרן הק' מסאקמיר זי"ע, ונתן לו הקוויטל. ושאלו הרבי, איך מצב הפרנסה. וענה הת"ח שלוקח פראגראגראמען מהרעגירונג כאן.
ונתחוור רביה"ק באמרו: אתה לוקח ממעות הללו?
וענה לו הת"ח כשהוא שבור ורצוץ: רבי אבל זהו פיקוח נפש ממש.
ולא ענה לו רבינו הק' כלום. (כלומר שרבינו לא רצה לפסוק להפסיק, אבל לא הי' ניחא לי', למרות שידע שעני הגון הוא.

ומה יענו איזובי קיר, האומרים הב הב, ולוקחים כל הפראגראמען למען ספות היוקאן (!)


די לעצטע פאר ווערטער זענען 98% שקר וכזב, רובא דרובא פון די וואס נעמען איז עס ווייל זיי זענען באמת אנגעוויזן דערויף, און זיי קענען קוים דעם טאג דורכקומען אן דעם.
---
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35424
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נאטרוליסט האט געשריבן:שמעתי מת"ח אחד ויר"ש מרבים שהי' עני הגון כפול שמונה, ולא הי' לו לחם לאכול ובגד ללבוש ממש בלי גוזמא.
שפעם אחת נכנס לקו"פ למרן הק' מסאקמיר זי"ע, ונתן לו הקוויטל. ושאלו הרבי, איך מצב הפרנסה. וענה הת"ח שלוקח פראגראגראמען מהרעגירונג כאן.
ונתחוור רביה"ק באמרו: אתה לוקח ממעות הללו?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

בשבילי נברא האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:
נודניק האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:ווי לאנג מען מאכט נישט חתונה קיין קינדער איז דא אזאלכע וואס שטופען דורך מיט האבן אלע פראגראמען.

אויב האט מען נאך גאנץ א פיינעם זשאב, קען מען דורכשטופען.


ווען מען רעד פין לעבן אויף א נארמאלע לעבנס שטייגער דארף מען אין אכט נעמען אז איינער וואס קען נאר דורך שטיפן דורך ניצען פראגרעמס הייסט נישט געלעבט נארמאל, דעס אז מען באקימט עס לכתחילה צי בדיעבד פין די גאווערמענט מאכט עס נישט ווייניגער שנארעריש ווי א נדבה פין אן עושר צי א ארץ ישראלדיגע איד,


שמעתי מת"ח אחד ויר"ש מרבים שהי' עני הגון כפול שמונה, ולא הי' לו לחם לאכול ובגד ללבוש ממש בלי גוזמא.
שפעם אחת נכנס לקו"פ למרן הק' מסאקמיר זי"ע, ונתן לו הקוויטל. ושאלו הרבי, איך מצב הפרנסה. וענה הת"ח שלוקח פראגראגראמען מהרעגירונג כאן.
ונתחוור רביה"ק באמרו: אתה לוקח ממעות הללו?
וענה לו הת"ח כשהוא שבור ורצוץ: רבי אבל זהו פיקוח נפש ממש.
ולא ענה לו רבינו הק' כלום. (כלומר שרבינו לא רצה לפסוק להפסיק, אבל לא הי' ניחא לי', למרות שידע שעני הגון הוא.

ומה יענו איזובי קיר, האומרים הב הב, ולוקחים כל הפראגראמען למען ספות היוקאן (!)


די לעצטע פאר ווערטער זענען 98% שקר וכזב, רובא דרובא פון די וואס נעמען איז עס ווייל זיי זענען באמת אנגעוויזן דערויף, און זיי קענען קוים דעם טאג דורכקומען אן דעם.

גא"מ, סתם הוצאת לעז
ווער ס'ווייסט וויפיל ס'קאסט א משפחה [פון א מנין און קרוב לזה] אויסציהאלטן, ווייסט אז ס'יז שוין גאר קיין לוקסוס נישט
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

דער בודזשעט וואס איך האב פארגעשטעלט איז באמת גאר קארג און כמעט אוממעגליך אפילו פאר די שפארזאמע.

איך האב דאס בלויז געמאכט טעראריש לסבר את האוזן, אויף וויפיל דער מינימום איז וואס איז מעגליך צו לעבן. 98 פראצענט ציבור צאלט אבער במציאות פיל מער. יעדע געגנט איז אנדערש מיט געוויסע עקספענסעס, אין די שטאט לדוגמא איז פאראן ווייניגער קארס ווי אין אפסטעיט, אבער די עקפענסעס פון אנדערע זאכן ווי האוזינג - קאנטרי - קעמפ איז פיל מער.

דער סך הכל איז, אז דער חודש'ליכער בודזשעט פאר א שטארק שפארזאמער מענטש אלעס אריינגערעכנט, איז ערגעץ צווישן 9 ביז 11 טויזנט דאללאר!! (און דאס איז אחוץ די גרעסערע הוצאות ווי חתונה מאכן וכדו')

א נארמאלער גוטער פארדינער ביי א פירמע היינט צוטאגס געניסט נישט פון קיין שום שטאטישע פראגראמען. אפילו ווען יא, איז דאס ווייט נישט גענוג סיי צו קענען דעקן דעם בודזשעט און אויך די loss פון אינקאם. די זעלבע מיט טעקס ריטוירן, עס איז אין בעסטן פאל נאך $800 א חודש, און געווענליך נישט מער ווי $400 נאכן אראפרעכענען וואס מ'האט איבערגעצאלט דורכאויסן יאר. נישט גענוג.

א אינגערמאן וואס מאכט $3000 א וואך האט זיך אפגערעדט פאר מיר אז ער קען נישט אויסקומען. איך גלייב אים.
א 25 דאללאר א שעה פארדינער וואס ארבייט 50 שעה א וואך פארדינט $5375 א חודש. ( 4 וואכן און 2 טעג - בעפאר טעקס)

דאס אלעס זאגט אז עפעס איז פאנדומענטאל נישט אין דער ארדענונג מיט אונזער מהלך פון לעבן, און עס מוז עפעס דראסטיש געטון ווערן צו אדרעסירן דעם קריזיס. חתונה און דירה הוצאות זענען בלויז די נאכפאלגן וואס קלאפט אויס פונעם גרעסערן בילד פון אונזער לייף-סטייל.

דער גרעסטער פראבלעם איז, אז דאס זענען זאכן וואס מענטשן פראבירן צו פארמיידן צו רעדן פון. ווארום יעדער וויל זיין דער נארמאלער מענטש געסעטלט אינעם סאסייעטי, און קיינער וויל נישט זיין דער רחמנות וואס האט טענות אויפן סיסטעם און קען זיך נישט צושטעלן דערצו.

איז אפילו פאראן עפעס וואס "מיר" זענען ביכולת צו טאן דערוועגן? עס איז נישט קלאר. אבער איין זאך איז זיכער: אזוי לאנג ווי מיר מוזן וואוינען אונטער די מאמעס פארטוך, גיין אין קאנטרי/קעמפ, און אזוי לאנג ווי יעדער וויל האבן א באגעבו מיט אן אדעסי, גרעניט און מאלדינגס, איז זיכער נישטא וואס צו מאכן.

אזוי לאנג ווי אלע קינדער מוזן גיין מעטשינג, אזוי לאנג ווי מיר האבן א תאווה צו טון נאר "שיינע" שידוכים, מיר פראווען שמחות וואס מיר קענען נישט באצאלן, מיר וועלן נאכטאנצן יעדע סטאנדארד, וועלן מיר זיכער זיין אנגעוויזן אויף די רחמנות פון די ארומיגע צוזאמצושטעלן געלט פאר אלע פון אונז.

און עס איז פאראן נאך א חלק, ואידך זיל גמור.
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויט »

ר' יום טוב האט געשריבן:סתם טעגליכע לויפנדע הוצאות פאר א דורכשניטליכע און אפילו גוטע פארדינער אויפן שפארזאמסטן אופן איז אומגעהויער.
דאס אידיש לעבן איז גאר קאסטבאר, אפילו אויב מען שפענדט נאר דעם מינימום שבמינומום.

לאמיר מאכן דעם שנעלן חשבון:
האוזינג = מארגעדזש - פראפערטי טעקס - קאנדא - דאון פעימענט חובות - ריפערס - האומאוינער אינשורענס = $2500 א חודש.
טואישן = שכר לימוד - טראנספארטאציע - טיפס - $1000 א חודש.
גראסערי = עסן - פיש - פלייש - פעיפער גודס = $1100 א חודש.
קאר = ליעס - געז - אינשורענס - ריפערס - טאלס = $500 א חודש.
קליידונג = דריי גודס - מענער/פרויען/קינדער מלבושים - שיך - מאנטלען = $400 א חודש.
געזונט = מעדעצינישע עקפענסעס - קאפעי - אינשורענס - דענטאל - אווער די קאונטער - ווייטאמינס = $200 א חודש.
יוטיליטיס = היים טעלעפאון - סעלפאון - געז & לעקטער - גארבעדזש - וואסער - סוער = $400 א חודש.
צדקה = דינער געלט - ליכט צינדן - טיי אווענט - משפחה - געלט גייערס = $200 א חודש.
גויטע = געהילף אין שטוב = $150 א חודש.
קהילה = מעמבערשיפ - מקוה געלט - קימחה דפיסחא.

אנדערע אויסגאבן ווי וואקאציע, מתנות, דזשודעיקא, שפילצייג, עלעקטראניקס, וויין שטיבל, קליענערס, טאשן געלט.
איינמאליגע גרעסערע איינקויפן ווי נייע אפעליינסעס, פורניטשער, הארדווער, געשיר. וכדו'.

דערנאך קומט דער צוגאב פון די אסטראנאמישע ימים טובים הוצאות, און ווער רעדט נאך פון א שמחה אין שטוב.
דערנאך איז אייביג פאראן א ספעציעלע הוצאה ביי יעדעם אנדערש, ווי צולערנען מיט א קינד פרייוואט, לייף אינשורענס, א.א.וו.

ווי געזאגט איז דאס אלעס דער מינימום שבמינימום, און ס'איז זיכער אז יעדער וועט צוטרעפן איינס אדער מערערע פון די זאכן וואס קאסט אפ פיל מער.

שטעלט זיך די פראגע,
האיך יכנס הפשתן הזה??

בנוגע די קאר איז מיין איך די ביליגסטע קאר בערך 600$ א חודש אין עוורידזש, (טוישן רעדער איינמאל אין 2 יאר + סטארעדזש וכו' קומסטו אן צו נאך א 1000 ער)
24/7
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 3:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 24/7 »

דא זעהט מען אז א טאטע לאזט נישט נאך זיינע קינדער---טאטע מיין איך דעם רבש"ע
נודניק
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

24/7 האט געשריבן:דא זעהט מען אז א טאטע לאזט נישט נאך זיינע קינדער---טאטע מיין איך דעם רבש"ע


שוין גערעד דערפין, די אייבישטער לאזט קיינעם נישט איבער ער וויל אבער אויך נישט אז די זאלסט לעבן ווי אזוי די ווילסט אבער די געלד זאל ער צישטעלן,
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

נודניק האט געשריבן:
24/7 האט געשריבן:דא זעהט מען אז א טאטע לאזט נישט נאך זיינע קינדער---טאטע מיין איך דעם רבש"ע


שוין גערעד דערפין, די אייבישטער לאזט קיינעם נישט איבער ער וויל אבער אויך נישט אז די זאלסט לעבן ווי אזוי די ווילסט אבער די געלד זאל ער צישטעלן,

מיין באבעשי פלעגט זאגן אזא פזמון:
"דער רבוש"ע איז א גוטער
וויפיל מען געוויינט עם איין, אזויפיל גיט ער"
אוועטאר
א מחי'
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א מחי' »

רויט האט געשריבן:באט הו קעירס, דער עיקר איז אז מען האט אדעסיס, מיט טשילארס, און אלע מחותנים האבן ברענד נעו שטריימלעך, און די יאכנעס קענען רואיג פארברענגען אויף די בערג פאר 9 וואכן. די קהלות און מוסדות בויען לוקסיריעזע בנינים צוזאמגענומען פונעם המון עם'ס קרן הבנין'ס, די מיידלעך גייען אנגעטוען דוקא נאר לויט די לעצטע סטייל גראד פון פאריז ארויס פאר טייער געלט.

ולזו יקרא לייפסטייל פון הרחבת הדעת. והדברים עתיקים.

רויט האט געשריבן:בנוגע די קאר איז מיין איך די ביליגסטע קאר בערך 600$ א חודש אין עוורידזש, (טוישן רעדער איינמאל אין 2 יאר + סטארעדזש וכו' קומסטו אן צו נאך א 1000 ער)
אהה! א מחי' צו זיין א איד!!
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

בלעטל האט געשריבן:
נודניק האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:חכם דאס מיינט ברכה


זעט אויס אז אסאך זענען נישט זוכה דערצו,

יא אוודאי ועיין שם בגמרא כמה מימרות מר' יצחק דברים המפסידים הברכה.
מיין נקודה איז געווען אויף די וואונדער וואס איך זע און אסאך זעען אז די הכנסות שטימט נישט מיט די הוצאות און מ'איז נישט אין א מינוס. מ'דעקט זיך, און מיט דעם פרובירט צוגעבן צום פתיחת האשכול.

איך געדענק איך בין געווען נישט מער געדאכט א אינגערמאן בערך אכט ניין יאר נאך די חתונה, און איך האב מיר איינמאל צוזאמעגענומען און אנגעהויבן מאכן א פונקטליכע חשבון פון אלע פארצווייגטע הוצאות פון שמחות ימים טובים זומער מתנות וכו' און געזען די נומער קומט אן אין די ריזיקע רבבות נישט צופיל ווייט פון א מאה, סיי האט מיר געגעבן א שאק וויסנדיג אז איך מאך נישט אזעלכע געלטער.

מיט די קאפ אין די וואנט אריין. איר האט געהאט אלע פראגראמען? טעקס ריטורן וכולי וכולי

איר ווילט פארקויפן אז רוב מענטשען מאכן 1000 און געבן אויס 1200, און איר זאגט אז עס איז ניטאמאל א נס...

גיוו מי א ברעיק, איך ווייס פאר א פאקט אז רוב עולם קומט נישט אויס. און אפילו די וואס קומען יא אויס איז עס ביי אסך נישט דוקא מיט א גראדקייט.

עס איז דא א ביאור הלכה וואס ברענגט די רש"י אין ביצה אויף כל מזונותיו קצובין, אז א מענטש זאל צוליב דעם זיין געווארענט וויפיל ער געבט אויס, ווייל מען וועט אים נישט צוגעבן מער וויפיל מען האט אים באשטימט...די ביאה"ל לייגט צו אז דורך דעם קומט מען צו גזל (אזוי ווי די מציאות ווייזט) אזוי אויך איז דא די גמרא אין פסחים פון אכול בצל ושב בצל און צענדליגער מאל אין ש"ס, און איז מובן לכל מי שיש לו מח בקדקדו אז מען געבט נישט אויס וואס מען האט נישט.

ביאור הלכה סימן תקכט סעיף א

(*) ואל יצמצם בהוצאת יו"ט: אבל בשאר הימים צריך כל אדם לצמצם בהוצאותיו [טור] ומקורו מהא דאיתא בגמרא מזונותיו של אדם קצובים לו מראש השנה וכו' ופירש"י ליזהר מלעשות יציאה מרובה שלא יוסיפו לו אלא מה שפסקו לו עכ"ל וזהו תוכחת מרובה על זמנינו שבעו"ה הרבה אנשים עוברין ע"ז ולא ישימו לב איך להתנהג בהוצאות ביתם להרחיק דברים המותרים ורבים חללים הפילה הנהגה הרעה הזו שמביאה את האדם לבסוף עי"ז לידי גזל וחמס וגם לחרפה וכלמה. והרבה סיבות יש שגורמים להנהגה רעה הזו. והסיבה הגדולה שבכולן הוא ע"י הנשים שדעתן קלות ואינן רואות הנולד ואשרי למי שיאמץ לבבו ולא ישגיח לפיתויים וינהל הוצאות ביתו בחשבון כפי ערך הרוחתו ולא יותר ועיין בקונטרס שפת תמים פרק ה' מה שכתבנו בזה
אמר רבה בר בר חנה אמר רבי יוחנן משמיה דרבי יהודה ברבי אילעי: אכול בָּצָל ושב בַּצֵל [5]; ולא תיכול אווזין ותרנגולין ויהא לבך רודף עליך [6]; פְּחוֹת ממיכלך וממשתיך - ותוסיף על דירתך.

כי אתא עולא – אמר: מתלא מתלין במערבא:

דאכיל אליתא [7] – טשי [מתחבא] בעליתא [8];

דאכיל קקולי [9] - אקיקלי דמתא שכיב [10

זעט אויס אז איר ווילט אביסל בארואיגען דעם גילטי קאנטשעס פארוואס איר ספענט מער וויפיל איר פארדינט מיטן הסבר פון ברכה וואס איז נגד התורה השכל, דאס מאכט עס אבער בכלל נישט ריכטיג. אפילו עס איז ליידער א מכת מדינה.
לעצט פארראכטן דורך חדשות אום מאנטאג יאנואר 09, 2017 5:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

ירחם השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

דער פותח האשכול האט דא אויפגעענפנט א נושא וואס ווען מען טראכט אריין דערין, כאפט אן א פחד! איך האב מיך שוין לאנג געוואונדערט, אז דא, צווישן אזעלכע שטארקע טראכטערס, איז נאכנישט דא קיין אשכול דערוועגן.

ווען אידן זאלן ווען פארשטיין וואס דא גייט פאר, וואו אהין די תוצאות קען אלס פירן, וואלט מען גאר שטארק געטון אין דעם פעלד פון לעבן נאר וויפיל מען האט.
דאס מיינט:
1) וואוינען דארט וואו עס איז ביליג.(עס שניידט די הוצאות מיט טויזנטער).
2) נישט קויפן נאר דאס וואס מען דארף.
3) ארויפלייגן אויפ'ן טיש קלאר פאר די הנהלת המוסדות אייער בודזשעט, און וויפיל איר קענט באצאלן, און וויפיל נישט. און נעמט אייך נישט אונטער קיין סכומים וואס איר וועט סיי ווי נישט קענען באצאלן.
4) פראבירט צו מאכן אביסל ערליכע פארדינטע געלט.
5) מחנך זיין די קינדער אויך אויף דעם וועג, און זיי זאגן "איך האב נישט יעצט קיין געלט דאס צו קויפן" (עס איז נישט קיין בושה).
6) און יא, נישט זיין קיין בעל צדקה, נאר אויב מען האט!
7) והעיקר, לעבן מיט א חשבון, נישט מיט א "פאלשע" בטחון!

קוקנדיג אויפ'ן היסטארישן שטאנדפוקט ווי אזוי עס איז געווען פאר'ן קריג, פאר'ן ערשטן און פאר'ן צווייטן, און דאס צושטעלן צום היינטיגן מצב. זעט אויס, אז עס האלט זיך ביים איבערחזרן דעם מצב פון אמאל, אז אומפארמעגליכע וועלן נישט קענען שיקן קיין בחורים אין ישיבות!
עס הייבט זיך אן ביי אזוי גערופענע "אזובי הקיר", אזעלכע וואס זענען ממילא נישט צופיל מצליח, נו, שוין, זאל ער גיין ארבייטן. אבער עס בלייבט נישט דארט, עס הייבט אן צו ווערן א סטענדערט, מען דערשרעקט זיך שוין נישט אזוי שטארק, און אזוי צוביסלעך ווערט דאס א נארמאלע זאך.
זייערע קינדער, וועלן שוין האבן טאטעס וואס וועט זיי שוין נישט צופיל קיצלען אז מען איז נישט אין קיין ישיבה.
אזוי איז געווען אין אלע גרויסע שטעט, נישט נאר אין אונגארן וואו עס איז געווען גאר שטארק איינגעפירט צו גיין ארבייטן העלפן אין די פרנסה, נאר אפילו אין פוילן איז דאס געווען, אין די גרויסע שטעט, און אויך אין די קליינע.
דערווייל ב"ה זעט נישט אויס אז דאס זאל אריבערגיין אויך צו קינדער פון תלמוד תורה, אבער השי"ת זאל אפהיטן וואס עס קען אלס ארויסקומען ווען א גאנצע ציבור לעבט אן א חשבון. דער זעץ וואס מען באקומט ווען דאס קראכט, און ווי שטארק דער קייט שלעפט מיט איינעם דעם צווייטן איז שרעקעדיג צו טראכטן.

השי"ת זאל העלפן און באשיצן דעם כלל ישראל!
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

בשבילי נברא האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:
נודניק האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:ווי לאנג מען מאכט נישט חתונה קיין קינדער איז דא אזאלכע וואס שטופען דורך מיט האבן אלע פראגראמען.

אויב האט מען נאך גאנץ א פיינעם זשאב, קען מען דורכשטופען.


ווען מען רעד פין לעבן אויף א נארמאלע לעבנס שטייגער דארף מען אין אכט נעמען אז איינער וואס קען נאר דורך שטיפן דורך ניצען פראגרעמס הייסט נישט געלעבט נארמאל, דעס אז מען באקימט עס לכתחילה צי בדיעבד פין די גאווערמענט מאכט עס נישט ווייניגער שנארעריש ווי א נדבה פין אן עושר צי א ארץ ישראלדיגע איד,


שמעתי מת"ח אחד ויר"ש מרבים שהי' עני הגון כפול שמונה, ולא הי' לו לחם לאכול ובגד ללבוש ממש בלי גוזמא.
שפעם אחת נכנס לקו"פ למרן הק' מסאקמיר זי"ע, ונתן לו הקוויטל. ושאלו הרבי, איך מצב הפרנסה. וענה הת"ח שלוקח פראגראגראמען מהרעגירונג כאן.
ונתחוור רביה"ק באמרו: אתה לוקח ממעות הללו?
וענה לו הת"ח כשהוא שבור ורצוץ: רבי אבל זהו פיקוח נפש ממש.
ולא ענה לו רבינו הק' כלום. (כלומר שרבינו לא רצה לפסוק להפסיק, אבל לא הי' ניחא לי', למרות שידע שעני הגון הוא.

ומה יענו איזובי קיר, האומרים הב הב, ולוקחים כל הפראגראמען למען ספות היוקאן (!)


די לעצטע פאר ווערטער זענען 98% שקר וכזב, רובא דרובא פון די וואס נעמען איז עס ווייל זיי זענען באמת אנגעוויזן דערויף, און זיי קענען קוים דעם טאג דורכקומען אן דעם.


גא"מ. סתם הוצאת לעז אויף טויזענטער אידן וואס "מיזן" נעמען שטאטישע הילף פשוט אויף ברויט מיט פוטער.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

היסטאריע האט געשריבן:7) והעיקר, לעבן מיט א חשבון, נישט מיט א "פאלשע" בטחון!


אדער הסברים מיט ברכה וכולי
לעצט פארראכטן דורך חדשות אום מאנטאג יאנואר 09, 2017 5:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

פאראכטן די קארגע מינימום צו עטוואס מער רעאליסטישע ציפערן, און צוטיילט אין 4 חלקים. בלויז חלק א' איז $7000 א חודש!

ר' יום טוב האט געשריבן:סתם טעגליכע לויפנדע הוצאות פאר א דורכשניטליכע און אפילו גוטע פארדינער אויפן שפארזאמסטן אופן איז אומגעהויער.
דאס אידיש לעבן איז גאר קאסטבאר, אפילו אויב מען שפענדט נאר דעם מינימום שבמינומום.

לאמיר מאכן דעם שנעלן חשבון:

חלק א' טעגליכע לויפנדע הוצאות.
האוזינג = מארגעדזש - פראפערטי טעקס - קאנדא - דאון פעימענט חובות - ריפערס - האומאוינער אינשורענס = $2500 א חודש.
טואישן = שכר לימוד - טראנספארטאציע - טיפס - קעמפ - סקול סופלייס - טריפס $1200 א חודש.
גראסערי = עסן - פיש - פלייש - פעיפער גודס = $1200 א חודש.
קאר = ליעס - געז - אינשורענס - ריפערס - טאלס = $500 א חודש.
קליידונג = דריי גודס - מענער/פרויען/קינדער מלבושים - שיך - מאנטלען = $400 א חודש.
געזונט = מעדעצינישע עקפענסעס - קאפעי - אינשורענס - דענטאל - אווער די קאונטער - ווייטאמינס = $200 א חודש.
יוטיליטיס = היים טעלעפאון - סעלפאון - געז & לעקטער - גארבעדזש - וואסער - סוער = $400 א חודש.
צדקה = דינער געלט - ליכט צינדן - טיי אווענט - משפחה - געלט גייערס = $200 א חודש.
גויטע = געהילף אין שטוב = $200 א חודש.
קהילה = מעמבערשיפ - נדו"נ - זיצן געלט - מקוה געלט - קימחה דפיסחא. $150 א חודש.

חלק ב' אנדערע אויסגאבן
וואקאציע, מתנות, דזשודעיקא, שפילצייג, עלעקטראניקס, וויין שטיבל, קליענערס, בדיקת תפילין ומזוזות, טאשן געלט.
איינמאליגע גרעסערע איינקויפן ווי נייע אפעליינסעס, פורניטשער, הארדווער, געשיר. וכדו'.

חלק ג'
די אסטראנאמישע ימים טובים הוצאות, און ווער רעדט נאך פון א שמחה אין שטוב, חתונה, בר מצוה, געבורט.

חלק ד'
דערנאך איז אייביג פאראן א ספעציעלע הוצאה ביי יעדעם אנדערש, ווי צולערנען מיט א קינד פרייוואט, לייף אינשורענס, א.א.וו.

ווי געזאגט איז דאס אלעס דער מינימום שבמינימום, און ס'איז זיכער אז יעדער וועט צוטרעפן איינס אדער מערערע פון די זאכן וואס קאסט אפ פיל מער.

שטעלט זיך די פראגע,
האיך יכנס הפשתן הזה??
אוועטאר
א מחי'
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א מחי' »

ר' יום טוב האט געשריבן:פאראכטן די קארגע מינימום צו עטוואס מער רעאליסטישע ציפערן, און צוטיילט אין 4 חלקים. בלויז חלק א' איז $7000 א חודש!

ר' יום טוב האט געשריבן:סתם טעגליכע לויפנדע הוצאות פאר א דורכשניטליכע און אפילו גוטע פארדינער אויפן שפארזאמסטן אופן איז אומגעהויער.
דאס אידיש לעבן איז גאר קאסטבאר, אפילו אויב מען שפענדט נאר דעם מינימום שבמינומום.

לאמיר מאכן דעם שנעלן חשבון:

חלק א' טעגליכע לויפנדע הוצאות.
האוזינג = מארגעדזש - פראפערטי טעקס - קאנדא - דאון פעימענט חובות - ריפערס - האומאוינער אינשורענס = $2500 א חודש.
טואישן = שכר לימוד - טראנספארטאציע - טיפס - קעמפ $1200 א חודש.
גראסערי = עסן - פיש - פלייש - פעיפער גודס = $1200 א חודש.
קאר = ליעס - געז - אינשורענס - ריפערס - טאלס = $500 א חודש.
קליידונג = דריי גודס - מענער/פרויען/קינדער מלבושים - שיך - מאנטלען = $400 א חודש.
געזונט = מעדעצינישע עקפענסעס - קאפעי - אינשורענס - דענטאל - אווער די קאונטער - ווייטאמינס = $200 א חודש.
יוטיליטיס = היים טעלעפאון - סעלפאון - געז & לעקטער - גארבעדזש - וואסער - סוער = $400 א חודש.
צדקה = דינער געלט - ליכט צינדן - טיי אווענט - משפחה - געלט גייערס = $200 א חודש.
גויטע = געהילף אין שטוב = $200 א חודש.
קהילה = מעמבערשיפ - נדו"נ - זיצן געלט - מקוה געלט - קימחה דפיסחא. $150 א חודש.

חלק ב' אנדערע אויסגאבן
וואקאציע, מתנות, דזשודעיקא, שפילצייג, עלעקטראניקס, וויין שטיבל, קליענערס, בדיקת תפילין ומזוזות, סקול סופלייס, טאשן געלט.
איינמאליגע גרעסערע איינקויפן ווי נייע אפעליינסעס, פורניטשער, הארדווער, געשיר. וכדו'.

חלק ג'
די אסטראנאמישע ימים טובים הוצאות, און ווער רעדט נאך פון א שמחה אין שטוב, חתונה, בר מצוה, געבורט.

חלק ד'
דערנאך איז אייביג פאראן א ספעציעלע הוצאה ביי יעדעם אנדערש, ווי צולערנען מיט א קינד פרייוואט, לייף אינשורענס, א.א.וו.

ווי געזאגט איז דאס אלעס דער מינימום שבמינימום, און ס'איז זיכער אז יעדער וועט צוטרעפן איינס אדער מערערע פון די זאכן וואס קאסט אפ פיל מער.

שטעלט זיך די פראגע,
האיך יכנס הפשתן הזה??

נאך אלס צו קליינע השגות
אהה! א מחי' צו זיין א איד!!
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

ווער האט דיך געבעטן רעכענען?
לאדעך אפ ס'העט ממילא קיינמאל נישט שטימען......

ביי די וועי
פאראן אסאך עשירים אדירים בתוכינו ברוך השם אויכעט, מאכט נישט די מצב אזוי שווארץ......
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

ראספשע האט געשריבן:ביי די וועי
פאראן אסאך עשירים אדירים בתוכינו ברוך השם אויכעט, מאכט נישט די מצב אזוי שווארץ......


דאס איז 100% אמת. און אסך העלפען טאקע דעם ציבור מיט נתינות און הלוואות (וואס ווערן קיינמאל נישט צוריקגעצאלט). פרעגט נאר די גבירים.

דאס פארענטפערט א חלק פון די תמיהא.
לעצט פארראכטן דורך חדשות אום מאנטאג יאנואר 09, 2017 5:37 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
רודף שלום
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 1:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רודף שלום »

ר' יום טוב האט געשריבן:דער בודזשעט וואס איך האב פארגעשטעלט איז באמת גאר קארג און כמעט אוממעגליך אפילו פאר די שפארזאמע.


איז אפילו פאראן עפעס וואס "מיר" זענען ביכולת צו טאן דערוועגן? עס איז נישט קלאר. אבער איין זאך איז זיכער: אזוי לאנג ווי מיר מוזן וואוינען אונטער די מאמעס פארטוך, גיין אין קאנטרי/קעמפ, און אזוי לאנג ווי יעדער וויל האבן א באגעבו מיט אן אדעסי, גרעניט און מאלדינגס, איז זיכער נישטא וואס צו מאכן.

אזוי לאנג ווי אלע קינדער מוזן גיין מעטשינג, אזוי לאנג ווי מיר האבן א תאווה צו טון נאר "שיינע" שידוכים, מיר פראווען שמחות וואס מיר קענען נישט באצאלן, מיר וועלן נאכטאנצן יעדע סטאנדארד, וועלן מיר זיכער זיין אנגעוויזן אויף די רחמנות פון די ארומיגע צוזאמצושטעלן געלט פאר אלע פון אונז.

און עס איז פאראן נאך א חלק, ואידך זיל גמור.


דו ביסט אנגעקומען אין קאנטרי מיט דיין אדעסי מיט קפיצת הדרך. (געדענקסט נאך די געים?...)

נעם א אינגערמאנטשיקל מיט צוויי זיסע קינדערלעך, וואס מאכט 1200 דאללער א וואך.
Monthly Gross income $4800. r
Monthly net income $3936. <br>
<br>
רענט פאר א צוויי בעדרום דירה $1500<b
יוטיליטיס (געז, עלעקטער,פאון און סעלפאון ) $200
פיש, פלייש, גראסערי $1000
שכר לימוד $500>
אבאמא קעיר $860

האסטו שוין א דעפיציט פון $124<br>


יעצט פרוביר אריינצושטופן קליידונג מיט שיך, אויל פאר די חנוכה ליכט, א גראגער פאר פורים, און א בדיקת חמץ סעט. ווער רעדט נאך פון א קיישעלע פאר די ד' מינים. די לאך איז גארנישט ביי די קאנטרי-אדעסי-מאמעס פארטוך
ארטאדאקס
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטאדאקס »

עס ווערט געברענגט פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע אז עס איז ידוע אז דער חשבון שטימט נישט אבער השי"ת העלפט יעדעם איינעם
אויך איז דא אזא מאמר פון רבי שאול בראך זי"ע אז דער חשבון ביי יעדן מענטש שטימט נישט אבער ....
אין אזוי הערט מען פון זייער אסאך אידן נאכן דורך שוויצן די יארן פון שפייזן אין חתונה מאכן א גרויסע משפחה איך ווייס נישט ווי אזוי אבער דער אייבערשטער האט אייביג געהאלפען אויף עפעס אן אופן
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

ארטאדאקס האט געשריבן:עס ווערט געברענגט פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע אז עס איז ידוע אז דער חשבון שטימט נישט אבער השי"ת העלפט יעדעם איינעם
אויך איז דא אזא מאמר פון רבי שאול בראך זי"ע אז דער חשבון ביי יעדן מענטש שטימט נישט אבער ....
אין אזוי הערט מען פון זייער אסאך אידן נאכן דורך שוויצן די יארן פון שפייזן אין חתונה מאכן א גרויסע משפחה איך ווייס נישט ווי אזוי אבער דער אייבערשטער האט אייביג געהאלפען אויף עפעס אן אופן

דאס פטר'ט נישט פון טאן וואס מען דארף.
נאר נאכ'ן טאן וואס מען דארף, זעט מען נאך אלס ישועות פון הימל
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

רב ארטאדאקס, דאס איז אבער נאר געזאגט געווארן פאר אידן וואס גלייבן אין חז"ל. ודי
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

היסטאריע האט געשריבן:
ארטאדאקס האט געשריבן:עס ווערט געברענגט פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע אז עס איז ידוע אז דער חשבון שטימט נישט אבער השי"ת העלפט יעדעם איינעם
אויך איז דא אזא מאמר פון רבי שאול בראך זי"ע אז דער חשבון ביי יעדן מענטש שטימט נישט אבער ....
אין אזוי הערט מען פון זייער אסאך אידן נאכן דורך שוויצן די יארן פון שפייזן אין חתונה מאכן א גרויסע משפחה איך ווייס נישט ווי אזוי אבער דער אייבערשטער האט אייביג געהאלפען אויף עפעס אן אופן

דאס פטר'ט נישט פון טאן וואס מען דארף.
נאר נאכ'ן טאן וואס מען דארף, זעט מען נאך אלס ישועות פון הימל

דא האסטו וואס א היימישער יואלי האט געטוען וואס מען דארף..........
http://therealdeal.com/2017/01/06/yoel- ... investors/
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”