מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געקלערט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » מאנטאג ינואר 09, 2017 1:55 pm

מאחמוד אבאס האט היינט געשיקט א בריוו צו טראמפ אים צו ווארענען נישט צו ריקן די עמבעסי ווייל ס'צושטערט די גאנצע שלום פראסעס.

SPUSMN
שר תשעת אלפים
תגובות: 9171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג ינואר 09, 2017 3:15 pm

געקלערט האט געשריבן:מאחמוד אבאס האט היינט געשיקט א בריוו צו טראמפ אים צו ווארענען נישט צו ריקן די עמבעסי ווייל ס'צושטערט די גאנצע שלום פראסעס.

ער וויל א שלום פראסעס אדער שלום?

פאר שלום האט ער געקענט באקומען אינטער אהוד ברק; האלב ארץ ישראל, גאנץ עזה, און נאך א וועג וואס קאנעקט די שטחים צו עזה. פאר א שלום פראסעס (דעט ליעדס טו נאו-וויר) באקומט ער צוריק א שלום פראסעס (דעט ליעדס טו נאו-וויר).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

24/7
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 01, 2016 3:47 pm

תגובהדורך 24/7 » מאנטאג ינואר 09, 2017 3:32 pm

געקלערט האט געשריבן:מאחמוד אבאס האט היינט געשיקט א בריוו צו טראמפ אים צו ווארענען נישט צו ריקן די עמבעסי ווייל ס'צושטערט די גאנצע שלום פראסעס.

שלום :mrgreen: :mrgreen: :mrgreen:

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » דינסטאג ינואר 10, 2017 6:27 am

אבאמא האט נעכטן אפגעגעבן א אינטערויוו פאר די מדנ"י טעלוויזיע אין די עובדה פראגראם און געזאגט אז ביבי האטו געהאט די לעצטע אכט יאהר אין די ווייסע הויז א גיטע חבר און ער האט נישט געוואלט אנערקענען דערין
נאך האט ער געזאגט אויף די שאלה טאמער ביבי קען שלאפן רואיג ביז ינואר די 20'סטע און ער גייט נישט אנווערטשאפן נאך א פאטש פאר מדנ"י, אז די שאלה דארף זיין צו ביבי ועט קענען שלאפן רואיג נאך די 20'סטע...

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג ינואר 10, 2017 9:40 am

פטיש האט געשריבן:אבאמא האט נעכטן אפגעגעבן א אינטערויוו פאר די מדנ"י טעלוויזיע אין די עובדה פראגראם און געזאגט אז ביבי האטו געהאט די לעצטע אכט יאהר אין די ווייסע הויז א גיטע חבר און ער האט נישט געוואלט אנערקענען דערין
נאך האט ער געזאגט אויף די שאלה טאמער ביבי קען שלאפן רואיג ביז ינואר די 20'סטע און ער גייט נישט אנווערטשאפן נאך א פאטש פאר מדנ"י, אז די שאלה דארף זיין צו ביבי ועט קענען שלאפן רואיג נאך די 20'סטע...

אזעלכע פריינד אויף מיינע שונאים...

כ'האב נישט געוויסט אז ער איז געווארן א בדחן... מן הסתם האט ער זיך צוגעלערנט פון בדחן ביידען...
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

24/7
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 01, 2016 3:47 pm

תגובהדורך 24/7 » דינסטאג ינואר 10, 2017 9:41 am

זאכליך האט געשריבן:
פטיש האט געשריבן:אבאמא האט נעכטן אפגעגעבן א אינטערויוו פאר די מדנ"י טעלוויזיע אין די עובדה פראגראם און געזאגט אז ביבי האטו געהאט די לעצטע אכט יאהר אין די ווייסע הויז א גיטע חבר און ער האט נישט געוואלט אנערקענען דערין
נאך האט ער געזאגט אויף די שאלה טאמער ביבי קען שלאפן רואיג ביז ינואר די 20'סטע און ער גייט נישט אנווערטשאפן נאך א פאטש פאר מדנ"י, אז די שאלה דארף זיין צו ביבי ועט קענען שלאפן רואיג נאך די 20'סטע...

אזעלכע פריינד אויף מיינע שונאים...

כ'האב נישט געוויסט אז ער איז געווארן א בדחן... מן הסתם האט ער זיך צוגעלערנט פון בדחן ביידען...

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
געקלערט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » דינסטאג ינואר 10, 2017 12:49 pm

געקלערט האט געשריבן:מאחמוד אבאס האט היינט געשיקט א בריוו צו טראמפ אים צו ווארענען נישט צו ריקן די עמבעסי ווייל ס'צושטערט די גאנצע שלום פראסעס.
סי ען ען באריכטעט אז טראץ די בריוו פון אבאס צו טראמפ, גייט טראמפ נאך ווייטער אן מיט די פלענער צו ריקן די אמבעסאדער קיין ירושלים, לויט די באריכט האט שוין די טראמפ טיעם איינגעמאלדן פאר די אלע אמעריקאנע עלייס אין יענע ראיאן איבער די פלענער, די באריכט געט אויך אן פון א אומבאקאנטע הויכע איזראעלי איינגעשטעלטע אז די באשלוס איז ערווארטעט ארויסצוקימען אזוי פרי ווי אין מאי 24 וואס דאמעלס פראוועט מען אין מדנ"י די "יום ירושלים" פייערונג וואס צייכענט אפ די טאג פון די זעקס טאגעדיגע מלחמה וואס מדנ"י האט איינגענימען ירושלים.

SPUSMN
שר תשעת אלפים
תגובות: 9171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג ינואר 10, 2017 1:10 pm

פטיש האט געשריבן:אבאמא האט נעכטן אפגעגעבן א אינטערויוו פאר די מדנ"י טעלוויזיע אין די עובדה פראגראם און געזאגט אז ביבי האטו געהאט די לעצטע אכט יאהר אין די ווייסע הויז א גיטע חבר און ער האט נישט געוואלט אנערקענען דערין
נאך האט ער געזאגט אויף די שאלה טאמער ביבי קען שלאפן רואיג ביז ינואר די 20'סטע און ער גייט נישט אנווערטשאפן נאך א פאטש פאר מדנ"י, אז די שאלה דארף זיין צו ביבי ועט קענען שלאפן רואיג נאך די 20'סטע...

ליציור אז ער זאגט אמת, און איז א א אמת'ע אידען פריינט, און געהאט די בעסטע כוונות וואס נאר שייך; און ביבי וואלט דאס אלעס אנערקענט; וואס פינקטליך וואלט היינט געווען אנדערש?

וואלט געווען שלום?

וואלט איראן'ס סכנה געווען קלענער?

וואלט די מלחמה און עזה זיך בעסער גע'ענדיגט, אדער וואלט זיך עס בכלל נישט אנגעהויבען?

ווער עס קלערט אויף איינע פון די קשיות אז "יא"; דרייט זיך איבער אויף דער אנדערע זייט און חלום ווייטער.
--
יעצט אויף דער פליפ זייט פונעם מטבע; וואס וועט דא זיין מיט טראמפ בעסער? איז דער ענטפער ווער ווייסט (קיינער ווייסט נישט)? איך קען זיך נישט פארשטעלען קיין שלום מיט די אראבער, אבער איך קען זיך אויך נישט פארשטעלען אז ס'וואלט געווען בעסער אינטער קלינטאן.

ווי עס זאל נישט זיין, דארפען מיר גרויס רחמי שמים; נישט נתניהו און נישט הערצאג איז דער סאלשוען; זאל דער אייבערשטער האלטען דער רעכטע האנט, ואין לנו להשען אלא על אבינו שבשמים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
אברהם שמואל לעמברגער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
לאקאציע: מונקאטש, אונגארין

תגובהדורך אברהם שמואל לעמברגער » דינסטאג ינואר 10, 2017 3:50 pm

איך האב היינט געהערט איינער וואס האט געהאט א טענה אויף דעם יוד וואס געהרגט דעם מחבל...
ער האט געזאגט אז דעם מעשה געווען 'חסר אחריות'...

טייטל
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » דינסטאג ינואר 10, 2017 4:43 pm

ווער האטעס געזאגט? אבאמא? קערי?

אוועטאר
אברהם שמואל לעמברגער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
לאקאציע: מונקאטש, אונגארין

תגובהדורך אברהם שמואל לעמברגער » דינסטאג ינואר 10, 2017 4:53 pm

טייטל האט געשריבן:ווער האטעס געזאגט? אבאמא? קערי?

ניין, עפעס א לינקער ציוני פון תל אביב... ה"י...

אינטערגעציפט
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2014 4:54 pm

תגובהדורך אינטערגעציפט » דינסטאג ינואר 10, 2017 5:08 pm

אברהם שמואל לעמברגער האט געשריבן:
טייטל האט געשריבן:ווער האטעס געזאגט? אבאמא? קערי?

ניין, עפעס א לינקער ציוני פון תל אביב... ה"י...

באק חלות אין דיין באבעס אויוון.

אוועטאר
געקלערט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » דינסטאג ינואר 10, 2017 5:25 pm

און אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז די טראמפ טראנזישאן טיעם האט געזאגט פאר מדנ"י אז פון זייער זייט זענען זיי גרייט צו ריקן די אמבעסאדע קיין ירושלים, נאר מדנ"י דארף אפמאכן צו זיי ווילן עס, ווייל ווי פארשטענדליך גייט אזא זאך האבן געפערליכע קאסעקווענצן פאר מדנ"י און אויב זיי זענען גרייט צו האבן די נאכווייען דערפון זענען זיי גרייט צו ריקן די אמבעסאדע.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג ינואר 10, 2017 10:38 pm

SPUSMN האט געשריבן:יעצט אויף דער פליפ זייט פונעם מטבע; וואס וועט דא זיין מיט טראמפ בעסער? איז דער ענטפער ווער ווייסט (קיינער ווייסט נישט)? איך קען זיך נישט פארשטעלען קיין שלום מיט די אראבער, אבער איך קען זיך אויך נישט פארשטעלען אז ס'וואלט געווען בעסער אינטער קלינטאן.

ווייסן ווייס איך נישט וויאזוי עס וואלט אויסגעזען אונטער קלינטאן, אבער עס איז קלאר אז נען דארף דאנקען דעם באשעפער אז עס גייט נישט אריין אין ווייסן הויז איינע וואס האט נישט קיין פראבלעם "צו אנרייצן די פאלעסטינער צו 'ציווילע' איבערקערענישן" ה"י.
SPUSMN האט געשריבן:ווי עס זאל נישט זיין, דארפען מיר גרויס רחמי שמים; נישט נתניהו און נישט הערצאג איז דער סאלשוען; זאל דער אייבערשטער האלטען דער רעכטע האנט, ואין לנו להשען אלא על אבינו שבשמים.

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מיטוואך ינואר 11, 2017 12:38 pm

א פאלעסטינער צייטונג באריכטעט אז די רעגירונג פון קאטאר פירט געהיימע געשפרעכן צווישן כאמאס און מדינת ישראל, פאר נאך אן אויסטויש. לויט'ן פלאן, וועט מדינת ישראל זיך פארפליכטן צו באפרייען א גרופע כאמאס טעראריסטן פון טורמע, און אין אויסטויש וועט כאמאס צוריקגעבן די קערפער פון די צוויי אומגעקומענע זעלנער אורון שאול הי"ד און הדר גאלדין הי"ד, און אויך וועלן זיי צוריקגעבן דעם זעלנער אברהם מאנגיסטו, א פארלוירענער צה"ל זעלנער אין עזה וואס מ'גלייבט אז ער לעבט נאך.
Democrats need to start getting elected by doing things right, not waiting for someone else to do something wrong.

אוועטאר
טריסקער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך ינואר 11, 2017 12:44 pm

שווער צו גלייבן אז אזא אויסטויש וועט טאקע צושטאנד קומען. דער יעצטיגער שר הביטחון, אביגדור ליבערמאן, איז גאר שארף קעגן באפרייען כאמאס טעראריסטן, אפילו פארן אויסטויש מיט די 2 אומגעקומענע זעלנער און דעם עטיאפישן זעלנער מאנגיסטו. ער האט דאס שוין גראדע אפענערהייט געזאגט אז ער וועט נישט צולאזן אזא זאך.
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

טייטל
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מיטוואך ינואר 11, 2017 1:03 pm

ווער איז באלעבאס ביבי אדער ליברמאן?
מנגיסטו איז געווען א זעלנער? איי דאנט טינג סאו

אוועטאר
טריסקער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך ינואר 11, 2017 1:15 pm

גערעכט טייטל, מנגיסטו איז טאקע נישט קיין זעלנער.
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5848
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך ינואר 11, 2017 2:27 pm

יהודי האט געשריבן:א פאלעסטינער צייטונג באריכטעט אז די רעגירונג פון קאטאר פירט געהיימע געשפרעכן צווישן כאמאס און מדינת ישראל, פאר נאך אן אויסטויש. לויט'ן פלאן, וועט מדינת ישראל זיך פארפליכטן צו באפרייען א גרופע כאמאס טעראריסטן פון טורמע, און אין אויסטויש וועט כאמאס צוריקגעבן די קערפער פון די צוויי אומגעקומענע זעלנער אורון שאול הי"ד און הדר גאלדין הי"ד, און אויך וועלן זיי צוריקגעבן דעם זעלנער אברהם מאנגיסטו, א פארלוירענער צה"ל זעלנער אין עזה וואס מ'גלייבט אז ער לעבט נאך.

נאכדעם גייט מען שרייען אז כאמאס שטארקט זיך און זיי באדראען די פאלעסטינער אויטאריטעט.
ווער האט דיר געהייסן באפרייען טעראריסטן?
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

רצון טוב
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך ינואר 11, 2017 4:26 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:א פאלעסטינער צייטונג באריכטעט אז די רעגירונג פון קאטאר פירט געהיימע געשפרעכן צווישן כאמאס און מדינת ישראל, פאר נאך אן אויסטויש. לויט'ן פלאן, וועט מדינת ישראל זיך פארפליכטן צו באפרייען א גרופע כאמאס טעראריסטן פון טורמע, און אין אויסטויש וועט כאמאס צוריקגעבן די קערפער פון די צוויי אומגעקומענע זעלנער אורון שאול הי"ד און הדר גאלדין הי"ד, און אויך וועלן זיי צוריקגעבן דעם זעלנער אברהם מאנגיסטו, א פארלוירענער צה"ל זעלנער אין עזה וואס מ'גלייבט אז ער לעבט נאך.

נאכדעם גייט מען שרייען אז כאמאס שטארקט זיך און זיי באדראען די פאלעסטינער אויטאריטעט.
ווער האט דיר געהייסן באפרייען טעראריסטן?

כאמאס האט געניג ווי די צפרדעים עס מאכט נישט אויס די פאר טעראריסטען וואס מען לאזט ארויס פין שטייג

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5848
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך ינואר 11, 2017 4:33 pm

איך רעד נישט פון די שאדן וואס די עטליכע טעראריסטן קענען אנמאכן (כאטש ווען מדנ"י באפרייט הונדערטער כאמאס ארעסטאנטן איז דאס דירעקט יא א וויכטיגע פראגע). איך באציה זיך צו די פאליטישע בענעפיט וואס דאס געט פאר כאמאס.
עס איז קלאר אז ווען פאלעסטינער וואס זענען געזיצן לאנגע יארן אין מדנ"י טורמעס ווערן באפרייט אין אן אפמאך מיט כאמאס, שטארקט דאס זייער שטארק, פאליטיש, די טעראר גרופע.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » מיטוואך ינואר 11, 2017 6:07 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:א פאלעסטינער צייטונג באריכטעט אז די רעגירונג פון קאטאר פירט געהיימע געשפרעכן צווישן כאמאס און מדינת ישראל, פאר נאך אן אויסטויש. לויט'ן פלאן, וועט מדינת ישראל זיך פארפליכטן צו באפרייען א גרופע כאמאס טעראריסטן פון טורמע, און אין אויסטויש וועט כאמאס צוריקגעבן די קערפער פון די צוויי אומגעקומענע זעלנער אורון שאול הי"ד און הדר גאלדין הי"ד, און אויך וועלן זיי צוריקגעבן דעם זעלנער אברהם מאנגיסטו, א פארלוירענער צה"ל זעלנער אין עזה וואס מ'גלייבט אז ער לעבט נאך.

נאכדעם גייט מען שרייען אז כאמאס שטארקט זיך און זיי באדראען די פאלעסטינער אויטאריטעט.
ווער האט דיר געהייסן באפרייען טעראריסטן?

זאל ער זיך נאר וואגן אפצוזאגן דעם אפמאך, אלע לינקע (ובתוכם שלמה'לע...) וועלן שוין האבן וואס צו שרייען... פלוצלינג זעהסטו עס פאר א חסרון אז ער באפרייט? מען דארף דאך א שלום...
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5848
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך ינואר 11, 2017 6:46 pm

יא, בוי ווייטער אין די שטחים און בוי ווייטער כאמאס' קרעדיביליטי צווישן די פאליטישער.
... ווייל... דו ווייסט דאך ... שלום..
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מיטוואך ינואר 11, 2017 8:16 pm

משה מאשקאוויטש האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:א פאלעסטינער צייטונג באריכטעט אז די רעגירונג פון קאטאר פירט געהיימע געשפרעכן צווישן כאמאס און מדינת ישראל, פאר נאך אן אויסטויש. לויט'ן פלאן, וועט מדינת ישראל זיך פארפליכטן צו באפרייען א גרופע כאמאס טעראריסטן פון טורמע, און אין אויסטויש וועט כאמאס צוריקגעבן די קערפער פון די צוויי אומגעקומענע זעלנער אורון שאול הי"ד און הדר גאלדין הי"ד, און אויך וועלן זיי צוריקגעבן דעם זעלנער אברהם מאנגיסטו, א פארלוירענער צה"ל זעלנער אין עזה וואס מ'גלייבט אז ער לעבט נאך.

נאכדעם גייט מען שרייען אז כאמאס שטארקט זיך און זיי באדראען די פאלעסטינער אויטאריטעט.
ווער האט דיר געהייסן באפרייען טעראריסטן?

זאל ער זיך נאר וואגן אפצוזאגן דעם אפמאך, אלע לינקע (ובתוכם שלמה'לע...) וועלן שוין האבן וואס צו שרייען... פלוצלינג זעהסטו עס פאר א חסרון אז ער באפרייט? מען דארף דאך א שלום...

די אמעריקאנער געזעץ לויטעט (וואס אבאמא האט געבראכן) אז מען פארהאנדלט נישט מיט טעראריסטן! עס געבט זיי די מוד און פאוער נאכאמאל דאס צו טון אז מען זאל נאכאמאל דארפן פארהאנדלן (להבדיל אלף אלפי הבדלות ע"פ תורה איז אויך אזוי די דין ביי נשבה בין עכו"ם און זיי פארלאנגן א גרויסע מאס אויסלייז געלט)
THE TROUBLE WITH OUR LIBERAL FRIENDS IS NOT THAT THEY'RE IGNORANT
IT'S JUST THEY KNOW SO MUCH THAT ISN'T SO
~Ronald Reagan~

לעכטיגער
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

תגובהדורך לעכטיגער » מיטוואך ינואר 11, 2017 8:41 pm

ס'איז אלס געווען קענטיג אז זיין אנטי מדנ"י/פרא פאלעסטינער שטעלונג האט קנאפ צוטאן מיט שיטת היהדות החרדית ובראשם מרן מסאטמאר זצוק"ל וכמבואר בספרו הקדוש ויואל משה. נאר כ'האב געמיינט אז ווי מאנכע, מחמת התנגדות למדינה באקומט מען אזא לינקע פרא פאלעסטינע צוגאנג.
דערווייל זעה איך אז ס'איז עפעס אנדערש אינגאנצען. ס'איז פשוט פרא פי. על. או.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: police, ווייסע זאקן, ווערעצקי, יאנקל, ירח וכוכבים, קאפ און אקסל, שליו ודגים און 35 געסט