רבי שמואל טייטלבוים מגארליץ זצ"ל - ט' חשון תרמ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

תולעת-ספרים
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 9:52 am

תגובהדורך תולעת-ספרים » מאנטאג פאברואר 02, 2015 10:26 am

ווילוויסן האט געשריבן:ווער איז געווען ר' יעקב טייטעלבוים פון ניעפלא(וו)[מ]יץ וואס שרייבט א בריוו בשנת תר"ץ פארן בעל מליצי אש, מיט די חתימה 'נכד איהעל ראפשיץ בעלז צאנז זידיטשב'?


ר' יעקב איז געוועהן א זוהן פון הרה"ג ר' מנחם ט"ב אב"ד ניעפאלאמיץ (נעבען קראקא) בן הרה"ג ר' חיים דומ"ץ קראקא, ער חתמ'ט זיך נכד צאנז ראפשיץ וכו', ווייל זיין מאמע איז געוועהן א טאכטער פון הרה"צ ר' אברהם רוקח פון אוליינוב, דער איידעם פון הרה"צ ר' חיים יעקב הורוויץ אב"ד אוליינוב, וואס האט חתונה גיהאט מיט א טאכטער פון הרה"ק ר' משה אונגער, חתנא דבי נשיאה הרה"ק בעל "דברי חיים".

Arthur
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 6:28 pm

תגובהדורך Arthur » מאנטאג פאברואר 02, 2015 5:34 pm

ביקסאד האט געשריבן:נעתק ממצבתה של האשה ריצא רעכל בת ר' דוד ט"ב ואשת ר' חי"ל גרין,
נפטרה כ"ה שבט תשס"ב, מנו"כ בחלקת סיגעט בניו דזשערזי,

.



האסט אפשר א בילד פין די מצבה פין האשה ריצא רעכל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 24, 2015 12:34 pm

שקר_הדייעט האט געשריבן:מילער ושאר החברים,

איינער האט מיר געוויזן א בילד פון א "דאבעל מצבה" (איבער צוויי קברים) פון א בית החיים אין ניו יארק, און איך שרייב נאך עטליכע פרטים:

אויף די רעכטע זייט פון די מצבה:

פ"נ וכו'
ר' ברוך טייטלבוים
בן ר' נחמן מנחם
בן הרה"צ ר' נפתלי צבי
בן הרה"צ רבי שמואל מגארליץ
בן רבי אלעזר ניסן
בן הישמח משה

נולד תר"ס ונפטר בשנת תשכ"ט

אויף די לינקע זייט פון די מצבה:
פ"נ וכו'
ר' שמעון יהודה טייטלבוים
בן ר' ברוך
בן ר' נחמן מנחם
בן ר' נפתלי צבי
בן רבי שמואל מגארליץ
בן ר' אלעזר ניסן
בן הישמח משה

נפטר בשנת תשמ"ג

(די טיטלען פאר די נעמען ברענג איך נישט נאך בדיוק (איך געדענק נישט), איך ברענג עס נאר ווייל אויף ר' נפתלי צבי שטייט "הרה"צ" און אויף דעם נחמן מנחם וכו', שטייט נאר ר'

די מצבות זענען געשריבן אויף ענגליש אויך, און אויבן שטייט אין ענגליש א גרויסער ווארט TEITELBAUM

יענער האט אויף די מינוט נישט געדענקט צי די מצבה איז אין מאונט חברון אדער ערגעץ אנדערש דא אין ניו יארק.


ר' נחמן מנחם ט"ב איז געווען באקאנט אלס ר' מענדל טייטלבוים, ער איז שוין געקומען קיין אמעריקא בשנת תר"פ, דא איז דער צענזוס רעקארד פון זיין משפחה בשנת ת"ש:
https://familysearch.org/ark:/61903/1:1:KQTM-R7X

אוועטאר
מצבות שטעלער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12097
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 31, 2013 3:40 pm

תגובהדורך מצבות שטעלער » דינסטאג מארטש 24, 2015 12:54 pm

Arthur האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:נעתק ממצבתה של האשה ריצא רעכל בת ר' דוד ט"ב ואשת ר' חי"ל גרין,
נפטרה כ"ה שבט תשס"ב, מנו"כ בחלקת סיגעט בניו דזשערזי,

.



האסט אפשר א בילד פין די מצבה פין האשה ריצא רעכל

viewtopic.php?p=723457#p723457
בילד

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 11:51 pm

מחזיקי הדת, יום חמישי 18 אוקטובר 1888

בילד
בילד

לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

תגובהדורך לאן אתה הולך » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 4:16 pm

פייש קרויז האט געשריבן:ר' דוד האט איבערגעלאזט פיר טעכטער נאך די קריג, איך מין אז אלע לעבן נאך.
.

נישט ריכטיג, געהאט פינף טעכטער נאכן קריג,
1) אשת ר׳ יושע ברוך לאנדא ביטשקאווע רב, אבי בנימין ודוד בעלי נורסינג האמס
2) אשת ר׳ גאטעספעלד (משווייץ?)
3)אשת ר׳ יוחנן לעפקאוויטש
4) אשת ר׳ שווימער אבי ר׳ דוד מירושלים ור׳ יצחק ממאנסי
5) אשת ר׳ ליפא גרין

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 27, 2015 3:29 pm

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
ר' שמואל איז געבוירן צו זיין פאטער ר' אלעזר ניסן ט"ב אב"ד דרוהביטש בן מרן הישמח משה מאוהעל און צו זיין מוטער בתה של הרה"ק ר' אהרן מחודרוב, כשהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביי הרה"ק ר' מנחם מענדל הורוויץ מסקאהל ובאלחוב בעמח"ס שושנת יעקב על חושן משפט, ב"ר ישראל יעקב יוקל מבאלחוב


נעכטן האט מיר א גרויסער ידען לבית עצי התמרים מעורר געווען אז דאס גאנצער ענין אז מהר"ש מגארליץ איז געווען אן איידעם ביים בעל שושנת יעקב, ברויך א שטארקע בירור, וואס דערווייל איז עס לוטה בערפל, און מאנכע זאגן אז ר' יוקל פון באלחוב האט געהאט אן איידעם בשם ר' מנחם מענדל (אויסער זיין זון דער שושנת יעקב) און ביי אים איז ר' שמואל גארליצער געווען אן איידעם, וצריך בירור.

וואס איז א שטיקל ראי', איז אז דער שושנת יעקב דערמאנט אין זיין הקדמה נאר דעם זון ר' לוי יצחק (שמילא מקומו בבולחוב) און ער שרייבט אויף אים 'בהיותי יושב לבדי, אין איש עמדי, זולת בני יחידי', און ער דערמאנט נישט א טאכטער/איידעם:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=3



אינעם ניי-ערשינענעם ספר 'אוצרות ייטב לב' איז דאס שוין אזוי אפיציעל דאקומענטירט אלס א פאקט אז רבי שמואל מגארליץ איז געווען אן איידעם ביי אן איידעם פון רבי יוקל, און זיי שרייבן אז דער באטורער רב שרייבט אויך אזוי בהקדמת ספרו היטב איטיב.

די שאלה איז אז היינט מיט צוטריט צו מיליאנען ארכיוון און אפיציעלע רעקארדס איז נאך אלס נישט דא א קלארער דאקומענט וואס פארצייכנט וועמענס טאכטער די גארליצער רביצין איז געווען?

מראש צורים
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 30, 2013 12:23 pm

ועליו נטמן בן בנו

תגובהדורך מראש צורים » דאנארשטאג ינואר 21, 2016 12:41 pm

ועליו נטמן בן בנו הרב הגאון הצדיק
ידיו רב לו בנגלה ונסתר בקיאותו עד להפליא
חסידא ופרישא אוהב ישראל עניו והצנע לכת
רצוי לכל אחיו המפורסים לשם ולתהלה
מוהר"ר חיים טייטלבוים זצללה"ה
חבר לועד הרבנים ביד"ר פ"ק [=בית דינא רבא פה קהלתינו] י"ג שנה


וואס איז די פשט פון "ועליו נטמן בן בנו" כפשוטו אז זיי ליגן אין איין קבר איינער אויפן צווייטן?

ראסטעוו
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2015 7:48 pm

תגובהדורך ראסטעוו » זונטאג ינואר 24, 2016 2:56 pm

ראה בבמדבר 'ועליו' בפרשת מחנה ישראל

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג ינואר 24, 2016 3:25 pm

מראש צורים האט געשריבן:ועליו נטמן בן בנו הרב הגאון הצדיק
ידיו רב לו בנגלה ונסתר בקיאותו עד להפליא
חסידא ופרישא אוהב ישראל עניו והצנע לכת
רצוי לכל אחיו המפורסים לשם ולתהלה
מוהר"ר חיים טייטלבוים זצללה"ה
חבר לועד הרבנים ביד"ר פ"ק [=בית דינא רבא פה קהלתינו] י"ג שנה


וואס איז די פשט פון "ועליו נטמן בן בנו" כפשוטו אז זיי ליגן אין איין קבר איינער אויפן צווייטן?

אין קראקא זעט מען דאס אויף היבש מציבות.
קוקט אויס אז צוליב מאנגל אין פלאץ האט מען אזוי געלייגט.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג יולי 07, 2016 2:33 pm

רבי ארי' לייבוש ט"ב בן רבי שמואל מגארליץ זצ"ל - חתן מי הי'?
ובנו רבי אהרן מאוהעל-וומסב"ג זצ"ל - חתן מי הי'?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 07, 2016 2:35 pm

משיח האט געשריבן:רבי ארי' לייבוש ט"ב בן רבי שמואל מגארליץ זצ"ל - חתן מי הי'?

viewtopic.php?p=760296#p760296

(פארוואס גייט איר נישט אדורך דעם אשכול זעלבסט?)

לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

תגובהדורך לאן אתה הולך » דאנארשטאג יולי 07, 2016 2:51 pm

משיח האט געשריבן:ובנו רבי אהרן מאוהעל-וומסב"ג זצ"ל - חתן מי הי'?

ר' ירמי' קאהן בן הבינת יששכר.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג יולי 07, 2016 3:17 pm

מיללער האט געשריבן:(פארוואס גייט איר נישט אדורך דעם אשכול זעלבסט?)

גערעכט, פארזעהן, א דאנק פארן צואווייזן.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג יולי 07, 2016 5:32 pm

נחוניא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ר' שמואל איז געבוירן צו זיין פאטער ר' אלעזר ניסן ט"ב אב"ד דרוהביטש בן מרן הישמח משה מאוהעל און צו זיין מוטער בתה של הרה"ק ר' אהרן מחודרוב, כשהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביי הרה"ק ר' מנחם מענדל הורוויץ מסקאהל ובאלחוב בעמח"ס שושנת יעקב על חושן משפט, ב"ר ישראל יעקב יוקל מבאלחוב.

ווען זיין ברודער דער הייליגער ייטב לב איז אוועק פון שטאט גארליץ קיין סיגוט, האט מען קודם אויפגעומען זיין איידעם ר' ברוך גארליצער בן מרן הדב"ח מצאנז, אבער ווען ר' ברוך איז אריבער בפקודת אביו קיין רודניק דאן איז ר' שמואל געקומען קיין גארליץ למלאות מקום אחיו עד יום פטירתו בט' חשון שנת תרמ"ט.

ר' שמואל איז געווען אונטערוועגנס ביי זיין פטירה, ער איז געקומען למנוחות אינעם נייעם ביה"ח אין קראקא נישט ווייט פונעם הייליגען מאור ושמש און ר' שמעון סופר אב"ד קראקא.


געטראפן א נייעס אינעם קראקאווער צייטונג 'עברי אנכי' וואס מעלדט די פטירה פון ר' שמואל גארליצער זצ"ל, דער שרייבער דערציילט איבער א גרויסער עולם וואס איז געקומען קיין קראקא צו די לוי' און אז דער קראקאווער רב ר' עקיבא קארניצער וועט מספיד זיין פארנט פון די רמ"א שול, פון דארט וועט די לוי' גיין צו די נייע ביה"ח ווי ער וועט קומען למנוחה נעבן ווי מען האט נארוואס באהאלטן דעם אוזרובער רבי ר' יחאל חיים (בטעות נכתב שמו חיים יחיאל) עפשטיין זצ"ל.

ווי מ'זעהט טאקע אויפן שער בלאט פונעם ספר ברכת טוב לבנו ומ"מ ר' ארי' יהודה הלוי אב"ד אוזרוב ואפאלע, אז ר' יחיאל חיים איז געקומען למנוחה אין קראקא, איך געדענק נישט אויף די בילדער זעהן די מציבה פונעם אוזרובער צדיק נעבן ר' שמואל גארליצער, האט איינער א בילד פון די מציבה פון ר' יחיאל חיים? האט מען זיי טאקע געלייגט סמוכין לעד?

רבי יחיאל חיים מאוזורוב האט זיך כל ימיו מונע געווען צו פארן קיין קראקא, אבער ווען זיין רבי דער טוריסקער מגיד האט אים געהייסן פארן זיך היילן קיין קראקא, האט ער געזאגט הגם אז פון הימל איז מען מטעה דעם טוריסקער מגיד, איז ער מקיים מצוה לשמוע דברי חכמים מיט מסירת נפש, און איז געפארן קיין קראקא און דארט נסתלק געווארן ח' תמוז תרמ"ח.
אזוי ווי עס איז דא יעדע יאר א נסיעה קיין קיעלץ אויף ח' תמוז צום הילולא קדישא פון רבי מאטעלע קאזמירער, האט מען שוין פראבירט עטליכע מאל צו זוכן די מציבה פון רבי יחיאל חיים, צו קענען זיין אויף זיין ציון ביומא דהילולא, אבער דערווייל האט מען דאס נאך נישט געטראפן.

דער מעשה האב איך געהערט מיט נאך אן אינטערעסאנטע פרט, אז ווען מ'האט אנגעטראגן א שידוך פאר רבי יחיאל חיים א מיידל פון קראקא איז מען געגאנגן פרעגן דעם טריסקער מגיד, האט דער טריסקער מגיד געענטפערט "ער האט נאך צייט פאר קראקא, נישט יעצט", האט רבי יחיאל חיים פארשטאנען פשט אז דארט וועט ער נסתלק ווערן און וועגן דעם האט ער זיך מונע געווען פון צו פארן קיין קראקא, ווען ער איז געווארן קראנק איז ער אריין צום טריסקער מגיד און דער טריסקער מגיד האט אים געהייסן פארן קיין קראקא, האט רבי יחיאל חיים באלד פארשטאנען אז הגיע שעתו און ער האט זיך געזעגנט פון זיין משפחה און ער איז געפארן קיין קראקא ווי ער איז טאקע נסתלק געווארן.
--------------
אגב יעצט ביינאכט איז יו"ד פון זקני דער טריסקער מגיד זי"ע.

באר מים
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 7:14 am

תגובהדורך באר מים » פרייטאג אוגוסט 05, 2016 6:55 am

מיללער האט געשריבן:האלאו הרב קרויז, ר' שלמה ראב"ד גארליץ איז געווען דעם וואלאווא רב ר' יוקל'ס זוהן.

לאמיר דא איבערמאכן דעם סך-הכל.

בני ר' שמואל מגארליץ
א) בנו ר' ישראל יעקב יוקל קודם מ"מ אביו בגארליץ ולאחריו בוואלאווא, חתן דודו הייטב לב מסיגוט.
ב) בנו ר' ירוחם חיים (נפטר בציערתו ומנו"כ בקראקא ע"י אביו)
ג) בנו ר' יוסף אב"ד ניעפולומיץ
ד) בנו ר' ארי' לייבוש מאוהעל
ה) בנו ר' אהרן מגארליץ
ו) בנו ר' נפתלי מגארליץ
*
בני ר' יוסף מניעפולומיץ;
ג-א) בנו ר' חיים טייטלבוים דיין בקראקא (אבי ר' מאיר אב"ד טעשין)
ג-ב) בנו ר' משה טייטלבוים מאיהעל חתן דודו ר' ליבוש מאיהעל (אבי ר' אלחנן ט"ב מוומ"ס)

בני ר' לייבוש מאיהעל;
ד-א) בנו ר' אהרן טייטלבוים מאוהעל-וויליאמסבורג (הנקרא דער אלטער ר' אהרן)
ד-ב) חתנו ר' אלי' גאלדבערג מאיהעל אבי ר' נתן טייטלבוים-גאלדבערג מברוקלין
ד-ג) בנו ר' דוד טייטלבוים (חותן ר' אלעזר מייזליש מאיהעל בזוו"ר)
ד-ד) בנו ר' ליפא ט"ב מו"ל ספרי זקנו היש"מ, חתן אחיו ר' דוד
ד-ה) חתנו ר' משה בן אחיו ר' יוסף (ג-ב לעיל)
ד-ו) בנו ר' מאיר טייטלבוים (אבי ר' שמעון מוומ"ס)

*
איך זעה אין די תולדות הדורות ר' חיים יהודה ב"ר דוד ט"ב אב"ד קאבא, חתן ר' מאיר טענענבוים מפוטנאק, וועלכע ר' דוד רעדט זיך דאס? (אפשר ר' דוד מעטשעד)


לא כתבת חתנו [של ר' לייבוש] ר' יוסף פריינד מראשי הקהילה דסאטמאר [בנו של החסיד המפורסם ר' חיים פריינד מסאטמאר]

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:55 am

בתו הגדולה מרת רייצא.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 08, 2017 6:58 am

לאן אתה הולך האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:ובנו רבי אהרן מאוהעל-וומסב"ג זצ"ל - חתן מי הי'?

ר' ירמי' קאהן בן הבינת יששכר.

ר' ירמי' הי' דומ"ץ בסלאטפינא.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 08, 2017 2:30 pm

מיללער האט געשריבן:אין דא שאין שו"ת חזון נחום א תשובה געשריבן צו ר' מנחם צבי טייטעלבוים אב"ד ניעפלאמיץ, בשנת תרצ"א:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 99&hilite=

איך ווייס נישט אויב דאס איז ער, אבער עס איז דא א וועלטס טעות אז דער דריטער זוהן פון ר' אלעזר ניסן האט געהייסן ר' נחום הערש. אין די משניות פון יש"מ וואס ער האט געהאט בירושה האט ער געחתמ'עט זיין נאמען א שיינע פאר מאל, און ער שרייבט זיך אונטער "מנחם צבי טייטלבוים". איין מאל שרייבט ער זיך אונטער "נחם צבי", נוצנדיג דער מ' פון משניות אלץ די התחלה פון זיין חתימה.
אין נטעי גבריאל אויף אירוסין ותנאים איז דא דער מוסח הצנאים פונ'ם שידוך צווישן דער ייטב לב און זיין ברודער ר' שמואל, און ר' נחום הערש חתמ'עט דארט אלס ערב קבלן אויך אלס "מנחם צבי טייטלבוים".
Get your facts first, then you can distort them as you please.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג ינואר 08, 2017 2:49 pm

פארוואס א טעות? נישט זיין שם קודש, אבער זיין כינוי איז דאס געוועהן. (דהיינו מנחם צבי המכו' נחום הירש.)

צוגעלייגט:
יעצט זעה איך אז דער ענין איז שוין דורך געשמועסט געווארן דא, viewtopic.php?p=190651#p190651

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 08, 2017 4:10 pm

א לשה"ק נאמען אלץ א כינוי פאר לשה"ק נאמען?
איך וויס נישט פון וואו מיללער נעמט עס און איך פרוביר מיך נישט צו פארמעסטן מיט זיינע ידיעות, אבער אין די משפחה ווייסט מען נישט צו זאגן אז עס איז געווען אן אפיציעלן כינוי.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג ינואר 08, 2017 4:46 pm

יא, עס איז דא א זא זייך, נאר אין שטרות שרייבט מען 'דמתקרי' אנשטאט 'המכונה'. (אזוי אויך אלחנן-חנן, למשל.)

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג ינואר 08, 2017 5:15 pm

ס'איז נישט לשון קודש ווי הנביא בפתח, נאר כינוי ככל הכינויים בקמץ.

באר מים
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 7:14 am

תגובהדורך באר מים » דינסטאג אפריל 25, 2017 10:34 am

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:אויפן מציבה שטייט נכד רבי איציקל פון האמבורג,ווייסט איינער וואו אזוי?

זעה דא די סדר היחוס ביז הגה"ק רבי איציק'ל האמבורגער זי"ע

יישר כוחכם.
אויף די מציבה פון ר' ארי' לייבוש טייטלבוים וואס איר ברענגט אראפ שטייט נכד רבי יוקל בלאכווער בן רבי מענדלע לינסקער,וואו אזוי איז ער געווען נכד רבי יוקל?


היה חתן ר' מנחם מנדל הארוויץ בעמח"ס שושנת יעקב על חושן משפט שהי' בנו של ר' יוקל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 17, 2017 9:52 pm

באר מים האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:אויפן מציבה שטייט נכד רבי איציקל פון האמבורג,ווייסט איינער וואו אזוי?

זעה דא די סדר היחוס ביז הגה"ק רבי איציק'ל האמבורגער זי"ע

יישר כוחכם.
אויף די מציבה פון ר' ארי' לייבוש טייטלבוים וואס איר ברענגט אראפ שטייט נכד רבי יוקל בלאכווער בן רבי מענדלע לינסקער,וואו אזוי איז ער געווען נכד רבי יוקל?


היה חתן ר' מנחם מנדל הארוויץ בעמח"ס שושנת יעקב על חושן משפט שהי' בנו של ר' יוקל

איך זעה אינעם נייעם הערליכען ספר 'אוצרות ישמח משה' אז דער מחבר הי"ו האט שוין עמטליך מכריע געווען אז דער שווער פון רבי שמואל גארליצער איז געווען הנגיד ר' מנחם מענדל ב"ר יונתן הורוויץ מסקאהל 'חתן' רבי יוקל מבאלחוב.

ווער איז געווען דער ר' יונתן הורוויץ מסקאהל?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א חסיד און 10 געסט