מיין בויך וויי – טשאלענט!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:אויב האסטע מורא פאר 'העברעאיש' זייט וויסן אז איר זענט טועה בגדולות

איך האב נישט מורא פון קיינעם (נאר פונעם אייבערשטען), איך האב דיר פשוט מעורר געווען אז מיין נאמען איז טשאלענט און נישט חמין (מען עסט עס טאקע ווען עס איז חמין, אבער נישט דאס איז דער עיקר, נאר אז עס זאל פארמאגן פעטע שטיקער בשר......)
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

ביי די ספרדים רופט מען עס 'חמין'


און דיין נאמען קענעך (דערווייל) נישט
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

א גוטן מיינע טייערע פריינט!

קודם שלום עליכם איך בין שוין לאנג נישט דא געווען...

די ווינטער איז שוין דא מיט איר פילן פעסטקייט, די קעלט פאנגט שוין אן צו דרינגען אין די ביינער, און איך האב זיך ווידער געטראפן מיט מיין יאר יערליכע פראבלעם, נעמליך מיינע מאנטלען שרינקען......

יא יא! אזויווי דו הערסט!
יעדע יאר ביים ארויס נעמען מיין מאנטל פון שראפע, וואו עס ליגט דארטן פארפראקט איבערן זומער דערזעה איך זיך מיט א שרעקליכן פאקט!

די מאנטל האט מיר עפעס געשרינקן במשך'ן זומער... איך פרוביר עס אן און סעגייט נישט.... די אויבערשטע קנעפל איז נאך מיט חסדים, אבער די צווייטע און דריטע זענען ממש א פחד......... קוים בצרות וואס עס מאכט זיך צו, אבער מען קען דאך נישט אזוי ארום גיין....

אמאל פלעג איך זיך איינרעדן אז דשי ענד דשי איז שולדיג, סעפעס מאכן זיי אזאנע מינע פאני קאוטס וואס שרינקען???

דאס פארגאנגענע יאר האב איך מחליט געווען משנה צו זיין און גיין קויפן סמאנטל ביי G&B און אזוי וועל איך אפשר קענן נוצן דאס מאנטל פאר נאך א יאר, אבער סמיינטעץ???

ארויס נעמענדיג היי יאר דאס גאנצער געפעק פונעם ווינטערדיגן סעזאן, האב איך זיך אוודאי צוגעכאפט צום מאנטל, איך טוה עס אן און שמער סניש ראזענבערגער און דער קנעפעלע האלט זיך נישט ביים צומאכן....

נאך א לאנגע טענה'ריי און נאכן מסביר זיין אז ער האט סייווי נישט קיין צווייטע ברירה, האט ער זיך געבראכן און צוגעמאכט, אבער נישט פאר לאנג......

נאך א האלבע מינוט האט סקנעפעלע געמאכט דאס לאנגע רייזע פון מאנטל ביזן פלאר און ספאנטאן געלאנדעט מיט אן הילכיגן טראך....... איבער לאזענדיג די פארזאמעלטע אין א שאקירענדע סורפרייז........

עטס מיינטס אז דאס איז א צרה?
ווארטס נאר ווארטס......

גייט אדורך עטליכע טעג, און עס באווייזט זיך שבת קודש, די קדושה באנעמט דאך יעדן איד... מען קומט אהייים פון שיל, מזינגט שלום עליכם מיט א התלהבות, מודה אני..... וזכינו לקבל שבתות..... אנא מלך מלכי המלכים......... די ווענט זינגען מיט, און אויך די קליינע וואס קוויטשקענען אףף טאן, און הערן נישט אויף צו צימשען די ניגון, און שרייען נאר אריין 'כוויל זינגען מוישי זיידיס ניגון.....' קידוש מיט א פייער....... מען טרינקט אויס די כוס.... און מען האלט שוין נאך נטילת ידים ווען פלוצלינג............

איך עפן סחלה דעקל, און עס אנפלעקט זיך.........

ניין!! נישט רבקה'לעס שנה טובה......
אויך נישט שמחה'לעס סדרה צעטל.......

צוויי האלל וויט ספעלט קליינע איינגעדאטשיקטע חלה בילקעלעך............

כקוק אזוי מיט וואונדער, און כפרעג סאשת חיל מיט אזא נא?

און זי קוקט צוריק מיט א שמייכל, און ווייזט נא נא!

כאדעך נישט קיין צווייטע ברירה סייווי, און כמאך מיר די המוציא, כנעם א סלייס פאר מיר, און כגעב אוודאי פארן ווייב און קינדער, און מיין עזר כנגדו נעמט זיך ערקלערן!

אזוי ווי זי האט געזעהן אז מיין קאוט פיט שוין נישט, און עס שטעלט זיך נישט אפ ביי דעם, נאר וכן תעשה לבעקיטשתו ולרעקלתו ולקיטלתו ולכל אשר לטשאלענטתו...... ממילא מוז מען זיך אין די האנט נעמען און אנהייבן א שטרענגע דיעטע...........

און יא טייערע חבירים............

בין איך ארויף אויף א דיעטע.......

חוץ פון דעם וואס איך האב שוין ב"ה פארלוירן א שיינע פאר פונט, און איך האף נאך אי"ה צו פארלירן נאך, עס איך געזונטער (נישט ווייניגער) און איך פיל זיך אסאך בעסער וואוסענדיג אז איך בין אין מיין קאנטראל!!

האף איך נאר אז עס וועט זיך נישט אנזעהן אויפן טשאלענט................

א גוטע נאכט טייערע חבירים, און א גוט שבת מיט א געשמאקע טשאלענט!!!!
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

שויניש געבליבן וואס צולייגן!!...


סארא קנעפקעלעך אויף אלע יודן געווינטשן...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך האב דיר שוין אמאל געשריבן אז דו ביסט א פיינער שרייבער? מסתמא יא, אבער עס שאדט נישט איבערצוזאגען: דו ביסט זייער א פיינע שרייבער, ר' טשאלענט!
דיפרענט
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2016 12:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיפרענט »

יישר כח גאר פיין געשריבען אין נאך קרוב לאמת אויך.
פיין געשמייכלט.
איין זאך נאר לאז אינז וויסען ווי לאנג דיין דייעטע האלט אן.
כאפ נישט קיין הייסע לאקשען ווארט ביז סווערט ווארעם!!
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

אפגעליינט דריי בלעטער און איין שאס,
די ביסט פיינע פרי... נייעס!

איין זאך נאר, ס'דא וואס מיטן פארלירן די פונטן פארלירן זיי די חן, זעה זאל נישט געשעהן ביי דיר

נאך איין נקודה, אויב איך מעג, די סמער קנישעס מאך לויט די אלעפבייס מ'זאל קענען טרייען צו געסן וועלכע קומט נעקסט
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

פאקטען האט געשריבן:נאך איין נקודה, אויב איך מעג, די סמער קנישעס מאך לויט די אלעפבייס מ'זאל קענען טרייען צו געסן וועלכע קומט נעקסט

עס קומט אזוי אינמיטן שרייבן, איך ווייס נישט פארדעם וואס איך גיי שרייבן...

איך קען פרובירן אנצוהייבן, אי"ה נעקסטע ארטיקל פון אל"ף בל"נ
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

ברוך ה', זייט טשאלענט האט געטוישט די טעלער טשאלענט האט ער שוין נישט קיין בויך וויי
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

געטס נאר א קוק........

יאפ! זעסט גוט.... טשאלענט איז דא לייוו......

סמיינסטע? כבין געקומען סתם אזוי מיט ליידיגע הענט?

נעוואדע נישט, ווען מיין הענט איז ווען ליידיג וואלט איך נישט געקומען דא.

נאר וואזשע דען, פלעגן די רבי'ס פרעגן?

כבין געקומען דערציילן אן עפיזאד וואס האט אפגעשפילט נעכטן, און איך פיל ווי איך מוז עס מיטטיילן דא מיט מיינע טייערע פריינט, וועסטו אוודאי פרעגן וואס די מעשה איז.... זאג נאר? ביסט געקומען פרעגן קשיות אדער הערן א מעשה?????

לייג צוזאם דיין הענט און זעץ דיר שיין אראפ, וועל איך אנהייבן דערציילן.

אלזא איז אזוי, געוועזן איז עס נעכטן נאכט נאך נאכטמאל (אוודאי א מילעכיגע, נאר וואס דען קען מען ערווארט פון א אידענע אין א פינקע מיטוואך?) און ענדיג איך זעך אזוי נאכפאקן די שיריים (אדער ווי אנדערע רופן עס 'נותר') און איך שפאן פערד און טשאלענט און גיי מיר אויפן יארכע..... יאלא.... א מעריב, א שיעור, א קופקעלע......

איך שפאנציר זיך אזוי אין די וויליאמסבורגע גאסן, די מחשבות לויפן אין קאפ, עס פליט פון אמעריקא גלייך קיין ארץ ישראל, און פון דארט מיט א נאן סטאפ קיין רוסלאנד, איך קלער אזוי פון די ווינטער פארמעסט אויף אייוועלט, וואס וועל איך טון נאכן געוואונען די פארמעסט? איך מוז זיך אוודאי אנגרייטן א מאסיווע דרשה צום איינשווערונגס צערעמאניע אלס ראשעקאעל........

און וואס טראכט א איד ווען ער האט א איבעריגע מינוט? גיימיר צוריק אין די ביזנעס אביסל, כקלער אזוי אז טאמער וועט זרח מיר באצאלן די 1.5 וואס ער איז מיר שולדיג און איך וועל עס גראד אינוועסטן ביי שמערלען און ארויסנעמען דערפון דאפלט ריווח און איך וועל עס גלייך אפשיקן קיין אינדיע אויסצוקויפן די קאמפאטישאן, וועל איך אוודאי קענען פארדאפלען די ביזנעס, נישט אזוי?

אזוי שפאציר איך אריין איך ביהמ"ד, דאס קאפ פארזינקען אין מיינע געדאנקען, און איך גיב זיך א כאפ אויף ווען איך הער פון איינע פון די שטיבאליך ווי איינער שרייט אויס 'מעריב מעריב' איך כאפ דאס נשמה מיט מיין היט און איך וויל אהין גיין, אבער מען דארף צו ערשט אויסטון סמאנטל.

אויפן וועג אויסצוטוהן סמאנטל טרעף איך א גרופע חבירים וידידים שמועסן, איך גיב זיך א שטעל צו און לייג צו א ווארט, און איך הייב אן אויסצוטוהן מיין מאנטל..........

און איך טרעף זיך מיט א זעקל אין די הענט...........

איך גיב א קוק..........

שמער סנישט אייזענבערגער א פעמפער שטעקט זיך ארויס.........

די בושות פאנגען אן צו שטייגן ביז די העכסטע שטאפלען...........

די חבירים באמערקן אז עפעס ווערט טשאלענט רויט היינט, און איינער רופט זיך אן הויעך 'וואס ליגט דארט אינעם גרויסן זעקל?'

און איך טראג אפ פון דארט........

כקלער ביי מיר, וויאזוי וואנדערט אריין א גרויסע גארבעדש בעג ביי מיר אין די האנט?

ביז כאפ איך מיר ביים פיס אז מיין בנה ביתך האט פון מיר געבעטן מיט גרויס הכנעה אז ווען איך גיי אראפ צו מעריב זאל איך אוודאי מיט נעמען די גארבעדש, און איך ברוב tv האב איך צוגעשטימט, און איך האב אפשפאצירט האלב וויליאמסבורג מיט א גרויסע גארבעדש זעקל............

רבונא דיונה???? סטו איך יעצט???????? אלע מיינע באקאנטע, אלע שדכנים פון שטאט, מיינע אלע צוקנופטיגע מחותנים, אלע מיינע קאסטומערס, און אלע מיינע ארבעטערס שוואגערס, זענען מן הסתם פונקט געשטאנען ביים ווינדאו און מיט געהאלטן ווי טשאלענט שלעפט זיך מיט א גרויסן זעקל, און פון אויבן שטעקט ארויס מיט שטאלץ און פאראדע א...... 'פעמפער'.......

און סענדיגט זיך נישט דא...... איך האב נאך אזוי אריין שפאצירט אין פאפא....... און צו מיין מזל האבן אלע מיינע ידידים געמוזט למען השעמפאו שטיין ביין טיר כדי מיטצוהאלטן דאס?

און וואזשע פונקטליך זאל איך יעצט טון?

זאל איך ארום לויפן נאכאמאל די גאנצע וועג צוויי מאל אן די גארבעדש בעג און אריין קומען אין ביהמ"ד צוויי מאל אן דעם כדי צו איבער צייגן פאר יעדעם אז באמת ממקורי גיי איך נישט מיט קיין גארבעדש בעג?

רח"ל, ווער וועט זיך נאך ווילן משדך זיין מיטן גארבעדש טראק?

איינער שנעל מיט א עצה?

אז נישט מוף איך אוועק.....................................

עד כאן המעשה!

און יעצט טייערע ידיד מיינס, מיט א קליינע הערה'לע קום איך צו דיר!

טאמער האסטו נעכטן מיטגעהאלטן א ענליכע עפיזאד, און דו האסט אויפגעכאפט ווער דאס איז געווען און דו פאנגסט שוין אן צו ;1@ און :grin: מיט גרויס שמחה אז דו ווייסט שוין ווער טשולי איז. דאן בארואיגט אייך א מינוטקעלע........

לויף נאך נישט צום טעלעפאון באק ווייל סוועט דיר גאנישט העלפן צוליב כמה טעמים.
1) ווייל עס קען זיין אז עס איז נעכטן צוויי מאל געשעהן די זעלבע מעשה.
2) ווייל עס קען זיין אז דו האסט נישט גוט געזעהן ווער די בעל המעשה איז.
3) עס קען זיך גרעניצן מיט גילוי.
4) ווייל די מעשה האט בכלל נישט פאסירט מיט מיר, נאר מיט מיין......... יא Kנאו וואט? איך וועל נישט זאגן און אזוי וועסטו נישט וויסן.........

יעצט קענסטו נאכקוקן דעם מענטש מיט וועם עס האט פאסירט פאר עטליכע טעג, און דערנאך מאכן א חשבון מיט אלע וועמען ער שייכות'ט ארום, און נאר נאכדעם קענסטו צו לויפן צום פאון באק און קוקן וועלכע פון די מענטשן האבן שוין פון לאנג א רויטע שטרעכעלע, און נאכדעם קענסו אויסוועלן וועלכע פון די מענטשן דו וואלסט געטשאסט פאר טשולי, און נאכדעם קענסטו גיין איינעמען וואס די דאקטאר האט געהייסן און גיין שלאפן..........

האטס מיר אסאך הצלחה, און יישר כח פארן אויסהערן!
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

טשולי טשולי שטיי אויף פון דיין שלאףףףף......
די ביזט אייזן טשאלענט.... כמוך ירבו באייוועלט
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פיינע ארטיקל/טשאלענט אלס הכנה צו ליל טשיטשי
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

הערליך !
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

טשולי ביסט א געהעריגער גארביטש קערער, כ'מיין... קאפי קעירער...

דעי מאנסע האבעך דאך בעחוואוידאי ובעאצמאי געהאט געהאט, סתם א ליגנער דו, ס'נישט געליגן דארט א פעעמפ נאר א דייפפער...

עניוועי טשולי, וואס דו האסט נישט באמערקט איז .....

אז אונטן פונעם מיסט זעקל... אין אן אומזעבארע ווינקעלע.....

האט זיך געשמוגלט א שטראם פון.... טשולענט בונדלעם און זאפט....

און געמאכט פיס אפדרוקן ימין ושמאל.....

און דו וואונדערסט זיך וואס גאנץ ווילי זוכט ביי דיין טיר?....
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

נאדיר א PDF
גארבידש טראק.pdf
(147.8 KiB) געווארן דאונלאודעד 151 מאל
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

ס'דערמאנט מיר פון מיין חבר, היפש א פארטראכטער [מילד גערעדט] האט צומאל אויפן וועג ארויס פון הויז געשמועסט מיט מיר אויפן טעלעפאון, און אזוי ממש א סקונדע בעפאר ער צוגעמאכט די טיר הונטער זיך האב איך געהרט ווי די בת-קול זיינע האט ארויסגעלאסט א כרוז, און שוין, איך שמועס ווייטער מיט איהם.. און באם.. קראך.. זעץץץ... שטיל..

איך קאל איהם צוריק נאכאמאל און נאכאמאל ואין קול ואין עונה.. שוין ביניך געווארן זייער באזרגט ווער ווייסט אפשר פארכאפט אין א טעראר אטאקע ?!???!?..
מיט איין אטעם רוף איך אן זיין אידענע זאל טשעקן אינדערויסן צו עפעס קומט פאר.. זי קוקוט ארויס פון פענצטער.. זי זעט גארנישט...

איך האב איר נישט געוואלט אנשרעקן, האב איך תיכף אליינס גענומען שריט אראפגעלאפן די 3 שטאק, און ויסעו איך גיי איהם אויפזוכן, איך האב אנגשטעלט מיין טעלעפאון אויף 911 על כל צרה שלא תבוא זאל איך תיכף קענען דרוקן טאל"ק...

איך פאר שטייטלעך אויפן גאדער און איך קוק שטרענג און פארזיכט מזרח מעלה צפון דרום.. נאך א גאס נאך א גאס..
און נישטמער נישטווייניגער מיין חבר וואקט געמיטלעך אויפן גאס, איך סלאו אראפ, און איך זעה אז דער אינגארמען איז טיעף פארזינקען אין א מהרש"א [לכאורה] מיט איינעם אויפן טעלעפאון, די הענט צוגעקלעבט צום אויער און ער רעדט הויעך ווי ביים טאטען אין וויינגארטן, ס'ווערט מיר גוט אין אלע אדערן, ס'געווען היפש טונקעל סא איך האב געמוזט פארן אביסעלע נענטער צו איהם קענען פארהאלטן רויט-האנטיג,

איך מאך מיין קאר אויף פארק -איך בין שוין יעצט געווען זייער נייגעריג וואס דא גייט פאר- איך קום ארויס און בשעת'ן עפענען די טיר פון מיין קאר הער איך ווי ער זאגט מיר "פארשטייסט חושב איך זעה ביסט אביסעל שטיל די לעצטע פאר מינוט, אבער ס'אגוטע סימן, קלוגע מענטשן פארשטייען מיר אויפן ווינק" איך מיין איך פאל אראפ.. ער רעדט נאך צומיר??? וואס גייט דא פאר??..

איך נעם גאטס איך וואק צו צו איהם און... ער האלט א גרויסע שווארצע גארביטש בעג ביים אויער און ער דבר'עט...


ווי איך האב שפעטער צאמגעשטעלט איז די מעשה געווען אזוי: זיין ווייב האט איהם געבעטן אויפן וועג ארויס אז ער זאל ארויסטראגן די גארביטש, און ער אידאך געווען פארטוען אינעם שמועס איז נישט כאפענדיג האט ער אריינגעווארפן די סעלפאון אין קאנטעינער און מיטן גארביטש בעג ממשיך געווען זיין וועג אין ביהמ"ד..



אנטשילדיגס פארן מארעך זיין אין די וועלט אריין
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

אה אה אה אה

ברוך השם טשאלנט איז שוין צוריק אקטיוו.
חילך ל..........
און א לעכטיגן שבת
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

viewtopic.php?p=1370512#p1370512

פון דא דארף איך צו ווערן זאט?
א פשוטע איד.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

יהודי האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1370512#p1370512

פון דא דארף איך צו ווערן זאט?

וואס איז?

נישט גענוג?

ווארט נאר, איך וועל שרייבן נאך...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אה, טשולענט און חושב האבן צוגעשטעלט דא געשמאקן ליל שישי פארברענג פארן עולם


טענקס
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

טשולענט מי האבן הנאה געהאט נאך א שווערן טאג
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

יוש טשאלענטעל פלצתי בפלץ איום ונורא לכטי ונפלתי
איך האף אז די גייסט ווייטער אאן ווייל איך האב אראפגעטראסקעט פונעם בענקל און איך ראל מיר דא אויפן פאדאלאגע אזש ס'איז א שרעק אבער אז ס'איז אזוי איז דאך שוין נפל ת... חדד סכינא, ווארט נישט שיס אריין נאך אביסל זאפטיגע סחורה
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

חושב מחשבות... האט געשריבן:ס'דערמאנט מיר פון מיין חבר, היפש א פארטראכטער [מילד גערעדט] האט צומאל אויפן וועג ארויס פון הויז געשמועסט מיט מיר אויפן טעלעפאון, און אזוי ממש א סקונדע בעפאר ער צוגעמאכט די טיר הונטער זיך האב איך געהרט ווי די בת-קול זיינע האט ארויסגעלאסט א כרוז, און שוין, איך שמועס ווייטער מיט איהם.. און באם.. קראך.. זעץץץ... שטיל..

איך קאל איהם צוריק נאכאמאל און נאכאמאל ואין קול ואין עונה.. שוין ביניך געווארן זייער באזרגט ווער ווייסט אפשר פארכאפט אין א טעראר אטאקע ?!???!?..
מיט איין אטעם רוף איך אן זיין אידענע זאל טשעקן אינדערויסן צו עפעס קומט פאר.. זי קוקוט ארויס פון פענצטער.. זי זעט גארנישט...

איך האב איר נישט געוואלט אנשרעקן, האב איך תיכף אליינס גענומען שריט אראפגעלאפן די 3 שטאק, און ויסעו איך גיי איהם אויפזוכן, איך האב אנגשטעלט מיין טעלעפאון אויף 911 על כל צרה שלא תבוא זאל איך תיכף קענען דרוקן טאל"ק...

איך פאר שטייטלעך אויפן גאדער און איך קוק שטרענג און פארזיכט מזרח מעלה צפון דרום.. נאך א גאס נאך א גאס..
און נישטמער נישטווייניגער מיין חבר וואקט געמיטלעך אויפן גאס, איך סלאו אראפ, און איך זעה אז דער אינגארמען איז טיעף פארזינקען אין א מהרש"א [לכאורה] מיט איינעם אויפן טעלעפאון, די הענט צוגעקלעבט צום אויער און ער רעדט הויעך ווי ביים טאטען אין וויינגארטן, ס'ווערט מיר גוט אין אלע אדערן, ס'געווען היפש טונקעל סא איך האב געמוזט פארן אביסעלע נענטער צו איהם קענען פארהאלטן רויט-האנטיג,

איך מאך מיין קאר אויף פארק -איך בין שוין יעצט געווען זייער נייגעריג וואס דא גייט פאר- איך קום ארויס און בשעת'ן עפענען די טיר פון מיין קאר הער איך ווי ער זאגט מיר "פארשטייסט חושב איך זעה ביסט אביסעל שטיל די לעצטע פאר מינוט, אבער ס'אגוטע סימן, קלוגע מענטשן פארשטייען מיר אויפן ווינק" איך מיין איך פאל אראפ.. ער רעדט נאך צומיר??? וואס גייט דא פאר??..

איך נעם גאטס איך וואק צו צו איהם און... ער האלט א גרויסע שווארצע גארביטש בעג ביים אויער און ער דבר'עט...


ווי איך האב שפעטער צאמגעשטעלט איז די מעשה געווען אזוי: זיין ווייב האט איהם געבעטן אויפן וועג ארויס אז ער זאל ארויסטראגן די גארביטש, און ער אידאך געווען פארטוען אינעם שמועס איז נישט כאפענדיג האט ער אריינגעווארפן די סעלפאון אין קאנטעינער און מיטן גארביטש בעג ממשיך געווען זיין וועג אין ביהמ"ד..



אנטשילדיגס פארן מארעך זיין אין די וועלט אריין

:lol: :lol: :lol:
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

א ענליכ'ס געהאט מיט מיין חבר
ערב פסח נאכן מצות באקען קימט ער אהן אין מקוה און טרעפט זיך מיטן זעקל פין די צען ברעקלעך חמץ און נאך אביסל שיירי חמץ
ער האט בטעות אריינגעווארפן אינדעפרי אין די פייער דאס ניי זעקל וועש לכבוד יו"ט
מעשה שהיה
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”