יסודות פון פאטאגרעפי (4 אפדעיטס)

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

א דוגמה פון א בילד וואס דארף יא א טיפע דעפט אף פיעלד.

דאס איז א בילד פון די שיינע האריזאנט העכערן וואסער גענומען זיצנדיג אין א שיפל.


דאס איז מיט א עפערטשור פון F/2.8 וואס איז א גרויסע לאך/קליינע אפערטשור און ממילא זייער א קליינע דעפט אף פיעלד

בילד

נאר די שפיץ פון די וואס איז גלייך אין פארנט פון די קאמערא איז קלאר און די איבריגע איז זייער נישט קלאר ווי באלד ס'איז נישט אין פאוקעס


יעצט די זעלבע בילד גענומען מיט עפערטשור F/22 וואס איז א די גרעסטע עפערטשור און זעהט ווי די גאנצע בילד ביז די בערג און וואלקענס אויף די אנדערע זייט ים זענען שיין קלאר

בילד
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

און יעצט צו 'שאטער ספיד' ווי געשמועסט אויבן איז די אפעקט פון די שאטער ספיד- חוץ די ליכטיגקייט, אויך וויפיל מאוומענט מען זאל זעהן אין די בילד.

אין א געווענדליך בילד דארף מען נישט קיין מאוומענט, פארקערט מ'וויל ס'זאל זיין שיין און שארף. דא האט איר אבער א בילד וואס דארף יא א שטאטע שאטער ספיד כיד מ'זאל זעהן מאוומענט.


א בילד פון א הערליכע וואסערפאל גענומען מיט א שנעלע שאטער- 1/250 מ'זעהט נישט די שיינקייט פונעם וואסערפאל וויבאלד די קעמערא האט אויפגעכאפט נאר א גאר קליינע צייט און מ'זעהט אלעס פארפרוירן אויף איין פלאץ.

בילד



יעצט די זעלבע בילד מיט א שטאטע שאטער פון צוויי גאנצע סעקונדן, אבער היות ס'איז געווען אזוי לאנג, האט ער אויפגעכאפט מאוומענט אין די גאנצע בילד צוליב די מאוומענט פון די 'קעמרא מאן' און די גאנצע בילד איז געווארן 'בלורי'

בילד



און יעצט צום דריטן פיינעל בילד. דאס איז אויך גענומען מיט א ספיד פון צוויי סעקונדעס, נאר די קעמארע איז געווען אויף א טרייפאד, און ממילא זיך נישט גערירט פון ארט און מ'זעהט נישט קיין מאוומענט חוץ פון די וואסערפאל וואס רינט (און די צווייגן אין די זייט וואס וויגן זיך פון ווינט...)

בילד
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

יישר כח פארן זיך נעמען די מיה און עס שרייבן, זייער גוט צולייגט כשולחן הערוך ומוכן מיט אזאנע קלארע אנווייזונגען.

איך ווארט שוין לאנג צו קענען ליינען אויף אידיש די יסודות פון פיקטשערס, און וויאזוי זיך ארומצשפילן מיט די אלע הויעגעשפריצטע סעטטינגס אויפן קאמערע, אבער אויף אזוי קלאר און גוט האב איך מיך נישט געראכטן.

ביטע גיי אן ווייטער!
---
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

WOWOWO

יישר כח גדול פארן אונז מהנה זיין
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

און יעצט צו ISO ווי אויסגעשמועסט פריער וועט א בילד מיט א גרויסע איי עס או האבן 'גרעין' אדער 'נויז' זעהט די בילדער די חילוק פון ווייניג און אסאך איי עס או


דאס איז א שיין בילד מיט א גאר הויכע ISO (8000)

בילד



און יעצט מיט א קלענערע ISO (400)

בילד
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

חושב מחשבות... האט געשריבן:WOWOWO

יישר כח גדול פארן אונז מהנה זיין
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

יעצט צום ערשטן מאל אריינגעבאמפט אין דעם אשכול, און ב"ה איינגעקויפט היבש ביסל נוצבארע ידיעות.

שכח פאר אלע מלמדים און אלע סאבסיטוטס! זייער הנאה געהאט פון ענקער ארבעט!
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

הערשט יעצט באמערקט דעם באלערנדע אשכול. זייער שיין מסביר געווען די 3 הויפט יסודות.

איך וויל מוסיף זיין 2 פרטים.

איינס, אז די סענסאר סייז פון א קעמערע קען מאכן א גרויסע חילוק אין די קוואליטעט פון די פיקטשערס. דאס איז אייגענטליך די עיקר חילוק פון די קליינע קאנסומער פאטאגראפי מאשינדלעך ביז די פראפעסיאנאלע גרויסע DSLR. אבער אפילו ביי די פשוט'ערע איז לעצטנס געווארן אין סטייל צו קענען קויפן גרעסערע סייזעס אפילו פאר די פשוט'ע מענטשן וואס קויפן די ביליגערע איינס-אין-אלעס קעמערעס (ד.ה. נישט ווי די גרויסע DSLR וואס די באדי קומט באזונדער און די לענז קויפט מען באזונדער כפי הצורך).

גיבט א קוק אויף דעם פאלגענדן בילד, צו פארשטיין די חילוק אין סייזעס.

camera-sensor-size-10.jpg
camera-sensor-size-10.jpg (40.73 KiB) געזען 5342 מאל


רוב ביליגערע קעמערעס אונטער 300-400 דאלער קומען מיט 1/2.3 אדער 1/1.7 סענסאר סייזעס (איר קענט דאס זעהן אויף די ספעקס ווען איר קויפט די קעמערע). דאס איז גענוג פאר א געווענליכע בילד, אבער ווען עס איז אביסל טונקל אדער צו ליכטיג אדער עס מאכט זיך אנדערע קאמפליצירטע פאנארעמעס, דאן איז עס נישט די בעסטע. ווי גרעסער די סענסאר איז, אלס מער ליכטיגקייט קומט צו נאטורליכערהייט (ד.ה. נאך איידער איר דארפט זיך אנהייבן שפילן מיט די 3 יסודות הנ"ל). ווי אויך איז ע"פ רוב ביי די גרעסערע און טייערערע דא מער "דיינעמיק רענדזש" (dynamic range), וואס מיינט וואס איז דאס ליכטיגסטע וואס ער קען פארנעמען און וואס איז די טונקעלסטע, פאר א קליינע סענסאר קען צו טונקל אדער צו ליכטיג ממש אפ'הרג'ענען די בילד, משא"כ ביי א גרעסערע איז עס פיל בעסער.

לעצטנס זענען ערשינען אויפ'ן מארקעט אסאך איין-אינטש-סענסאר קעמערעס. די סארט קאנסומער קעמערעס קאסטן פון 4-500 דאלער און ארויף ביז כמעט א אלף. סיי קענאן און סיי סאני שלאגן זיך לעצטנס שטארק ארום אויף די סארט קעמערעס מיט א "1 אינטש סענסאר. פאר א דוגמא פון אזא קעמערע קליקט דא אדער דא. די גרויסע פראפעסיאנאלע קעמערעס קומען מיט א "פול-סייז" פרעים, די גרעסטע, אדער מיט איינס קלענער, APS-C.

(די איינציגסטע פליאה עצומה פאר מיר איז אז די גאר נייע סמארטפאונ'ס (רח"ל) האבן אויסטערלישע קלארע קעמערעס, נאך בעסער ווי רוב פשוט'ע קעמערעס וואס איר קויפט אין געשעפט, טראץ וואס זיי פארמאגן פיצעלע סענסארס. לכאו' ווייל זיי אינוועסטירן אויסטערלישע כוחות אין די סאפטווער חלק אז די קליינע סענסאר זאל אויפכאפן זייער קלאר).

די צווייטע זאך האט אויך א שייכות צו דעם, און דאס איז אויך א לעצטיגע פיעטשער וואס אסאך קעמערעס זענען געבענטשט דערמיט (בעיקר די סמארטפאונס), וואס רופט זיך HDR, דאס מיינט (high dynamic range). דאס האט די מעלה אז ער קען פארנעמען ליכטיגע און טונקעלע אבדזשעקס אין בילד און עס עקספאזן ווי א נארמאלע מענטש.

להסביר הדבר בקצירת האומר, רוב קעמערעס האבן א אויטאמאטישע עקספאוזער, לויט די לייטינג אינדרויסן. דאס קען אבער מאכן פראבלעמען ביי קאמפליצירטע סיטואציעס. למשל אז דו כאפסט א בילד פון שיינע ביימער מיט בערג אבער די זון שיינט מיטן גאנצן קראפט אינצווישן, וועט די קעמערע וועלן מאכן א פשרה כדי עס זאל נישט זיין צו לעכטיג, און וועט פארטונקלען די גאנצע בילד לכבוד דעם, אזוי וועט אויסקומען אז די זון וועט טאקע נישט שיינען צו שטארק, אבער די ביימער וועלן אויך זיין כמעט שווארץ און טונקל אנשטאט שיין גרין. אזוי אויכעט טאמער מאכסטו א בילד און עס פאוקעסט אויף א טונקעלע אבדזשעקט וועט ער אריינלאזן מער ליכטיגקייט פאר'ן גאנצן בילד און עס וועט אויסקומען אז אנדערע זאכן וועלן זיין אווער-עקספאוזשד, למשל אז דו מאכט א בילד און דו פאוקעסט אויף טונקעלע ביימער, וועט דער קעמערע עפענען צו גרויס זיינע אויגן, און דער שיינע בלויע הימל מיט די אף-ווייט וואטע וואלקענעס וועלן פארוואנדלט ווערן אין איין פשוט'ע ווייסע בעקגראונד אן קיין שום דיטעילס וואס מען קען קיינמאל נישט צוריקברענגען (חוץ לפעמים מיט סאפטוועיר אויב מען כאפט א RAW בילד, נישט JPG, ואכ"מ).

יעצט די HDR האט דעם כח אפצוטיילן צווישן די ליכטיגע און די טונקעלע. דער טריק איז אז דער קעמערע כאפט אין איין שאס 3 באזונדערע בילדער, איינס א געהעריגע, איינס אנדער-עקספאוזד (צו טונקל) און איינס אווער-עקספאוזד (צו ליכטיג). און די סאפטוועיר "לייענט אפ" אלע גוטע חלקים פון אלע 3 בילדער, און שטעלט עס צוזאם פאר איין פערפעקטע בילד!

דא האט איר א עקזעמפל פון אזא בילד. קיבטס א קוק אויף די 3 קליינע, קיין איינע איז נישט פערפעקט, אבער די איין גרויסע, וועלכע איז צאמגעשטעלט פון אלע 3 - איז פונקט גוט!
(בילד גענומען פון פון דא. איר קענט דארט זעהן נאך פרטים ווען יא און ווען נישט צו נוצן די פיעטשער).

au8dka5ps1yfmblt0azo.jpg
au8dka5ps1yfmblt0azo.jpg (179.59 KiB) געזען 5342 מאל
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

זייער שיין הרב שמעק.

די אמת איז אבער אז די היינטיגע סענסארס זענען אזוי גוט און פארגעשריטן אז די אויבנדערמאנטע מאכט כמעט שוין נישט אויס.

לדוגמה, מיט אן אמאליגע סענסאר ווען דו האסט גענומען א בילד אויף 800 ISO איז עס געווען פיל מיט 'גרעין', מיט א היינטיגע קאמרע קען מען נעמען מיט א בילד מיט אסאך א העכערע ISO און עס ווען זיין שיין און ציכטיג.
הק' איש ימיני
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

ערשט יעצט צוריק געקומען דא...

שכח רב שמעק פאר די וויכטיגע הוספות
אוועטאר
ארט אפישעל דיזיין
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 04, 2011 1:28 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארט אפישעל דיזיין »

שלום עליכם!

פשי! איך האב הנאה אז ער דער עולם ענדיגט וואס מיר האבן אנגעהויבן...

keep it up!
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

עליכם ר' יושע, א כבוד אייך צו האבן דא.

ווען זענט איר ממשיך?..
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

האט איינער אלע לעקציעס אין א PDF פארמאט?

פריפעירד צו האבן מיט די בילדער...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
ארט אפישעל דיזיין
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 04, 2011 1:28 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארט אפישעל דיזיין »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:עליכם ר' יושע, א כבוד אייך צו האבן דא.

ווען זענט איר ממשיך?..

נישט אזוי שנעל...
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

ארט אפישעל דיזיין האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:עליכם ר' יושע, א כבוד אייך צו האבן דא.

ווען זענט איר ממשיך?..

נישט אזוי שנעל...

:-(
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

רט

ביסט געווארן ביזי האסטו פארגעסן פון אונז? :-(
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פלטיאל האט געשריבן:האט איינער אלע לעקציעס אין א PDF פארמאט?

פריפעירד צו האבן מיט די בילדער...

כזה?
https://www.dropbox.com/s/lg06y7ce9mx3o ... 1.pdf?dl=0
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

קנאפער ידען האט געשריבן:
פלטיאל האט געשריבן:האט איינער אלע לעקציעס אין א PDF פארמאט?

פריפעירד צו האבן מיט די בילדער...

כזה?
https://www.dropbox.com/s/lg06y7ce9mx3o ... 1.pdf?dl=0

געוואלדיג! דאנקע!
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
עלטעפעטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 10:31 am

Re: יסודות פון פאטאגרעפי (4 אפדעיטס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלטעפעטער »

פשיהא אפגעליינט די גאנצע מעשה בהעלם אחת (ממש נישטא גענוג דאנק ווערטער וועט מען מוז'ן נוצן די פשוט'ע) יישר כח אלע אינפארמאציע ברענגער ;l;p- ;l;p-
און מיט דעם אפשר קען מען בעטן אלע ברענגער זיך צוריק ארויפצושארן די ארבל און מחיה מתים זיין אט די פארשטויבטען אשכול... פליייייז
למשל האט געשריבן:
א לייק קאסט נישט קיין געלט, געב וויפיל דו קענסט!
איך בין נישט דא צו זאגן מיין מיינונג, נאר צו הערן, פארשטיין, און אפשר אננעמען, דיינס. זאגן מיינס, איז א מיטל דיר צו מאכן זאגן דיינס.
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”