מהדרין לעבען - פארגליווערט אדער פליסיג? - אנקעטע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- משהזוךמיר
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5021
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
- לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן
מהדרין לעבען - פארגליווערט אדער פליסיג? - אנקעטע
אן אלטער ויכוח, וויל איך הערן וואס דערוילעם האט צו זאגן
Get your facts first, then you can distort them as you please.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2190
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2190
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am
רחמנא ליצלן.... וואס ליידיגיין קען אלס צוברענגען.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
ווישוואש האט געשריבן:סידיראם האט געשריבן:רחמנא ליצלן.... וואס ליידיגיין קען אלס צוברענגען.
כ'בין זיכער אז דיין תגובה איז געשריבן געווארן אין זייער א ביזי מינוט.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
- פליגל
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5988
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
- לאקאציע: ביים פענסטער
איז אזוי; רינעדיג ווי וואסער פארלירט עס די טעם, און ווי אויך קען מען דאך טרינקען טשאקלאד מילך אנשטאט. סא דאס איז אויס, עס מאכט נישט קיין סענץ.
סעמי פארגליווערט איז נישט שלעכט, אבער די ביסל וואסער'יג וואס לויפט זיך דארט אן איז נישט צום שלינגען. ע"כ איז דער באשלוס אז ס'מוז זיין אזוי הארט אז די גאלע זאל זיך קענען אויפטאהן אז ער'ז דער פליישיגער לעבען.
און נאך איין זאך; כ'האף אז מהדרין לייענט דא: די לעבענס קומען אין זייער קליינע פישקעלעך, עס. מעג ווען קומען אין מינימום 10 אונסיגע פישקעלעך.
טענקס פאר שעירינג יאאר עדווייס

נאט אייך א גרינע...
- שלמה הילדעסהיימער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13509
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm
און למען ה', מהדרין, ווערט שוין פטור פון די חורים וסדקים פאר א גוט יאר!
מען ענדיגט די עטליכע אנסוס געשמאקע לעבען, און די לעצטע טיי-לעפל איז הערמעטיש פארכאפט, ווי א גרופע משכונות, צווישן די טיפע שפאלטענעס אונטן פון גלעזל. דאס איז דאך אן עקסטערן רשעות.
די שאנטאזשירונגען פון די מהדרין לעבען געלזלעך מוזן זיך זאפארט אויפהערן!

- תגובות: 3547
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm
מיר זענען אויסגעוואקסן מיטן מציאות אז לעבען קומט גענצליך פארגליווערט, עטוואס ווייניגער געדעכט ווי די פודינג. מיט די יארן האט זיך עס געביטן, געשמועסט האט מען אז די באשטאנדטייל איז צו טייער.
לעצטנס איז דאס יא בעסער, אבער נישט וויאזוי עס באדארף. פאר קאקא צוקער-וואסער ברויך נישט צו קאסטן די פרייז.
עניוועי קויף איך א דאזען יעדע 2 וואכן.

- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10733
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
מחלוקת הפוסקים אבער המחמיר תבוא עליו ברכה..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

ווי איינער האט שוין ערווענט, די לעבען (י"א לעבעעען) איז צו קליין! מען שטעקט אריין דעם שטרוי מען געבט צוויי ציעס און די זאך איז פערטיג
איך האב נאך א חלום אז איין טאג וועל איך קויפן עטליכע באקסעס, זיי אריין גיסן אין א וואנע און ציען און ציען מיט א ריזן שטרוי פאר שעות!
אגב וואס טוען זיי אז עס זאל מאכן די באנומענע קולות ווען מען ציהט מיטן שטרוי אבער די קענטעינער איז שוין ליידיג?
נעבן מיר האט זיך א F16 געהויבן און איך האב געטראכט צו מיר 'די גערודער איז פינאטס! די דארפסט הערען ווי איך ענדיג מיין לעעבעען'
איך האב נאך א חלום אז איין טאג וועל איך קויפן עטליכע באקסעס, זיי אריין גיסן אין א וואנע און ציען און ציען מיט א ריזן שטרוי פאר שעות!
אגב וואס טוען זיי אז עס זאל מאכן די באנומענע קולות ווען מען ציהט מיטן שטרוי אבער די קענטעינער איז שוין ליידיג?
נעבן מיר האט זיך א F16 געהויבן און איך האב געטראכט צו מיר 'די גערודער איז פינאטס! די דארפסט הערען ווי איך ענדיג מיין לעעבעען'
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2190
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am
- טשאלענט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4017
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
- לאקאציע: אין טשאלענט טאפ
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:און למען ה', מהדרין, ווערט שוין פטור פון די חורים וסדקים פאר א גוט יאר!
מען ענדיגט די עטליכע אנסוס געשמאקע לעבען, און די לעצטע טיי-לעפל איז הערמעטיש פארכאפט, ווי א גרופע משכונות, צווישן די טיפע שפאלטענעס אונטן פון גלעזל. דאס איז דאך אן עקסטערן רשעות.
די שאנטאזשירונגען פון די מהדרין לעבען געלזלעך מוזן זיך זאפארט אויפהערן!
נא? וועגן דעם גייען מיר בדרכי אבות, און מיר עסן עס (טרינקען) מיט א שטרוי....
ער קומט אן צו אלע פארשטיפטע ווינקעלען אין די גאנצע כדור הקאנטעינער....
טשאלענט גמח!
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
- משהזוךמיר
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5021
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
- לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:און למען ה', מהדרין, ווערט שוין פטור פון די חורים וסדקים פאר א גוט יאר!
מען ענדיגט די עטליכע אנסוס געשמאקע לעבען, און די לעצטע טיי-לעפל איז הערמעטיש פארכאפט, ווי א גרופע משכונות, צווישן די טיפע שפאלטענעס אונטן פון גלעזל. דאס איז דאך אן עקסטערן רשעות.
די שאנטאזשירונגען פון די מהדרין לעבען געלזלעך מוזן זיך זאפארט אויפהערן!
למען האמת האב איך געטראכט אז שלמה איז 100% גערעכט און מ'דארף שוין פאררופן א מאסן דעמאנסטראציע,
אבער ווען איך האב געזען יש ברירה'ס תגובה
יש ברירה האט געשריבן:אגב וואס טוען זיי אז עס זאל מאכן די באנומענע קולות ווען מען ציהט מיטן שטרוי אבער די קענטעינער איז שוין ליידיג?
נעבן מיר האט זיך א F16 געהויבן און איך האב געטראכט צו מיר 'די גערודער איז פינאטס! די דארפסט הערען ווי איך ענדיג מיין לעעבעען'
טראכט איך, אפשר איז דאס גאר דער מיליטערישער סוד פון מהדרין?
וצ"ע
Get your facts first, then you can distort them as you please.
- משהזוךמיר
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5021
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
- לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן
יש ברירה האט געשריבן:ווי איינער האט שוין ערווענט, די לעבען (י"א לעבעעען) איז צו קליין! מען שטעקט אריין דעם שטרוי מען געבט צוויי ציעס און די זאך איז פערטיג
איך האב נאך א חלום אז איין טאג וועל איך קויפן עטליכע באקסעס, זיי אריין גיסן אין א וואנע און ציען און ציען מיט א ריזן שטרוי פאר שעות!
יש געדענק מיר צו רופן צום גרויסארטיגן סיום
Get your facts first, then you can distort them as you please.
זיכער... ביטע נאר איינגעגעבן די ארדער פון פאראויס אויב איר גלייכט עס פארגליווערט אדער פליסיג...
אגב האסטו שוין אויך אמאל פראבירט אויפצושאקלן א לעעבעען נאר געוואור צו ווערן אז איינער האט שוין געעפענט דעם סילווער פעיפער דעקל פון פריער... און די גאנצע קאך מיט אייער ציצות ברויכן יעצט נייטאג א ספאנדשא...?

- רביש
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 429
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
- לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...
תכלית איך האב געוואלט עסן א לעבען איך האב אבער נישט געקענט ווייל איך האב נישט געקענט אפמאכן ווי אזוי עס צו עסן...
האסט א עצה פאר מיר?
ס'דערמאנט מיר די מעשה פון דער פריץ וואס האט געפרעגט אמאל א יוד מיט א לאנגע בארד "ווי לייגסטו די בארד ווען די שלאפסט אונטער די דאכענע אדער העכער די דאכענע?" און דער יוד האט נעביך נישט געקענט שלאפן יענע נאכט ווייל ער איז געווען ביזי ווי ער האלט טאקע זיין בארד? העכער די דאכענע אדער אונטער די דאכענע?...

רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...
בדרכם נלך...
בדרכם נלך...
- משהזוךמיר
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5021
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
- לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:משה זוכמיר'ס רעבעצין האט שוין געוועלט...
מיין רביצין האט נישט קיין אייגענע ניק (לעת הצורך נוצט זי מיינס..) פארדעם האב איך געמאכט אז מ'קען נאר שטימען פאר איין אויסוואהל, אז זי זאל נישט קענען שטימען נאכדעם מיט מיין ניק פארקערט ווי מיר...