קאפיען סידיס און טעיפס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ברוינפן באטל
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 4:27 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינפן באטל »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:און טאמער א גראסערי ווייסט אז מען וועט גנב'נען מעג מען שוין?

ניין ווייל דו גנבעסט עפעס משא"כ דא גנבעט מען גארנישט
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק נאט אייך א גלעזעלע
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

ברוינפן באטל האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:און טאמער א גראסערי ווייסט אז מען וועט גנב'נען מעג מען שוין?

ניין ווייל דו גנבעסט עפעס משא"כ דא גנבעט מען גארנישט

אהה עס האט אויסגעזען אז דו שרייבסט אז דאס איז די היתר

אגב די וואס האלטען אז עס איז נישט דא קיין גזילה האלטען נאך אלס אז עס איז אסור אלס מזיק למשל ארויפלייגען אויף טעלעגראם
ס"ה וועט זיין געוויסע פעלער וואס מען וועט מעגן

עס איז דא פוסקים וואס האלטען אז עס איז יא דא גזילה
אוועטאר
מצפה לישועה
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 10:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפה לישועה »

די פראבלעם איז אז עס איז נישט דא אין חז"ל קיין שום יחס צו א 'קנין רוחני'
ישועת השם כהרף עין
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

ברוינפן באטל האט געשריבן:דאס איז זיכער אז דער מוציא לאור פונעם טעיפ ווייסט אז מען גייט עס קאפיען און קיין גניבה איז נישט דא די שאלה איז נאר וועגן ועשית הישר והטוב

וואס הייסט ער ווייסט ?
כ'מעג גיין אין גראסערי אין גנבענען עפעס ווייל די גראסערי מאן ווייסט אז ס'איז דא וואס גנבענען ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
ברוינפן באטל
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 4:27 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינפן באטל »

eller האט געשריבן:
ברוינפן באטל האט געשריבן:דאס איז זיכער אז דער מוציא לאור פונעם טעיפ ווייסט אז מען גייט עס קאפיען און קיין גניבה איז נישט דא די שאלה איז נאר וועגן ועשית הישר והטוב

וואס הייסט ער ווייסט ?
כ'מעג גיין אין גראסערי אין גנבענען עפעס ווייל די גראסערי מאן ווייסט אז ס'איז דא וואס גנבענען ?

מיין גראסערי מאן ווייסט נישט אז איך גיי גנבענען קיינער עפענט נישט קיין גראסערי אויפן דעת אז מענטשן גייען גנבענען

איר פארשטייט טאקע נישט קיין נפק"מ?
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק נאט אייך א גלעזעלע
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

קיין שום נפקא מינא.
גניבה איז גניבה, מיט אלע תירוצים.
א איד ארבעט שווער, און גיבט עס ארויס בתנאי אז מ'וועט עס נישט קאפירן.
נישטא קיין תירוץ צו גנבנ'ען!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
אברהם שמואל לעמברגער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
לאקאציע: מונקאטש, אונגארין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שמואל לעמברגער »

דער וואוילער האט געשריבן:[quote=
לעיניינו, ס'איז שטייט אויף יעדע סידי אז מ'טאר נישט מאכען א קאפי פון דעם וכו', און בפשטות יעדער איינער וואס קויפט, קויפט ער על דעת דעם תנאי, נישט אזוי?

ניין מען קויפט עס נישט אויף דעת דעם אין בכלל ווייס איך נישט צו עס א תנאי להלכה[/quote]
ועל זה נאמר נבל ברשות התורה...
איז דאך פשוט אז דער מוציא לאור האט הפסדים פון דעם קאפיען, אבער להלכה קענט ער נישט גארנישט צוטוהן און וועגן דעם קען מען אלע מאכען א קאפי ברוך השם...
א סארט פון רשעות.
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:קיין שום נפקא מינא.
גניבה איז גניבה, מיט אלע תירוצים.
א איד ארבעט שווער, און גיבט עס ארויס בתנאי אז מ'וועט עס נישט קאפירן.
נישטא קיין תירוץ צו גנבנ'ען!

האסט דא עפעס צוגעלייגט א נייע סברה אז לכבוד דעם זאל עס זיין גניבה להלכה ?

אדער גניבה איז גניבה! און דריי נישט קיין קאפ!

נישט אז איך פסקן אז ס'איז נישט גניבה, אבער מכוח וואס ביזטו מחליט אז ס'איז 'יא' גניבה ?
א איד ארבעט שווער ? סארי ס'האט נישט מיט הלכה איינגעלייגט!
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

El Rushbo האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:א איד ארבעט שווער ? סארי ס'האט נישט מיט הלכה איינגעלייגט!

האט גראדע יא מיט הלכה נישט די ארבעטען שווער נאר די אריינלייגען געלט מאכט אז דער וואס לייגט ארויף אדער מאכט קאפיס פאר די עולם זאל זיין א מזיק וואס איז פונקט אזוי אסור און דארף פונקט אזוי באצאלען

חוץ דעם וואס עס איז גראדע דא אפאר פוסקים וואס האלטען אז עס איז יא דא גזילה ביי א יצירה וואס לויט די פוסקים גייט זיין גזילה אויך

נישט אז איך בין א דיין אבער איך טראכט אז קען זיין אז לויט די וואס האלטען אז עס איז אויך דא גזילה און ער איז עובר אויף די הארבע איסור וועט ער אבער נאר דארפען באצאלען אלס מזיק ווייל די גזילה איז נישט שייך צו באצאלען נאר וואס ער האט הנאה געהאט מה שאין כן אלס מזיק דארף ער באצאלען די שאדען
אוועטאר
אברהם שמואל לעמברגער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
לאקאציע: מונקאטש, אונגארין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שמואל לעמברגער »

El Rushbo האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:קיין שום נפקא מינא.
גניבה איז גניבה, מיט אלע תירוצים.
א איד ארבעט שווער, און גיבט עס ארויס בתנאי אז מ'וועט עס נישט קאפירן.
נישטא קיין תירוץ צו גנבנ'ען!

האסט דא עפעס צוגעלייגט א נייע סברה אז לכבוד דעם זאל עס זיין גניבה להלכה ?

אדער גניבה איז גניבה! און דריי נישט קיין קאפ!

נישט אז איך פסקן אז ס'איז נישט גניבה, אבער מכוח וואס ביזטו מחליט אז ס'איז 'יא' גניבה ?
א איד ארבעט שווער ? סארי ס'האט נישט מיט הלכה איינגעלייגט!

הלכה יונגעלייט איז די נייע נבל...
די תורה מלרענט אונז ווי אזוי דארף מען אויסצופירן, נישט ווי אזוי קען מען פארדינגען על חשבון אחרים מיט א ריינע הענט כביכול...
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:א איד ארבעט שווער ? סארי ס'האט נישט מיט הלכה איינגעלייגט!

האט גראדע יא מיט הלכה נישט די ארבעטען שווער נאר די אריינלייגען געלט מאכט אז דער וואס לייגט ארויף אדער מאכט קאפיס פאר די עולם זאל זיין א מזיק וואס איז פונקט אזוי אסור און דארף פונקט אזוי באצאלען

לכל היותר א היזק שאינו ניכר לענ''ד.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

אברהם שמואל לעמברגער האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:קיין שום נפקא מינא.
גניבה איז גניבה, מיט אלע תירוצים.
א איד ארבעט שווער, און גיבט עס ארויס בתנאי אז מ'וועט עס נישט קאפירן.
נישטא קיין תירוץ צו גנבנ'ען!

האסט דא עפעס צוגעלייגט א נייע סברה אז לכבוד דעם זאל עס זיין גניבה להלכה ?

אדער גניבה איז גניבה! און דריי נישט קיין קאפ!

נישט אז איך פסקן אז ס'איז נישט גניבה, אבער מכוח וואס ביזטו מחליט אז ס'איז 'יא' גניבה ?
א איד ארבעט שווער ? סארי ס'האט נישט מיט הלכה איינגעלייגט!

הלכה יונגעלייט איז די נייע נבל...
די תורה מלרענט אונז ווי אזוי דארף מען אויסצופירן, נישט ווי אזוי קען מען פארדינגען על חשבון אחרים מיט א ריינע הענט כביכול...

הרב לעמבערגער.

איינער האט דא בארעכטיגט 'פארדינגן' יענעמ'ס סידי ?

און יעדנפאל, מ'דארף נישט שרייען קיין -לויט טייל פוסקים- אומבאגרונדעטע סטעיטמענטס פון גניבה, אויף צו זאגן אז עפעס איז נישט ריכטיג.

נישט יעדע זאך וואס איז 'נישט' גניבה, איז שיין אדער יושר צו טוהן. אבער שרייען פאלשע טענות פון גניבה (עגעין! לויט טייל פוסקים ) מאכט נישט דיינע טענות שטערקער.

אגב.

איך האלט אז די נייע צוגאנג פון יונתן שווארץ צו 'בעטן' דעם עולם נישט צו קאפירן וועט זיין אסאך מער עפעקטיוו ווי זיי ביז יעצטיגע 'גניבה וגזילה' קאמפיין.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

עס איז מיר געווען גאר אינטערסאנט צו הערן דעם אינטערוויא אויף קול מבשר מיט 'מפואר' איבער זייערע נייע קידס סלייד'ס (וואס קען זיין דארף א באזינדערע אשכול, איבער די אויסגעהאלטנקייט דערפון און אירע מעלות).

עכ"פ די ארויסגעבער דערפון פארציילט דארט אז אויב נאך'ן קויפן באקומט מען אלץ א מתנה א איבריגע קען מען עס פארדינגן, און ער פארציילט מיט אזא פשטות אז אין ארץ ישראל הענגט איבעראל צעטלעך אז מ'קען דינגן דעם קידס סליידס.

ווען איך האב דאס געהערט איז מיר ארויף געקומען די חילוק פון אים און די סידי ארויסגעבער. ער וואלט נישט געדארפט ארויפברענגן דעם עצה, ס'קען דאך אים קאליע מאכן די פרנסה. און עם כל זה לעבט ער מיט די מציאות.

איך פארשטיי אז מ'קען מחלק זיין פון םארדינגן און פארבארגן, אבער א נקודה למחשבה איז עס.
אוועטאר
אברהם שמואל לעמברגער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
לאקאציע: מונקאטש, אונגארין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שמואל לעמברגער »

El Rushbo האט געשריבן:
אברהם שמואל לעמברגער האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:קיין שום נפקא מינא.
גניבה איז גניבה, מיט אלע תירוצים.
א איד ארבעט שווער, און גיבט עס ארויס בתנאי אז מ'וועט עס נישט קאפירן.
נישטא קיין תירוץ צו גנבנ'ען!

האסט דא עפעס צוגעלייגט א נייע סברה אז לכבוד דעם זאל עס זיין גניבה להלכה ?

אדער גניבה איז גניבה! און דריי נישט קיין קאפ!

נישט אז איך פסקן אז ס'איז נישט גניבה, אבער מכוח וואס ביזטו מחליט אז ס'איז 'יא' גניבה ?
א איד ארבעט שווער ? סארי ס'האט נישט מיט הלכה איינגעלייגט!

הלכה יונגעלייט איז די נייע נבל...
די תורה מלרענט אונז ווי אזוי דארף מען אויסצופירן, נישט ווי אזוי קען מען פארדינגען על חשבון אחרים מיט א ריינע הענט כביכול...

הרב לעמבערגער.

איינער האט דא בארעכטיגט 'פארדינגן' יענעמ'ס סידי ?

און יעדנפאל, מ'דארף נישט שרייען קיין -לויט טייל פוסקים- אומבאגרונדעטע סטעיטמענטס פון גניבה, אויף צו זאגן אז עפעס איז נישט ריכטיג.

נישט יעדע זאך וואס איז 'נישט' גניבה, איז שיין אדער יושר צו טוהן. אבער שרייען פאלשע טענות פון גניבה (עגעין! לויט טייל פוסקים ) מאכט נישט דיינע טענות שטערקער.

אגב.

איך האלט אז די נייע צוגאנג פון יונתן שווארץ צו 'בעטן' דעם עולם נישט צו קאפירן וועט זיין אסאך מער עפעקטיוו ווי זיי ביז יעצטיגע 'גניבה וגזילה' קאמפיין.

פיין, איך בין מקבל.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

נייע הלכה'דיגע המצאה לחייב תשלום על העתקות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אין ארץ ישראל איז ר' דוד בריזל שליט"א אויפגעקומען מיט א נייע הלכה'דיגע הצעה, וויאזוי מחייב צו זיין יעדעם צו באצאלן הלכה'דיג פאר קאפיע'ס פון סידי'ס.

ביז יעצט פלעגט מען שרייבן אז מ'אסרט צו מאכן קאפיעס ווערט ס'צאלט נישט, איז ווער ס'האט יא עובר געווען אויף דעם, און האט געמאכט קאפי'ס, איז דא דעות בין הפוסקים אויב ס'הייסט גזילה און ער איז מחיוב צו באצאלן. און מאנכע זענען זיך מורה היתר.

איז ער אויפגעקומען מיט א נייע המצאה, אז מ'זאל מאכן דעם סידי כדי יעדער זאלן עס קענען קאפיען, נאר מזאל באצאלן פאר די הנאה פון די קאפי, וואס דעמאלטס איז די דין אז אויב מ'מאכט א זאך מיט די מטרה אז אנדערע זאלן הנאה, און ס'געקומען איינער און האט הנאה געהאט מוז ער באצאלן [מדין יורד לשדה חבירו, ונהנה, שחייב לשלם לו], ממילא וועט מען זיך נישט קענען ארויסדרייען הלכה'דיג פון באצאלן.

דא האט איר די הצעה בקיצור.
הצעה-חדשה-בענין-העתקת-סידיס.jpg

בייגעלייגט דעם מאמר מלא
Pages from קובץ בית אהרן וישראל קפ''ט - שבט אדר תשע''ז.pdf
(254.47 KiB) געווארן דאונלאודעד 152 מאל

ווי אויך האט די הצעה באקומען א שטיקל הסכמה פון ר' זלמן נחמיה גולדברג שליט"א.

הסכמת הרב גולדברג.jpg
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
עצה געזוכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 10:28 pm

לחיים טיש חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עצה געזוכט »

איך האב ביי מיר די סידי לחיים טיש חנוכה, אבער סשוין לכאורה צצצצצעעעקקקקרראאאצצצצט סא זיך איך איינער וואס קען מיר עס אישי'ן, כבין נישט דא צו גנב'ענען, כהאב עס שוין יארן און כוויל עס ווייטער האבן.
ווער סהאט עס ביטע אין אישי
שקויעך
עצה געזוכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 10:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עצה געזוכט »

עצה געזוכט האט געשריבן:איך האב ביי מיר די סידי לחיים טיש חנוכה, אבער סשוין לכאורה צצצצצעעעקקקקרראאאצצצצט סא זיך איך איינער וואס קען מיר עס אישי'ן, כבין נישט דא צו גנב'ענען, כהאב עס שוין יארן און כוויל עס ווייטער האבן.
ווער סהאט עס ביטע אין אישי
שקויעך

ווער איז זיך מרחם כדארף עס האבן

עצה געזוכט האט געשריבן:

נו, זאל זיין צו מצוה, איר קענט שוין מיטלייגן די ערשטע לחיים טיש שבת.
ביטע ווער האט עס, פליז פליז
שקויעך,
ביטע?
נו?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קאפיען סידיס און טעיפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

שוין געלייגט אין ידיעת התורה, בעלאנגט דא אויכט.

בילד
בילד
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
אברהם אלבוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:45 am

Re: קאפיען סידיס און טעיפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אלבוים »

אין סעיף כא-כב

א טענה מופרכת
ס'איז טאקע "מופרכת" ???
די זינגערס וויסן גאנץ גוט, אז מ'קאפי'עט, און אעפ"כ זיי געבן ארויס נאך און נאך סידיס,
וואס מ'קען שוין נישט אן יאגן נאך די נייע סידיס יעדער צווי וואכן.
אפשר טאקע דארף מען פרעגן די בעלי מנגנים...
מופרכת.jpg
מופרכת.jpg (79.43 KiB) געזען 933 מאל
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: קאפיען סידיס און טעיפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

איך ווייס נישט אויב דער שרייבער פון דעם גליון האט שימוש אויף חו"מ.
פאריגע וואך האט ער געשריבן הלכות פון "גזל זמן" :roll: :roll: :roll:
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קאפיען סידיס און טעיפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

וואס א נפק"מ צי ער האט שימוש צי נישט? ער פסק'ענט א דין תורה דא? ער איז מעורר סברות לכאן ולכאן און גיט מראה מקומות
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: קאפיען סידיס און טעיפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

אברהם אלבוים האט געשריבן:די זינגערס וויסן גאנץ גוט, אז מ'קאפי'עט, און אעפ"כ זיי געבן ארויס נאך און נאך סידיס,
וואס מ'קען שוין נישט אן יאגן נאך די נייע סידיס יעדער צווי וואכן.
אפשר טאקע דארף מען פרעגן די בעלי מנגנים...
מופרכת.jpg

ווען יעדער וואלט געקאפיעט וואלטן זיי נישט ארויסגעגעבן
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
אוועטאר
אברהם אלבוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:45 am

Re: קאפיען סידיס און טעיפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אלבוים »

עציץ נקוב האט געשריבן:
אברהם אלבוים האט געשריבן:די זינגערס וויסן גאנץ גוט, אז מ'קאפי'עט, און אעפ"כ זיי געבן ארויס נאך און נאך סידיס,
וואס מ'קען שוין נישט אן יאגן נאך די נייע סידיס יעדער צווי וואכן.
אפשר טאקע דארף מען פרעגן די בעלי מנגנים...
מופרכת.jpg

ווען יעדער וואלט געקאפיעט וואלטן זיי נישט ארויסגעגעבן

אפשר יא... און אפשר ניין...
ווער זאגט...
זיי האבן איוונטס און שאו'ס, און זיי ווילן מ'זאל זיך הערן, און מ'זאל רעדן פון זיי, און באשטעלן צו דינערס וכדו'..
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: קאפיען סידיס און טעיפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אברהם אלבוים האט געשריבן:
עציץ נקוב האט געשריבן:
אברהם אלבוים האט געשריבן:די זינגערס וויסן גאנץ גוט, אז מ'קאפי'עט, און אעפ"כ זיי געבן ארויס נאך און נאך סידיס,
וואס מ'קען שוין נישט אן יאגן נאך די נייע סידיס יעדער צווי וואכן.
אפשר טאקע דארף מען פרעגן די בעלי מנגנים...
מופרכת.jpg

ווען יעדער וואלט געקאפיעט וואלטן זיי נישט ארויסגעגעבן

אפשר יא... און אפשר ניין...
ווער זאגט...
זיי האבן איוונטס און שאו'ס, און זיי ווילן מ'זאל זיך הערן, און מ'זאל רעדן פון זיי, און באשטעלן צו דינערס וכדו'..

די שאלה איז דען צי זיי וואלטן ווען איינגעגאנגען דערויף ווען זיי האבן נישט קיין ברירה?

א זינגער פארמאגט די רעכט צו פארדינען סיי פון אוונטן און סיי פון רעקארדירטן מוזיק. און פון דעם וואס מ'בעט דעם פולן פרייז, קען מען זיכער ברענגען א ראיה אז זיי ווילן מאכן געלט, און זיכער ווילן זיי דעקן די הוצאות.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”