וועלכע אנטי וויירוס זאל איך נוצן, און פארוואס?
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
איך טריי צו אינסטאלן קעספארסקי אויף מיין קאמפיוטער און ער זאגט מיר אז עס האט לאקאל סעקיוריטי סערטיפיקאט אישוס, האב איך אויפן ראט פון אונזער אלעמען באקאנטן 'קנאפער ידען' אנגערופן דעם 'גדר' אפיס זאגן זיי אז טאקע קעספארסקי ארבעט נישט גוט מיט גדר, איך זאל טרייען ביט דיפענדער, אדער עפעס א אנדערע אנטי וויירוס כ'געדענק נישט יעצט וועלכע...
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
קעספארסקי איז דא אין א פרייע ווערסיע?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- אַבּערוואַס
- שר האלפיים
- תגובות: 2178
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm
ס'קאסט טאקע געלט, ס'איז אבער ווערט די עטליכע דאלער. זע דא וועלכע ווערסיע וועט נוצן אייערע געברויכן, דאונלאוד א טרייעל ווערסיע פין דא, דאן אויב ביסטו צופרידן קויף עס אויף איבעי (בערך א דריטל אדער העלפט די פרייז וואס זיי טשארדזשן), צו זיין סעיף לאז אינסטאלד די טרייעל און נוץ נאר די עקטיוועישן קי פין די געקויפטע.נייןענדע צדיק! האט געשריבן:קעספארסקי איז דא אין א פרייע ווערסיע?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
-
- שר מאה
- תגובות: 200
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:18 am
- לאקאציע: אויפן צווייטן שטאק
נישט לאנג צוריק געהאט א קריפטאו מיט עיוועסטכ'זאכליך.
פון ווינדאוס 7 און ווייטער איז ווינדאוס דיפענדער/מייקראסאפט סעקיוריטי עסענטשעלס גענוג.
(אויב איר דארפט עפעס בעסער [א ביזנעס וואס קען אויסשטיין געצילטע אטאקעס] דאן נוצט עוועסט אבער קאסטומיזירט, און אגב: אזא ביזנעס האט געווענליך א טעכניקער אויפן פלאץ)
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3353
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am
דעפענדער איז גענוג, אבער נאר קעגן וויירוסעס, אבער קעגן מאלוועיר, איז עס נישט גענוג, און דערפאר לוינט זיך צו אינסטולן א אנטי מאלוועיר אויך, בין איך גערעכט?כ'זאכליך.
פון ווינדאוס 7 און ווייטער איז ווינדאוס דיפענדער/מייקראסאפט סעקיוריטי עסענטשעלס גענוג.
(אויב איר דארפט עפעס בעסער [א ביזנעס וואס קען אויסשטיין געצילטע אטאקעס] דאן נוצט עוועסט אבער קאסטומיזירט, און אגב: אזא ביזנעס האט געווענליך א טעכניקער אויפן פלאץ)
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9235
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
אפשר קענט איר עס ערקלערן פאר אונז פשוט'ע מענטשעלעך אויף פלעין אידיש וואס מיר דארפן טוען אויף למעשה זיך אפצוהיטן פון געצילטע אטאקעס?איז עס געווען די אומזינסטע עוועסט?
אין אזא פאל (ווען עס איז א געצילטע אטאקע) העלפט געווענליך נישט די נארמאלע אנטי-וויירוס. אדער האט מען ענדפוינט פראטעקשען מיט packet inspection אדער נוצט מען heuristics מיט file read and access detection וכו'
---
- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
ברויכסטעס נישט! לערן דורך די אשכול viewtopic.php?f=53&t=31467&p=1297222&hilit=אנטי#p1297222
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
איז עוועסט בעסער ווי ווינדאוס דיפענדער?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
באקומען פונעם ידען:
PSA:
אויב איינער האט נעכטן אדער היינט באקומען מיט עוועסט א פאפאפ פון VBS: Malware Gen, זאל ער גארנישט עקטן לויט דעם נאר (יעדער עכט) זאל גיין צו סעטטינגס אפדעיטס און שנעל אפדעיטן עוועסט. (זיי האבן געהאט א מעידזשער מעסס-אפ!)
דער האט מיר שיעור נישט יעצט דעליטעד מיט דעם מעסס אפאר הונדערט נארמאלע יוזער פיילס פון א קאמפיוטער!
PSA:
אויב איינער האט נעכטן אדער היינט באקומען מיט עוועסט א פאפאפ פון VBS: Malware Gen, זאל ער גארנישט עקטן לויט דעם נאר (יעדער עכט) זאל גיין צו סעטטינגס אפדעיטס און שנעל אפדעיטן עוועסט. (זיי האבן געהאט א מעידזשער מעסס-אפ!)
דער האט מיר שיעור נישט יעצט דעליטעד מיט דעם מעסס אפאר הונדערט נארמאלע יוזער פיילס פון א קאמפיוטער!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- צהלה ושמחה
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 472
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31274
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
צהלה ושמחה האט געשריבן:וועלכע פרייע אנטי וויירוס / אנטי מאלוואער איז יעצט די בעסטע?
"די בעסטע" איז עפעס וואס איז נישט מעגליך צו זאגן, עס זענען דא פולע סארטן טעסטס און יעדע טעסט ווייזט עפעס אנדערש. עוועסט איז נאכאלץ היבש פיין, ביטדעפענדער פרי איז אויך עפעס וואס קומט קאנסיסטענטלי ארויס זייער שטארק אין די טעסט און עס איז אויך זייער מינעמעל.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
- צהלה ושמחה
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 472
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm
קנאפער ידען האט געשריבן:צהלה ושמחה האט געשריבן:וועלכע פרייע אנטי וויירוס / אנטי מאלוואער איז יעצט די בעסטע?
"די בעסטע" איז עפעס וואס איז נישט מעגליך צו זאגן, עס זענען דא פולע סארטן טעסטס און יעדע טעסט ווייזט עפעס אנדערש. עוועסט איז נאכאלץ היבש פיין, ביטדעפענדער פרי איז אויך עפעס וואס קומט קאנסיסטענטלי ארויס זייער שטארק אין די טעסט און עס איז אויך זייער מינעמעל.
"ביטדעפענדער פרי" איז בעסער ווי קריפטאו פריווענט?
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31274
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
צהלה ושמחה האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:צהלה ושמחה האט געשריבן:וועלכע פרייע אנטי וויירוס / אנטי מאלוואער איז יעצט די בעסטע?
"די בעסטע" איז עפעס וואס איז נישט מעגליך צו זאגן, עס זענען דא פולע סארטן טעסטס און יעדע טעסט ווייזט עפעס אנדערש. עוועסט איז נאכאלץ היבש פיין, ביטדעפענדער פרי איז אויך עפעס וואס קומט קאנסיסטענטלי ארויס זייער שטארק אין די טעסט און עס איז אויך זייער מינעמעל.
"ביטדעפענדער פרי" איז בעסער ווי קריפטאו פריווענט?
קריפטאו פריווענט איז נישט קיין אנטי וויירוס, עס ארבעט נאר דייקא אנקעגן רענסאמווער סארט וויירוסן. סאו דער ענפער צו דיין שאלה איז 1) יא 2) זאלסט נוצן אן אנטי וויירוס און מיט דעם אויך קריפטאו פריווענט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
- צהלה ושמחה
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 472
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31274
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
לאמיר טרייען צו מסביר'ן אבער לאמיר אביסל צוריקגיין קודם מיט אפאר הקדמות און דאן וועט מען צוגיין צום שיעור....צהלה ושמחה האט געשריבן:איך בין א טראפ קאנפיוזד פון דיין ענטפער, וואס איז א בעסערע אויסוואל
1} ביטדעפענדער פרי
2} עוועסט אינאיינעם מיט קריפטא פריווענט
3} ביטדעפענדער פרי אינאיינעם מיט עוועוסט
אנטשולדיגט פאר מיין שוואכע קאפ, מיינע רביס האבן מיר נאכגעשלאגען פאר די פראבלעם.
הקדמות:
- מען טאר נישט האבן צוויי אנטי וויירוס פראגראמען לויפן אויפן קאמפיוטער אגאנצן צייט, דאס קען מאכן שטאט דער קאמפיוטער און מאכן אסאך פראבלעמען. (עס קען קאנפליקטן און איינער וועט טרייען צו אויסלעשן דער צווייטער אדער חלקים דערפון. זיי קענען זיך שלאגן אויף א פייל ווער עס זאל עס הרג'ענען און ביידע וועלן נישט מצליח זיין אלץ קדרי דבי שותפא... און נאך)
- עס איז נישט מעגליך עכט עכט צו געבן א פסק וואס איז "דער בעסטער" אנטי וויירוס, זאל עס זיין פרי אדער באצאלט, יעדע אנטי וויירוס האט מעלות און חסרונות און יעדע טעסט צווישן אנטי וויירוסן ברענגט ארויס א צווייטע געוואונער. וואס מען קען יא טון איז קוקן וועלכע אנטי וויירוסן קומען קאנסיסטענטלי ארויס שטארק אין די טעסטס, אבער כמובן אז עס איז נישט דא א זיכערע געוואונער.
- אחוץ אן אנטי "וויירוס" איז דא נאך סארט סכנות וואס נישט אייביג איז עס געקאווערט אונטער די פשוטע נארמאלע אנטי וויירוס (נאכדעצו ביי די פרי). איין דוגמא איז "מאלווער" וואס איז מער אזאנע אומגעבעטענע זאכן וואס קענען גאר שטארק משוגע מאכן און עס איז שווער צו אנאינסטאלירן וכדו', אדער "עדווער" וואס לייגן אריין עדס אינעם קאמפיוטער אדער בראוזער, און נאך אסאך סארטן זאכן יעדער סארט איז א מערכה פאר זיך.
- לעצטענס - שוין אפאר יאר - אבער עס ווערט ערגער און ערגער איז זייער פארשפרייט דער "רענסאמווער" סארט וויירוס, וואס פארשפארט פיילס פון א קאמפיוטער און בעט אויסלייז געלט צו קענען האבן עקסעס צו די פיילס. דאס איז עפעס וואס רירט דער מענטש ביים קעשענע...סאו עס איז א זאך וואס מען דארף האבן עקסטערע שמירה אויב שייך.
- צום אלעם ערשט א בעקאפ (בעסער אנליין אבער דאס וועט קאסטן געלט אויב מען האט אסאך פיילס) פון וועלכע פייל עס איז דיר נאר וויכטיג.
- דאן קודם א נארמאלע אנטי וויירוס. ווינדאוס דיפענדער קומט אין די נייערע ווערסיע פון ווינדאוס, און אויב מען וויל בעסער קען מען נעמען "איינער פון די גוטע", למשל עוועסט פרי אדער ביטדעפענדער פרי (אויב מען איז וויליג צו צאלן איז אבוויעסלי די באצאלטע בעסער, ווי למשל דער באצאלטער ביטעדעפענדער אדער קאספארסקי)
- דאן פאר מאלווער (כאטש וואס עוועסט - למשל - וועט יא עטוואס באשיצן דערפון אבער ווייט פון גענוג) קען מען נוצן עפעס ווי דער פרייער ווערסיע פון מאלווערבייטס (דער פרייער ווערסיע לויפט נישט אגאנצן צייט צו וואטשן, מען דארף מאכן זיכער נישט צו נעמען דער טרייעל) און מאכן א סקען איינמאל א וואך אדער יעדע וויילע.
- ווידער איז דא געוויסע טאאלס וואס לויפן יא אייביג אבער זיי טוען נאר טארגעטעד זאכן און במילא מעג עס זיין צוזאמען מיט אנדערע, סאו למשל קריפטאו פריווענט האט געוויסע ראלס און דעטעקשאן מעטאדן דייקא נאר פאר רענסאמווער, און עס איז גוט צו האבן עפעס ווי דעם צוזאמען מיט דער אנטי וויירוס זינט רענסאמווער ספעסיפיקלי איז א שרעקעדיגער זאך.
- און אלץ הוספה איז וויכטיג צו האבן קליינע פראטעקשענס דא און דארט. ווי 1) אן עד בלאקער אויפן בראוזער, זינט זייער אסאך מאל קומט מען אן צו וויירוסן וכדו' דורך דריקן אויף עדס. 2) א פראגראם ווי אנטשעקי וואס נעמט אראפ פון אסאך פראגראמען אומנויגע אפפערס און טשעק מארקס וואס עגריען צו זאכן וואס מען וויל נישט עכט. און נאך וואס איך געדענק נישט יעצט...קוקט ביי דער "וויאזוי זיך אפצוהיטן פון די אלע חברה אפטיילונג" גייד וויאזוי צו פארעכטן אייער קאמפיוטער
וויאזוי שרייבט נאר עין'דעל?...
קנאפער ידען, היער עט מיי דעסק אין די אייוועלט מארס קאלאני, פאר אייוועלט טעק
קנאפער ידען, היער עט מיי דעסק אין די אייוועלט מארס קאלאני, פאר אייוועלט טעק
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9235
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
צהלה ושמחה האט געשריבן:איך בין א טראפ קאנפיוזד פון דיין ענטפער, וואס איז א בעסערע אויסוואל
1} ביטדעפענדער פרי
2} עוועסט אינאיינעם מיט קריפטא פריווענט
3} ביטדעפענדער פרי אינאיינעם מיט עוועוסט
אנטשולדיגט פאר מיין שוואכע קאפ, מיינע רביס האבן מיר נאכגעשלאגען פאר די פראבלעם.
אויב איך מעג זיין א מורה הלכה בפני רבו ר' קנאפער...
לכתחילה זאלסטו נוצן עוועסט אינאיינעם מיט קריפטא פריווענט.
און אלץ צווייטער אויסוואל, ביטפענדער (פרייע ווערסיע) צוזאמען מיט קריפטא פריווענט.
ווען דו אינסטאלסט אבער עוועסט, מאך זיכער צו אראפנעמן די טשעק מארקס פון אלע אפציעס אחוץ פון פייל שיעלד.
ד.ה. אז ער זאל נישט אינסטאלירן קיין איינע פון די אלע איבעריגע זאכן וואס ער גיבט דיר אן, ווייל עס פעלט נישט אויס צו האבן, חוץ פון פייל שיעלד וואס דאס איז יא וויכטיג.
---