כ'בעט דיר איבער!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

די העפי ענדינג איז אז דער אינגל איז געבליבן נארמאל.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

און אז די מלמדים לייגן שוין צו קאפ מער צו אזעלכע זאכן.

איך האב אויך א מעשה, אפשר וועט מען עס מיטטיילן ווען די צייט וועט ערלויבן מיט פארדרייטע פרטים ס'זאל נישט זיין קיין גילוי.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

ב"ה מיר האפן אין די קומעדיגע טעג צו קענען מבשר זיין אויף א נייער אנטוויקעלונג וואס האלט אט אט ביים פארקומען, וואס איז בס"ד צושטאנד געקומען כתוצאה פון דער פארציילונג דא.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

Wow איך בין פארגליווערט נאכן דורך ליינען די מעשה.
מיר קענען קוים ווארטן פאר די פרישע אנטוויקלונג.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

שפאנונג שטייט דא אונטער די טיר, איר קענט שוין אנפאנגען
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

בס"ד געווען איז עס בערך א יאר צוריק, מיר האבן פארוויילט א שבת אויף א געוויסע צוזאמקום, ביים סעודות שחרית של שבת זענען מיר גזעצן נעבן א אינגערמאן פון עיה"ב לונדון, אז מען איז געזיצן איינער נעבן צווייטען האבן מיר אנגעפאנגן א שמועס על דא ועל הא, ביז מיר האבן זיך אנערקענט איינער צום צווייטן, אזוי ער הערענדיג אונזער נאמן און מיר הערענדיג זיין נאמן, מיט אמאל איז גפרעגט געווארן איש לרעהו ביסטו נישט יענער וואס האט געלערענט בחדר פלוני אין דיע יארן? דער אנטווארט איז געווען יא, צוויי אלטע חברים פון עטליכע צענדליגע יארן האבן זיך בס"ד צוזאם געטראפן, און אט זיצן זיי איינער נעבן צווייטן.

האבן מיר אזוי אנגעהויבן ארויפברענגן זכרונות מימים ההם, דערמאנט דעם און יענעם, מען האט זיך צוריק געזען אין חדר די קינדערישע יארן זענען אויפגעשווימען, אבער מיט אן ערוואקסענער בליק.

און אזוי זענען מיר צוגעקומען פון שמועסן איבער אונזער בעל העובדא.

האבן מיר אים פארציילט פון דער געשיכטע וואס מיר האבן דא פאבלאצירט, און ווי אזוי מיר האבן זיך פארבינדן מיט אים בס"ד, און מיט וואספארא ריין הארץ יענער איז מוחל אלעמען, וואס ער איז עוסק וואו ער געפינט זיך.

רופט זיך אונזער יוגנד פריינד, די עוולות וואס איז געטון געווארן מיט יענעם איז אין לשער, סיי פון די קינדער און בפרט דורך דער מנהל וואס נישט נאר זיך נישט געקימערט מיט אים, נאר אים אנגעטיילט שווערע שטראפן וואס איז זיך אים כלל נישט געקומען, ציט ווייטער מיט אייפער און זאגט ער גייט זיך פארבינדן מיט יענעם געוועזענעם מנהל און אים פארהאלטן, היתכן וואס ער האט דעמאלט געטון, יענער קען זיין דרייט זיך ארום מיט א שווער הארץ, האסט אמאל געטראכט וואס איז ארויסגעקומען דורך דיינע ווערק, דער פריינד אונזערע זאגט דאס איז זיין חוב דאס פארהאלטן און דערמאנען יענעם מנהל.

מיט צוויי וואכן צוריק טרעפן מיר יענעם יוגנד חבר, די ערשטע זאך גלייך טרעפענדיג זאגט ער אונז, ער האט נישט פארגעסען פון זיין הבטחה ער האט זיך פארבינדן מיט יענעם מנהל, און דער מנהל וויל זיין נומער טעלעפאון זיך פארבינדן מיט דעם געליטענעם אינגעל, ער וויל ארויפקומען צו אים אין שטוב אים איבערבעטן, האבן מיר איבערגעגעבן פאר דער יוגנד פריינד מיט רשות פון דעם בעל העובדא דער נומער טעלעפאון, און טאקע אט נעכטן נאכט האט זיך דער געוועזענער מנהל פארבינדן מיט אונזער בעל העובדא, ער האט אים געזאגט ער ארויפקומען צו אים אויף א באזוך, האט דער געזאגט פארן מנהל מפני הכבוד וועט ער ארויפקומען צום מנהל אין שטוב, וכך הוה!

זיי האבן פארברענגט אן ערך פון א גאנצער שטונדע (מיר האבן איבערגעגבן פאר דער חבר ער זאל מיטנעמן א קאפי פון אונזער באשרייבונג דא), ער פארציילט עס איז געוועהן זייער א אנגענעהמער פארוויילונג, דער מנהל האט בפה מלא איבערגעבעטן, ער האט זיך שטארק אנטשולדיגט, ער האט געזאגט ווען ער ווערט געוואויר פון איינעם וואס האט געליטען דורך אים גייט ער אראפ צו יענעם און בעט אים איבער.

האט דער מנהל געזאגט אז דעמאלט איז געווען א שיטה פון וואס מער שלאגן, היינט ווייסט מען אז דאס איז בלאף, עס שעדיגט אויף דער הוה און דער עתיד, דאס איז נישט חינוך דאס איז טרעטן אויף נשמות קדושות, ער האט זיך ווייטער שטארק אנטשולדיגט.

דער חבר פארציילט מען האט פארענדיגט:

כשם שמוחלין בבית דין של מטה כך יהיו מוחלין בבית דין של מעלה! - [אמן!]

און זיי האבן זיך זייער ווארעם געזעגנד.

ב"ה אלעס איז צושטאנד געקומען דורך אנהייבן דא עס פארשרייבן, און מיר האבן זיך דערקייקעלט מיט גרויס סייעתא מן שמיא זיך פארבינדן מיט אונזער בעל העובדא, און מען איז צוגעקומען ביז דא אז דער מנהל האט זיך געטראפן און מען האט אראפגענומען דעם שווערען שטיין פון ביידע הערצער, וגללו את האבן מעל פי הבאר.

לאמיר טאקע אויך צוענדיגן כשם שמוחלין למטה כך יהיו מוחלין למעלה!
לעצט פארראכטן דורך טייבעלע אום דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 11:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

אמן!

רירענד.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

א גאר רירענדע מעשה געווען באשריבן היינט. ליינט מיט אינטערעס.

(
א גאר אינטערסאנטע מעשה איבערן ענין פון טשעפענען א צווייטן מענטש.

געהערט מיט עטליכע יאר צוריק פון א פארלעסליכע מקור.

פון דניאל, צו אידישער ווינקל

געווען אמאל א אינגערמאן וואס האט שוין געהאלטן 17 יאר נאך זיין חתונה אבער קיין קינדער האט ער ליידער נישט געהאט,
ער האט גע'טרעוועל'ט צו דאקטוירים איבער דער גארער וועלט.

ער האט כסדר געטראכט פון חברים אין ישיבה וועם ער האט מעגליך געטשעפעט און נישט איינמאל האט ער געמאכט טעלעפאן רופן צו אלטע חברים זיי צו איבערבעטן אזאך וואס יעדער האט פארשטאנען, און גערן מוחל געווען.

מאכט זיך אמאל, אז זיי זענען געגאנגען אנטיילנעמען ביי א שמחה פון איינער פון די קינדער וואס זענען געבוירן געווארן ווען זיי האבן חתונה געהאט.

עס האט שטארק וויי געטון פאר די ווייבל און זי האט נאך די שמחה פשוט אנגעהויבן וויינען ווי א קינד אויף איר טרויעריגער שיקזאל.

דער אינגערמאן האט דאן בארוהיגט זיין ווייב און געהאט א לענגערע שמועס מיט איר בעטנדיג זי זאל צוריקמישן אירע זכרונות און טראכטן אויב עס איז מעגליך אז זי האט אמאל וויי געטוען א צווייטן איד.

נאכן טראכטן א לענגערע צייט האט זי זיך דערמאנט אז די נאכט פון איר חתונה איז פארגעקימען אויך נאך א חתונה, פון א ספרדישער מיידל און צוליב ווייניג אינטערעסע אין די ספרדיש מיידל זענען צוואנציג פון צוויי און צוואנציג פריינדינעס געקומען צו איר חתונה, און נאר צוויי זענען געגאנגען צום אנדערן, אריינגערעכנט איין מיידל וואס איז געווען א קוזין...

זיי האבן זיך געלייגט שלאפן און ווי דער אינגערמאן שילדערט איז ער געגאנגען שלאפן מיט עפעס א באהאלטענע געפיל פון האפענונג.

ער האט געשפירט ווי זיין הארץ איז באפרייט געווארן פון א שווערן לאסט, דעם קומענדיגן אינדערפרי האט מען זיך גענומען צו דער שווערע מלאכה, לאזנדיג אין גאנג א מיסיע פון טרעפן דעם מיידל, זי האט גערופן פריינדינעס און געוואויר געווארן אז די מיידל וואוינט אין ארץ ישראל.

אן דאס מינדענסטע שפור האט מען זיך געלאזט צו פולע ארגענעזאציעס וואס באפאסן זיך מיט די סארט אינפארמאציע, מען האט נישט געלאזט קיין איין שטיינדל אומאיבערגעדרייט, ביזן רופן די אפציעלע אפיס פון די איזראעלישע "עליה" וואס פארמאגן ריזיגע אינפארמאציע דאטא, מיט דעטאלירטע איינצלהייטן איבער אלע מענטשן וואס מופן נאר אריין אין לאנד, און יא מען האט איהר אפגעפינען!

זי האט געלעבט באשיידן אין א פארווארפן ווינקל אין איינע פון די ישובים אין געגנט פון בית שמש.

די פייף אויפן טרייבל האט זיך געהערט ווי געווענליך אבער האט פאר די טרויעדיגע עקרה געמיינט גאר אסאך, אירע הענט האבן זיך געווארפן מחמת פחד, והנה זי הערט א רוהיגער העלאו...

יא, א גוטן! קומט איר אנטווארט איז דאס רחל, מיט וועם איך האב געלערנט פאר לאנגע יארן אין בנות רבות?

יא!, קומט די לאנגזאמער ענטפער פון אנדערן עק ווייער, ווער איז דאס?
זי אטעמט אריין און פרעגט צוריק... געדענקסט די זעלבע נאכט פון דיין חתונה --- קינדערלעך זייטס שטיל איך קען גארנישט הערן!!! גיבט זי פליצום א רייס איבער די שמועס ---
יא יא איך הער, איך געדענק שוין איינמאל די חתונה, עס האט פאר מיר געברענגט הארצווייטאג פאר לאנגע יארן.

אה, גוט, ווייל.. איר ווייסט אז איך האב נאכנישט קיין קינדער... ליידער און איך האב נעכטן געטראכט אז אפשר בין איך שולדיג אז דו האסט נישט געהאט קיין חבר'טעס ביי דיין שמחה...וואלטסט מיך מוחל געווען ביטע?

א קרעכץ הערט זיך, ווען רחל רופט זיך אהן זאלסטו וויסן אז יארן האב איך זיך געגעסן אויף דעם אבער האלטנדיג שוין ביי מיין זעקסטער קינד קע"ה קען איך נישט פארשטיין דיין גרויסער צער!..איך זעה נישט בכלל וואס עס האט מיט דיר אבער איך בין דיר מוחל במחילה גמירה!!!

****

מען שטייט נישט יעצט מער פון א יאר צייט און איך שטיי דא יעצט ביי די וואך נאכט פון מיין ערשטער קינד...

א גערירטער האט דער פאטער אויסגעפירט אט די ווערטער און א שטילע כליפעריי האט זיך געהערט פון ווייבער שול.

זיך נאכפרעגענדיג וואס עס גייט פאר, איז אריינגעקומען די ידיעה אז די ספרדישער פרוי האט ביים הערן די גוטע בשורה באשלאסן אז עס איז ווי אן אייגן קינד און זי וועט קומען צופליען צו די שמחה.

זי האט פונקט דאן אריינגעשפאנט און די נארוואס פרישע קימפעטארן איז צו איהר צוגעגאנגען זיך אויסדרוקנדיג מיט טרערן אין די אויגן, אדאנק פארן מיר מוחל זיין איהר זענט א צווייטע מאמע דא!

די קולות אין זאל האבן אויפגעוועקט דעם פיצל און א געוויין האט זיך געהערט אין זאל...

צוויי פרויען האבן זיך ספאנטאן אויפגעשטעלט און אנגעהויבן זיך פארענען מיטן קינד.

סימן טוב ומזל טוב ומזל, האבן לעבעדיגע געזאנגען אויסגעבראכן אין זאל.
)
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

טייבעלע האט געשריבן:בס"ד
זיי האבן פארברענגט אן ערך פון א גאנצער שטונדע (מיר האבן איבערגעגבן פאר דער חבר ער זאל מיטנעמן א קאפי פון אונזער באשרייבונג דא), ער פארציילט עס איז געוועהן זייער א אנגענעהמער פארוויילונג, דער מנהל האט בפה מלא איבערגעבעטן, ער האט זיך שטארק אנטשולדיגט, ער האט געזאגט ווען ער ווערט געוואויר פון איינעם וואס האט געליטען דורך אים גייט ער אראפ צו יענעם און בעט אים איבער.

האט דער מנהל געזאגט אז דעמאלט איז געווען א שיטה פון וואס מער שלאגן, היינט ווייסט מען אז דאס איז בלאף, עס שעדיגט אויף דער הוה און דער עתיד, דאס איז נישט חינוך דאס איז טרעטן אויף נשמות קדושות, ער האט זיך ווייטער שטארק אנטשולדיגט.

דער חבר פארציילט מען האט פארענדיגט:

כשם שמוחלין בבית דין של מטה כך יהיו מוחלין בבית דין של מעלה! - [אמן!]

און זיי האבן זיך זייער ווארעם געזעגנד.

אויך מיר א העפי ענדע... יא די מנהל קלאפט זיך אין רוקען וואסערע שטארקייט ער האט ער בעט אפילו איבער... און מען ענדיגט צו כשם כך בבי"ד של מעלה די וועלט אין יענע וועלט א מחי' ער איז שוין מסודר!

עטס האט געליינט דא די מנהל'ס איבערבעטונג? מיין בלוט פליסט אין מיר, געווען א "שיטה" פון שלאגן... וואס ווען ווי סתם א ליגענט! יעדע מלמד לויט ווי זיינע מידות זענען געווען אויסגעארבייט... איך האב נישט געזען א מלמד זאל שלאגן רוהיגערהייט! אויב אלס שיטה צו וואס ווערסטו אין כעס? מיט א נקמה מוד?

חוץ מזה זאגט ער אז זיין טעות איז געווען אז ער האט געמיינט כלומרשט אז שלאגן העלפט אויף חינוך, אבער דאס איז זיכער דאס קינד איז זיך געקומען מחנך צו זיין... רבונו דעלמא כולא!!! וואס גייט דא פאר? מען האט דאס קינד גענומען אלס אן קרבן מען האט עם סתם געבוליט על לא דבר און די מנהל האט נישט גענומען די מי דאס איינציזעהן... איך האב נישט קיין כח מער אפשר מארגן ממשיך זיין.

ניין! נישטא קיין העפי ענדע די מנהל האט נישט מודה געווען אויף זיין עוולה!! נאר אנשטאט זיך ארייגעדרייט איו א "שיטה" כאילו ער האט נאר געפאלויט א "שיטה" אבער ער די גראבע מנהל איז אומשולדיג! שומו שמים!!!
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מה פתאום??? האט געשריבן:אמן!

רירענד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

Amazing
אויב איך פארשטיי, די בוליאינג פארט האט גארנישט מיטן מנהל געהאט צוטוהן
צו אים איז מען געקומען וועגן זיינע זאכן
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

חברה איך האב יעצט געליינט די מעשה מיט טרערן אין די אויגן איך בין אזוי נתרגש געווארן פון די גאנצע מעשה אז עס איז ממש אין לשער ואין לתאר ווי די רבוש"ע פירט א וועלט!!

עס איז ליידער פחדיג אזא מעשה ווער ווייסט וויפיל נאך אזוינע מעשה זענען און קומען פאר אין די חדרים און וויפיל מענטשן ליידען היינט דערפון... ס'איז א מוסר השכל פאר אונז אלעמען אבער נישט נאר אין חדר נאר אפילו צווישן אונז יונגעלייט אין די ארבעט צו אין ביהמ"ד...

גראדע מידי דברי בו זכור אזכרנו אז עס איז געווען א יונגעל אין מיין כיתה אין חדר וואס איז טאקע געווען אביסל א אויבער-חכם און ער פלעגט זיין א נארמאלע קינד נאר ער פלעגט זיך אסאך צושלאגן מיט קינדער איינטאג איך געדענק עס נאך ביז היינט דער יונגעל האט זיך צושלאגן מיט די "קעניג פון קלאס" (ווי מ'רופט עס און עס איז ליידער א שמועס פאר זיך...) און דער בחור האט אים צוקלאפט די ביינער און די גאנצע קלאס בלי שום יוצא מן הכלל האט געוואלט אריינכאפן און יעדער האט זיך ארויפגעלייגט אויף אים און ס'איז געווארן אן איבערקערעניש ביז דער יונגעל האט א כאפ געטון זיינע חפצים און ארויס געלאפן פון חדר און "פאר זיבען גאנצע חדשים איז ער נישט צוריקגעקומען קיינער האט נישט געוויסט וואס איז געווארן מיט אים חוץ עטליכע וואס האבן געדאווענט אין די זעלבע ביהמ"ד און אפי' די חברים האבן אויך נישט גערעדט מיט אים, נאך זיבען חדשים איז ער צוריקגעקומען אין חדר ער איז געווען סאך מער פעשליך און ער איז פשוט געווארן א קראנק קינד שפעטער האט מען אויסגעפונען אז נאך אפאר וואכן וואס ער האט זיך געוואלגערט אינדערהיים האט ער פשוט געכאפט א נערווען בראך אויף א קליינע פארנעם און ער האט אנגעהויבען נעמען פילן און גרויסן און ער איז גראב געווארן דערפון און עד היום טרעף איך אים נאך מפעם לפעם אין ער איז נאך אלץ אביסל פאריקט נעביך די אייבישטער זאל אים העלפן און רחמנות האבן אויף אלע וואס ליגען אינטער דעם...

אבער עס כאפט א פחד!!!!
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

Amazing האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:בס"ד
זיי האבן פארברענגט אן ערך פון א גאנצער שטונדע (מיר האבן איבערגעגבן פאר דער חבר ער זאל מיטנעמן א קאפי פון אונזער באשרייבונג דא), ער פארציילט עס איז געוועהן זייער א אנגענעהמער פארוויילונג, דער מנהל האט בפה מלא איבערגעבעטן, ער האט זיך שטארק אנטשולדיגט, ער האט געזאגט ווען ער ווערט געוואויר פון איינעם וואס האט געליטען דורך אים גייט ער אראפ צו יענעם און בעט אים איבער.

האט דער מנהל געזאגט אז דעמאלט איז געווען א שיטה פון וואס מער שלאגן, היינט ווייסט מען אז דאס איז בלאף, עס שעדיגט אויף דער הוה און דער עתיד, דאס איז נישט חינוך דאס איז טרעטן אויף נשמות קדושות, ער האט זיך ווייטער שטארק אנטשולדיגט.

דער חבר פארציילט מען האט פארענדיגט:

כשם שמוחלין בבית דין של מטה כך יהיו מוחלין בבית דין של מעלה! - [אמן!]

און זיי האבן זיך זייער ווארעם געזעגנד.

אויך מיר א העפי ענדע... יא די מנהל קלאפט זיך אין רוקען וואסערע שטארקייט ער האט ער בעט אפילו איבער... און מען ענדיגט צו כשם כך בבי"ד של מעלה די וועלט אין יענע וועלט א מחי' ער איז שוין מסודר!

וואס מיר האבן ארויסבאקומען פון אונזער יוגענד פריינד:

דער מנהל קלאפט זיך כלל נישט, ער האט טיעף חרטה, דער מנהל האט געזאגט, אפי' אז ער בעט איבער, אבער די אינגע קינדערישע יארן ווערט נישט צוריקט גברענגט מיט איבערבעטן, ער וועט דארפן אפגיבן א דין וחשבון און ער וועט נישט האבן וואס צו ענטפערן, דאס פארלוירענע אינגע יארן, די גירסא דינקותא וואס דער אינגעל האט נישט, וואס וואלט דער אינגעל געקענט אויסוואקסן ווען מען באציט זיך צו אים מיט געטריישאפט.

עס איז קלאר דער מנהל האט געטון וואס עס איז היצטער בידו לעשות.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע: checkmate in 1
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

רביש האט געשריבן:און דער בחור האט אים צוקלאפט די ביינער און די גאנצע קלאס בלי שום יוצא מן הכלל האט געוואלט אריינכאפן און יעדער האט זיך ארויפגעלייגט אויף אים און ס'איז געווארן אן איבערקערעניש ביז דער יונגעל האט א כאפ געטון זיינע חפצים און ארויס געלאפן פון חדר

דער האט געדארפט האבן אסאך גאטס... סאיז נעבעך דא אזעלכע און וואס האבן נישט די קוראדזש עס צו טאהן אבער די יסורים איז די זעלבע ליידער
די זעלבע איז מיט די משעה וואס טייבעלע ברענגט דער אינגעל האט געדארפט צו זיי א שטארקע כאראקטער אז ער האט דאס געקענט אויסהאלטן און נישט משוגע געווארן דערפון
וויאזוי צו שפילן שאך

שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

milech fried האט געשריבן:
רביש האט געשריבן:און דער בחור האט אים צוקלאפט די ביינער און די גאנצע קלאס בלי שום יוצא מן הכלל האט געוואלט אריינכאפן און יעדער האט זיך ארויפגעלייגט אויף אים און ס'איז געווארן אן איבערקערעניש ביז דער יונגעל האט א כאפ געטון זיינע חפצים און ארויס געלאפן פון חדר

דער האט געדארפט האבן אסאך גאטס... סאיז נעבעך דא אזעלכע און וואס האבן נישט די קוראדזש עס צו טאהן אבער די יסורים איז די זעלבע ליידער
די זעלבע איז מיט די משעה וואס טייבעלע ברענגט דער אינגעל האט געדארפט צו זיי א שטארקע כאראקטער אז ער האט דאס געקענט אויסהאלטן און נישט משוגע געווארן דערפון


ער איז יא משוגע געווארן דערפון...
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

קאנסט אים?
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

יא נו וואדע...
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

וואספארא ציל איז דאס צו רעדען דברי הבל אויף איינעם וועם דו קאנסט נישט?
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטב עביד »

טייבעלע האט געשריבן:וואספארא ציל איז דאס צו רעדען דברי הבל אויף איינעם וועם דו קאנסט נישט?

ווי זעהסטו אז ער קען עם נישט ער שרייבט דאך להדיא אז ער קעם

רביש רעדט נישט פון דיין חבר ער ברענגט א צווייטע געשיכטע פון זיין קלאס
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

נישט באמערקט ביז יעצט דעם גאנצן געשרייבאכט'ס
איך בין גערירט ביז טרערן פון די ביידע מעשיות וואס זענען דא פארציילט געווארן

שוידערליך
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

לכאורה האט געשריבן::-(
א גוטע הכנה פאר די ניין טעג, וואס מיר דארפן מתקן זיין שנאת חנם שבעבורה חרבה ביהמ"ק השניה.
פרוכטבארע פאנטאזיע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:25 pm

Re: כ'בעט דיר איבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכטבארע פאנטאזיע »

א פחד פון א מעשה.

דער פאפא משמש משולם האט אויך עפעס גאר א רירנדע מעשה וועגן טשעפענען צווישן קינדער, איינער ווייסט פון וואס איך רעד?
פארסט אין קאנטרי, צו דו בלייבסט?
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”