תהלים כולל
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
kyshtiper האט געשריבן:תהילים כולל זייט זיי האבן אסאך לאקעישאנס האבן זיי אנגעהויבן צו שרייבן לאקאציעס אנשטאט מנינים
אויך אין די ביכל וואס זיי האבן ארויסגעגעבן שבועות איז קלאר געשטאנען אז ביי די אלע קברים איז נאר דא איין מענטש
דא האט איר א פונקטליכע ליסט ווי ס'איז יא דא א מנין & ווי נישט
4 מנינים איז דא, נאר די אנדערע זענען סתם אזוי געזאגט תהילים, וואס א חילוק?
אז מ'רעדט איבער "תהלים כולל" יא ריכטיגע זאך, נישט קיין ריכטיגע זאך, בלויז א אויפגבלאזענע בלאף, סתם ליצנות, וכו' וכו'.
איך וויל ווידמען עטליכע שורות פאר א זאך וואס איך האב שוין אויסגעשמועסט מיט אסאך מענטשן וואס רעדן און מאכן ליצנות פונעם "תהלים כולל", און נאכן רעדן מיט זיי האט זיך די גאנצע בליק געטוישט.
איך בין פערזענדליך גאנץ באקאנט מיטן גרינדער פונעם "תהלים כולל", און מיטגעהאלטן פון אנהייב מער ווייניגער וויאזוי די זאך האט זיך אנטוויקעלט, און דער כלל איז אז ווען מען וויל וויסן די אמת פון א זאך זאל מען דאס גיט שטודירן פון אנהייב און זען וויאזוי די זאך איז צושטאנדגעקומען, און לויט דעם זאל מען מאכן החלטות.
צום ענין הר"ר מ. פ. שליט"א איז א חסידישער דורעכגעווייקטער איד א בנש"ק וואס זייט איך קען אים (גאר א קורצע תקופה נאך זיין חתונה) זאגט ער אויס "יעדן טאג" דעם גאנצן ספר תהלים, איך ווייס עס נאר פון נאך זיין חתונה, אבער געהערט האב איך אז דאס איז שוין געווען אויך אלץ בחור. [דאכט זיך מיר אז ער איז א תלמיד פון הרה"ק מ'טאהש זצ"ל און פון דארטן שטאמט דער מנהג].
אייביג ווען מען האט גערעדט מיט אים און דער שמועס האט זיך פארקירעוועט צום ספר תהלים פלעגט ער מעורר זיין אידן אז מען זאל זאגן תהלים, ער פלעגט צוזאמשטעלן מנינים ווען ער האט נאר געקענט אז מען זאל אויסזאגן תהלים.
ווען ער איז געווארן א מגי"ש אין ישיבה האט ער ווי פארשטייט זיך אויך תיכף גענומען אריינברענגן ביי די בחורים די ענין פון אמירת תהלים, און געמאכט א מנין יעדן טאג מיט די בחורים אויסצוזאגן דעם גאנתן ספר תהלים. און שפעטער ווען די ישיבה איז געגאנגען פאנדרעיזן האבן זיי ווי אלע ישיבות קאמפיינט אז מען זאל אפקויפן א זכות פון א שעה, טאג, וואך לימוד התורה, אבער מער ווי אלע ישיבות האבן זיי געהאט נאך א סלאגאן אז אזוי ווי מען זאגט דאך ביי זיי יעדן טאג אויס גאנץ תהלים, וועט מען אינזין האבן ביי תהלים אלע נדבנים.
ווי פארשטייט זיך אז דאס האט אריינגעברענט אסאך געלט פאר די ישיבה, שפעטער ווען די ישיבה האט זיך פארמאכט, האט ר' מ. ווייטער אנגעהאלטן מיטן מנהג פון אויסזאגן תהלים יעדן טאג, אבער אזוי ווי אין ישיבה האט ער געהאט א מנין יעדן טאג האט ער דאס געוואלט ווייטער אנהאלטן, און אנגעהויבן צוזאמקראצן יעדן טאג מנין אין קרית יואל אז מען זאל אויסזאגן תהלים.
ווי פארשטייט זיך איז דאס בכלל נישט קיין גרינגע זאך, נאכן זיך דערזען אז עס קומט אן זייער שווער צו האבן מנין, אבער נישט וועלענדיג אויפגעבן אויף א דבר טוב, האט ער געקלערט אז ער וועט אנהייבן צו באצאלן פאר מנין, איי מהיכן ירק זה חי, פון וואו וועט מען נעמען דאס געלט, האט מען צוזאמגעשטעלט אז אזוי ווי עס איז דאך דא אידן וואס פלעגן געבן פאר די ישיבה אז מען זאל זיי אינזין האבן וועט מען זיי פרעגן צו זיי ווילן זיך אויך משתתף זיין פאר'ן מנין בשכר אז מען וועט זיי אינזין האבן.
און אזוי איז געבוירן געווארן א "תהלים כולל" וואס איז אנגעגאנגען עטליכע יאר שטילערהייט אן קיין שום פאמע דראמפע. אן קיין אפיס וכו'
וואס עס איז געשען איז אז דער אפעטיט קומט מיטן עסן, און אזוי ווי מען האט דעזעהן אז עס האט זיך אויסגעארבעט אין קרית יואל, האט ער געוואלט אויך גרינדן אזא כולל אין וויליאמסבורג, מיטן ציל אז אין יעדע אידישע שטאט זאל זיך געפונען א מנין אידן וואס זאלן אויסזאגן "תהלים" וואס עס זאל זיין לשמירה ולהצלחה פארן גאנצן שטאט.
אבער נאך א שטיק צייט האט ער געזען אז עס איז א גרויסער אינטרנעמונג דאס אויפהאלטן, אין מען דארף עפענען א אפיס וואס זאל פארפיגן אויף די גאנצע זאך, האט מען אריינגענומען אפער טיכטיגע אינגעלייט וואס האבן זיך אריינגעלייגט דערין, ביז עס איז געווארן וואס עס איז געווארן.
אבער דער עיקר ציל איז נאך געבליבן ביי הר"ר מ. צו מרבה זיין דאס תהלים זאגן ביי אידן, לשמירה ולהצלחה פאר גאנץ כלל ישראל, און ווי עס איז איינגעפירט אז פאר פאר מען הייבט אן תהלים זאגט מען א קורצע תפילה אז די זכות פון תהלים זאל מגין זיין אויף "גאנץ כלל ישראל" מיט בני חיי ומזוני ברכה והצלחה וסייעתא דשמיא.
אדרבא ווער עס וויל זאל נאר איינמאל אריינגיין אין איינע פון די אלע לאקאציעס און מיטהאלטן דאס תהלים זאגן. אייער בליק וועט זיך בלי שום ספק טוישן
און יא נישט ווי יעדע בעה"ב ווען זיין ביזנעס ווערט אויפגעארבעט לאזט ער די ארבעט פאר די ארבעטערס, ר' מ. גייט נאך יעדן טאג צום כולל און זאגט אויס גאנץ תהלים.

נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.
יא איך מוז מודה זיין צו דיר איבער די חשיבות פון ר׳ מרדכי שליטא ער איז א טייערע איד ער האט עס באמת געמיינט אויפצוטוען מזאל זאגן תהילים יעדע טאג, עס איז קלאר מענטשן האבן אנגעהויבען זאגן מער תהילים צוליב דעים אויפוואכונג וגם אני בתוכם.
אבער איך האב מוארדיגע טענות צו זיינע ארבעטער קאמפיין מענידשער, ער פירט דיעם קאמפיין אז נאר ביי זיי קען מען געהאלפן ווערן אויף אזוי ווייט אז אויב דו ביסט א אונס האסט נישט בייצאלען דיע טייערע פרייזן גיט ער דיר נאך איין טשאנס פון קומען זאגן תהילים ביי זייער לאקאציע אדער אפאריצע, בחינות אז ווען עס ברענט א פייער טראכט קיינער נישט צו גיסן אליינס וואסער נאר ער קאלט די פייערלעשער די זאלבע זאך איינער נויטיג זיך און א ישועה זאל מען גלייך זיי קאלן....

..
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2961
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
- לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:אאאפס.
זיי האבן איבערגעדריקט די וואך די זעלבע מופת פון פאריגע וואך.
ווארשיינליך זענען זיי אויסגעלאפן פון מעשיות, אפשר קען מען עפענען אן אשכול דא צו באקן מעשיות פאר זיי.
נאכן אויסלויפן פון מעשיות האבן מיר זיך איינגעשריבן אין תהלים כולל, וואונדער איבער וואונדער, א חשוב'ער אלטער איד פון וומ"ס האט פונקט געעפנט אן אשכול אןיף אייוועלט ווי אידן גייען באקן מעשיות פאר תהלים כולל.
תהלים העלפט! שרייבט אייך איין און זעהט ישועות למעלה מדרך הטבע.
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
נאך וואס אינגעלייט אויף אייועלט זענען שארף ארויס קעגן תהלים כולל, האט "תהלים כולל" זיך אויפגעסיינט ביי "אייועלט כולל" מיט א בליטשקידיגע בעננע"ר, און ער איז געהאלפען געווארען.
והיה לפלא! לויפט און סובסקרייבטס ענק ביי "אייוועלט כולל", זייט פון די וואס ווערן געהאלפן, אייוועלט העלפט!

- אטעטשמענטס
-
- tkm.gif (128 KiB) געזען 2758 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

- אי-רעלעווענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 555
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
- לאקאציע: אין בונקער
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 480
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm
הגאון האט געשריבן:אז מ'רעדט איבער "תהלים כולל" יא ריכטיגע זאך, נישט קיין ריכטיגע זאך, בלויז א אויפגבלאזענע בלאף, סתם ליצנות, וכו' וכו'.
איך וויל ווידמען עטליכע שורות פאר א זאך וואס איך האב שוין אויסגעשמועסט מיט אסאך מענטשן וואס רעדן און מאכן ליצנות פונעם "תהלים כולל", און נאכן רעדן מיט זיי האט זיך די גאנצע בליק געטוישט.
איך בין פערזענדליך גאנץ באקאנט מיטן גרינדער פונעם "תהלים כולל", און מיטגעהאלטן פון אנהייב מער ווייניגער וויאזוי די זאך האט זיך אנטוויקעלט, און דער כלל איז אז ווען מען וויל וויסן די אמת פון א זאך זאל מען דאס גיט שטודירן פון אנהייב און זען וויאזוי די זאך איז צושטאנדגעקומען, און לויט דעם זאל מען מאכן החלטות.
צום ענין הר"ר מ. פ. שליט"א איז א חסידישער דורעכגעווייקטער איד א בנש"ק וואס זייט איך קען אים (גאר א קורצע תקופה נאך זיין חתונה) זאגט ער אויס "יעדן טאג" דעם גאנצן ספר תהלים, איך ווייס עס נאר פון נאך זיין חתונה, אבער געהערט האב איך אז דאס איז שוין געווען אויך אלץ בחור. [דאכט זיך מיר אז ער איז א תלמיד פון הרה"ק מ'טאהש זצ"ל און פון דארטן שטאמט דער מנהג].
אייביג ווען מען האט גערעדט מיט אים און דער שמועס האט זיך פארקירעוועט צום ספר תהלים פלעגט ער מעורר זיין אידן אז מען זאל זאגן תהלים, ער פלעגט צוזאמשטעלן מנינים ווען ער האט נאר געקענט אז מען זאל אויסזאגן תהלים.
ווען ער איז געווארן א מגי"ש אין ישיבה האט ער ווי פארשטייט זיך אויך תיכף גענומען אריינברענגן ביי די בחורים די ענין פון אמירת תהלים, און געמאכט א מנין יעדן טאג מיט די בחורים אויסצוזאגן דעם גאנתן ספר תהלים. און שפעטער ווען די ישיבה איז געגאנגען פאנדרעיזן האבן זיי ווי אלע ישיבות קאמפיינט אז מען זאל אפקויפן א זכות פון א שעה, טאג, וואך לימוד התורה, אבער מער ווי אלע ישיבות האבן זיי געהאט נאך א סלאגאן אז אזוי ווי מען זאגט דאך ביי זיי יעדן טאג אויס גאנץ תהלים, וועט מען אינזין האבן ביי תהלים אלע נדבנים.
ווי פארשטייט זיך אז דאס האט אריינגעברענט אסאך געלט פאר די ישיבה, שפעטער ווען די ישיבה האט זיך פארמאכט, האט ר' מ. ווייטער אנגעהאלטן מיטן מנהג פון אויסזאגן תהלים יעדן טאג, אבער אזוי ווי אין ישיבה האט ער געהאט א מנין יעדן טאג האט ער דאס געוואלט ווייטער אנהאלטן, און אנגעהויבן צוזאמקראצן יעדן טאג מנין אין קרית יואל אז מען זאל אויסזאגן תהלים.
ווי פארשטייט זיך איז דאס בכלל נישט קיין גרינגע זאך, נאכן זיך דערזען אז עס קומט אן זייער שווער צו האבן מנין, אבער נישט וועלענדיג אויפגעבן אויף א דבר טוב, האט ער געקלערט אז ער וועט אנהייבן צו באצאלן פאר מנין, איי מהיכן ירק זה חי, פון וואו וועט מען נעמען דאס געלט, האט מען צוזאמגעשטעלט אז אזוי ווי עס איז דאך דא אידן וואס פלעגן געבן פאר די ישיבה אז מען זאל זיי אינזין האבן וועט מען זיי פרעגן צו זיי ווילן זיך אויך משתתף זיין פאר'ן מנין בשכר אז מען וועט זיי אינזין האבן.
און אזוי איז געבוירן געווארן א "תהלים כולל" וואס איז אנגעגאנגען עטליכע יאר שטילערהייט אן קיין שום פאמע דראמפע. אן קיין אפיס וכו'
וואס עס איז געשען איז אז דער אפעטיט קומט מיטן עסן, און אזוי ווי מען האט דעזעהן אז עס האט זיך אויסגעארבעט אין קרית יואל, האט ער געוואלט אויך גרינדן אזא כולל אין וויליאמסבורג, מיטן ציל אז אין יעדע אידישע שטאט זאל זיך געפונען א מנין אידן וואס זאלן אויסזאגן "תהלים" וואס עס זאל זיין לשמירה ולהצלחה פארן גאנצן שטאט.
אבער נאך א שטיק צייט האט ער געזען אז עס איז א גרויסער אינטרנעמונג דאס אויפהאלטן, אין מען דארף עפענען א אפיס וואס זאל פארפיגן אויף די גאנצע זאך, האט מען אריינגענומען אפער טיכטיגע אינגעלייט וואס האבן זיך אריינגעלייגט דערין, ביז עס איז געווארן וואס עס איז געווארן.
אבער דער עיקר ציל איז נאך געבליבן ביי הר"ר מ. צו מרבה זיין דאס תהלים זאגן ביי אידן, לשמירה ולהצלחה פאר גאנץ כלל ישראל, און ווי עס איז איינגעפירט אז פאר פאר מען הייבט אן תהלים זאגט מען א קורצע תפילה אז די זכות פון תהלים זאל מגין זיין אויף "גאנץ כלל ישראל" מיט בני חיי ומזוני ברכה והצלחה וסייעתא דשמיא.
אדרבא ווער עס וויל זאל נאר איינמאל אריינגיין אין איינע פון די אלע לאקאציעס און מיטהאלטן דאס תהלים זאגן. אייער בליק וועט זיך בלי שום ספק טוישן
און יא נישט ווי יעדע בעה"ב ווען זיין ביזנעס ווערט אויפגעארבעט לאזט ער די ארבעט פאר די ארבעטערס, ר' מ. גייט נאך יעדן טאג צום כולל און זאגט אויס גאנץ תהלים.
גם אני מצטרף לדבריו הנכונים אז ער מיינט עס גאר ערנסט לשם שמים!!
- אי-רעלעווענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 555
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
- לאקאציע: אין בונקער
- טשאלענט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4017
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
- לאקאציע: אין טשאלענט טאפ
אי-רעלעווענט האט געשריבן:איינער האט די וואכענדליכע עד פון תהילים כולל?? א מין נייע משוג...
די וואך איז עפעס ספעציעל?
טשאלענט גמח!
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
- אי-רעלעווענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 555
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
- לאקאציע: אין בונקער
- טשאלענט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4017
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
- לאקאציע: אין טשאלענט טאפ
אי-רעלעווענט האט געשריבן:א נייע לאקאל... קבר דן בן יעקב
וויפילטע לאקאל אויף זייער ליסטע?
טשאלענט גמח!
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
- אי-רעלעווענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 555
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
- לאקאציע: אין בונקער
דן בן יעקב ? וואס ? יא נישט קיין שום מיסטעיק, דן בן יעקב!
ענד איטס עגעין "תהלים כולל" וואס באווייזט יעדעס מאל עקסטער צו ערשטוינען אלעמען מיט זייערע פאנטאסטישע חידושים וואס מאכט שפרינגען יעדן נפש היפה.
איר זענט שוין זאט צו הערן פון אלע סגולה פירמעס וואס נוצן ריבניץ ? טאהש ? מירון ? נישט גע'דאגה'ט, תהלים כולל, די אלטימעט ישועות מאשין איז דא אייך צו העלפן לייזן אייער קאנסערן. א פרישע יאר, א פרישן ספין, און דאסמאל איז קבר "דן בן יעקב" געפאלן א קרבן. טאקע גאנץ א ווייטע וועג אבער מ'מוז מודה זיין, קריעטיוו עס איז.
די מעלה מיט דן בן יעקב איז ווארשיינליך אז דער ציון באלאנגט נישט פאר א באזונדערע קבוצה ביי כלל ישראל, די ליטווישע למשל זענען נישט גורס די גאנצע געפאראכטס קיין מירון, ריבניץ ציט אויך נאר א געוויסן סארט קלייענטל, טאהש איז א חצר הקודש, דער ציון פון יונתן בן עוזיאל איז פאר אלטע בחורים עקסילוסיוו, אפילו רבי לייב בעל יסורים איז געווען א חסיד פון מיטעלער רבי'ן. "תהלים כולל" וויל נישט ראסיזים, די געטרייע שלוחים פון כלל ישראל זענען דא פאר יעדן איד וואס שטאמט פון די י"ב שבטי קה אפגעזען פון קאליר, קרייז אדער גענדער.
אט דא קומט אריין אין בילד דער קבר פון "דן בן יעקב". נישטא קיין איין איד וואס קען זאגן איך באלאנג נישט צו דעם קרייז. יעדער וואס שטאמט מזרע אברהם יצחק ויעקב איז א מחותן אהער. דער מעסעזש פון "תהלים כולל" לויטעט: " איר זענט א פרענק וואס ווייסט נישט וועגן ריבניץ ? טאהש רעדט נישט צו אייך ? מירון איז צו טיפיקל ? נאו פראבלעם. לעצטע מאל מיר האבן געטשעקט שטאמט איר אלע פון די שבטים הק', דן בן יעקב איז יאר וועי טו גאו! גיט ביטע אהער די קרעדיט קארטלעך, סיינט היינט אויף מעמבערשיפ, שטיצט די מוסדות און פועל'ט אלעס גוטס."
זייט מיר נישט חושד, איך בין נישט דא ח"ו צו מאכן חלילה ליצנות פון דעם מקום קדוש. חזקה על תהלים כולל זאלן אפירשלעפן אלע פארשטיפטע ענינים און קבלות איבער דעם ענין, און גראדע איז טאקע דא אין ספרים פארשידנס איבער די סגולות פון דעם ציון. פארט איז בויך וואקלנדיג צו מיטהאלטן וויאזוי דאס מוסד הק' תהלים כולל טראגט דעם ציבור אויף א רייד וואס דו קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס איז נעקסט.
דאס איז אמאל זיכער, ווען משוגע וואלט וויי געטאן וואלט מען געברויכט אן אווער דאז פון פעין קילער.
ק/פ

- חאצקל פרייליך
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 497
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm
אין א פארטאגס פאראיאר ווינטער בין איך אמאל געגאנגען אריינכאפן א טבילה במקוה אין אונטערשטן שטאק פון א שול בשכינות ביתי שמקור הקהילה קדושה הוא בגאליציע, און ביים אריינסטאפן פאר א האלבע מינוט אין היכל הביהמ"ד האב איך געזען ווי די אידן זאגן תהלים מיט גרויס התעוררות ויה"ר שיתקבל לרצון לפני אדון כל, ואמרתי אני בלבי אז ס'איז מעגליך די נאטורליכע קארגשאפט ערלויבט זיי נישט צו ספענדן אביסל געלט פאר כוללי חצות ותהלים, ממילא מוזן זיי עס אליין טון. אית מאן דפרע בגופי' ואית מאן דפרע בממוני'.