שוידערליכע עקסידענט: האברך ר' משה יודא וויינער ע"ה

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובה דורך פייערמאן »

מונאוויטש האט געשריבן:מיט א פאר יאר צוריק האט ער (אדער זיין ברודער) געהאט א שווערע עקסידענט פארנט פון עטרת חי'.

now that ur saying im reminding me it was he alone
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובה דורך קאווע באנדל »

בארד אין פיאות האט געשריבן:א צדיק געווען אייביג געהאט א שמייכעל. איך האלט עס נישט אויס
קוה אל השם רבותי
בארד אין פיאות
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:53 pm

תגובה דורך בארד אין פיאות »

זיין מעשה צדקה איז 'געווען' נישט מאשיג צו זיין איינער זאגט מיך יעצט אז אין ישבה האט מער ממש געלעט אןויף משי'ס חשבון.......... אוי א שאד מושי בעט פאר אינז
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

תגובה דורך יהודי »

משה, עס לאזט זיך נישט גלייבן!

טרערן פארפולן מיר די אויגן, איך קען נישט גלייבן, עס ציפט און פראסקעט, משה אונזער פריינט עלה למרום!

עטליכע שורות אין א צייט וואס מען טוט קלאגן אויף א זעלטענע טראגישע פאסירונג, די פטירה פון האברך משה יהודא וויינער ע"ה.


פון ארי ווייזער, צו אידישער ווינקל


יעדע פטירה איז צער, יעדער מענטש וואס גייט אוועק טוט וויי.

משה וויינער איז עפעס אנדערש.

היינט אינדערפרי האבן הונדערטער פריינט, ידידים, און פאמיליע, און גאנץ כלל ישראל, אויפגענומען מיט גרויס שאק די שוידערליכע געשיכטע עפעס וואס האט אויפגערודערט די אידישע וועלט, און צעשטורעמט הערצער.

משה האט שפאצירט אין גאס, ווי יעדן טאג, און א טרעילער האט אים מיטגעשלעפט אינמיטן פליען, ער האט זיך פארהאנקערט און געליטן שווערע יסירים. מען האט אים אריינגעפירט אין שפיטאל, און מען האט פרובירט איינרייסן אבער גארנישט האט געהאלפן.

מען האט מיטאמאל אנגעהויבן הערן די שוידערליכע בשורה אז דער מוישי, וואס איז נעכטן געגאנגען שלאפן פונקט ווי אונז אלע, מוישי וואס איז היינט אויפגעשטאנען פונקט ווי אונז אלע, איז שוין נישט בין החיים אין שפיטאל, און וועט ארויסקומען אין א קאסטן. יויש, עס טוט ציפן און באדערן.

משה איז געווען א קוואל פון אינספיראציע, כאטש זיין פאמיליע זענען באשטאנען פון פארמעגליכע סוקסעספולע ביזנעסלייט, פלעגט משה קלעבן צו אלע בעלי רחמנות, ער פלעגט שלעפן צו זיך אינדערהיים אויף שבתים די בחורים פון אויסלאנד און ארץ ישראל וואס פלעגן נישט טרעפן ווי צו זיין. עס פלעגן זיך וואונדערן זיינע פריינט וויאזוי ער מאכט זיך אזויפיל געדולד פאר די אלע צו וועם קיינער האט נישט געהאט קיין נערוון. און וויפיל חיזוק ער פלעגט זיי געבן, נאר זיי וועלן דאס גענוג קענען באוויינען.

משה האט געהאט א הארץ פון פוטער, ער האט פארמאגט גאלדענע מידות, מען שרייבט דאס אויף יעדן. אבער אויף אים איז עס אפילו אונטערגעשאצט. ער פלעגט יעדן מאכן גוט שפירן, ער איז געווען איין שטיק יענעם, ער פלעגט אלעמאל געבן עסן און געלט פאר אנדערע, ער האט געטון וואס ער האט געקענט צו מאכן אנדערע שפירן אז ער איז זייער עכטע חבר און בעסטע חבר.

עס איז א טאג פון קלאג, משה האט געלערנט אין קרית יואל, ער איז א מיטגליד אין איחוד ע"ד, וואס אויסער די פאקט אז די יארגאנג איז זייער באחדות און העפליך איינער צום אנדערן, איז משה בכלל געווען א חבר צו יעדן, און דערפאר זעט זיך אן א אויסערגעווענליכע טרויער ביי די גאנצע יארגאנג, ווען יעדער איז טראמאטיזירט און צושאסן אויף שטיקער.

צווישן די רעאקציעס ביי זיינע ידידים האבן זיך געהערט ביטערע קרעכצן, מען האט דאס נישט און מען וויל דאס ווייטער נישט גלייבן, "פונקט דאס בעסטע" האט מען פון אונז צוגענומען האט געזאגט איינער, ...משה האסט מיר געגעבן לעבן יעדן טאג, איך ווייס נישט ווי זיך אהינצוטון"! זאגט א צווייטער דערשטיקט פון געפיל, טרויער, און טרערן שנירלעך.

עס וועט פארצייכנט ווערן ביי כלל ישראל, און דארונטער ביי זיינע פולע פריינט אלס א טונקעלער פאסירונג, מען וועט דאס קיינמאל נישט פארגעסן, און אין זכרון וועט משה אלעמאל פארבלייבן אלס א שטיק פון יעדנס פערזענליכן לעבן. עס איז גארנישט איבערגעטריבן, פרעגט סיי ווער עס קען נאר אונזער העלד.

מוישי מיר געדענקען דיר שטענדיג, די טרערן וואס פליסן פון מיינע אויגן בשעת'ן שרייבן מיט דרוק און צובראכנקייט זענען עדות ווי שווער עס איז מיר צו אויפנעמען אזא טראגעדיע, משה! מיר וועלן דיר קיינמאל נישט פארגעסן!
א פשוטע איד.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

תגובה דורך מונאוויטש »

פייערמאן האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:מיט א פאר יאר צוריק האט ער (אדער זיין ברודער) געהאט א שווערע עקסידענט פארנט פון עטרת חי'.

now that ur saying im reminding me it was he alone

איך בין פונקט דעמאלטס דורכגעגאנגען דארט; עס איז געווען א מיאוסע עקסידענט.
יא, מען האט אים דאמאלטס צוגעגעבן נאך א פאר יאר אויף דעם עולם. נסתרים דרכי ה'!

יה״ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבלינו ושנשמע ונבשר בשורות טובות.
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובה דורך פאליק »

שיק יונגל האט געשריבן:לוי"של האברך משה יודא ע"ה בן אהרן יוסף צבי וויינער נ"י 8:00 אין ביהמ"ד סאטמאר וומס"ב hoper
פרא איי וועלט
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 2:25 pm

תגובה דורך פרא איי וועלט »

יהודי זייענדיג א נאנטע חבר מיט משי טי איך agreen אויף יעדע ווארט וואס די זאגסט אינז האבן פארלוירן א אינגערמאן א שטיק הארץ קיינמאל נישט אפגעזאגט פין א טובה טין פאר א נשמה אל אלה אני בוכיה


יה״ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבלינו ושנשמע ונבשר בשורות טובות.
קארעקט
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 5:40 pm

תגובה דורך קארעקט »

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

ברוך דיין האמת. שוין די צווייטע טראגעדיע ליידער אין די לעצטע חדשים אין די זעלבע משפחה, קודם זיין פעטער הר"ר ארי' לייב ז"ל און יעצט ר' משה יהודה לייב ז"ל, עליהם השלום. א פחד און א שרעק, גור אריה יהודה.

ביידע אינגע צווייגן נעבעך. איינער איבערגעלאזנדיג אין שטוב קינדער חתונה צו מאכן בעז"ה, און דער צווייטער בלויז עטליכע יאר נאך די אייגענע חתונה איבערלאזנדיג א אינגע אלמנה רח"ל, ודמעתה על לחיה. ירחם המרחם ויאמר לצרותינו די, והפכתי אבלם לששון ונחמתים ושמחתים מיגונם. פון וויינער זאל ווערן פרייליך.

דאס הארץ רייסט שטיקער, ונסתרים דרכי ה'. ידוע וואס הרה"ק ר' מאירל מפרימישלאן זי"ע האט געזאגט אז די ווינטער סדרות זענען איינגעהילט אין א פעלץ, והדברים עתיקים. ליכא מידי דלא רמיזי באורייתא, וועלמיר אדורכגיין די בראשית חומש ביז ויחי. מתחיל ברמז - ביז וישלח בנוטריקון, ומסיים בפשט. (א סדרה און דערנאך א קאמע).

בן ר' אהרן יוסף שנשא בת ר' אברהם תחי', נעשה חתן, לקח כלה, וכל ידידיו רקדו אתו, חבריו יברכו יחד שמחו רעים האהובים, תצליחו ותזכו להעמיד דורות ונחת תראו, ישמחו צאצאי אברהם ומחותנו - אהרן יוסף צבי וויינער, ומשה יודא שבק לן חיים, און מען זעצט זיך שבעה, דעם קץ הגאולה, זאל השי"ת דערנענטערן, און דאן וועט ער אויפשטיין לתחי'.

ולא ישמע עוד, בגבולינו שבר ושוד, ונשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות. ובמהרה ישמע בערי יהודה קול ששון וקול שמחה, ובא לציון גואל.

(אויב האב איך נישט געטאן ריכטיג מיטן דערמאנען דא זיין חתונה זאל די גאנצע תגובה מיינע שוין געמעקט ווערן, וייש"כ להמנהלים החשובים שיחיו. ואתכם הסליחה אז כ'האב זיך נישט געקענט צוריקהאלטן, על אלה אני בוכי' עיני עיני יורדה מים כי רחק ממני מנחם משיב נפשי).
טייטל
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

תגובה דורך טייטל »

ד"א זאל העלפן זאלסט קענען מאכן אזעלכע שיינע ר"ת נאר אויף גוטע זאכן, אמן.
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

תגובה דורך יהודי »

לויה
אטעטשמענטס
image.jpg
א פשוטע איד.
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4626
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובה דורך א חסיד »

איז ער נישט עפיס א קאזין מיט דער בעסערמניער רב? ווייל דיא וואך איז אוועק א אינגערמאן ר' משה יהודה ליב ליברמן דער זוהן/ברודער פון בעסערמינער רב. אינטרעסאנט אז סיז ביידע מיט דיא זעלבע נאמען.....
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

תגובה דורך פאקטען »

זיין מאמע איז א טאכטער פון ר'אהרן פישביין?
אויב יא זענען זיי קרובים מיט די בעסערמינע ליבערמאן'ס
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובה דורך יוראפ »

וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובה דורך וויל וועלן »

א וועכענטליכער גליון נארוואס געדרוקט, נתנדב געווארן לעילוי נשמתו הטהורה.

משה יודא וויינער ע"ה
משה יודא וויינער ע"ה
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובה דורך עקבי הצאן »

פון די ווייטאגליכע זאכן, ווען א יונגער בלום ווערט טראגיש פארשניטן, ה"י.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

תגובה דורך מונאוויטש »

פאקטען האט געשריבן:זיין מאמע איז א טאכטער פון ר'אהרן פישביין?
אויב יא זענען זיי קרובים מיט די בעסערמינע ליבערמאן'ס

יא.
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4626
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובה דורך א חסיד »

מוראדיג אינטרעסאנט אז ביידע אינגער ביימעלעך האבען געהייסען משה יהודה!!!!!!!!!!! און נעבעך אוועק אין איין וואך
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

תגובה דורך עין טובה »

דאס הארץ רייסט! אוי באשעפער!
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובה דורך קאץ און מויז »

ביים אויספארשן די אינצידענט
אטעטשמענטס
photo_2016-12-02_09-52-37.jpg
photo_2016-12-02_09-48-40.jpg
לעצט פארראכטן דורך קאץ און מויז אום פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובה דורך קאץ און מויז »

די פרישע קבר
אטעטשמענטס
photo_2016-12-02_09-48-44.jpg
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובה דורך טשאלענט »

ווי האט מען אים געלייגט?
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
לחיים לחיים לחיים
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 12:55 pm

תגובה דורך לחיים לחיים לחיים »

אינעם אלטן ביה"ח איו ק"י
ארעלע
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2015 5:02 pm

תגובה דורך ארעלע »

מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די

https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D
חכם הרזים
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2015 7:10 pm

תגובה דורך חכם הרזים »

ארעלע האט געשריבן:מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די

https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D

Dropbox please
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”